א.
אינעם פסוק 1
„הן הנה היו לבני ישראל בדבר בלעם למסר מעל בה‘ גו‘“,
שטעלט זיך רש“י אויף די ווערטער „בדבר בלעם“ און איז מפרש: אמר להם אפילו אתם מכניסים כל המונות 2
שבעולם אין אתם יכולים להם שמא מרובים אתם מן המצרים שהיו שש מאות רכב בחור 3
בואו ואשיאכם עצה אלקיהם של אלו שונא זמה הוא כו‘ כדאיתא בחלק 4
ובספרי 5 .
דאָס וואָס רש“י דאַרף דאָ בכלל מפרש זיין,
אַז דאָס איז געווען עצת בלעם - כאָטש רש“י האָט שוין דאָס מפרש געווען פריער אין פ‘ בלק 6
אויף די ווערטער פון בלעם „לכה איעצך“
(און אויך ביים פסוק 7
„ויחל העם לזנות אל בנות מואב 8
“)
- איז מובן,
וואָרום אונדזער פסוק איז דער מקור פון וואַנעט מען לערנט עס אַרויס,
ווי רש“י זאָגט ביי דעם פסוק „לכה איעצך“: „תדע שבלעם השיא עצה זו להכשילם בזמה שהרי נאמר הן הנה היו לבני ישראל בדבר בלעם“.
מ‘דאַרף אָבער פאַרשטיין,
פאַרוואָס ער בריינגט דאָ די אריכות „אמר להם אפי‘ אתם מכניסים כל המונות שבעולם ..
רכב בחור“:
א)
וואָס איז דאָס בכלל נוגע צום פירוש פון פסוק?
ב)
אַז רש“י וויל מאיזה טעם שיהי‘ אַראָפּבריינגען דעם חלק הדבור של בלעם,
וואָלט דאָך מער מתאים געווען צו בריינגען דאָס דאָרט וואו ער איז מפרש דעם ענין צום ערשטן מאָל -אויף „לכה איעצך“?
ב.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין דברי רש“י:
א)
דאָס וואָס בלעם האָט געזאָגט „אפילו אתם מכניסים כל המונות שבעולם אין אתם יכולים להם“,
ווייל „שמא מרובים אתם מן המצרים“ - איז דאָך די ראי‘ ניט ממין הנידון,
„אתם“ אַליין זיינען טאַקע ניט „מרובים מן המצרים“,
אָבער מיט די „כל המונות שבעולם“ זיינען זיי געוויס מרובים מן המצרים; וואָרום די מצרים זיינען דאָך געווען בלויז איין אומה,
און ווי גרויס ס‘זיינען געווען אירע המונות דאַמאָלס 9 ,
זיינען זיי אַלץ ווייניקער פון „כל המונות שבעולם“?
נאָכמער: מ‘האָט דאָך שוין געלערנט פריער 10 ,
אַז משה רבינו האָט געזאָגט דעם אויבערשטן „ואמרו הגוים גו‘ מבלי יכולת ה‘ להביא גו‘“,
ו„אינו דומה פרעה לשלשים ואחד מלכים“ - איז דאָך פשיטא אַז „אינו דומה“ צו „כל המונות שבעולם“.
ב)
לאידך: וויבאַלד ער וויל מתאר זיין דעם ריבוי און די גבורה פון די מצרים - פאַרוואָס זאָגט רש“י בלויז „שהיו שש מאות רכב בחור“ און דערמאָנט ניט אויך
(ווי דער פסוק איז מסיים)
„וכל רכב מצרים ושלישים על כולו“?
(ווי ס‘איז מובן אויך בפשטות,
אַז נאָר אַ ריבוי מופלג פון „רכב מצרים“ האָט געקענט נאָכיאָגן און אַרויסרופן אַזאַ מורא - „וייראו מאד“ 11
- ביי „שש מאות אלף וגו‘ הגברים גו‘ וגם ערב רב וגו‘ 12
“).
לכאורה קען מען זאָגן,
אַז מיט „שש מאות רכב בחור“ וויל רש“י מדגיש זיין
(ניט דעם דאָזיקן מספר פאַר זיך,
נאָר)
אַז די „שש מאות“ זיינען געווען דער „רכב בחור“,
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק ווי גרויס ס‘איז געווען די צאָל פון גאַנץ חיל ורכב מצרים - איז עס אָבער פאָרט ניט גלאַטיק,
וואָרום דעמאָלט וואָלט עס רש“י געדאַרפט מרמז זיין דורך מוסיף זיין דעם וואָרט וגו‘,
אָדער לכה“פ ניט זאָגן דעם לשון „שהיו שש מאות כו‘“
(וואָס גיט אַן אָרט צו מיינען אַז דאָס איז געווען זייער גאַנצער מספר)
- נאָר אַן אַנדער לשון
(ע“ד ווי אין ספרי 13 ),
פון וועלכן מ‘זאָל קענען פאַרשטיין אַז ער מיינט מער ווי דעם דאָזיקן מספר?
ג)
וואָס איז דער לשון „בואו
(ואשיאכם עצה)
“?
ד)
רש“י איז מוסיף „
(וכו‘)
כדאיתא בחלק ובספרי“,
וואָס בפשטות באַציט זיך דער ציון צום וואָרט „וכו‘“ - די ווייטערדיקע פרטי הענין ווי זיי זיינען דאָ אין
(פרק)
חלק און אין ספרי - איז ניט מובן: וואָס איז דאָ נוגע די אריכות הדבורים אין חלק און ס‘איז ניט גענוג צו מציין זיין צום המשך וואָס שטייט אין ספרי 14 ?
ה)
אפילו ווען רש“י וויל בריינגען אויך פון „חלק“ האָט ער דאָך געדאַרפט מקדים זיין דעם ציון פון „ספרי“,
ווייל:
(א)
דאָרט רעדט זיך בהמשך הביאור פון אונדזער פסוק;
(ב)
פון דאָרטן איז גענומען געוואָרן דער גאַנצער דבור פון רש“י אויך התחלתו - „אמר להם אפילו אתם מכניסים כו‘“ - דאַקעגן אין „חלק“ איז די אריכות הפרטים נאָר אין המשך צו „אלקיהם של אלו שונא זמה הוא“.
פון דעם איז מוכח,
אַז דאָס וואָס רש“י זאָגט כדאיתא „בספרי“ מיינט ער ניט מציין זיין דעם מקור פון התחלת פירושו „אמר להם אפילו אתם כו‘“
(והטעם ווייל דאָס איז מוכח פון פסוק אַליין בפשש“מ),
און אויך ניט אויף די פרטי הדבורים בהמשך צו „אלקיהם של אלו שונא זמה הוא“
(וואָס די פרטי העצה פון בלעם זיינען דאָ אין „חלק“),
נאָר צו אַן ענין אין ספרי וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס עס רעדט זיך „בחלק“,
דהיינו אין כלל הענין פון „אלקיהם של אלו שונא זמה הוא“.
ג.
דער ביאור בזה: דער חילוק בפשטות צווישן דעם פסוק בפרשתנו און דעם פסוק אין פ‘ בלק: אין פ‘ בלק שטייט „לכה איעצך“,
דעריבער איז רש“י מפרש נאָר „ומה היא העצה אלקיהם של אלו שונא זמה כו‘“; דאַקעגן אין דעם פסוק בפרשתנו שטייט ניט „בעצת בלעם“,
נאָר „בדבר בלעם“,
איז משמע אַז צוזאַמען מיט דער עצה איז אויך געווען אַ „דבר“,
אַ דבור פון בלעם 15 ,
וואָס האָט געהאַט אַ שייכות צו דער עצה 16 .
און פון דעם וואָס דאָס שטייט בשייכות צו טענת משה
(פאַרוואָס האָט מען אין דער מלחמה ניט גע‘הרג‘ט אויך די נשים)
איז מוכח אַז דער „דבר בלעם“ איז נוגע דוקא דאָ.
און דעריבער איז רש“י מפרש ניט נאָר די עצה פון בלעם,
נאָר אויך דעם „דבר בלעם“ - „אמר להם אפילו אתם מכניסים כל המונות שבעולם אין אתם יכולים להם כו‘“,
וואָס האָט געבראַכט צו עצת בלעם: „אלקיהם של אלו שונא זמה כו‘“.
די הסברה בזה: טענת משה „החייתם כל נקבה הן הנה היו לבנ“י גו‘ על דבר פעור ותהי המגפה בעדת ה‘“ איז געווען ניט נאָר דערפאַר וואָס זיי האָבן בעבר מכשיל געווען אידן און געבראַכט די מגיפה 17 .
די טענה איז געווען בשייכות צו דער מלחמה וואָס מ‘האָט געפירט איצט מיט מדין און דערפאַר איז „ויקצוף משה על פקודי החיל גו‘ הבאים מצבא המלחמה“; ד.
ה.
דאָס וואָס די מדינים האָבן געשיקט „בנותיהם לזנות“ איז געווען אַן אופן ווי זיי האָבן געוואָלט מלחמה האָבן מיט אידן און זיי אומבריינגען 18
ר“ל - דאָס איז טאַקע געווען „דבר בלעם“: מיט מלחמה גשמית קען מען די אידן ניט מנצח זיין,
ווייל „אפילו אתם מכניסים כל המונות שבעולם כו‘“,
און דעריבער איז „בואו ואשיאכם עצה אלקיהם של אלו שונא זמה“.
קומט אויס,
אַז די בנות מדין האָבן
(אויך)
געפירט בפועל די מלחמה פון מדין קעגן די אידן.
און דעריבער איז דאָ נוגע ניט נאָר עצת בלעם אַליין נאָר אויך „דבר בלעם“.
ד.
עפ“ז איז מובן פאַרוואָס רש“י בריינגט די פרטי הדבור פון בלעם:
אמר להם אפילו אתם מכניסים כל המונות שבעולם אין אתם יכולים להם - און אויף דעם האָט ער זיי ניט געדאַרפט ברענגען קיין ראי‘,
וואָרום בלק האָט שוין געזען,
אַז אפילו סיחון ועוג,
די שטאַרקסטע מלכים וואָס אין כל אדם יכול לכבשם 19
און וועמען מ‘האָט געדונגען 20
צו פאַרהיטן פון די אידן - האָבן די אידן זיי בייגעקומען אין אַזאַ נפלא‘דיקן אופן,
אַז די גאַנצע גבורה פון סיחון ועוג האָבן קיין באַטרעף ניט געהאַט 21 .
ווייסן זיי דאָך שוין אַז גבורה גשמית,
סיי אין אַ ריבוי בכמות און סיי אין שטאַרקייט באיכות,
וועט ניט העלפן אויף צו בייקומען די אידן.
בלק און מדין האָבן אָבער געהאַט אַן אַנדער סברא,
אַז מ‘וועט די אידן קענען מנצח זיין דורך אַ רוחניות‘דיקער מלחמה: ד.
ה.
אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי האָבן געדונגען בלעם‘ען צו פאַרטרייבן די אידן: „לכה נא ארה לי את העם הזה“ 22
מיטן רוחניות‘דיקן כח וואָס ער האָט געהאַט,
זייענדיק אַ נביא,
„יודע דעת עליון“ - אַזוי האָבן זיי אויך נאָכדעם
(ווען בלעם האָט זיי ניט געקענט העלפן)
געטראַכט צו אויפזוכן אַנדערע מענטשן מיט מער רוחניות‘דיקע שטאַרקייט און כוחות אויף צו בייקומען די אידן.
אויף דעם האָט זיי בלעם געענטפערט „שמא מרובים אתם מן המצרים שהיו שש מאות רכב בחור“.
דערמיט האָט ער ניט געמיינט מדגיש זיין די כמות פון שש מאות,
די גשמיות‘דיקע גבורה און ריבוי פון חיל מצרים,
נאָר זייער רוחניות‘דיקע גבורה - און ווי רש“י 23
איז מפרש אַז די בהמות הרכב זיינען געווען „מהירא את דבר ה‘“
(דאָ איז ניט נוגע דער ריבוי במספר פון חיל מצרים)
- און אעפ“כ האָט דאָס ניט געהאָלפן און בשעת זיי האָבן זיך אַנָגעהייבן מיט אידן האָבן אויך זיי געהאַט אַ ביטערן סוף.
ובמילא איז מובן אַז עס האָט ניט קיין אָרט צו זוכן אַזעלכע וואָס האָבן אַ רוחניות‘דיקע מעלה און דורך זיי בייקומען די אידן,
ווייל אין דעם ענין זיינען זיי ניט „מרובים מן המצרים“ וואָס זיינען געווען „ירא את דבר ה‘“ און האָבן דאָך גאָרניט געקענט טאָן געגן אידן 24 .
וואָס קען יע העלפן - האָט זיי בלעם געזאָגט „בואו ואשיאכם עצה“ - קומט צו נעענטער און איך וועל אייך געבן אַן עצה בחשאי „אלקיהם של אלו שונא זמה כו‘“,
און דורך דעם וועט איר דורכפירן אייער מבוקש.
ה.
דער בן חמש למקרא קען אָבער פרעגן: מען געפינט ניט אין די גאַנצע ארבעים שנה במדבר אַז די אידן זאָלן טאָן אַזעלכע עבירות; נאָכמער: באַ שלומית בת דברי זאָגט רש“י 25
„שבחן של ישראל כו‘ לומר שהיא לבדה היתה זונה“ - און פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע לאנשים - היינט ווי קומט דאָס אַז אַזויפיל אידן זאָלן אין דעם נכשל ווערן,
ביז אַז „ויהיו המתים במגפה ארבעה ועשרים אלף“ 26 ?
אויך: וואָס איז דער „בואו“ - פאַרוואָס האָט עס בלעם געזאָגט בדרך סוד?
דעריבער ברענגט רש“י „כדאיתא בחלק“,
וואָס דאָרטן ווערט אַרוסגערעדט בפרטיות ווי אַזוי מען האָט די אידן אַריינגענאַרט דורך „צרצורי של יין“; ביז אַז זיי זיינען נכשל געוואָרען בזנות וע“ז.
ובמילא - ווען אידן וואָלטן געוואוסט פון עצת בלעם,
וואָלטן זיי זיך אויסגעהיט דערפון.
דעריבער האָט ער געזאָגט בסוד - „בואו“,
אַז די אידן זאָלן זיך ניט דערוויסן פון דער ערמומית התחבולה 27 .
ו.
עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: עס ווערט דערציילט דאָרט אין גמרא ווי אַזוי מ‘האָט דורכגעפירט עצת בלעם - „עשה להן קלעים מהר שלג עד בית הישימות והושיב בהן זונות זקינה מבחוץ וילדה מבפנים ובשעה שישראל אוכלין ושותין ושמחין ויוצאין לטייל בשוק אומרת לו הזקינה כו‘“.
קען מען ווידער פרעגן: ווי קומט צו אידן אַזאַ הנהגה פון „אוכלין כו‘ ושמחין ויוצאין לטייל בשוק“ צווישן די אהלים פון נשי ובנות מדין?
ובפרט אַז דאָס איז געווען נאָך די גרויסע נסים,
וואָס אידן האָבן ערשט געזען באַ „אשד הנחלים“ 28
און ביי מלחמת עוג וואָס עקר טורא 29
כו‘,
האָט עס דאָך - בפשטות -געדאַרפט אַרויסרופן ביי אידן פּונקט פאַרקערטע תוצאות - אַ הנהגה טובה ביותר.
דעריבער איז רש“י אויך מציין -„בספרי“,
מיינענדיק דעם „ספרי“ וואָס האָט אַ שייכות צום ענין וואָס רעדט זיך אין „חלק“: אין ספרי פ‘ בלק שטייט,
אַז „משנתמלאו ישראל מן הבזה
(פון מלחמת סיון ועוג)
התחילו מבזים את הבזה מקרעים כסות ומשליכים ומקרעים בהמה ומשליכים לפי שלא היו מבקשים אלא כלי כסף וכלי זהב כו‘“,
ד.
ה.
אַז די גרויסע „בזה“ פון דער מלחמה האָט גורם געווען אַז די אידן זאָלן זיין אין אַ מצב פון „וישמן ישורון“ און במילא איז די תוצאות דערפון -„ויבעט“,
אַז דאָס האָט סוף־סוף דערפירט צו דער ניט גוטער הנהגה און כשלון החטא 30 .
ז.
פון „יינה של תורה“ שבפרש“י:
ביי מלחמה מדין געפינט מען,
אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט 31
„נקום נקמת בני ישראל מאת המדינים“,
און משה רבינו,
בשעת ער האָט איבערגעגעבן דעם ציווי,
האָט ער געזאָגט 32
„לתת נקמת ה‘ במדין“
(ניט „נקמת בני ישראל“).
איז מבאר דער טאַטע 33
דעם טעם השינוי,
אַז דער אויבערשטער איז מדקדק על כבודן של ישראל און משה רבינו איז מדקדק על כבודו של הקב“ה
(און עד“ז איז ער מבאר וואָס דער אויבערשטער אין זיין ציווי,
האָט מקדים געווען
[אין פ‘ תרומה]
די כרובים פאַר דעם ארון,
און אין פ‘ נשא,
ווערט דערמאָנט דער ארון פאַר די כרובים).
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין,
פאַרוואָס געפינט מען דעם שינוי און די צוויי ענינים ביי מלחמת מדין און ניט ביי אַלע אַנדערע ציווים?
לויט דער הסברה אין פי‘ רש“י הנ“ל איז דאָס מבואר: די מלחמה פון מדין מיט די אידן איז באַשטאַנען אין צוויי אופנים: א)
זיי האָבן געוואָלט מלחמה האַלטן און אומברענגען אידן,
און בהתאם לזה קומט „נקמת בנ“י“; ב)
די עצה וואָס בלעם האָט געגעבן „אלקיהם של אלו שונא זמה כו‘“ - און אַנטקעגן דעם איז דער ענין פון „נקמת ה‘“.
און דעריבער: דער אויבערשטער וואָס איז מדקדק בכבודן של ישראל,
איז פון די צוויי - מדגיש „נקמת בנ“י“,
זייער כוונה אומצוברענגען אידן; און משה רבינו,
וואָס איז מדקדק על כבודו של הקב“ה,
איז מדגיש „נקמת ה‘“ - אַז אויך זייער אומברענגען אידן איז געווען דורך דער פעולה קעגן „אלקיהם של אלו“,
וואָס „שונא זמה הוא כו‘“,
ביז צו מכשיל זיין זיי אין ע“ז
(בעל פעור).
ועפ“ז איז אויך מובן וואָס רש“י איז מפרש אויף „נקמת ה‘,
שהעומד כנגד ישראל כאלו עומד כנגד הקב“ה“ 34 ,
וואָס די תורה זאָגט דאָס דוקא ביי מלחמת מדין - ווייל אין דעם האָט מען געזען אַז אין זייער אויפשטיין „נגד ישראל“ איז געווען שטעלן זיך „נגד ה‘“ 35
- מכשיל זיין אידן מיט זמה
(און דורך דעם אויך ע“ז)
-
און דעריבער זאָגט די תורה דאָ אין פ‘ מטות דוקא „בדבר בלעם“,
ניט נאָר עצת בלעם,
וואָרום דאָס גיט צו פאַרשטיין דעם מכוון פון מלחמת מדין,
וואָס איז נקמת ה‘ און נקמת בנ“י.
(משיחת ש“פ מטו“מ תשל“ה)