B"H
🏡

Ikar

בלק ד

א.

דער דין 1

איז אַז די הפטורה פון אַ פרשה מוז זיין „מענין הפרשה”,

און נאָך מער - „מעין” פון דעם סיום הפרשה 2 .

אַזוי אויך די שייכות פון פרשת בלק מיט איר הפטורה איז לכאורה אַ קלאָרע: אין דער הפטורה 3

ווערט דערציילט ווי דער אויבערשטער זאָגט צו אידן: „עמי זכר נא מה יעץ בלק מלך מואב ומה ענה אותו בלעם בן בעור מן השטים גו’” -וואָס דאָס איז דער תוכן פון פ’ בלק.

עס איז אָבער מובן - ובפרט ע”פ הידוע 4 ,

אַז מעיקרה איז די הפטורה געקומען במקום פון דער גאַנצער קריאת השויו”ט - אַז די שייכות צווישן דער הפטורה מיט דער סדרה איז ניט בלויז אין אַן איינציקן פסוק,

נאָר אין איר תוכן כללי; און לויט הידוע 5

אַז דער תוכן פון אַן ענין איז מרומז אין זיין התחלה וראש,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז ס’איז דאָ אַ שייכות צווישן התחלת ההפטורה 6

- „והי’ שארית יעקב בקרב עמים רבים גו’ אשר לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם” - מיט

(סיום)

פ’ בלק.

ב.

די הפטורה רעדט וועגן דעם זמן פון התחלת הגאולה.

ד.

ה.

ניט וועגן דעם זמן ווען ס’וועט שוין זיין „משיח ודאי”,

לאחרי ווי ער וועט פאַרענדיקן אַלע מלחמות און „אהפוך 7

אל עמים גו’ לעבדו 8

שכם אחד” 9

- וואָרום אין דער הפטורה ווערט דערציילט ווי עס וועלן געפירט ווערן מלחמות מיט די עמים,

אומות העולם - „והי’ שארית יעקב בגוים גו’ כארי’ בבהמות יער גו’ ורמס וטרף גו’” 10

;

נאָך מער: ניט נאָר וועט אין דעם זמן המדובר בהפטורה נאָך זיין רע מבחוץ - פון אומות העולם,

נאָר ס’איז נאָך פאַראַן רע מבפנים - ביי אידן גופא,

ווי ער זאָגט 11 ,

„והכרתי כשפים מידך גו’ והכרתי פסיליך גו’ ונתשתי אשיריך גו’”; און דער רע איז מיט אַזאַ תוקף,

אַז מ’דאַרף אָנקומען צו אַ סיוע מלמעלה בכדי פון אים פטור צו ווערן,

ווי דער פסוק איז מדייק: „והכרתי”,

„ונתשתי”,

ווייל די הפטורה רעדט וועגן דעם זמן פון התחלת הגאולה,

ווען עס וועלן זיין די לעצטע הכנות צו דער גאולה שלימה.

אַזוי אויך די סדרה,

פ’ בלק,

רעדט וועגן אַן ענלעכן זמן,

פאַרן אַריינקומען אין ארץ ישראל צום ערשטן מאָל; אידן זיינען דעמאָלט שוין געווען „בערבות מואב מעבר לירדן ירחו” 12 ,

גרייט אַריינצוגיין אין א”י,

בדוגמא צו דער כניסה לא”י ביי דער גאולה העתידה; ובפרט עפ”י הידוע 13

אַז אלמלא החטא,

וואָלט ביי דער ערשטער כניסה לא”י געווען די גאולה שלימה.

ג.

די הכנה צו דער גאולה איז,

ווי ער זאָגט אין התחלת ההפטורה,

„אשר לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם”: כאָטש עס איז נאָך פאַר דער גאולה שלימה,

פונדעסטוועגן וועט זיין דער סדר אַז מ’וועט זיך ניט דאַרפן פאַרלאָזן און ניט דאַרפן אָנקומען צו מענטשן -וואָס דאָס איז כולל אויך אידן,

ווי עס שטייט 14

„ארור הגבר אשר יבטח באדם”,

און „אתם קרויין אדם” 15

- נאָר מ’וועט זיך פאַרלאָזן בלויז אויף דעם אויבערשטן,

וכמש”נ 16

„ברוך הגבר אשר יבטח בה’”.

וויבאַלד אַז דער פסוק רעדט אין דעם זמן פון התחלת הגאולה,

איז מובן,

אַז מיט דעם וואָס ער זאָגט „לא יקוה לאיש גו’”,

איז דער פסוק שולל ניט נאָר אַ הנהגה אסורה ,

אַ הנהגה היפך התורה - אויף וועלכער עס שטייט „ ארור הגבר אשר יבטח באדם” - נאָר אפילו אַ הנהגה פון „יקוה לאיש” וואָס האָט אַן אָרט ע”פ תורה,

וועט דעמאָלט אויך ניט זיין;

עס שטייט 17

דאָך „וברכך ה”א בכל אשר תעשה ”,

און דער ספרי 18

טייטשט עס אָפּ: „יכול יהא יושב 19

ובטל ת”ל בכל אשר תעשה”.

ד.

ה.

אַז ע”פ תורה דאַרף מען מאַכן אַ כלי אין דרך הטבע 20 ,

און „אין סומכין על הנס” 21

; און וויבאַלד אַז בדרך הטבע דאַרף מען אָנקומען „לאיש” - און אפילו צו ניט אידן להבדיל - איז דאָך אַן אָרט עפ”י תורה אויף דער הנהגה פון „יקוה לאיש”.

- ס’איז ניט קיין סתירה דערפון צום אָנזאָג „ארור הגבר אשר יבטח באדם” - ווייל ווען מ’מאַכט אַ כלי טבעי,

איז מען ניט בוטח אויף די דרכי הטבע

(„יקוה לאיש”)

מצד עצמם,

נאָר מ’איז בוטח אויף דעם אויבערשטן,

אַז ער וועט אים העלפן דורך דעם כלי ולבוש וואָס ער האָט צוגעגרייט אין דרך הטבע 22 .

און אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון דעם זמן הגאולה: דעמאָלט וועט זיין „ כטל מאת ה’ גו’” - „שאין בא לעולם ע”י אדם ולא יבקשו בני אדם עליו כך לא יקוה ישראל לעזרת איש כ”א לה’” 23 .

]

ע”ד ווי חסידות 24

טייטשט דעם פסוק 25

„טוב לחסות בה’ מבטוח באדם” - וואָס פונ’ם לשון „ טוב לחסות בה’ מ בטוח באדם” איז מובן,

אַז אויך „בטוח באדם” איז מותר און אַ דרך בהנהגה,

נאָר „לחסות בה’” איז בעסער -

אַז „בטוח באדם” מיינט אין דעם אדם העליון,

בחי’ ממלא כל עלמין,

וואָס מצד מדריגת ממכ”ע דאַרף זיך אַ מענטש משתדל זיין אויף צו מאַכן אַ כלי און לבוש אין דרכי הטבע אין וועלכן עס זאָל שורה זיין די ברכת ה’ 26

; און דעריבער איז „טוב לחסות בה’ ”,

בחי’ סוכ”ע,

וואָס מצד דער מדריגה דאַרף ניט זיין די השתדלות אין דרכי הטבע,

נאָר „ והוא יכלכלך” 27 ,

דער אויבערשטער מאַכט אויך די כלי 26 ].

ד.

דער תכלית הכוונה איז ניט אַז די הנהגת הטבע זאָל בטל ווערן,

נאָר אדרבה,

צו מברר זיין און אויפהויבן די הנהגת הטבע 28 ,

ביז עס זאָל זיין גלוי לעין כל אַז אויך טבע איז מיוחד מיטן אויבערשטן.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק בעניננו,

אַז דער פשט פון „לא יקוה לאיש” איז ניט אַז עס וועט בטל ווערן די הילף פון דעם „איש”,

נאָר אַז דעמאָלט וועט טבע גופא זיין בתכלית היחוד מיט אלקותו ית’,

ביז מ’וועט אין דעם זען

(ניט עזרת איש,

נאָר)

בלויז עזרת ה’:

אין דעם ענין פון „אשר תעשה” קענען זיין צוויי אופנים:

א)

כאָטש ער ווייס אַז טבע מצד עצמו האָט ניט קיין מציאות,

ס’איז נאָר „כגרזן ביד החוצב בו” 22 ,

פונדעסטוועגן,

וויבאַלד דער אויבערשטער האָט געהייסן עס זאָל זיין - „תעשה”,

מ’זאָל מאַכן אַ כלי אין דרך הטבע,

פאַרנעמט טבע ביי אים אַן אָרט; טאַקע ניט מצד טבע אַליין - אָבער מצד ציווי הקב”ה באַקומט טבע אַ חשיבות אין זיינע אויגן 29 .

ב)

ער טוט אין טבע נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט אַזוי אָנגעזאָגט,

עס פאַרנעמט אָבער ביי אים קיין אָרט ניט,

ווייל ער זעט אין דעם נאָר אַ מיטל צו אויספירן דעם רצון הבורא 30 .

וואָס דאָס איז דער ביאור 31

אינעם מאמר רז”ל 32

אויפן פסוק 33

„והי’ אמונת עתך גו’”,

אַז „אמונת זה סדר זרעים” -„שמאמין בחי העולמים וזורע”:

כאָטש דאָס איז אַן ענין טבעי אַז בשעת מען זייט איז מצמיח,

און ס’איז קיין נפקא מינה ניט ווער ס’איז זורע -צי אַ איד צי להבדיל אַ ניט איד,

אָדער אפילו דאָס קומט דורך אַ קערנדל וואָס פאַלט אַריין אין דער ערד פון זיך אַליין

(שלא ע”י פעולת אדם)

- איז בטבע פון דער ערד להצמיח;

און נאָך מער: די טבע איז נקבע געוואָרן אין דער ערד אין אַן אופן,

ווי עס שטייט 34 ,

„זרע וקציר גו’ לא ישבותו ” -

פונדעסטוועגן,

נאָך דעם אַלעמען,

באַקומט ניט די טבע קיין חשיבות ותפיסת מקום ביי אַ אידן; און ווען ער איז זורע טוט ער דאָס ניט ווייל עפ”י טבע וועט זריעה ברענגען אַ צמיחה,

נאָר בלויז ווייל ער איז „ מאמין בחי העולמים ” דערפאַר „וזורע”.

ה.

דער חילוק צווישן די צוויי אויבנגערעדטע הנהגות איז ניט בלויז באופן ובהרגש מדת הבטחון,

נאָר דערפון ווערט אויך „נשתלשל” אַ חילוק בהנהגה בפועל אין מחשבה דיבור ומעשה:

בשעת דער „אשר תעשה” איז ביי אים אַ מציאות פאַר זיך,

טבע פאַרנעמט ביי אים אַן אָרט,

דאַן זיינען ביי אים דער „תעשה” און תומ”צ צוויי באַזונדערע ענינים.

און ווען עס קומט צו אַ סתירה צווישן תומ”צ און דער התעסקות אין דרכי הטבע

- ולדוגמא: אויב ער וועט מאריך זיין בתפילה - קען ער אָנווערן באַקאַנטשאַפט בעסקיו וכדומה; אויב ער וועט מהדר זיין אין נתינת צדקה בריבוי - וועט אים אפשר אויספעלן געלט אויף צו אַריינלייגן אין געשעפט,

וכיו”ב -

איז דאָס ביי אים אַן ענין פון „ולאום מלאום יאמץ” 35

: אפילו ווען ער איז מוותר אויף דער התעסקות אין די דרכי הטבע

(וויסנדיק אַז „ברכת ה’ היא תעשיר” 36

און דרכי הטבע זיינען בלויז אַ כלי און לבוש צו „ברכת ה’”)

און טוט אין תומ”צ - איז דאָס אַלץ אין אַן אופן פון מלחמה און התגברות אויף דער נפש הבהמית; און עס בלייבט אַלעמאָל די מעגלעכקייט פון „ולאום מלאום יאמץ” להיפך,

ח”ו - אַז דער צד המנגד זאָל גובר זיין.

בשעת אָבער דער „תעשה” פאַרנעמט ביי אים קיין אָרט ניט,

ער טוט עס נאָר בכדי צו מקיים זיין דעם רצון הבורא - איז ביי אים דאָס גופא אַן ענין פון עבודת ה’: ביי אים איז דער „וכל מעשיך” 37

און „בכל דרכיך” 38

ניט אַ באַזונדערע זאַך פון „לשם שמים” 37

און „דעהו” 38 ,

נאָר זיי זיינען דורכגעדרונגען מיטן „לשם שמים” און „דעהו”,

ביז ס’איז כולא חד.

און וויבאַלד ביי אים איז ניטאָ קיין מציאות אויסער דעם רצון העליון,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז איין מצוה קען ניט זיין בסתירה צו אַ צווייטער מצוה,

נאָר אדרבה: „מצוה גוררת מצוה” 39 .

ו.

דער חילוק צווישן די צוויי הנהגות הויבט זיך ניט אָן אין אַן אָפענעם „פועל ממש” - אַז דער יצה”ר זאָל מלכתחילה קומען איינריידן אַ אידן ער זאָל ח”ו עובר זיין אויפן רצון העליון -נאָר פון אַ „חוט השערה”: „היום” בהתחלה איז דער יצה”ר כלומר’שט מסכים אַז די התעסקות אין דרכי הטבע טאָר ניט זיין בסתירה צו קיום התומ”צ,

ער איז נאָר מדגיש אַז תורה גיט אַן אָרט און אַ חשיבות צו טבע; אָבער „למחר”,

סוף־סוף,

מאַכט ער די דרכי הטבע פאַר אַן עיקר.

וכפירוש כ”ק מו”ח אדמו”ר 40

אין דעם מאמר חז”ל 41

„כך אומנתו של יצה”ר היום אומר לו עשה כך ”: דער יצה”ר הויבט ניט אָן איינצוריידן אַ אידן ער זאָל טאָן פאַרקערט פון זיין רצון אמתי 42

(און עובר זיין ח”ו אויפן רצון העליון),

אדרבה,

ער זאָגט אים „עשה כך ”: ער איז מסכים אַז דער איד זאָל מקיים זיין תומ”צ,

איז אים מסביר ווי עס האַלט אויס עפ”י שכל פון נפש הבהמית והיצר; און דורך דעם וואָס ער מישט אַריין זיין מציאות אין קיום התומ”צ און איז אים מרגיל אַז ער דאַרף אין דעם האָבן זיין

(דעם יצה”ר’ס)

הסכמה,

דערפירט ער אַז „ולמחר אומר כו’ עד שאומר לו עבוד ע”ז”.

און דעריבער איז דער וועג צו באַוואָרענען זיך כדבעי פון תחבולות היצה”ר,

ניט דורך אַן עבודה עפ”י טעם ודעת - ווייל טו”ד גיט אַן אָרט פאַר דער מציאות פון טבע; נאָר דורך ביטול ומסנ”פ צום רצון העליון,

למעלה מטו”ד,

וואָס דעמאָלט איז ביי אים ניטאָ קיין מציאות אויסער דעם רצון העליון.

[מעין וע”ד דעם חילוק

(הנ”ל ס”ג)

צווישן „לחסות בה’” און „בטוח באדם”:

מצד בחי’ „בטוח באדם”,

ממכ”ע

(וואָס דוגמתה בעבודת האדם איז אַן עבודה עפ”י טו”ד),

דאַרף זיין די השתדלות אין דרכי הטבע,

ווייל לגבי דער מדריגה האָבן זיי אַ תפיסת מקום;

משא”כ מצד „לחסות בהוי’ ”,

בחי’ סוכ”ע

(ובעבודת האדם - ביטול שלמעלה מטו”ד),

האָבן דרכי הטבע קיין תפיסת מקום ניט,

און דעריבער איז דער סדר - „והוא יכלכלך”: עס זיינען טאַקע פאַראַן „כלים”,

אָבער זיי קומען מלמעלה.

ע”ד ווי גערעדט פריער,

אַז אויך ווען דער מענטש טוט בדרכי הטבע זיינען זיי ביי אים קיין מציאות ניט,

ביז ס’איז ניט שייך זאָגן אַז ס’איז דאָ „עזרת איש”,

ווייל די דרכי הטבע זיינען חד מיטן אויבערשטן].

און דאָס איז וואָס די הכנה צו דער גאולה איז „לא יקוה לאיש גו’”: דעמאָלט וועט מען אינגאַנצן אַראָפּנעמען דעם העלם והסתר פון טבע,

ביז מ’וועט זען בעיני בשר ווי טבע גופא איז אלקות; און דעריבער וועט דאַן זיין דער סדר „כטל מאת ה’ גו’ לא יקוה לאיש ולא ייחל לבני אדם”

[ע”ד „והוא יכלכלך”].

ז.

עפ”י כהנ”ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון דער הפטורה צו סיום פ’ בלק,

וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם חטא פון בעל פעור,

און ווי די מסירת נפש 43

פון פינחס האָט דעם חטא מתקן געווען

(וכמש”נ 44

„ויכפר על בני ישראל”)

:

עס איז מבואר אין חסידות 45 ,

אַז דער שורש פון חטא בעל פעור - „שפוערין כו’ ומוציאין רעי וזו היא עבודתו” 46

-איז דאָס וואָס מען גיט אַ חשיבות צו תענוגים גשמיים,

וואָס זיי זיינען בלויז די פסולת פון דעם תענוג שלמעלה.

ווי קומט עס אַז מ’זאָל מאַכן אַן עיקר פון

(תענוגים גשמיים)

פסולת?

נעמט זיך דאָס דערפון וואָס דרכי הטבע פאַרנעמען ביי אים אַן אָרט כנ”ל,

און דאָס דערפירט אַז ער ווערט ר”ל מושקע אין ענינים גשמיים.

דערמיט איז אויך מובן דער מחז”ל 47

בנוגע הכפרה אויפן חטא בעל פעור,

אַז „עד עכשיו לא זז אלא עומד ומכפר עד שיחיו המתים” - ווייל די טהרה וכפרה בשלימות פון דעם חטא וועט ערשט זיין לעת”ל,

ווען ס’וועט זיין די שלימות הבירור אין טבע און מ’וועט דערקענען אַז טבע איז מיוחד בתכלית מיט אלקות,

ובמילא וועט ניט זיין די אפשריות פון מאַכן אַן עיקר פון ענינים גשמיים.

און דעריבער קומט די כפרה דורך דער מס”נ פון פינחס,

אַזאַ מס”נ אויף וועלכער תורה אַליין זאָגט „ אין מורין לו” 48 ,

און אפילו דערפון ווערט פינחס ניט נתפעל און איז זיך מוסר נפש.

וואָס דאָס איז אַ מס”נ שלמעלה מטו”ד אפילו דקדושה.

און ווי גערעדט פריער,

אַז דוקא דורך ביטול למעלה מטו”ד

(אפילו פון קדושה)

קען מען זיך באַוואָרענען כדבעי ניט מפריד זיין צווישן טבע און אלקות,

כאָטש תורה זאָגט „וברכך ה”א בכל אשר תעשה”.

ח.

דערמיט איז אויך מובן די שייכות פון ענין הנ”ל צו דער כניסה לא”י

(וואָס גאָר קרוב צו דעם זמן הכניסה זיינען געווען די מאורעות פון פ’ בלק,

כנ”ל ס”ב)

:

אין מדבר איז געווען דער מן - אַ הנהגה נסית וואו ס’איז ניט שייך געווען צו מאַכן אַ טעות אַז מעשה בני אדם קען אין דעם עפּעס אויפטאָן,

וכמש”נ 49

„ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר”,

און דער מן איז געווען נאָר אויף דעם טאָג,

עס האָט געמוזט זיין בטחון גמור,

דבר יום ביומו 50 ,

אין השי”ת;

משא”כ נאָך דער כניסה לא”י,

ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן 51

דער סדר עבודה פון „ארץ נושבת ” 52

- האָט מען געדאַרפט פריער באַוואָרענען דעם ענין פון „בעל פעור”,

אַז כאָטש עס הויבט זיך אָן אַ סדר עפ”י טבע,

דאַרף אויך דעמאָלט זיין „לא יקוה לאיש גו’”: מ’זאָל וויסן אַז טבע איז ניט קיין מציאות לעצמה,

און אויך דאַן פאָדערט זיך דער זעלבער בטחון אין דעם אויבערשטן,

ווי ס’איז געווען אין מדבר.

ט.

דאָס איז אויך די הוראה אין די לעצטע טעג פון זמן הגלות,

ווען מען גרייט זיך צו דער כניסה לא”י ע”י משיח צדקנו:

כאָטש מ’שטייט נאָך אין דעם חושך כפול ומכופל 53

פון זמן הגלות ,

היפך פון אתחלתא דגאולה 54

- און ווי מ’זעט במוחש - פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַלע ענינים פון לעת”ל זיינען „תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות” 55

- ובפרט בדורנו זה ווען מ’מאַכט די לעצטע הכנות צו דער גאולה ע”י משיח צדקנו,

וכפתגם כ”ק מו”ח אדמו”ר 56

אַז משיח איז „עומד אחר כתלנו” 57 ,

און נאָך מער: די „כותלי” הגלות ברענען שוין 58

-

דאַרף זיין אַ מעין

(עכ”פ)

פון דער עבודה פון „לא יקוה לאיש גו’” אין דער עבודה פון כאו”א,

אַז דרכי הטבע דאַרפן ניט האָבן קיין חשיבות,

און דער בטחון דאַרף זיין נאָר אין דעם אויבערשטן,

און דורך דעם ווערט יעדערער „נגאל” פון דאגות וענינים המבלבלים - וואָרום בשעת מען טוט אין דעם „בכל אשר תעשה” בלויז צוליב אויספירן דעם רצון העליון,

איז מען ניט טרוד אין דעם און ס’איז ניט מבלבל וכו’ - אים איז נאָר נוגע אויספירן דעם רצון העליון;

און די גאולה פרטית 59

וואָס ווערט אויפגעטאָן ביי כאו”א,

איז אויך די הכנה און כלי צו דער גאולה כללית ע”י משיח צדקנו,

ביז צו דעם „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים” 60 .

(משיחת ש”פ בלק תשכ”ג)

Reader controls and commentary are loading.