א.
מ’האָט שוין פיל מאָל גערעדט וועגן דעם מאמר פון של”ה 1 ,
אַז אַלע מועדי השנה,
אפילו „מועדי דרבנן”,
האָבן אַ שייכות צו די פרשיות התורה אין וועלכע זיי זיינען חל.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דער „חג הגאולה” 2
פון י”ב־י”ג תמוז - ווען דער רבי דער שווער איז אינגאַנצן באַפרייט געוואָרן פון זיין מאסר און גלות - האָט אַ שייכות צום תוכן פון די פרשיות חוקת־בלק 3 .
און אין דעם גופא זיינען דאָ דריי נקודות:
(א)
די שייכות צו פ’ חוקת,
(ב)
די שייכות צו פ’ בלק,
(ג)
די שייכות צו ביידע סדרות צוזאַמען ,
וואָרום - ווי גערעדט פיל מאָל 4
- ווען צוויי סדרות זיינען מחוברות און מ’לייענט זיי צוזאַמען אין איין שבת,
איז זייער התחברות אין אַן אופן אַז זיי ווערן איין סדרה
(די חלוקת הקריאה איז אויף שבעה קרואים,
עס איז דאָ נאָר איין הפטורה,
ועוד)
; ובמילא איז פאַרשטאַנדיק,
אַז אין צוגאָב צום באַזונדערן תוכן וואָס איז דאָ אין יעדער סדרה בפני עצמה,
איז דאָ אַ תוכן משותף פון ביידע סדרות
(וואָס דערפאַר קענען זיי נתחבר ווערן אַלס איין סדרה)
- און די שייכות פון חג הגאולה י”ב־י”ג תמוז צו חוקת־בלק איז אויך צו זייער תוכן משותף
(ווי ס’איז מודגש אין קביעות שנה זו,
וואָס י”ב תמוז איז חל בשבת פ’ חוקת־בלק) 5 .
ב.
דער נאָמען פון דער
(ערשטער)
סדרה איז „חוקת”.
דער פשוט’ער טייטש פון „חוקה” איז - אַ ציווי וואָס מען האָט ניט קיין טעם אויף אים,
און מ’איז אים מקיים בלויז דערפאַר ווייל „חקה חקקתי גזירה גזרתי” 6
- דאָס איז דער רצון פון דעם אויבערשטן.
דער ענין פון „חוקה” אין עבודת האדם איז די עבודה פון מסירת נפש 7 ,
וואָס איז למעלה מטעם ודעת.
וואָרום שכל קען געפינען טעמים צו טאָן אַזעלכע זאַכן וואָס זיינען מוסיף אין מציאות ושלימות האדם,
אָבער ניט „להשליך חייו מנגד”,
ער זאָל ווערן „אויס” מציאות 8
; דערמיט איז מען מבאר 9
פאַרוואָס „לא נאמר ענין המס”נ מפורש בתושב”כ” 10 ,
ווייל תורה שבכתב „הוא בחינת חכמה ”,
און מסירת נפש איז העכער פון חכמה וטעם ודעת.
און דאָס איז די שייכות פונעם תוכן פון חג הגאולה י”ב־י”ג תמוז צו פרשת חוקת: די עבודה פון בעל הגאולה והשמחה פאַר הרבצת התורה
(אין יענער מדינה)
- וואָס דערפאַר האָט מען אים אַרעסטירט - איז געווען אין אַן אופן פון „חוקת”,
מיט מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.
ער האָט זיך איינער אַליין קעגנגעשטעלט די גזירות פון אַ ממשלה תקיפה ועריצה,
און אין אַ מדינה וואָס לויט דעם דעמאָלטיקן מצב איז
(כמעט)
ניט מעגלעך געווען צו אַרויסגיין פון אירע גבולות - און פונדעסטוועגן האָט ער זיך אינגאַנצן ניט גערעכנט מיט אַלע סכנה’דיקע מניעות ועיכובים און האָט געטאָן זיין אַרבעט פאַר הרבצת התורה והיהדות מיט מסירת נפש.
ג.
דער נאָמען פון דער סדרה -לויטן מנהג ישראל - איז
(ניט „חוקת התורה ”,
נאָר)
„חוקת”
(סתם) 11 .
און דער טעם דערויף קען מען זאָגן:
די „חוקה” פון פרה אדומה,
וועגן וועלכער עס רעדט זיך אין דער סדרה,
איז אויסגעטיילט אויך פון אַנדערע חוקים דערמיט וואָס זי איז לגמרי ניט אין גדר שכל והשגה,
וואָס דערפאַר האָט אפילו שלמה המלך - דער חכם מכל אדם - געזאָגט 12
: על כל אלה עמדתי ופרשה של פרה אדומה ..
אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני.
[דאָס איז אויך דער טעם וואָס דער פסוק זאָגט „ זאת חוקת התורה”,
אַז די מצוה פון פרה אדומה איז די
(איינציקע)
חוקה פון
(גאַנץ)
תורה - ווייל זי איז אַ „חוקה” אויך לגבי אַנדערע חוקים,
זי איז אמיתית ענין החוקה וואָס איז לגמרי העכער פון גדר השכל 13 ].
און דערמיט איז מובן פאַרוואָס די סדרה ווערט אָנגערופן „חוקת”
(סתם),
און ניט „חוקת התורה ”:
אע”פ אַז חוקים בכלל זיינען למעלה מן השכל,
איז אָבער אויך דער שכל האדם „מסכים” אַז דער מענטש
(דאַרף זיך ניט פאַרלאָזן אויף זיין אייגענעם שכל,
נאָר)
דאַרף מקיים זיין חוקים וועלכע ער פאַרשטייט ניט.
במה דברים אמורים,
אַזעלכע חוקים וואָס זיינען ניט היפך השכל - ער מיט זיין שכל פאַרשטייט טאַקע ניט זייער טעם,
אָבער ער באַגרייפט
(אָדער עכ”פ - ניט שולל)
אַז אין אַ פיל העכערער חכמה ושכל איז דאָ אויף זיי אַ טעם.
משא”כ פרה אדומה,
וואָס איז אַ דרגא פון חוקה וואָס האָט ניט קיין אחיזה אין שכל,
זי איז היפך השכל 14 ,
העכער לגמרי אפילו פון בחי’ חכמה ושכל התורה - די חוקה איז אַ איד מקיים נאָר מיט דער תנועה פון ביטול צום אויבערשטנ’ס רצון.
ד.
עד”ז זיינען דאָ צוויי אופנים אין מסירת נפש 15
:
ס’איז דאָ די בחי’ פון מסירת נפש וואָס איז פאַרבונדן מיט „חשבון”,
טאַקע אַ חשבון דקדושה,
אָבער פאָרט אַ חשבון.
דהיינו אַז איידער מען גייט אויף מסנ”פ,
קוקט מען פריער אַריין אין שו”ע 16
אויב מ’איז מחויב אין דעם מסנ”פ ע”פ תורה.
און דאָס איז „חוקת התורה ” - ס’איז די „חוקה” ומסנ”פ ווי זי איז
(אָנגעזאָגט און)
„אויסגעמאָסטן” מצד תורה,
מצד שכל וחכמה דקדושה,
וואָס דערפאַר האָט זי שוין אויף זיך אַ געוויסע מדידה והגבלה.
דער צווייטער אופן פון מסירת נפש איז,
ווען מ’מאַכט ניט דערביי קיינע חשבונות,
וואָס די דרגא פון מסירת נפש ווערט אָנגערופן „חוקה” סתם - זי איז העכער אויך פון „חוקת התורה ” 17 ,
ווייל זי נעמט זיך פונעם עצם הנפש פון אַ אידן,
וואָס איז
(בשרש)
העכער פון תורה 18 ,
כמאמר חז”ל 19
„מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר ”,
אויך פון מחשבת התורה.
און מצד דעם עצמיות’דיקן פאַרבונד פון אידן מיטן אויבערשטן וואָס איז העכער פון תורה,
איז אויך די מסירת נפש פון אַ אידן צו מקיים זיין רצון ה’ העכער פון יעדער הגבלה און חשבון.
און אַזאַ אופן אין מסירת נפש איז געווען ביי דעם בעל הגאולה והשמחה* 19 .
ה.
די הרבצת התורה והיהדות פון דעם בעל הגאולה והשמחה האָט זיך אויסגעשפּרייט אויף גאָר פיל אַרבעטגעביטן: שיקן רבנים און שוחטים אין ערטער וואו זיי האָבן אויסגעפעלט,
אויפשטעלן מקוואות,
גרינדן ישיבות פאַר עלטערע בחורים,
חדרים פאַר תינוקות של בית רבן,
וכו’.
אָבער דער עיקר גזירת הממשלה,
וואָס דאָס איז געווען דער עיקר סיבה וואָס מען האָט דעם רבי’ן אַרעסטירט,
איז געווען ניט
(אַזוי)
צוליב זיין אַרבעט אין הרבצת התורה וחיזוק היהדות צווישן דערוואַקסענע און עלטערע אידן,
נאָר הויפּטזעכלעך צוליב זיין אָפּגעבן זיך מיטן חינוך פון תינוקות של בית רבן; און ניט קוקנדיק אויף אַלע סכנות,
האָט זיך דער רבי אַריינגעוואָרפן דוקא אין דעם סוג אַרבעט מיט אַ באַזונדערן שטורעם און התלהבות און מיט אַ גאָר גרויסן פאַרנעם.
ולכאורה איז דאָ אַן אָרט פאַר אַ שאלה: אמת,
עס איז געווען נויטיק צו פאַרנעמען זיך מיט הרבצת התורה וחיזוק היהדות,
אָבער פאַרוואָס זאָל דאָס זיין אין אַ וועג וואָס ע”פ טבע זיינען ניטאָ קיין אויסזיכטן אויף הצלחה?
לכאורה וואָלט בעסער געווען צו פאַרנעמען זיך מיט אַזאַ הרבצת התורה אַרבעט וואו מען קען האָבן הצלחה אויך ע”פ טבע - און ניט טאָן די אַרבעט אין אַן אופן וואָס שטעלט
(בדרך הטבע)
אין סכנה די גאַנצע הרבצת התורה אויף אַלע געביטן.
און דאָ איז די תמי’ נאָך גרעסער: ווי אַזוי שטעלט מען בסכנה דעם חיזוק התורה והמצות והיהדות פאַר בני חיובא צוליב דעם לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן?
וי”ל דעם ענטפער אויף דעם,
אַז די עבודה ביים רבי’ן איז געווען אין אַן אופן פון אמת’ן „ חוקת ” - מסירת נפש אָן קיינע חשבונות.
וויסנדיק זיין שליחות,
אַז ער איז אַ נשיא ישראל וואָס דאַרף זאָרגן פאַרן קיום פון כלל ישראל - וואָס איז אָפּהענגיק אין דעם לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן 20
(וכמאמר חז”ל 21
„אם אין גדיים אין תיישים”)
- האָט ער זיך דערפאַר אַריינגעלייגט מיט דער גרעסטער מסנ”פ צו בויען און אויפהאַלטן חדרים פאַר גאָר קליינע קינדער.
אַי,
ע”פ טבע זעט זיך ניט אַז די אַרבעט זאָל זיין לזמן ארוך ובמילא בהצלחה - איז ווען דאָס וואָלט געווען אַ מסירת נפש וואָס איז מוגבל’דיק און אָפּגעמאָסטן לויט חשבונות פון שכל,
שכל התורה,
דאַן וואָלט געווען אַן אָרט פאַר אַזאַ טענה;
וויבאַלד אָבער אַז דעם רבי’נס מסנ”פ איז געווען אין אַן אופן פון „חוקת” -איז אין דעם ניט נוגע דער חשבון - צי ער וועט מצליח זיין אָדער ח”ו ניט,
אָדער צי ער וועט בכלל ניצול ווערן אָדער ח”ו ניט - דאָס געהערט צו דעם אויבערשטן !
[ע”ד ווי חנני’ מישאל ועזרי’ האָבן געזאָגט נבוכדנאצר’ן 22 ,
אַז אויב זיי וועלן האָבן אַ זכות וועט דער אויבערשטער זיי ראַטעווען,
אָבער אפילו אויב ניט - „והן לא” - וועלן זיי סייווי זיך ניט בוקן ח”ו צום צלם; אפילו דאַן ווען זיי ווערן ניט געראַטעוועט,
איז עס ניט דערפאַר וואָס נבוכדנאצר האָט די בחירה ורשות ח”ו זיי צו הרג’נען 23 ,
נאָר דאָס איז פון אויבערשטן,
נ”נ איז נאָר אַ שליח פון אויבערשטן דורכצופירן דאָס 24 ].
ו.
די דרגא פון מסירת נפש,
אין אַן אופן פון „חוקת”,
האָט מען ביים רבי’ן געזען במשך פון אַלע זיינע נשיאותיאָרן בעלמא דין - די דרייסיק נשיאות יאָרן 25
וואָס זיינען געווען איינגעטיילט אין דריי תקופות פון „עשר שנים” 26
:
די ערשטע צען יאָר
(בערך)
זיינען געווען פאַרבונדן מיט דער עבודה פון פאַרשפּרייטן תורה ויהדות אין אַ מצב פון סכנת נפשות בפועל ממש .
די צווייטע תקופה איז דער רבי געווען אין אַ לאַנד וואו ס’האָבן געלעבט גרויסע צאָלן פון אחינו בנ”י און עס איז געווען אַ מקום המתאים צו פאַרשפּרייטן תורת החסידות אויף אַ גאָר ברייטן אופן - אָבער דאָס איז דאָרט געווען פאַרבונדן מיט הגבלות,
וואָס זייער סיבה איז געווען 27
: „ויקנאו בו אחיו” 28
; און דער רבי,
וויסנדיק אַז „ואביו שמר את הדבר” 28
- אַז דער אויבערשטער האָט אויך דאָרט אַרויפגעלייגט אויף אים די שליחות פון הפצת התורה והחסידות - האָט ער דאָרטן געטאָן עבודתו מיט מסנ”פ.
און די דריטע תקופה איז געווען אין „חצי כדור התחתון” 29 ,
דאָרט וואו פילע יאָרן האָט געהערשט די הנחה אַז „אַמעריקע איז אַנדערש” 30
- דאָ קען מען ניט פירן זיך ח”ו בשלימות ווי מען דאַרף זיך פירן.
דאָ האָט מען געדאַרפט זיך שטעלן קעגן אַ מעכטיגן שטראָם און איינפלאַנצן תורה וחסידות אין אַן אָרט וואָס איז אויסערלעך ניט געווען מסוגל אויף דעם.
ז.
ווי געזאָגט,
אַלע דריי תקופות זיינען געווען פאַרבונדן מיט אַן עבודה פון אומבאַגרענעצטע מסנ”פ - אָבער אין יעדער תקופה איז דאָס געווען אין זיין אופן:
ס’איז אינו דומה כלל די מסירת נפש אין די לעצטע צוויי תקופות צו דער מסנ”פ פון דער ערשטער תקופה,
וואָס איז געווען פאַרבונדן מיט סכנת נפשות בפועל ממש 31
; און נאָכמער,
אין זיין הרבצת התורה אַרבעט דאַמאָלס האָט דער רבי איינגעשטעלט ניט נאָר זיין אייגענעם לעבן,
נאָר ער האָט אויך געשיקט אַנדערע אויף שליחות’ן וואָס זיינען געווען פאַרבונדן מיט סכנת נפשות.
און ביים רבי’ן איז דאָך אַזאַ מסירת נפש,
צו שטעלן אַ צווייטן אידן אין סכנה,
אַ סך שווערער און טיפער ווי איינשטעלן זיך אַליין אין סכנת נפשות.
און נאָך מער: עס זיינען געווען פאַלן ווען אַזעלכע שלוחים זיינען אַנטדעקט געוואָרן פון דער ממשלה און זיינען פאַראורטיילט געוואָרן צו פאַרשיקונג,
צו פּייניקונגען 32
וכו’ - און דאָך האָט מען אויף מאָרגן געדאַרפט ווידער שטיין אין דער תנועה פון מסירת נפש און אויסקלייבן אַ אידן און שיקן אים אַלס ממלא מקום פון דעם פאַרשיקטן שליח.
אָבער,
לאידך,
איז אין דער צווייטער תקופה געווען אַן אַנדער און
(אין אַ געוויסן זין)
אַ האַרבערע שוועריקייט,
ווען מ’האָט געדאַרפט בייקומען דעם ענין פון טענות וכו’ פון „אחיו”: פאַרוואָס אַזוי און פאַרוואָס עפּעס ניט אַנדערש וכו’ און פונדעסטוועגן איז מען ממשיך די אַרבעט - דאָס איז במדה ידועה נאָך שווערער ווי די פריערדיקע און פאָדערט אַ טיפערע תנועה פון מסירת נפש.
און גאָר אַנדערש איז די תנועה פון מסנ”פ אין דער דריטער תקופה,
ווען מען האָט געדאַרפט גיין „קעגן דעם שטראָם”,
ניט נתפעל ווערן פון די מלעיגים 33
און פון די שטערער וכו’; און נאָך דעם אַלעם האָט דער רבי זיך ניט באַגנוגנט מיט אויפבויען די „אייגענע ד’ אמות”
(און דאַן זיינען געקומען יועצים מיט דער הצעה זיך איינשליסן אין זיי ו„אני את נפשי הצלתי”,
מ’קען ניט מלחמה האָבן מיט אַ גאַנצע וועלט וכו’)
- נאָר ער האָט זיך אַריינגעוואָרפן אין דער אַרבעט צו פאַרוואַנדלען דאָס גאַנצע לאַנד אין אַ מקום תורה.
ח.
ע”פ טבע איז ניט שייך,
אַז ביים זעלבן מענטשן זאָל זיין די זעלבע מאָס מסנ”פ אין אַלע גאָר פאַרשידענע אופני עבודה.
וואָרום אין אַן עבודה וואָס מ’האָט אַ נטי’ און קאָך,
איז די מסנ”פ מער ווי אין אַן אַנדער אופן עבודה וכו’ - ווי קען אָבער זיין די זעלבע גרעסטע תנועה פון מסירת נפש ביי די אַלע גאָר פאַרשידענע אופני עבודה?
איז די הסברה אין דעם,
אַז ביים רבי’ן האָט געלויכטן די נקודת המסירת נפש וואָס נעמט זיך פון עצם הנפש,
וואָס דערפאַר איז כל מהותו געווען מסירת נפש.
און דעריבער איז קיין חילוק ניט געווען אין וואָס פאַר אַ „ציור” דער כח פון מסירת נפש האָט זיך געדאַרפט אָנטאָן - אין יעדן אופן העבודה איז געווען די זעלבע עצם’דיקע מסירת נפש.
ט.
די שייכות צווישן דעם חג הגאולה און פרשת בלק:
חז”ל 34
זאָגן אַז בלק האָט פיינט געהאַט אידן „יותר מכל שונאים”.
דערפאַר האָט ער זיך פאַרמאָסטן שלעכטס צו טאָן די אידן,
כאָטש אַז אידן האָבן ניט געטאָרט צונעמען זיין לאַנד און האָבן געהאַט דעם ציווי „אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה” 35 ,
ער האָט ניט געקענט פאַרליידן די מציאות פון אידן.
נאָכמער: אפילו נאָכדעם ווי ער האָט געזען אַז ער אַליין קען זיך ניט שטעלן קעגן די אידן,
האָט ער זיך אַריינגעלייגט מיט אַ טרחא גדולה ביותר 36
און אַראָפּגעבראַכט אַ צווייטן
(בלעם’ן),
אַלץ כדי ברענגען שאָדן צו אידן.
און בדוגמא לזה איז אויך געווען ביי דער מאסר וגאולה פון רבי’ן.
די עבודה פון הרבצת התורה איז געווען - ווי דער רבי שרייבט אין זיין באַוואוסטן בריוו צו י”ב תמוז 37
- „ מותרת היא על פי חוק המדינה ”; און דער מאסר וגלות איז געקומען מצד דעם הלשנה פון די וואָס האָבן געזוכט נוקם זיין זיך „בשומרי דת משה וישראל נגד חוקי המדינה”.
ד.
ה.
אַז דערפאַר וואָס זיי האָבן ניט געקענט פאַרטראָגן אַ פרומען אידן און אידישקייט,
האָבן זיי זיך אַריינגעלייגט מיט אַ יגיעה גדולה - אפילו „ נגד חוקי המדינה” - אַבי צו קענען שטערן די אַרבעט פון רבי’ן.
און כשם ווי ס’האָט זיך אויסגעלאָזט ביי דער מעשה פון בלק
(ובלעם),
אַז ניט נאָר האָט בלק ניט אויסגעפירט וואָס ער האָט געוואָלט: „ארה לי את העם הזה” 38 ,
נאָר אדרבה - זיין דינגען בלעם’ן האָט גאָר געבראַכט,
אַז אידן זאָלן געבענטשט ווערן,
און דורך בלעם’ן גופא
(וואָס „הי’ שונאם יותר מבלק” 39 ),
און מיט ברכות נעלות ביותר,
ויהפוך ה”א לך את הקללה לברכה 40
-
עד”ז איז געווען ביי דעם בעל הגאולה והשמחה,
אַז די זעלבע מענטשן וואָס האָבן דעם רבי’ן אַרעסטירט,
זיי אַליין האָבן געמוזט אַרויסהעלפן אין זיין שחרור,
ביז זיי האָבן זיך גאָר באַמיט אַז דער רבי זאָל אַרויספאָרן פון יענער מדינה 41 .
יו”ד.
דערנאָך קומט שייכות פון חג הגאולה מיט חוקת־בלק צוזאַמען
(כנ”ל ס”א)
- און די הוראה דערפון בעבודת כאו”א - וי”ל דעם ביאור בזה:
אין דער התנגדות וואָס בלק האָט אַרויסגעוויזן צו אידן קען מען נאָך געפינען עפּעס אַ טעם וסיבה,
ווי ער האָט געזאָגט „עתה ילחכו הקהל את כל סביבותינו כלחוך השור את ירק השדה” 42 ,
און גאַנץ מואב האָט זייער מורא געהאַט פאַר אידן - „ויגר מואב מפני העם” 43 .
עס איז דאָ אָבער אַזאַ התנגדות אויף אידן וואָס איז אין אַן אופן פון „חוקתבלק”,
די שנאה והתנגדות
(„בלק”)
איז אָן שכל וטעם
(נאָר אינעם אופן פון „חוקת”).
נאָך מער: ניט נאָר האָט ער ניט קיין טעם ושכל אויף דער שנאה,
נאָר עס איז גאָר היפך השכל צו פּרואוון שלעכטס טאָן די אידן,
וואָרום ס’איז ברור אַז מען וועט עס ניט אויספירן;
און ווי מען געפינט אין דעם סיפור פון בלק ובלעם,
אַז בלעם האָט געוואוסט אַז ער וועט גאָרניט קענען אויפטאָן,
וואָרום זייענדיק אַ נביא 44
און הערנדיק פון אויבערשטן „לא תאור את העם כי ברוך הוא” 45 ,
וועט ער דאָך זיכער ניט קענען דורכפירן דעם „ארה ..
את העם הזה” 38 ,
און ווי ער זאָגט בלק’ן „לא אוכל לעבור את פי ה’” 46 ,
„הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר” 47
-
און פונדעסטוועגן,
מצד דער שנאה עצמית צו אידן,
האָט ער זיך ניט געקענט איינהאַלטן,
און געפּרואווט אויספירן בלק’ס בקשה „ארה לי את העם הזה”.
- ועד”ז איז דאָ אין דער עבודה פון יעדן איינעם,
ווי דער רבי איז מבאר אין מאמר פון הילולא 48 ,
אַז עס איז פאַראַן שטות דקליפה וואָס איז למטה מן הדעת; ווי אַ סך הנהגות וואָס מענטשן פירן זיך אַזוי נאָר דערפאַר „ווייל אַזוי טוט וועלט” און זיי זיינען „כמו חוק שבלתי מזיזים אותו” - ווי די „זמני
אכילה וזמני השינה”,
וואָס ע”פ רוב זיינען זיי „בלתי נידחים כלל ועיקר”,
בה בשעה וואָס די זמני הקביעות פון תורה ותפלה האָבן ניט,
ח”ו,
באַ עם קיין קבע,
און אַמאָל שטופּט מען זיי אָפּ אינגאַנצן ח”ו - וואָס אַזאַ הנהגה האָט קיין אָרט ניט אין שכל.
און דורכדעם וואָס עס איז דאָ די עבודה פון „ חוקת ” - די שטות דקדושה למעלה מטעם ודעת
(ווי דער רבי איז דאָרט מבאר אין מאמר)
- איז מען מהפך די שטות דקליפה צו שטות דקדושה.
יא.
אין אַזאַ אופן - פון „חוקתבלק” - איז אויך געווען די התנגדות אויפן רבי’ן:
ווי ידוע 49 ,
האָט ל.
איינער פון די צוויי אידן וואָס האָבן דעם רבי’ן אַרעסטירט געוואָלט ביים אַרעסטירן טראָגן דעם רבי’נס פּעקל,
זאָגנדיק „חסידים בלייבן חסידים,
מיין זיידע האָט געטראָגן די פּעקלעך ביי אייער זיידן,
און איך וועל טראָגין אייער פּעקיל”; אויך אין אַ שפּעטערדיקער פאַל,
האָט ער אין זיינע רייד צום רבי’ן אים אָנגערופן „רבי!” 50 .
דאָס איז ע”ד ווי דער מיטעלער רבי האָט געזאָגט 51
אויף דעם וואָס האָט אויף אים מלשין געווען - און פונדעסטוועגן האָט ער אים אָנגערופן „רבי” - אַז „פיו הכשילו”,
ביי אים האָט זיך אַרויסגעכאַפּט דאָס וואָס בפנימיות אַנערקענט ער אַליין אַז דאָס איז דער אמת.
ועד”ז בעניננו,
אַז דאָס וואָס ל.
האָט זיך אַזוי אויסגעדריקט און גערעדט צום רבי’ן,
האָט זיך עס גענומען דערפון וואָס בנפשו פנימה האָט ער געוואוסט דעם אמת 52
;
און ניט קוקנדיק אויף דעם - ובפרט אַז דער רבי האָט אים בפירוש מזהיר געווען אַז ער וועט סוף־סוף האָבן יסורים 53
-
(און ווי ס’איז טאַקע געווען לפועל,
אַז די וואָס האָבן אַרעסטירט דעם רבי’ן האָט די ממשלה זיי סוף־סוף דן געווען כו’)
- האָט ל.
געטאָן וואָס ער האָט געטאָן,
זיין התנגדות איז געווען למטה מטעם ודעת.
און דורכדעם וואָס ביים רבי’ן איז געווען די הנהגה פון „חוקת”,
די מסירת נפש למעלה מטעם ודעת,
האָט דאָס מבטל געווען די גאַנצע התנגדות אין אַן אופן - ווי ער זאָגט אין היינטיקער הפטורה 54
- פון „וכל אויביך גו’”,
ביז,
ווי גערעדט פריער,
אַז זיי אַליין האָבן געמוזט באַפרייען דעם רבי’ן,
און ס’איז צוגעקומען נאָך אַ יו”ט ביי אידן; און דאָס וועט סוף סוף מהפך זיין דעם גאַנצן חודש תמוז לששון ולשמחה ולמועדים טובים 55 ,
בקרוב ממש.
(משיחות ש”פ חו”ב,
י”ב תמוז,
תשל”ה.
יו”ד שבט תשל”ד)