B"H
🏡

Ikar

שלח א

א.

אין התחלת הסדרה שטעלט זיך רש“י אויף די ווערטער „שלח לך אנשים“ און איז מפרש: „למה נסמכה פרשת מרגלים לפרשת מרים לפי שלקתה על עסקי דיבה שדברה באחי‘ ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר“.

דאַרף מען פאַרשטיין: ווי גערעדט שוין כמה פעמים,

אַז פון דעם וואָס נאָר אין געציילטע ערטער באַוואָרנט רש“י דעם טעם פון סמיכות הפרשיות,

איז מוכח,

אַז ע“ד הפשט - דרך רש“י בפירושו עה“ת - איז קיין קשיא ניט פאַרוואָס זיינען דוקא די פרשיות סמוכות; ועל אחת כו“כ ווען די פרשיות קומען על סדר הזמנים.

איז ניט מובן בנדו“ד

(ווי מפרשים פרעגן 1 )

: וויבאַלד אַז שילוח המרגלים איז פאָרגעקומען גלייך נאָך פרשת מרים

(אויף מאָרגן נאָך די שבעת ימי הסגר מרים 2 )

- איז וואָס איז דאָ

(ע“ד הפשט)

די שאלה „למה נסמכה כו‘“?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין לשון רש“י,

ומהם:

א)

„לפי שלקתה על עסקי דיבה“ -רש“י האָט געדאַרפט זאָגן „על לשון הרע“,

ווי ער אַליין זאָגט אין פ‘ שמות 3

„שלקתה מרים על לשון הרע“?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: אין אַ ווייטערדיקן פסוק 4

טייטשט רש“י אָפּ דעם וואָרט „דיבה“ - „

(כל הוצאת דיבה)

לשון חינוך דברים ..

וישנה לטובה וישנה לרעה“; היינט וואָס זאָגט רש“י „שלקתה על עסקי דיבה“ - אין דיבה איז ניט מוכרח קיין חטא ואדרבה - עס קען גאָר זיין טוב.

ב)

פאַרוואָס איז רש“י מוסיף „שדברה באחי‘“ - דאָ איז נוגע שלקתה על עסקי דיבה,

למאי נפקא מינה

(כ“כ)

אויף וועמען זי האָט גערעדט 5 ?

ג)

פאַרוואָס איז רש“י מאריך בלשונו „ורשעים הללו ראו כו‘“ - רש“י האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור „והם ראו ולא לקחו מוסר“ 6 ,

מען ווייסט דאָך אַז עס רעדט זיך וועגן די מרגלים?

ד)

הדיוק „ראו ולא לקחו מוסר“ און ניט „ראו מוסר ולא שמרו“,

ווי במקום אחר אין חומש 7 ?

ה)

פאַרוואָס איז ער מעתיק אין דעם דיבור המתחיל אויך די ווערטער „

(שלח)

לך אנשים“ - עס וואָלט געווען גענוג צו מעתיק זיין דעם וואָרט „שלח“; ע“ד ווי אין אָנהויב פ‘ בהעלותך,

וואו רש“י איז אויך מפרש סמיכות פרשיות

(„למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים“)

און שטעלט זיך און איז מעתיק נאָר דעם וואָרט „בהעלותך“

(ניט „בהעלותך את הנרות“)?

ג.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים די קושיא

(פון רמב“ן 8 )

: וואָס איז אַזוי גרויס דער חטא פון די מרגלים -זייער שליחות איז דאָך געווען צו אויסגעפינען „את 9

הארץ מה היא ואת העם היושב עלי‘ החזק הוא גו‘ ומה הערים גו‘“; איז „מה פשעם ומה חטאתם“ 10

וואָס זיי האָבן דערציילט דעם אמת 11

וואָס זיי האָבן געזען,

אַז „עז העם ..

והערים בצורות גדולות“ 12

וכו‘?

מען קען ניט פאַרענטפערן אַז זייער חטא איז באַשטאַנען אין דעם זאָגן „ארץ אוכלת יושבי‘“ 13

(אָדער זייער מוסיף זיין צו דעם וואָס זיי האָבן געזען אויך אַ מסקנא 14 ,

אַז „לא נוכל לעלות ..

כי חזק הוא ממנו“ 15 )

- ווייל

(ווי דער רמב“ן 16

זאָגט)

נאָר איידער זיי האָבן געזאָגט די דאָזיקע דיבורים האָט זיך שוין כלב אַריינגעמישט און „ויהס 17

כלב את העם גו‘“; איז מובן פון דעם,

אַז די פריערדיקע רייד „אפס כי עז העם גו‘ והערים גו‘“ זיינען שוין געווען שלא כדבעי 18 .

ועוד - אפילו זייער שפּעטערדיקע רייד און מסקנא „לא נוכל לעלות“ קען האָבן אַ לימוד זכות

(ניט - אַ חטא)

: זיי האָבן ניט געזאָגט „לא נעלה“

(מיר וועלן ניט אַרויפגיין,

היפך ציווי ה‘),

נאָר „לא נוכל לעלות“: לויט זייער אָפּשאַצן די שטאַרקייט פון די יושבי הארץ און די כוחות פון אידן האָבן אידן ניט די יכולת

(ע“פ טבע 19 )

צו אייננעמען א“י 20 .

[אפילו זייער זאָגן „חזק הוא ממנו" 15

- „כביכול כלפי מעלה אמרו“ 21 ,

מיינט

(ע“ד הפשט 22 )

ניט אַ כפירה אין דעם אויבערשטן,

נאָר אַז די אומות זיינען אַזויפיל שטאַרקער

(פון די אידן),

אַז מ‘קען זיך גאָרניט פאָרשטעלן ווי אַזוי מ‘וועט זיך קענען איינקערן אפילו דורך נסים 23

;

וואָס דערפאַר איז כלב‘ס טענה

(ענטפער)

געווען

(ניט אַז מען קען אייננעמען א“י ע“פ טבע,

און ניט נאָר אַז דער אויבערשטער וועט בייקומען די אומות דורך נסים סתם 24 ,

נאָר)

„עלה נעלה - אפילו בשמים והוא אומר עשו סולמות ועלו שם נצליח בכל דבריו“ 25

: מען דאַרף פאָלגן דעם אויבערשטן אָן אַ חשבון,

אפילו ווען דער גיין קיין א“י איז בדוגמא צו אַ זאַך וואָס האָט קיינמאָל

(אפילו ניט - בנס)

ניט פּאַסירט „עלה נעלה ..

בשמים“ 26 ].

און וויבאַלד אַז דער מכוון אין שילוח המרגלים איז געווען בכדי אויסצוגעפינען די שטאַרקייט פון יושבי הארץ און דורך דעם זיך קענען גרייטן צו אַ מלחמה טבעית,

און ע“פ טבע איז די אָפּשאַצונג פון די מרגלים

(„לא נוכל לעלות“)

געווען אמת - היינט וואָס איז אַזוי דער שטורעם פון זייער חטא דערמיט וואָס זיי האָבן אויך אַרויסגעזאָגט די מסקנא פון זייער אָפּשאַצונג?

אָט די קשיא פאַרענטפערט רש“י מיט זיין פירוש „למה נסמכה כו‘ לפי שלקתה כו‘“ - די סמיכות הפרשיות גיט צו פאַרשטיין אין וואָס ס‘איז באַשטאַנען דער חטא המרגלים.

ד.

דער ביאור אין דעם:

דאָס וואָס רש“י פרעגט „למה נסמכה כו‘“ - כאָטש אַז שילוח המרגלים איז פאָרגעקומען גלייך נאָך פרשת מרים -איז ווייל ע“פ פשוטו של מקרא דאַרף מען אַמאָל מפסיק זיין צווישן צוויי פרשיות כאָטש אַז ע“פ סדר זמנים האָבן זיי געדאַרפט שטיין בסמיכות זל“ז.

ע“ד ווי רש“י האָט שוין מפרש געווען פריער ביי דער פרשה 27

„ויהי בנסוע הארון“ -„ולמה נכתב כאן כדי להפסיק בין פורעניות לפורעניות“ 28 .

ועד“ז בעניננו: בשעת מ‘לערנט די צוויי פרשיות - פרשת מרים און פרשת מרגלים - איינע נאָך דער צווייטער,

און אין ביידע רעדט זיך וועגן אַן ענין פון לשון הרע,

קען מען האָבן אַ געוואַלדיגן טעות און מיינען אַז מרים און די מרגלים זיינען אין דער זעלבער דרגא 29 ,

ח“ו,

אָדער עכ“פ ענליך און סמוך זה לזה בתוכנם.

און כאָטש אַז מען זעט דעם חילוק מן הקצה אל הקצה צווישן די תוצאות פון זייערע חטאים: ביי מרים‘ען,

איז אויך נאָך דעם ווי „ותסגר מרים“ איז „והעם לא נסע עד האסף מרים“ - „זה הכבוד חלק לה המקום“ 30

; משא“כ

(א)

די מרגלים איז „וימותו במגפה“ 31 ,

(ב)

דער גאַנצער דור איז יפלו במדבר 32

(ג)

איבער דעם איז - „ובניכם יהיו רועים במדבר ארבעים שנה“ 33

- קען מען אָבער זאָגן,

אַז דאָס איז ניט דערפאַר וואָס די מרגלים זיינען געווען רשעים כו‘,

נאָר ווייל דורך ניט זיין זהיר 34

בדיבורם,

זיינען אַלע אידן נכשל געוואָרן אין

(מרידה בה‘ און אין)

ניט וועלן גיין קיין א“י; משא“כ ביי מרים‘ען וואָס איר לשון הרע איז געווען בלויז אַן ענין פרטי.

[און דערפאַר איז רש“י מעתיק אין דעם דיבור המתחיל אויך די ווערטער „לך אנשים“ - ווייל דאָס איז נאָך מער מחזק די אפשריות לטעות אַז די מרגלים זיינען גלייך

(עכ“פ ענלעך)

צו מרים:

וויבאַלד אַז די מרגלים זיינען געשיקט געוואָרן „לך - לדעתך

(פון משה‘ן)

“ 35

אויף אַזאַ אחריות‘דיקער שליחות,

באַווייזט עס אַז זיי האָבן פאַרמאָגט די גרעסטע מעלות

(און ניט סתם מעלות - נאָר אין דעם ענין השליחות בפרט),

ביז די תורה רופט זיי „אנשים“,

וואָס מיינט

(ווי רש“י טייטשט עס 36 )

„לשון חשיבות ..

כשרים היו“].

- כדי צו שולל זיין אַזאַ טעות און קלאָר מאַכן אַז די מרגלים זיינען ניט ח“ו אויף אַן ענלעכער דרגא,

האָט די תורה לכאורה געדאַרפט מפסיק זיין צווישן די צוויי פרשיות מיט אַן אנדער ענין 37 .

דעריבער פרעגט רש“י „למה נסמכה פרשת מרגלים לפרשת מרים“ 38 .

ה.

אויף דעם ענטפערט רש“י „לפי שלקתה על עסקי דיבה ..

ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר“ - תורה איז מסמיך די צוויי פרשיות כדי צו דערציילן

(נאָך)

אַן ענין אין גודל חטא המרגלים,

וואָס דאָס פאַרענטפערט -ע“ד הפשט - גודל עונשם - אַז זיי האָבן געהאַט ערשט אָט בסמיכות אַ געלעגנהייט צו נעמען מוסר

(פון מעשה מרים)

און „לא לקחו מוסר“

דער מוסר איז געווען ניט אין אַן אופן אַז מען האָט עם געדאַרפט אַרויסלערנען דורך אַריינטראַכטן זיך אין וואָס מען האָט געזען - מען האָט עס נאָר געדאַרפט נעמען

(צו זיך).

- פון דעם וואָס זיי האָבן געדאַרפט נעמען מוסר פון מעשה מרים,

איז מוכח,

אַז די חטאים זיינען אין דעם זעלבן סוג; דערפאַר קען מען נעמען דעם מוסר ושלילה פון חטא המרגלים פון דער שלילה פון חטא מרים,

דערפאַר איז פאַרשטאַנדיק די הוספה והדגשה פון רש“י „ורשעים הללו כו‘“ - דערמיט באַוואָרנט ער,

אַז דער פאַרגלייך צווישן די מאורעות פון די ביידע פרשיות איז נאָר בנוגע דעם חטא,

אָבער בנוגע די מענטשן איז

(ניט סתם חוטאים וכו‘ - נאָר)

„רשעים הללו“,

היפך בתכלית פון מרים וואָס מ‘האָט ערשט

(בסמיכות)

געלערנט אַז „כבוד חלק לה המקום“.

ו.

לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: אין וואָס איז טאַקע באַשטאַנען דער חטא פון מרים?

דאָס וואָס זי האָט גערעדט אויף משה‘ן „אודות האשה הכושית אשר לקח“ - „ועתה גרשה“ 39 ,

איז דאָך דאָס געווען אַן אמת,

ער האָט דאָך איר מגרש געווען און מצער געווען וכו‘.

אויך האָט מרים ניט געזוכט ריידן שלעכטס אויף משה‘ן - „לא נתכוונה לגנותו“ 40 .

זי האָט נאָר ניט געמאַכט איר אָפּשאַצונג פון מעלות משה,

ככל הדרוש

(אַז זיי זיינען נאָכמער פון דער מעלה וואָס „במשה דבר הוי‘“)

זי האָט גערעכנט אַז משה האָט ניט געדאַרפט 41

פורש זיין מן האשה 42 .

איז דען צוליב ניט פאַרשטיין די גדלות פון משה‘ן לתכליתה קומט איר אַזאַ עונש?

זאָגט רש“י,

אַז דער חטא איז באַשטאַנען

(ניט אין „דיבה רעה“,

נאָר)

אין „עסקי דיבה“ - די עצם זאַך וואָס זי האָט זיך פאַרנומען,

זי האָט זיך עוסק געווען מיט „דיבה“,

מיט ריידן באריכות וכו‘,

וועגן משה‘ן:

בשעת מרים האָט געזען ביי משה‘ן אַ הנהגה וואָס זי פאַרשטייט ניט,

האָט זי ניט געדאַרפט ריידן וועגן דעם און נאָך - בהתעסקות

(כאָטש זי האָט נאָר געזאָגט אמת,

און נאָכמער - „לא נתכוונה לגנותו“ כנ“ל).

אַ התעסקות אין ריידן וועגן משה‘ן ברענגט ניט דיבה לטובה,

זיי קאָנען נאָך דערפירן צו אַ דיבור בהפכו 43

(און אום צו פאַרשטיין הנהגת משה - האָט זי געדאַרפט פרעגן אים אַליין בתורת שאלה,

ובחשאי).

און מעין זה איז אויך געווען דער חטא המרגלים: זיי האָבן ניט געזאָגט קיין שקרים וועגן א“י 44 ,

אָבער זייער דיבור 45

איז געווען אין אַן אופן פון „עסקי דיבה“: זיי האָבן אַזוי אַרומגערעדט און באַרעדט די שטאַרקייט פון די יושבי הארץ,

ביז צו אָפּשרעקן אידן 46

פון בכלל וועלן גיין אין ארץ ישראל.

אויב זיי האָבן זיך געוואונדערט ווי אַזוי דער אויבערשטער הייסט גיין אין א“י בשעת די יושבי הארץ זיינען אַזוי שטאַרק - האָבן זיי געזאָלט ריידן בקיצור אָדער פשוט פרעגן באַ משה‘ן.

די התעסקות,

עסקי דיבה,

פאַנאַנדער ריידן זיך וועגן דער שטאַרקייט פון די יושבי הארץ ביז צו אַרויסזאָגן די מסקנא „לא נוכל לעלות“,

האָט נאָר געקענט דערפירן 47

אידן צו מרידה ביז צום זאָגן ניתנה ראש ונשובה מצרימה 48 .

ז.

ווי קומט עס טאַקע אַז מרים זאָל זיך עוסק זיין אין „דיבה“ אויף משה‘ן?

איז דאָס פאַרשטאַנדיק פון איר טענה „הרק אך במשה דיבר ה‘ הלא גם בנו דיבר“ 49

: וויסנדיק אַז „בנו דיבר“ צו מרים און אהרן,

האָט זיך ביי איר ניט אָפּגעלייגט אַז די העכערקייט פון משה‘ן לגבי זיי איז אַזוי גרויס,

ביז צו מצער זיין „האשה הכושית שנאה בכל“,

בעפרייען עם פון קיום ציווי השם ועונתה לא יגרע - ביז „לפרוש מן האשה“ 50 .

מעין זה איז געווען ביי די מרגלים:

ביי זיי איז אויסגעקומען אַז וויבאַלד אַז משה האָט זיי בוחר געווען „על פי ה‘“ 51 ,

איז אין דער שליחות - ניט שייך אַז אַנדערע זאָלן זיין העכער און פאַרשטיין בעסער פאַר זיי; און וויבאַלד אַז ביי זיי,

שלוחי הוי‘,

איז געווען „ונהי בעינינו כחגבים“ 52

- האָבן זיי געהאַלטן מיט אַ וודאות אַז אַזוי איז דאָס „ע“פ הוי‘“ - באמת,

בנוגע אַלע אידן,

ובמילא האָבן זיי אַרויסגענומען אַ מסקנא

(פון זיך - אויף אַלע אידן)

„לא נוכל לעלות“.

וויבאַלד דער גיין קיין א“י האָט זיך ביי זיי ניט אָפּגעלייגט,

האָבן זיי זיך עוסק געווען אין מסביר זיין דאָס בארוכה,

אין „דיבה“,

זיי האָבן באַרעדט א“י.

עפ“ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס רש“י איז מוסיף אַז מרים „דברה באחי‘“.

דאָס איז נאָך מער מבאר ווי די מרגלים „לא לקחו מוסר“ פון מרים‘ען אין דעם ענין פון אָפּשאַצן אַ צווייטן העכער פאַר זיך:

ביי מרים איז געווען אַ פרט אין דעם חטא וואָס „דברה באחי‘“,

וואָס אַ ברודער איז „חצי בשרו“ 53 ,

און בטבע איז שווער צוצוגעבן אויף אַן אייגענעם ברודער אַז ער איז חצי בשרו און צוזאַמען דערמיט באין ערוך העכער פון זיך.

און אעפ“כ האָט מרים געקראָגן אַן עונש אויף דעם.

ועאכו“כ אַז די מרגלים האָבן ניט געטאָרט באַטראַכטן יתרה מזה,

אַז אַלע אידן כולל משה ואהרן וכו‘,

מוזן זיי נאָכגיין,

נאָך זייער החלטה.

ח.

נאָך אַ דיוק איז דאָ אין דעם פרש“י - „ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר“.

דלכאורה איז דער וואָרט „ראו“ איבעריק.

עס האָט געדאַרפט שטיין „ורשעים הללו לא לקחו מוסר“?

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַ תמי‘ אין כללות סיפור המרגלים 54

: וואָס איז נתחדש געוואָרן ביי די מרגלים דורך זייער באַזוכן א“י 55

- און אויף אַזוי פיל אַז דאָס האָט זיי דערשראָקן ביז צום טענה‘ן „לא נוכל לעלות“?

די אַלע זאַכן וואָס זיי האָבן דאָרט געזען „כי 12

עז העם היושב בארץ וגו‘“ האָבן זיי געוואוסט אויך פריער 56

[וואָרום:

(א)

מ‘האָט נאָך אין מצרים געוואוסט וואָס עס איז דער מצב און וואָס עס קומט פאָר אין ארץ כנען 57 .

(ב)

בשירת הים האָבן אַלע אידן געזאָגט „נמוגו כל יושבי כנען“ 58 .

זיי האָבן געוואוסט וועגן „כל יושבי כנען“ און זייער שטאַרקייט

(אַנדערש - איז דאָך קיין הפלאה ניט אַז „נמוגו“).

ועוד]

און פונדעסטוועגן זיינען זיי געווען גרייט צו גיין קיין א“י 59 .

איז דער ביאור אין דעם 60

ע“פ מחז“ל 61

אינו דומה שמיעה לראי‘: כל זמן זיי האָבן בלויז געהערט וועגן דער שטאַרקייט פון יושבי הארץ,

זיינען זיי ניט נתפעל געוואָרן פון די שוועריקייטן און זיינען גרייט געווען גיין קיין א“י.

בשעת אָבער זיי האָבן געזען מיט די אייגענע אויגן ווי „עז העם“ וגו‘,

האָט עס אויף זיי געווירקט זיי זאָלן חרטה האָבן אויף זייער פריערדיקן הסכם.

[וואָס דערפאַר האָבן די מרגלים מדגיש געווען כמה פעמים „ראינו“ 62 ,

אַז וואָס זיי דערציילן האָבן זיי אַליין געזען,

און „ויראום את פרי הארץ“ 63 ].

און דערפאַר דאַרף רש“י מדגיש זיין אַז „ורשעים הללו ראו כו‘“,

אויך דעם מוסר „ראו“ - וויבאַלד אַז זיי האָבן אַליין געזען וואָס עס האָט פּאַסירט מיט מרים‘ען,

האָט עס זיי געדאַרפט געבן דעם זעלבן תוקף,

אויף בייצוקומען דעם נסיון פון „ראינו“ אין ארץ כנען.

אויב זיי וואָלטן בלויז געהערט וועגן עונש מרים,

וואָלט מען ביי זיי ניט געקענט מאָנען פאַרוואָס „לא לקחו מוסר“,

ווייל די סיבה וואָס האָט געבראַכט צום חטא איז געווען בראי‘ און די נתינת כח אויף אָפּהאַלטן זיך פון חטא - בלויז בשמיעה.

איז רש“י מדגיש „ראו“ - אויך די נתינת כח אויף ניט זינדיקן איז געווען בראי‘,

ואעפ“כ לא לקחו מוסר.

ט.

פון די „ענינים מופלאים“ 64

אין חלק ההלכה שבתורה אין דעם פרש“י -

(לחידודי עכ“פ)

- ובהקדים השאלה:

ווי איז תורה פאָרט מסמיך

(פרשת)

מרים צו

(פרשת)

מרגלים,

וואָס דורך דעם קען ווערן אַ חשד אויף מרים‘ען אַז זי איז אין עטוואָס בדומה צו די מרגלים - ס‘איז דאָך אַ ציווי „והייתם 65

נקים מה‘ ומישראל“?

לכאורה קען מען פאַרענטפערן ע“פ שיטת רש“י

(בפירושו עה“ת 66 ),

ווי דער מ“ד 67

אַז תורה „מגילה מגילה ניתנה“

(משה האָט

(גלייך)

פאַרשריבן יעדע פרשה 68 ).

וואָס לפי“ז איז מסתבר לומר,

אַז דעם אָנהויב פון פ‘ שלח - אַלעס וואָס איז פאָרגעקומען אין דעם זעלבן טאָג

(כ“ט סיון 69 ),

און מיט דעם האָט זיך פאַרענדיקט דער „שלח לך“

(דער שיקן,

און די שייכות פון משה‘ן אין דער שליחות)

-

האָט משה רבינו,

וואָס איז געווען אַ זריז 70

כו‘,

גלייך פאַרשריבן כדי ניט צו אָפּהאַלטן דעם צוקומען פון נאָך אַ פרשה אין תורה שבכתב 71 .

והנה - מובן ופשוט אַז יעדער טאָג במדבר

(כולל אויך - יענעם כ“ח און כ“ט סיון)

זיינען געווען אַ ריבוי גדול במאד,

פון פּאַסירונגען בא די ששים רבוא הגברים און כהנה וכהנה פון נשים וכו‘ ובפרט אַז עס איז נאָך צוגעקומען דער נסעו ויחנו,

פירוק והקמת המשכן וכו‘ וכו‘.

פון די מאורעות איז געווען אַ ריבוי גדול צווישן „האסף מרים“ בכ“ח סיון קודם סילוק המשכן און אמירת „שלח לך“

(נאָכן אויפשטעלן די דגלים און דעם משכן און נאָכן ותקרבנה אלי כולכם וכו‘)

- טויזנטער און טויזנטער פּאַסירונגען האָבן מפסיק געווען צווישן „האסף מרים“ און שילוח המרגלים

(כולל אויך מאורעות פון מצות וכיו“ב - ע“פ ה‘ יסעו ויחנו,

הקרבת הקרבנות במשכן וכו‘)

- די סמיכות איז אָבער געווען אין משה רבינו‘ס שרייבן פון פרשת מרגלים לפרשת מרים,

און נאָר דערפון האָט געקאָנט,

געדאַרפט זיין דער „לקחו מוסר“.

און דערפאַר האָט מען „פאַרקוקט“ אויף דעם וואָס מען שטעלט די פרשה אַריין אין אַ מקום וואָס נותן מקום לחשד - כדי צו באַוואָרענען,

פאַרהיטן די מרגלים.

עס בלייבט אָבער שווער - ס‘איז דאָך אַ כלל 72

אַז אין אומרים לאדם חטא בשביל שיזכה חבירך?

באַוואָרנט רש“י די שאלה מיט זיין לשון „ולא לקחו מוסר“

(ניט - „ורשעים הללו חטאו“ וכיו“ב),

כדלקמן.

יו“ד.

אין „אין כו‘ שיזכה חבירך“ איז רש“י 73

מפרש „שלא יתחייב חבירך עונש חמור“.

איז ניט מובן: לכאורה האָט רש“י געדאַרפט זאָגן אַז „שיזכה חבירך“ מיינט אַז „חבירך“ וועט ניצל ווערן פון עובר זיין אַ חטא חמור - פאַרוואָס זאָגט רש“י „שלא יתחייב ..

עונש חמור“?

ויש לומר,

אַז כוונת רש“י איז ווי די דיעה אין תוס‘ 74 ,

אַז דאָס וואָס „אין אומרים כו‘“ איז דוקא ווען די „מעשה של האיסור כבר נעשה“,

אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן פאַרהיטן חבירו ער זאָל מלכתחילה ניט קומען צו אַ חטא

(חמור)

דאַן איז אומרים לו חטא

(חטא קל)

בכדי צו פאַרהיטן חבירו פון אַ חטא חמור.

און דערפאַר איז רש“י מדגיש „שלא יתחייב ..

עונש חמור“ - צו מדגיש זיין,

אַז דאָס וואָס „אין אומרים כו‘“ איז נאָר ווען דער „איסור כבר נעשה“ און מען וויל פאַרמיידן פון אים בלויז דעם עונש.

ועפ“ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס תורה האָט געקענט אַריינשטעלן מרים‘ען אין אַ חשד

(דורך סמיכות הפרשיות)

- ווייל 75

פון פרשת מרים האָבן די מרגלים 76

געדאַרפט אָפּלערנען און פאַרהיטן זיך אַז זיי זאָלן מלכתחילה ניט חוטא זיין.

און דאָס איז רש“י מרמז מיט די ווערטער „

(ולא לקחו)

מוסר“ - ווייל דער תכלית פון „ראו את מוסר“ איז כדי עס זאָל זיין „ושמרתם“ 77

- צו פאַרהיטן אַ מענטשן ער זאָל ניט קומען צו אַ חטא און אים ברענגען צו אַ הנהגה ישרה 78 .

(משיחת ש“פ שלח תשכ“ה)

Reader controls and commentary are loading.