B"H
🏡

Ikar

קרח ב

א.

אין דער היינטיקער סדרה 1

ווערט דערציילט אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה ואהרן - „הבדלו מתוך העדה הזאת ואכלה אותם כרגע“,

האָבן זיי גע‘טענה‘ט צום אויבערשטן: „א־ל אלקי הרוחות לכל בשר האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף“.

דער טעם וואָס פאַר דער טענה -„האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף“ - האָבן זיי מקדים געווען די ווערטער,

דעם ענין „א־ל אלקי הרוחות לכל בשר“ - איז מוסבר אין פרש“י,

וואָס טייטשט אָפּ „

(א־ל)

אלקי הרוחות“ „יודע מחשבות“: וויבאַלד „לפניך גלויות כל המחשבות ויודע אתה מי החוטא,

האיש אחד 2

הוא החוטא ואתה על כל העדה תקצוף,

אמר הקב“ה יפה אמרת 3

אני יודע ומודיע מי חטא ומי לא חטא“.

עס איז אָבער ניט מובן: וואָס איז דערצו נויטיק די הדגשה אַז דער אויבערשטער איז „אלקי הרוחות לכל בשר“?

צוליב דער טענה „האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף“ וואָלט געווען גענוג די הקדמה „א־ל אלקי הרוחות“,

אָן דער הוספה „לכל בשר“.

נאָכמער איז עס ניט מובן: עס שטייט אין ירושלמי 4

אַז „אחד השומע קללת השם מישראל ואחד השומע מפי העכו“ם חייב לקרוע,

מ“ט אני ה‘ אלקי כל בשר גו‘“ 5 ,

ד.

ה.

אַז „

(אלקי)

כל בשר“ מיינט צו כולל זיין אויך ניט אידן - און וויבאַלד אַזוי איז קשה בנדו“ד: דאָס וואָס דער אויבערשטער איז „יודע מחשבות“ אפילו פון אַ ניט אידן

(„לכל בשר“),

וואָס האָט עס פאַר אַ שייכות צו דער טענה פון „האיש אחד יחטא ועל כל העדה

(אידן)

תקצוף“ 6 ?

- אָט די הקדמה מיט דער הדגשה „לכל בשר“ וואָלט,

לכאורה,

געפּאַסט ביי דער טענה פון אברהם אבינו 7

בנוגע צו סדום

(וואָס איז ענלעך לנדו“ד)

: „האף תספה צדיק עם רשע“,

וואָס דאָרט רעדט זיך וועגן ניט אידן - אָבער דאָרט ווערט עס אינגאַנצן ניט דערמאָנט אין די רייד פון אברהם אבינו

(ער האָט נאָר מסיים געווען „השופט כל הארץ לא יעשה משפט“ 8 ).

ב.

והביאור: די טענה - בכללות -פון משה ואהרן איז באַשטאַנען אין דעם,

אַז וויבאַלד דער אויבערשטער בידיעתו והשגחתו הפרטית ווייס קלאָר ווער ס‘איז געווען דער חוטא

(ממש)

פון צווישן עדת קרח,

און אַז אַזאַ איז געווען נאָר איינער,

וכלשון רש“י „האיש אחד הוא החוטא“,

- און ווי גערעדט אַמאָל בארוכה 9

אין דעם ביאור פון דעם משל וואָס רש“י בריינגט דאָ: „מלך בו“ד שסרחה עליו מקצת מדינה אינו יודע מי החוטא לפיכך כשהוא כועס נפרע מכולם אבל אתה כו‘ ויודע אתה מי החוטא“,

אַז דאָס איז מסביר,

אַז די עדת קרח זיינען ניט געווען קיין חוטאים מיט אַ כוונת מרידה קעגן דעם אויבערשטן,

נאָר זיי זיינען נתפתה און צוגעצויגן געוואָרן דורך קרח‘ן 10

; און דעריבער זיינען זיי ניט אין דעם סוג פון „חוטא“ נאָר אין אַן אופן פון „סרחה עליו מקצת מדינה“ - אַ „סרחון“ -

און דאָס איז געווען זייער טענה: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז „יודע מחשבות“ און איז מבחין צווישן אַ „חטא“ און „סרחון“ - אַז אַ „חוטא“ ומורד ממש איז געווען נאָר איינער

(„האיש אחד יחטא“ - „האיש אחד הוא החוטא“)

און ער האָט עס גורם געווען

(ובמילא אויך שולדיק אין)

דעם „סרחון“ פון דער גאַנצער עדה - דאַרף דאָך דער אויבערשטער אויך בנוגע דעם עונש מחלק זיין צווישן „סרחון“ און „חטא“ און באַשטראָפן נאָר דעם „חוטא“.

[און דערמיט איז מובן פאַרוואָס מ‘געפינט ניט אָט די הקדמה „אלקי הרוחות גו‘“

(או כיו“ב)

ביי טענת אברהם אבינו,

ווייל דאָרטן איז געווען נאָר דער חילוק פון צדיק און רשע

(וואָס זעט זיך גלוי,

במעשה),

עס איז ניט געווען דער סוג פון „סרחו“ ובמילא איז ניט נוגע די ידיעת המחשבה כדי צו מבחין זיין צווישן „סרחון“ און „חטא“].

ג.

לויט דעם איז אויך מדוייק וואָס רש“י זאָגט דאָ דעם לשון „יודע מחשבות ..

ויודע אתה מי החוטא“

(און אַזוי אויך אין תשובת הקב“ה: „אני יודע“),

און נוצט ניט דעם לשון „ידוע“,

ווי דער „לשון 11

השגור בדחז“ל 12

גלוי וידוע 13

לפני מי שאמר והי‘ העולם“; ובפרט אַז רש“י אַליין הייבט דאָ אָן מיט‘ן לשון „לפניך גלויות כל המחשבות“,

וואָלט דאָך מתאים געווען ער זאָל מסיים זיין מיט‘ן זעלבן סגנון: „וידוע לפניך“ 14 ?

די הסברה אין דעם: עס איז ידוע 15 ,

אַז עס זיינען פאַראַן צוויי מדריגות אין דער ידיעה

(והשגחה)

עליונה:

א)

די ידיעה

(און השגחה)

אין דעם אופן פון „גלוי וידוע“ - ניט בדרך התלבשות,

נאָר „הכל גלוי וידוע לפניו ית‘ ממילא“.

און כאָטש אויך די ידיעה איז על כל פרט ופרט,

היות אָבער די ידיעה איז העכער פון התלבשות אין נבראים און איז מובדל פון זיי,

דעריבער איז עס אין אַן אופן וואָס נעמט אַרום אַלע נבראים בשווה,

און ס‘איז העכער פון דעם אַז דאָרט זאָלן פוגם זיין* 15 ,

כביכול,

מעשה התחתונים,

אָדער עס זאָלן פאַרנעמען אַן אָרט זייערע חילוקי מדריגות.

ב)

די ידיעה

(והשגחה)

אינעם אופן פון „יודע“ - ער כביכול פאַרנעמט זיך צו וויסן - בדרך התלבשות,

און אין דעם זיינען פאַראַן חילוקים אינעם אופן הידיעה

(וההשגחה),

בהתאם צו דער מדריגה פון יעדער נברא.

און דעריבער ווערט דווקא פון דער ידיעה נמשך דער ענין פון שכר ועונש בדרגות שונות לפי מעשה התחתונים 16 .

און דאָס איז וואָס רש“י איז מדייק „יודע“

(און ניט „ידוע“)

- ווייל דאָ איז נוגע די ידיעה והשגחה פרטית פון וועלכער עס ווערט נמשך שכר ועונש; און נאָכמער: די ידיעה אין אַן אופן פון התלבשות,

פון „אַריינטאָן“ זיך אין די פרטי הענינים פון עדת קרח ביז צו „מודיע“ זיין ווער ס‘איז באַגאַנגען בלויז אַ „סרחון“ און „מי החוטא“.

ד.

עס איז ידוע די שיטה פון רמב“ם

(אין מו“נ* 16 )

אַז נאָר אויף דעם מין האדם איז דאָ השגחה פרטית - השגחה אויף אַ פרטיות‘דיקן מענטש,

אָבער ביי די נבראים פון דצ“ח איז די השגחה אויף כללות המין,

ניט אויף זיינע באַזונדערע פרטים;

און אין מין האדם גופא,

איז די השגחה ניט אויף אַלעמען בשווה,

נאָר ס‘איז לויט דער דביקות פון שכל האדם צום אויבערשטן 17

; און די „סכלים הממרים“ און רשעים,

וואָס ביי זיי איז אינגאַנצן ניטאָ די דביקות השכל אין אלקות,

איז דער אויבערשטער פון זיי מסלק די השגחה פרטית,

און די השגחה אויף זיי איז ע“ד ווי אויף דצ“ח

(„נמשל כבהמות נדמו“ 18 )

- אַ השגחה כללית.

און ווי עס שטייט 19

„והסתרתי פני מהם גו‘ ומצאוהו רעות רבות וצרות גו‘ על כי אין אלקי בקרבי מצאוני הרעות האלה“,

ד.

ה.

: דורך דעם וואָס אידן רייסן זיך אָפּ פון אויבערשטן,

ווערן זיי „מופקר למקרה“ 20 ,

און די צרות קומען אויף זיי בדרך „מציאה“ - כאילו פון זיך אַליין.

וויבאַלד אַז די השגחה אויף רשעים איז ע“ד ווי אויף דצ“ח - בלויז אַ השגחה כללית,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אפילו ווען זיי ווערן נענש מלמעלה

(ניט אינעם אופן פון „מופקר למקרה“,

נאָר)

ס‘איז גלוי אַז דער עונש קומט בהשגחה מלמעלה

(כבנדו“ד - בריאה יברא הוי‘)

איז אָבער דער עונש והנהגה מיט זיי ניט אין אַ פרטיות‘דיקן אופן,

נאָר אין אַן אופן כללי.

און ע“ד וואָס דער רמב“ם שרייבט דאָרט 21

אַז „סכלים הממרים ..

סודרו בסדר שאר אישי מיני בע“ח ..

ומפני זה הי‘ קל להרגם“ 22 .

און לויט דער שיטה איז לכאורה ניט מובן די טענה „אלקי הרוחות גו‘ האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף“: וויבאַלד עס איז ניט קיין השגחה פרטית אויף זיי,

נאָר אַ השגחה כללית

(ע“ד ווי דצ“ח)

- האָט דאָך ניט קיין אָרט צו מאָנען אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו זיי „אַראָפּטראָגן“ מיט אַ התלבשות צו פאַנאַנדערטיילען צווישן די וואָס בלויז „סרחו“ און דעם „חוטא“ ממש 23 ,

נאָר „ואכלה אותם כרגע“ - בשווה?

ה.

אָבער אין אמת‘ן איז עס ניט קיין קושיא,

און דאָס וועט ווערן פאַרשטאַנדיק לויט דעם וואָס דער מיטעלער רבי איז מבאר 24 ,

אַז דאָס וואָס דער רמב“ם האַלט אַז עס איז ניטאָ קיין השגח“פ אויף דצ“ח

(און עד“ז ניט אויף רשעים)

איז ניט קין סתירה

(צו שיטת הבעש“ט 25 )

אַז עס איז דאָ השגח“פ אויף אַלע נבראים - ווייל אין דער השגחה העליונה זיינען פאַראַן,

בכללות,

צוויי אופנים 26

:

א)

השגחה פנימית: די השגחה איז בגילוי - ד.

ה.

זי איז ניט באַהאַלטן און פאַרדעקט דורך לבושי הטבע.

און בנוגע דער השגחה זאָגט דער רמב“ם אַז זי איז לויט דער דביקות פון שכל האדם באלקות,

און ביי דצ“ח און רשעים איז ניטאָ די השגחה

(אין אַן אופן פרטי -נאָר אויפן כללות המין)

;

ב)

השגחה חיצונית: די השגחה איז מלובש בהעלם אין לבושי הטבע וכיו“ב.

און די השגחה איז פאַראַן אויף אַלע נבראים

(מתאים לשיטת הבעש“ט).

קומט דאָך אויס,

אַז אויך לדעת הרמב“ם איז פאַראַן השגח“פ אויף רשעים,

ס‘איז נאָר אַז באַ זיי איז דאָס אַ השגחה חיצונית,

אָנגעטאָן און פאַרהוילן אין לבושי הטבע וכו‘,

אַזוי אַז עס איז ניט ניכר ווי יעדער פרט קומט פון דעם אויבערשטן.

און ס‘איז קיין סתירה ניט צו דעם וואָס ס‘שטייט „ומצאוהו רעות גו‘ ..

מצאוני הרעות גו‘“ - און ווי דער רמב“ם טייטשט עס אָפּ אַז מ‘איז „מופקר למקרה“ - ווייל אָט די הנהגה גופא איז בהשגחה פרטית 27

: „והסתרתי פני גו‘“,

עס איז ניט קיין סילוק ההשגחה,

נאָר ס‘איז בלויז „והסתרתי פני“,

אַ הסתר אויף דער השגחה פנימית,

ביז וואַנעט אַ מענטש קען זיך איינריידן אַז זיינע צרות זיינען אין אַן אופן פון „מצאוני“,

עס איז „ממנהג העולם“ 28

אָדער „נקרה נקרית" 28

; אָבער באמת איז די השגחה עליונה אויך דאַן על כל פרט ופרט.

ו.

עפ“י כהנ“ל איז מובן די שייכות פון דער הקדמה „אלקי הרוחות לכל בשר“ צו דער טענה „האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף“:

ווי גערעדט פריער

(ס“א),

זיינען די ווערטער „

(אלקי)

כל בשר“ כולל איך אַ ניט אידן,

און ווי דער רַָאגאַטשאָווער 29

איז מפרש דעם פסוק 5

„אני ה‘ אלקי כל בשר“

(מיוסד אויפן אויבענדערמאָנטן ירושלמי 4 )

- „ר“ל השגחה פרטית גם בב“נ“.

און דאָס איז דער יסוד פון טענת משה ואהרן,

אַז דער אויבערשטער דאַרף זיך פאַרנעמען באופן פרטי צו מחלק זיין צווישן די וואָס „סרחה עליו“ און דעם „חוטא“ - הגם אַז אַלע זיינען אין דעם סוג פון „סכלים“ און „רשעים“ - ווייל וויבאַלד דער אויבערשטער איז „יודע מחשבות“ אויך פון אַ ב“נ און אויך אויף זיי איז דאָ השגחה פרטית

(כאָטש אַז ביי זיי איז ניטאָ די דביקות השכל אין אלקות 30 ),

איז עאכו“כ אַז דער אויבערשטער איז „יודע מחשבות“

(משגיח)

אין אַן אופן פרטי פון יעדן אידן,

אפילו ביי אַזעלכע וואָס זיינען בגלוי אָפּגעריסן ר“ל פון אלקות.

ז.

הגם אַז ווען אַ איד איז ניט עושה רצונו של מקום איז די השגחה אויף אים ע“ד ווי די השגחה אויף אוה“ע,

אַ השגחה חיצונית,

וואָס איז מלובש אין לבושי הטבע כנ“ל - פונדעסטוועגן,

איז דאָ אַ חילוק עקרי צווישן דעם אופן ההתלבשות אין דער השגחה אויף אַ אידן און להבדיל אויף אוה“ע:

ביי אוה“ע,

וויבאַלד זייער יניקה וחיות איז פון בחי‘ חיצוניות,

שם אלקים

(בגימט‘ הטבע),

זיינען זיי בעיקר אונטערגעוואָרפן צו דרכי הטבע; און במילא איז די השגחה אויף זיי לכתחילה נאָר פון שם אלקים,

פון דער מדריגה אין אלקות וואָס איז מלובש אין דרכי הטבע כו‘ 31

;

דאַקעגן ביי אידן,

וואָס זייער חיות איז פון שם הוי‘,

איז די השגחה פרטית אויף זיי בעצם פון „שם הוי‘ עצמו“ 32 ,

וואָס איז אַ פנימיות‘דיקע און גלוי‘דיקע השגחה.

און דאָס וואָס די אידן וואָס זיינען ניט עושין רצונו של מקום איז די השגחה פרטית אויף זיי בהעלם אין לבושי הטבע,

מיינט עס ניט אַז לגבי זיי ווערט נסתלק ח“ו די השגחה פון שם הוי‘ -וואָרום אין וועלכן מצב אידן זאָלן זיך געפינען זיינען זיי אַלעמאָל „עם קרובו לגבי שם הוי‘“ 33

(דבין כך ובין כך בני הם 34 )

- נאָר די השגחה איז פון „שם הוי‘ עצמו“ ווי זי איז זיך מתלבש אין שם אלקים; וואָס דאָס איז דער דיוק הלשון „והסתרתי פני“ - ס‘איז נאָר אַ הסתר אויף „פני“,

אויף דער השגחה פנימית,

כנ“ל.

און דעריבער קען מען דורך התבוננות בשכלו דערגרונטעווען זיך און דערקענען אַז ס‘איז אַ השגחה פרטית 35

און

(דורכדעם ווערט זי אויך)

גלוי‘ על כל פרט ופרט פון יעדן אידן,

אויך פון די וואָס זיינען ניט „עושין רצונו כו‘“.

ח.

דערמיט איז אויך מוסבר דער תוכן און תכלית אין דער הנהגה פון „והסתרתי פני גו‘“,

וואָס דורך דעם קען מען זיך איינריידן אַז די צרות וואָס קומען אויף אים זיינען אין אַן אופן פון „מצאוני“,

פון זיך אַליין,

ניט פון אויבערשטן -

לכאורה קען מען דאָך פרעגן: די כוונה פון דער הנהגה איז דאָך כדי מעורר זיין אידן צו תשובה,

איז ווי קען אַ מצב פון „והסתרתי גו‘“ אים מעורר זיין צו תשובה צום אויבערשטן,

בעת ער פילט

(ניט אַז די יסורים זיינען בהשגחה פרטית פון אויבערשטן און קען מיינען)

אַז ס‘איז אַ „נקרה נקרית“

(און ניט מיט אַ כוונה צו דערוועקן אים צו תשובה)?

נאָר דער ענין איז כנ“ל,

וויבאַלד אַז דער „והסתרתי“ איז נאָר בחיצוניות,

אָבער בפנימיות איז אויך דאַן די השגחה פון שם הוי‘ על כל פרט ופרט,

דערפאַר איז דאָ אין דעם דער כח צו מעורר זיין ביי אַ אידן אַ תנועה פון תשובה לאלקות -

ואדרבה: וויבאַלד די השגחה דשם הוי‘ איז דעמאָלט פאַראַן

(ניט אין שייכות צו כחות הגלויים פון אידן -וואָרום אין זיי זעט זיך ניט די השגחה,

ס‘איז „והסתרתי“ - נאָר)

בנוגע זיין עצמות‘דיקן מהות,

רירט עס במילא אָן זיין עצם;

וכידוע 36

אַז דוקא די תשובה וואָס קומט מצד עוצם הריחוק רירט אָן אין עצם הנפש ממש,

און דאָס איז נוגע און איז פועל אין כללות עבודתו; משא“כ די תשובה וואָס איז ביי צדיקים,

וואָס זי איז ניט אַזוי נוגע אין כללות עבודתו,

עס גיט נאָר צו שלימות אין זיין עבודה.

ט.

עפ“ז איז אויך מובן דער דיוק אין דעם ענטפער פון אויבערשטן צו משה: „יפה אמרת אני יודע ומודיע מי חטא ומי לא חטא“:

עס וועט זיין ניט נאָר ווי זיי האָבן גע‘טענה‘ט אַז דער אויבערשטער איז „יודע מחשבות“,

השגחה פרטית אויף אַלע אידן אפילו אויף דעם סוג פון עדת קרח - וואָרום דאָס איז פאַראַן ביי „כל בשר“ אויך ביי אוה“ע כנ“ל - נאָר „אני יודע ומודיע מי חטא ומי לא חטא“: די השגחה פרטית וועט זיין אין אַן אופן גלוי,

אַז אַלע וועלן זען בעיני בשר ווי דער אויבערשטער „פאַרנעמט“ זיך אין אַ פנימיות‘דיקער השגחה צו ראַטעווען אָט די וואָס „לא חטאו“

(כאָטש ביי זיי איז געווען „סרחו“)

;

וואָס אַזאַ אופן השגחה - אַז אויך ביי אַזאַ סוג מענטשן זאָל זיין די השגחה פרטית אין אַן אופן גלוי מיט אַ התלבשות וכו‘ - איז דאָס נאָר ביי אידן,

ביים „עם קרובו“ של הקב“ה.

(משיחת ש“פ קרח תשל“ג)

Reader controls and commentary are loading.