א.
אין דעם פסוק 1
„ראשית ערסתכם חלה תרימו תרומה כתרומת גורן כן תרימו אותה" איז רש"י מפרש „כתרומת גורן" „שלא נאמר בה שיעור,
ולא כתרומת מעשר שנאמר בה שיעור אבל חכמים נתנו שיעור לבעל הבית אחד מעשרים וארבעה ולנחתום אחד מארבעים ושמונה".
דאַרף מען פאַרשטיין: א)
רש"י איז דאָך מעתיק ענינים פון מדרשים ומאמרי חז"ל בהלכה,
נאָר ווען דאָס איז נוגע און מוכרח אין פשוטו של מקרא - ווי רש"י אַליין זאָגט דעם כלל 2
„ואני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא" - איז בשלמא דאָס וואָס רש"י איז מפרש „שלא נאמר בה שיעור ולא כתרומת מעשר שנאמר בה שיעור" איז מובן,
ווייל דערמיט איז ער מבאר בפשטות וואָס די תורה מיינט מיט מדגיש זיין דווקא „כתרומת גורן" 3
און ניט ווי אַן אַנדער סוג תרומה 4
; וואָס איז אָבער נוגע צום פירוש הכתוב דער ווייטערדיקער המשך: „אבל חכמים נתנו שיעור כו'"?
ב)
אפילו ווען מ'זאָל אָננעמען אַז בריינגענדיק אַז עס איז ניט געזאָגט געוואָרן קיין שיעור אויף חלה וויל ער באַוואָרענען אַז דאָס מיינט ער נאָר במקרא,
אָבער די רבנן האָבן יע באַשטימט אַ שיעור - בלייבט נאָך אַלץ ניט מובן: פאַרוואָס דאַרף ער מפרש זיין וועלכן שיעור האָבן די חכמים געגעבן,
וואָס לכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט נוגע צום פירוש פשט הכתובים,
און רש"י איז דאָך ניט קיין ספר פון הלכות,
ער קומט נאָר מפרש זיין פשוטו של מקרא?
ג)
און אפילו אויב מ'זאָל איינלערנען בדוחק אַז רש"י וויל מען זאָל האָבן אַ השגה וואָס איז דער שיעור חלה 5 ,
וואָלט דאָך מספיק געווען ווען ער זאָגט נאָר „לבעה"ב א' מכ"ד",
וואָס דאָס איז דער שיעור וואָס איז שייך
(און נוגע)
לרוב בנ"א 6
[און ווי מען געפינט טאַקע אין ת"י 7 ,
כאָטש ער איז ווייטער פון פשש"מ ווי פרש"י,
אַז ער בריינגט נאָר דעם שיעור א' מכ"ד]
- פאַרוואָס דאַרף ער אויך מוסיף זיין „לנחתום אחד מארבעים ושמונה" 8 ?
ד)
נאָכמער: לכאורה איז דער המשך אין פרש"י בסתירה צו התחלת פירושו: ער הויבט אָן צו מפרש זיין,
אַז מיט „כתרומת גורן" קומט די תורה צו זאָגן אַז חלה איז ווי „תרומת גורן,
שלא נאמר בה שיעור ולא כתרומת מעשר שנאמר בה שיעור",
ד.
ה.
ניט נאָר גיט די תורה ניט קיין שיעור ביי חלה,
נאָר דער פסוק זאָגט אָן במפורש „כתרומת גורן כן תרימו אותה",
אַז מ'זאָל דאָס אָפּשיידן ניט מיט קיין שיעור - היינט ווי שטימט דערמיט
(בפשש"מ)
דער אויספיר אין רש"י „אבל חכמים נתנו שיעור"?
ומזה:
ה)
אפילו אויב רש"י וויל
(מאיזה טעם שיהי')
צוגעבן אַז „חכמים נתנו שיעור" און אויך די פרטים שבדבר - וואָלט דאָס מער מתאים געווען צו זאָגן אינעם פירוש אויפן צווייטן פסוק „תתנו לה' תרומה",
וואו רש"י זאָגט „לפי שלא שמענו שיעור לחלה נאמר תתנו שיהא בה כדי נתינה",
וואָס דאָרט וואָלט געפּאַסט דער המשך אַז „חכמים נתנו שיעור לבעל הבית כו' ולנחתום כו'".
[און ווי מיר געפינען אַז אין ספרי שטייט עס טאַקע אויפן פסוק „תתנו לה' תרומה - שיהא בה כדי מתנה לכהן מכאן אתה אומר שיעור חלה של בעה"ב וכו'"].
ו)
לאידך קען מען פרעגן: וויבאַלד אַז רש"י זאָגט שוין יע די שיעורין שנתנו חכמים בפרטיות לבעה"ב א' מכ"ד ולנחתום א' ממ"ח,
פאַרוואָס איז ער ניט מפרט אויך דעם טעם פונעם חילוק צווישן בעה"ב ונחתום,
ווי מיר געפינען דאס אין ספרי וכוי 9 ?
שמזה משמע אַז נאָכדעם ווי רש"י איז מפרט די שיעורים,
פאַרשטייט מען שוין אַליין דעם טעם.
ב.
דער ביאור בזה בפשטות: פון דעם וואָס דער פסוק זאָגט אַז „כתרומת גורן כן תרימו אותה",
וואָס דאָס מיינט ווי רש"י טייטשט אָפּ „שלא נאמר בה שיעור",
איז משמע אַז אויך אַ משהו איז גענוג.
ווערט דאָ ניט גלאַטיק אין פשט הכתוב; דעם המשך הכתוב „ראשית ערסתכם חלה תרימו תרומה" איז רש"י מפרש: „תלקח חלה אחת תרומה לשם ה'",
און רש"י פאַרטייטשט „חלה,
טורטי"ל בלעז",
וואָס דאָס מיינט - „אַ קוכן".
לפי"ז ווערט קשה: ווי קען מען זאָגן אַז הפרשת חלה איז „כתרומת גורן" וועלכע האָט קיין שיעור ניט,
כנ"ל,
בשעת אַז דער פסוק אַליין זאָגט אַז „ חלה תרימו תרומה" - און חלה
(אַ קוכן)
האט דאך א שיעור* 9 ?
דעריבער איז רש"י מוסיף אין זיין פירוש און באַוואָרנט,
אַז כאָטש „לא נאמר בה שיעור - אבל
(היות אַז די תורה רופט עס אָן „חלה - טורטי"ל",
איז)
חכמים נתנו שיעור" 10
;
ד.
ה.
אע"פ אַז „חלה
(דאָ 11
מיינט)
-טורטי"ל" סתם,
ווייזט אָבער דער שם „חלה" אויף אַ געוויסע חשיבות וואָס דאַרף זיין אין דעם חלק הנתרם,
ניט קיין פירורין וכיו"ב - און דערפאַר האָבן די חכמים געגעבן אַ שיעור קבוע ביי חלה אויך בכמות.
ג.
אָבער זאָגן סתם,
אַז חכמים האָבן געגעבן אַ שיעור איז ניט מספיק: וויבאַלד אַז „חלה - טורטי"ל" האָט ניט מצד עצמו קיין שיעור
(עס זיינען פאַראַן חלות פון פאַרשידענע גרויס),
וואָלט מען געקענט מיינען,
אַז דער אויפטו פון די חכמים באַשטייט אין געבן אַ שיעור קבוע אין דער גרויס פון דער „חלה" כשלעצמה - אַזוי ווי עס איז מן התורה ביי „חלה" פון קרבנות 12
;
דעריבער באַוואָרנט רש"י,
אַז דאָ איז עס ניט אַזוי - די חכמים האָבן קובע געווען דעם שיעור ביחס צו דער עיסה: לבעה"ב אחד מכ"ד ולנחתום א' ממ"ח"* 12 .
און היות אַז דער שיעור וואָס די חכמים האָבן געגעבן איז ניט סתם אַן ענין בפ"ע,
נאָר ער האָט אַ שייכות און קומט בהסתעפות צו דעם וואָס דער פסוק רופט עס אָן „חלה",
איז מובן פאַרוואָס רש"י דאַרף ניט מסביר זיין דעם טעם אויף די צוויי פאַרשידענע שיעורים פון „בעה"ב" און „נחתום",
ווייל דאָס איז שוין מובן מעצמו ע"פ פשש"מ:
די חלות וואָס אַ בעה"ב - וואָס איז ניט קיין אומן - באַקט,
זיינען חלות גדולות לפי"ע און זיינען אַלע צוליב דעם עסן פון עם ובני ביתו - דעריבער האָט אויך זיין חלה לכהן אַ גרעסערן שיעור - א' מכ"ד; דאַקעגן אַ נחתום וואָס זיינע חלות זיינען באַשטימט פאַר אַלערליי סוגי קונים
(פאַר עניים און עשירים וכו'),
וואָס דערפאַר זיינען פאַראַן צווישן זיי אויך קלענערע חלות - און זיין
(פרנסה)
חלק אין זיי איז נאָר דער ריוח וואָס בלייבט נאָכן אַראָפּנעמען די הוצאות פון די מעל האָלץ א.
ז.
וו.
דערפאַר איז זיין חלה לכהן אַ קלענערע: א' ממ"ח 13 .
און עפ"ז איז מובן בפשטות וואָס רש"י ברענגט ביידע שיעורים,
לבעה"ב ולנחתום,
וואָרום כשם ווי כללות הענין וואָס חכמים נתנו בו שיעור איז על יסוד זה וואָס די תורה זאָגט דעם לשון „חלה
(טורטי"ל)
תרימו תרומה" כנ"ל,
אַזוי איז אויך דער וואָרט „חלה" די סיבה וטעם אויף צו מחלק זיין אין די שיעורים פון א ַנחתום און אַ בעה"ב
(וויבאַלד ס'איז דאָ אַ חילוק אין זייערע חלות).
נאָך אַ טעם פאַרוואָס רש"י בריינגט ביידע שיעורים:
וויבאַלד רש"י האָט פריער געזאָגט,
אַז דער שיעור המחויב בחלה איז „עומר לגלגולת ושיעורו מ"ג בצים וחומש ביצה" 14 ,
איז ווען רש"י וואָלט געזאָגט מערניט ווי „לבעה"ב א' מכ"ד" וואָלט מען געמיינט 15
אַז לויט די חכמים איז אַ שיעור חשוב נאָך מער ווי כביצה,
וואָס דאָס איז בסתירה צו כמה דינים וואָס מ'האָט געלערנט פריער וואָס שיעורם כביצה 16 .
דעריבער איז רש"י מוסיף „לנחתום א' ממ"ח",
אַז עס קען זיין אפילו פחות פון כביצה.
ד.
פון די ענינים מופלאים וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון דעם פירוש רש"י:
עס איז דאָאַ שקו"ט אויף דער סתירה אין די פירושי רש"י,
וואָס אין דעם פסוק זאָגט ער „שלא נאמר בה שיעור כו' אבל חכמים נתנו שיעור לבעה"ב א' מכ"ד ולנחתום א' ממ"ח"
(וואָס איז משמע אַז מן התורה איז כלל קיין שיעור ניטאָ)
-און אין פסוק „תתנו לה'" זאָגט ער „שיהא בה כדי נתינה",
אַז חלה האָט יע אַ שיעור מן התורה:
דער רא"ם 17
פאַרענטפערט,
אַז דאָס וואָס רש"י זאָגט באַ „תתנו לה' - שיהא בה כדי נתינה" איז נאָר אַן אסמכתא בעלמא,
אָבער מדאורייתא איז טאַקע ניטאָ קיין שיעור אויף חלה.
דער גו"א זאָגט אַז „כדי נתינה" איז „למצוה הוא דקאמר,
אבל בודאי שם חלה חל עלי' אפילו נתן לו פחות מכדי שיעור נתינה" 18 .
דער נודע ביהודה 19
איז מבאר בארוכה,
אַז עס זיינען דאָ צוויי ענינים אין חלה: א)
מפקיע זיין דעם איסור טבל פון דער עיסה,
וואָס דערמיט ווערט עס מותר באכילה; ב)
דער עיקר מצוה -געבן דאָס צום כהן.
און דער חילוק ביניהם: אויף צו מפקיע זיין דעם איסור טבל פון דער עיסה איז ניטאָ קיין שיעור מן התורה און אפילו משהו פּטר'ט די עיסה; אָבער אויף צו מקיים זיין די מצוה נתינה לכהן דאַרף מן התורה זיין אַ שיעור - א' מכ"ד
(אָדער א' ממ"ח)
פון אַן עשרון ; און צוליב דעם שיעור נתינה האָבן די רבנן מחייב געווען מ'זאָל אָפּשיידן יעדער עיסה לפי גודלה,
אַ בעה"ב א' מכ"ד פון זיין עיסה,
און אַ נחתום א' ממ"ח פון יעדער עיסה.
און דעריבער אויפן פסוק „כתרומת גורן כן תרימו אותה",
וואו עס רעדט זיך נאָר וועגן הפרשת חלה
(אויף צו מתיר זיין די עיסה באכילה),
איז רש"י מפרש „שלא נאמר בה שיעור",
אַז מן התורה איז ניטאָ אויף דעם קיין שיעור,
נאָר די חכמים האָבן געגעבן אויף יעדער עיסה אַ שיעור לפי גדלה.
דאַקעגן אויפן פסוק „מראשית עריסתכם תתנו לה' תרומה" וואו עס רעדט זיך וועגן דער נתינה לכהן איז רש"י מפרש „לפי שלא שמענו כו' נאמר תתנו שיהא בה כדי נתינה "; אויף צו מקיים זיין די מצוה פון געבן צום כהן איז דאָ אַ שיעור קבוע מן התורה
(אַ חלק כ"ד
(או מ"ח)
פון אַ עשרון אחד 20 ).
ה.
דעת רש"י ע"פ פשש"מ
(עפ"י הסברה הנ"ל)
איז מבואר: א)
אויך די הפרשה מדאורייתא איז מחייב אַ חשיבות 21
: „חלה - טורטי"ל" - און ס'איז ניט מספיק אַ משהו,
פירורין וכיו"ב.
ב)
דאָס וואָס „חכמים נתנו שיעור" איז ניט פאַרבונדן מיט דער נתינה לכהן,
נאָר דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם שיעור חלה וואָס די תורה האָט געזאָגט ביי הפרשה .
דער טעם בזה י"ל בפשטות: ע"פ פשש"מ איז משמע,
אַז ניט נאָר די ווערטער „תרימו תרומה לה'",
נאָר אויך די ווערטער פון צווייטן פסוק „תתנו לה' תרומה" רעדט וועגן דעם עצם מצוה פון הפרשת תרומה לה' - און ניט וועגן דער פעולת הנתינה לכהן 22
(וואָס וועגן דעם רעדט זיך שפּעטער אין אַן אַנדער פרשה,
פרשת קרח 23 )
-וויבאַלד אויך אין דעם פסוק 24
איז מפורש אַז דאָס איז „לה' תרומה " 25
; און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט עס איבער נאָכאַמאָל בל' „תתנו"
(הגם ס'איז פון זעלבן תוכן ווי „תרימו")
איז עס נאָר „ לפי שלא שמענו וכו'",
ווי רש"י איז מפרש אויפן פסוק 26 .
ו.
פון יינה של תורה אין פרש"י:
עס שטייט אין מדרש 27
„למה נסמכה פרשת חלה לפרשת ע"ז לומר לך שכל המקיים מצות חלה כאילו בטל ע"ז וכל המבטל מצות חלה כאילו קיים ע"ז".
איז לכאורה אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק: א)
וואָס פאַר אַ שייכות האָט די מצוה פון חלה,
ב)
וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן איינפאַכער פעולה וואָס אַ איד טוט מיט אַן עיסה,
מיט א)
[ביטול]
ע"ז.
ב)
וואָס איז יסוד האמונה און יסוד כל התורה כולה?
אויך איז ניט מובן,
פאַרוואָס שטייט דער לשון „כל המקיים מצות חלה כאלו בטל ע"ז וכל המבטל מצות חלה כאלו קיים 28
ע"ז",
וואָס פון דעם איז משמע אַז ס'רעדט זיך וועגן אַן ע"ז וואָס איז שוין פאַראַן פון פריער און דורך קיום מצות חלה איז מען דאָס מבטל ,
און דורך מבטל זיין מצות חלה איז מען עס מקיים - ולכאורה,
אויב אפילו די צוויי ענינים האָבן אַ שייכות צווישן זיך,
וואָלט געדאַרפט שטיין דער לשון „כל המקיים מצות חלה כאילו כופר בע"ז,
וכל המבטל מצות חלה כאילו מודה
(עובד)
כו'",
וכיו"ב.
ז.
די הסברה אין דעם:
איינער פון די ביאורים אינעם תוכן פון מצות חלה „ראשית ערסתיכם חלה תרימו תרומה לה'" איז: היות אַז בכדי דער מענטש זאָל באַקומען זיין פרנסה און אַלע הצטרכות'ן
(וואָס בכללות ווערן זיי אַלע נכלל אין דעם מושג „עיסה" - דער לחם ומזון וואָס איז דער עיקר אין פרנסה 29 )
דאַרף ער טאָן די עבודות פון חרישה זריעה קצירה כו'
(„תנא סידורא דפת נקט" 30 )
- זאַכן וואָס זיינען מוכרח ע"פ טבע גלייך ביי א ַאידן ווי ביי אַ ניט־אידן - קען מען דאָך אַ טעות האָבן און מיינען א)
אַז דאָס איז ח"ו ניט פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן און ער קריגט די פרנסה דורך זיין עבודה בדרכי הטבע; ב)
אפילו את"ל אַז דער אויבערשטער האָט אַזוי איינגעשטעלט די הנהגה פון טבע,
אַז בשעת אַ מענטש איז חורש וזורע כו' באַקומט ער הצטרכותו,
איז אָבער -נאָך דעם ערשטן מאָל איינשטעלן די השפעה גופא ניט פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן -
אויף דעם קומט די הוראה אין דער מצוה פון חלה 31
: „ראשית ערסתכם חלה תרימו תרומה לה'" - נאָך איידער ער געניסט פון דער עיסה,
אַנערקענט ער
(און דאָס קומט אַראָפּ במעשה)
אַז די „ראשית",
די גאַנצע התחלה פון דער עיסה
(ובכלל זה - אַלע זיינע הצטרכיות כנ"ל)
איז „תרומה לה' ": ס'איז ניט דער אויפטו פון זיין אייגענער אַרבעט מצד הנהגת הטבע,
נאָר „הוא הנותן לך כח לעשות חיל" און „ברכת ה' היא תעשיר" 32 .
נאָכמער: וויבאַלד אַז „המחדש בטובו בכ"י תמיד מעשי בראשית",
דער אויבערשטער איז מהווה די בריאה מאין ליש יעדער רגע 33 ,
קומט אויס אַז ניט נאָר איז די ברכת ה' מתלבש אין טבע און אין זיינע מעשים,
נאָר אַלע עניני הטבע און אַלע זיינע פעולות זיינען מצד עצמם אינגאַנצן קיין מציאות ניט,
זייער גאַנצער מציאות נעמט זיך מחדש בכל רגע פון דעם וואָס דער אויבערשטער איז זיי מהווה מחי' ומקיים.
און דעריבער איז „ראשית ערסתכם חלה תרימו תרומה לה'" - ער גיט דאָס ניט בתורת צדקה
(ובפרט אַז די פרשה רעדט ניט
(כנ"ל)
וועגן נתינה לכהן,
נאָר „חלה תרימו תרומה לה' "),
נאָר ער גיט דאָס צום אויבערשטן ווייל באמתית באַלאַנגט עס צו אים.
ח.
והנה,
דער חטא פון ע"ז,
אויך ע"פ נגלה 34 ,
באַשטייט ניט נאָר אין דינען ע"ז ממש ח"ו און אָננעמען עס ח"ו אַלס אלקות,
נאָר אויך אין דעם וואָס מ'איז מחשיב די כוכבים ומזלות
(כולל אויך כחות הטבע)
אַז זיי האָבן אַן אייגענע שליטה והשפעה,
כאָטש ער ווייס אַז בתחלה האָט דער אויבערשטער זיי באַשאַפן און ער האָט זיי געגעבן כח 35
; דער אמת איז אַז אַלע כחות הטבע און די כוכבים ומזלות זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב בו און זיי האָבן קיין שום כח ניט מצ"ע,
אויך ניט קיין בחירה אויף צו משנה זיין די השפעה - זיי זיינען נאָר לבושים דורך וועמען עס גייט דורך די השפעה פון אויבערשטן 36 .
און נאָך אַ מער דקות'דיקער אופן פון ע"ז: ניט נאָר ווען מ'נעמט אָן אַז עס זיינען פאַראַן כחות אויסער דעם אויבערשטן,
נאָר אויך אַז ס'איז דאָ עפּעס אַ מציאות אויסער אלקות; וואָרום דער אמת איז אַז אין עוד מלבדו,
ס'איז ניטאָ קיין שום מציאות חוץ דעם אויבערשטן.
אין וועלט און אין הנהגת הטבע מצ"ע איז דאָס אָבער ניט ניכר : וועלט און טבע זעען זיך אָן כאילו זיי זיינען אַ מציאות מצ"ע.
נאָכמער: עס איז אפילו ניט ניכר און מ'דאַרף האָבן אַ התבוננות וכו' אַז יש בעה"ב לבירה זו 37 ,
אַז דער אויבערשטער פירט אָן מיט וועלט וכל אשר עלי'.
און דעריבער בשעת אַ איד איז מקיים מצות חלה,
ער אַנערקענט און איז מגלה אַז די „עיסה",
די פרנסה וועלכע ער באַקומט ע"י פעולתו ודרכי הטבע קומט אינגאַנצן פון דעם אויבערשטן - איז ער דורכדעם „ מבטל ע"ז"; ער איז מבטל דאָס וואָס זעט זיך אָן אין וועלט אַלס אַ מציאות און אפילו אַלס אַ כח ומשפיע מצ"ע.
לאידך בשעת ער איז „מבטל מצות חלה" אויב ער אַנערקענט ניט אַז כל פרנסתו והצטרכותו האָט ער באַקומען פון אויבערשטן,
איז „כאלו קיים ע"ז" -ער איז דערמיט „מקיים" דאָס וואָס די כחות הטבע הערן זיך אָן און זעען זיך אָןאַלסאַ מציאות בפ"ע,
היות ער נעמט אָן אַז די השפעה איז פאַרבונדן מיט זיי אַליין 38 .
נאָכמער: אפילו אַז ער איז מבטל מצות חלה בשוגג,
ד.
ה.
ער פאַרגעסט אָפּצושיידן חלה,
איז ער אויך „מקיים" ע"ז - וואָרום שכחה איז שייך נאָר אויף אַ זאַך וואָס ער זעט עס ניט בגלוי; אַ זאַך וואָס ער זעט פאַר זיך איז ניט שייך ער זאָל פאַרגעסן אויף דעם.
וויבאַלד אַז ער האָט פאַרגעסן אָפּצושיידן חלה,
ד.
ה.
ביי אים הערט זיך ניט אָן אַז אַלץ קומט פון אויבערשטן,
איז ער דערמיט ח"ו מקיים די מציאות ע"ז וואָס איז נראה אין וועלט מצ"ע.
ט.
עפ"ז יומתק דער חילוק השיעורים אין מצות חלה: אַזוי ווי ע"ז איז אסור במשהו 39 ,
אַזוי איז אויך אין נתינת חלה 40
מצ"ע ניטאָ קיין שיעור -אויך אַ משהו בכמות איז גענוג.
ולאידך,
אַזוי ווי ע"ז האָט זיך אָנגעהויבן און אויך דערנאָך פאַרבונדן מיט שמש וירח כו' פסל כו'
(עכ"פ - זקף לבנה והשתחווה לה 41 ),
אַזוי אויך ביי מצות חלה,
איז „חכמים נתנו שיעור" אויך בכמות.
די הסברה אין דעם: מצד עצם הנפש - ענין האמונה,
איז דער איסור פון ע"ז במשהו,
ד.
ה.
אַז אין דער אמונה טאָר ניט זיין קיין שום תפיסת מקום אויף אַ מציאות חוץ דעם אויבערשטן,
אפילו בדקות דדקות 42
; דעריבער איז אויך אַזוי אין צד החיוב: אויך די מצות חלה,
די נקודת האמונה האָט ניט קיין שיעור; ד.
ה.
עס האָט ניט קיין שיעור בכמות,
עס איז אָבער „ חלה ",
אַ שיעור
(חשיבות)
באיכות - די נקודת האמונה מצד עצם הנפש איז באיכות ניט מוגבל אין קיין הגבלה.
„אבל חכמים נתנו שיעור",
ווי עס קומט אַראָפּ אין חכמה ושכל שבנפש -„חכמים" - איז פּונקט ווי ע"ז האָט אַ שיעור מסויים אויף וויפל זיין טעות איז אין דער מציאות הע"ז,
אַזוי דאַרף אויך מצות חלה - ביטול און שלילה פון ע"ז
(ווי עס קומט אַראָפּ אויך)
בשכל האדם - האָבן אַ תפיסה בשיעור מסויים.
און וויבאַלד דער ענין פון ע"ז,
וואָס מצות חלה קומט באַוואָרענען,
מיינט ניט נאָר ע"ז כפשוטו ח"ו כנ"ל,
נאָר דאָס וואָס במחשבתו קען זיין בדקות אַ תפיסת מקום פאַר די דרכי הטבע וואָס צוליב זיין איינגעוואוינטקייט אין זיי 43
קען ער מיינען אַז זיי זיינען סיבת פרנסתו - דעריבער איז אין דעם דאָ דער חילוק צווישן אַ נחתום און אַ בעה"ב כדלקמן.
יוד.
ס'איז מבואר בחסידות 44 ,
אַז אַ בעל עסק זעט השגח"פ מער ווי אַ יושב אהל: אַ בעל עסק דאַרף טאָן פאַרשידענע פעולות אויף צו פאַרדינען פונעם עסק - קויפן סחורה און פאַרקויפן וכו',
וואָס דאָס אַלץ איז אָפּהענגיק פון תנאי הזמן והמקום,
פון עליית השערים און ירידת השערים,
וואו מ'זעט אָפט בגלוי ווי דער מסבב הסיבות שאַפט און בריינגט די הצלחה אין זיין מסחר וכו' - דעריבער זעט אַ בעל עסק השגחה פרטית אָפטער און אין אַ מער אָפענעם אופן ווי אַ יושב אהל,
וואָס עיקר פרנסתו איז קצובה,
מן המוכן וכו'.
דאָס איז דער חילוק צווישן אַ בעה"ב און אַ נחתום: אַ בעל הבית'טע
(וואָס דער עיקר הקיום פון מצות חלה האָט מען איר געגעבן 45 )
באַקט חלה און ברויט פאַר איר הויז,
איז זי בדרך כלל ניט אַזוי באַקאַנט מיט די פרטי הסדר ווי אַזוי און פון וואַנעט מען האָט פאַרדינט און געקויפט די מעל האָלץ וכו' - צו איר קומט עס שוין מן המוכן,
במילא פילט זי ניט
(עכ"פ אויף אַזוי פיל)
ווי דאָס איז פאַרבונדן און אָפּהענגיק פון דער השגחה פון דעם אויבערשטן; דעריבער דאַרף זי געבן אַ גרעסערן שיעור „א' מכ"ד",
וואָרום ביי איר פאָדערט זיך אַ גרעסערע באַוואָרעניש ניט צו פאַרגעסן אַז דאָס אַלץ קומט פון אויבערשטן.
אַ נחתום אָבער,
אַ איש 46
וואָס איז אַ בעל עסק - ער טוט עס צוליב פרנסה און אין אַן אופן וואָס איז פאַרבונדן מיט קויפן און פאַרקויפן און אַלע אנדערע תנאי המסחר,
כנ"ל,
זעט ער דערין מער דעם ענין פון השגחה פרטית,
אַז דער אויבערשטער שיקט אים צו זיין פרנסה - דעריבער איז ביי אים מספיק אַ קלענערער שיעור „א' ממ"ח",
ווייל אויך דער שיעור פאַרהיט אים פונעם טעות אַז דאָס קומט ע"י פעולתו והנהגה טבעית.
און דורך קיום מצות חלה איז מען זוכה עס זאָל זיין „להניח ברכה אל ביתך" 47
- מען ברענגט אַריין דעם אויבערשטנס ברכה אין אַלע עניני הבית,
אַז עס איז ניכר ווי אַלע עניני הבית ווערן געפירט ווי דער אויבערשטער וויל,
און דעמאָלט איז אויך דאָ די ברכה כפשוטה אין כל עניני הבית,
בבני חיי ומזונא רוויחא.
(משיחות כ"ו סיון וש"פ שלח,
תשל"ו)