B"H
🏡

Ikar

בהעלותך א

א.

אין אנפאנג פרשה איז רש״י מעתיק פון פסוק דעם ווארט "בהעלותך" און איז מפרש 1

: למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים 2

לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו כשלא הי׳ עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו אמר לו הקב״ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את המנורה 3 .

שוין גערעדט פיל מאל 4 ,

אז פון דעם וואס נאר אין געציילטע ערטער באווארנט רש״י דעם טעם פון סמיכות הפרשיות - כאטש אז דרשות חז״ל זיינען דא נאך אויך א סך ערטער פון סמיכות הפרשיות - איז מוכח אז ע״ד הפשט 5 ,

דרך פרש״י עה״ת,

איז קיין קשיא ניט פארוואס זיינען דוקא די פרשיות סמוכות; און דארטן וואו רש״י פרעגט "למה נסמכה כו׳״ איז דאס דערפאר וואס ע״פ פשש״מ איז דא א שוועריקייט אין סדר הפרשיות

(אדער אן אנדער שאלה אין פשש״מ,

וואס ווערט פארענטפערט דורך דעם ביאור הטעם אויך סמיכות הפרשיות).

די שאלה אין דער סמיכות הפרשיות דא - י״ל בפשטות:

חנוכת הנשיאים האט זיך אנגעהויבן "ביום כלות משה להקים את המשכן" * 5

- ראש חודש ניסן,

וואס דאס איז געווען שמיני למלואים 6 ,

און דאס האט זיך געצויגן צוועלך טעג 7 ,

נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום * 7 .

הדלקת הנרות,

בהעלותך את הנרות דורך אהרן הכהן האט זיך,

בפשטות,

אנגעהויבן אין דעם טאג פון הקמת המשכן בר״ח ניסן.

מוז מען דעריבער זאגן,

אז דער ציווי "בהעלותך" איז געזאגט געווארן פאר דעם יום השמיני למלואים 8

ווערט במילא די שאלה "למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים"?

ווי קומט פרשת המנורה צו זיין נאענט צו - נאך - פרשת הנשיאים 9 ?

[כאטש אז "אין מוקדם ומאוחר בתורה״ איז א כלל אויך אין פשש״מ לפרש״י 10

- קען מען אבער דערמיט פארענטפערן נאר בלית ברירה,

און מ׳דארף דערצו אויך האבן א טעם אויף דעם 11

; ובפרט בנדו״ד,

וואס דאס גיט אן ארט א טעות צו האבן ניט נאר אין סדר המאורעות 12 ,

נאר א נתינת מקום לטעות אין התחלת זמן קיום מצות הדלקת הנרות ע״י אהרן 13 ].

דעריבער דארף רש״י מסביר זיין,

אז פרשת המנורה איז געשריבן געווארן דא כדי דערמיט ארויסצוברענגען וועגן חלי-שות הדעת פון אהרן "כשראה אהרן חנוכת הנשיאים" און וועגן דער נחמה וואס דער אויבערשטער האט אים מנחם געווען.

ב.

מען דארף אבער פארשטיין:

א)

מיט וואס האט דעם אויבערשטנ׳ס ענטפער "שלך גדולה משלהם שאתה מדליק כו׳" אראפגענומען דעם "חלשה אז דעתו״ פון אהרן - ער האט דאך ניט מסביר געווען מיט וואס איז "שלך גדולה" 14 ?

ב)

און אויב ס׳איז א דבר הפשוט,

אז אהרן האט דאס אליין פארשטאנען,

היינט פארוואס איז "חלשה אז דעתו" מלכתחילה?

ג)

די קשיות פון רמב״ן 15

-

(א)

"למה נחמו בהדלקת הנרות ולא נחמו בקטורת בקר וערב ששבחו הכתוב ישימו קטורה באפך ובכל הקרבנות ובמנחת חביתין ובעבודת יום הכפורים שאינה כשרה אלא בו ונכנס לפני ולפנים וכו׳"

(ב)

"מה טעם לחלישות הדעת הזו והלא קרבנו גדול משל נשיאים שהקריב בימים ההם קרבנות הרבה כל ימי המלואים".

[און כאטש אז לויט פשש״מ האט משה מקריב געווען בז׳ ימי המלואים

(ניט אהרן) 16 ,

איז אבער: א)

די בעלים פון די קרבנות 17

זיינען געווען אהרן ובניו 18 .

ב)

ס׳איז מפורש אין פסוק אז שמיני למלואים האט אהרן מקריב געווען קרבנות 19 ].

ד)

נאכמער

(אויף קשיות הרמב״ן) 20

: אויך די קרבנות,

וואס די נשיאים האבן געבראכט,

איז מסתבר בפשטות אז די הקרבה אויפן מזבח איז געווען דורך אהרן

(ובניו)

!

ג.

אויך דארף מען פארשטיין אין לשון פון פירוש רש״י:

א)

וואס איז דער לשון ״ חייך כו׳״ -צו וואס דארף מען דא האבן א שבועה?

ב)

פארוואס זאגט רש״י אויך " ומטיב

(את הנרות)

״ - די פסוקים ריידן נאר וועגן הדלקת הנרות - ניט הטבה 21 ?

ג)

וואס איז דער לשון "שאתה מדליק ומטיב ״ - לשון הווה,

דא רעדט זיך דאך נאכדעם ווי "ראה אהרן חנוכת הנשיאים",

בי״ב ניסן,

האט דאך געדארפט שטיין "שהדלקת והטבת"

(ווען ער האט מחנך געווען - הדלקה דעם ערשטן מאל - די מנורה)?

ד.

דער ביאור אין דעם:

מיטן ענטפער "שלך גדולה משלהם שאתה מדליק וכו׳" איז מען ניט אויסן צו מנחם זיין אהרן סתם מיט אן עבודה וואס ער טוט,

נאר אז דאס וואס ער איז "מדליק ומטיב את הנרות" איז אויך אן ענין פון חנוכת המשכן; ד.

ה.

פונקט ווי די נשיאים האבן געבראכט חנוכת המזבח,

אזוי האט אהרן מחנך געווען די מנורה

[משא״כ די אנדערע כלי המשכן וואס זייער חינוך איז ניט געווען דורך אהרן,

כדלקמן סעיף ז׳]

;

און דערמיט האט דער אויבערשטער אראפגענומען די חלישות הדעת פון אהרן אויף דעם וואס "לא הי׳ עמהם בחנוכה ״ 22

- ווייל אויך ער האט א טייל אין ״חנוכה״,

ואדרבה - ״ שלך

(דיין חנוכה)

גדולה משלהם": זיין חינוך המנורה איז גרעסער ווי זייער חינוך המזבח,

און דאס איז אין די דריי פרטים וועלכע רש״י רעכנט אויס:

(א)

שאתה ,

(ב)

מדליק ומטיב ,

(ג)

את הנרות .

ה.

(א)

"שאתה": די קרבנות וואס די נשיאים האבן געבראכט לחנוכת המזבח,

איז זייער הקרבה ניט געווען דורך זיי,

נאר דורך די כהנים המקריבים; משא״כ חנוכת המנורה איז געווען

("שאתה")

דורך אהרן אליין;

(ב)

"מדליק ומטיב": ווען אהרן וואלט נאר מדליק געווען די נרות וואלט גע-ווען אן ארט לשאלה,

וואס איז מער גדול,

צי די התחלה פון פעולת החנוכה - די הבאת הקרבנות ע״י הנשיאים,

כאטש אז דער סיום און הקרבה אויפן מזבח איז ניט געווען דורך זיי,

אדער דער גמר הפעולה - פון חנוכה - די הדלקת המנורה דורך אהרן.

וויבאלד אבער אז די הטבה - דער דישון הפתילה כו׳ און די הכנה צו דער הדלקה 23

- איז אויך דורך אהרן,

קומט אויס,

אז די גאנצע פעולת החנוכה פון דער מנורה 24

איז דורך אהרן 25 .

(ג)

"את הנרות": די חנוכת הנשיאים איז געווען פון דעם מזבח החיצון - בחצר

[ווארום אויך די קטורת וואס די נשיאים האבן געבראכט לחנוכת המזבח איז ניט געווען אויפן מזבח הפנימי,

נאר אויפן מזבח החיצון,

"והוראת שעה היתה" 26 ],

און די חנוכה פון אהרן איז די מנורה וואס שטייט אין משכן - בפנים 27 ,

וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז אין די חנוכת המנורה,

אין הדלקת הנרות איז דא מער חשיבות 28

ווי אין הקרבת הקרבנות פון די נשיאים.

ו.

עפ״ז דארך מען אבער פארשטיין: פארוואס איז מלכתחילה "חלשה אז דעתו" "של אהרן",

וויבאלד ער האט געזען אז ער האט מחנך געווען די מנורה,

וואס דאס איז חשוב׳ער ווי חנוכת המזבח דה-נשיאים

[מ׳קען ניט זאגן אז ער האט ניט געוואוסט די מעלה פון חנוכת המנורה לגבי חנוכת הנשיאים,

ווארום א)

עס איז א דבר הפשוט,

כנ״ל.

ב)

אויב עס וואלט געווען א חידוש - האט דאך דער אוי-בערשטער געדארפט אים זאגן בהנחמה אין וואס ס׳באשטייט די מעלה].

איז דער ביאור בזה: ווי ס׳איז משמע פון פשטות הכתובים אין פ׳ פקודי 29

זיינען אלע עבודות ביום השמיני למלואים געטאן געווארן דורך משה: "ויערוך עליו ערך לחם גו׳",

"ויעל הנרות לפני ה׳ גו׳",

"ויקטר עליו קטורת גו׳",

"ויעל עליו את העולה ואת המנחה גו׳״ - און ווי רש״י איז מפרש 30

"ואך ביום השמיני למלואים שהוא יום הקמת המשכן שמש משה והקריב קרבנות צבור״ - קומט אויס,

אז משה האט שוין מחנך געווען די מנורה;

און דעריבער איז "חלשה אז דעתו" פון אהרן׳ען,

וואס ער האט ניט קיין חלק אין די עבודות פון חנוכת המשכן.

אויך דעם האט אים דער אויבערשטער געזאגט "שאתה מדליק ומטיב" - אז אויך די איצטיקע הדלקת המנורה דורך אהרן

(אין זמן פון חנוכת הנשיאים)

איז אן ענין פון חנוכה.

און אזוי ווי דאס איז געווען ביי חנוכת הנשיאים -

דלכאורה: נאך דער ערשטער הקרבה,

די הקרבה פון נחשון בן עמינדב זיינען די קרבנות פון די אנדערע נשיאים שוין מער ניט אין גדר פון חנוכה

(וי״ל אז דאס איז אויך דער טעם צום ספק פון משה׳ן 31

צי די נשיאים זאלן מקריב זיין אלע צוזאמען,

אדער יעדער אין א באזונדער טאג)

-

נאר ווייל אזוי איז געווען דער ציווי ה׳: "נשיא אחד ליום נשיא אחד ליום יקריבו את קרבנם לחנוכת המזבח" 32 ,

איז עם מצד דעם ציווי געווארן אן ענין פון חנוכה.

ועד״ז בענינינו: כאטש משה האט שוין מדליק געווען די מנורה ביום השמיני למילואים,

האט אבער דער דיבור פון הקב״ה

("חייך שלך גדולה משלהם")

געזאגט: א)

כאטש די הדלקה פון אהרן איז נאך דער הדלקה פון משה איז דאס אן ענין פון חנוכה; ב)

ועיקר : אין די אלע י״ב יום פון חנוכת המזבח דורך די נשיאים איז אויך די הדלקת והטבת הנרות דורך אהרן געווען חנוכת המנורה 33 .

[און כאטש אז אהרן האט שוין געזען בא חנוכת הנשיאים אז די חנוכה האט זיך געצויגן די אלע צוועלף טעג - האט ער אבער געהאלטן,

אז מ׳קען ניט אפלערנען פון איין עבודה אין משכן,

אויך וועלכע ס׳איז געווען א ציווי ה׳

(אז זי איז אן ענין פון חנוכה ),

אויך א צווייטער עבודה וואס האט ניט געהאט אזא ציווי ה׳; ובפרט אז:

(א)

די חנוכת המזבח איז אן עבודה בחוץ וקדשי שעה 34

און

(ב)

איז געבראכט געווארן יעדן טאג דורך אן אנדער נשיא ,

משא״כ הדלקת המנורה איז

(א)

אן עבודה בפנים וקדשי דורות,

(ב)

די זעלבע עבודה איז יעדן טאג געטאן געווארן דורך אהרן].

און דערפאר האט דער אויבערשטער געזאגט מיט א הדגשה ותוקף "חייך" 35

: אהרן זאל ניט מיינען,

אז דאס וואס אויך זיין הדלקה והטבה איז אן ענין פון חנוכה איז נאר אלס נחמה,

ס׳איז אבער ניט קיין חנוכה לאמיתתה,

אדער עם איז חנוכה נאר ווייל עם איז טפל און עם ווערט נגרר נאך דעם קרבן הנשיא פון דעם טאג,

וואס דער קרבן איז חנוכה - דעריבער האט דער אויבערשטער געזאגט "חייך",

צו מאמת זיין און קובע זיין די מציאות אז עם איז אן עבודת חנוכה בשלימות ,

ואדרבה "שלך גדולה משלהם" ניט טפלה.

ז.

מ׳דארך אבער פארשטיין:

א)

פארוואס האט אים דער אויבערשטער מנחם געווען מיט חנוכת המנורה און ניט מיט אנדערע עבודות חינוך אין משכן,

ווי לדוגמא: עבודת הקטורת אויפן מזבח הפנימי,

זאל פאררעכנט ווערן אלס חנוכה ע״י אהרן - כאטש אז ביום השמיני למלואים האט שוין משה מקטיר געווען קטורת אויפן מזבח הפנימי 36 .

ב)

לפ״ז קומט אויס,

אז חנוכת המזבח דורך נחשון בן עמינדב האט זיך אנגעהויבן דעם ערשטן טאג פון הקמת המשכן

(ר״ח ניסן),

חנוכה ממש,

משא״כ חנוכת המנורה דורך אהרן האט זיך אנגעהויבן נאך דער הדלקה פון משה אין ערשטן טאג - היינט ווי קען מען זאגן "שלך גדולה משלהם ",

אויך פון דער חנוכה דורך נחשון ?

איז דער ביאור אין דעם: שוין גערעדט 37

אמאל בארוכה אין שיטת רש״י בנוגע די קרבנות ביום שמיני למלואים,

אז אין דעם איז געווען א חילוק צווישן

(א)

לחם הפנים און הדלקת הנרות און

(ב)

די קרבנות על המזבח און הקטרת הקטורת אויפן מזבח הפנימי:

אויך "ויקטר עליו קטורת" 38

,

וואס משה האט מקטיר געווען בשמיני למלואים,

זאגט רש״י "שחרית וערבית כמו שנאמר וכו׳",

ד.

ה.

די הקטרת הקטורת איז

(אויך)

אין דעם טאג געווען ווי די קטורת שבכל השנה;

משא״כ הדלקת המנורה דורך משה איז דעמאלט געווען א חידוש וענין מיוחד - נאר אינדערפרי - און די הדלקת המנורה בין הערביים,

אויך בשמיני למלואים,

איז געווען דורך אהרן 39 .

והנה,

לויט דער שיטה פון רש״י בפירושו על התורה

(און אזוי איז אויך שיטתו בפירושו לש״ס 40 ),

אז די מצוה פון הדלקת המנורה איז נאר בין הערביים,

משא״כ בבוקר איז מען נאר מטיב די נרות 41

,

איז מובן,

אז די חנוכה המנורה מתחלתה,

וואס הדלקת המנורה איז

(בקביעות נאר)

בין הערביים,

איז גלייך פון ערשטן טאג פון הקמת המשכן געווען דורך אהרן; און די חנוכה האט זיך געצויגן ע״פ הדיבור פון דעם אויבערשטן ביזן גמר חנוכת הנשיאים 42 .

משא״ב די קטורת אויפן מזבח הפנימי,

האט דאך משה מקטיר געווען באופן הקבוע לדורות - איז דאס חנובת העבודה פון קטורת בבל השנה 43 ,

קען מען שוין ניט זאגן בנוגע דער שפעטערדיקער עבודת הקטורת פון אהרן "שלך גדולה משלהם" 44 .

ח.

פון די ענינים מופלאים אין דעם פרש״י אויך אין עניני הלבה:

ס׳איז ידוע דעת הרמב״ם 45

,

אז הדלקת המנורה דארף זיין ניט נאר בין הערביים,

נאר אויך בבוקר; און דאס וואס שטייט בבוקר בבוקר בהיטיבו את הנרות פירושו בהיטיבו בהדליקו 46

; משא״ב לדעת רש״י 47 ,

בנ״ל,

איז הדלקת הנרות נאר בין הערביים און די הטבה בבוקר מיינט - ניקוי.

קומט אויס,

אז דער ענין הנ״ל,

צי הדלקת המנורה פון אהרן בין הערביים ביום השמיני למלואים איז געווען אין גדר פון חנובת המנורה,

איז תלוי אין דער מחלוקת פון רמב״ם ורש״י: לדעת הרמב״ם וויבאלד אז אויך אינדערפרי איז דא די מצוה פון

(הטבת ו)

הדלקת המנורה,

במילא איז שוין בבוקר בשמיני למלואים געווען דער אנהויב פון חנובת המנורה;

ובפרט ווי מ׳איז מפרש דעת הרמב״ם,

אז די מצוה איז אז די נרות זאלן שטענדיק ברענען

(בביהמ״ק) 48

- און ווי זיין פשטות הלשון אין ספר המצות 49

"שנצטוו הבהנים להדליק הנרות תמיד לפני ה׳״ - קומט אויס אז אויך דאס וואס ם׳האט געברענט ביום

(ע״י הדלקת משה)

איז א חלק פון דער מצוה,

ובמילא - התחלת גדר החנובה.

און באטש דער רמב״ם פסק׳נט 50

ווי די משנה 51

"ואין מחנבין את המנורה אלא בהדלקת שבעה נרותי׳ בין הערבים״ 52

- י״ל,

אז דאס איז דוקא לדורות,

משא״ב בזמן משה זאגט דאך די גמרא 53

און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם 54

: כל הכלים שעשה משה משיחתן מקדשתן

(מכאן ואילך עבודתן מחנכתן)

; און היות אז די מנורה פון משה איז נתקדש געווארן במשיחה,

איז די הדלקת המנורה ע״י משה,

וואס איז געווען לאחרי המשיחה ובזמן חיוב המצוה,

א גדר פון חנוכה 55 .

משא״כ לדעת רש״י,

אז די מצוה פון הדלקה איז נאר בין הערביים,

און אינדערפרי איז ניטא קיין גדר מצות הדלקה כלל - קומט במילא אויס,

אז

(כאטש דער קידוש איז געווען פריער בשעת משיחתן,

איז אבער)

דער גאנצער גדר החנוכה 56

האט זיך אנגעהויבן פון דער הדלקת בין הערביים 57

דורך אהרן 58 .

ט.

מען דארך נאך אבער פארשטיין: אויך לדעת רש״י איז משמע אז דער עיקר המצוה איז דאס וואס די מנורה ברענט א גאנצע נאכט,

ווי ס׳איז פארשטאנדיק פון רש״י בפירושו עה״ת 59

אויך "להעלות נר תמיד ,

כל לילה ולילה קרוי תמיד" 60

(און רש״י האלט 61

אז נר שכבתה באמצע הלילה דארך מען עס נאכאמאל מטיב זיין און אנצינדן)

-היינט וואס איז דער הכרח צו זאגן א זאך וואס עס איז ניטא קיין רמז אפילו אויפדעם בפשוטו ש״מ - אז אהרן האט מדליק געווען די מנורה בין הערביים ביום ח׳ למלואים?

עס קען דאך זיין אז דורך משה׳ס הדלקה בבוקר האט זי שוין געברענט אויך בלילה ובמילא איז מקוים געווארן די מצות הדלקה 62 ?

וי״ל אז וויבאלד לדעת רש״י בפירושו עה״ת 63

האט מען אלעמאל אריינגעגעבן שמן במנורה אין דעם זעלבן מדה ואופן "שתהא דולקת מערב ועד בוקר" פון "לילי טבת הארוכין",

עס זאל קענען ברענען די זעלבע צאל שעות 64

האט הדלקת משה געקענט ברענען בלילה נאר שעות מועטות ביותר און עם האט געמוזט זיין הדלקת הנרות דורך אהרן.

י.

ע״פ הנ״ל בפרש״י ווערט פארענטפערט בפשטות נאך א קשיא: די גמרא זאגט 65

"הדלקה לאו עבודה היא",

און דעריבער פסק׳נט דער רמב״ם 66

אז "הדלקת הנרות כשירה בזרים".

פרעגט מען די קשיא 67

: עם שטייט דאך " בהעלותך את הנרות" הדלקה דורך אהרן 68 ?

זיינען דא אויך דעם כמה תירוצים,

ומהם 69

:

א)

די הדלקה הראשונה האט געדארפט זיין דורך א כהן ווארום דורך דעם ווערט די מנורה נתחנך אויך ווערן א כלי שרת 70

;

ב)

דער דין אז הדלקה כשירה בזר איז בא אלע נרות,

אבער די הדלקה פון נר מערבי מוז זיין דורך א כהן,

ווארום "נר מערבי שכבה אין מדליקין אותו וכו׳ אלא ממזבח החיצון" 71 ,

און א זר טאר דאך ניט צוגיין צום מזבח - און אויך דעם

(דער נר מערבי)

שטייט "בהעלותך את הנרות" 72 .

אבער אין די צוויי תירוצים פאדערט זיך ביאור

(בנוגע די הדלקה פון אהרן דפרשתנו עכ״פ),

ובפרט לדעת רש״י:

בנוגע דעם ערשטן תירוץ - ע״פ הנ״ל קומט אויס אז דורך דער הדלקה פון משה איז שוין די מנורה נתחנך געווארן אלס כלי שרת 73

,

ובפרט אז דאס איז געווען לאחר "וימשחם ויקדש אותם" 74 .

בנוגע דעם צווייטן תירוץ: רש״ 75 ,

זאגט "אש שנאמר בה תמיד הוא שמדליקין בה את הנרות שנאמר בה להעלות נר תמיד אף היא מעל המזבח החיצון תוקד״ - וואס לויט רש״י באציט זיך דער "להעלות נר תמיד "

(ניט דווקא אויפן נר מערבי,

ווי לדעת הרמב״ן 76 ,

נאר)

אויף אלע נרות 77

- איז במילא ניט מוכרח

(אפילו ע״ד ההלכה - לפרש״י)

אז ס׳איז דא א חיוב אנצוצינדן דעם נר מערבי פון מזבח,

און י״ל אז רש״י האלט ווי דעת הראב״ד 78 ,

אז דאס וואס מ׳דארך מדליק זיין פון דעם מזבח החיצון 79

איז דוקא בשעת עס ברענט ניט קיין נר 80

אין דער מנורה 81 .

ע״פ הנ״ל אין דעת רש״י איז קושיא מעיקרא ליתא: "בהעלותך את הנרות" קומט זאגן אז כאטש ס׳איז געווען די הדלקה פון משה פריער איז אהרן׳ס הדלקה פון יום ח׳ למלואים ביז דעם צוועלפטן טאג אן ענין פון חנוכת המנורה,

במילא איז מובן פארוואס דאס איז געזאגט געווארן און עס איז שייך דווקא צו אהרן - שלך 82 .

יא.

פון יינה של תורה אין פירוש רש״י:

לכאורה איז נאך אלץ ניט גלאטיק דער לשון רש״י "שאתה מדליק ומטיב" - לשון הווה: וויבאלד אז "בהעלותך את הנרות" שטייט נאך דער גאנצער חנוכת הנשיאים,

און דער חלשה דעתו פון אהרן איז געווען פארבונדן מיטן זמן פון זייער חנוכה - האט דאך געדארפט שטיין,

כנ״ל,

"שאתה הדלקת והטבת"?

איז דער ביאור בזה

(ע״פ פנימיות הענינים)

: דערמיט גופא ווערט ארויסגעבראכט נאך א פרט אין דעם טעם פארוואס "שלך גדולה משלהם": ביי די נשיאים איז די חנוכה געווען אן איינמאליקע זאך אין משך פון די צוועלך טעג,

דאקעגן ביי אהרן,

איז שטענדיק - ווען נאר ער איז מדליק ומטיב את המנורה - פאראן אט די מעלה פון חנוכת המנורה 83 .

די הסברה אין דעם: דער אלטער רבי 84

איז מבאר דעם ענין פון חנוכת המזבח,

אז פונקט ווי מ׳איז מחנך א קינד,

גיט מען אים אין יום החנוך א סך מתנות כו׳ - א תוספת התקרבות,

וואס דאס גיט אים כח אין זיין שפעטערדיקן לימוד -

אזוי איז אויך געווען ביי חנוכת המזבח,

אז די קרבנות וואס מ׳האט געבראכט ביי דער חנוכה האבן געהאט א העכערע מעלה ווי די קרבנות וואס מ׳האט מקריב געווען אין משכן באופן תמידי,

און דעריבער האבן זיי ממשיך געווען א העכערן אור אלקי;

וי״ל בדא״פ אז דאס איז דער פנימיות׳דיקער פירוש אין "שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות": ביי די נשיאים איז דער תוספת אור פון זייער חנוכה געווען נאר אין די צוועלך טעג,

משא״כ ביי אהרן,

ווערט דורך זיין הדלקה והטבה בכל זמן אויפגעטאן חנוכה - תוספת אור השכינה

(ע״ד ווי אהרן האט אויפגעטאן אין די צוועלף טעג).

און דערמיט איז אויך מובן פארוואס דער אויבערשטער האט געזאגט " חייך כו׳״ - א שבועה,

וואס ווייזט אויף א החלטה ותוקף מיוחד - א המשכה חדשה פון אלקות: מצד המשכת אלקות ע״פ סדר השתלשלות מוז זיין א חילוק צווישן התחלת וחינוך הדבר

(וואס דעמאלט איז מאיר א העכערער אור)

און דער המשכה וואס קומט דורך דער שפעטערדיקער עבודה תמידית;

דוקא מצד אן אור שלמעלה מהשתלשלות - וואס דאס קומט בדרך שבועה

(חייך)

- קען אויך אין דער שטענדיקער הדלקה פון אהרן זיין א תוספת אור,

תוספת אין גילוי השכינה,

ווי ס׳איז דא בשעת החינוך.

יב.

דער ענין האט אויך א שייכות צום תוכן ועבודה רוחנית פון "בהעלותך את הנרות": ס׳איז מבואר אין חסידות 85 ,

אז די נרות זיינען נשמות ישראל,

וכמש״נ "נר ה׳ נשמת אדם": כללות נש״י ווערן אנגערופן מנורה,

און די ז׳ נרות זיינען די ז׳ מדריגות אין עובדי ה׳

(אהבה משוך כמים,

אהבה כרשפי אש כו׳)

; און דאס איז עבודת אהרן - בהעלותך את הנרות,

ער איז ממשיך "חיות ואלקות" אין נש״י,

צו אויפהויבן זיי און מעורר זיין ביי זיי די אהבה צו אלקות.

און דעריבער "כשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו״ - ווארום וויבאלד אז די חנוכת הנשיאים איז בלויז אן איינמאליקער ענין,

וואס אין עבודת ה׳ מיינט דאס,

אז ס׳איז א באשטימטע נתינת כח צו די וואס האלטן ביי א חידוש עבודה,

א נייע דרגא אין עבודה,

אבער ניט אן ענין תמידי און פאר אלע אידן - איז דערפאר "חלשה דעתו",

מיינענדיק,

אז אויך דער חינוך פון הדלקת הנרות איז נאר באופן פון א תוספת אור צו אזעלכע עובדי ה׳ וואס מ׳קען בא זיי אויפטאן אן אהבה בחידוש ותוקף לאלקות.

אבער די וואס זיינען ניט בדרגא זו ועאכו״כ די וואס זיינען ניט קיין "נר ה׳" בגלוי,

קען ביי זיי אהרן מיט זיין חינוך ניט אויפטאן,

אז זיי זאלן ווערן עובדי ה׳,

אז ביי זיי זאל לייכטן דער אור ה׳ 86 .

האט דער אויבערשטער אויף דעם געזאגט " חייך שלך גדולה משלהם": דורך דער המשכת אלקות באופן פון ״חייך״ - פון למעלה מסדר השתלשלות,

בחי׳ "החכמה 87

תחי׳ ",

און נאך העכער פון עצמות אא״ס - איז געווארן "שלך גדולה משלהם - שאתה מדליק ומטיב",

אז דער תוספת אור וכח פון אהרן׳ס חינוך טוט אויף ביי נשמות ישראל די הדלקה והטבה שטענדיק און ביי יעדן אידן 88 .

די הסברה אין דעם 89

: די נתינת כח פון אהרן׳ס הדלקת הנרות איז ניט נאר א הקדמה צו דער עבודה,

ווי די חנוכת הנשיאים,

נאר דאס גופא ווערט די עבודת הנשמות; ד.

ה.

דאס ווערט אן ענין פנימי אין דעם אידן,

וואס קומט דוקא דורך דעם גילוי בחי׳ חכמה שבנפש.

ובמילא איז פארשטאנדיק אז עם ווערט אויפגעטאן ביי יעדן אידן,

אויך בא די וואס זיינען ניט עובדי ה׳ בגלוי,

היות אז בא יעדן אידן איז דא דער אור ה׳,

וואס איז שורה בחכמה שבנפש 90

,

און מצד דעם איז יעדער איד בפנימיות נפשו א "נר ה׳" וואס ציט זיך לשרשו.

יג.

פון דעם איז אויך די הוראה צו יעדן איינעם: בשעת מ׳טרעפט א אידן וואס האט,

לכאורה,

לעת עתה קיין שייכות ניט צו עבודת ה׳,

מ׳זעט ניט ביי אים דעם "נר ה׳ נשמת אדם",

קען מען דאך טראכטן: ווי אזוי קען מען אויף אים פועל זיין,

אז בא אים זאל לייכטן די נשמה,

ער זאל אנהויבן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות?

אויך דעם זאגט מען "חייך",

בשעת ער וועט דאס טאן מיט מסירת

(חיי ה)

נפש -וויסנדיק אז דאס איז אים נוגע אין לעבן,

אז די הדלקה פון דעם צווייטנס ״נר ה׳״ איז נוגע אין זיין "נר ה׳"

(ווארום דוקא דעמאלט ווערט עם א גאנצע אנגעצונ-דענע מנורה)

-

וועט ער דעמאלט זיכער פועל זיין אויך אים,

ווארום בפנימיות נפשו איז דא בא אים דער נר ה׳,

מ׳דארף עם נאר מגלה זיין;

און דורך דער הדלקה פון דעם נר ה׳ פון יעדן אידן,

וואס דעמאלט ווערן אנגעצונדען אלע זיבן נרות פון כנסת ישראל,

ברענגט מען אראפ 91

אויך די מנורה הטהורה אין דעם בנין ביהמ״ק השלישי במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש״פ בהעלותך תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.