א.
חז״ל זאגן 1 ,
אז דער באר וואס האט באזארגט די אידן אין מדבר מיט וואסער איז געווען בזכות מרים,
און דערפאר,
איז גלייך נאך דער פטירה פון מרים -,
ולא הי׳ מים לעדה" 2
; און די עניני כבוד זיינען געווען בזכות אהרן,
און ווען "מת אהרן נסתלקו ענני כבוד".
פונדעסטוועגן איז דער באר געווען אויך נאך פטירת מרים און די ענני כבוד נאך פטירת אהרן,
ווייל דערנאך,
ווי חז״ל זאגן 1 ,
" חזרו שניהם בזכות משה".
בהשקפה ראשונה זעט אויס,
אז אויך רש״י בפירושו על התורה - לימוד פשוטו של מקרא - נעמט אן ווי דברי חז״ל הנ״ל:
אויפן פסוק 2
"ולא הי׳ מים לעדה" איז רש״י מפרש "מכאן שכל מ׳ שנה הי׳ להם הבאר בזכות מרים",
און אויפן פסוק 3
"וישמע הכנעני" ברענגט ער 4
"שמע שמת אהרן ונסתלקו ענני כבוד"; לאידך אבער געפינט מען,
אז דער באר איז געווען אויך נאך פטירת מרים,
ווי דער-ציילט ווייטער אין חומש 5
(ביים נס פון "אשד הנחלים"),
און ווי רש״י איז מפרש אויף ״ומבמות הגיא ..
בשדה מואב״ 6
-"כי שם מת משה ושם בטלה הבאר".
דערפון איז משמע,
אז רש״י נעמט אן אז דעם באר האט דער אויבערשטער צוריקגעקערט בזכות משה 7
; ובמילא איז מסתבר,
אז אויך די ענני כבוד חזרו בזכות משה 8
- ווייל עס לייגט זיך ניט צו זאגן אז זכותו של משה האט גע-האלפן נאר פאר חזרת הבאר און ניט פארן אומקער פון די ענני כבוד.
לפ״ז איז אבער תמוה: בנוגע דעם באר דערציילט די תורה 9
ווי אזוי ער איז צוריקגעקומען - אז "ולא הי׳ מים לעדה ויקהלו על משה גו׳ וירב העם גו׳",
און דער אויבערשטער האט געזאגט משה׳ן "קח את המטה גו׳" און די אידן האבן ווידער געהאט מים פון דעם סלע;
משא״כ בנוגע די ענני כבוד,
ווערט ניט באווארנט - ניט אין חומש און ניט אפילו אין פירוש רש״י - ווי אזוי און ווען "חזרו"!
אויך דארף מען פארשטיין: כשם ווי דער ביטול הבאר נאך מיתת מרים האט גורם געווען צו "ויקהלו 9
על משה גו׳ וירב העם גו׳",
האט אויך דער סילוק ענני כבוד נאך מיתת אהרן לכאורה גע-דארפט ארויסרופן אן אויפגערודערט-קייט ביי די בנ״י - פארוואס געפינט מען ניט אז אידן זאלן האבן טענות אויף דעם וואס "נסתלקו ענני כבוד" 10 ?
ב.
לכאורה וואלט מען געקענט איינלערנען,
אז ע״פ פשוטו של מקרא זיינען די ענני כבוד מער ניט צוריקגעקומען נאך זייער סילוק לאחרי פטירת אהרן *10
; און דער טעם דערפון איז פשוט - מען האט מער ניט געדארפט אנקומען צו די עננים:
רש״י האט שוין פריער 11
מפרש געווען אז די עננים האבן ארומגערינגלט אידן "מד׳ רוחות ..
למעלה ..
למטה",
וואס דורכדעם האבן זיי
(א)
באשיצט די אידן "לבל יכה בהם שרב ושמש" 12
;
(ב)
ווי רש״י ברענגט ווייטער 13
- ״היו שפים בכסותם ומגהצים אותם"; און נאך אן ענן איז פאראויסגעגאנגען
(ג)
"לנחותם הדרך" 14 ,
און
(ד)
אויסגלייכן דעם וועג און באשיצן פון מזיקין: "מנמיך את הגבוה ומגבי׳ את הנמוך והורג נחשים ועקרבים" 15 .
אבער נאך פטירת אהרן האבן די אידן זיך מער ניט גענויטיקט אין דעם אלעם וואס די עננים האבן אויפגעטאן פאר זיי,
ווייל "הר ההר" געפינט זיך שוין "על גבול ארץ אדום" 16 ,
ביים סוף פון מדבר,
נאענט צו מקומות של ישוב; ומובן אז דאס איז אן ארט וואו דער "שרב ושמש" פון מדבר איז פיל שוואכער.
[און ניט נאר מצד דעם מקום -אויך מצד דעם זמן: פטירת אהרן איז געווען "בחודש החמישי באחד לחודש" 17
- חודש אב,
נאענט צו דער צייט ווען די היצן ווערן שוואכער,
ווארום "מחמשה עשר באב ואילך תשש כחה של חמה" 18 .
- ס׳איז ניט קיין סתירה פון דעם וואס רש״י איז מפרש אין פ׳ נח 19 ,
אז "חום" מיינט "סוף ימות החמה חצי אב ואלול וחצי תשרי שהעולם חם ביותר ..
שלהי 20
קייטא קשי מקייטא״ - ווייל,
דארט איז דער טעם,
ווי רש״י איז מדייק בלשונו: " שהעולם חם ביותר",
"לפי שכבר נתחמם כל האויר וגוף הבריות בחום הקיץ שעבר עליו" 21
; אבער היץ פון זריחת השמש מצ״ע ווערט שוואכער פון חמשה עשר באב ואילך,
ווי מ׳זעט עס במוחש.
ובנדו״ד,
וויבאלד אז ביז מיתת אהרן
(דער "קיץ שעבר עליו")
האבן די עננים באשיצט אידן פון דעם חום השמש,
איז דא ניט געווען "כבר נתחמם
(כל האויר ו)
גוף הבריות בחום הקיץ שעבר עליו״ - און היות אז מחמשה עשר באב ואילך איז די זריחת השמש ניט מיט אזא שטארקייט,
האבן זיי ניט געדארפט אנקומען צו די ענני כבוד "לבל יכה בהם שרב ושמש"].
ועד״ז האבן זיך די אידן ניט מער גענויטיקט
(אזויפיל)
-
(א)
אין דעם וואס די ענני כבוד ״היו שפים בכסותם ומגהצים וכו׳" 22
- ווארום אויב דארט וואלט ביי א אידן געווען דער פאל פון "שמלתך ..
בלתה מעליך",
האט ער געקענט קויפן א לבוש אין איינע פון די דערבייאיקע שטעט פון אומות העולם 23
;
(ב)
אויך האט מען שוין ניט געדארפט אנקומען בהכרח צום נס אז אן ענן זאל זיי ווייזן דעם וועג,
היות מ׳האט זיך געפונען אין אן ארט וואו ם׳זיינען שוין דא דרכים כבושות וכו׳;
(ג)
און עד״ז אויך ניט דעם אויפטו פון "הורג נחשים ועקרבים" זייענדיק נאענט צו מקומות של ישוב 24 .
[און אע״פ אז דער ענן האט געדארפט משווה זיין די הרים כו׳,
און ווי רש״י איז מפרש אויך ״הר ההר״ 25
- ״ואע״פ שהענן הולך לפניהם ומשוה את ההרים,
שלשה נשארו בהן ..
והר נבו לקבורת משה כו׳",
וואס דערפון זעט מען,
אז דער ענן איז מיטגעגאנגען אויך
(נאך מיתת אהרן)
ווען אידן זיינען געקומען צו הר נבו
(וואו משה איז נסתלק געווארן)
-
וואלט מען געקענט פארענטפערן
(בדוחק עכ״פ),
אז דאס וואס דער ענן האט משוה געווען אלע הרים
(חוץ הר נבו)
מיינט
(ניט,
אז דאס איז פארגעקומען בעת די אידן זיינען דארט געקומען,
נאר)
אז דאס האט זיך אפגעטאן פריער
(מהלך ג׳ ימים שהלך לפניהם 26 ),
נאך איידער אהרן איז נסתלק געווארן,
כדי צו באווארענען דעם עתיד.
עפ״ז וואלט געווען אויך רעכט דער סדר ווי רש״י רעכנט דארט אויס די דריי הרים וואס זיינען ניט אויסגעגלייכט געווארן: ״הר סיני..
והר נבו..
והר ההר" - וואס לויט סדר המאורעות וואלט "הר נבו״ געדארפט שטיין נאך ״הר ההר״ -
אבער ע״פ הנ״ל וואלט מען עם געקענט מסביר זיין: מיט מקדים זיין הר נבו פאר הר ההר איז רש״י מרמז,
אז דאס וואס דער ענן האט איבערגעלאזט הר נבו לקבורת משה איז דאס ניט געווען אין א שפעטערדיקן זמן
(ווען אידן זיינען אהינצו געקומען),
נאר אין דעם זעלבן זמן ווען ער האט איבערגעלאזט הר ההר לקבורת אהרן].
ג.
אין אמת׳ן אבער,
איז מוכרח צו זאגן,
אז די עננים האבן זיך אומגעקערט און באגלייט די אידן אויך נאך פטירת אהרן,
ווייל:
א)
בפשטות ווערט מיט "לנחותם הדרך" ניט געמיינט
(בלויז)
צו פארהיטן פון בלאנדזשען אין מדבר
(וואו ם׳זיינען ניטא קיין דרכים),
נאר בכלל צו ווייזן דעם דרך,
די ריכטונג וואס דער אויבערשטער וויל אז די אידן זאלן גיין 27
- און וויבאלד אז אויך נאך מיתת אהרן זיינען געווען כו״כ מסעות,
האט מען אויך דעמאלט געדארפט אנקומען צום ענן.
ב)
רש״י זאגט בפירוש 28 ,
אז נאך מיתת אהרן ״חזרו לאחוריהם דרך ים סוף ..
שבע מסעות״ - צוריק אין מדבר 29 .
ג)
די עננים האבן באשיצט אידן אויך פון מלחמות מיט די אומות העולם.
ווי רש״י האט שוין מפרש געווען ביי מלחמת עמלק 30 ,
אז " וצא הלחם בעמלק" מיינט "צא מן הענן והלחם בו".
וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז כל זמן אידן זיינען געווען ארומגענומען פון די עננים האבן די אומות העולם ניט געהאט קיין שליטה צו לוחם זיין מיט זיי 31
; און ווי רש״י האט שוין מפרש געווען פריער 32 ,
אז דער ענן האט מקבל געווען די "חצים ואבני בליסטראות" וואס "היו מצרים זורקים",
[און דערפאר,
גלייך נאך מיתת אהרן - ״וישמע הכנעני..
וילחם בישראל" 33 ,
ווי רש״י איז מפרש 34 ,
אז דערזעענדיק אז "נסתלקו ענני כבוד" האט ער געמיינט אז "נתנה רשות להלחם בישראל"],
אשר לכן האט מען געדארפט די ענני כבוד צו באשיצן אידן אויך אין די שפעטערדיקע מלחמות.
ד)
דער אויפטו פונעם ענן אין די מ״ב מסעות,
איז געווען ניט נאר צו ווייזן וואו צו גיין,
נאר אויך
(ווי די תורה איז מאריך אין פ׳ בהעלותך 35 )
צו מודיע זיין ווען און ווי לאנג עס זאל זיין דער "יחנו" און דער "יסעו",
וואס דאס איז נויטיק אין אלע מסעות,
ביז מען איז אריין אין א״י.
ה)
ועיקר: רש״י ברענגט אראפ אין פ׳ בלק
( נאך מיתת אהרן),
אויפן פסוק 36
״והוקע אותם לה׳ נגד השמש״ - "השמש מודיע את החוטאים הענן נקפל מכנגדו והחמה זורחת עליו״ - זאגט דאך רש״י בפירוש 37 ,
אז דער ענן איז געווען אויך נאך מיתת אהרן 38
(און האט מגין געווען פון דעם שמש).
איז הדרא קושיא לדוכתא: פארוואס ווערט ערגעץ ניט דערמאנט
(אז - און ווי אזוי)
די ענני כבוד האבן זיך צוריקגעקערט - און פארוואס האט דער סילוק זייערער ניט ארויסגערופן קיין פערדרוס ביי אידן,
כנ״ל?
ד.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדם א דיוק און שינוי לשון אין פירוש רש״י עה״ת: אין כמה מקומות 39
רופט ער אן די עננים - "ענני כבוד ",
און אין א צאל ערטער 40
- "עננים"
(סתם).
אט די צוויי לשונות געפינט מען אויך אין די מדרשי חז״ל וואו עם שטייט אז עם זיינען געווען שבעה עננים: אין טייל מדרשי חז״ל 41
איז די גירסא "שבעה עננים היו"
(וכיו״ב),
און אין אנדערע 42
- "שבעה ענני כבוד היו"
(וכיו״ב).
רש״י בפירושו על התורה 43
קלייבט אויס און שרייבט "שבעה עננים כתובים כו׳".
ויש לומר הביאור: דעם חילוק צווישן עננים סתם און ענני כבוד - קען מען זאגן בפשטות: "ענני כבוד " מיינט פשוטו כמשמעו,
אז דער גאנצער תכלית זייערער איז נאר צו ווייזן כבודם של ישראל 44
.
ד.
ה.
עם זיינען געווען עננים וואס זייער ענין איז געווען צו באשיצן און באזארגן די אידן מיט זייערע צרכים און ענינים המוכרחים - חאטש בדרך ממילא פארשטייט מען דערפון חבתן
(וכבודם)
של ישראל.
און עם זיינען געווען נאך עננים וואס כל ענינים איז געווען לשם ״כבוד״ - ארויסווייזן אויף וויפל דער אויבערשטער איז מכבד די אידן.
און דערפון איז מובן,
אז ניט אלע עננים זיינען ענני כבוד : דער ענן וואס "מנמיך את הגבוה כו׳ והורג נחשים ועקרבים" 15
איז ניט פון די ענני כבוד,
ווייל זיין אויפטו איז א דבר של הכרח אויף צו קענען גיין אין מדבר; און עד״ז דער ענן וואס האט זיי באשיצט פון חום השמש אדער פון אוה״ע בשעת מלחמה,
איז ער ניט
(נאר)
צוליב כבודם של ישראל,
נאר צוליב א תועלת אין ענינים נחוצים - דערפאר נוצט רש״י אין די מקומות דעם לשון ״ענן״
(סתם)
[לדוגמא: ״וצא הלחם בעמלק - צא מן הענן״ 30
; ״זורקים חצים ..
והענן מקבלם״ 32
; ״הר ההר - ..
ואע״פ שהענן הולך לפניהם ומשוה את ההרים כו׳" 25
; ״נגד השמש - ..
הענן נקפל כו׳ והחמה זורחת עליו״ 35
; ״כל הנחשלים אחריך -..
שהי׳ הענן פולטן" 45 ].
משא״כ ביי די עננים וואס זיינען נסתלק געווארן נאך מיתת אהרן,
איז דארט דער לשון: ״נסתלקו
( נאר די)
ענני כבוד ״ 46
- נאר די עננים וואס זיינען געווען לכבודם של ישראל,
אבער ניט די עננים 47
וואס האבן באווארנט די צרכים פון אידן 48
- און די ענני כבוד האבן זיך
(ע״פ פשוטו של מקרא)
טאקע ניט אומגעקערט
(ומובן ג״כ ובפשטות פארוואס אידן האבן ניט געהאט קיין טענות בנוגע ענני כבוד ווי זיי האבן געהאט ביי בארה של מרים).
[דערמיט קען מען פארענטפערן די קשיא פון רא״ם 49
: וויבאלד עם זיינען געווען עננים מד׳ רוחות וא׳ מלמעלה וא׳ מלמטה 15
- און א סוכה איז בדוגמא צו די עננים
(ווי רש״י 50
איז מפרש: "כי בסוכות הושבתי - ענני כבוד ״)
- האט אויך א סוכה געדארפט האבן "א׳ מלמעלה וא׳ מלמטה וד׳ מד׳ רוחותי׳"
(און דער דין 51
איז,
אז עם איז גענוג צוויי גאנצע דפנות און א דריטע וואס האט א טפח)?
ויש להוסיף בקושיתו - פארוואס מאכט מען ניט קיין זכר צו דעם זיבעטן ענן וואס איז געווען "לפניהם"?
וע״פ הנ״ל איז עם פארענטפערט: דער זכר וואס מיר מאכן איז נאר צו די "ענני כבוד ״ 52
- די עננים וואס כל ענינם איז נאר לשם "כבוד" 53
; אבער דער ענן וואס איז געווען "לפניהם",
ועד״ז כמה פון די אנדערע ששה עננים,
האבן
(אויך)
משמש געווען אויף צו באווארענען די צרכים 54
פון די אידן כנ״ל,
ובמילא איז אויך דער מספר דפנות הסוכה - ניט פארבונדן מיט מספר ענני הכבוד.
ובפרט אז י״ל אז עם איז אין דעם געווען שינוים - במסע ווען מ׳האט ניט געדארפט האבן הגנה מצד מסוים - איז דער ענן מצד זה געווען אן ענן הכבוד ].
ה.
עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין א דיוק אין פרש״י הנ״ל
(סעיף ג)
אויף ״וישמע הכנעני״ 34
- ״שנסתלקו ענני כבוד וכסבור שנתנה רשות להלחם בישראל" - דלכאורה האט רש״י געדארפט דערמאנען דעם עיקר החידוש
(אויך)
-"שנתנה האפשריות והרשות להלחם בישראל" - וויבאלד אז די אידן זיינען פריער געווען ארומגענומען פון די עננים און עם איז געווען אוממעגלעך צו מלחמה האבן מיט זיי
(כנ״ל שם)
-
וע״פ הנ״ל איז עם מובן 55
: אויך נאך דעם ווי ״נסתלקו ענני כבוד" איז געבליבן דער ענן וואס האט באשיצט אידן פון אוה״ע בשעת מלחמה; דער כנעני האט אבער געמיינט,
אז וויבאלד עם זיינען נסתלק געווארן די ענני כבוד - דער אויבערשטער ווייזט שוין מער ניט ארוים אזויפיל כבוד צו אידן,
איז דאס א באווייז אז "נתנה רשות להלחם בישראל"; אבער בנוגע דער אפשריות למלחמה
(מצד די אנדערע עננים)
האט זיך גארניט געביטן 56 .
[און ס׳איז ניט קיין קשיא: ווי איז אפשר און ווי קומט עם אז דער כנעני 57
זאל פארפירן א מלחמה מיט אידן בשעת זיי זיינען באשיצט פון דעם ענן?
- ווייל,
אין הכי נמי,
אין דעם פרט האט אים די חוצפה פארפירט ביז צו שטות כו׳; און ער האט גערעכנט אז אידן וועלן ארויסגיין פון דעם ענן כדי צו מלחמה האבן מיט אים 58 .
ובפרט לויט פרש״י לפנ״ז 33
אז דער כנעני דא איז עמלק - און עמלק איז דאך געווען דער וואס האט שוין פון פריער געפירט מלחמה מיט אידן "הנחשלים אחריך - שהענן פולטן" 59 ,
אפילו ווען "היו כל האומות יראים להלחם בכם ..
קפץ וירד ..
אע״פ שנכוה כו׳" 59
; האט ער ווידעראמאל זיך פארמאסטן קעגן אידן אין אן אופן פון ״קפץ״,
ניט קוקנדיק וואס זיי זיינען געווען באשיצט פון דעם ענן].
ו.
אויף דער הסברה הנ״ל,
אין דעם חילוק צווישן "ענני כבוד" און עננים סתם,
קען מען אבער פרעגן: רש״י זאגט דאך 13
אז די ״ענני כבוד היו שפים בכסותם ומגהצים אותם ..
ואף קטניהם כמו שהיו גדלים הי׳ גדל לבושן עמהם",
וואס די ביידע אויפטואונגען פון די ענני כבוד זיינען לכאורה פון די זאכן וואס געהערן צו הצטרכות בני אדם און ניט אן ענין פון כבוד
(לחוד)
60 .
אין אמת׳ן אבער איז דאס קיין קשיא ניט.
ווארום,
בפשטות ,
איז דאס וואס רש״י זאגט ״ואף קטניהם ..
הי׳ גדל לבושן עמהם" מיינט ער ניט בהמשך און אלס אויפטו פון די ענני כבוד 61
-ווארום וואס פאר א שייכות האט "גדל לבושן עמהם״ צו די ענני כבוד?
! - נאר ריידנדיק וועגן די לבושים זאגט רש״י אז מיט זיי איז געשען א
( באזונדער )
נס,
וואס זיי זיינען מיטגעוואקסן צוזאמען און פארבונדן - ניט מיט עננים וכו׳ - נאר מיט זייערע גופים
(ווי רש״י זאגט דארט)
"כלבוש הזה של חומט שגדל עמו ".
[און דער טעם וואס רש״י ברענגט דאס בהמשך צו זיין פירוש אז "ענני כבוד היו שפים בכסותם כו׳",
איז ווייל גלייך דא קען זיך שטעלן די שאלה: בשלמא די גדולים האבן געקענט נאכאנאנד טראגן די זעלבע קליידער,
צוליב דעם וואס ״שמלתך לא בלתה מעליך״ -ווי אזוי אבער האבן די קטנים געקענט כסדר טראגן אין מדבר די זעלבע קליידער בעת זיי וואקסן און ווערן גדול יותר?
באווארנט דעריבער רש״י,
אז דערביי האט דער אויבערשטער געוויזן א נס,
אז "הי׳ גדל לבושן עמהם"].
און דאס וואס די " ענני כבוד היו שפים בכסותם ומגהצים אותם",
איז ניט געווען א הכרח - ווייל אויך לולא די "ענני כבוד" וואלטן די אידן אין מדבר דאס געקענט טאן - דורכפירן דעם שיפוי וגיהוץ באופן הרגיל.
[ובדוגמא ווי ״שמלתך לא בלתה״ -איז ניט געווען א נס הכרחי - ווייל זיי האבן זיך געקענט באזארגן מיט נייע לבושים - אדער פון די ריבוי "שמלות" 62
וואס מ׳האט מיטגענומען ביי יציאת מצרים 63
,
אדער מאכן פון דעם צמר הכבשים וכו׳ וואס זיי האבן געהאט פון דעם מקנה זייערן,
אדער דורך קויפן א לבוש בעת זיי זיינען פון צייט צו צייט געווען בקירוב צו א מקום ישוב 64 ].
און וויבאלד אז דער "שפים" און "מגהצים" דורך די ענני כבוד דוקא איז געווען
(ניט אן ענין הכרחי פאר אידן,
נאר)
בלויז צו פארשפארן זיי א טרחא
(קלה),
איז דאך דאס גופא דער אמת׳ער ענין און צייכן פון כבוד - אויף וויפיל דער אויבערשטער איז מייקר ומכבד די אידן - און דערפאר איז דאס שייך צו די ענני כבוד .
ז.
עם בלייבט אבער צו פארשטיין: וויבאלד רש״י 6
זאגט אז "בטלה הבאר" איז פארבונדן מיט מיתת משה,
איז משמע אז רש״י נעמט אן,
אז חזרת הבאר איז געווען בזכות משה
(כנ״ל ם״א)
- היינט פארוואס זיינען אויך די עניני כבוד ניט צוריקגעקומען בזכות משה?
וי״ל הביאור בזה: לויט פשוטו של מקרא - איז דאס אלעם וואס אידן האבן באקומען דורך משה׳ן - איז
(ניט ווי בא אהרן ומרים - וואס בזכותם האבן אידן באקומען ענני הכבוד ומים,
נאר)
- משה אלס רועה נאמן האט פארזארגט אידן מיט אלעם וואס זיי נייטיגן זיך,
און ווען זיי נייטיגן זיך אין דעם.
ועפ״ז יומתק: מען זעט,
אז דער ענין - וואס משה האט באזארגט אידן מיט זייערע צרכים - איז
(ניט ווי אן ענין התלוי בזכות,
וואס ווערט בטל נאך דער הסתלקות פון בעל הזכות 65
,
נאר)
אין אן אופן אז עם ווערט באווארנט אז נאך זיין פטירה זאלן זיי
(דאס אויך באקומען,
אדער זיי זאלן)
צו דעם ניט דארפן אנקומען:
אע״פ אז נאך מיתת משה איז "בטלה הבאר״ - האבן אבער די אידן מער ניט געדארפט אנקומען צום באר,
ווייל זיי זיינען שוין דאן געווען באם ירדן 66
; ועד״ז בנוגע דעם מן,
האט שוין רש״י 67
מפרש געווען,
אז
(אע״פ)
"כשמת משה בז׳ אדר פסק המן מלירד
(האבן זיי אבער געהאט דעם מן אויך שפעטער היות)
ונסתפקו ממן שלקטו בו ביום עד שהקריבו העומר בששה עשר בניסן ".
ח.
דערפון האט מען דעם לימוד בנוגע צו נשיאי ישראל בכל דור ודור,
אז אויך נאך הסתלקותם,
ווען בעיני בשר זעט מען ניט זייער השפעה באופן גלוי
(ע״ד ווי דער מן נאך מיתת משה,
וואס מ׳האט א קוק געטאן אין וועלט האט מען געזען אז פסק מלירד)
- איז אבער דא דער כלל מפורסם,
אז " לא יפרדו מעל צאן מרעיתם " 68
;
און ניט נאר מצד דעם וואס "אף כאן עומד ומשמש
( ממרום )
״ 69
- וואס דאס איז ניט שייך צו זען בעיני בשר - נאר אויך דערפאר וואס די פעולות וענינים וואס זיי האבן אויפגעטאן פאר אידן בחיים חיותם בעלמא דין,
זיינען א פעולה נמשכת - מ׳איז זיך ״מסתפק״ פון זיי אויך נאך זייער הסתלקות פון עולם הזה.
ט.
און דאס איז אויך די שייכות מיוחדת פון דעם ענין הנ״ל מיט דעם חג הגאולה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר די״ב־י״ג תמוז - וואס פאלט אויס
(בכו״כ שנים -וכקביעות שנה זו)
אין די ימי השבוע פון שבת פ׳ חקת
(דמיני׳ מתברכין 70 )
- ווייל אט דער ענין זאגט זיך ארוים באופן ניכר אין דער גאולה פון רבי׳ן:
מ׳זעט במוחש,
ווי דער נצחון וגאולה פון י״ב־י״ג תמוז בימים ההם,
וואס האט גע׳פועל׳ט אז אפילו אין יענער מדינה זאל זיין החזקת התורה והפצת היהדות וכו׳ - איז א פעולה נמשכת עד היום הזה .
דאס האט שוין אויפגעשטעלט דריי דורות פון אידן שומרי תורה ומצוה במדינה ההיא - וואס דאן פסק׳נט אפ תורה אז "לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך גו׳ מעתה ועד עולם" 71 .
און נאכמער: מ׳זעט,
אז אפילו אזעלכע וואס זיינען שוין כמה דורות געווען אפגעריסן ר״ל פון תורה און אידישקייט - צוליב דעם מצב איום ותנאים איומים במדינה ההיא - אויך זיי זיינען זיך ״מסתפק״ פון דער פעולת הגאולה עד היום הזה ,
אז דאס איז זיי איצט מעורר מיט א תנועה פון תשובה און זיי קערן זיך אום צו א לעבן פון תורה און אידישקייט.
און דורך דעם וואס מ׳וועט טאן כדבעי אין די פעולות פון דעם חג הגאולה 72
צו מחזק זיין תורה ויהדות און מפיץ זיין זיי,
כולל ובפרט ענין שהזמן גרמא - הפצת מעיינות החסידות חוצה - וועט דאס אראפברענגען דעם "קא אתי מר" דא מלכא משיחא,
במהרה בימינו אמן.
(משיחות מוצאי ש״פ מטו״מ,
ש״פ דברים וט״ו באב תשל״ט)