B"H
🏡

Ikar

פנחס ד

א.

אין זהר אויף דער היינטיקער סדרה 1

ווערט געבראַכט דער מאמר 2

„כל מאן דאמר תהלה לדוד בכל יום תלת זמנין איהו בר עלמא דאתי”.

און מ’איז מבאר,

אַז „תרי זימני” איז מען מחוייב צו זאָגן תהלה לדוד - „בגין מזונא ופרנסה בכל יומא”,

און דער דריטער מאָל איז „ לאו בגין חובה

(צוליב בקשות הנ”ל)..

אלא בגין שבחא ”.

איז מבאר דער טאַטע אין זיינע הערות אויף זהר 3 ,

אַז די אמירה פון תהלה לדוד „תלת זמנין” איז „כמו הג’ תפלות” - וואָס אַזוי שטייט בפירוש אין פרש”י לש”ס 4

(„שלש פעמים - כנגד שלש תפלות”)

- און כשם ווי צוויי תפלות

(שחרית ומנחה)

זיינען חובה און תפלת ערבית רשות 5 ,

איז אַזוי אויך בנוגע צו אמירת תהלה לדוד,

אַז „תרי זימני ..

חיובא על ב”נ”,

און איין מאָל „בגין שבחא” וואָס דאָס איז „כמו וע”ד תפלת ערבית רשות”.

ב.

דער צ”צ אין זיינע רשימות אויף תהלים 6

ברענגט דעם פרש”י הנ”ל,

אַז די ג’ פעמים תהלה לדוד זיינען „כנגד שלש תפלות”,

און פרעגט: עפ”ז האָט מען געדאַרפט זאָגן תהלה לדוד אויך אין תפלת ערבית - פאַרוואָס זאָגן מיר די ג’ פעמים תהלה לדוד צוויי מאָל אין שחרית און איין מאָל צו מנחה?

אַנדערע ענטפערן,

אַז תפלת ערבית איז ניט קיין זמן אויף אמירת אשרי 7

(ווייל „אין 8

זמן תפלה

(תהלה 9 )

בלילה”; אָדער ווייל „אין אומרים קדושה בערבית ואשרי שייך לקדושה” 10 ),

און דערפאַר זאָגן מיר תהלה לדוד אַ צווייטן מאָל אין שחרית אַנשטאָט ערבית.

דער צ”צ וויל אָבער ניט אָננעמען דעם תירוץ,

ווייל ממנ”פ: אויב די גאַנצע תקנה פון דעם דריטן מאָל תהלה לדוד איז „בשביל תפלת ערבית”,

האָט ניט קיין אָרט צו זאָגן דאָס

(אין אַן אַנדער תפלה -)

אין שחרית; און -„אם אין שייך אשרי בערבית לא יאמרו רק ב’ פעמים”?

לערנט דעריבער דער צ”צ,

אַז דער מאמר הש”ס „כל האומר תהלה לדוד ג’ פעמים כו’”,

איז נאָר לויטן מ"ד 5

„תפלת ערבית חובה ”

(און דעם דריטן מאָל זאָגט מען עס טאַקע אין ערבית)

; אָבער „אנן דקיי”ל 11

הלכה כמ”ד תפלת ערבית רשות” - זאָגט מען ניט „אשרי קודם תפלת ערבית” 12 .

לפ”ז קומט אויס,

אַז לויטן מ”ד תפלת ערבית רשות

(וואָס הלכה כמותו)

איז גענוג אמירת תהלה לדוד צוויי מאָל 13

(צו ווערן אַ בן עוה”ב) 14 ,

און ווי ער איז דערנאָך 15

מסביר

(ע”ד החסידות),

אַז דאָס וואָס אמירת תהלה לדוד טוט אויף בתפלת שחרית ומנחה,

ווערט אויפגעטאָן בתפלת ערבית

(למ”ד תפלת ערבית רשות)

„ מאליו ”,

[און דאָס וואָס מען זאָגט תהלה לדוד

(ג’ פעמים -)

צוויי מאָל אין שחרית,

איז עס

( ניט צו ווערן אַ בן עוה”ב,

נאָר)

בלויז ש„לא לדלג האמירת אשרי ג”פ” 16 ,

וכדלקמן].

דאַרף מען פאַרשטיין: ווי שטימט דער ביאור פון טאַטן,

אַז דער דריטער מאָל זאָגן תהלה לדוד איז „כמו וע”ד תפלת ערבית רשות ”

(וואָס לויט דעם קומט אויס,

אַז אויך אליבא דמ”ד תפלת ערבית רשות דאַרף מען זאָגן תהלה לדוד דריי מאָל צו ווערן אַ „בר עלמא דאתי”; ס’איז נאָר וואָס דער דריטער מאָל איז „בגין שבחא ”,

ע”ד ווי תפלת ערבית רשות)

- מיטן ביאור פון צ”צ,

אַז למ”ד תפלת ערבית רשות,

איז גענוג צו זאָגן צוויי מאָל תהלה לדוד

(בכדי צו ווערן אַ „בן עוה”ב”)?

ג.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

לויטן ביאור פון צ”צ,

אַז להדיעה

(וועלכע איז - כפי ההלכה)

אַז תפלת ערבית רשות איז גענוג צוויי מאָל זאָגן תהלה לדוד צו ווערן אַ בן עוה”ב -פאַרוואָס זאָגן מיר תהלה לדוד דריי מאָל בכל יום,

צוויי מאָל צו שחרית?

און דאָס וואָס דער צ”צ שרייבט דאָרט דעם טעם ש„לא לדלג האמירת אשרי ג”פ”

(אָדער אין אותיות הקבלה והחסידות וואָס ער זאָגט דערנאָך 15

: „תקנו לומר בשחרית ב”פ ע”ד ליעקב אשר פדה את אברהם 17

שהת”ת מטה כלפי החסד”)

- דאָס גופא דאַרף האָבן ביאור: וויבאַלד אַז דורך זאָגן תהלה לדוד צוויי מאָל ווערט מען שוין אַ „בן עוה”ב"

(ווייל בערבית ווערט אויפגעטאָן מאליו דאָס זעלבע ווי דורך אמירת תהלה לדוד כנ”ל)

- וואָס פעלט נאָך,

אַז מען זאָל דאַרפן זאָגן עס אַ דריטן מאָל?

ד.

ויש לומר די נקודת הביאור בזה - אַז עס איז אַ חילוק צווישן ש”ס און זהר:

דער צ”צ רעדט

(ווי ער זאָגט דאָרטן)

וועגן דעת הש”ס - און ע”פ נגלה דתורה,

איז למ”ד תפלת ערבית רשות,

האָט ניט קיין אָרט אמירת תהלה לדוד בתפלת ערבית

(און אויך ניט בתפלת שחרית במקום תפלת ערבית)

; משא”כ דער טאַטע קומט מבאר זיין די דיעה פון זהר - ע”פ פנימיות התורה,

איז

(א)

אפילו למ”ד תפלת ערבית רשות,

האָט אַן אָרט אמירת תהלה לדוד

(נאָר די אמירה איז „בגין שבחא” וואָס איז „כמו וע”ד ..

רשות” 18 ),

און

(ב)

די אמירה פון תהלה לדוד,

אע”פ אַז זי איז כנגד תפלת ערבית,

איז איר אמירה בפועל אין תפלת שחרית.

[און דערפאַר איז אויך דער צ”צ מסיים „ומ”מ לא לדלג האמירת אשרי ג”פ ..

אומרים אותו בשחרית”

(ווי ער איז דערנאָך מסביר די שייכות פון ערבית צו שחרית

(ע”ד הקבלה)

-„שהת”ת מטה כלפי החסד”)

-

דאָ רעדט ער

(ניט וועגן עיקר התקנה - וואָס איז בלויז ב’ פעמים 13

- נאָר)

ווי דאָס איז ע”פ פנימיות הענינים,

וואָס אויך למ”ד תפלת ערבית רשות זאָגט מען תהלה לדוד ג’ פעמים].

ה.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הביאור בדברי הצ”צ,

אַז „אנן דקיי”ל ..

תפלת ערבית רשות לכן אין אומרים אשרי קודם תפלת ערבית”,

ווייל די פעולה פון אמירת תהלה לדוד „ודאי יומשך מאליו ” 15

- וואָס פון דעם איז מובן,

אַז דאָס וואָס מ’זאָגט ניט תהלה לדוד בערבית לויטן מ”ד תפלת ערבית רשות,

איז

(ניט ווייל אַזאַ תקנה איז ללא תועלת ווייל מען וועט סיי ווי פאַרפעלן צו זאָגן דעם דריטן מאָל תהלה לדוד,

וויבאַלד אַז תפלת ערבית רשות און „בשביל צורך היו מבטלין אותה” 19 ,

נאָר)

ווייל מלכתחילה דאַרף מען ניט זאָגן עס אַ דריטן מאָל

(צו ערבית),

וויבאַלד אַז „ודאי יומשך מאליו ” -

איז ניט פאַרשטאַנדיק: כשם ווי מ’זאָגט אויף תפלת ערבית אַז זי איז רשות ווייל דער „יחוד” פון תפלת ערבית ווערט אויפגעטאָן בדרך ממילא

(נאָך דעם ווי דער מתפלל מאַכט די הכנות צו דעם יחוד דורך תפלת שחרית ומנחה) 20 ,

און פונדעסטוועגן האָט מען קובע געווען תפלת ערבית אין אַן אופן פון רשות עכ”פ - האָט דאָך אַזוי געזאָלט זיין אויך בנוגע צו אמירת תהלה לדוד: עס האָט געדאַרפט זיין

(עכ”פ)

אַן ענין פון רשות

[און נאָכמער: נאָך דעם ווי „האידנא קבעוה

(תפלת ערבית)

חובה ” 21

- האָט אויך אמירת תהלה לדוד בתפלת ערבית געדאַרפט האידנא ווערן קבעוה חובה]

; אויך

פאַרוואָס זאָל ניט זיין שייך אמירת תהלה לדוד בתפלת ערבית?

ו.

וי”ל הביאור בזה:

בנוגע ענינים וועלכע זיינען העכער פון עבודת האדם און ווערן אויפגעטאָן בדרך ממילא - נאָך דעם ווי דער אדם מאַכט די נויטיקע הכנות און גרייט צו אַ כלי מוכשר אויף אויפצונעמען די המשכות מלמעלה - זיינען דאָ,

בכללות,

צוויי סוגים 22

:

א)

מדריגות וואָס זיינען אינגאַנצן העכער פון עבודת האדם,

זיי זיינען בכלל ניט שייך צו עשיית ועבודת האדם - ע”ד ווי ביי קרי”ס,

וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט „ואתם תחרישון” 23

: עס דאַרף ניט זיין קיין תפלה,

ווייל די מלחמה מלמעלה איז פון אַזאַ אָרט ומדריגה 24

וואו עס איז ניט שייך קיין עבודת האדם

(ואדרבה,

לפעמים איז עבודת האדם מבלבל 25 ).

ב)

מדריגות אין וועלכע ס’איז שייך עבודת האדם,

נאָר די עבודה איז ניט אַן ענין פון חובה,

נאָר בלויז - רשות.

די עשיית האדם איז ניט צו אויפטאָן די המשכה מלמעלה - ווייל אויב עבודת האדם קען עס אויפטאָן,

וואָלט עס געווען אַ חובה - נאָר בכדי די המשכה

(וואָס קומט בדרך מתנה)

מלמעלה,

זאָל פועל זיין פעולתה

(למטה)

כדבעי,

בשלימות

[ווי די דוגמא

(וואָס דער צ”צ ברענגט 26 )

פון הזכרת טל,

אַז „לא חייבו חכמים להזכיר

(ווייל טל איז העכער פון אתעדל”ת - טל לא מיעצר 27 )

ואם בא להזכיר מזכיר” 27

- „כדי שיהא לברכה ” 28 ],

און דערפאַר איז עס אין אַן אופן פון רשות,

וואָרום וויבאַלד אַז דאָס רעדט זיך וועגן אַ זאַך וואָס איז העכער פון עבודת האדם,

איז עס אַן ענין פון „רשות”,

ס’איז ניט שייך אַז מען זאָל מכריח זיין

(כביכול)

אַז די המשכה זאָל זיין

(כדבעי),

ובמילא איז עס ניט אַן ענין וואָס איז אַ חובה על האדם.

און עד”ז איז דער ענין פון תפלת ערבית רשות: אע”פ אַז דער „יחוד” ווערט אויפגעטאָן בדרך ממילא,

איז אָבער דאָ אַן אָרט פאַר תפלת ערבית

(באופן של רשות עכ”פ),

אַז דער „יחוד” זאָל זיין „לברכה” וכיו”ב.

ז.

עפ”ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דאָס איז שייך נאָר לגבי תפלת ערבית,

און ניט לגבי אמירת תהלה לדוד:

דער ענין פון אמירת תהלה לדוד איז דער צ”צ מבאר 29 ,

אַז דאָס איז „מעורר” די מדריגה פון וואַנען עס איז „ מתחיל שורש התעוררות יחוד

(זו”נ)

”.

ובמילא איז פאַרשטאַנדיק,

אַז די אמירה האָט ניט קיין אָרט בתפלת ערבית: דאָס וואָס מ’איז מתפלל ערבית

(באופן של רשות עכ”פ)

איז נוגע בלויז אין אופן פעולת היחוד כו’

(ניט כדי צו אויפטאָן דעם יחוד),

כנ”ל; משא”כ אמירת תהלה לדוד וואָס קומט מעורר זיין דאָרט וואו ס’איז „מתחיל שורש התעוררות יחוד” -ד.

ה.

עס דאַרף אויפטאָן דעם יחוד -אין דעם איז ניט שייך עבודת האדם,

כנ”ל.

ח.

דאָס איז אָבער מצד נגלה דתורה,

וואָס דערלאַנגט אין גליא דקוב”ה 30

- חיצוניות,

כביכול

(הכתר),

ובמילא איז ניט שייך קיין עשי’ מצד האדם אין אויפטאָן דעם „יחוד”,

ווייל יחוד נעמט זיך פון פנימיות

(הכתר).

משא”כ מצד פנימיות התורה,

וואָס דערלאַנגט אין סתים דקוב”ה 30 ,

פנימיות

(הכתר) 31

- איז דאָ אַן ענין פון „עבודה” אויך אין אויפטאָן דעם יחוד; נאָר די עבודה אין די מדריגות איז ניט אין אַן אופן פון „חובה”,

נאָר בדרך „רשות”.

זייענדיק אַן אָרט וואו עבודת האדם דערגרייכט ניט,

און ס’איז ניט שייך אַז עבודת האדם זאָל דאָרטן אויפטאָן - איז די עבודה ניט אַן ענין פון „חובה”

(וואָס באַווייזט אַז דער אדם איז מחייב ומכריח - טוט אויף דורך זיין עבודה),

עס איז בלויז אַן עשי’ וואָס גיט דעם אדם אַ שייכות צו דעם ענין וואָס ווערט אויפגעטאָן 32 .

און דערפאַר איז,

מצד פנימיות התורה,

פאַראַן דער ענין פון אמירת תהלה לדוד אויך בתפלת ערבית,

נאָר די אמירה איז בלויז „בגין שבחא ” וואָס איז „כמו וע”ד ..

רשות”: דער תפקיד פון דער אמירה איז ניט צו שאַפן

(ומכריח זיין)

אַ המשכה

(פון מזונות וכו’),

נאָר ס’איז אַ הילול ושבח פון דעם אויבערשטן.

און כדי צו מדגיש זיין אַז די אמירה פון תהלה לדוד איז בלויז אַן ענין פון רשות

(ניט ווי אמירת תהלה לדוד בשחרית ומנחה)

האָט מען קובע געווען 33

אמירתו

(ניט אין תפלת ערבית גופא,

נאָר)

בתפלת שחרית,

און דאָס גופא - אין פסוקי דזמרה 34 ,

וואָס קומען פאַר תפלה שמו”ע דשחרית 35 .

דיש לומר,

אַז דעם כח אויף צו קענען מהלל זיין דעם אויבערשטן מיט תהלות ותשבחות,

נאָך איידער מ’איז מתפלל תפלת שמו”ע בשחרית - נעמט מען פון דעם „יחוד” פון תפלת ערבית שלפני זה.

[דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין זהר דאָרט,

אַז „פרנסה לא חזי למשאל אלא בתר צלותא ופרנסה דמארי’”

(וואָס דערפאַר זאָגט מען תהלה לדוד נאָך שמו”ע בשחרית),

און דאָס וואָס ביי תפלת מנחה זאָגט מען עס „קודם צלותא”,

איז עס ווייל נאָך

(צלותא ד)

מנחה איז אַ זמן פון „דינא קשיא” 36

-

ולכאורה איז ניט מובן: הן אמת אַז מען קען ניט בעטן אויף מזונות נאָך מנחה ווייל ס’איז אַ זמן פון „דינא קשיא” - אָבער ווי קען מען עס בעטן „ קודם צלותא”,

נאָך איידער מ’טוט אויף „פרנסה דמארי’”?

וע”פ הנ”ל יש לומר,

אַז דאָס איז דערפאַר,

וואָס מ’האָט שוין מתפלל געווען תפלת שחרית,

בלייבט אַ רושם פון תפלת שחרית,

ובכח זה זאָגט מען אשרי פאַר תפלת מנחה 37 ].

און דעם ענין איז דער צ”צ מרמז בקיצור,

מיטן שרייבן „תקנו לומר בשחרית ב”פ ע”ד ליעקב אשר פדה את אברהם שהת”ת מטה כלפי החסד” - וואָס דערמיט איז ער מרמז די שייכות פון אמירת תהלה לדוד בשחרית צו תפלת ערבית 38 .

(משיחות ש”פ פינחס תשל”א,

מוצש”ק פ’ פינחס תשל”ח)

Reader controls and commentary are loading.