א.
בנוגע פסח שני איז באוואוסט דער ווארט פון רבי׳ן 1
: ״פסח שני ענינו איז - עס איז ניטא קיין "פארפאלען",
מען קען אלע מאל פאריכטען.
אפילו מי שהי׳ טמא,
מי שהי׳ בדרך רחוקה.
און אפילו ״לכם״ 2 ,
אז דאס איז געווען ברצונו,
פונדעסטוועגען קען מען מתקן זיין".
דארך מען פארשטיין: הן אמת אז די ענינים וביאורים פון פנימיות התורה זיינען לפעמים לויט איין דיעה אין נגלה דתורה 3 ,
אפילו ווען די הלכה איז ווי א צווייטע דיעה,
ווארום אלו ואלו דברי אלקים חיים 4
און מען דארך און מען מוז בענטשן ברכת התורה פאר דעם לערנען דברי בית שמאי,
כאטש ב״ש במקום בית הלל אינה משנה * 4
-
אעפ״כ,
איז דאך יומתק יותר אויב עס איז אויך מתאים לויט די דיעה וואס הלכה כמותה,
ובפרט בעניננו,
וואס דער לשון איז אז דאס איז " ענינו "
(פון פסח שני).
ולכאורה: בשלמא לויט דער דיעה 5
אז פסח שני איז " תשלומין דראשון הוא",
איז מובן וואס מען זאגט בנוגע פ״ש "ענינו איז - עס איז ניטא קיין פארפאלן מען קען אלע מאל פאריכטען ..
מתקן זיין",
ועד״ז לויט דער דיעה 6
אז " תקנתא דראשון הוא",
אז די תורה האט געזאגט ווי צו מתקן זיין
(דורך מקריב זיין פסח שני)
- אויב ער האט ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון במזיד.
אבער לויט דעת רבי - וואס אזוי איז אויך די הלכה 7
- אז פסח שני איז "רגל בפני עצמו הוא",
און "אין השני תלוי בראשון אלא חיוב בעצמו כמו שאר הרגלים" 8 ,
ווי זאגט מען לדיעה זו אז " ענינו איז - עס איז ניטא קיין פארפאלען מען קען אלע מאל פאריכטען "?
ב.
גאר בפשטות איז דאס קיין קשיא ניט,
ווארום אפילו לדעת רבי אז "רגל בפני עצמו הוא" איז דער חיוב פון פ״ש דוקא דאן ווען ער האט ניט מקריב געווען בראשון
(ביז אז איינער וואס האט מקריב געווען פסח בראשון טאר ניט בריינגען א פ״ש).
און נאכמער - אפילו ווען ער האט ניט מקריב געווען בראשון במזיד - "הרי זה מקריב בשני" און איז דעמאלט פטור מן הכרת 9 ,
קומט דאך אויס אז אויך לדעתו איז ״ענינו
(פון פסח שני)
- עם איז ניטא קיין פארפאלן".
און אזוי איז דאך געווען בפועל מלכתחילה - א חידוש ומצוה וואס איז געגעבן געווארן צו פאריכטן .
כדי עם זאל ניט זיין "נגרע" בא די "טמאים לנפש אדם״ איז געקומען דער ציווי ה׳ 10
״איש איש כי יהי׳ טמא לנפש או בדרך רחוקה לכם גו׳ בחודש השני בארבעה עשר יום בין הערבים יעשו אותו".
און דאס וואס לדעת רבי איז פ״ש ״רגל בפני עצמו הוא״ 11
איז
(בעיקר)
נוגע לגבי דעם וואס ״חייבין עליו
(פסח שני בפני עצמו )
כרת",
"כיצד 12
מי ששגג או נאנם ולא הקריב בראשון אם הזיד ולא הקריב בשני חייב כרת" 13 .
עם איז אבער ניט פארשטאנדיק: מטעם זה וואס "רגל בפני עצמו הוא" האלט דאך רבי 14
(און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם 15 )
אז אויך "גר שנתגייר בין שני פסחים וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייב לעשות פסח שני",
היינט ווי ער-קלערט מען בנוגע לגר וקטן הנ״ל,
אז ״ענינו
(דפ״ש)
איז - עם איז ניטא קיין פארפאלן" - זיי זיינען דאך נישט גע-ווען מחוייב בפ״ר 16 .
ג.
בנוגע צו "קטן שהגדיל בין שני פסחים״ וואס ״חייב לעשות פסח שני"
(ווי איז אין דעם מודגש דער ענין אז "עם איז ניטא קיין פארפאלן")
- יש לבאר
(בדוחק עכ״פ)
: וויבאלד א קטן איז נמנה אויפן קרבן פסח,
ביז אז ס׳איז דא א סברא אז שה לבית אבות דאורייתא 17 ,
און נאכ-מער: דער רמב״ם 18
פסק׳נט דאך אז ״אם שחטו עליו - אויפן קטן - בראשון פטור
(פון פסח שני)
".
זעט מען דאך אז ער האט א שייכות צו דער מצות קרבן הפסח 19 .
ובמילא איז אין פאל ווען לא שחטו עליו בראשון,
און הגדיל בין שני פסחים,
איז דער ״חייב לעשות פסח שני",
א מעין פון תשלומין,
״וענינו איז - עם איז ניטא קיין פארפאלן"
(פון פסח ראשון - וואס אויב מ׳וואלט אויף אים מקריב געווען בראשון וואלט ער געווען פטור מפ״ש).
אבער בנוגע צו גר שנתגייר,
וואס ער האט ניט געהאט קיין שום שייכות צו פסח ראשון,
איז וואס איז שייך צו זאגן בא אים "עם איז ניטא קיין פארפאלן"?
ד.
וי״ל הביאור בזה: אז אדרבא,
דעת רבי אז "רגל בפני עצמו הוא" בריינגט ארוים מערער דעם ענין אז - "עם איז ניטא קיין פארפאלן",
ווי לויט די דיעות אז ״תשלומין דראשון הוא״ אדער ״תקנ-תא דראשון הוא":
לויט די דיעות אז ס׳איז ״תשלומין דראשון״ אדער ״תקנתא דראשון״ איז דער
(עיקר)
זמן הקרבת הפסח בזמן פסח ראשון בי״ד ניסן,
נאר מ׳קען ״משלים״ אדער ״מתקן״ זיין דעם חיוב וואס ער האט אויף זיך
(פון פסח ראשון).
די תורה האט אבער נישט געגעבן נאך א זמן פסח 20 .
משא״כ לדעת רבי ודיוק לשונו ״ רגל בפני עצמו הוא" האט די תורה געגעבן
(נוסף אויף דעם זמן פון פסח ראשון אויך)
א רגל - זמן בי״ד אייר אויף הקרבת הפסח.
ווען ער איז מקריב דעם פסח בי״ד באייר איז עם
(בהוספה צו משלים זיין דאס וואס ער האט פארפעלט
(הקרבת הפסח ראשון 21 ),
אויך)
בפני עצמו הקרבת הפסח * 21 ,
י״ד אייר איז זמנו פון הקרבת הפסח,
"מועדו" 22
פון פסח 23 .
ד.
ה.
: לדעת רבי איז מען מחוייב בפ״ש ניט ווייל אויף אים איז געבליבן א חיוב קרבן פסח פון י״ד ניסן
(ווי לויט דער דיעה אז ס׳איז תשלומין אדער תקנתא)
נאר ווייל - י״ד באייר איז א זמן וואס איז אים מחייב להקריב ק״פ
(אויב ער האט ניט מקריב געווען בי״ד ניסן).
[דאס וואס הקריב הפסח בראשון דארף ער נישט מקריב זיין בפסח שני,
ווייל אויף יצי״מ איז נאר איין קרבן,
כפשוט].
ובמילא איז דאס וואס "פ״ש ענינו איז - עם איז ניטא קיין פארפאלען",
איז די כוונה אין דעם נישט
(נאר)
אז "מען קען אלעמאל פאריכטן״ - א זאך וואס מ׳האט פארפעלט,
איז ער איר ממלא בכללות,
נאר 24
- ם׳ווערט אויפגעטאן אין אלע פרטים 25 ,
די פעולה איז כשלימות 26 .
ועפ״ז איז מוכן אויך כנוגע צו "גר שנתגייר כין פ״ר לפ״ש און קטן שהגדיל כין שני פסחים",
אז דאס וואס "חייכין לעשות פסח שני"
(כאטש זיי האט נישט געפעלט עשיית הפסח ראשון,
וויכאלד אכער ענינו איז ניט
(נאר)
אויף משלים זיין את החסר
(כעכר),
נאר צו טאן א חיוכ וועלכער קומט איצט - כזמן י״ד אייר - כפ״ע 27 .
האט דאס אויך א שייכות צו גר וקטן הנ״ל),
ווייל אין דעם מצכ וואס זיי שטייען כי״ד אייר זיינען זיי מחוייכ כמצות.
ה.
ע״פ הנ״ל יש לומר אז אויך לדעת רכי איז פ״ש תשלומין.
אין דעם לשון תשלומין זיינען דא צוויי פירושים: א)
משלים זיין א חסרון,
כ)
שלימות - כאטש אז כלאו הכי פעלט גאר ניט אין דער זאך,
קומט אכער צו שלימות אין דער זאך דורך דער הוספה.
וע״ד ווי מען געפינט כיים לשון "תמימה" כנוגע ל״שנה": די גמרא 28
זאגט אז "תמימה" איז "להכיא את חודש העיכור",
כאטש אז אויך אן דעם חודש העיכור ווערט זי אנגערופן שנה 29 ,
עס פעלט ניט אין איר.
ועד״ז זאגט מען בעבודה בבית המקדש 30 ,
אז עס איז דא אן עכודה שאינה תמה,
אויכ ״יש אחרי׳ עכודה",
אזוי ווי "שחיטה וקכלה והולכה שיש אחרי׳ זריקה".
["עכודה תמה" איז אן "עכודה שהיא גומרת ומתממת את הדכר״ - אזוי ווי זריקה והקטרה ניסוך המים כו׳].
כאטש עס פעלט ניט אין דעם עצם העכודה,
זי איז געטאן געווארן כדכעי,
ווערט זי אכער ניט אנגערופן עכודה תמה,
ווייל יש אחרי׳ עכודה.
און די עכודה שלאחרי׳ איז "גומרת ומתממת את הדכר",
זי איז גומר ומשלים די עכודה הקודמת .
[וואס דעריכער איז כא די עכודות הקודמות,
״אע״פ שהזרים מוזהרים שלא יתעסקו כעכודה מעכודת הקרכנות אין חייכין מיתה אלא על עכודה תמה"].
דאס איז אויך מעין פון די צוויי ענינים וואס מען געפינט כא צדקה 31
: "די מחסורו אתה מצווה עליו לפרנסו כו׳ אשר יחסר לו אפילו סוס לרכוכ עליו ועכד לרוץ לפניו" און
(מערער פאר דעם)
- "לעשרו",
כאטש אז דאס איז ניט קיין ענין וואס עס פעלט אים.
ו.
ועפ״ז י״ל אז דאס וואס מ׳זאגט אז "אין השני תשלומין לראשון אלא רגל כפ״ע" 32 ,
מיינט ארויסכריינגען אז דאס איז ניט אזא "תשלומין" וואס איז ככדי משלים זיין החסר נאר "רגל כפני עצמו" - די זאך ווערט אויפגעטאן כשלימות.
און אין דעם זין איז אויך כא גר שנתגייר דא דער ענין פון תשלומין,
אז אע״פ אז פריער האט ער ניט געטארט מקריב זיין 33 ,
"איז ניטא קיין פארפאלן",
ער פארלירט ניט די שלימות פון הקרבת הפסח.
ויומתק יותר ע״פ הדיוק הידוע פון חיד״א 34
בהלשון ״ גר שנתגייר״ - ניט " גוי שנתגייר",
ווי מ׳זאגט " עבד שנשתחרר",
״ קטן שהגדיל״ וכיו״ב - ווייל נאך איידער ער האט זיך מגייר געווען בפועל איז ער שוין א גר,
ער האט
(זייענדיק א גוי)
א ניצוץ פון א נשמה קדושה 35 ,
נאר בגלוי איז דאס אריסגעקומען ווען ער האט זיך מגייר געווען,
קומט אויס אז אויך בפסח ראשון איז בא אים געווען א געוויסע שייכות צום פסח 36 ,
און פסח שני איז תשלומין - מלשון שלימות,
אין דער שייכות זיינע צו פסח ראשון.
ז.
בעומק ובפנימיות יותר י״ל: ווי-באלד אז ביידע פירושים זיינען אין דעם זעלבן ווארט תשלומין,
איז מובן אז אויך דער פירוש תשלומין מלשון שלימות,
האט א שייכות צום פירוש הפשוט פון תשלומין,
אז מ׳איז ממלא און משלים את החסר .
די הסברה אין דעם איז: וויבאלד עס קען צוקומען לגבי דעם פריערדיקן מצב,
ווערט אויך דאס פאררעכנט אלס חסר.
די שלימות ווערט א גדר פון דערגאנצן וואס עס האט געקענט צוקומען.
וע״ד ווי דאס איז בגשמיות כנ״ל,
אז בשעת מ׳גיט איינעם עשירות,
איז לאחרי ווי ער האט עס באקומען און זיך צוגעוויינט דערצו,
רעכנט עס זיך שוין ניט פאר עשירות ודבר נוסף,
נאר א זאך וואס "יחסר לו" כנ״ל,
אפילו עבד לרוץ לפניו.
וי״ל אז ברוחניות
(במחשבה בעבודת הנפש)
איז כשם ווי דאס איז לאחרי ווי מ׳באקומט דעם "לעשרו",
בפועל,
עד״ז איז דאס אויך בשעת זיין מחשבה און שטרעבונג איז צו "עשירות",
וויבאלד אז במקום שרצונו של אדם שם הוא נמצא 37 ,
ווערט שוין די עשירות און שלימות פאררעכנט ביי אים ווי "יחסר לו".
און ווען ער באקומט די עשירות ווערט דאס ביי אים אן ענין פון תשלומין דהחסר,
ממלא את החסר לו.
וכלפי שמיא גליא,
אז שוין פריער איז בא אים "חמישים איש רצים לפניו" וכו׳ אן ענין וואס יחסר לו,
אבער למטה,
בגשמיות איז "אין לדיין אלא מה שעיניו רואות" 38 ,
למטה און בהלכה לפועל,
ווען ווערט נתגלה אז דאס איז יחסר לו -דוקא לאחרי ווי ער האט באקומען די עשירות ונתרגל בזה.
ח.
ובנוגע לגר שנתגייר בין פ״ר ופ״ש - וויבאלד אז אויך איידער ער האט זיך מגייר געווען בפועל איז ער שוין פון פריער א גר,
כנ״ל,
ער האט אין זיך
(נאך זייענדיק א גוי)
א ניצוץ פון א נשמה קדושה,
איז כאטש אז בגלוי איז דאס ארויסגעקומען ווען ער האט זיך מגייר געווען,
דעמאלט ווערט אבער נתגלה אז אויך למפרע האט ער
(מצד הנשמה)
געהאט א שייכות צו מצות התורה 39 .
ובמילא קומט אויס אז נישט נאר איז ער מוסיך שלימות דורך הקרבת הפסח שני,
נאר דאס איז אויך משלים את החסר,
ווייל מצד הנשמה האט אים "געפעלט" אין הקרבת הפסח בפסח הראשון.
ט.
די הוראה פון דעם לכל אחד ואחד בעבודתו ית׳ - אויך וויפל עם דארך זיין די התעסקות אין הפצת התורה והיהדות,
ובפרט בהפצת המעינות.
ער קען דאך טראכטן בא זיך: די ארבעט איז טאקע זייער חשוב,
אבער דאס איז בלויז א הידור מצוה,
ס׳איז א שלימות וואס וועט אים צוקומען ווען ער וועט עס טאן,
וואס איז אבער דער הכרח אין דעם און וואס איז אזוי די אייליניש?
זאגט מען אויך דעם,
אז אן ענין וואס ער מיינט אז עס איז בלויז א שלימות,
קען גאר זיין אז באמת איז דאס בא אים תשלום החסר,
אין דעם וואס איז מוכרח צו זיין עבודה ושרש נשמתו.
ווי די תורה פון בעש״ט 40
: הקב״ה שיקט אראפ א נשמה אויך דער וועלט און לעבט זיבעציק אדער אכציק יאר וואס דער תכלית הכוונה פון דער שליחות איז צו טאן א אידן א טובה אין גשמיות בכלל און אין רוחניות בפרט.
קען זיין,
אז אט די טובה וואס ער דארך טאן צו דעם אידן אין דעם טאג איז דער תכלית פון זיין נשמה׳ס אראפקומען אויך דער וועלט,
און אויב ח״ו ער פארפעלט דאס,
האט ער ניט נאר פארפעלט א שלימות,
נאר - דעם עיקר תכלית ירידת נשמתו.
און וויבאלד אז אין אתנו יודע עד מה,
מען ווייס ניט וועלכע פעולה איז די צוליב וועלכער זיין נשמה איז אראפגעקומען למטה,
דארך זיין די התעסקות בהפצת היהדות באופן דחטוך ואכול חטוך ושתי 41 ,
וויבאלד אז בא לידו.
און דורך דעם איז מען זוכה צו דער גאולה האמיתית והשלימה - אין די ביידע טייטשן פון "שלימה": עס ווערן נשלם אלע חסרונות פון זמן הגלות,
און עס וועט אויך צוקומען שלימות אין וועלט נאך העכער ווי וועלט איז געווען לפני חטא עץ הדעת
(אלה תולדות השמים וארץ דעולם על מילואו נברא 42 )
-אלה תולדות פרץ מלא 43 ,
ובלשון הרמב״ם 44
: "ובאותו הזמן לא יהי׳ שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות
(שלימות - שלא יהי׳ ענין דחסרון)
שהטובה תהי׳ מושפעת הרבה כו׳ ולא יהי׳ עסק כל העולם אלא לדעת את ה׳ בלבד״
(שלימות - ממש)
בקרוב ממש,
בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.
(משיחת פסח שני תש״מ)