א.
וועגן די דינים פון טומאת מת בפרשתנו זאָגט דער ילקוט 1
אויפן פסוק 2
„הנוגע במת לכל נפש אדם וטמא שבעת ימים“ - „נוגע במת טמא ואין 3
מת עצמו טמא,
נוגע במת טמא ואין 3
בנה של שונמית טמא,
אמרו בנה של שונמית כשמת כל שהי‘ עמו בבית טמא
(הי‘ 4 )
טומאת שבעה וכשחי‘ הי‘ טהור לקודש חזרו ונגעו בו וטמאוהו 5
הם,
הרי זה אומר מטמאיך לא טמאוני ואתה טימאתני“ 6 .
דאָס וואָס דער ילקוט פאַרבינדט דאָ בכללות דעם ענין פון „ואין בנה של שונמית טמא“ מיטן פריערדיקן פרט „ואין מת עצמו טמא“,
קען מען מפרש זיין בפשטות: היות דער מת עצמו איז ניט טמא,
דערפאַר איז אויך דער בן השונמית ניט געווען טמא נאָכדעם ווי ער איז צוריק לעבעדיק געוואָרן
(כאָטש ער איז פריער געווען אַ מת און האָט מטמא געווען).
עס פאָדערט אָבער ביאור דער המשך „נוגע במת טמא ואין בנה של שונמית טמא“: פון דעם דיוק הכתוב „הנוגע במת גו‘ יטמא“ לערנט מען אָפּ
(ווי די ערשטע ילפותא אין ילקוט)
אַז נאָר הנוגע איז טמא אָבער „אין מת עצמו טמא“,
דאַקעגן ביי דער הוספה־חידוש „בן השונמית“ וויבאַלד דאָ רעדט מען דאָך לכאורה נאָכדעם ווי ער איז געוואָרן אַ חי,
האָט דער לימוד בזה געדאַרפט זיין: „נוגע במת טמא ואין בנה של שונמית מטמא“,
אַז דער נוגע אין „בנה של שונמית“ איז ניט טמא,
וויבאַלד ער איז ניט קיין מת נאָר אַ חי 7 .
אויף דעם וואָס עס שטייט אין ילקוט „ואין מת עצמו טמא“ זאָגט דער מג“א 8
: „ונ“מ כשיחיו המתים אין צריכין הזאה“ 9 .
לפי“ז
(אַז אויך אינעם ערשטן פאַל פון „ואין מת עצמו טמא“ איז דער לימוד נוגע
(בעיקר)
ווען „יחיו המתים“ 10 )
קען מען לערנען אַז אין ביידע פאַלן,
„אין מת עצמו טמא“ ו„אין בנה של שונמית טמא“,
רעדט זיך דער זעלבער ענין: מת עצמו איז ניט טמא,
דעריבער דאַרף ער ניט קיין הזאה נאָכדעם ווי ער ווערט אַ חי,
און אַזוי איז אויך „אין בנה של שונמית טמא ..
וכשחי‘ הי‘ טהור לקודש“.
לפי“ז ווערט אָבער שווער: וואָס איז דער ילקוט מחדש מיט דעם וואָס ער איז מוסיף „אין בנה של שונמית טמא“ נאָך דעם לימוד אַז „אין מת עצמו טמא“.
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין ע“פ דעם ביאור בגמרא סוף מס‘ נדה.
די גמרא 11
בריינגט דאָרט די ברייתא „שאלו אנשי אלכסנדריא את ר‘ יהושע בן חנניא“ וז“ל: „ג‘ דברי בורות אשתו של לוט מהו שתטמא אמר להם מת מטמא ואין נציב מלח מטמא.
בן שונמית מהו שיטמא אמר להן מת מטמא ואין חי מטמא.
מתים לעתיד לבוא צריכין הזאה שלישי ושביעי או אין צריכין אמר להן לכשיחיו נחכם להן.
איכא דאמרי לכשיבוא משה רבינו עמהם“.
ובהקדים: מ‘האָט שוין פיל מאָל גערעדט,
אַז אַלע קושיות ושאלות וואָס זיינען דאָ אין גמרא,
אויך די וויכוחים ושקו“ט וואָס די חכמי ישראל האָבן געהאַט מיט אַנדערע - מיט צדוקים בייתוסים וכו‘ אָדער
(בנדו“ד)
מיט אנשי אלכסנדריא - האָבן זייערע סברות אַ מקום בשכל,
אויך אין שכל דתורה; און אפילו די טענות ומענות וואָס די גמרא זאָגט אַז זיי זיינען דברי הבל ושטות 12
וכיו“ב,
איז ניט דער פשט אַז זיי האָבן ניט קיין אחיזה אין שכל הפשוט
(און אַוודאי ניט אין שכל שבתורה)
-וואָרום די חכמי ישראל האָבן ניט געהאַט צו טאָן מיט טפשים ובורים און עאכו“כ אַז מען וואָלט זייערע רייד ניט אַריינגעשטעלט אין גמרא.
ובמכש“כ וק“ו אַז אפילו אַן אמת‘ע זאַך,
אויב זי איז זעלבסטפאַרשטענדליך - פרעגט מען: מאי קמ“ל,
פשיטא היא וכיו“ב.
פון דעם גופא וואָס חכמי ישראל ווי ריב“ז,
ריב“ח וכו‘,
האָבן מיט זיי געפירט וויכוחים און שקו“ט און מען האָט דאָס אַריינגעשטעלט אין גמרא אַלס אַ חלק פון תושבע“פ,
איז מוכח אַז ניט בלויז האָט דאָס אַ מקום בשכל,
נאָר דאָס האָט אויך אַן אָרט אין שכל התורה 13 ,
און מען קען אויך פון דעם אַרויסנעמען סברות און תוספת הבנה אין דער סוגיא אין וועלכע ס‘איז פאָרגעקומען די שקו“ט 14 .
דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק,
וואָס אויך אין פאַל ווען מען לערנט דעם חלק פון תושבע“פ וואָס אַנטהאַלט די שאלות און טענות פון די צדוקים וכיו“ב,
איז מען אויך אויף דעם מחויב בברכת התורה 15 .
און כאָטש די ברייתא רופט דאָס אָן „דברי בורות“
(וכיו“ב) 16 ,
איז דאָס מצד אַ פרט בהם אָדער די ניטצוגעפּאַסטקייט לנדו“ד וכו‘; און אויך - זיי זיינען „דברי בורות“ לגבי תורה שלימה שלנו,
לגבי תשובות ר“י בן חנניא.
און ווי דאָס איז מוכח בענינינו גופא: א)
די דריטע שאלה פון אנשי אלכסנדריא איז דאָך אויך נאָך דער תשובת ריב“ח -בתקפה; ב)
מען געפינט אַ שקו“ט וחילוקי דעות בראשונים ואחרונים אין די שאלות פון די אנשי אלכסנדריא,
ניט נאָר אין תשובת ריב“ח 17 ,
ג)
ס‘איז נויטיק אַ לימוד מיוחד פון פסוק צו שולל זיין דעם ענין הטומאה ביי בן שונמית און מתים לעת“ל כו‘ - און נאָך אַנדערע הוכחות.
ג.
מהדיוקים וואָס זיינען דאָ אין דער ברייתא הנ“ל
(בנוגע די „ג‘ דברי בורות“)
:
א)
פאַרוואָס פרעגן די אנשי אלכסנדריא
(די שאלה ב‘)
„בן שונמית
(שהחי‘ אלישע)
מהו שיטמא
(לאחר שהחיהו 18 )
“,
נאָכדעם ווי ר“י בן חנניא האָט זיי שוין פריער געענטפערט אַז דוקא „מת מטמא
(ואין נציב מלח מטמא)
“,
וואָס דערפון קען מען שוין אַליין פאַרשטיין אויך ביי בן שונמית,
וואָס איז ניט קיין מת,
אַז ער איז ניט מטמא.
ב)
קושיית המפרשים: פאַרוואָס איז זייער שאלה געווען וועגן „בן שונמית“ און ניט וועגן „בן הצרפית“,
וואָס איז פון טויט לעבעדיק געוואָרן דורך אלי‘ הנביא 19
- פריער ווי בן שונמית דורך אלישע 20 .
ג)
אין דער תשובה אויף דער דריטער שאלה „לכשיחיו נחכם להן,
איכא דאמרי לכשיבא משה רבינו עמהם“: אויב ער האָט ניט געוואוסט דעם ענטפער -פאַרוואָס האָט ער ניט געענטפערט „איני יודע“ וכיו“ב
(כמדתו של חכם -„על מה שלא שמע אומר לא שמעתי ומודה על האמת וכו‘“ 21 ).
ד)
וואָס איז דער דיוק הלשון „לכשיבא משה רבינו“ - און ניט ווי דער לשון בכגון דאָ: כשיבא אלי‘ וכיו“ב 22 .
ה)
„לכשיבא משה רבינו עמהם“ -און פירט ניט אויס,
אַז ער וועט פאַרענטפערן
(וכיו“ב),
ע“ד ווי אין ערשטן לשון: „נחכם להן“.
ו)
וואָס איז דער דיוק הלשון „לכשיבוא משה רבינו עמהם“ 23 ?
ז)
שינוי הסגנון: אין די ערשטע צוויי שאלות „מהו שתטמא ..
שיטמא“,
און אין דער דריטער שאלה „צריכין הזאה ..
או אין צריכים“ און ניט „מהו שיצרכו הזאה“ וכיו“ב?
ד.
דער ביאור בכ“ז: טומאת מת איז פאַרבונדן מיט צוויי ענינים: א)
דער סילוק החיות,
סילוק הנשמה מן הגוף.
ב)
דער גוף זאָל זיין אַ גוף מת.
און אין יעדערן איינען פון די ענינים זיינען דאָ כמה פרטים ודינים:
ובכללות: בענין הא‘ - סילוק החיות מיינט,
אַז עס ווערט נסתלק כללות החיות 24 ,
און נאָר דעמאָלט איז דאָ טומאת מת.
משא“כ „האבר 25
והבשר המדולדלים באדם ואע“פ שאין יכולין לחזור ולחיות טהורים“ 26 .
גוף מת איז דוקא ווען מיט זיין צורה און געשטאַלט איז ער עכ“פ ענליך צו אַ גוף חי,
„אבל אם נשרף עד שנתבלבלה צורת תבניתו טהור“ 27
- און עס זיינען דאָ כמה פרטים ודינים בהנ“ל.
און אין דעם איז באַשטאַנען דער חילוק פון די ג‘ שאלות:
ה.
בפשטות וואָלט מען געקענט זאָגן,
אַז די ערשטע שאלה „אשתו של לוט מהו שתטמא“ באַשטייט אין דעם 28
: אשתו של לוט איז געוואָרן אַ „נציב מלח“ ניט עפ“י דרך הטבע,
נאָר דורך אַ נס 29
- און אין ניסים זיינען פאַראַן צוויי סוגים 30
:
(א)
אַז דער נס איז מחליף דעם טבע
(מציאות)
פון דער זאַך אויף אַ צווייטע - ווי אינעם פאַל פון „ידו
(של משה)
מצורעת כשלג“ 31 ,
וואָס נאָכן נס איז די צרעת אויף דער האַנט געווען באופן טבעי,
און עס האָט געמוזט קומען אַ צווייטער נס צו מבטל זיין די צרעת,
אַז ס‘זאָל זיין „שבה כבשרו“ 32 .
(ב)
אַז דאָס וואָס איז נתחדש געוואָרן דורכן נס איז ניט דורך חילוף טבעו נאָר בהוספה אויפ‘ן טבע בכל רגע,
ע“ד ווי ס‘איז געווען באַ קרי“ס 33 .
ועד“ז אויך ביי מכת „דם“ וואָס די וואַסערן „נהפכו לדם“,
איז אפילו נאָכן נס זיינען זיי פאַרבליבן אַ מציאות פון מים,
און דער נס האָט אויפגעטאָן בכל רגע - הפיכת המים לדם 34
- און דעריבער,
ווען דער נס איז נפסק געוואָרן,
איז ממילא נתבטל געוואָרן די הפיכת המים לדם 35 .
און דאָס איז געווען דער תוכן פון זייער שאלה: „אשתו של לוט מהו שתטמא“: דאָס וואָס איר גוף איז געוואָרן אַ נציב מלח און האָט אָנגעוואָרן צורה ותבנית פון אַ גוף,
איז עס געוואָרן דורך אַ נס אינעם אופן הא‘ -דעמאָלט דאַרף עס ניט מטמא זיין,
היות אַז דאָס איז כלל ניט קיין תבנית פון אַ גוף; אָדער דער נס איז געווען כאופן הב‘,
וואָס דאָס מיינט אַז אויך לאחר דעם וואָס זי איז געוואָרן אַ נציב מלח איז זי געבליבן אַ מציאות פון בשר וכו‘ - אַ גוף מת - דעמאָלט דאַרף אויף איר חל זיין טומאת מת 36 .
ו.
דאָס איז אָבער ניט מספיק.
וואָרום לפי“ז איז זייער שאלה ניט אין דעם ענין פון טומאת מת,
נאָר אין דעם אופן הנס וואָס האָט איר געמאַכט אַ נציב מלח,
און עפ“ז איז יעדער שאלה אין אַן אַנדער ענין,
וואָס דאָס איז ניט מסתבר.
וי“ל אַז דער תוכן פון זייער שאלה „אשתו של לוט מהו שתטמא“ איז אויך בנוגע דעם גדר פון טומאת מת וואָס ווערט מצד סילוק הנשמה: צי טומאת מת שאַפט זיך פון עצם סילוק הנשמה 37 ,
(און ווי מען קען
(לכאורה)
אָפּלערנען פון דעם וואָס אבר המדולדל איז טהור כנ“ל וויבאַלד אַז באַ אים איז ניט געווען סילוק החיות,
כאָטש אַז ער איז אַזוי ווי אַן אבר מת 38 ),
אָדער סילוק הנשמה איז נאָר אַ סיבה אויף דער חלות פון טומאת מת אויפן גוף; די טומאה קומט מצד הגוף; ד.
ה.
טומאת מת ווערט מצד דעם
(און איז חל אויף אַ)
גוף וואָס פון אים איז נסתלק געוואָרן די נשמה.
און ע“ד ווי מען געפינט דוגמת שאלה וחקירה זו
(אינעם צד החיוב)
אין כמה מצות ודיני התורה:
ביי מצות מילה 39
: צי דער עיקר המצוה איז פעולת המילה 40 ,
אָדער דער מכוון עיקרי איז די תוצאה וואָס קומט פון פעולת המילה - דאָס וואָס ער איז ניט קיין ערל
(און ווי ס‘איז באַוואוסט די אריכות השקו“ט והנפק“מ שבזה).
ועד“ז ביי מצות כיסוי הדם 41
: צי עיקר המצוה באַשטייט אין פעולת הכיסוי און ס‘איז ניט נוגע וואָס עס טוט זיך שפּעטער,
אָדער די מצוה איז די תוצאה ותכלית הכיסוי - אַז דער דם זאָל זיין פאַרדעקט.
און אויך אין דעם זיינען דאָ כמה נפק“מ להלכה 42 .
און בדוגמא לזה איז אויך דער תוכן פון זייער שאלה „אשתו של לוט מהו שתטמא“ 43 .
אויב דער גדר פון טומאת מת איז מצד דעם וואָס דאָס איז אַ גוף מת,
און דער סילוק הנשמה איז נאָר אַ גורם וסיבה וואָס בריינגט אים צו זיין אַ גוף מת,
דעמאָלט איז פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז „אשתו של לוט“ איז ניט מטמא,
וויבאַלד ס‘איז ניט געבליבן קיין חומר וציור פון אַ גוף מת; אויב אָבער די חלות הטומאה איז מצד סילוק הנשמה קען מען דאַן זאָגן אַז אשתו של לוט דאַרף מטמא זיין,
היות אַז אויך ביי איר איז געווען סילוק הנשמה 44 .
ז.
„אמר להם מת מטמא ואין נציב מלח מטמא“.
פון דעם וואָס ער זאָגט ניט קיין הסברה והכרעה אין די טעמי השאלה הנ“ל,
איז מוכח אַז עס איז קיין נפק“מ ניט צי דער נס איז געווען באופן אַז עס איז אינגאַנצן נשתנה געוואָרן צורת הגוף,
אָדער ער איז בעצם געבליבן אַ גוף ובשר אדם; און ס‘איז אויך קיין חילוק ניט צי סילוק הנשמה איז נאָר אַ סיבה פון דער טומאה אָדער דער סילוק איז פועל די טומאה - בין כך ובין כך איז „אשתו של לוט“ ניט מטמא,
ווייל „מת מטמא ואין נציב מלח מטמא“:
מיט‘ן וואָרט „מת“ מיינט ער ניט צו באַוואָרענען אַז דער גוף זאָל זיין אַ מת - וואָרום מאי קמ“ל?
- נאָר צו מדגיש זיין אַז נאָר אויף אים לייגט זיך די הגדרה פון מיתה,
אַ גוף וואָס איז בגדר מיתה קען אויף אים חל זיין טומאת מת; משא“כ „נציב מלח“,
וויבאַלד אַז ס‘איז ניט קיין מציאות וואָס איז בגדר פון מת,
איז ביי אים ניט שייך קיין טמאת מת
[אפילו אָננעמענדיק אַז די טומאה קומט מצד סילוק הנשמה און ניט מצד גוף המת].
עפ“ז איז מובן וואָס די גמרא רופט אָן די שאלות „דברי בורות“ 45 ,
הגם אַז די סברות האָבן אַן אָרט אין שכל שבתורה,
ווייל צו דער תשובה בנוגע דעם דין איז ניט נוגע די הכרעה אין די טעמי השאלה,
ובכל אופן איז די מסקנה והתשובה די זעלבע.
ח.
„בן שונמית מהו שיטמא“ - דאָ איז די שאלה נאָר מצד דעם ענין פון סילוק הנשמה: מצד הגוף איז דאָך דאָ שייך טומאה,
ווייל ס‘איז ניט „נתבלבלה צורתו“ און ער איז אויך בגדר מיתה
(ווי ער האָט זיי פריער געענטפערט)
; די שאלה איז אָבער,
מצד סילוק החיות -צי די טומאה מצד דעם פריערדיקן סילוק איז בטל געוואָרן,
וויבאַלד אַז ער האָט שוין צוריק דעם חיות און ער לעבט; אָדער די טומאה איז פאַרבליבן אויך שפּעטער טראָץ דעם וואָס ער איז ווידער אַ חי.
וביאור הדבר: אינעם אופן ווי אַזוי אלישע האָט מחי‘ געווען דעם בן השונמית,
זאָגט דער פסוק 46
: „ויעל וישכב על הילד וישם פיו על פיו ועיניו על עיניו וכפיו על כפיו ויגהר עליו ויחם בשר הילד ..
ויזורר הנער עד שבע פעמים ויפקח הנער את עיניו“,
וואָס פון דעם איז מוכח אַז ניט זיין אייגענע חיות האָט זיך אומגעקערט צום „ילד“,
נאָר אלישע האָט אים אריינגעגעבן אַ נייעם חיות 47
- פונעם חיות פון אלישע 48 .
און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס זיי האָבן ניט געפרעגט וועגן בן הצרפית וואָס אלי‘ הנביא האָט מחי‘ געווען - וואָרום דאָרטן האָט דאָך אלי‘ געבעטן 49
„תשב נא נפש הילד הזה על קרבו וישמע ה‘ בקול אלי‘ ותשב נפש הילד על קרבו ויחי“; און וויבאַלד עס האָט זיך אומגעקערט „נפש הילד“ איז דערמיט בטל געוואָרן דער פריערדיקער סילוק הנשמה ובמילא איז מובן אַז ער איז ניט מטמא 50 .
ביי בנה של שונמית אָבער,
וויבאַלד אַז זיין נשמה האָט זיך צו אים ניט אומגעקערט,
און זי איז געבליבן בהסתלקות פון גוף - ווערט דאָ די שאלה „מהו שיטמא“ 51
: צי דער גדר פון סילוק הנשמה איז חל אויף אַ גוף מיט אַ נייעם חיות 52 ,
אָדער ער ווערט דורך דעם בטל 53 .
„אמר להם מת מטמא ואין חי מטמא“ - כאָטש אַז זיין נשמה האָט זיך צו אים ניט אומגעקערט: די אַלע גדרים והסברות אין טומאת מת - סילוק הנשמה,
גוף מת כו‘ - זיינען שייך נאָר בשעת דער גוף איז „מת“ בפועל; אויב אָבער ער איז חי,
כאָטש אַז פריער איז ער געווען אַ מת,
איז ער ניט מטמא,
ווייל חיות איז מבטל און מטהר 54
פון טומאת מת.
און מהאי טעמא איז אויך די צווייטע שאלה אַן ענין פון „דברי בורות“: די צדדי הספק האָבן דאָ קיין אָרט ניט,
ווייל ס‘איז ניט תלוי אין דעם צי דער סילוק הנשמה ווערט נמשך אָדער בטל - דאָ איז נאָר נוגע מצב הגוף בהווה,
דער כלל אַז „אין חי מטמא“ - וויבאַלד ער איז בפועל אַ חי איז ניט שייך ער זאָל זיין טמא ומטמא בטומאת מת.
ט.
אויף דעם קען מען אָבער פרעגן: זייענדיק אַ מת איז דאָך דער זעלבער גוף געווען טמא - און נאָך אַלס אבי אבות הטומאה - טאָ ווי אַזוי ווערט איצט פאַרשוואונדן די טומאה פון דעם גוף,
ובל‘ הש“ס 55
„טומאה שבהן להיכן הלכה“?
נאָר דאָס ווערט פאַרשטאַנדיק ע“פ המבואר אין ילקוט שם לעיל: „נוגע במת טמא ואין מת עצמו טמא“,
וואָס דערפאַר איז אויך בנה של שונמית טהור - ולא מצינו פלוגתא בזה
(דריב“ח
(וסברת אנשי אלכסנדריא)).
און ס‘איז ניטאָ קיין תמי‘ אין דעם,
ווייל טומאה פון אַ מת איז אַ גזירת הכתוב.
ווי ער זאָגט אין פסיקתא 56
„לא המת מטמא ולא המים מטהרים אלא גזירתו של מלך מלכי המלכים הוא“.
ועפ“ז איז מובן וואָס די שאלה ביי בן השונמית איז געווען „מהו שיטמא“
(אַ צווייטן),
און ניט צי ער אַליין איז טמא,
און אַזוי איז אויך דער לשון אין דער תשובה פון ריב“ח „מת מטמא ואין חי מטמא“,
היות אַז די שקו“ט איז געווען צי עס לייגט זיך אויף בן השונמית דער דין פון טומאת מת צו מטמא זיין אַ צווייטן מצד גזירת הכתוב.
יוד.
„מתים לעת“ל צריכין הזאה שלישי ושביעי או אין צריכין“: דאָ איז ניט געווען די שאלה צי זיי זיינען מטמא אַ צווייטן בטומאת מת,
היות ער האָט זיי שוין געענטפערט „מת מטמא ואין חי מטמא“; נאָכמער אפילו לויט די סברה אין זייער צווייטער שאלה
(מצד אַ נשמה חדשה ביים בן השונמית)
זיינען די מתים לעת“ל ניט טמא,
וואָרום דער אויבערשטער קערט דאָך אום די זעלבע נשמה צום גוף
(ווי די גמרא זאָגט 57
„מביא נשמה וזורקה בגוף ודן אותם כאחד וכו‘“),
ובמילא איז בטל סילוק הנשמה הקודמת.
די שאלה דאָ איז נאָר געווען
(ווי מפרשים זאָגן 58 )
צי זיי אַליין זיינען טמא מצד טומאת מגע - אין זייער אייגענעם גוף,
דהיינו די נגיעה פון גוף החי אין גוף המת בשעת התחי‘.
און די שאלה איז צי „צריכין הזאה שלישי ושביעי או אין צריכין“: צי טומאת מגע מת איז נאָר ווען אַ צווייטער האָט אָנגערירט אַ מת,
משא“כ ווען נגע בעצמו; אָדער טומאת מגע איז שייך אויך דאַן ווען נגעו בעצמם 59 ?
וי“ל אַז דער ספק איז תלוי בהסברא ווי אַזוי וועט זיין דער אופן התחי‘ 60
: א)
צי עס וועט עפּעס בלייבן אין גוף פון זיין ערשטער מציאות,
נאָר צו דעם וועט צוקומען תוספת והתחדשות אין בנין הגוף - וואָס באופן זה איז פאַראַן די נגיעה אין אַ
(חלק פון אַ)
גוף מת און דערפאַר וועלן די מתים לעת“ל דאַרפן האָבן „הזאה“; ב)
אָדער תחיית המתים וועט זיין אין אַן אופן פון התחדשות הגוף בכל הפרטים,
עס וועט גאָרניט בלייבן פון גוף,
ממציאותו הראשונה -און דעמאָלט איז „אין צריכין הזאה“,
ווייל ס‘איז ניטאָ קיין נגיעה אין אַ מציאות פון אַ מת וואָס איז מטמא.
און דעריבער האָבן זיי געפרעגט בלשון „צריכין הזאה ..
או אין צריכין“
(אָן דער הקדמה פון „מהו“),
צו מרמז זיין אַז דאָס איז ניט קיין ספק אין דין פון מגע בעצמו,
נאָר די שאלה איז אין אַ מציאות: צי די תחי‘ וועט זיין באופן וואָס וועט מחייב זיין זיי הזאה אָדער ניט.
יא.
בפרטיות יותר,
וועט דער ענין ווערן מבואר לויט דער משנה אין כלים 61
: „מטה שהיתה טמאה מדרס נשברה ארוכה ותקנה טמאה מדרס
(וויבאַלד אַז די צווייטע „ארוכה“ איז דאָך דאָ)
נשברה שני‘ ותקנה טהורה מן המדרס
(דפנים חדשות באו לכאן)
אבל טמאה מגע מדרס
(וויילע די ערשטע נייע „ארוכה“ האָט אָנגערירט די מטה ווען זי איז געווען טמאה מדרס),
לא הספיק לתקן את הראשונה עד שנשברה שני‘ טהורה
(אפילו פון מגע מדרס)
“ 62 .
ד.
ה.
אויב דער תיקון הכלי איז געווען בשעת דער אַנדער חלק פון כלי איז קיים,
איז דאָ טומאת מגע; אָבער אויב דער תיקון קומט נאָכדעם ווי די גאַנצע כלי איז צעבראָכן געוואָרן,
איז ניטאָ קיין טומאת מגע.
אין סנהדרין 63
זאָגט די גמרא: א“ל קיסר לר“ג אמריתו דשכבי חיי הא הוו עפרא ועפרא מי קא חיי,
אמרה לי‘ ברתי‘ שבקי‘ ואנא מהדרנא לי‘,
שני יוצרים יש בעירנו אחד יוצר מן המים ואחד יוצר מן הטיט איזה מהן משובח,
א“ל זה שיוצא מן המים א“ל מן המים צר מן הטיט לא כש“כ.
דבי ר‘ ישמעאל תנא ק“ו מכלי זכוכית,
מה כלי זכוכית שעמלן ברוח בשר ודם נשברו יש להן תקנה בשר ודם שברוחו של הקב“ה על אחת כמה וכמה“.
וי“ל אַז די צוויי דוגמאות וביאורים דריקן אויס די צוויי אופנים אין דרך התחי‘: אויב די תחי‘ איז בדרך „צר מן המים ..
הטיט“,
איז כאָטש אַז דער דין טומאת מת
(פון קודם התחי‘)
איז דאָ ניטאָ,
וואָרום לגבי דעם זאָגט מען „פנים חדשות באו לכאן“,
ס‘איז אָבער דאָ דער דין פון טומאת מגע,
וויבאַלד ס‘איז געבליבן אַ געוויסע מציאות פון פריער,
וואָס פון דעם איז ער „צר“ דעם גוף
(ע“ד ווי דער צווייטער פאַל פון דער משנה אין כלים).
מיט דעם וואָס דבי ר‘ ישמעאל פאַרגלייכן עס צו „כלי זכוכית ..
שנשברו“,
איז די כוונה אַז עס האָט כלל ניט קיין שייכות צו דער פריערדיקער מציאות 64 ,
וואָרום ביי כלי זכוכית,
איז דער דין 65 ,
אַז דורך „נשברו“ ווערן זיי אויס כלי און אויב זיי זיינען געווען טמא ווערן זיי טהור לגמרי.
עד“ז בתחיית המתים,
אַז די תחי‘ איז באופן ווי מ‘מאַכט אַ נייע כלי פון כלי זכוכית שנשברו,
וואָס האָבן קיין שייכות ניט צו זייער ערשטער מציאות,
ובמילא איז אויף דער נייער מציאות פון גוף ניט שייך קיין טומאה מצד מגע במת
(ווי דער לעצטער פאַל אין דער משנה ביי טומאת מדרס)
און דעמאָלט איז „אין צריכין“ הזאה.
און עפי“ז יובן וואָס ריב“ח האָט זיי געענטפערט: „לכשיחיו נחכם להן“ -בשעת עס וועט זיין תחיית המתים דעמאָלט וועט מען וויסן ווי דער אופן התחי‘ וועט זיין ובמילא וועט קלאָר ווערן דער דין.
יב.
„איכא דאמרי לכשיבוא משה רבינו עמהם“,
לויטן „איכא דאמרי“ איז די שאלה ניט געווען אויף כללות תחיית המתים דלעתיד - ווייל ריב“ח האַלט דאָך אַז זייער תחי‘ וועט זיין דורך בונה זיין דעם גוף פונעם „לוז של שדרה“ 66 ,
ובמילא איז ברור אַז ביי זיי איז דאָ טומאת מגע במת
(כדלקמן)
- נאָר זייער ספק איז בשייכות דער תחי‘ דלעתיד פון די מתי מדבר בפרט.
דער ביאור בזה: וועגן דור המדבר איז דאָ אַ מחלוקת 67
: ר“ע זאָגט „אין להם חלק לעוה“ב“,
און ר“א האַלט,
אַז יש להם חלק לעוה“ב.
און פון דעם וואָס רבה האָט זיי געזען שוכבין ונראים כשתויי יין 68
איז משמע ווי דעת ר“א.
והנה אין דעם אופן התחי‘
(בכלל)
געפינט מען צוויי דיעות: א)
אַז די תחי‘ וועט זיין פון עצם לוז וואָס ווערט קיינמאָל ניט נפסד 69 ,
און אויף דעם שטייט 70
„יחיו מתיך“ און ניט יברא 71 ,
ווייל דער אופן התחי‘ וועט זיין ניט דורך באַשאַפן אינגאַנצן אַ נייעם גוף,
נאָר דער גוף 72
וועט נבנה ווערן פון דעם „עצם לוז“.
ב)
ווי עס שטייט אין פדר“א 73
: „אינו משתייר מן הגוף אלא כמלא תרווד רקב והוא מתערב בעפר הארץ כשאור שהוא מתערב בעיסה כו‘“.
ועפ“ז י“ל,
אַז דאָס וואָס ר“ע זאָגט,
אַז דער דור המדבר „אין להם חלק לעוה“ב“,
איז דער מכוון אַז פון זיי
(זייערע גופים)
וועט ניט בלייבן קיין מציאות וואָס וועט אויפגעלעבט ווערן לעולם הבא,
ווייל אויך זייער „עצם לוז“ ווערט נפסד 74
; אָבער נאָכדעם ווי זיי וועלן ווערן „תרווד רקב“ 75
וועלן אויך זיי אויפשטיין צו תחיית המתים.
און אין דעם גופא איז באַשטאַנען די דריטע שאלה: ווי וועט זיין דער אופן התחי‘ פון די מתי מדבר - צי אין אַן אופן אַז פון מציאות הגוף וועט בלייבן עכ“פ דער עצם לוז,
און דערפאַר „צריכין הזאה“,
וואָרום עצם כשעורה איז מטמא במגע 76
און זיי זיינען טמא מחמת נגיעה בגופם עצמם; אויב אָבער עס וועט בלייבן נאָר „תרווד רקב“ -דעמאָלט איז „אין צריכין“ הזאה,
ווייל תרווד רקב איז ניט מטמא במגע,
נאָר באהל 77
; און אפילו באהל זיינען דאָ כמה תנאים ווען ער איז מטמא: „שיקבר 78
ערום בארון של שיש או של זכוכית וכיוצא בהן ויהי‘ כולו שלם“.
יג.
און אויף דעם האָט ער זיי געענטפערט „לכשיבוא משה רבינו עמהם“ - און די הסברה בזה: עס שטייט אין תנחומא בפרשתנו 79
„מלה“ד לרועה אחד שיצא לרעות צאנו של מלך ונשבית הצאן בקש הרועה ליכנס לפלטרין של מלך א“ל המלך יאמרו שאתה השבית הצאן אף כך א“ל הקב“ה למשה שבחך הוא שהוצאת ששים רבוא וקברתם במדבר ואתה מכניס דור אחר עכשיו יאמרו אין למתי המדבר חלק לעוה“ב אלא תהי‘ בצרן ותבא עמהם“ 80 .
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז היות משה רבינו איז געווען רוען של ישראל,
ווי זיי
(דער דור המדבר)
זיינען נשמות בגופים
[וואָס דעריבער איז דורך משה רבינו געווען ניט נאָר די השפעות רוחניות,
ווי נתינת התורה
(וואָס אויך דאָס איז געגעבן געוואָרן צו נשמות בגופים דוקא),
נאָר אויך די השפעות גשמיות - ווי מן,
און אויך בארה של מרים וענני הכבוד חזרו בזכותו של משה 81 ],
וועט ער אויך לעת“ל זיך דאַרפן אומקערן מיטן דור המדבר,
נשמות ווי זיי זיינען בגופים דוקא.
און דאָס האָט ריב“ח געענטפערט „לכשיבוא משה רבינו עמהם“: אַז משה רבינו יבוא „עמהם“,
וואָס דערפון וועט זיין מוכח אַז יש להם חלק לעוה“ב ווי משה,
הייסט עס אַז די תחי‘ וועט זיין פון מציאות גוף הראשון
(עצם לוז),
ובמילא וועלן זיי דאָך דאַן דאַרפן האָבן הזאה
[און אויב משה רבינו וועט מיט זיי ניט קומען,
איז דאָך דאָס דערפאַר וואָס אין להם חלק לעוה“ב און די תחי‘ וועט זיין פון תרווד רקב - דעמאָלט איז „אין צריכין“ הזאה].
יד.
עפ“ז יש לבאר אויך דעם חידוש אין דברי הילקוט בפשטות: דער ערשטער לימוד „נוגע במת טמא אין מת עצמו טמא“ איז
(בעיקר)
מחדש דעם עצם ענין,
אַז מת עצמו איז ניט טמא,
און ער איז מטמא אַנדערע נאָר מגזה“כ,
כנ“ל.
און פון דעם איז במילא מובן אַז ביי אַ חי איז ניטאָ קיין אָרט ער זאָל מטמא זיין מצד גזה“כ.
דערנאָך קומט דער לימוד וחידוש אַז „נוגע במת טמא ואין בנה של שונמית טמא“,
וואָס דאָ איז ניט דער אויפטו אַז ער איז ניט מטמא אַנדערע לאחר שחי‘,
אַזוי ווי אַ מת
(דאָס ווייס מען פון פריער,
כנ“ל),
נאָר אַז ער אַליין איז ניט טמא געוואָרן מחמת דער נגיעה אין זיין גוף 82
בשעת התחי‘ 83 .
וואָס לויט דעם איז מובן בפשטות וואָס מען לערנט דאָס אָפּ פון „נוגע במת“: אויך דאָ איז די הדגשה „נוגע במת“
(ע“ד ווי אין דעם פריערדיקן לימוד „נוגע במת טמא ואין מת עצמו טמא“)
ניט אין דעם לשון „מת“ מצ“ע,
וכנ“ל.
טו.
דאָס איז אויך די הסברה אין דעם וואָס אין דער דריטער שאלה האָבן זיי געפרעגט „מתים לעת“ל צריכין הזאה שלישי ושביעי או אין צריכין“,
און זיי האָבן ניט געפרעגט אָט די שאלה וועגן הזי‘ באַ „בן שונמית“ גופא „דאיירו בי‘“ 84
- וואָרום די שאלה בנוגע להזאה איז דאָך געווען מחמת דעם וואָס נגעו בעצמם ניט אַלס טומאת מת עצמו
(כנ“ל בארוכה),
און דער חשש מצד נגיעה בעצמו איז שייך נאָר ביי „מתים לע“ל“ מצד דער נגיעה פונעם חי בעצמו
(אינעם חלק הנשאר פון גוף המת)
; משא“כ באַ בן השונמית איז „פשיטא לי‘ דלא בעי הזאה“
(כלשון התוספות) 85 ,
וואָרום דער גוף פון בן שונמית איז ניט נשתנה געוואָרן 86
און איז געבליבן אין דעם זעלבן אופן וציור כל הזמן 87 .
וי“ל בסגנון אחר: ביי בן שונמית איז די תחי‘ געווען
(ניט אין אַן אופן ווי די מתים לע“ל,
וואו מ‘קען זאָגן אַז דער
(חלק ה)
גוף איז נתתקן ונבנה געוואָרן,
נאָר)
אין אַן אופן פון התהפכות און אַ מציאות חדשה - אַ מציאות חי אַנשטאָט מציאות מת 88
(ובפרט מטעם
הנ“ל,
אַז ביי בן שונמית איז נפשו לא שבה אליו,
און היות ס‘איז אַ נייער חיות איז עס דאָך במילא אַ נייע מציאות).
ובמילא איז דאָ ניט שייך קיין טומאת מגע במת מצד נוגע בעצמו 89 .
טז.
עוד י“ל
(עכ“פ בקיצור)
-ועפ“ז יומתק וואָס פאַר אנשי אלכסנדריא דוקא 90
איז געווען נוגע דעם פתרון פון די דריי שאלות.
ובהקדים:
אלכסנדריא איז דאָך אַ שטאָט במצרים אויף וועלכע עס שטייט לא תוסיפון לשוב 91
כו‘ „ואלכסנדריאה בכלל האיסור“ 92 .
וי“ל אַז זייער סברא איז געווען: לכתחילה איז מען אַהין געקומען אויף צייטווייליג שלא ע“מ „להשתקע שם“,
און כאָטש דערנאָך נשתקעו ולא יצאו משם - איז אזלינן בתר המצב אין אָנהייבס 93 .
און לבירור הדבר האָבן זיי געפרעגט די דריי שאלות: אשת לוט -כאָטש אפילו סופה „נציב מלח“,
אָבער תחלתה איז דאָך אדם ומהי שתטמא; עכ“פ בן שונמית - וואָס ס‘איז דער זעלבער גוף; עכ“פ בתחה“מ - וואָס איז אויך די זעלבע נשמה,
כנ“ל -יצרכו הזאה - וויבאַלד אַז בתחלה נולדו מיט דעם ציווי אַז: אדם כי ימות - הנוגע בו דאַרף זיין והזה ביום השלישי וביום השביעי.
יז.
והנה „כל ישראל יש להם חלק לעוה“ב“ 94
- אַלע וועלן אויפשטיין נשמות בגופים,
אעפ“כ י“ל אַז דורך עסק התורה בזמן הזה וועט מען ניט דאַרפן אָנקומען צו הזאה לעת“ל,
הגם אַז ביי יעדן איינעם בלייבט דער עצם לוז -ווייל,
ווי רז“ל זאָגן 95 ,
„כל המשתמש באור תורה אור תורה מחייהו“
(אָדער ווי דער לשון „טל תורה מחייהו“ 96 ),
וואָס בשעת די תחי‘ איז ע“י אור תורה וטל תורה 97 ,
איז דאָס גופא מטהר בשעת התחי‘ 98 .
(משיחת כ“ד טבת תשי“א)