B"H
🏡

Ikar

בלק א

א.

שוין גערעדט אַמאָל בארוכה,

אַז כאָטש רש“י בפירושו עה“ת איז מפרש פשוטו של מקרא,

און דאָרטן וואו ער ברענגט אין זיין פירוש דרשות רז“ל,

איז דאָ אויף זיי אַ הכרח ע“פ פשט 1

-פונדעסטוועגן זעט מען אַז אין אונזער פרשה,

בשייכות צו דברי בלעם,

ברענגט רש“י אַראָפּ אַ ריבוי דרשות רז“ל,

כלל שלא ע“ד הרגיל בפירושו.

די הסברה אין דעם: תורה - בפשוטו של מקרא - זאָגט בפירוש „וישא משלו“ 2 ,

איז מובן,

אַז

(אויך)

לויטן דרך הפשט איז דער פירוש פון אָט די פסוקים ניט

(באַגרענעצט)

לויט דעם פשוט‘ן טייטש פון די ווערטער 3 ,

נאָר עס איז דאָ אַ נמשל,

אין זיי געפינען זיך

(אויך)

רמזים און דרשות וואָס זיינען ניט מפורש אין די ווערטער פון פסוק;

אָבער צוזאַמען דערמיט איז מובן,

אַז אויך די דרשות האָבן אַ הכרח אין פשט הכתוב,

זיי האָבן אַ שייכות און זיינען נוגע צום הבנת הכתוב 4 .

עפ“ז דאַרף מען פאַרשטיין דעם צווייטן ד“ה בפירוש רש“י אויפן פסוק 5

(אין דברי בלעם)

„כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת יאמר לעקב ולישראל מה פעל א־ל“.

רש“י איז מעתיק די ווערטער „כעת יאמר ליעקב וגו‘“ און איז מפרש: עוד עתיד להיות עת כעת הזאת אשר תגלה חיבתן לעין כל שהן יושבין לפניו ולומדים תורה מפיו ומחיצתן לפנים ממלאכי השרת והם ישאלו להם מה פעל א־ל וזהו שנאמר 6

והיו עיניך רואות את מוריך,

ד“א יאמר ליעקב אינו לשון עתיד אלא לשון הווה אינן צריכים למנחש וקוסם כי בכל עת שצריך להאמר ליעקב ולישראל מה פעל הקב“ה ומה גזרותיו במרום אינן מנחשים וקוסמים אלא נמסר להם ע“פ נביאיהם מה היא גזירת המקום או אורים ותומים מגידים להם.

ואונקלס לא תרגם כן.

ולכאורה:

א)

די אריכות אין פרש“י - בפרט אין ערשטן פירוש - וואו איז דאָס אַלץ מרומז

(און וואָס איז עס נוגע צום פשט)

אין די ווערטער פון פסוק?

ב)

וואָס איז די שווערקייט אין יעדן פון די פירושים,

וואָס רש“י דאַרף אָנקומען צו ביידע פירושים?

ג)

רש“י איז מקדים דעם ערשטן פירוש פאַרן צווייטן,

וואָס ווייזט אַז ער איז נעענטער צום פשט - מיט וואָס איז דער ערשטער פירוש נעענטער צו פשש“מ?

ד)

וואָס איז רש“י אויסן מיט‘ן סיום „ואונקלס לא תרגם כן“ 7

- בריבוי מקומות איז תרגום אונקלס אַנדערש פון פרש“י,

און רש“י דערמאָנט עס ניט.

ב.

מפרשים 8

זאָגן,

אַז דער הכרח אויף דעם ערשטן פירוש איז פון דעם לשון „כעת“ - מיט אַ כ“ף הדמיון 9 ,

וואָס פון דעם נעמט רש“י אַז „עוד עתיד להיות עת כעת הזאת“: ניט די איצטיקע צייט ממש,

און בדומה צו דער פריער געזאָגטע צייט פון „ותרועת מלך בו“ 10

(וואָס איז ווי רש“י טייטשט)

„לשון חיבה ורעות“,

וועט קומען נאָך אַזאַ צייט

(„כעת“)

ווען „תגלה חיבתן לעין כל כו‘“,

און איז מפרש וואָס עס מיינט דער ענין פון „תגלה חיבתן“.

און לויטן צווייטן פירוש קומען די ווערטער „כעת יאמר לעקב“ בהמשך צו התחלת הכתוב „כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל“: בשעת אידן דאַרפן עפּעס וויסן ווערט זיי דאָס איבערגעגעבן ד ורך די נביאים אָדער אורים ותומים.

ולפ“ז,

איז לויטן ערשטן פירוש שווער,

וואָס דער תוכן פון „כעת יאמר וגו‘“ האָט ניט קיין המשך צו התחלת הכתוב 11

; און אויך אין צווייטן פירוש איז דאָ אַ שווערקייט: א)

בפשטות איז „יאמר“ לשון עתיד,

ניט לשון הווה 12 ,

ב)

דער לשון „כעת“,

מיט אַ כ“ף הדמיון 11 .

אָבער לויט דעם בלייבט נאָך אַלץ צו פאַרשטיין:

א)

אין הכי נמי אַז פון פסוק איז מוכח אַז ס‘וועט זיין נאָך אַ צייט בדומה צו דער צייט,

וואָס דעמאָלט וועט געזאָגט ווערן „ליעקב ולישראל מה פעל א־ל“ - פון וואַנעט איז אָבער די ראי‘,

און וואָס איז נוגע אין פשטות פירוש הכתובים,

די פרטים „שהן יושבין לפניו ולומדים תורה מפיו ומחיצתן לפנים ממלאכי השרת“ און די מלאכים וועלן זיין די וואָס וועלן פרעגן „מה פעל א־ל“.

ב)

פאַרוואָס איז ער מקדים דעם ערשטן פירוש פאַר דעם צווייטן -אדרבא,

דער צווייטער פירוש

(טראָץ זיין שווערקייט אין לשון כנ“ל)

איז דאָך פאָרט נעענטער צו פשש“מ 13

דערמיט וואָס דער צווייטער טייל פסוק קומט בהמשך צו התחלת הכתוב,

משא“כ לויטן ערשטן פירוש?

און ווי מען געפינט טאַקע,

אַז אין מדרש 14

שטייט דער צווייטער פירוש

(פון רש“י)

פאַר דעם ערשטן; נאָך מער,

דער רמב“ן אויפן פסוק ברענגט פון רש“י בלויז דעם צווייטן פירוש 15 .

ג)

פון רש“י‘ס לשון „ד“א יאמר ליעקב אינו לשון עתיד אלא לשון הווה“ איז מוכח,

אַז „יאמר“ קען געטייטשט ווערן

(אויך)

בלשון הווה,

ווי רש“י

(שוין פריער) 16

איז דאָס מסביר וויבאַלד דאָס איז „דבר ההווה תמיד“ - „בכל עת“; און אויך דעם לשון „כעת“ קען מען פאַרענטפערן לויטן צווייטן פשט - ווי מפרשים 17

טייטשן,

אַז „כעת“ מיינט: ווען עס קומט די צייט וואָס מ‘דאַרף עפּעס וויסן איז „נמסר להם ע“פ נביאיהם וכו‘“.

ג.

לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן,

אַז דער המשך צום התחלת הכתוב לויטן ערשטן פירוש איז ווי די גמרא 18

זאָגט „כל אדם שאינו מנחש מכניסין אותו במחיצה שאפילו מלאכי השרת אין יכולין ליכנס בתוכה שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל כעת 19

יאמר ליעקב ולישראל מה פעל א־ל“ 20

-

מ‘קען אָבער ניט זאָגן,

אַז דאָס איז די כוונה אין פירוש רש“י וואָרום:

א)

אין רש“י איז ניטאָ קיין רמז אפילו אַז דאָס וואָס „מחיצתן לפנים ממלאכי השרת“ איז אַ תוצאה פון „לא נחש גו‘“.

ב)

לפי“ז האָט עס ניט געדאַרפט זיין ערשט לעתיד לבא - „עוד עתיד להיות עת כעת הזאת“: וויבאַלד אַז „לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל“ איז בהווה

(כפרש“י),

האָט אויך די תוצאה

(„יאמר ליעקב וגו‘“),

געדאַרפט זיין אין זעלבן זמן,

און ווי ס‘איז געווען בשעת מ“ת אַז למדו עשרת הדברות מפי הקב“ה *20

.

ג)

וואָס איז דאָ נוגע און שייך דער ענין „שהן יושבין לפניו ולומדים תורה מפיו“ 21 ?

ד.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין נאָך דיוקים אין פירוש רש“י.

ומהם:

א)

אין ערשטן פירוש - וואָס איז דער לשון „מלאכי השרת“ - ניט מלאכים סתם?

ב)

„וזהו שנאמר והיו עיניך רואות את מוריך“ - צי דען איז רש“י‘ס ענין בפירושו עה“ת צו מסביר זיין פסוקים אין נ“ך?

ג)

אין צווייטן פירוש 22

איז רש“י מוסיף

(נאָך „ומה פעל א־ל“)

„ומה גזרותיו במרום“ - וואָס פאַר אַ שייכות האָט עס דאָ?

נאָכמער: אין דעם המשך דערמאָנט ער נאָר „

(אלא נמסר להם ע“פ נביאיהם)

מה היא גזירת המקום“ און ניט „מה פעל א־ל“.

ה.

דער ביאור בזה:

בלק האָט „געדונגען“ בלעם‘ען אויף - לכה נא ארה לי את העם הזה 23

; און בשייכות דערמיט איז געווען דער ענטפער „וישא משלו“ צום ערשטן מאָל,

פאַרוואָס ער קען דאָס ניט טאָן - „מה אקוב גו‘“ - „כי מראש צורים אראנו וגו‘“ 24

- די אויסערגעוויינליכע מעלות פון אידן,

ווי רש“י איז זיי מפרט בפירושו אויף די פסוקים.

ועד“ז ביים צווייטן מאָל „וישא משלו“ הויבט ער אָן „לא איש א־ל ויכזב“,

אַז מען קען ניט דורכפירן בלק‘ס ווילן „להמיתם במדבר“ 25 ,

און ער איז ממשיך ווייטער אין די מעלות פון אידן וחיבתם אַז דער אויבערשטער פאַרקוקט די עבירות פון אידן,

ואדרבה „תרועת מלך בו - לשון חיבה ורעות כו‘“ 26 .

און אויף דעם איז ער דערנאָך מוסיף,

אַז ניט נאָר איז ניט שייך ארה לי את העם,

נאָר פּונקט להיפּוך - „כי לא נחש ביעקב“ - „כי ראויים הם לברכה

(מצד מעלתם)

שאין בהם מנחשים וקוסמים“ 27 .

וויבאַלד אָבער אַז דאָס וואָס „אין בהם מנחשים וקוסמים“ בריינגט ברכה ווייזט אויף דער פחיתות פון בלעם‘ען

(וואָס ענינו איז אַ קוסם 28 )

- דעריבער האָט בלעם ווייטער ממשיך געווען וועגן דער מעלה פון אידן און דערמיט מדגיש געווען,

אַז די סיבה וואָס ער קען ניט ארה לי את העם איז ניט מצד זיין

(בלעם‘ס)

חסרון,

נאָר מצד דער מעלה פון אידן וואָס ער האָט מרמז געווען אין „משלו“ מיט די ווערטער „כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל א־ל“.

ו.

דער ביאור אין דעם: „כעת“

(מיט אַ כ‘ קמוצה)

ווייזט אויף אַ באַוואוסטער צייט 29

- און וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן חיבת ישראל,

איז מובן אַז ס‘רעדט זיך וועגן אַ צייט ווען מ‘האָט געזען די חיבה פון אויבערשטן צו אידן.

און דאָס ווייס אויך אַ בן חמש למקרא,

אַז די צייט,

ווען די חיבה פון אויבערשטן צו אידן איז געווען ניכר בגלוי,

איז געווען אין זמן פון מ“ת,

אויף וועלכן ס‘שטייט 30

: „והייתם לי סגולה מכל העמים כי לי כל הארץ“,

און ווי רש“י פאַרטייטשט עס: „אוצר חביב כו‘ כך אתם תהיו לי סגולה משאר אומות ולא תאמרו אתם לבדכם שלי ואין לי אחרים עמכם ומה יש לי עוד שתהא חבתכם נכרת כי לי כל הארץ והם בעיני ולפני לכלום“.

און פון דעם וואָס מ‘זאָגט „כעת יאמר ליעקב“,

אַז דער „עת“ דלעתיד וועט זיין גלייך צו דער עת הידועה,

דער זמן פון מ“ת - איז מובן,

אַז פּונקט ווי ביי מ“ת האָבן אידן געלערנט תורה פון דעם אויבערשטן אַליין

(די עשרת הדברות וואָס מ‘האָט געהערט פון אויבערשטן),

עד“ז „עתיד להיות“,

אַז מ‘וועט לערנען „תורה מפיו“,

פון דעם אויבערשטן 31 .

און וויבאַלד אַז חיבה בגלוי דריקט זיך אויס אין פאַרגלייך צו אַנדערע,

וואָס לגבי זיי איז „חיבתן נכרת“

(כנ“ל בפרש“י),

במילא איז מובן,

אַז בשעת עס רעדט זיך וועגן לימוד התורה

(וואָס אומות העולם האָבן דערצו בכלל קיין שייכות ניט),

מוז מען זאָגן אַז אין דעם איז דער גילוי החיבה אין פאַרגלייך לגבי „מלאכי השרת“ 32 ,

אפילו לגבי די מלאכים וואָס זייער ענין איז „לשרת“ כביכול דעם אויבערשטן

[ניט נאָר ווי די מלאכים שטייען אין אַ מצב וואָס זיי פירן אויס אַ שליחות

(פון דעם אויבערשטן)

למטה,

ע“ד ווי מ‘האָט שוין געלערנט פריער וועגן די מלאכים וואָס זיינען געקומען צו אברהם דורכצופירן שליחות‘ן 33

(א‘ לבשר את שרה ואחד להפוך את סדום ואחד לרפאות את אברהם שאין מלאך אחד עושה שתי שליחות),

וע“ד באַ הגר 34

וכיו“ב 35 ,

נאָר ווי זיינען משרת למעלה,

כביכול,

דעם אויבערשטן]

;

ד.

ה.

אַז אויך לגבי דעם ווי די מלאכים זיינען משרת וועט זיין ניכר די חיבה פון אידן 36 ,

לערנענדיק תורה מפיו פון אויבערשטן - „והם ישאלו להם מה פעל א־ל“ 37 .

עפ“ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס בהמשך צו דעם וואָס „ראויים הם לברכה“ מטעם „כי לא נחש ביעקב“ האָט בלעם מוסיף געווען און באַוואָרענט,

אַז דאָס וואָס ס‘קען ניט שולט זיין אַ קללה אויף די אידן איז ניט ווייל ער איז

(אַ פחות)

אַ מנחש וקוסם און זיי זיינען „לא נחש“,

נאָר מצד דעם עצם מעלה פון אידן,

וואָס עס וועט נתגלה ווערן חיבתם אַז „מחיצתן לפנים ממלאכי השרת“ 38 .

ז.

עס ווערט אָבער די שאלה:

א)

מ‘געפינט דאָך ביי מ“ת אַז אידן האָבן געזאָגט צו משה‘ן „דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים פן נמות“,

און אַזוי איז טאַקע געווען „ויעמוד העם מרחוק“ 39

איז ווי קען זיין כעת אַז אידן וועלן לערנען „תורה מפיו“ של הקב“ה?

ב)

און אויב אפילו יע,

אַז עס וועט זיין נאָכאַמאָל אַן עת ווי באַ מ“ת - איז פאַרוואָס איז עס שולל דעם „ארה לי“ מער ווי דער עת פון מ“ת?

דעריבער ברענגט רש“י: א)

„וזהו שנאמר 40

והיו עיניך רואות את מוריך“ - עס איז מפורש נאמר אין פסוק אַז דער אויבערשטער וועט זיין „מוריך“ פון אידן,

און אין אַן אופן פון „והיו עיניך רואות“ 41

; ב)

„שהן יושבין לפניו“,

דאָס וועט ניט זיין אַן איינמאָליגע זאַך און לזמן קצר,

נאָר אין אַן אופן פון „יושבין“ - בקביעות 42 ,

ווי רש“י האָט שוין מפרש געווען 43

„אין תשב אלא לשון עכבה“ 44 .

ח.

עס ווערט אָבער די שאלה: וויבאַלד אַז סו“ס איז דאָס אַן ענין וואָס וועט זיין לעתיד - איז ווי אַזוי טוט עס אויף,

אַז צוליב דעם זאָל איצט ניט קענען זיין „ארה לי“?

דעריבער ברענגט רש“י „ד“א“,

וואָס לויט דעם איז „יאמר ליעקב אינו לשון עתיד אלא לשון הווה כו‘ כי בכל עת שצריך להאמר ליעקב ולישראל מה פעל הקב“ה כו‘ אינן מנחשים וקוסמים אלא נמסר להם ע“פ נביאיהם כו‘“ -

וואָס לפ“ז איז דאָס אַן ענין שבהווה,

ניט

(נאָר)

אַ זאַך וואָס וועט זיין לעתיד.

לויטן צווייטן פירוש אָבער איז קשה,

וואָס „כעת יאמר ליעקב ולישראל גו‘“ איז ניט מוסיף אויף דעם וואָס „ראויים הם לברכה“ און אויף דעם וואָס בלעם קען ניט „ארה לי“,

ער איז בלויז דער סיום והמשך הענין פון תחלת הכתוב „כי לא נחש ביעקב“,

אַז דאָס וואָס זיי דאַרפן,

וויסן זיי ע“י נביאיהם.

ועפ“ז איז מובן וואָס רש“י נעמט אָן דעם ערשטן פירוש אַלס פירוש העיקרי בפשש“מ: וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך וועגן דברי בלעם אין וועלכע ער האָט געבענטשט אידן און גערעדט וועגן זייער מעלה,

איז מובן,

אַז דער פירוש אין זיינע רייד,

וואָס ברענגט אַרויס מער די מעלה פון אידן,

איז ער נעענטער צום פשט הכתובים.

ט.

עס איז אָבער מסתבר צו זאָגן,

אַז אויך לויטן צווייטן פירוש איז דער המשך פון דברי בלעם מוסיף אויף פריער אין דער הסברה פאַרוואָס עס קען ניט זיין „ארה לי“:

בלעם האָט געוואוסט,

אַז דער אויבערשטער וויל עס ניט; ער האָט אָבער געטראַכט אַז ער קען מכוון זיין די שעה „שהקב“ה כועס“ 45

און דעמאָלט וועט ער קענען „ארה לי“.

און דעריבער איז רש“י מוסיף אין צווייטן פירוש „ומה גזרותיו במרום“ -„נמסר להם ע“פ נביאיהם מה היא גזרת המקום“ -

אַז אויך לויטן צווייטן פירוש זיינען די ווערטער „כעת יאמר ליעקב ולישראל גו‘“ אַ הוספה אין שלילת הקללה ע“י בלעם: וויבאַלד אַז אפילו אין דער „שעה“ וואָס „כועס בה“ ווייסן דערפון די אידן דורך נביאיהם ואורים ותומים און זיי נעמען אַראָפּ די גזירה דורך תשובה כו‘ 46 .

יוד.

עפ“ז י“ל,

אַז דער חילוק צווישן די צוויי פירושים איז אַ שקלא וטריא אין אַ שאלה כללית - און אויך בהלכה 47

: וואָס איז גובר - אַ גרעסערע מעלה וואָס וועט זיין לעתיד,

אָדער אַ קלענערע מעלה וועלכע איז דאָ שוין בהווה 48 .

לויטן ערשטן פירוש קומט אויס,

אַז „כעת יאמר ליעקב ולישראל“ מיינט אַז זיי זיינען „ראויים הם לברכה“ און עס קען כלל ניט זיין אַ מקום לקללה צוליב זייער גרויסער מעלה וואָס „תגלה חיבתן לעין כל“ און „מחיצתן לפנים ממלאכי השרת“,

אָבער דאָס איז אַ מעלה וואָס „עתיד להיות“.

דאַקעגן לויטן צווייטן פירוש,

איז אדרבה,

מעלתם איז ניט אַזוי גרויס,

ס‘איז דאָ אַן אָרט אַז המקום כועס און ס‘איז שייך קללה,

נאָר וויבאַלד אַז „נמסר להם ע“פ נביאיהם מה היא גזרת המקום“ פאַרהיטן זיי אַז עס זאָל בטל ווערן,

ניט דורכגעפירט ווערן לפועל.

אָבער לאידך איז דאָס אַ מעלה וואָס איז בכל עת - בהווה.

ועפ“ז קומט אויס,

לכאורה,

אַז פון דעם סדר הפירושים אין רש“י קען מען מכריע זיין דעתו ע“ד הפשט,

אַז אַ מעלה גדולה בעתיד,

איז מכריע די קלענערע מעלה וואָס איז דאָ בהווה.

אָבער באמת קען מען פון דעם פרש“י עס ניט אָפּלערנען,

ווייל: א)

רש“י איז דאָך דאָס מפרש אין דברי בלעם,

אַ נביא באַ או“ה ע“ד ווי נביאי ישראל* 48

- איז דאָס וואָס „נמסר להם ע“פ נביאיהם“ ניט אַזאַ גרויסע מעלה ווי דאָס וואָס זיי לערנען „מפיו“ של הקב“ה.

ב)

ועיקר: לויט דעם ערשטן פירוש איז דאָס ניט נאָר אַ מעלה וואָס וועט זיין לעתיד,

נאָר עס איז דאָ די מעלה אויך בהווה,

און בעתיד וועט נאָך צוקומען „תגלה חיבתן לעין כל“ - בעתיד וועט די חיבה און מעלה פון אידן נתגלה ווערן פאַר אַלעמען.

ובמילא איז פון דעם ניט קיין ראי‘ צו אַן ענין,

וואו די מעלה וועט זיך ערשט אויפטאָן לעתיד אַז אויך זי איז מכריע דעם הווה.

יא.

ע“פ כהנ“ל זעט מען אַז דער תוכן העיקרי אין אַלע בלעם‘ס רייד איז - די אויסערגעוויינליכע מעלות פון אידן

וואָס ער איז געווען מוכרח מדגיש זיין דאָס וכו“כ פעמים - כדי פאַרענטפערן זיך פון די תביעות פון בלק‘ן כו“כ פעמים „ארה לי“ „וקבנו לי“ וכו‘

וואָס דערפאַר איז ע“פ פשש“מ און אויך ע“ד הדרוש והרמז,

„משלו“ -פירוש הכתובים אַז עס רעדט זיך במעלתם של ישראל.

און דערפאַר באַוואָרנט רש“י און וואונדערט זיך: בכו“כ מקומות אין די אַלע פסוקים בפרשתנו 49

איז „כתרגומו“ „וכן תרגם אונקלוס“

(אָדער עכ“פ מיט נאָך אַ פירוש),

מיט דעם אויסנאַם אין דעם פסוק

(אויך לגבי די פסוקים שלאחריו)

און די תמי‘ אַז „ואונקלס לא תרגם כן“

(ניט ווי ביידע פירושים)

- און קלייבט אויס דוקא פשוטו של מקרא ממש -

ואע“פ אַז רש“י האַלט אַנדערש,

ווייל עס איז „משלו“

(כנ“ל)

און אַלע פסוקים רעדן במעלתם של ישראל

אינגאַנצן שולל זיין פירושו וויל רש“י ניט - ובהסברה אַז „ואונקלוס“ וואָס דרכו איז פשש“מ אפילו וואו רש“י זאָגט „אין המקרא הזה אומר אלא דרשני“ 50

וכיו“ב - לא תרגם כן,

לשיטתי‘ וואָס איז אויך שיטת רש“י בשאר כתובי התורה.

יב.

איינע פון די הוראות וואָס מ‘קען אַרויסלערנען פון הנ“ל:

ניט נאָר איז דער גילוי שע“י הנביאים אַ פעולה נמשכת בהווה,

און עס איז אויך דאָ בכל זמן הוראות ברורות,

וואָס גילה דבריו ע“י עבדיו ראשי אלפי ישראל עיני העדה בכל דור ודור -נאָר אויך דאָס וואָס אידן לערנען תורה מפיו של הקב“ה איז געווען ניט בלויז איין מאָל בזמן מ“ת,

אין מדבר,

נאָר ס‘איז אַזוי בכל עת,

אַז ווען אַ איד לערנט תורה כדבעי - ווערט תען לשוני אמרתך 51

ער לערנט עס מפיו של הקב“ה; עס איז נאָר וואָס יעצט איז דאָס בהעלם און לעתיד „תגלה חיבתן לעין כל“.

ובמילא איז פאַרשטאַנדיק,

אַז ס‘איז ניטאָ וואָס נתפעל צו ווערן פון די מלעיגים אויף לימוד התורה וקיום המצות,

ובפרט אין הפצת התורה והיהדות,

וויבאַלד ער האָט קלאָרע הוראות פון דעם וואָס גילה דבריו ע“י עבדיו,

און נאָכמער - ער לערנט מפיו של הקב“ה און פשיטא אַז ער געפינט זיך צוזאַמען מיטן אויבערשטן -הקב“ה קורא ושונה כנגדו 52 ,

ביז אַז „מה להלן

(בשעת מ“ת)

באימה וביראה וברתת ובזיע אף כאן“ 53

אַזוי.

און וויבאַלד אַז ער איז „תמים תהי‘ עם ה‘ אלקיך“ 54

- צוזאַמען מיטן אויבערשטן - איז ניטאָ וואָס נתפעל צו ווערן אויך פון דעם וואָס „רגשו גוים“ און „לאומים יהגו“ 55 ,

ווייל ער ווייס אַז עס איז „ריק“; אפילו אַז דאָס קומט פון אַ מלך אָדער אַ שר

(ווי בלק מלך מואב)

אָדער פון איינעם פון די נביאי אוה“ע,

ע“ד ווי בלעם,

וואָרום אויך זיי ווייסן

(ומזלייהו חזי - זעט עס)

די מעלה נפלאה פון אידן אַז „מחיצתן לפנים

(אפי‘)

ממלאכי השרת“.

ביז אַז אַלע או“ה מוזען מודה זיין אַז אידן זיינען „ראויים הם לברכה“ ווייל „אין בהם מנחשים וקוסמים“,

ד.

ה.

זיי רעכענען זיך כלל ניט מיט חוקות והנהגות הגוים - אידן שטייען שטאַרק אין זייער אמונה אין תורה.

און דעמאָלט אַנשטאָט צו ח“ו שטערן אידן - בענטשן זיי און זיי העלפן אידן אַז עס זאָל זיי גאָרניט פעלן,

ואדרבא,

ובפרט אין זייער אַרויסגיין בקרוב ממש פון מדבר הגלות און אַריינגען אין דער גאולה האמתית,

אין ארץ הקודש

(היפך כוונת בלק) 56 ,

און מען קומט צו דעם „תגלה חיבתן לעין כל“,

והיו מלכים אומניך ושרותיהם מיניקותיך 57 ,

ועמדו זרים ורעו צאנכם 58

אין דער גאולה האמתית והשלימה בקרוב ממש.

(משיחת ש“פ בלק תשל“ז)

Reader controls and commentary are loading.