B"H
🏡

Ikar

חוקת א

א.

עס שטייט אין מדרש 1

אויפן פסוק „זאת חוקת התורה“: „ארבעה דברים יצה“ר משיב עליהן דכתיב בהן חוקה אשת אח וכלאים ושעיר המשתלח ופרה אדומה“ 2 ,

וואָס ביי די אַלע געפינט מען ענינים וואָס זיינען העכער פון שכל - דברים והיפוכם 3 .

פון דעם אָבער וואָס שלמה האָט געזאָגט 4

„על כל אלה עמדתי ופרשה של פרה אדומה חקרתי ושאלתי ופשפשתי אמרתי* 4

אחכמה והיא רחוקה ממני“ -אַז נאָר די פרשה פון פרה אדומה האָט ער ניט געקענט משיג זיין,

איז מוכח אַז דער עיקר ענין החוקה,

וואָס איז ניט עפ“י שכל - „חוקה חקקתי גזירה גזרתי“,

איז ביי פרה אדומה דוקא.

לויט דעם,

אַז „חוקת“ הפרה איז אויסגעטיילט פון די אַנדערע חוקים,

איז פאַרשטאַנדיק וואָס ביי פרה אדומה שטייט „זאת חוקת התורה“,

וואָס דער טייטש כפשוטו איז: „זאת“ דאָס

(און ניט קיין אַנדערע)

איז די „חוקה“ פון דער תורה 5 ,

ד.

ה.

אַז אמיתית ענין החוקה פון תורה,

וואָס איז

(לגמרי)

ניט בגדר השגה 6

איז ביי פרה אדומה 7 .

ב.

עפי“ז דאַרף מען פאַרשטיין וואָס ער זאָגט אין מדרש 8

„אמר לו הקב“ה למשה לך אני מגלה טעם פרה“,

וואָס פון דעם איז דאָך מוכח אַז אויך חוקת הפרה האָט אַ טעם - און וויבאַלד אַזוי איז דאָך קשה: א)

פאַרוואָס האָט שלמה,

וואָס אויף אים שטייט 9

„ויחכם מכל האדם“,

ניט געקענט דערגיין דעם טעם פון פרה אדומה?

ב)

פאַרוואָס האָט משה רבינו ניט מגלה געווען דעם טעם צו אַלע אידן אַזוי ווי ער האָט עס געטאָן מיט „פלפולא“ דאורייתא 10 ,

אַז דער אויבערשטער האָט דאָס געגעבן נאָר צו משה‘ן און פונדעסטוועגן „נהג בה טובת עין“ און ער האָט דאָס געגעבן „לישראל“?

דאַרף מען זאָגן,

אַז מניעת הגילוי איז ניט געווען צוליב דעם וואָס משה האָט עס ניט געוואָלט מגלה זיין

(אָדער ווייל דער אויבערשטער האָט עס אים ניט געהייסן) 11 ,

נאָר צוליב דעם וואָס דער טעם פון פרה אדומה איז ניט בגדר השגה און שכל פון אַ נברא 12

; ובמילא איז אויב משה רבינו וואָלט עס מגלה געווען צו אידן,

וואָלטן זיי דעם טעם ניט געקענט פאַרשטיין

(מקבל זיין),

און ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה‘ן בנוגע צו טהרת פרה אדומה „חוקה היא וגזירה גזרתי ואין כל ברי‘ יכולה לעמוד על גזירתי“ 13 .

און דעריבער האָט אויך שלמה בחכמתו ניט געקענט משיג זיין דעם טעם פון פרה אדומה - „היא רחוקה ממני" 12 .

און אפילו משה רבינו,

וואָס איז געווען „שלימות מין האנושי“ 14 ,

האָט עס בכח עצמו ניט געקענט משיג זיין,

וואָרום דאָס איז ניט בגדר שכל פון אַ נברא,

נאָר דער אויבערשטער וועלכער איז כל יכול,

פאַר אים זיינען ניטאָ קיין שום הגבלות,

האָט דער אויבערשטער,

מיט זיין כח ויכולת,

מגלה געווען צו משה רבינו - „לך אני מגלה טעם פרה“,

כאָטש אַז אַ נברא מצ“ע קען צו דעם ניט צוקומען 15 .

לפי זה שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז משה רבינו האָט משיג געווען דעם טעם פון פרה אדומה ניט בכח עצמו,

נאָר דער אויבערשטער האָט עס אים מגלה געווען מיט זיין כח הבלתי מוגבל - האָט דאָך דער אויבערשטער

(מיט‘ן זעלבן כח)

געקענט מגלה זיין דעם טעם אויך צו אַנדערע.

ג.

איז דער ביאור אין דעם:

ס‘איז ידוע 16

דער פירוש אין „זאת חוקת התורה“

(ניט „זאת חוקת הפרה“ וכיו“ב,

ווי ער זאָגט 17

„זאת חוקת הפסח“),

אַז די מצוה פון פרה אדומה איז „התורה“,

כללות התורה; און וויבאַלד אָט דער ענין איז אויסגעדריקט מיט‘ן וואָרט „חוקה“,

איז מובן אַז דאָס וואָס פרה אדומה איז כללות התורה איז עס מצד דעם ענין החוקה וואָס אין איר; עס איז מדגיש אַז דער ענין החוקה

(פון פרה אדומה)

איז די נקודה כללית פון כל התורה כולה 18 .

דאָס איז סיי בנוגע צו מצוות התורה,

סיי בשייכות צו תורה אַליין: מ‘האָט שוין פיל מאָל גערעט 19 ,

אַז אַלע מצות,

אויך פון סוג עדות ומשפטים וואָס האָבן אויף זיך אַ טעם שכלי,

איז „מהותן“ - רצון העליון וואָס איז העכער פאַר חכמה ושכל; נאָר דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז דער רצון פון די מצות זאָל אַראָפּקומען און נתלבש ווערן אין חכמה ושכל - אָבער אויך נאָך דער התלבשות אין אַ טעם שכלי בלייבט דער רצון העליון „במהותו ובפשיטותו“ 20

-העכער פון השגה.

וי“ל אַז אַזוי איז אויך בנוגע צו תורה 21

: אויך די ענינים שבתורה וואָס אַ מענטש פאַרשטייט זיי בשכלו,

זיינען זיי אין דער אמת‘ן העכער פון גדר השגה.

וואָרום תורה איז דאָך חכמתו של הקב“ה,

איז דאָך מובן,

אַז „כשם 22

שאין ביכולת שום שכל נברא להשיג בוראו 23

כך אינו יכול להשיג“ חכמתו; און ווי עס שטייט *23

„נעלמה מעיני כל חי“.

ד.

אָט די ידיעה איז נוגע יעדן אידן אין זיין עבודה פון תורה ומצות: דער קיום פון אַלע מצות,

אויך פון די וואָס האָבן אַ טעם,

דאַרף זיין בדרך קבלת עול,

ווייל אַזוי איז געווען דער ציווי פון אויבערשטן 24

- „גזירה גזרתי חוקה חקקתי“ 25

- און ווי ס‘איז דער נוסח פון אַלע ברכות המצות: „וצוונו“.

און אַזוי איז אויך ביי לימוד התורה,

און נאָך מער: וויבאַלד אַז תורה איז אין סוף,

איז ווי גרויס זיין הבנת התורה זאָל ניט זיין,

פעלט אים נאָך אַלץ אין השגת התורה - ובמילא דאַרף ער נאָכמער האָרעווען,

אַז דאָס וואָס ס‘איז ביי אים געווען ביז איצט למעלה מהשגה זאָל ער דאָס קענען באַנעמען מיט זיין פאַרשטאַנד,

און דער ענין החוקה שבתורה זאָל ביי אים זיין אין העכערע ענינים 26

- ביז ער זאָל צוקומען צו אמיתית החוקה פון תורה אַז זי איז למעלה מגדר השגה.

און דעריבער זאָגט דער פסוק „זאת חוקת התורה“: הגם אַז אין תורה זיינען דאָ ענינים און סוגים וואָס זיינען אַראָפּגעקומען אין טעם ודעת,

כנ“ל,

זיינען זיי אָבער אין זייער מהות אַלע העכער פון השגה: תורה

(מיט אַלע אירע מצות)

איז - „חוקה“.

נאָכמער: זיי זיינען אַלע אַ חוקה באופן פון מצות פרה אדומה,

„זאת חוקת התורה“,

וואָס איז לגמרי העכער פון גדר חכמה והשגה.

ה.

לפ“ז איז מובן,

וואָס עכ“פ איין ענין אין תורה האָט געדאַרפט בלייבן אַ „חוקה“

(און דערמיט אָנווייזן אַז אויך אַלע אַנדערע ענינים זיינען אַזוי באמיתתם),

למעלה מגדר השגה; און דערפאַר האָט עס דער אויבערשטער ניט מגלה געווען צו אידן 27

:

ווען אַלע ענינים פון תורה וואָלטן נמשך און נתלבש געוואָרן אין השגה פון די נבראים,

איז

(נוסף אויף דעם וואָס דעמאָלט וואָלט געפעלט אינעם הרגש צו מקיים זיין מצות נאָר מצד דעם רצון העליון,

איז)

אויב דעמאָלט וואָלט געקומען צו אַ ענין אין תומ“צ וואָס פאָדערט מס“נ,

וואָלט עס אַ איד ניט געקענט פועל זיין ביי זיך,

וויבאַלד אַז אַלע עניני התורה זיינען עפ“י שכל,

און אַזוי איז זיין הנהגה

(ע“פ תורה)

אַלעמאָל,

און דאָס וואָלט אָנגערירט כו“כ פרטים אין קיום התומ“צ,

און ניט בלויז ווען ס‘האַנדלט זיך וועגן מס“נ בפו“מ,

ווייל ווען אַ בר שכל דאַרף טאָן אַ זאַך ניט עפ“י שכל,

איז עס ביי אים אַן ענין פון מס“נ,

ביז אַז ער קען צוקומען צו זיין

(כל‘ הרמב“ן 28 )

אַ „נבל ברשות התורה“ ר“ל,

וואָרום דערהערנדיק נאָר דעם טעם שכלי אין עניני התורה,

אָן דעם למעלה מהשכל,

וואָלט ער געקענט געפינען „תורה‘דיקע“ הסברות און טעמים אויף זיינע ניט־גוטע הנהגות.

און אַזוי איז בנוגע ללימוד והשגת התורה: בכדי צוקומען צו דעם „ומצאת“ אין תורה,

„מציאה“ וואָס איז דאָך ניט אויסגערעכנט ע“פ שכל,

העכער פון זיין השגה,

דאַרף זיין „יגעת“ 29

- עמלים בתורה; כל זמן ער באַנוגנט זיך מיט זיין געוויינליכער העמקה און הבנה אין תורה,

איז דאָס ניט קיין אמת‘ע „יגיעה“.

דוקא בשעת ער האָרעוועט אין לימוד התורה מער ווי זיין רגילות,

ביז אויך -היפך טבע שכלו,

דעמאָלט קומט ער צו „ומצאת“,

וואָס קומט „בהיסח הדעת“ 30 ,

למעלה פון זיין שכל 31

(ע“ד די מעלה פון תלמוד בבלי אויף תלמוד ירושלמי,

כמבואר בכ“מ 32 ).

דאָס אַלעס איז שייך נאָר ווען אין תורה איז דאָ בגלוי אַן ענין וואָס איז העכער לגמרי פון גדר השכל,

וואָס דערפון ווייס אַ איד אַז בפנימיות איז אַזוי אין אַלע עניני התורה,

און וויפל ער זאָל פאַרשטיין,

איז פאַראַן אַלץ העכער און העכער אין גדר השגה - און דאָס רופט ביי אים ארויס די תנועה פון „יגעת“,

דעם אוועקלייג און ביטול פון זיין שכל.

ביז ער וועט צוקומען צו דער מדרי‘ פון תורה ווי זי איז בעצם למעלה מגדר השגה - „תכלית הידיעה שלא נדעך“ 33 .

ו.

לפי“ז שטעלט זיך די שאלה לאידך גיסא: וויבאַלד אַז צו משה רבינו האָט דער אויבערשטער מגלה געווען אויך דעם טעם החוקה פון פרה אדומה,

איז,

לפי הנ“ל,

דאַרף דאָך אויסקומען אַז ביי משה רבינו האָט ח“ו געפעלט דער ענין המס“נ ביי קיום המצות און די שלימות היגיעה אין לימוד התורה?

-

ובכלל,

ווי איז שייך צו זאָגן אַז דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט עס מגלה געווען צו משה רבינו זאָל זיך ביי משה‘ן פעלן

(אַזאַ ענין עיקרי)

אין עבודת התומ“צ 34 .

וועט מען דאָס פאַרשטיין 35

בהקדים וואָס עס שטייט אין מדרש 36 ,

אַז ווען משה רבינו האָט געהערט וועגן טומאת מת,

האָט ער געפרעגט ביי דעם אויבערשטן „אם נטמא זה במה תהא טהרתו,

לא השיבו,

באותה שעה נתכרכמו פניו של משה“; און אפילו ווען דער אויבערשטער האָט עם נאָכדעם געזאָגט אַז טהרתו איז ע“י „ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת“,

האָט ער געפרעגט ביי דעם אויבערשטן „וכי טהרה היא“ 37 .

דאַרף מען פאַרשטיין:

עס זיינען דאָך פאַראַן טומאות וואָס בכמה פרטים עקריים זיינען זיי האַרבער פון טומאת מת,

ווי טומאת זב און מצורע 38

; טמא מת טאָר זיך ניט געפינען בלויז אין מחנה שכינה,

אָבער אין מחנה לוי‘ מעג ער יע זיין 39 ,

דאַקעגן אַ זב דאַרף מען אַרויסשיקן אויך פון מחנה לוי‘,

און נאָך האַרבער איז אַ מצורע וואָס ווערט אַרויסגעשיקט מחוץ לשלש מחנות אויך פון מחנה ישראל; ביי זב און מצורע איז „טומאה יוצאה עליהן מגופן“ 40 ,

משא“כ אַ טמא מת וואָס די טומאה קומט פון אָנרירן אַ מת ועוד -טאָ פאַרוואָס האָט משה רבינו דוקא ביי טומאת מת זיך געוואונדערט

(ביז „נתכרכמו פניו“)

ווי אַזוי ער קען טהור ווערן,

און ניט ביי אַנדערע האַרבערע טומאות,

ובפרט אַז זיי זיינען דאָך געווען פריער?

ז.

דער ביאור בזה 41

:

אַלע אַנדערע טומאות ביי אידן זיינען פאַרבונדן מיט אַ לעבעדיקן גוף פון אַ אידן,

אַ גוף וואָס האָט אין זיך אַ נשמה,

און דערפאַר איז אפילו ווען דער גוף איז טמא געוואָרן,

וויבאַלד אָבער עס געפינט זיך אין אים אַ נשמה וואָס איז „חלק אלוקה ממעל ממש“ 42

- און דער אויבערשטער איז אַ כל יכול -קען מען פאַרשטיין אַז דער כח אלקי פון דער נשמה האָט מלכתחילה דעם כח צו פועל זיין אויף דער טומאה,

אַז דער גוף זאָל סוכ“ס

(דורך טבילה וכו‘)

טהור ווערן מטומאתו.

משא“כ ביי טומאת מת,

וואָס די טומאה קומט מצד דעם גוף ווייל ער איז ניט חי 43 ,

ער איז אָפּגעטיילט פון דער נשמה,

און דער גוף אַליין איז דאָך ניט מער ווי עפר מן האדמה - דאָ איז געווען די שאלה ביי משה‘ן: ווי קען קומען די טהרה פון אַזאַ טומאה,

ובפרט אַז זי נעמט זיך פון דעם וואָס עס איז בטל געוואָרן דער קשר הגוף מיט‘ן כח פון אלקות - דער כח הנשמה?

ובפנימיות הענינים:

דער ענין פון טומאה איז ניט קיין טיט וכיו“ב גשמי וואָס ער דאַרף עס אָפּוואַשן 44 ,

דאָס איז אַ רוחניות‘דיקער לכלוך ופגם אין דער דביקות פון אידן צו אלקות

(דורך תומ“צ),

וואָס מצד אָט דער דביקות צום אויבערשטן ווערן אידן אָנגערופן חיים 45 ,

ווי עס שטייט 46

„ואתם הדבקים בה‘ אלקיכם חיים גו‘“.

אָבער ווען אַ איד פאַלט דורך ר“ל אין אַ חטא ועון 47 ,

ווערט דורכדעם אָפּגעשוואַכט די דביקות און „חיים“ פון אידן און ער ווערט טמא.

און אין דעם זיינען דאָ כו“כ בחי‘ אינעם גודל הטומאה,

וואָס זיינען לפי“ע דער חלישות אין זיין דביקות,

אָבער אויך אין פאַל פון אַ האַרבערע טומאה וחלישות,

אויב ס‘איז נאָר אין אַן אופן וואָס ער בלייבט נאָך פאַרבונדן מיט‘ן אויבערשטן און תומ“צ,

איז מובן אַז ער האָט דעם כח צו ווערן טהור,

צו פאַרשטאַרקן זיין דביקות מיט תומ“צ,

ביז אין אַ שלימות.

משא“כ ווען אַ איד איז עובר ר“ל אויפן רצון העליון אין אַן אופן אַז ער ווערט אינגאַנצן אָפּגעריסן ח“ו פון דביקות באלקות,

פון חיים ברוחניות -וואָס די מיתה רוחנית איז די סיבה צו מיתה גשמית ר“ל 48 ,

און פון דעם ווערט דער ענין פון טומאת מת -

און דערפאַר איז „נתכרכמו פניו של משה“: ווי קען זיין די טהרה פון אַ טמא מת,

פון אַ טומאה וואָס קומט דורך און פון אַ גוף מת

(וואָרום די נשמה עצמה איז דאָך אפילו בשעת החטא היתה באמנה אתו 49 )

וועלכער איז געוואָרן אינגאַנצן אָפּגעריסן פון אלקות און תורה ומצות?

ח.

אויף דעם האָט דער אויבערשטער געענטפערט „זאת חוקת התורה“.

אַז דאָס איז דער כח פון תורה:

אפילו דעמאָלט ווען דער גוף איז אָפּגעריסן פון דער נשמה און תומ“צ 50 ,

וויבאַלד אָבער די נשמה האָט זייענדיק אין

(און דורך)

דעם גוף געלערנט תורה און מקיים געווען מצות 51 ,

האָט די נשמה ביכולת

(זייענדיק אַ נצחית 52

: חלק אלוקה ממעל ממש)

מיט‘ן כח התורה

(וואָס איז אַ נצחית)

צו פועל זיין אין דעם גוף* 52

אַ רושם נצחי 53

פון קדושת הנשמה והתורה,

אויך אויף שפּעטער ווען דער גוף איז אָפּגעזונדערט פון דער נשמה - ומהאי טעמא קען אויך די טומאה וואָס קומט פון אַ גוף מת,

טהור ווערן 54 .

[וי“ל אַז דאָס איז איינער פון די טעמים

(בפנימיות)

דמחז“ל „צדיקים אינן מטמאין“ 55 ,

וואָרום די מציאות הגוף פון אַ צדיק איז די נשמה אלקית,

ווייל „חיי הצדיק אינם חיים בשרים כ“א חיים רוחניים שהם אמונה ויראה ואהבה“ 56 ,

און פון דעם באַשטייט דער חיות ומציאות הגוף 57 ,

ובמילא איז מובן,

אַז אפילו בשעת די נשמה גייט אַוועק פון גוף בלייבט אַ פעולה נצחית 58

אין גוף 59 ].

דאָס איז אָבער אַן ענין פון „חוקה“ -העכער פון שכל וטעם 60 ,

וואָרום לויטן שכל

(און גדר)

הנבראים,

קען איין זאַך פועל זיין אויף דער צווייטער,

נאָר דאַן ווען זיי האָבן אַ שייכות און אַ קשר צווישן זיך

(אָבער ניט ווען עס ווערט נפסק די שייכות און זיי ווערן הפכיים* 60 ).

און דאָס איז נאָר מצד כח הבורא 61

וואָס איז העכער פון אַלע הגדרות און הגבלות 62 .

ט.

עפי“ז איז מובן וואָס צו משה רבינו האָט דער אויבערשטער מגלה געווען דעם טעם פרה

(און ניט נאָר האָט דורכדעם ביי אים ניט געפעלט ח“ו אין שלימות ביטול ומס“נ בתומ“צ,

נאָר אדרבה)

: מדרי‘ משה איז בחי‘ „החכמה“ 63 ,

וואָס מצד דעם ביטול פון חכמה איז אין איר שורה א“ס ב“ה,

ווי דער אַטלער רבי זאָגט 64

אַז „א“ס ב“ה הוא אחד האמת שהוא לבדו הוא ואין זולתו וזו היא מדרי‘ החכמה“;

נאָכמער,

בל‘ הקבלה 65 ,

„פנימיות אבא 66

הוא פנימיות עתיק ממש“,

וואָס איינער פון די פירושים בזה איז 67

: המשכות פון אַ העכערע מדרי‘ צו אַ נידעריקערע זיינען,

בדרך כלל,

אין אַן אופן פון משפיע ומקבל,

און היות אַז עס קומט אין אַן אופן פון ירידה והמשכה איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַ הארה בלבד

(ועד“מ השפעת השכל פון אַ רב צו אַ תלמיד) 68

; משא“כ דער אופן ווי „פנימיות אבא“ האָט אין זיך „פנימיות עתיק“ - וואָס דאָס מיינט עצמות א“ס - איז ניט אין אַן אופן פון המשכה בדרך משפיע ומקבל,

נאָר פנימיות אבא איז פנימיות עתיק,

עצמות דערפון.

ובמילא איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו „לך אני מגלה טעם פרה“ אַז ס‘איז צו אים נתגלה געוואָרן פנימיות אבא פנימיות רצון העליון - ענין החוקה 69

- ווייל דאָס איז געווען מדרי‘ משה,

און דער אויבערשטער האָט אים מגלה געווען אמיתית מדריגתו 70 .

יו“ד.

דאָס איז אויך אַ ביאור וואָס די „חוקה“ וואָס איז נתגלה געוואָרן צו משה‘ן איז דוקא בשייכות צו טהרה פון טמאת מת:

בשעת די השפעה איז אין אַן אופן פון משפיע ומקבל,

איז וויבאַלד עס קומט בדרך ירידה והמשכה,

און ס‘ווערט נמשך בלויז אַ הארה,

דעריבער איז די שייכות זייערע נאָר בעת ההשפעה,

ניט שפּעטער,

וואָרום דער מקבל איז געבליבן אַ באַזונדער מציאות פון דעם משפיע;

בשעת אָבער ס‘איז ניט בדרך ירידה והמשכת הארה,

נאָר המשכת העצמות ממש,

ווי ביי פנימיות אבא,

איז ניט שייך צו זאָגן אַז דער אויפטו איז נאָר בעת ההמשכה און עס בלייבט דערנאָך אַ באַזונדער מציאות פון אַ „מקבל“,

דאָרט וואו ס‘איז דאָ המשכת העצמות,

ווערט עס מהות העצמות,

פון אלקות.

במילא איז מובן,

ווי אַזוי עס קען זיין די טהרה פון טומאת מת,

הגם אַז בגלוי איז דער גוף ניט פאַרבונדן מיט‘ן כח פון אלקות פון דער נשמה און תומ“צ -ווייל בפנימיות איז דער גוף אַליין אַ מהות פון קדושת

(הנשמה ו)

האלקות.

אָבער בזמן הזה איז דאָס ניט מאיר בגלוי,

ווייל איצט איז די המשכת העצמות ניט אין אַן אופן גלוי,

ובמילא איז דאָ אַן אָרט פאַרן ענין פון טומאת מת,

און די טהרה זיינע איז אין אַן אופן פון „חוקה“.

לעת“ל אָבער,

וואָס דעמאָלט וועט זיין המשכת העצמות בגילוי,

דער גילוי פון פנימיות עתיק 71 ,

וועט זיך דאַן אָנזען בגלוי אַז די מציאות פון גוף איז דער ענין הנשמה האלקית שבו,

ובמילא וועט ניט זיין דער גאַנצער ענין פון טומאת מת 72 .

און די חוקת טהרתה וועט דעמאָלט נתגלה ווערן צו יעדן איינעם 73 .

יא.

עפי“ז איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס „לך אני מגלה טעם פרה“,

איז ניט געווען קיין סיבה אַז דורכדעם זאָל ביי משה רבינו ח“ו פעלן אין שלימות הביטול והמס“נ:

דער טעם פרה וואָס איז נתגלה געוואָרן צו משה‘ן איז ניט קיין טעם שכלי 12 ,

וואָס איז נתלבש געוואָרן אין שכל,

נאָר ס‘איז ביי אים נתגלה געוואָרן בשכלו דער רצון העליון פון עצמות א“ס,

ביז אַז דאָס איז געוואָרן זיין

(אויך דעם שכל‘ס)

מציאות.

איז דאָך אדרבה: ביי וועמען איז שייך צו זאָגן אַז אים זאָל פעלן אינעם ענין המס“נ - ביי איינעם וואָס זיין מציאות איז אַ באַזונדער זאַך,

און ער דאַרף זיך מוסר נפש זיין פאַר אלקות

(און האָרעווען היפך שכלו אויף צו פאַרשטיין תורה 74 ),

משא“כ משה רבינו וואָס אלקות איז מציאותו 75 ,

איז דאָך מהותו מס“נ 76 .

יב.

וי“ל אַז דאָס איז אויך די שייכות 77

פון פ‘ חוקת צו י“ב י“ג תמוז,

דער חג הגאולה פון כ“ק מו“ח אדמו“ר:

דער בעל השמחה והגאולה איז געווען דורכגענומען מיט דער עבודה פון מס“נ בפועל 78 ,

ובפרט אין דער אַרבעט פון הרבצת התורה אין יענער מדינה

(וואו ס‘איז געווען דער מאסר),

וואו עס האָט זיך געפאָדערט מס“נ בפועל ביי יעדן ענין - פון ענינים כלליים ביז צו דעם קלענסטן פרט - פון תורה ומצות.

און דעריבער איז די גאולה פון דעם מאסר געווען אין אַן אופן,

אַז צוזאַמען דערמיט וואָס ס‘איז געווען אַ נס גלוי שלמעלה מהטבע,

איז דאָס געווען מלובש אין טבע.

דער ביאור אין דעם: אין דעם אויבערשטנס הנהגה פון וועלט זיינען דאָ כמה אופנים 79

:

הנהגה טבעית,

וואָס נעמט זיך פון שם אלקים 80

(בגימט‘ הטבע),

די מדרי‘ אין אלקות וואָס איז מלובש אין עולם און מצד איר האָט וועלט אַ תפיסת מקום - בחי‘ ממכ“ע;

הנהגה נסית,

עס ווערט נתבטל הנהגת הטבע,

וואָס דאָס קומט פון שם הוי‘ וואָס איז למעלה מהטבע,

די מדרי‘ אין אלקות וואָס איז העכער פאַר וועלט - בחי‘ סוכ“ע,

און דעריבער ווערט דאָס נתגלה אין אַן אופן פון ביטול הטבע;

ניסים וואָס זיינען מלובש אין טבע,

וואָס קומט פון נאָך אַ העכערע מדרי‘ אין אלקות,

וואָס איז העכער סיי פון שם אלקים סיי פון שם הוי‘ 81 ,

און דעריבער ווערן פון דאָרטן נמשך ניסים וואָס בעצם זיינען זיי העכער פון טבע אָבער זיי זיינען אָנגעטאָן אין לבושי הטבע,

ד.

ה.

אַז דער נס פועל‘ט אויך אויף מציאות הטבע,

אַז טבע גופא איז מסכים אויפן נס.

ע“ד הנס דפורים וואָס ס‘זיינען געווען ניסים מלובשים בדרכי הטבע,

ביז אַז הפה שאסר הוא הי‘ הפה שהתיר 82 .

וואָס עד“ז איז דאָך געווען די גאולה פון בעל השמחה והגאולה אַז די זעלבע מענטשן 83

וואָס האָבן געהייסן אים אַרעסטירן,

זיי אַליין האָבן געמוזט הייסן אים באַפרייען 84 .

וי“ל אַז דאָס איז ע“ד הענין פון „פנימיות אבא פנימיות עתיק“: בשעת אַז דאָס איז נמשך געוואָרן אין וועלט מצד דעם מס“נ בפועל 85

פון בעל השמחה והגאולה

(וואָס דאָס איז געווען מציאותו),

האָט דאָס ניט מבטל געווען טבע העולם,

נאָר דאָס גופא איז געוואָרן די מציאות פון טבע,

אַז זי האָט מסייע געווען צו קדושה.

(משיחות ש“פ פרה,

תשכ“ח.

ש“פ חו“ב,

י“ב תמוז,

תשכ“ט)

Reader controls and commentary are loading.