B"H
🏡

Ikar

שלח ג

א.

שוין גערעדט פיל מאָל 1 ,

אַז פירוש רש”י עה”ת,

הגם אַז ער קומט מפרש זיין פשוטו של מקרא - ווי רש”י אַליין איז מדגיש כמה וכמה פעמים און גלייך אין דער ערשטער סדרה 2

: „ואני לא באתי אלא לפשוטו” -

אַנטהאַלט ער אָבער אויך „ענינים מופלאים” 3

פון די אַנדערע חלקי התורה,

אפילו אויך „רזין דאורייתא”,

וכידוע 4

דער וואָרט פון אַלטן רבי’ן,

אַז „פרש”י אויף חומש איז יינה של תורה”.

נאָר בכדי צו קענען דערגרונטעווען זיך צו די „ענינים מופלאים” און „יינה של תורה” אין פרש”י,

מוז מען פריער דורכלערנען און פאַרשטיין דעם פירוש הפשוט.

ווייל אויך די ענינים מופלאים און יינה של תורה האָט רש”י אַריינגעשטעלט אין זיין פירוש לויט „ פשוטו של מקרא”.

אויך בפרשתנו געפינט מען אַ פירוש פון רש”י וואָס אַנטהאַלט ענינים מופלאים אין דרך ההלכה

(און אויך -יינה של תורה),

אָבער פריער דאַרף מען מבאר זיין דעם פירוש הפשוט פון אָט דעם פרש”י.

ב.

אין המשך הכתובים בפרשתנו וואו עס ווערט דערציילט וואָס יהושע און כלב האָבן געזאָגט אל כל עדת בני ישראל בנוגע דעם אַריינגיין אין ארץ ישראל,

שטייט אין פסוק 5

„אך בה’ אל תמרדו ואתם אל תיראו את עם הארץ כי לחמנו הם סר צילם גו’”.

איז רש”י מעתיק פון פסוק די ווערטער „אל תמרדו” און איז מפרש „ושוב ואתם אל תיראו”.

טייטשן מפרשים 6

: רש”י קומט זאָגן אַז דער המשך הכתוב „ואתם אל תיראו גו’” איז ניט קיין באַזונדער זאַך,

נאָר „אל תיראו” איז אַ תוצאה פון „אל תמרדו”,

אַז אויב „בה’ אל תמרדו”,

וועט זיין - „שוב” - ואתם אל תיראו 7 .

און רש”י’ס הכרח אויף דעם 8

איז פון דעם שינוי הסדר: ביי „אל תמרדו” שטייט פריער

(אין וועמען -)

„ בה’ ”,

און ביי „אל תיראו” שטייט דערנאָך

(פאַר וועמען -)

„את עם הארץ”

(אָדער פון דעם וואָס עס שטייט „ואתם” און ניט „ואל תיראו” 9 )

דערפון איז רש”י מכריח אַז „ואתם אל תיראו” איזאַ המשך און תוצאה פון „אל תמרדו”.

דער ביאור איז אָבער קשה,

וואָרום לפי”ז האָט רש”י געדאַרפט מעתיק זיין פון פסוק אויך דעם וואָרט

(פאַר דעם)

„בה’” און אויך די ווייטערדיקע ווערטער „ואתם אל תיראו את עם הארץ” 10

(אָדער עכ”פ זיי מרמז זיין מיט „וגו’”)

- וועלכע זיינען מכריח זיין פירוש 11 .

פון דעם וואָס רש”י בריינגט ניט דעם וואָרט „בה’” און ניט די ווייטערדיקע ווערטער פון פסוק 12 ,

איז מובן,

אַז זיין הכרח איז,

בעיקר עכ”פ

(ניט פון לשון הכתוב,

נאָר)

פון דעם תוכן ענין „אל תמרדו”.

ג.

דערנאָך שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „כי לחמנו הם” און איז מפרש: „נאכלם כלחם”,

איז ניט פאַרשטאַנדיק:

א)

וואָס איז דאָ רש”י מחדש?

ס’איז מובן בפשטות אַז „לחמנו הם” בנוגע בני אדם מיינט עס ניט אַז די מענטשן זיינען לחם 13 ,

נאָר ס’איז אַן אויסדרוק אַז מ’וועט זיי מנצח זיין אַזוי גרינג ווי עסן לחם.

ב)

לאידך: וויבאַלד די כוונה איז אַז זייער כיבוש וועט אָנקומען אַזוי לייכט ווי אכילה,

איז דאָך קיין חילוק ניט צי כלחם אָדער ווי אַן אַנדער מאכל,

האָט דאָך געדאַרפט שטיין בקיצור -„נאכלם” וכיו”ב 14

- סתם,

וואָס איז דער דיוק „לחמנו”,

„כלחם”?

ג)

אדרבא רש”י האָט געדאַרפט מבאר זיין „נאכלם כמאכל” בכלל

(ניט דוקא „לחם”)

ווי דער פירוש פון לחם בכו”כ מקומות 15 .

ד)

פאַרוואָס איז רש”י מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „כי”,

וועלכן ער איז ניט מפרש 16 ?

ד.

לאחר זה שטעלט זיך רש”י אויף „סר צלם” און איז מפרש „מגינם וחזקם 17 ,

כשרים שבהם מתו,

איוב שהי’ מגין עליהם 18 .

ד”א צלו של המקום סר מעליהם”,

דאַרף מען פאַרשטיין: פאַרוואָס נויטיקט זיך רש”י אין צוויי פירושים?

און וואָס איז די מעלה אין יעדערן פון זיי?

ה.

דער ביאור אין פרש”י:

רש”י’ס הכרח צו לערנען אַז „ואתם אל תיראו” איז אַ תוצאה פון „אל תמרדו”,

און ניט קיין ענין בפ”ע,

איז:

פריער 19

ווערט דערציילט,

אַז די מרגלים האָבן גע’טענה’ט „עז העם היושב בארץ”,

און „וכל העם אשר ראינו בתוכה אנשי מדות” „ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם”.

און יהושע וכלב האָבן די טענות ניט מכחיש געווען.

שטעלט זיך די קשיא: ווי אַזוי האָבן יהושע וכלב געמאָנט „ אל תיראו את עם הארץ” ניט אָנגעבנדיק קיין טעם פאַרוואָס „אל תיראו”?

די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: בשעת „וישכימו בבקר” 20

און אידן האָבן געזאָגט „הננו ועלינו גו’”,

האָט משה רבינו געוואָרנט „אל תעלו ולא תנגפו וגו’ כי העמלקי והכנעני גו’”.

הייסט עס דאָך אַז אפילו משה רבינו האָט געהאַלטן אַז ס’איז דאָ אַן אָרט פאַר מורא - איז פאַרוואָס האָבן יהושע וכלב געזאָגט „ אל תיראו גו’”?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: מיט די ווערטער „בה’ אל תמרדו” האָבן דאָך יהושע וכלב געמיינט צו זאָגן אַז מען זאָל מקיים זיין דעם אויבערשטנס ציווי צו גיין קיין ארץ ישראל - האָבן זיי לכאורה געדאַרפט ריידן דירעקט וועגן דעם ענין פרטי - גיין אין ארץ ישראל.

וואָס איז די תביעה כללית - „בה’ אל תמרדו ”?

און אָט די קושיות באַוואָרנט רש”י מיט זיין פירוש „אל תמרדו ושוב ואתם אל תיראו”.

יהושע וכלב האָבן געזאָגט אַז „אל תיראו” וועט זיין אַ תוצאה פון „אל תמרדו”: אמת אַז „עז העם היושב בארץ”

(און דאָס גיט אַן אָרט צו מורא האָבן פאַר זיי)

פונדעסטוועגן,

אויב „אל תמרדו”

(מען וועט טאָן וואָס דער אויבערשטער הייסט)

„שוב” - איז דעמאָלט ניטאָ קיין שום אָרט

(אפילו ע”פ טבע )

צו מורא האָבן

(אפילו פאַר אַ שטאַרקען פאָלק) 21 .

און דערפאַר האָבן יהושע וכלב געזאָגט „בה’ אל תמרדו”

(און ניט דירעקט - מען זאָל גיין קיין ארץ ישראל)

ווייל „בה’ אל תמרדו” איז מבטל די טענה „כי עז העם” און איז דער טעם פאַרוואָס „אל תיראו” - וואָס בדרך ממילא וועט מען גיין אין א”י.

ו.

עפי”ז איז מובן וואָס בהמשך לזה,

איז רש”י מפרש „כי לחמנו הם” „נאכלם כלחם”: דאָ קען מען

(במילא - דאַרף מען)

טייטשען „לחמנו” בפשטות -לחם.

אָבער לולי פרש”י,

וואָלט מען געטייטשט „לחמנו הם”,

לחמנו - אין דעם ענין אַז די כניסה לארץ ישראל - און דער כיבוש פון דעם עם שבה - איז מוכרח פּונקט ווי לחם 22 .

און דערמיט וואָלט געווען פאַרשטאַנדיק דער פאַרגלייך צו „לחם” דוקא און אויך דער נתינת טעם „ כי לחמנו הם”: „אל תיראו את עם הארץ” ווייל „לחמנו הם”,

זייער כיבוש

(וכניסה לארץ ישראל)

איז מוכרח אַזוי ווי לחם,

ובמילא איז מוכרח אַז „אל תיראו גו’”.

וויבאַלד אָבער אַז רש”י איז מפרש אַז „ואתם אל תיראו” איז דערפאַר וואָס „אל תמרדו”,

מצד דעם וואָס מ’גייט מיט’ן כח פון אויבערשט’ן - קען מען דאָך שוין ניט זאָגן אַז דער טעם אויף „אל תיראו” איז דאָס וואָס „לחמנו הם”,

וואָס זיי זיינען נויטיג ווי לחם.

אויך,

לפי”ז וואָלט געווען שווער: אָט זיינען דאָך די אידן אויסגעקומען נאָכדעם ניין און דרייסיג יאָר ניט אין ארץ ישראל?

דעריבער זאָגט רש”י „ נאכלם כלחם”: דער פאַרגלייך צו לחם

(ובדיוק)

איז

(ניט בענין הנחיצות וההכרח,

נאָר)

באופן האכילה; זיי וועלן כובש זיין א”י ווי אכילת לחם.

אין וואָס עס באַשטייט די מעלה פון אכילת לחם - דאַרף רש”י ניט אויסטייטשן,

ווייל דער „בן חמש למקרא” האָט עס שוין געלערנט פריער אין פרשת בשלח 23 ,

וואו רש”י זאָגט,

אַז לחם - וואָס „שאלו כהוגן” וועט דער אויבערשטער געבן „דרך חיבה” און „בפנים מאירות”.

און בשעת מען קומט צום „לחמנו הם”,

און מ’לערנט אַז דאָס מיינט „נאכלם כלחם” - פאַרשטייט מען אַז דאָס מיינט אַז דער אויבערשטער וועט געבן צו אידן דעם כיבוש

(אכילת)

האומות אין אַן אופן פון „דרך חיבה” און „פנים מאירות”,

אַזוי ווי ער גיט זיי לחם.

און אין דעם באַשטייט אויך דער טעם אויף „אל תיראו” „ כי לחמנו הם”,

כלל וכלל „אל תיראו את עם הארץ” ווייל זיי וועלן געגעבן ווערן דרך חיבה ובפנים מאירות דלמעלה 24 .

ז.

בנוגע די צוויי פירושים פון רש”י אין סר צלם - איז מובן די מעלה פון צווייטן פירוש אויפן ערשטן פון לשון רש”י גופא:

אין צווייטן פירוש זאָגט רש”י „צלו של המקום סר מעליהם ”,

משא”כ בתחלת הדבור,

ביים מעתיק זיין די ווערטער פון פסוק

(וואָס דאָס איז שייך בשווה צו ביידע פירושים),

איז ער מעתיק נאָר די ווערטער „סר צלם” 25 ,

ניט דעם וואָרט „מעליהם”.

והביאור בזה:

דער לשון „סר” - ובפרט „סר מעליהם ” - מיינט,

אַז די זאַך איז אַוועקגעגאַנגען פון וואו זי איז געווען פריער

(מעליהם)

און זי געפינט זיך איצט אין אַ צווייטן אָרט

(זי איז דאָ במציאות אויך שפּעטער).

אָבער לויטן ערשטן פירוש „כשרים שבהם מתו ” - קומט אויס,

אַז דער „צל” איז איצטער לגמרי ניטאָ,

פּאַסט דאָ ניט דער לשון „סר”,

און מכש”כ ניט די הדגשה „סר מעליהם”.

דעריבער לערנט רש”י אַ צווייטן פירוש,

אַז „צלם” מיינט „צלו של המקום”,

לויט דעם פירוש איז גלאַטיק דער לשון „סר” און בפרט „סר מעליהם”: „צלו של המקום” איז אַלעמאָל דאָ - ס’איז דאָך „הנני* 25

מקים את בריתי אתכם ואת זרעכם אחריכם ואת כל נפש החי’ גו’”,

„ורחמיו על כל מעשיו” 26 .

ס’איז אָבער „סר מעליהם ”,

אויף זיי איז דאָס ניטאָ.

אָבער אויך לויט דעם ערשטן פירוש קען מען מפרש זיין

(עכ”פ בדוחק)

דעם לשון „סר מעליהם”

(אעפ”י אַז לפי פירוש זה איז „צלם” מער ניטאָ במציאות),

וואָס דערפאַר בריינגט עם רש”י

(ויתרה מזה - אַלס ערשטער פירוש,

כדלקמן)

:

יהושע וכלב מיט זייער זאָגן „סר צלם”

(כשרים שבהם מתו)

זיינען דאָך ניט אויסן געווען צו ריידן וועגן „צלם”

(וועגן די כשרים שבהם),

נאָר וועגן דעם „עם הארץ”

(אויף וועמען „צלם” איז מגין)

אַז וויבאַלד ס’איז ניטאָ ווער ס’זאָל מגין זיין אויף זיי - איז „אל תיראו את עם הארץ” - איז דאָך דאָ נוגע

( ניט וואָס עס טוט זיך מיט „צלם”,

נאָר)

וואָס עס טוט זיך מיט „עם הארץ” *26 .

און דערפאַר האָבן זיי געזאָגט „ סר צלם מעליהם ”,

אַז ס’איז ניטאָ וואָס צו מורא האָבן פאַר זיי,

ווייל פון זיי האָט זיך שוין אָפּגעטאָן זייער „צל”

(כאָטש בנוגע „צלם” איז ניט בלויז „סר” נאָר „מתו”).

נאָר היות אַז דאָס איז אַ דוחק -ברענגט רש”י אויך אַ צווייטן פירוש.

אָבער,

כנ”ל,

אויך דער פירוש „מגינם וחזקם כו’” האָט אַן אָרט.

ואדרבה: אין פשטות הכתובים איז דער פירוש מסתבר יותר.

וואָרום וויבאַלד אַז די פסוקים רעדן וועגן די אומות,

איז מסתבר אַז מיט’ן וואָרט „צלם” מיינט מען זייער „צל”,

כשרים שבהם

( ניט „צלו של המקום” - ובפרט אַז דאַמאָלסט איז גלאַטער אַז עס זאָל שטיין „סר הצל”).

און דערפאַר איז דער פירוש „מגינם וחזקם כו’” דער פירוש הראשון והעקרי 27 .

ח.

פון די ענינים מופלאים אין פרש”י: די צוויי פירושי רש”י זיינען תלוי אין דער פלוגתא פון רמב”ם וראב”ד:

דער רמב”ם 28

פּסק’נט „שחיטת עכו”ם נבילה ומטמאה במשא ..

אחד העכו”ם ואחד הכותי או גר תושב שחיטתן נבילה.

וקרוב בעיני שאף זה מדברי סופרים,

שהרי טומאת ע”ז וטומאת תקרובתה מדבריהם”.

דער ראב”ד איז משיג אויפן רמב”ם און זאָגט: „עכו”ם הם כבהמות ואין מטמאין ואין מיטמאין עם הדומה לחמור הן גוים כמר מדלי ואת כולם ישא רוח והחושב אותם לכלום אסף רוח בחפניו”.

פרעגט דער כס”מ אויפן ראב”ד: וואָס איז דאָ נוגע אַז עכו”ם „אין מטמאין ואין מיטמאין” - דאָ רעדט מען דאָך ניט וועגן די עכו”ם

(צי זיי זיינען מטמאין אָדער ניט),

נאָר וועגן זייער שחיטה?

איז מבאר דער ראָגאַטשאָווער 29

די השגת הראב”ד: ווען איז שייך אַז די שחיטה זאָל מקלקל זיין און מאַכן פאַר נבילה - דוקא אויב דער שוחט איז אַ מציאות

(ע”פ הלכה)

; אויב אָבער ער איז בגדר „העדר” - איז ניט שייך ער זאָל קאַליע מאַכן.

און דאָס זאָגט דער ראב”ד: וויבאַלד אַז „עכו”ם הם כבהמות ואין מטמאין ואין מיטמאין”,

זיי זיינען „רוח”,

„העדר” - איז ניט שייך צו זאָגן אַז זייער שחיטה זאָל מקלקל זיין און מאַכן פאַר נבילה

(און דעריבער לערנט דער ראב”ד,

אַז שחיטת עכו”ם נבילה איז

(עס ניט ווייל דער עכו”ם איז מקלקל,

נאָר)

מצד דעם וואָס שחיטת עכו”ם איז ניט קיין שחיטה,

ובמילא איז עס נבילה,

כבהמה שמתה מאלי’ 30 ).

[פאַרוואָס זאָגט אָבער דער ראב”ד „אין מטמאין ואין מיטמאין”,

דלכאורה,

לפי הביאור פון ראָגאַטשאָווער איז דאָך דאָ נוגע וואָס זיי זיינען העדר,

ולמאי נפ”מ וואָס דאָס איז אין דעם ענין פון טומאה דוקא „אין מטמאין וכו’”?

קען מען זאָגן:

לכולי עלמא - אויך לדעת הראב”ד - זיינען דאָ כו”כ ענינים אין הלכה וואָס בנוגע זיי זיינען עכו”ם בגדר „מציאות”.

אַזוי ווי ע”ז פון אַ גוי,

וואָס איז אסור בהנאה אויך צו אידן 31 ,

ועוד.

דעריבער קען דער ראב”ד ניט זאָגן סתם אַז „עכו”ם הם כבהמות” אַלעמאָל; דעריבער איז ער מוסיף ומבאר „אין מטמאין ואין מיטמאין”,

אַז בשייכות צו טומאה זיינען זיי כבהמות 32 ,

בגדר העדר

(אסף רוח בחפניו),

און במילא קענען זיי דאָך ניט מאַכן די בהמה ששחטו זי זאָל מטמא זיין במשא].

דער מחלוקת פון רמב”ם און ראב”ד צי עכו”ם זיינען בגדר „מציאות” אָדער גדר „העדר”,

בריינגט אַ לשיטתייהו צי ביי עכו”ם איז שייך „גדר השגחה פרטית”: לדעת הרמב”ם אַז זיי זיינען בגדר „מציאות” איז „גם הם הוה גדר השגח”פ”,

ולדעת הראב”ד אַז זיי זיינען בגדר „העדר” איז ביי זיי ניטאָ „גדר השגח”פ” 33 .

ט.

וי”ל אַז די צוויי פירושים אין רש”י - צי „צלם” מיינט „מגינם וחזקם”,

אָדער „צלו של המקום” -זיינען תלוי אין דעות הרמב”ם והראב”ד:

לויטן ערשטן פירוש זיינען ב”נ „בגדר העדר ”,

כשיטת הראב”ד,

און דעריבער קען מען ניט מפרש זיין אַז „צלם” גייט אויף „צלו של המקום” וואָס איז געווען פריער „צלם” און איצט „ סר מעליהם ”,

ווייל דאָס באַווייזט אַז זיי זיינען אַ מציאות אמתית ,

והראי’ - „צלו של המקום” איז שייך און אָפּגעמאָסטן לויט זייער מציאות

(בדוגמת הצל כפשוטו וואָס ווערט פון דעם אדם),

און זיי זיינען דאָך „העדר”; און

(ווי דער ראָגאַטשאָווער איז מבאר)

לפי”ז איז באַ זיי ניטאָ „גדר השגח”פ”,

און במילא מוז מען מפרש זיין אַז דאָס מיינט „מגינם וחזקם כשרים שבהם מתו כו’”,

אָבער ניט „צלו של המקום

(סר מעליהם)

”.

משא”כ לויטן צווייטן פירוש זיינען ב”נ בגדר „מציאות”,

כשיטת הרמב”ם,

און זיי זיינען בגדר השגח”פ,

ובמילא איז שייך זאָגן אַז „צלו של המקום

(איז מתייחס)

עליהם” 34 ,

ס’איז שייך צו זייער מציאות כנ”ל 35 .

יו”ד.

קלערער וועט דאָס זיין פאַרשטאַנדיק ע”פ פנימיות הענינים:

דער פירוש פון „ צלו של המקום” איז,

אַז די פעולות האדם טוען אויף אַ ענין למעלה בדוגמת

(ובציור)

הפעולה.

וע”ד פירוש הבעש”ט 36

עה”פ 37

ה’ צלך,

אַז לויט די ענינים וואָס אַ איד טוט למטה,

טוען זיך אויף דוגמתם ענינים למעלה - כמשל צל האדם,

וואָס לפי אופן התנועות פון דעם מענטשן טוט זיך דוגמתם ממש בהצל.

מעין זה איז אויך „צלו של המקום” בנוגע אוה”ע: עס איז דאָך אינו מקפח שכר כל ברי’ 38

איז זייערע פעולות טוען אויף כביכול אַ המשכת צל - אַ ענין מלמעלה איז נמשך למטה צו זיי 39 .

ד.

ה.

אַז בשעת זיי טוען אַ פעולה טובה

(זיי זיינען מקיים די ז’ מצות ב”נ וכיו”ב)

- גיט מען זיי שכר; און ווען זיי זיינען עובר עבירה -ווערט נמשך מלמעלה אַ צל,

אַ ענין דוגמת פעולתם

(היזק),

אַן עונש.

דאָס איז שייך דוקא לדעת הרמב”ם אַז אוה”ע זיינען בגדר „מציאות”,

דאַן איז שייך זאָגן המשכה מלמעלה באופן דצל

(ציור פרטי ),

בהתאם צו דעם וואָס „גם הם הוה גדר השגחה פרטית ”.

משא”כ לדעת הראב”ד אַז זיי זיינען בגדר „העדר” - איז ניט שייך צו זאָגן אַז זייערע אַ פעולה זאָל ממשיך זיין אַן ענין דוגמתו מלמעלה,

בהתאם לשיטתי’ אַז זיי זיינען ניט „בגדר השגחה פרטית ”.

לפי שיטת הראב”ד איז דער שכר ועונש ביי אוה”ע אַ תוצאה וואָס קומט בדרך ממילא

(ובדרך טפל)

פון תכלית בריאתם,

וואָס זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן בשביל ישראל.

ע”ד ווי מ’געפינט שכר ועונש ביי בע”ח,

וואָס די תורה זאָגט 40

„ואת הבהמה תהרוגו”,

כאָטש ביי בהמה איז ניט שייך קיין חטא - „בהמה מה חטאה” 41 ,

נאָר „מפני שבאה לאדם תקלה על ידה”.

איז דאָך דאָס ניט בגדר עונש,

נאָר היות ווי דער תכלית פון בריאת הבהמה איז צוליב משמש זיין דעם אדם,

איז בשעת די בהמה איז ניט משמש דעם מענטשן נאָר זי בריינגט אים נאָך אַ תקלה,

איז ניטאָ קיין אָרט פאַר איר מציאות „ואת הבהמה תהרוגו” 42 .

און עד”ז איז דער שכר ועונש ביי אוה”ע:

וויבאַלד אַז דער תכלית בריאת כל העולם איז בשביל ישראל,

איז מוכרח אַז אויך די מצות שנצטוו ב”נ איז

(דאָס ניט ווי די מצות שנצטוו ישראל וואָס דער תכלית איז דער עצם קיום המצות,

נאָר ס’איז)

אַן ענין טפל 43 ,

בשביל ישראל.

און ווי שוין גערעט אַמאָל בארוכה 44 ,

אַז זייערע מצות זיינען בשביל ישוב העולם,

כדי אידן זאָלן קענען מאַכן פון דער וועלט אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן דורך

(אידן’ס)

קיום התורה והמצות.

און דעריבער איז אויך דער שכר ועונש אויף די ז’ מצות אַ מסובב

(טבעי,

און למטה)

וואָס קומט בדרך ממילא פון זייער תכלית.

ועפ”ז איז אויך מובן וואָס ביי ב”נ איז בכלל ניטאָ קיין חילוק אין עונשים,

זייער עונש איז בכלל שוה בכל חטא -מיתה 45 .

ניט ווי ביי אַ צל,

וואָס דער צל ווערט נשתנה לפי אופן פעולת האדם.

יא.

און אין דעם באַשטייט דער חילוק

(בפנימיות הענינים וגם ע”ד ההלכה)

צווישן די ביידע פירושים אין רש”י:

דער ערשטער פירוש איז כשיטת הראב”ד,

אַז ב”נ זיינען בגדר „העדר”,

און דער שכר ועונש ביי זיי איז אַן ענין הבא כתוצאה בדרך ממילא,

כנ”ל.

און דעריבער לערנט ער אַז דער פירוש פון צלם איז ניט „צלו של המקום” נאָר „מגינם וחזקם” - שלהם .

דורך די „כשרים שבהם ” ווערט אין זיי אַ חוזק -דאָס איז אָבער ניט קיין ענין וואָס זיי טוען אויף למעלה.

משא”כ דער צווייטער פירוש פון רש”י איז כשיטת הרמב”ם,

אַז זיי זיינען בגדר „מציאות” ויש בהם „גדר השגחה פרטית ”.

און כאָטש אַז אויך לדעת הרמב”ם איז די מציאות פון ב”נ

(און אַזוי אויך ז’ מצות שלהם)

בשביל ישראל,

וויבאַלד אָבער מ’האָט זיי מצוה 46

געווען אויף די מצות,

ובפרט אַז די ז’ מצות „ציוה בהן הקב”ה בתורה והודיענו ע”י משה רבינו” 47 ,

דאַרף מען זאָגן אַז דורך זייער מקיים זיין דעם ציווי פון אויבערשטן,

פּועל’ן זיי דוגמתו המשכה מלמעלה.

ובמילא איז ביי זיי שייך צו זאָגן אַז „ צלו של המקום”,

ווערט נמשך עליהם באופן פון אַ צל

(ציור פרטי),

ביז ער ווערט אָנגערופן „צלם”.

יב.

עפ”ז וועט מען נאָך בעסער פאַרשטיין די הסברת התמי’ אין המשך הכתובים ופרש”י:

א)

צוליב וואָס האָבן יהושע וכלב מוסיף געווען „סר צלם מעליהם”?

זייער זאָגן לפנ”ז 48

„אם חפץ בנו גו’” איז מוכרח.

אויך „אל תמרודו גו’ אל תיראו גו’”,

האָט רש”י מפרש געווען אַז „בה’ אל תמרדו” און דעמאָלט „ ושוב ואתם אל תיראו”,

כנ”ל,

אַז מען גייט בכחו של הקב”ה,

איז כלל ניט שייך

(אויך עפ”י טבע)

צו מורא האָבן פאַר דעם „עם הארץ”

(און „כי לחמנו הם - נאכלם כלחם”,

אַז דער אויבערשטער וועט זיי געבן צו אידן בדרך חיבה ופנים מאירות)

- איז דאָס אַלץ מבאר דעם מצב ווי אידן דאַרפן זיין -

וואָס איז אָבער נוגע צו מודיע זיין וואָס עס טוט זיך מיט דעם עם הארץ,

אַז „סר צלם מעליהם”?

בסגנון אחר קצת: „אם חפץ בנו הוי’ גו’ ונתנה לנו גו’” און „בה’ אל תמרודו גו’” איז וואָס איז נוגע אידן צו וויסן וואָס עס טוט זיך מיט „צלם”?

ב)

וויבאַלד אַז „נאכלם” - איז מעצמו מובן אַז עס איז ניטאָ קיין מגן ותוקף,

איז מאי קמ”ל „סר צלם”?

ג)

פאַרוואָס האָבן זיי נאָכאַמאָל איבערגעזאָגט „אל תיראום”?

ד)

יתרה מזו: ערשט זאָגט ער אַז עס איז גענוג אַז „אל תמרודו” וועט במילא

(„ושוב”)

זיין „אל תיראו” - דאָ איז ער מוסיף אַ טעם „וה’ אתנו”.

איז דער ביאור אין דעם: בכיבוש עם הארץ איז געווען דריי סוגים 49

: מתים,

וגרשתמו גלייך

(בטל לגמרי),

אגרשנו נאָכדעם אַז „תפרה”

(און אינצווישן זיינען זיי געווען עבדים וכו’ -„לחמנו”)

ובהמשך להנ”ל:

אפילו לויטן צווייטן פירוש פון רש”י אַז ביי אוה”ע איז דאָ „צלו של המקום”,

כשיטת הרמב”ם אַז „יש בהם גדר השגח”פ”,

איז דאָך אָבער מובן בפשטות,

אַז דאָס איז כלל וכלל ניט ווי די השגח”פ אויף אידן 50

[וכנ”ל אַז די מצות פון אידן איז די כוונה אין זיי אַליין].

און דאָס האָבן יהושע וכלב מדגיש געווען: מתחלה האָבן זיי אָפּגעשלאָגן די טענה אַז „עז העם גו’”,

זיי האָבן געזאָגט „בה’ אל תמרדו - ושוב ואתם אל תיראו את עם הארץ”,

ס’איז ניטאָ וואָס צו מורא האָבן פאַר עם הארץ,

אין וועלכן מצב דער עם זאָל ניט זיין.

דערנאָך האָבן זיי מוסיף געווען: נאָךמער 51 ,

„סר צלם מעליהם”

(לא מיבעי לויטן ערשטן פירוש אין רש”י אַז סר „מגינם וחזקם”,

נאָר אויך לויטן פירוש)

„צלו של המקום סר מעליהם” - און נאָך־מער ווי דאָס,

„וה’

(איז

(נאָר))

אתנו ” - היפך בתכלית פון „ סר צלם ”; ניט נאָר אַז ביי אידן פעלט ניט ח”ו צלו של המקום,

נאָר „וה’ אתנו ”,

ד.

ה.

ביי אוה”ע,

איז די השגחה פון אויבערשטן

(אויך ווען זי איז דאָ)

בבחי’ „צל” ומקיף אויף זיי 52

; אָבער ביי אידן איז דער אויבערשטער ניט נאָר בבחי’ מקיף,

נאָר אויך „אתנו” 53

ער מיט זיין השגחה איז זיך מתייחד מיט אונז 54 ,

איז ממילא מובן אַז דאָס בריינגט ניט נאָר „אל תיראו את עם הארץ ” נאָר אויך „אל תיראום” סתם - ניט נאָר אַז זיי ווערן אויס „עם הארץ ” וואָרום „ונתנה לנו”,

זיי זיינען

(נאָר)

אַ מציאות פון „לחמנו” - נאָר זיי וועלן ווערן אויס מציאות לגמרי,

ווייל „סר צלם מעליהם”.

וי”ל אַז דאָס זיינען אויך די אַנדערע דריי סוגים 55

: לא תחי’ כל נשמה,

עשו שלום און געווען למס ועבדוך,

גרגשי פינה לאפריקי,

און סו”ס,

איז ער דערנאָך 56

געקומען

(בטענה וכו’)

און אידן האָבן באַקומען „שדותיהן כשהן זרועות וכרמיהם כשהן נטועות”.

(משיחת ש”פ שלח תש”ל,

תשל”ה)

Reader controls and commentary are loading.