א.
וועגן דער סמיכות הפרשיות
(און שייכות)
פון „ואני הנה נתתי לך את משמרת תרומתי לכל קדשי בנ"י וגו'" 1
– דער ענין פון מתנות כהונה – צו מחלוקת קרח וואָס שטייט פאַר דעם אין דער פרשה,
זאָגט דער ספרי
(און רש"י ברענגט עס אַראָפּ) 2 ,
אַז נאָכדעם ווי „בא קרח וערער על הכהונה" 3
האָט דער אויבערשטער געזאָגט,
אַז די כהונה פון אהרן איז ער כותב וחותם ומעלה בערכאין,
וואָס דאָס איז דורך די מתנות כהונה 4 .
דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס איז אַ טעם אויף דעם המשך ושייכות פון די מתנות כהונה צו מחלוקת קרח – וואָס איז אָבער די שייכות פון ענין המעשר * 4
וואָס מ'גיט צום לוי
(„ולבני לוי הנה נתתי כל מעשר וגו'",
וואָס שטייט באַלד נאָך און אין דער זעלבער אמירה פון אני חלקך מתנן דייהבית לך אינון חולקך 5
– מתנות כהונה 6 )
– צו מחלוקת קרח?
נאָכמער: לכאורה ניט נאָר האָט דאָס קיין שייכות ניט צו מחלוקת קרח,
נאָר ס'איז גאָר אַן ענין הפכי דערפון: מחלוקת קרח איז געווען נאָר על הכהונה – „ובקשתם גם כהונה" 7
– און ניט אויף לוי',
וואָרום קרח אַליין איז דאָך געווען אַ לוי
(און נאָך פון די חשובים שבהם – בן יצהר בן קהת 8 )?
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן,
אַז דאָס איז טאַקע מהאי טעמא גופא: היות אַז קרח איז געווען פון שבט לוי און די מחלוקת איז געקומען פון אים און נאָך אַנדערע פון שבט לוי – דאָס גופא וואָס זיי זיינען געווען בני לוי 9
איז געווען די סיבה פון זייער טענה ומחלוקת,
ווי משה האָט צו זיי געזאָגט* 9
: שמעו נא בני לוי המעט מכם כי הבדיל אלקי ישראל אתכם מעדת ישראל גו' לעבוד גו' ויקרב אותך ואת כל אחיך בני לוי אתך ובקשתם גם כהונה – וואָלט מען געקענט אַ טעות האָבן און מיינען אַז צוליב דעם איז ח"ו געמינערט געוואָרן פון דער חשיבות און תפקיד פון שבט לוי; דעריבער האָט דער אויבערשטער צוזאַמען מיטן ציווי אויף מתנות כהונה אָנגעזאָגט אויך אויף געבן מעשר לבני לוי כו',
וואָס דאָס לערנט אונז אַז די בני לוי זיינען געבליבן בחשיבותם 10 .
ס'איז אָבער שווער אַזוי צו זאָגן,
ווייל פון דעם וואָס די תורה זאָגט דעם ענין פון מעשרות בהמשך צו מתנות כהונה,
און דערצו נאָך מיט אַ וא"ו המוסיף 11 ,
איז משמע,
אַז אויך די שייכות פון ענין המעשר ללויים צו מחלוקת קרח איז אין דעם זעלבן אופן ותוכן ווי די שייכות פון מתנות כהונה צו מחלוקת קרח,
דהיינו צו מדגיש זיין מלכתחילה מעלת לוי' 12
און ניט
(נאָר)
צו באַוואָרענען שלילת המעלה 13 .
אויך: וויבאַלד אַז אַלע עניני התורה זיינען בתכלית הדיוק,
דאַרף מען זאָגן,
אַז די שייכות פון מתנות כהונה ולוי' צו מחלוקת קרח איז ניט נאָר אין אַן אופן כללי
(אַז מתנות כהונה איז אַ סימן סתם וראי' צו מחזק זיין כהונת אהרן נאָכן ערעור 14 ),
נאָר אַז דער אינהאַלט פון מתנות כהונה ולוי' האָט אַ שייכות צו מחלוקת קרח 15
און גיט אַן ענטפער אויף טענת קרח.
ב.
שוין גערעדט אַמאָל בארוכה 16
אין דעם וואָס עס שטייט אין נועם אלימלך 17 ,
אַז דער ענין פון קרח – וואָס דער תרגום 18
טייטשט „ ואתפלג קרח" – איז ע"ד ווי דער רקיע המבדיל בין מים למים 19 ,
אָפּטיילן און אָפּשיידן צווישן עליונים און תחתונים; און אין דעם איז באַשטאַנען זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן:
וויבאַלד אַז אַ כהן איז אינגאַנצן אָפּגעשיידט פון עניני העולם,
ער איז פאַרנומען נאָר מיט קדושה 20
זאַכן – ובלשון הכתוב 21
ויבדל אהרן להקדישו קודש קדשים הוא ובניו,
ובפרט
(אהרן)
אַ כהן גדול אויף וועמען עס שטייט 22
„ומן המקדש לא יצא" – איז „מדוע תתנשאו על קהל ה'" 23
– היינט ווי אַזוי און פאַרוואָס דאַרף זיין די השפעה פון דער התנשאות וקדושת אהרן אויף אידן
(על קהל ה'),
אַז אויך זיי זאָלן זיך אויפהויבן צו זיין מובדל פון עניני העולם,
בשעת אַז זייער עבודה איז צו פאַרנעמען זיך מיט דברים גשמיים און מאַכן פון זיי כלים צו אלקות.
און דעריבער איז זייער טענה „מדוע תתנשאו על קהל ה'" ניט אין סתירה צו דעם וואָס זיי אַליין האָבן געוואָלט זיין כהנים – ווייל קרח האָט געוואָלט אַן אַנדער סוג פון כהונה,
אַזאַ וואָס האָט ניט קיין פאַרבונד מיט „כל העדה".
וע"ד ווי מען געפינט אין קדושה אַז שמאי 24
– מצד קפדנותו 25
– דחפו באמת הבנין 26
און בית שמאי במקום ב"ה אינה משנה 27
ווייל ענינם איז באופן ושם דרך כו' ששוקל דרכיו 28 .
ועוד דוגמא: רשב"י וחבריו – וואָס הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה בידם 29 ,
און ר"א זיין זון
(חבריו),
איז אפילו נאָכן דרייצענטן יאָר במערה איז הווי מחי* 29 .
און דערמיט איז מוסבר וואָס דער אָנזאָג אויף מתנות כהונה איז בהמשך צו מחלוקת קרח: די מתנות כהונה דריקן אויס די שייכות און פאַרבונד צווישן אידן מיט כהנים – אַז אידן גיבן זייער אייגענטום צו די כהנים
(וועלכע זיינען מובדל פון עניני העולם),
ד.
ה.
אַז זיי הויבן אויף זייערע גשמיות'דיקע ענינים,
זיי ווערן מתנות כהונה,
ביז אַז אויף זיי זאָגט מען „אני חלקך",
כנ"ל,
זיי גיבן זיי צום אויבערשטן .
דאָס איז אָבער לכאורה ניט מספיק: אמת טאַקע אַז לפועל האָט קרח געקריגט אויף כהונה ובפרט אויף כהונת אהרן,
זיין כוונה
(וגדר בכהונה)
דערביי איז דאָך אָבער געווען אַז עס זאָל זיין אַ שייכות נאָר באופן דהבדלה 30 ,
אָבער עס זאָל ניט זיין קיין חיבור פון „תחתונים",
פון וועלט,
מיט „עליונים" – קדושה ואלקות,
האָט בהתאם לזה לכאורה געדאַרפט זיין דער תיקון אין אַן אופן אַז די ענינים פון וועלט זאָלן אינגאַנצן אַוועקגעגעבן ווערן צום אויבערשטן
(אַ פולשטענדיקער חיבור פון עליון ותחתון – אַ זאַך פון וועלט ווערט קדוש לגמרי)
– ווי קרבנות וואָס מ'איז מקריב אויפן מזבח פאַר דעם אויבערשטן זיי זיינען אינגאַנצן קדוש – אָבער ניט מתנות כהונה בכלל,
וואָס זיינען לאכילת
(הנאת)
כהנים,
און כמה מהם זיינען חולין .
ג.
פרשת קרח לייענט מען בכמה שנים אין דער וואָך פון ג' תמוז
(אָדער – ווי היינטיקס יאָר – אין דעם טאָג גופא)
– דער טאָג וואָס דער רבי דער שווער איז באַפרייט געוואָרן פון תפיסה אין יאָר תרפ"ז 31 .
וע"פ הידוע אַז אַלץ איז בהשגחה פרטית,
ובפרט לפי דברי השל"ה 32
אַז אַלע מועדים זיינען מרומז אין די פרשיות וועלכע מ'לייענט אין דעם באַטרעפנדן זמן,
איז מובן,
אַז דער
(תוכן פון)
טאָג האָט אַ שייכות צום תוכן פון פ' קרח.
לויטן אויבנדערמאָנטן ביאור אין דעם ענין פון מחלוקת קרח קען מען לכאורה מסביר זיין די שייכות בפשטות:
אַזוי ווי קרח'ן האָט ניט געאַרט דער ענין הכהונה כשלעצמו – דאָס וואָס כהנים זיינען מובדל פון עניני העולם – זיין מחלוקת איז געווען,
כנ"ל,
אויף דעם וואָס זיי זיינען משפיע אָט די קדושה צו „כל העדה";
עד"ז איז אויך געווען ביי די וואָס דער רבי האָט געהאַט פון זיי דאַן אַזויפיל התנגדות ורדיפות: דאָס וואָס האָט זיי געשטערט
(וואָס צוליב דעם האָבן זיי דעם רבי'ן אַרעסטירט)
איז געווען ניט זיין עבודה אין תומ"צ פאַר זיך לעצמו ובעצמו,
נאָר זיין אַרבעט אין „ הרבצת 33
התורה בכל מרחבי מדינתנו" צווישן אַלע אידן וואָס זיינען געווען דעמאָלט אין יענער מדינה.
עד"ז האָט זיין באַפרייאונג ג' תמוז געמיינט,
אַז דער אויבערשטער האָט באַוויזן גלוי לעין כל,
אַז ער קען ממשיך זיין אין זיין אַרבעט פון הרבצת התורה,
בדוגמא צו דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַראָפּגענומען און מבטל געווען דעם ערעור פון קרח דערמיט וואָס ער איז „כותב וחותם לך ומעלה בערכאין" די כהונה פון אהרן.
אָבער לכאורה איז עס ניט בדומה להנ"ל: ג' תמוז איז דאָך נאָך ניט געווען די
(פולע)
באַפרייאונג פון רבי'ן
(מער ניט ווי באַפרייאונג פון תפיסה),
וואָרום ער איז דעמאָלט פאַרשיקט געוואָרן אין גלות
(אין קאַסטראַמאַ),
וואו ער האָט ניט געקענט אָנגיין מיט זיין אַרבעט פארַ הרבצת התורה כדבעי – דאָס איז ערשט געקומען שפּעטער בי"ב־י"ג תמוז
(און אויך דעמאָלט זיינען נאָך געווען שוועריקייטן,
ביז ער איז אַוועקגעפאָרן פון יענער מדינה) 34 .
מוז מען זאָגן,
אַז די ענלעכקייט פון דער גאולה פון רבי'ן מיטן ענין פון „כותב וחותם לך ומעלה בערכאין" כהונת אהרן איז פאַרבונדן מיט דעם טייל פון דער גאולה ווי ער איז נאָך געווען
(עכ"פ בחיצוניות)
אין די הגבלות פון גלות ביי די וואָס האָבן אים אַרעסטירט.
ד.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם אַ שאלה פשוטה לכאורה בנוגע צום כללות'דיקן ענין פון מתנות כהונה
(ועד"ז במעשר)
:
מתנות כהונה 35 ,
וואָס אַ איד גיט אַוועק דעם כהן,
זיינען נאָר באַשטימטע
(גאָר קליינע)
חלקים פון אידנ'ס נכסים; אפילו תרומה,
חלה וכיו"ב – די זאַכן וואָס מ'דאַרף געבן ראשיתם דעם כהן – האָט דאָס אַ שיעור,
ס'דאַרף זיין ראשית
(און אפילו מדרבנן איז בתרומה – עין יפה א' מארבעים 36 .
ועד"ז בחלה 37 ).
אָבער ניט אַוועקגעבן זיינע תבואה אינגאַנצן אַלס תרומה כו',
עס דאַרף זיין „שירי' ניכרין" 38 ,
ועד"ז בנוגע צו מעשר איז דאָך דאָס נאָר – אַ צענטל פון זיינע פירות און תבואה.
ולכאורה,
בשלמא דאָס וואָס ס'איז פאַראַן אַ שיעור למטה 39 ,
אַז מ'טאָר ניט געבן ווייניקער ווי דער שיעור,
איז מובן; פאַרוואָס אָבער איז דאָ אַ שיעור למעלה – אַז ער טאָר ניט אַוועקגעבן און מקדיש זיין פון זיינע נכסים וכיו"ב צום אויבערשטן אַלע נכסים
(ובכמה מהם – אפילו ניט מערער פונעם שיעור) 40 ,
ביז אַז דער רמב"ם פסק'נט 41
„לעולם לא יקדיש אדם ולא יחרים כל נכסיו והעושה כן עובר על דעת הכתוב כו' אלא כל המפזר ממונו במצות אל יפזר יותר מחומש כו'".
ה.
דער ביאור בכל הנ"ל: עס איז מבואר אין חסידות 42
דער חילוק צווישן כהנים און לוים,
אַז אַ כהן איז ענינו איש החסד *42 ,
און ענינם של לוים איז גבורה.
און קרח
(וואָס איז געווען אַ לוי)
האָט מיט זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן געוואָלט מגביר זיין גבורות אויף חסדים,
אַז די לוים זאָלן זיין אַנשטאָט די כהנים.
אין עבודת האדם איז דער חילוק צווישן חסד וגבורה: חסד איז ענינו השפעה מלמעלה למטה – „שוב" אין וועלט,
און גבורה איז ענינה העלאה מלמטה למעלה – „רצוא"
(אַרויסגיין פון וועלט)
;
און דער שורש פון טענת קרח איז געווען,
אַז דער עיקר זאָל זיין דער ענין הגבורה,
די עבודה פון רצוא ועלי'.
קרח האָט געהאַלטן אַז תחתונים ווי זיי זיינען אין זייער מציאות זיינען ניט קיין כלים צו אלקות,
און דעריבער דאַרף ביי זיי זיין רצוא – אַרויסגיין פון דעם מעמד ומצב פון מטה און עולה זיין צו אלקות.
[ס'איז קיין סתירה ניט צו דעם וואָס ס'האָט זיך גערעדט פריער
(ומבואר במ"א 43 )
אַז די מחלוקת פון קרח איז געווען אויף דעם וואָס די כהנים
(ובפרט כהן גדול)
רופן אַרויס ביי אַלע אידן די תנועה פון אויפהויבן זיך דורך זייער עבודה למטה אין וועלט 44
– וואָרום וויבאַלד דאָס קומט דורך דער פעולה פון אהרן הכהן איש החסד וואָס איז משפיע און ממשיך אלקות מלמעלה למטה אין דעם תחתון ווי ער איז במציאותו,
טוט ער דעריבער אויף,
אַז די תנועה פון העלאה ביים אידן איז ניט באופן אַז ער גייט אַרויס פון מטה ,
נאָר אַז דער מטה במצבו ווערט אַ כלי צו אלקות,
וע"ד – כל מעשיך
(דיינע מעשים)
לשם שמים,
בכל דרכיך
(דיינע דרכים)
דעהו 45 ].
און מהאי טעמא איז דער אָפּשלאָג און תיקון אויף מחלוקת קרח ניט דורך קרבנות וקדשים,
וואָס מ'גיט אַוועק אינגאַנצן צום אויבערשטן,
מ'איז דאָס מקריב אויפן מזבח,
נאָר דורכן ענין פון מתנות כהונה דוקא:
אין הקרבת הקרבנות
(ובכללות דער ענין פון קדשים,
וואָס אַ איד איז מקדיש זיינע נכסים להוי')
זאָגט זיך ניט אַרויס אַז אַלס דברים תחתונים גשמיים ווערן זיי אַ כלי צו אלקות,
וואָרום די קרבנות גייען דאָך אַרויס פון חול,
פון זייער שייכות צום אדם למטה און ווערן אַן ענין קדוש – מ'איז זיי מקריב אויפן מזבח.
משא"כ באַ מתנות כהונה,
וואָס אַ מענטש גיט אַוועק פון זיין פאַרמעגען צום כהן* 45
און דער כהן עסט עס און עס ווערט באַ עם „למשחה – לגדולה" 46 ,
„כדרך שהמלכים – אויך ניט אידן – אוכלים"* 46 ,
ביז אַז כמה פון די מתנות כהונה
(וואָס זיינען נוהג אויך בחו"ל)
בלייבן חולין – דוקא אין דעם איז ניכר ומודגש אַז אויך במצבם פון ענינים דלמטה
(אַלס חולין)
זיינען זיי שייך צו אלקות 47 .
ו.
אָבער אויך ביי מתנות כהונה איז נאָך ניט מודגש בתכלית ובשלימות,
אַז אויך דברים תחתונים,
ווי זיי זיינען במצב ד„מטה",
ווערן זיי פאַרבונדן מיט אלקות – וואָרום:
א)
רוב מתנות כהונה 48 ,
די עשר במקדש וארבע בירושלים,
ווערן פריער קודש און ערשט דערנאָך קומט דער חיוב פון געבן זיי צום כהן,
און די כהנים איז משולחן גבוה קא זכו 49
; אַזוי אויך תרומה,
בכורים און חלה,
איז דאָך באַ זיי פריער הרמה ונתינה לה',
און ערשט דערנאָך קומט דער געבן עס צום כהן,
ווי דער פסוק איז מדגיש בפרשתנו 50
„ראשיתם אשר יתנו לה' לך נתתים",
„בכורי כל אשר בארצם אשר יביאו לה' לך יהיו" 51 ,
„ תתנו לה' תרומה" 52 ,
און אפילו באַ גזל הגר איז פריער „קנאו השם" און שפּעטער גיט מען דאָס צום כהן 53 .
ב)
אפילו די איבעריקע מתנות – פון* 53
די עשר בגבולין,
זיינען זיי דאָך זאַכן,
וואָס נאָך זייענדיק ברשות ישראל געהערן זיי שוין צום כהן 54
ווי „מתנות" זרוע לחיים וקיבה,
שדה אחוזה,
שדה חרמים 55
[נוסף לזה,
וואָס „מתנות" און „שדה אחוזה" 56
ווערן ניט דערמאָנט מפורש בפרשתנו 57
; און „מתנות" – זיינען
(ווי חז"ל 58
זאָגן)
פאַרבונדן מיט מעשה פינחס,
וואָס איז געווען שפּעטער 59 ]
דעריבער ווערט בהמשך לזה געזאָגט אין דער פרשה אויך דער ענין פון מעשר ללוים,
וואָס: א)
אויך נאָכן אָפּשיידן און אָפּגעבן דעם מעשר צום לוי 60
בלייבט דאָס חולין גמורין 61 ,
וואָס „אין בו קדושה כלל" און ס'איז מותר לזרים 62 .
ב)
ס'איז ניט קיין חלק מסוים וואָס געהערט צום לוי נאָך פאַר דער הפרשה פונעם אידן.
וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש אַז אויך אַ מציאות וואָס איז נאָך חול גמור,
„תחתונים" ממש,
איז אויך פאַרבונדן מיטן אויבערשטן דערמיט וואָס מ'גיט דאָס צום לוי,
וואָס „ה' הוא נחלתו" 63 .
ז.
איינע פון די טענות מיט וועלכער קרח האָט אָנגעהויבן זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן איז געווען: „טלית שכולה תכלת מהו שתהא פטורה מן הציצית" 64 .
איז מבואר טענתו אין חסידות 65
: דער ענין פון טלית
(לבוש)
שכולה תכלת ווייזט אויף בחי' מקיף,
און אַן ענין פון מקיף דאַרף אין דעם ניט זיין קיין ציצית
(חוטין וואָס ציען זיך פון עם)
– המשכה בפנימיות.
(און דערמיט האָט ער געוואָלט אַרויסבריינגען זיין מחלוקת אויף כהונת אהרן,
ווי עס איז מבואר אין חסידות בארוכה).
אין עבודת ה' בדקות מיינט עס
(אויך)
: בשעת די עבודה פון זיכוך המציאות פון אַ אידן קומט מצד המשכת האור מלמעלה,
ניט מצד דעם אדם העובד מלמטלמ"ע – איז כאָטש אַז ער ווערט מיוחד מיט אלקות,
וויבאַלד אָבער אַז דאָס קומט מלמעלה,
איז דאָס לגבי זיין מציאות אַן ענין פון מקיף – עס פעלט די המשכה בפנימיות,
וואָס טוט זיך אויף מצד זיין מציאות.
ועפ"ז י"ל אַז בדקות איז אויך דער ענין פון מעשר נאָך ניט אינגאַנצן מספיק אַלס תיקון אויף מחלוקת קרח,
נאָר מ'דאַרף אויך האָבן דעם ענין וואָס מתנות כהונה און מעשר זיינען משפיע למטה,
און זיי זיינען מדגיש און בריינגען אַרויס בנוגע דעם איבעריקן טייל נכסים וואָס בלייבן באַ דעם אידן.
מתנות כהונה
(און אַזוי אויך מעשר)
כשלעצמם – וויבאַלד אַז אַ איד איז זיי מקיים דערפאַר וואָס זיי זיינען מצוות ה' ,
דערפאַר ווערט דורך זיי ניט אַרויסגעזאָגט בשלימות,
אַז אויך דברים גשמיים ווי זיי געפינען זיך אינגאַנצן אין זייער גדר וציור דלמטה,
ווערן כלים לאלקות
[וכמובן אויך פון דעם וואָס אמחז"ל
(אפילו בנוגע צו צדקה)
– אַז נאָכן ציווי אויף מעשרות איז עס אַ חלק פון ממון ונכסים וואָס מלכתחילה געהערט עס ניט צו אים,
ס'איז ביי אים בתורת פקדון 66 ]
בשעת אָבער די הפרשה ונתינה פון מתנות כהונה ומעשר איז מדגיש,
אַז כאָטש די איבערגעבליבענע געהערט צום מענטש ,
פאַר זיינע הצטרכות'ן,
צו באַנוצן זיך מיט זיי איז עס דערפאַר ווייל דער אויבערשטער האָט זיי אים צוגעטיילט – און דערפאַר גופא ווערן זיי דורך איהם
(מטה)
אויסגענוצט אַזוי ווי דער אויבערשטער וויל –
דורך דעם דוקא איז ער מגלה אַז אויך דברים גשמיים ממש ווי זיי בלייבן אינגאַנצן אַ רכוש פון מענטשן,
אין דער בחי' פון תחתונים,
ווערן בפנימיות אינגאַנצן פאַרבונדן מיט אלקות,
אין אַן אופן פון „בכל דרכיך דעהו " 67
;
און דורך דעם פירט זיך אויס די שלימות פון „ דירה לו ית' בתחתונים " 68 .
וי"ל בדרך אפשר – אַז דאָס גופא איז דער טעם וואָס סיי ביי מתנות כהונה סיי באַ מעשר איז דאָ אַ שיעור קצוב,
און אַ מענטש טאָר ניט אַוועקגעבן זיינע גאַנצע נכסים – וואָרום די פאַרבונדנקייט מיט אלקות אין די נכסים איז אין אַן אַנדער אופן ווי אין די וואָס ער דאַרף אַוועקגעבן; און דעריבער איז חסה התורה על ממונם של ישראל 69
(כדי זיי זאָלן נתברר ווערן אויף זייער ריכטיקן אופן).
ח.
אַ מעין ודוגמא צו די דריי ענינים הנ"ל
(קדשים ממש,
רוב
(ועיקר)
מתנות כהונה ומעשר,
און די נכסים וואָס בלייבן באַ דעם מענטשן)
אין מדריגות אין אחדות ה' – י"ל,
אַז דאָס זיינען: דער ענין פון יחוד הוי' אחד מלמטה למעלה,
הוי' אחד מלמעלה למטה 70 ,
יחוד יחו"ע ויחו"ת 71 .
דער ענין פון הוי' אחד
(בדרך עלי')
מלמטה למעלה איז,
אַז אויך נאָך התהוות העולמות זיינען די עולמות בטל במציאות בתכלית פּונקט ווי קודם ההתהוות; ד.
ה.
אַז נבראים זיינען באמת קיין מציאות ניט און זייער אמת'ע מציאות איז ווי זיי זיינען למעלה
(אין אצילות).
וואָס דאָס רופט אַרויס די עבודה פון פרישות והפשטה פון עניני העולם – חיי
(ועבודת)
הצדיקים 72
וואָס זיינען מופשט פון ענינים גשמיים.
דער צווייטער אופן פון „הוי' אחד
(בדרך המשכה)
מלמעלה למטה" 73
איז ווי אלקות איז מתפשט ומלובש אין יעדער זאַך,
ד.
ה.
ס'איז פאַראַן אַ מציאות פון וועלט אָבער די מציאות גופא איז אלקות.
און די דרגא פון יחוד רופט אַרויס אין עבודה
(ניט אָפּצושיידן זיך פון וועלט,
נאָר אדרבה)
: צו טאָן מיט דברים גשמיים – ער איז נהנה פון דער דבר גשמי,
נאָר די הנאה איז אַ הנאה אלקית.
אָבער אויך דער יחוד,
כאָטש ער איז מיט'ן דבר גשמי,
דערהערט ער עס אָבער ווי צוויי באַזונדערע זאַכן שנתאחדו – אלקות און דבר גשמי,
מצד דעם יחוד פון יחו"ע ויחו"ת איז נרגש ווי די מציאות הגשמי און זיין עשי'
(והנאה)
ווערן אַן ענין פון אלקות.
ט.
ע"פ כהנ"ל קען מען מבאר זיין די שייכות פון ג' תמוז דוקא – צו פ' קרח:
בי"ב וי"ג תמוז,
ווען מ'האָט דעם רבי'ן אינגאַנצן באַפרייט,
אויך פון גלות קאַסטראַמאַ,
דריקט זיך ניט אויס בשלימות ווי די אַרבעט פון הרבצת התורה והיהדות האָט געפּועלט אויך אויף די „תחתונים" וואָס האָבן אים אַרעסטירט,
אַז אויך זיי זאָלן אויף דעם מסכים זיין; וואָרום דעמולט איז דאָך דער רבי בגילוי אַרויס פון זייערע ד' אמות
(כאָטש אַז במדינה ההיא בכלל – האָבן זיי געטאָן קעגן אידן און אידישקייט).
דוקא בג' תמוז ווען זיי האָבן אים פאַרשיקט אין גלות קאַסטראַמאַ,
און פאָרנדיק אַהין האָט ער
(נאָך פאַר'ן אָנקומען אַהין)
איינגעאָרדענט אַז מ'זאָל דאָרטן צונויפקלייבן אינגלאַך און מאַכן אַ חדר,
פאַרריכטן די מקוה 74
און געזאָגט חסידות דאָרטן וכו' 75
–
דוקא אין דעם האָט זיך אויסגעדריקט אַז תחתונים ממש,
ווי זיי שטייען נאָך אין זייער נידעריקסטן ציור
(זיי האַלטן נאָך דעם רבי'ן באַ זיך אין גלות)
זיינען „מסכים" אויף הרבצת התורה והיהדות פון רבי'ן –
בדוגמא צו שלימות התיקון וואָס האָט אַראָפּגענומען און מבטל געווען מחלוקת קרח,
אַז אויך די דברים גשמיים,
ווי זיי זיינען אין זייער מציאות פון תחתונים ממש,
זיינען זיי בפנימיותם – אלקות.
יו"ד.
ע"פ כהנ"ל י"ל,
אַז די דריי ענינים הנ"ל
(וואָס האָבן מבטל געווען און מתקן געווען מחלוקת קרח)
זיינען בכללות מרומז אויך אין דער תורה וואסָ דער רבי האָט געזאָגט אַרויסגייענדיק פון תפיסה,
פאַרן אָפּפאָרן אין קאַסטראַמאַ 76
:
מיר בעטן,
באַ השי"ת,
יהי' ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו 77
השי"ת זאָהל זיין מיט אונז און וועט זיין מיט אונז כאשר הי' עם אבותינו,
הגם מיר זיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו,
וועלכע זיינען געווען בעלי מסירת נפש בפועל ממש צוליעב תורה און מצות וכו'.
ובהקדים – דלכאורה דאַרף מען פאַרשטיין: א)
אין לשון הבקשה „יהי ה' אלקינו עמנו גו'": בשלמא שם הוי' וואָס מיינט אַז דער אויבערשטער איז הי' הוה ויהי'
(ברגע אחד) 78
– אלקות וואָס איז העכער פון האָבן אַ שייכות צו וועלט דאַרף מען נאָכדעם מוסיף זיין און מודיע זיין אַז ער איז „עמנו"; משא"כ שם אלקים וואָס זיין טייטש איז אַז ער איז „תקיף ואמיץ אשר לו היכולת בעליונים ובתחתונים" 78 ,
און „אלקי נו " איז דאָך דער פירוש אַז דער אויבערשטער איז כוחנו וחיותנו,
ווייזט עס דאָך אַז דער אויבערשטער איז מיט אונז – איז לכאורה ניט נויטיק צו מוסיף זיין דעם וואָרט „עמנו",
אָדער עס האָט געדאַרפט שטיין „יהי ה' עמנו"?
ב)
„יהי ה"א עמנו " – איז דאָך שלא בערך מער פון „אל יעזבנו ואל יטשנו".
ג)
דער רבי האָט געזאָגט „הגם מיר זיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו וועלכע זיינען געווען בעלי מסירת נפש בפועל ממש אויף תורה און מצות" – דלכאורה: ביים רבי'ן איז דאָך אין יענע זמנים געווען דער ענין פון מסירת נפש בפועל
(און אפילו זיצנדיק אין תפיסה ולאח"ז)
; איז אפילו מ'זאָל זאָגן אַז מצד דער ענוה פון רבי'ן האָט ער געהאַלטן אַז זיין מסירת נפש איז ניט גלייך צו דער מסירת נפש פון „אבותינו",
האָט ער אָבער דאָך ניט געדאַרפט דאָס זאָגן אין אַ לשון
(„הגם מיר זיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו וועלכע זיינען געווען בעלי מסירת נפש בפועל ממש")
וואָס איז שולל אינגאַנצן די מסנ"פ בפועל ממש.
יא.
איז דער ביאור אין דעם: דער רבי האָט געוואָלט פועל זיין דעם ענין הגאולה ביי אַלע אידן,
ביז אויך ביי די וואָס זיינען נאָר „בשם ישראל יכונה" 79 ,
און דעריבער האָט ער געבראַכט דוקא דעם לשון הפסוק „יהי הוי' אלקינו עמנו" מיט דער הוספה „הגם מיר זיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו כו'" – ד.
ה.
אַז אויך אַזעלכע אידן וואָס זיינען ניט גלייך צו אבותינו
(ביי זיי איז ניטאָ דער ענין המסנ"פ בפועל אויף תומ"צ)
זאָל ביי זיי זיין „הוי' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו";
ולפי הנ"ל – אַז דער רבי האָט געוואָלט אויפטאָן די גאולה אויך ביי די וואָס זיינען נאָר „בשם ישראל יכונה ",
ניט קוקנדיק אויף זייער מצב אין שמירת התומ"צ - קען מען זאָגן,
אַז מיט דער הוספה „הגם מיר זיינען דאָך ניט גלייך צו אבותינו" האָט דער רבי געמיינט מרמז צו זיין צום פירוש המדרש 80
„וכן שלמה אומר לפני הקב"ה מלך שהוא שוכר פועלים והן עושין מלאכתן יפה ונותן להם שכרן מה שבח יש למלך,
ואימתי הוא משובח כשישכור פועלים רעים שאין עושין מלאכתן ונותן להן שכרן וזו היא טובה גדולה וכה"א יהי ה"א עמנו כאשר הי' עם אבותינו " – ד.
ה.
ער האָט געוואָלט אויפטאָן ענין הגאולה אויך ביי „פועלים רעים".
יב.
ע"פ זה קען מען מסביר זיין,
אַז אין דעם ענין פון „יהי ה"א עמנו גו'" זיינען דאָ דריי מדריגות
(וי"ל שהן – ע"ד ג' מדריגות הנ"ל)
:
א)
„הוי'
(ווערט)
אלקינו" – אַז דער אויבערשטער איז כוחנו וחיותנו,
וואָס דאָס ווייזט אַז די גאַנצע מציאות פון דעם מענטש און זיין כח וחיות בגלוי – איז אלקות.
ב)
„ה' אלקינו עמנו " – דער מענטש איז ווי אַ זאַך פאַר זיך,
נאָר דער אויבערשטער איז „ מיט אים"; אָבער דאָס גופא וואָס „אלקינו" איז „עמנו" איז אַ ראי' אַז ער איז פאַרבונדן מיט אלקות.
ג)
„אל יעזבנו ואל יטשנו": כדי אויפצוטאָן אויך אין אַזעלכע אידן וואָס זיינען בבחי' „תחתונים" ממש – בשם ישראל יכונה – וואָס עס זעט זיך ביי זיי כלל ניט אָן זייער שייכות צו אלקות 81 ,
אַז אויך ביי זיי זאָל זיין דער ענין הגאולה,
האָט דער רבי מוסיף געווען „כאשר הי' עם אבותינו הגם מיר זיינען ניט גלייך צו אבותינו כו'" – מיינענדיק צו מרמז זיין אויפן פירוש המדרש כנ"ל 82 ,
און דערמיט האָט ער אויפגעטאָן אַז אויך ביי די „פועלים רעים" זאָל זיין עכ"פ דער הרגש פון „אל יעזבנו ואל יטשנו" – אַז אויך ווי זיי זיינען אין דעם מצב זאָל זיך אָנזען אַז זיי זיינען ח"ו ניט אָפּגעזונדערט און פאַרלאָזן פון אויבערשטן.
און אין דעם דוקא דריקט זיך אויס ווי אַזוי אויך אַזעלכע,
וואָס זיינען תחתונים אין זייער מציאות הנראית והנגלית זיינען שייך צו אלקות; אַז אין וועלכער מדריגה אַ איד געפינט זיך נאָר,
איז זיין אמת'ער און פנימיות'דיקע מציאות – אלקות.
ובלשון פון רבי'ן 79
: כל איש ישראל
(מבלי התחשב עם מצבו הפרטי בשמירת וקיום המצות)
לבו תמים עם ה' ותורתו.
און דאָס האָט געפּועלט אויך אויף די „תחתונים" פון וועלט,
אפילו אויף די וואָס האָבן אים אַרעסטירט אַז אויך במעמדם ומצבם זאָלן זיי מסכים זיין צו דער הפצת התורה פון רבי'ן,
ביז צו העלפן אין זיין באַפרייאונג וגאולה כפשוטה.
יג.
וויבאַלד אַז הימים האלו נזכרים
(ביז אַז)
ונעשים 83
האָט יעדערער און אַלע – עמנו – די הוראה ונתינת כח פון ג' תמוז אויף ניט נתפעל ווערן פון מניעות ועיכובים אויף הפצת התורה והיהדות,
און מ'האָט אויך די הבטחה
(ווי דער צווייטער אָפּטייטש אין „יהי" „אל יעזבנו ואל יטשנו")
אַז עס וועט מקוים ווערן אַז „יהי ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבנו ואל יטשנו ולכל בנ"י יהי' אור ברוחניות ובגשמיות" 84 .
(משיחות ש"פ קרח,
ג' תמוז תשכ"ד.
י"ט כסלו,
תשכ"ה.
יום ג' פ' קרח תשל"ז)