B"H
🏡

Ikar

בהעלותך ג

א.

אין דעם גדר פון פסח שני זיינען פאראן דריי דיעות ואופנים 1

:

א)

"רגל בפני עצמו הוא",

ב)

תשלומין דראשון הוא

(תקוני לא מתקנין לי׳)

",

ג)

" תקנתא דראשון הוא".

דער חילוק און נפק״מ לדינא צווישן די דריי דיעות 2

(און ווי עס ווערט מבואר בארוכה אין תשובת ר׳ אברהם בן הרמב״ם 3 )

:

"רגל בפני עצמו" מיינט,

אז פסח שני איז ניט אפהיינגיק אין דעם חיוב פון פסח ראשון - עס איז א "חיוב בעצמו כמו שאר הרגלים" 4 .

און דעריבער,

איז א "גר שנתגייר בין שני פסחים וכן קטן שהגדיל כו׳ חייב לעשות פסח שני" 5 .

(משא״כ לויט די דיעות אז עס איז א "תשלומין" אדער "תקנתא" פון פסח ראשון - איז דער חיוב פון פסח שני תלוי אין דעם חיוב פון פסח ראשון און אויב איינער איז ניט געווען מחוייב אין פסח ראשון איז אויף אים אויך ניטא דער חיוב פון פסח שני).

" תשלומין דראשון הוא" מיינט: ווען איינער האט פארפעלט צו מקריב זיין דעם פסח ראשון במזיד,

איז הגם אז דערמיט האט ער שוין עובר געווען אויף א איסור כרת,

גיט אים די תורה "תשלומין" אויף דעם,

אז דורך מקריב זיין פסח שני ווערט בטל פון אים דער חיוב כרת 6 .

אויב אבער ער האט אויך ניט מקריב געווען פסח שני,

אפילו אין אן אופן פון שוגג ,

איז וויבאלד ס׳איז ניט געווען קיין "תשלומין דראשון" בלייבט

(במילא)

אי-בער דער חיוב כרת על שהזיד בראשון 7 .

" תקנתא דראשון הוא": ווען ער איז ניט מקריב דעם פסח ראשון במזיד,

גיט אים די תורה באלד מלכתחילה די תקנה מקריב צו זיין פסח שני בזמן אחר,

אזוי אז כל זמן ס׳איז ניט דורכגעגאנגען דעם זמן פון דער תקנתא איז נאך ניט חל דער חיוב כרת 8 .

און דעריבער,

אפילו אויב ער האט דעם פסח שני ניט מקריב געווען,

ער איז אבער געווען א שוגג בשני,

איז ער פטור פון כרת - ווייל "בעת התקנה

(ווען עס לייגט זיך דער חיוב כרת)

שוגג הי׳" 9 .

ב.

דער רמב״ם אין ספר המצות שלו 10 ,

רעכנט די מצוה פון פסח שני אין מנין המצות אלס א מצוה בפני עצמה,

און איז מסביר דעם טעם,

ווייל די הלכה איז

(ווי רבי)

אז פסח שני איז א "רגל בפני עצמו".

איז ניט מובן 11

: אויך לדעת רבי אז פסח שני איז א "רגל בפני עצמו",

איז דאך זיין חיוב שייך נאר ביי דעם וואס האט ניט מקריב געווען דעם פסח ראשון

(- איינער וואס האט מקריב געווען פסח ראשון קען דאך ניט בריינגען דעם פסח שני),

קומט דאך אויס אז אויך לדעת רבי איז פסח שני סו״ס א מצוה וואס קומט אנשטאט דעם פסח ראשון,

ובמילא - די זעלבע מצוה

(ווי פסח ראשון)

: צו מקריב זיין א קרבן פסח - היינט פארוואס רעכנט עס דער רמב״ם אלס א מצוה בפני עצמה?

מוז מען זאגן,

אז הגם פסח ראשון און שני זיינען געבונדן

(דערמיט וואס דער חיוב פון שני איז נאר אין פאל ווען ס׳פעלט די הקרבה פון ראשון),

פונדעסטוועגן זיינען זיי בגדרם צוויי באזונדערע ענינים,

און דערפאר זיינען זיי גערעכנט אין מנין המצות אלס צוויי מצות 12 .

ג.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים לבאר דעם הפרש כללי צווישן פסח ראשון און פסח שני:

מיר געפינען אין די חילוקים צווישן פסח ראשון און פסח שני:

(א)

"הראשון אסור בבל יראה ובל ימצא והשני חמץ ומצה עמו בבית" 13 .

(ב)

"הראשון נוהג כל שבעה

[וואס מיינט ניט נאר אז

(איסור)

״ חימוצו ..

נוהג כל שבעה" 14 ,

נאר אז דער קרבן פסח ראשון איז אזא וואס איז

(בלשון הגמרא 15 )

״נאכל לששה״ 16

- "שאוכלין עליו מצות ששה ימים" 17 ]

והשני יום אחד" 18 .

די חילוקים צווישן פסח ראשון און שני קומען אלס תוצאה ומסובב פון דעם גדר פון יעדערן פון זיי.

ד.

דער ביאור אין דעם:

דער חילוק,

אין פשטות,

צווישן פסח ראשון און פסח שני איז: פסח ראשון איז דער אופן החיוב פון הקרבת הפסח ווי ס׳איז אויסגעשטעלט אויף דארף זיין ע״פ סדר פון תורה

( בזמנו )

; פסח שני איז אופן החיוב שלא ע״פ סדר

( שלא בזמנו )

: די וואס האבן ניט געבראכט דעם פסח בזמנו - אעפ״כ זאגט מען ניט עבר יומו בטל קרבנו 19

נאר תורה גיט די געלעגנהייט צו ברענגען דעם קרבן שפעטער.

וכפתגם כ״ק מו״ח אדמו״ר 20

: ״פסח שני ענינו איז - עס איז ניטא קיין ״פארפאלען״,

מען קען אלע מאל פאריכטען.

אפילו מי שהי׳ טמא,

מי שהי׳ בדרך רחוקה.

און אפילו "לכם" 21

,

אז דאס איז געווען ברצונו 22 ,

פונדעסטוועגן קען מען מתקן זיין".

ס׳איז בדוגמא צום אונטערשייד צווישן דער עבודה פון א צדיק אדער פון א בעל תשובה: א צדיק דינט דעם אויבערשטן לויטן דרך הישר - "אשר עשה האלקים את האדם ישר״ 23

- ע״פ סדר דתורה; א בע״ת וואס האט עובר געווען אויף סדר התורה,

גיט אים דער אויבערשטער די מעגליכקייט צו פאריכטן דעם עבר און משלים זיין החסר;

און ווי מיר געפינען דעם חילוק אין מצב בנ״י

(בפסח ראשון ופסח שני)

ביים ערשטן מאל:

ביי דער הקרבה פון פסח זיינען אידן געווען אין א מצב פון ערשט ״געבארן״ געווארן,

כנבואת יחזקאל 24 ,

ניטא קיין עבירות און דא מצוות מילה און פסח - בדמיך חיי בדמיך חיי 25 ,

א מצב פון צדיקים - און ווי ע״פ ההלכה -

(התחלתי 26 )

״גירות״ 27

- "וגר שנתגייר כקטן שנולד דמי"* 27 ,

ניטא קיין עבירות,

און מען זאגט אים 28

ישלם ה׳ פעלך ותהי משכורתך שלמה גו׳

(על 29 )

אשר באת לחסות תחת כנפיו 30 .

דאקעגן פסח שני איז געווען פאר די וואס "היו טמאים

(און אין טומאה גופא - טמא מת* 30

:)

לנפש אדם " 31

(וואס מיתה איז ע״י חטא עה״ד 32 ,

שורש פון אלע חטאים 33 ),

און זיי זיינען געקומען מיט א בקשה נפשית - נאכן מודה און מתודה זיין זיך ״אנחנו טמאים לנפש אדם -למה נגרע לבלתי הקריב את קרבן ה׳ במועדו בתוך בנ״י״ 34

- בדוגמת תשובה - ובפרטי׳: ווידוי 35 ,

בקשת תיקון החסר,

תיקון בשלימות

(ניט נאר "להקריב" נאר אויך די מעלה פון "במועדו" און פון "בתוך בנ״י" 36 ).

דערמיט איז מובן דער טעם

(פנימי)

וואס די מצוה פון פסח שני איז ניט געווען אין אן אופן אז דער אויבערשטער האט דערויף אנגעזאגט פון פריער ווי כמעט אלע ציוויי התורה,

נאר דוקא נאכדעם ווי די אידן זיינען נתעורר געווארן און געבעטן "למה נגרע גו׳" - ווייל די תנועה פון תשובה קומט

( בדרך כלל )

דורך דער התעוררות פון דעם בעל תשובה: כאטש ער איז אין א מצב פון ״טמא לנפש אדם״ - היפך דטהרה ועאכו״כ ניט קדושה,

ער איז ניט שייך צו דערהערן א גילוי אור מלמעלה,

דאך ווערט ער נתעורר מצד עצמו - מלמטה למעלה - בתשובה 37 .

ה.

ע״פ האמור ווערט פארענטפערט א דבר תמוה ע״פ נגלה: חז״ל זאגן 38

אז די טמאים לנפ״א איז חל שביעי שלעם בע״פ - עפ״ז האט דאך לכאורה געדארפט זיין דער תשלומין זייערע ניט א חידוש דבר ,

אין א חודש ארום,

נאר - כל שבעה,

ווי ביי שאר קרבנות יו״ט - ווי דער אוה״ח דערמאנט עם.

וע״פ הנ״ל מובן דער טעם

(הפנימי)

: תשובה איז ניט נאר ממלא און משלים החסר,

נאר דאס איז

(אויך)

א דרך אין עבודת השם,

א "רגל בפ״ע",

אין א בעזונדער חדש

(וחידוש בעבודה).

וא״ו.

הגם אז די עבודה פון א צדיק איז אין אן אופן "ישר" ע״פ סדר התורה,

פונדעסטוועגן איז דא א מעלה אין דער עבודה פון א בעל תשובה 39

: די עבודה פון א צדיק טוט אויך אין דברים שבקדושה,

אדער עכ״פ אין דברים המותרים.

אבער ניט "מצוה הבאה בעבירה" *39 ,

ענינים פון רע משלש קליפות הטמאים לגמרי קען מען ניט מברר זיין 40

,

מען איז זיי דוחה - דאס איז דער סדר ווי עם דארף זיין עפ״י תורה* 40

; אבער די עבודה פון א בעל תשובה

(בתשובה מאהבה)

איז מהפך אויך זיינע זדונות לזכיות 41 .

און דער כח וואס תשובה האט אויך דעם נעמט זיך פון א בחי׳ וואס איז העכער פון השתלשלות: מצד סדר דתורה,

השתלשלות,

איז ניטא די זאך פון מהפך זיין זדונות לזכיות.

וכמרז״ל 42

״שאלו לחכמה ..

לנבואה ..

לתורה": ״חוטא מה ענשו״ - און זיי אלע,

אויך תורה 43 ,

האבן ניט געגעבן קיין ארט אויך תשובה; דוקא ווען "שאלו להקב״ה״ - העכער פון השתלשלות -איז געווען דער ענטפער "יעשה תשובה ויתכפר לו",

ווייל מצד העכער פון השתלשלות,

וואס דארטן איז "כחשיכה כאורה" 44 ,

קען אויך רע נתהפך ווערן לטוב* 44 .

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין וואס זייער טענה איז געווען " למה נגרע גו׳" - דלכאורה: פארוואס זאל מלכתחילה זיין דער קם״ד פון "נגרע"?

ועד״ז אין פתגם הנ״ל פון כ״ק מו״ח אדמו״ר אז די הוראה פון פסח שני איז אז עם איז ניטא קיין פארפאלן - פארוואס זאל מען טראכטן אז עם איז יא פארפאלן?

נאר,

כנ״ל: מצד תורה אליין העלפט טאקע ניט קיין תשובה 45

צו מהפך זיין די זדונות לזכיות כנ״ל,

ס׳איז פארפאלן; נאר דורכדעם וואס אידן זיינען נתעורר געווארן מיט א תנועה פון תשובה: " למה נגרע גו׳",

דאס האט דערלאנגט ביז צו "

(שאלו ל)

הקב״ה" שלמעלה מהשתלשלות,

וואס פון דארט איז דער ענטפער,

אז ס׳איז ניט פארפאלן - ס׳איז דא דער ענין פון פסח שני.

[נאר דאס גופא ווערט דערציילט און נתגלה אין און דורך תורה,

ווייל הגם תורה מצד עצמה איז בבחי׳ השתלשלות,

אבער אורייתא וקוב״ה כולא חד 46 ,

אלע ענינים,

אויך די וואס זיינען למעלה מהשתלשלות,

ווערן נתגלה דורך תורה 47 ].

ז.

דאס איז אויך דער ביאור אין די אויבענדערמאנטע

(ס״ג)

חילוקים צווישן פסח ראשון און פסח שני 48

:

פסח ראשון - עבודת הצדיקים - האט מען ניט צו טאן מיט רע,

דעם רע איז מען דוחה.

דעריבער איז חמץ אסור בבל יראה ובל ימצא 49

; און דערפאר איז דער יו״ט שבעת ימים - ווארום עבודת הצדיקים איז אן עבודה בסדר והדרגה,

ס׳איז השתלשלות,

עם איז אויסגעשטעלט אין ז׳ ימים,

ז׳ מדות וכו׳ 50 .

משא״כ פסח שני - עבודת התשובה,

וואס איז מהפך אויך זדונות לזכיות -קען מען דערפאר מברר זיין אויך דעם חמץ 49 .

און דעריבער איז "חמץ ומצה עמו בבית"; און וויבאלד עבודת התשובה איז למעלה מהגבלה והשתלשלות כנ״ל,

דעריבער איז עם יום אחד וואס ווייזט

(ניט אויך אן ענין של מיעוט,

נאר,

אדרבה)

אויך העכער פון הגבלה און התחלקות.

און ווי עם איז מבואר אין תו״א 51

דעם טעם פארוואס שבועות איז יום אחד,

ווייל שבועות איז "זמן קבלת התורה שהוא בבחי׳ הכתר שהוא בחי׳ יחידה שלמעלה מהתחלקות כו׳".

און דאס איז אויך וואס די גמרא 52

דערציילט בנוגע דער תשובה פון ר׳ אלעזר בן דורדייא - "בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בכמה שנים ויש קונה עולמו בשעה אחת ": עבודת הצדיקים איז בסדר והדרגה און דעריבער נעמט עם כמה שנים,

בחי׳ התחלקות 53

; משא״כ ביי ראב״ד,

וואס ביי אים איז געווען עבודת התשובה,

און אין תשובה גופא,

אין אן אופן פון ״ראשו בין ברכיו - העכער פון התחלקות דראשו וברכיו 54

- וגעה בבכי׳" 52 ,

איז געווען "קונה עולמו בשעה אחת ".

ובלשון הזהר 55 ,

אז תשובה איז "בשעתא חדא".

ח.

דער חילוק הנ״ל צווישן פסח ראשון און פסח שני דריקט זיך אויס אויך אין דעם וואס פסח ראשון איז אין חודש ניסן,

און פסח שני אין חודש אייר 56

:

ס׳איז ידוע 57

דער חילוק צווישן חודש ניסן

(חודש הראשון)

און חודש אייר

(חודש השני)

: ניסן איז המשכה וגילוי מלמעלה למטה,

וואס דער גילוי אור מלמעלה פועל׳ט ניט קיין זכוך בר קיימא,

לתמיד,

אין דעם "מטה",

ער איז באותה שעה,

בלויז דוחה דעם רע 58 .

דאס איז ע״ד עבודת הצדיקים 59

וואס זייער עבודה איז אין ענינים פון אור,

ענינים פון רע זיינען זיי דוחה .

דער ענין פון אייר איז העלאה מלמטה למעלה,

וואס מ׳איז מברר לתמיד ומזכך און מעלה דעם מטה 58 .

דערפאר איז די מצוה פון ספירת העומר שייכת בעיקרה צו חודש אייר 60 ,

ווייל ספה״ע טוט אויף דעם בירור וזיכוך המדות.

דאס איז ע״ד עבודת התשובה 59

וואס דורך איר איז מען מברר דעם מטה מטה ביותר,

ביז אז אויך ענינים פון רע ווערן נתהפך לטוב.

[ובכללות איז דאס דוגמת החילוק פון חודש ניסן און תשרי,

כידוע 61

אז חודש ניסן איז עבודת הצדיקים,

און תשרי -עבודת התשובה].

ט.

ע״פ הנ״ל,

אז פסח שני איז די עבודה פון תשובה,

וועט מען פארשטיין דעם טעם,

בפנימיות הענינים,

וואס אין פסח שני זיינען פאראן דריי

(דיעות ו)

אופנים

(דאלו ואלו דא״ח 62 )

כנ״ל ס״א - ווייל בכללות זיינען פאראן

(אט די)

דריי אופנים אין תשובה:

א)

"תקנתא" דתשובה: דאס וואס גלייך ביי מעשה החטא האט ער די תקנה פון תשובה - אזוי ווי ביים פארפעלן דעם פסח ראשון איז פאר אים תיכף גרייט די תקנה פון פסח שני - דער אופן אין תשובה ווי בחטאים סתם,

שוין בשעת החטא איז פאראן די אפשריות התיקון דורך תשובה.

ב)

"תשלומין" דתשובה: די תשובה אויף א חטא וואס איז געטאן געווארן אין אן אופן פון "אחטא ואשוב",

וואס דאן איז "אין מספיקין בידו לעשות תשובה״ 63

- בשעת מעשה החטא האט ער ניט די תקנה פון תשובה,

"הואיל והתשובה גורמת לו לחטוא" 64

נע״ד ווי "אין קטיגור נעשה סניגור" 65 ]

; אבער שפעטער אויב "דחק ונתחזק כו׳ ועשה תשובה מקבלין תשובתו" 66 .

ג)

"רגל בפני עצמו": דער ענין פון תשובת הצדיקים,

ובידוע 67

אז ענין התשובה איז ניט - בטעות העולם - אויף חטאים דוקא,

נאר ס׳איז א דרך אין עבודת ה׳,

וואס איז שייך אויך ביי די וואס זיינען ריין פון חטאים,

ובמאמר 68

: משיח אתא לאתבא צדיקייא בתיובתא.

און הגם אז דער ענין פון פסח שני איז

(בפתגם הנ״ל דב״ק מו״ח אדמו״ר,

אז ״עס איז ניטא קיין " פארפאלען " ..

אפילו מי שהי׳ טמא ..

אפי׳ "לבם",

אז דאס איז געווען ברצונו כו׳")

תשובה על חטא - פונדעסטוועגן,

זיינען בבללות,

פאראן,

אלע אופנים פון תשובה אין פסח שני,

אויך תשובת הצדיקים.

נבדוגמת חודש תשרי - וואס פסח שני איז דוגמת חודש תשרי,

בנ״ל ס״ח - וואס איז אין זיך בולל אלע אופני התשובה,

אויך תשובת הצדיקים 69 ].

יו״ד.

עפ״י הנ״ל

(בענין תקנתא דת-שובה)

וועט צוקומען א תוס׳ ביאור אין דעם דין 70

,

אז אפילו א רשע,

וואס זיין תומ״צ איז "מוסיף בח בקליפות",

דארף לערנען תורה אפילו שלא לשמה,

ווייל ״בשיחזור אח״ב בתשובה ..

אזי מוציא מהקליפה בל התורה והמצות כו׳".

ד.

ה.

דאס וואס ער לערנט תורה "בעודו רשע" איז מלכתחלה אויפן סמך פון דעם,

וואס ער וועט שפעטער תשובה טאן,

ווייל דאס איז דער אויפטו פון "תקנתא" דתשובה: אז תורה גיט מלבתחלה בשעת מעשה החטא די אפשריות ותקנה פון תשובה.

און הגם אז אט דער דין - אז אויך "בעודו רשע" דארף מען לערנען תורה - איז חל אויף אלע סוגים פון רשעים,

אויך אזא וואס זאגט "אחטא ואשוב",

וואס האט ניט תקנתא דתשובה בנ״ל -איז - צום עלית הלימוד האט עס בבלל קיין שייבות ניט,

ווייל דער "אחטא" איז דאך ניט דער לימוד - און עס איז בודאי אז "יחזור אח״ב בתשובה" און נאבמער - אז אפילו,

במיעוטא דמיעוטא,

אז ער לערנט,

ר״ל,

בדי להוסיף בח כו׳ און פארלאזט זיך אז ״אחטא ואשוב״ -דארף ער אויך לערנען,

נאר עס איז דא א חילוק אין דעם וויבאלד אז "אין מספיקין כו׳":

ביים לעצטן סוג,

דארף מען

(מצד "אין מספיקין כו׳")

אנקומען צום טעם אז אויך א " נידח " איז מובטח אז סו״ס איז אויך ער " ודאי סופו לעשות תשובה" 71 ,

בגלגול זה או בגלגול אחר במ״ש 72

בי לא ידח ממנו נידח" 73

; משא״ב ביי חטאים סתם דארף מען ניט אנקומען צום טעם פון "לא ידח ממנו נידח ״ 74

- ער איז מלבתחלה

(ניט קיין " נידח ",

נאר)

בלויז א "רחוק",

ווייל ער האט דאך גלייך בשעת החטא די תקנתא דתשובה,

בדוגמת תקנתא דפסח שני 75 .

יא.

כשם ווי פסח שני איז כולל אלע אופני תשובה,

אויך תשובת הצדיקים -אזוי איז עס בנוגע צו פסח ראשון,

אז עס איז כולל אין זיך,

בכללות,

אלע אופנים אין עבודת הצדיקים,

אויך תשובת הצדיקים; וואס דערפאר,

כאטש די גאולה העתידה וועט זיין אין חודש ניסן 76

-עבודת הצדיקים - וועט זי דאך זיין פארבונדן מיט עבודת התשובה,

וכנ״ל אז משיח אתא לאתבא צדיקייא בתיובתא 77 .

און כעין זה געפינט מען ביי פסח מצרים,

אז עס איז דעמאלט געווען דער ציווי 78

" משכו וקחו לכם" ופי׳ חז״ל 79

"משכו ידיכם מע״ז ",

וואס דאס איז אן ענין פון תשובה; חאטש די וואס האבן זיך מל געווען קודם יצי״מ זיינען דאך געווען כגר

(בהתחלתו) 80

ועוד ועיקר - דאס איז געזאגט געווארן צו יעדערן וועמען מען האט געזאגט "וקחו"

(וכה-דיוק - בוא״ו המוסיף ומחבר)

- כולל די וואס האבן קיין שייכות ניט געהאט צו ע״ז - ביי זיי איז עס ניט געווען תשובה על חטא,

נאר בדוגמת תשובת הצדיקים,

וואס זיי געפינען זיך אין אן עולם וואו ס׳איז שייך די מציאות פון ע״ז און מ׳דארף אנזאגן "משכו ידיכם מע״ז".

יב.

עפ״י כהנ״ל איז מובן דאס וואס דער רמב״ם רעכנט פסח שני אלס א מצוה בפ״ע,

כאטש אז איינער וואס האט מקריב געווען פסח ראשון קען דעם פסח שני ניט מקריב זיין: פסח ראשון און פסח שני זיינע טאקע צוויי באזונ-דערע עבודות - פסח ראשון איז עבודת הצדיקים,

און פסח שני - עבודת התשובה 81

; אבער פונדעסטוועגן,

מאנט זיך ניט הקרבה פון פסח שני אויב ס׳איז געווען די הקרבה פון פסח ראשון,

ווייל פסח ראשון איז כולל אויך תשובת הצדיקים,

ובמילא איז דא אויך נכלל דער ענין פון "רגל

(ועבודה)

בפני עצמו" שבפסח שני.

יג.

אעפ״י אז אויך אין פסח ראשון - צדיקים - איז דא תשובה,

וויבאלד אבער עס איז תשובת הצדיקים ,

האט זי ניט אין זיך די מעלה פון תשובה דפסח שני,

וואס עיקר ענינו איז תשובה על חטא 81

- "תקנתא" ו״תשלומין"

[ס׳איז נאר אז פסח שני איז כולל אלע אופני תשובה,

ובמילא איז אין אים דא אויך תשובת הצדיקים].

און דאס איז אין צוויי ענינים:

(א)

דער צמאון פון א בע״ת נעמט זיך דוקא דערפון וואס "עד הנה היתה נפשו בארץ צי׳ וצלמות היא הסט״א כו׳" 82 ,

און דעריבער איז זיין צמאון "ביתר עז" ווי ביי צדיקים 82

וואס ביי זיי איז דאס ניט שייך 83

.

(ב)

תשובה על חטא דערלאנגט העכער פון השתלשלות,

וואס דערפאר האט עם בכח צו מהפך זיין זדונות לזכיות

(וכנ״ל ם״ו)

; משא״כ ביי צדיקים,

אפילו ווען ביי זיי איז דא עבודת התשובה,

האט זי אבער ניט דעם כח צו מהפך זיין זדונות לזכיות.

און דאס איז דער טעם וואס דוקא פסח שני איז יום אחד און פסח ראשון שבעת ימים,

ווייל כאטש אז אויך פסח ראשון האט דעם ענין התשובה,

וויבאלד אבער עם איז תשובת הצדיקים,

איז דאס אלץ במדידה והגבלה - אפילו דער ״בכל מאדך״ פון א צדיק איז אויך בסדר והדרגה 84

; און ע״ד ווי מען געפינט אז אפילו נאכדעם ווי תשובת ר״א בן דורדייא האט ארויסגערופן דעם " בכה רבי",

וואס בכי׳ ווייזט אויף אן ענין שלמעלה מהגבלה 85 ,

איז ביי אים ניט געווען דער ענין פון "קונה עולמו בשעה אחת",

העכער פון התחלקות;

דוקא פסח שני - תשובה על חטא,

מהפך זיין זדונות לזכיות

[כפתגם הנ״ל דכ״ק מו״ח אדמו״ר: אפילו "לכם",

אז דאס איז געווען ברצונו ,

פונדעסטוועגן קען מען מתקן זיין]

- דערלאנגט אין אן ארט וואס איז העכער פון התחלקות,

יום אחד; ע״ד די מעלה פון ראב״ד,

אז דוקא ביי אים - תשובה על חטא -האט זיך אויפגעטאן דער "קונה עולמו בשעה אחת " 86 .

(משיחת ש״פ אחו״ק תשכ״ד)

Reader controls and commentary are loading.