B"H
🏡

Ikar

בהעלותך ה

א.

אין סוף הפרשה,

אויפן פסוק 1

„ותסגר מרים מחוץ למחנה שבעת ימים והעם לא נסע עד האסף מרים”,

שטעלט זיך רש”י אויף די ווערטער „והעם לא נסע” און איז מפרש: זה הכבוד חלק לה המקום בשביל שעה אחת שנתעכבה למשה כשהושלך ליאור שנאמר 2

ותתצב אחותו מרחוק וגו’.

דאָס וואָס רש”י באַוואָרנט דאָ מיט זיין פירוש איז

(ווי מפרשים זאָגן 3 )

די שאלה וואָס שטעלט זיך וועגן די ווערטער „והעם לא נסע עד האסף מרים”: עס שטייט דאָך אין דעם פסוק שלאח”ז „ ואחר נסעו העם ”,

אַז דער „נסעו העם” איז געווען נאָך „ותסגר מרים מחוץ למחנה שבעת ימים” - איז צוליב וואָס דאַרף די תורה זאָגן פאַר דעם אַז „והעם לא נסע גו’”?

פאַרענטפערט רש”י,

אַז דער איבערחזר’ן איז אויסן מודיע זיין,

אַז דאָס וואָס „והעם לא נסע” איז געווען צוליב איר כבוד וועגן 4 .

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: אין פסוק שטייט דאָך „ והעם לא נסע” - פאַרוואָס זאָגט רש”י

(און פון וואַנעט נעמט ער)

אַז „זה הכבוד חלק לה המקום ”,

ובפרט אַז דערמיט איז ער אויך משנה פון לשון רז”ל אין משנה 5

„לפיכך נתעכבו לה ישראל כו’” 6 ?

בפשטות קען מען זאָגן 7

: אַלע נסיעות און חניות פון אידן זיינען דאָך געווען תלוי ניט אין זייער החלטה,

נאָר,

ווי עס שטייט פריער אין דער סדרה 8

„ולפי העלות הענן מעל האהל ואחרי כן יסעו בני ישראל ובמקום אשר ישכן שם הענן שם יחנו בני ישראל”.

ובמילא איז מובן,

אַז דאָס וואָס „העם לא נסע עד האסף מרים” איז געווען דערפאַר וואָס דער „ענן ה’” האָט זיך ניט אויפגעהויבן 9 .

קומט במילא אויס,

אַז „זה הכבוד חלק לה המקום כו’”.

עס איז משמע נאָכמער: דאָס וואָס רש”י זאָגט „זה הכבוד חלק לה המקום”

(און ניט סתם „זה הכבוד נחלק לה” אָדער „קבלה”)

בשעת אין משנה שטייט „לפיכך נתעכבו לה ישראל” - כאָטש אַז אויך לויט דער משנה איז מובן אַז ס’איז געווען תלוי אין „העלות הענן” 10

- איז ווייל לויט דער משנה איז די עכבה געווען אויך מצד די אידן,

ד.

ה.

אויך די אידן האָבן געוואָלט וואַרטן אויף איר 11

; משא”כ לפי פי’ רש”י איז די איינציקע סיבה געווען וואָס „חלק לה המקום ”

(ד.

ה.

וואָס דער „ענן” איז געבליבן)

און ניט ווייל אויך אידן האָבן דאָס געוואָלט.

עס איז אָבער אַ דוחק גדול: וויבאַלד אַז אין פסוק שטייט בלויז „והעם לא נסע” - פאַרוואָס זאָל מען טייטשן היפך פשוטו של מקרא,

אַז די אידן מצד עצמם האָבן ניט געהאַט דעם רצון צו וואַרטן?

ב.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

צוליב וואָס איז רש”י מוסיף „כשהושלך ליאור” - למאי נפקא מינה ווען ס’איז געווען די „שעה אחת שנתעכבה למשה”?

- רש”י האָט געדאַרפט זאָגן ווי די משנה זאָגט

(סתם) 12

„מרים המתינה למשה שעה אחת שנאמר כו’” 13 .

ב)

פאַרוואָס איז רש”י מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „מרחוק” 14 ?

ווען ער ברענגט אַראָפּ בלויז די ווערטער „ותתצב אחותו” וואָלט שוין געווען פאַרשטאנדיק אַז נתעכבה למשה.

ג)

לא די הנ”ל - איז רש”י נאָך מוסיף „וגו” 15

אַ רמז אויף המשך הכתוב! למאי נפק”מ ההמשך דאָ?

ג.

וועט מען פאַרשטיין כל הנ”ל בהקדים לבאר דעם ענין „הכבוד” וואָס מ’האָט דאָ צוגעטיילט מרים’ן דערמיט וואָס מ’האָט געוואַרט אויף איר:

ווי מען לערנט אין פשטות איז משמע,

אַז ווען די אידן וואָלטן אויף איר ניט געוואַרט,

וואָלט איר בלייבן אין מדבר 16

געווען אַ העדר הכבוד.

דאָס איז אָבער תמוה ביותר: אויב זי וואָלט איבערגעבליבן אַליין אין מדבר,

וואָלט עס דאָך געווען סכנת נפשות ממש 17

ניט נאָר אַ העדר הכבוד?

מען קען ניט זאָגן אַז מהאי טעמא ברענגט רש”י אַראָפּ די ווערטער „כשהושלך ליאור”,

צו מדגיש זיין אַז דאָס איז געווען מדה כנגד מדה: כשם ווי די „שעה אחת שנתעכבה למשה” איז געווען אַן ענין פון פקוח נפש,

אַזוי איז אויך געווען דער אופן השכר וואָס דער אויבערשטער האָט איר דאָ פאַר דעם אָפּגעצאָלט

(זי זאָל ניט בלייבן אַליין במדבר)

- וואָרום לפ”ז וואָלט רש”י ניט געזאָגט „זה הכבוד חלק לה המקום”,

וויבאַלד דער מכוון איז ניט כבוד,

נאָר פקוח נפש.

ד.

דער ביאור בזה:

פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט 18

„תסגר שבעת ימים מחוץ למחנה ואחר תאסף” איז מובן אַז מרים’ס רפואה

(„אחר תאסף”) 19

איז תלוי אין דעם וואָס זי דאַרף און וועט זיין סגורה „שבעת ימים מחוץ למחנה”,

מחוץ לשלש מחנות 20

- און דער תואר וגדר המציאות פון „מחנה” מל’ חני’ 21

- בנדו”ז -

(ובמילא אויך די סגירה „מחוץ למחנה”)

איז שייך נאָר „בשעת חנייתן”,

ווי רש”י האָט שוין פריער 22

מפרש געווען: „תוך הקלעים היא מחנה שכינה חניית הלוים סביב כו’ היא מחנה לוי’ ומשם ועד סוף מחנה הדגלים וכו’ היא מחנה ישראל כו’”.

משא”כ בשעת נסיעתן,

וואָס דעמאָלט לייגט זיך ניט אויף זיי דער תואר פון „מחוץ למחנה”

(ג’ מחנות).

און דעריבער,

ווען די אידן וואָלטן ניט געוואַרט במחנה די זיבן סגירה־טעג פון מרים’ן,

כאָטש אַז ס’איז פשוט אַז זי וואָלט ניט געבליבן אַליין אין מדבר,

זי וואָלט אויך מיטגעגאַנגען 23 ,

וויבאַלד אָבער אַז דעמאָלט וואָלט ניט אויסגעפירט ווערן דער ציווי פון „תסגר שבעת ימים מחוץ למחנה ”,

היות אַז ס’ווערט דאַן נתבטל דער גדר „מחנה” 24

-וואָלט אויסגעקומען אַז די צייט ביז מרים’ס „תאסף” האָט געדאַרפט געדויערן לענגער ווי זיבן טעג,

וויבאַלד אַז דער זמן הנסיעה איז ניט אין חשבון פון די זיבן הסגר־טעג 25 .

און אין דעם באַשטייט דער „כבוד” וואָס „חלק לה המקום”,

אַז אַלע אידן זאָלן זיך פאַרהאַלטן נאָך זיבן טעג אין דער חני’ ,

בכדי עס זאָל זיך באַלד אָנהויבן דער „תסגר שבעת ימים מחוץ למחנה”.

ה.

לפי הנ”ל זעט מען ווי פון פרש”י קען מען אַרויסלערנען ענינים מופלאים אויך אין הלכה:

אויף „אחר תאסף” איז רש”י מפרש „אומר אני כל האסיפות האמורות במצורעים על שם שהוא משולח מחוץ למחנה וכשהוא נרפא נאסף אל המחנה כתוב בו אסיפה לשון הכנסה”.

פון דעם איז משמע אַז דער ציווי „תסגר שבעת ימים מחוץ למחנה” ביי מרים’ן איז פאַרבונדן מיט דעם וואָס זי איז געווען מצורעת 26 .

ועפ”ז י”ל אַז דער דין ביי מצורע „כל ימי אשר הנגע בו יטמא גו’ בדד ישב מחוץ למחנה מושבו” 27

איז ניט אַ זייטיקער חיוב

(וויבאַלד אַז ער איז טמא מוז ער זיין מחוץ למחנה),

נאָר דאָס איז

(אויך)

אַ תנאי,

בטהרת המצורע; בשעת עס פעלט אין קיום פון „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו” בעת טומאתו,

קען ער ניט קומען 28

לטהרתו - אַזוי ווי גערעדט ביים הסגר פון מרים,

כנ”ל.

[ועד”ז ביי אַ מצורע מוסגר,

וואָס זיין רפואה איז תלוי אין הסגר אויף אַ מספר ימים 29

; „והסגיר הכהן את הנגע שבעת ימים” 30 ,

דאַרף לפי הנ”ל אויסקומען,

אַז אויב עס פעלט אין שיעור פון ז’ ימי ההסגר מחוץ למחנה 31 ,

איז טהרתו מתעכבת,

ביז עס וועלן זיין די גאַנצע ז’ ימים].

נאָר בנוגע אַ מצורע,

וויבאַלד ביי אים שטייט „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו”,

איז מקום לדון: וואָס איז דאָ דער עיקר: צי „בדד ישב”,

די שלילה,

ער זאָל ניט זיין אין מחנה נאָר בדד

(אפילו ווען ער איז מחוץ למחנה),

אָדער ס’איז נוגע דער חיוב ער זאָל זיין מחוץ למחנה 32 .

די נפק”מ

(ע”ד ווי גערעדט פריער בנוגע מרים)

אַ מצב וואו ס’איז ניט שייך דער ענין פון „מחוץ למחנה”

(ווייל ס’איז ניטאָ די מציאות פון „מחנה”),

נאָר בלויז דער „בדד ישב”,

צי דאָס איז מעכב ער זאָל צוקומען לטהרתו 33 .

[ועד”ז ביי מצורע מוסגר כנ”ל,

אין אַ מצב וואו עס איז ניט שייך קיין מחוץ למחנה כנ”ל,

צי די טעג פון „בדד ישב” זיינען עולה בחשבון פון די שבעה ימים,

איז לויט דער ערשטער סברא וויבאַלד אַז אויך דעמאָלט איז ער ניט געווען אין מחנה זיינען זיי משלים די ז’ ימים,

לויט דער צווייטער סברא,

דאַרף ער וואַרטן ביז עס וועלן זיין מחנות אויף צו משלים זיין 34

די שבעת ימים „מחוץ למחנה מושבו”].

לויט דעם קומט אויס אַז דאָס קען זיין נוגע איצט להלכה למעשה: דער דין איז אַז טהרת מצורע זו נוהגת 35

בארץ ובחוצה לארץ בפני הבית ושלא בפני הבית 36 ,

ולפי”ז

(לויט די דיעות 37

אַז דער דין און קדושת

(מחנות ו)

ירושלים איז יעצט ניט שייך)

איז די שאלה אויב א ַמצורע קען קומען לטהרתו לאחר החורבן,

אויב דער עיקר איז עס זאָל זיין „בדד ישב” ער זאָל ניט זיין אין מחנה,

איז דאָס גילטיק אויך בזמן הזה; אויב אָבער מען דאַרף האָבן עס זאָל זיין „ מחוץ למחנה מושבו”,

דעמאָלט איז דאָס ניט שייך לאחר החורבן 38 .

און אפילו את”ל אַז וויבאַלד די גאַנצע מציאות פון מחנות איז ניטאָ

(אויך בהתחלת זמן טומאתו),

במילא דאַרף ביי אים ניט זיין לטהרתו - דער ענין פון „ מחוץ למחנה מושבו ” בפועל 39 ,

איז מקום לשאלה הנ”ל אויב ער איז נטמא געוואָרן בזמן שבית המקדש קיים,

ובתוך ימי טומאתו איז נחרב הבית וחרבה העיר צי ער קען קומען לידי טהרתו 40

לאחר החורבן 41 .

וע”פ הנ”ל בנוגע צו מרים’ן,

קען מען אַרויסלערנען אויך בנוגע צו יעדער מצורע אַז ס’איז נוגע דער צד החיוב עס זאָל זיין „מחוץ למחנה מושבו” 42 ,

ובמילא דאַרף אויסקומען אַז בשעת עס איז ניטאָ די מציאות פון מחנות,

און עס קען ניט נתקיים ווערן דער חיוב פון „מחוץ למחנה מושבו” 43 ,

קען ער ניט קומען לטהרתו.

ו.

ע”פ הנ”ל

(סעיף ד),

אַז מרים’ס כבוד איז באַשטאַנען אין דעם וואָס דער זמן פון „תסגר שבעת ימים”

(און במילא איר רפואה)

איז ניט פאַרצויגן געוואָרן אויף אַ שפּעטערדיק’ן

(און לענגער’ן)

זמן,

קען מען מסביר זיין וואָס רש”י זאָגט „זה הכבוד חלק לה המקום ” -דלכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן אַ לשון בהתאם לפשטות הכתוב,

ע”ד ווי לשון המשנה „נתעכבו לה

( כל )

ישראל שבעה ימים”,

כנ”ל; און אויב רש”י וויל אַרויסברענגען די גרויסקייט פון איר צוגעטיילטן כבוד,

האָט ער געדאַרפט זאָגן ע”ד ווי אין ספרי

(און מכילתא)

„עיכב לה המקום שכינה וארון כהנים ולוים וישראל ושבעה ענני הכבוד” -

רש”י איז דאָ ניט אַזוי אויסן צו זאָגן ווער עס האָט צוגעטיילט איר דעם כבוד,

דער אויבערשטער צי אידן,

נאָר אַרויסברענגען אַז דער כבוד איז פאַרבונדן מיט „המקום”,

מיט דעם וואָס דער אויבערשטער

(„המקום”)

האָט געהייסן איר באַלד מסגיר זיין „שבעת ימים מחוץ למחנה” 44 .

ז.

מ’קען אָבער פרעגן: וואו איז די מדה כנגד מדה פון דעם „כבוד” וואָס „חלק לה המקום” מיט דער „שעה אחת שנתעכבה למשה”,

דאָרטן איז געווען אַן ענין

(פון „הושלך ליאור”)

וואָס איז געווען נוגע צו פקוח נפש פון משה’ן -מיט וואָס איז דער כבוד וואָס חלק לה המקום אַ צוגעפּאַסטע באַלוינונג פאַר דעם

[און דאָס איז אין ביידע קצוות: - מצד דער פעולה גופא - איז דער „ותתצב” אַ זאַך פון הצלת נפשות,

וואָס איז פון די ענינים הכי נעלים; און אַ תשלום־שכר פון „כבוד”

(אפילו דער העכסטער)

איז ניט פון דער זעלבער מדה; און לאידך,

מרים’ס עכבה פאַר אַ „שעה” איז זעלבסטפאַרשטענדליך אפילו באַ אַ גאָר פשוטן מענשן,

עס איז דאָך פאַרבונדן מיט ראַטעווען אַ קינד,

בפרט אַ אייגענעם ברודער ומאי קמ”ל?

און דער שכר איז וואָס דער אויבערשטער האָט צוליב איר כבוד פאַרהאַלטן אַלע אידן מיט’ן משכן וכו’ און אַ גאָר לאנגען זמן 45 ].

דעריבער איז רש”י מעתיק פון פסוק אויך דעם וואָרט „ מרחוק ”,

אַז איר עכבה איז ניט געווען פאַרבונדן מיט דער הצלה פון משה’ן,

ווייל זי איז געשטאַנען „מרחוק”,

זי וואָלט גאָרניט געקענט אויפטאָן 46 .

ובמילא איז קיין קשיא ניט ווי קומט עס אַז דער כבוד וואָס חלק לה המקום זאָל זיין אַ שכר פאַר דעם וואָס „נתעכבה כו’”,

וואָרום איר עכבה איז ניט געווען קיין פעולה פון הצלת נפשות.

ח.

וויבאַלד אָבער אַז מען קען נאָך אַלץ פרעגן: וואָס איז פאָרט די שייכות פון דעם אינהאַלט פון דעם כבוד צו דעם וואָס נתעכבה למשה שעה אחת?

מיט דעם וואָרט „מרחוק” איז נאָר מוסבר אַז ס’איז ניט געווען קיין ענין פון פקוח נפש; דאָס ווייזט אָבער ניט אַ צד השווה צווישן זיי -

דעריבער איז רש”י מוסיף „וגו’”,

דער המשך

(הכתוב ו)

הפרשה דאָרט גיט צו אין הבנת הענין:

דער אויפטו פון דעם וואָס „ותתצב אחותו מרחוק לדעה מה יעשה לו” דערציילט די תורה דאָרטן 47 ,

אַז בשעת בת פרעה איז געקומען „לרחוץ על היאור וגו’”,

און זי האָט דאָרט געזעהן אַ „נער בוכה ותחמול עליו” זי האָט אים געוואָלט באַרואיקן און ניט געקענט - און דעמאָלט „ותאמר אחותו אל בת פרעה האלך וקראתי לך אשה מיניקת מן העבריות ותינק לך את הילד ותאמר לה בת פרעה לכי ותלך העלמה

( בזריזות ועלמות 48 )

ותקרא את אם הילד”.

עס איז מובן,

אַז אויך ווען מרים וואָלט דאָרט ניט געווען,

וויבאַלד אַז „החזירתו על מצריות הרבה לינק ולא ינק” 49 ,

וואָלט בת פרעה סו”ס זיך אַליין געחאַפּט און וואָלט גערופן אַ אידישע פרוי 50

- נאָר דאַן וואָלט עס געדויערט אַ לענגערע צייט.

דער אויפטו פון „ותתצב אחותו מרחוק” איז באַשטאַנען אין דעם וואָס זי האָט דערמיט פאַרשנעלערט,

פאַרקירצט דעם זמן פון משה’ס צער.

ובמילא איז מובן אַז דער „כבוד” ש„חלק לה המקום” - דאָס וואָס „והעם לא נסע עד האסף מרים” בכדי אַז איר צער פון „תסגר שבעת ימים מחוץ למחנה” זאָל זיך וואָס שנעלער ענדיקן - איז מדה כנגד מדה - „בשביל שעה אחת שנתעכבה למשה כשהושלך ליאור”.

ט.

מיינה של תורה אין פרש”י:

ס’האָט זיך גערעט פריער

(בתחילת השיחה),

אַז דאָס וואָס אין דער משנה שטייט דער לשון „לפיכך נתעכבו לה ישראל” -

(כאָטש ס’איז פשוט,

אַז די העכבה פון אידן איז געקומען פון דעם אויבערשטן: ס’איז ניט געווען „העלות הענן”)

איז ווייל לפי המשנה האָבן אויך אידן געוואָלט וואַרטן אויף מרים’ען;

און כאָטש ס’איז מסתבר* 50

אַז אויך לויט רש”י האָבן אויך די אידן געוואָלט אויף איר וואַרטן,

איז אָבער רש”י דוקא מדגיש „ המקום ”,

ניט ווי אין משנה „נתעכבו לה ישראל ” - ויש לומר דעם טעם פנימי אויף דעם חילוק ושינוי ביניהם:

חז”ל 51

זאָגן „הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים” - און מהאי טעמא איז שווער צו זאָגן אַז דער ענין טוב,

דאָס וואָס אידן האָבן געוואַרט אויף מרים’ן און דערמיט איר אָפּגעגעבן כבוד איז געווען נאָר מצד און „בידי שמים” -דעם

(לא העלות ה)

ענן און ניט מצד זייער אייגענעם רצון.

מסתבר לומר אַז,

אדרבה,

דאָס וואָס דער „ענן” איז געבליבן במקומו איז געווען דערפאַר וואָס די אידן האָבן געוואָלט אויף איר וואַרטן; און דאָס איז די משנה מדגיש „לפיכך נתעכבו לה ישראל” - מתאים צו כללות התוכן והמשך המשנה אַז מ’פירט זיך מיט אַ אידן אין אַן אופן פון מדה כנגד מדה.

אָבער לפי פי’ רש”י,

אָננעמענדיק אפילו אַז אויך אידן האָבן מסכים געווען און געוואָלט וואַרטן,

איז אָבער לפי פשוטו של הענין שווער צו זאָגן אַז דער מסע דאָ איז געווען אַנדערש ווי אַלע מסעות - תלוי אין רצון פון אידן.

ובפנימיות יותר י”ל,

אַז אין פירוש רש”י,

יינה של תורה,

זאָגט זיך אַרויס די פנימית און אמיתית פון יעדער זאַך,

אַז אויך די ענינים פון יראת שמים,

וואָס קומען ע”י עבודת האדם ,

קומען אויך מלמעלה,

נאָר פון העכער פון „ ידי שמים” 52 ,

ד.

ה.

אַז אויך דאָס וואָס אידן האָבן געוואָלט איר אָפּגעבן כבוד איז דאָס געקומען מצד דער התעוררות מלמעלה.

משא”כ אין משנה,

אין נגלה דתורה,

וואָס דאָ הערט זיך ניט אָן בגילוי דער ענין אַז אויך דאָס קומט מלמעלה

(וואָרום דעמאָלט איז דאָס בסתירה צו בחירה חפשית),

נאָר ווי עס קומט דורך עבודת האדם 53 .

יו”ד.

ע”פ הנ”ל וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער ענין אַז אַלץ קומט מלמעלה איז מרומז אין פרש”י וואו ס’רעדט זיך וועגן צרעת דוקא:

כללות ענין המצורע,

וואָס ער איז נשלח מחוץ לג’ מחנות,

איז מצד דעם וואָס ער איז היפך פון כללות ענין הקדושה,

און דערפאַר איז „מחוץ למחנה מושבו” - אויך מחוץ פון מחנה ישראל - וואָס באַווייזט אַז ער איז דערווייטערט אפילו פון דער נידעריקסטער מדריגה פון מחנה ישראל 54 .

[וי”ל אַז דאָס איז דער טעם פנימי פון דעם וואָס נתבאר לעיל,

אַז דער עיקר ענין באַ עם איז דער חיוב ער זאָל זיין מחוץ למחנה דוקא,

ווייל ווען עס איז ניטאָ קיין מחנות,

דעמאָלט זעט זיך ניט אַז ער איז מחוץ לגבול הקדושה ].

און דעריבער איז אויך דער ענין,

אַז יראת שמים קומט מצד למעלה,

מרומז בשייכות צו עם און ביים זירוז אין דער טהרה,

ווייל דער כללות הענין פון טהרת המצורע קומט דוקא מצד למעלה.

און ווי ס’איז מבואר במ”א 54 ,

אַז דאָס איז דער טעם וואָס עס שטייט באַ עם „והובא אל הכהן” 55 ,

וואָס איז משמע בע”כ 56 ,

ווייל די התעוררות התשובה צו אַזאַ נידעריקער דרגא וואָס געפינט זיך מחוץ לג’ מחנות,

איז ניט מצד דעם מענטשן - וואָרום געפינענדיק זיך אין אַזאַ נידעריקן מצב,

איז גאָר שווער אַז ער זאָל נתעורר ווערן צו תשובה מרצונו - נאָר דאָס איז מצד דער התעוררות מלמעלה,

מצד דער הבטחה פון אויבערשטן אַז „בל ידח ממנו נידח”,

וואָס איז אויך אַ נתינת כח.

הקב”ה עוזרו.

(משיחת ש”פ בהעלותך תשכ”ה)

Reader controls and commentary are loading.