B"H
🏡

Ikar

נשא ה

א.

אין דער פרשה פון קרבנות הנשיאים,

ביים צווייטן נשיא 1 ,

ברענגט רש״י אראפ ״מיסודו של ר׳ משה הדרשן",

אז די פרטים אין די קרבנות הנשיאים זיינען מרמז אויף פארשידענע ענינים:

״קערת כסף״ איז ״בגימט׳ תתק״ל כנגד שנותיו של אדם הראשון",

"מזרק אחד כסף״ - ״על שם נח וכו׳״,

״כף אחת -כנגד התורה״,

״פר אחד ..

איל אחד כבש אחד" זיינען כנגד די אבות,

"שעיר עזים - לכפר על מכירת יוסף",

"ולזבח השלמים בקר שנים - כנגד משה ואהרן",

"אילים עתודים כבשים" זיינען "כנגד כהנים ולוים וישראלים כו׳".

פארוואס ברענגט רש״י בכלל די רמזים אין די קרבנות הנשיאים,

אן ענין פון רמז ודרוש

(בעת זיין פירוש איז ע״ד הפשט)

- און אויב יע,

פארוואס האט ער דאס אראפגעבראכט ביים צווייטן נשיא און ניט גלייך ביים ערשטן נשיא?

האט מען שוין אמאל מבאר געווען בארוכה 2

,

אז דאס איז דערפאר וואס ביי רש״י׳ן איז שווער פארוואס דער פסוק חזר׳ט איבער ביי יעדן נשיא באזונדער

( צוועלף מאל)

די אלע פרטי הקרבנות - וויבאלד זיי האבן אלע געבראכט די זעלבע קרבנות,

וואלט געווען גענוג ווען אנהויבנדיק פון צווייטן נשיא זאל דער פסוק זאגן ביי יעדן פון די ווייטערדיקע נשיאים,

אז ער האט געבראכט די זעלבע פרטי קרבנות ווי דער ערשטער נשיא.

דערפון נעמט רש״י ארוים,

אז ביים ברענגען זיין קרבן האט יעדער נשיא געהאט זיינע באזונדערע כוונות ורמזים,

וואס זיינען בהתאם צום ענין ותוכן פון זיין שבט; ובמילא איז דער קרבן פון יעדן נשיא

(בכוונת הקרבנות)

אנדערש פון די קרבנות פון די אנדערע נשיאים,

און דערפאר חזר׳ט איבער דער פסוק די פרטי הקרבנות פון יעדן נשיא באזונדער 3 .

[און דאס וואס רש״י ברענגט אראפ בלויז איין רמז פאר יעדן סוג קרבן און דאס דארף פארענטפערן דעם איבער׳חזר׳ן בא אלע שבטים צוועלף מאל -ניט ווי אין מדרש 4 ,

וואו מיר געפינען ביי יעדן נשיא אן אנדער רמז פאר דעם זעלבן סוג קרבן - איז עם דערפאר,

וואס יעדער רמז

(וואס רש״י ברענגט)

איז אן ענין כללי וואס טיילט זיך אויף כמה וכמה פרטים; און יעדער נשיא האט געהאט

(אין דעם רמז כללי)

אן אנדער כוונה פרטית

(וואס איז צוגעפאסט צו זיין שבט),

ווי ערקלערט דארטן בארוכה 5 ].

ב.

מען דארף אבער פארשטיין: ס׳איז א דבר המובן,

אז די רמזים פון די אלע פרטי הקרבן פון יעדן נשיא זיינען ניט סתם א צוזאמענשטעל פון פארשידענע ענינים,

נאר זיי זיינען פרטים פון איין נקודה כללית; און ווי מען געפינט טאקע אין מדרש 4 ,

אז איידער ער הויבט אן צו מפרט זיין די רמזים פרטים פון די קרבנות פון יעדן נשיא,

איז ער מקדים די נקודה כללית אין די רמזים פון דעם נשיא

(נחשון - ״על סדר המלוכה",

נתנאל - "ע״ש התורה״,

א.

א.

וו.)

-

אבער אין די רמזים וואס רש״י ברענגט זעט זיך ניט לכאורה אז זיי זאלן זיין פרטים פון איין כלל?

אין מדרש 6

איז דא א דיעה,

אז די אלע זאכן וואס די נשיאים האבן מקריב געווען זיינען "כנגד הדורות שהיו מאדם הראשון ועד המשכן וכנגד המצות שנצטוו"

(און ווי עם ווערט דארט דערנאך אויסגעטייטשט,

אז ״קערת כסף״ איז מרמז אויף אדה״ר,

"מזרק" אויף נח׳ן,

וכו׳)

-

וואלט מען לכאורה געקענט זאגן,

אז אין דעם באשטייט אויך די נקודה כללית אין די רמזים וואס רש״י ברענגט; און ווי ער איז דערנאך מפרט די דורות

(אדה״ר ותולדותיו,

נח ותולדותיו,

שבעים אומות,

די אבות,

יוסף משה ואהרן),

און "מצות שנצטוו״ 7

(תורה,

עשרת הדברות,

תרי״ג מצות,

תורה נביאים וכתובים כו׳).

עם איז אבער נאך אלץ קשה 8

:

(א)

די קשיא פון מהר״ל 9

- וואס פאר א שייכות האבן "שנות אדם הראשון ונח" צו אונזער ענין

(חנוכת המזבח והמשכן)?

(ב)

לפ״ז וואלטן די קרבנות

(מיט זייערע רמזים)

געדארפט זיין לויטן סדר הדורות - פארוואס איז מען מפסיק צווישן

(די קרבנות כנגד)

נח און אברהם כו׳ מיט ״כף אחת וגו׳ - כנגד התורה וכו׳",

וואס איז שייך צום זמן פון משה ואהרן?

ג.

אויך דארף מען פארשטיין:

א)

אויף "כף אחת עשרה זהב" 10

איז רש״י מפרש: ״כף אחת - כנגד התורה שנתנה מידו של הקב״ה,

עשרה זהב - כנגד עשרת הדברות",

און דערנאך אויף ״אילים עתודים כבשים״ 11

זאגט ער: ״..

וכנגד תורה נביאים וכתובים.

שלש חמשיות כנגד חמשה חומשין וחמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש וכו׳״ - פארוואס דארף מען האבן צוויי קרבנות־רמזים אויף תורה און אזוי אויך צוויי אויף די עשרת הדברות?

ב)

פון לשון רש״י אין זיין פירוש אויף ״אילים עתודים כבשים״ - "כנגד כהנים ולוים וישראלים ו כנגד תורה נביאים וכתובים״

(ניט - "דבר אחר כנגד תורה כו׳״ 12

,

אדער ״ויש אומרים כו׳״)

- איז מוכח,

אז דאס זיינען ניט קיין צוויי פירושים אין דעם רמז פון "ג׳ מינים",

נאר דאס איז איין פירוש: דער רמז פון "ג׳ מינים" איז כולל די "כהנים ולוים וישראלים" צוזאמען מיט "תורה נביאים וכתובים״ - איז תמוה: ווי קענען ג׳ מינים זיין כנגד זעקס זאכן?

!

ד.

נאך דעם ווי רש״י איז מפרש דעם רמז פון די "ג׳ מינים"

(אילים עתודים וכבשים),

איז ער מבאר דעם טעם וואס מען האט געבראכט "חמשה"

(דוקא)

פון יעדן מין: שלש חמשיות כנגד חמשה חומשין וחמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש הכתובים על השני.

דארף מען פארשטיין:

א)

דער רמז פון "שלש חמשיות " האט ניט קיין שייכות צו אלע פריערדיקע ״ג׳ מינים״,

בלויז איינער פון זיי -״תורה״ - איז צעטיילט אויף "חמשה"

(חמשה חומשין)

;

ד.

ה.

אז מיטן ברענגען די קרבנות

(פון די ״ג׳ מינים״)

אין א מספר פון "חמש" איז מען מרמז אויף נאך אן אנדער נייען ענין,

וואס האט א שייכות צום מספר ״חמש״ - איז ניט מובן: פארוואס האט מען געדארפט האבן א באזונדערן רמז אויף דעם פרט פון "חמש חומשין כו׳",

אין צוגאב צום רמז אויף כללות ה״ תורה "

(פון די "ג׳ מינים")?

ב)

פון דעם סדר ווי רש״י איז מפרש די ״שלש חמשיות״ - פריער "חמשה חומשין" און דערנאך "חמש הדברות כו׳״ 13

- איז משמע,

אז מיט "חמש הדברות כו׳" מיינט ער ניט די עשרת הדברות ווי זיי זיינען אויסגעקריצט אין די לוחות אבנים

- ווארום די לוחות זיינען געגעבן געווארן פריער ווי די "חמשה חומשין",

האט רש״י געדארפט רעכענען די צוויי "חמשיות" פון די עשרת הדברות פאר די ״חמשה חומשין״ 14

-

נאר די עשרת הדברות ווי זיי זיינען פארשריבן אין חומש אלס א טייל פון די חמשה חומשין,

תורה שבכתב 15 .

[און ס׳איז קיין סתירה ניט פון דעם וואס רש״י זאגט "חמש הדברות הכתובין על לוח אחד וחמש הכתובין על השני ״ -ווייל דאס וואס די עשרת הדברות זיינען איינגעטיילט אין צוויי לוחות איז דאס

(ניט נאר א גשמיות׳דיקער ענין - פארשריבן אויף צוויי באזונדערע לוחות -נאר אדרבא דאס נעמט זיך פון)

זייער חלוקה אין תוכן 16

:

די ערשטע פינף דברות זיינען בעיקרם וביסודם - מצות עשה

(ווארום "לא גו׳ על פני " און "לא תשא את שם הוי׳ אלקיך גו׳״ זיינען סעיפים פון "אנכי הוי׳ אלקיך" 17 ),

און די צווייטע פינף דברות זיינען אלע מצות לא תעשה 18

; אדער: די ערשטע זיינען בעיקר בין אדם למקום

(און אפילו כיבוד אב ואם איז פארבונדן מיט "בין אדם למקום",

שלשה שותפין 19

- ע״פ מאמר רז״ל 20

"השווה הכתוב כיבוד אב ואם לכבוד המקום"),

און די צווייטע - בין אדם לחבירו 21 ].

דארף מען פארשטיין: וויבאלד מ׳האט שוין א רמז

(ניט בלויז אויף "תורה" בכלל - אין די ״ג׳ מינים״ - נאר אויך)

אויף ״חמשה חומשין״ - פארוואס האט מען געדארפט האבן נאך א רמז באזונדער אויף די עשה״ד וואס שטייען אין די "חמשה חומשין"?

ה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים א קשיא כללית אין דעם ענין פון קרבנות הנשיאים:

די קרבנות הנשיאים זיינען געווען

(ניט א נדבה פארן משכן בכלל,

ווי די עגלות כו׳ 22 ,

נאר)

״ לחנוכת המזבח ״ -וואם דער חינוך המזבח האט זיך אויפגעטאן דוקא דורך די זאכן וואס מ׳האט מקריב געווען אויפן מזבח - די ״סולת בלולה בשמן למנחה",

"קטורת" און עולה חטאת ושלמים;

לפ״ז איז ניט מובן,

וואס דער פסוק הויבט אן צום אלעם ערשטן

(ניט מיט דעם סוג הנ״ל,

וואס ווערט נקרב אויפן מזבח,

נאר)

מיט ״קרבנו קערת כסף אחת גו׳ מזרק אחד גו׳" 23 ,

און דערצו נאך מיט אן אריכות הפרטים אין דעם משקל ושווי פון די כלים

(און אזוי אויך דערנאך ביי ״כף אחת״)

- כאילו ווי די כלים זיינען גאר דער ראש ועיקר פון חנוכת המזבח!

ו.

דער ביאור בכל זה:

ס׳איז מסתבר בפשטות,

אז די רמזים פון די קרבנות לחנוכת המזבח שבמשכן זיינען אין דעם ענין המזבח,

דהיינו: אין זיי ווערט ארויסגעבראכט דער אויפטו פון דעם מזבח און די קרבנות וואס מ׳בריינגט אויף עם.

ד.

ה.

די נשיאים בא ויקריבו את קרבנם לחנוכת המזבח -האבן זיי דאס אויסגעשטעלט אין א סדר מיוחד,

א מספר מיוחד וכו׳,

אין וועלכע עם איז מרומז דער חידוש וואס האט זיך אויפגעטאן דערמיט וואס ס׳איז דא דער מזבח,

לגבי דעם פריערדיקן מצב.

דער עילוי וואס איז נתחדש געווארן אין די קרבנות וואס מען ברענגט אויפן מזבח שבמשכן,

לגבי די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען פאר מתן תורה,

איז:

דער אויפטו פון משכן בכלל,

איז כמפורש בקרא 24

- "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",

אז אידן מאכן אויף אן ארט וואו ס׳איז דא השראת השכינה בגלוי ,

ביז אז דער משכן גופא איז א ״מקדש״ 25

- א הייליקע זאך;

און אזוי איז אויך דער אויפטו פון מזבח שבמשכן,

אז יעדער איד האט די יכולת צו נעמען א חולין׳דיקע בהמה וכו׳,

א וואכעדיקע זאך,

און מאכן דערפון א קרבן לה׳ אין אן אופן,

אז מ׳זעט בעיני בשר ווי זי ווערט א הייליקע זאך,

דורכדעם וואס מ׳איז מקריב די בהמה אויפן מזבח און דער ״אש ..

מן השמים״ 26

איז אוכל דעם קרבן.

אויף צו ארויסברענגען אט דעם אויפטו,

האבן די נשיאים געבראכט צוויי־ערליי סוגי קרבנות:

דער ערשטער סוג קרבנות איז נרמז אין די כלים ומנחה וקטורת וואס אין זיי,

ער איז מרמז אויף די קרבנות וואס מ׳האט מקריב געווען פריער ,

פאר מזבח שבמשכן: אויך דעמאלט איז געווען הקרבת הקרבנות,

עס איז אבער ניט געווען דערביי - אויך ניט בסיומו וחותמו - דער ותצא אש מלפני הוי׳ ותאכל,

וואס דאס באווייזט אויף השראת השכינה 27 .

- ובהרמז: די כלים אליין און די קרבנות

(מנחה וקטורת)

וועלכע געפינען זיך אין די כלים 28

זעט מען ניט בגלוי קיין שינוי אין זיי 29

;

משא״כ דער צווייטער סוג קרבנות

(עולה,

חטאת וכו׳)

וואס זיי אליין

(אינגאנצן אדער דער עיקר מובחר שבהם -חלב ודם 30 )

- זיינען קרבנות וואס מ׳זעט בגלוי ווי זיי ווערן נתקרב ונשתנה דורך העלאה וזריקה ע״ג המזבח,

ותצא אש מלפני הוי׳ ותאכל,

כנ״ל.

דער ענין איז אויך מרומז אין דעם חילוק המינים צווישן די צוויי סוגי קרבנות: די קרבנות אין די כלים,

מנחה און קטורת,

זיינען ניט פון מין ה״חי"

(אדער 31

- אין זיי איז ניט ניכר דער חיות זייערער)

; משא״כ די קרבנות פון צווייטן סוג זיינען חי - דאס איז מרמז,

אז דורכן משכן ומזבח איז נתחדש געווארן דער עילוי פון

( גילוי )

השראת השכינה ,

אז פון דומם וחול מאכט מען חי וקדושה 32 .

ז.

דער אויפטו וואס איז דא אין משכן

(ומזבח)

- לאחרי מתן תורה - איז פשטות אנגעדייטעט געווארן אינעם זאגן אז מ״ת איז פארבונדן מיט דעם אז אידן וועלן ווערן "ממלכת כהנים וגוי קדוש ״ 33 ,

ובמילא וועט זיי געגעבן ווערן אויך 34

אזא סוג מצות וואס זיינען קובע א קדושה אין דער מצוה־זאך גופא - וואס אויך א בן חמש למקרא פארשטייט

(און "זעט")

אז זיי זיינען געווארן הייליקע זאכן.

און אע״פ אז בעיקר האט זיך דאס אויפגעטאן ביי מתן תורה,

ווען אידן זיינען געווארן א "ממלכת כהנים וגוי קדוש" און זיינען דעריבער נצטווה געווארן אין אלע תרי״ג מצות,

איז אבער א מעין דערפון שוין געווען ביים ערשטן איד,

אברהם אבינו,

וואס דערפאר איז ער אנגעזאגט געווארן אין מצות מילה - "בריתי בבשרכם" 35 ,

וואס איז אינעם גדר

(ווי רש״י 36

ברענגט אראפ)

פון " חפץ של מצוה ".

און דערמיט ווערט מוסבר דער סדר ווי רש״י איז מפרש די רמזים פון קרבנות הנשיאים

(מיוסד אויף ר״מ הדרשן -אבער קרוב לפשט און מיישב פשוטו ש״מ)

וואס זיינען פאנאנדערגעטיילט אין צוויי סוגים: די ענינים פון דומם טייטשט ער אויס אלס רמזים אויף אדם הראשון

(ותולדותיו),

נח ותולדותיו און שבעים אומות - וואס אין זיי איז ניט ניכר בגלוי חיות

(השראת השכינה)

; און די ענינים פון חי טייטשט ער אויס אויף אידן * 36

- אנהויבנדיק פון אברהם כו׳,

ביז משה ואהרן 37

כהנים לוים וישראלים.

ח.

עס בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק: לפי זה האט דאך זיכער קיין ארט ניט צו אפטייטשן "כף אחת עשרה זהב מלאה קטורת״ - פון מין הדומם

(וצומח)

- אויף תורה,

עשרת הדברות און תרי״ג מצות?

איז דער ביאור אין דעם:

רש״י איז דא מדייק,

אז "כף אחת" איז ״כנגד התורה שנתנה מידו של הקב״ה ״ 38

וואס דאס מיינט

(ניט תורה בכלל,

נאר)

די לוחות,

וואס ביי זיי דוקא געפינט מען 39

א נתינה "מידו של הקב״ה".

און אזוי אויך "עשרה זהב,

כנגד עשרת הדברות.

מלאה קטורת,

גימטריא ..

תרי״ג מצות״ - מיינט דאס ניט די עשה״ד און תרי״ג מצות פאר זיך ,

נאר ווי דער כף,

די לוחות זיינען מלא פון תרי״ג,

תרי״ג אלס א טייל פון די לוחות 40

(וואס נתנו "מידו של הקב״ה"),

ד.

ה.

: די לוחות אנטהאלטן "עשרת הדברות"

(עשרה זהב),

וואס די "עשרת הדברות" זיינען ״ מלאה

(קטרת - גימט׳..)

תרי״ג מצות" 41 ,

ווי רש״י האט שוין מפרש געווען

(אין פ׳ משפטים 42 )

אז "כל תרי״ג מצות בכלל עשרת הדברות הן".

און וויבאלד אז "כף אחת גו׳" איז מרמז אויף תורה ווי זי איז "נתנה מידו של הקב״ה",

דערפאר גייט דאס נאך אריין אין דעם ערשטן סוג פון עניני דומם,

ווייל דאס וואס תורה ומצות טוען אויף ם׳זאל ווערן א ״חפץ של מצוה",

איז עם ווען א איד איז מקבל תורה ומצות און טוט א מצוה בפועל .

תורה ומצות ווי זיי זיינען מצד עצמן -״שעשועיו של הקב״ה״ 43

- און

(אפילו)

ווי דער אויבערשטער גיט זיי

("נתנה מידו של הקב״ה״)

- זיינען זיי ניט קובע אויף שפעטער קיין קדושה אין וועלט;

און ווי דער בן חמש האט שוין געלערנט,

אז די ירידת השכינה אויפן הר סיני האט אינעם הר ניט קובע געווען קיין קדושה אויף שפעטער; וואס דערפאר איז נאכדעם,

״במשוך היובל״ -כשנסתלקה השכינה - "רשאין לעלות" בהר 44 .

נבאר אעפ״כ,

וויבאלד אז בשעת מ״ת איז געווען המשכת הקדושה אויפן הר - וואס דערפאר איז "הנוגע בהר מות יומת״ 45

- איז דער "כף" געווען פון זהב 46

,

א טייערע כלי,

ווי די פריערדיקע כלי כסף

(און נאך מער),

ווייל דאס איז א העכערע דרגא אין דער הכנה צום ענין ה״חי",

אז דורך תורה ומצות זאל מען מאכן פון דומם - חי,

כנ״ל].

ט.

ע״פ האמור - אז תורה

(ומצות)

מצד עצמה איז ניט נרמז אין סוג החי -וועט ווערן פארשטאנדיק רש״י׳ם פירוש אויף "אילים עתודים כבשים":

דאס וואס רש״י טייטשט אז די "ג׳ מינים" זיינען "

(כנגד כהנים ולוים וישראלים)

וכנגד תורה נביאים וכתובים״,

מיינט ער ניט מוסיף זיין נאך א

(צווייטן)

רמז "כנגד תורה נביאים וכתובים"

(און וויבאלד אז ביידע רמזים שטייען בפירוש אחד קומט אויס אז עם זיינען פאראן זעקס מינים)

- ווארום,

כנ״ל,

ווערט תורה מצד עצמה ניט נרמז אין מין החי 47

;

נאר די ג׳ מינים זיינען

(בעיקר)

כנגד

(די דריי וואס רש״י רעכנט אויס פריער -)

אידן ,

נאר דאס איז דוקא ווי אידן זיינען פאראיינציקט מיט

(די ג׳ חלקי ה)

תורה,

אזוי אז עם זיינען דא בלויז דריי זאכן 48 .

און דאס קומט בהמשך צום פריערדיקן פירוש רש״י אויף "ולזבח השלמים בקר שנים,

כנגד משה ואהרן שנתנו שלום בין ישראל לאביהם שבשמים" - וואס דעם "שלום" וחיבור צווישן אידן מיטן אויבערשטן האבן משה ואהרן אויפגעטאן במ״ת - דורך און מיט תורה

(ומצות).

און וויבאלד אז אויך די ג׳ מינים "אילים עתודים כבשים" זיינען קרבנות שלמים 49

,

איז דערפון גופא א הוכחה אז זיי זיינען "כנגד כהנים ולוים וישראלים"

(ניט נאר מצד מעלתם אלס אידן בכלל,

נאר)

ווי זיי זיינען מיוחד מיט תורה

(כנגד תנ״ך),

וואס דורכדעם ווערט דער שלום וחיבור צווישן זיי מיט "אביהם שבשמים".

יו״ד.

עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק דער המשך אין פירוש רש״י,

וואס גלייך נאכן מפרש זיין "וכנגד תורה נביאים וכתובים",

איז ער ממשיך

(אין דעם זעלבן דבור המתחיל)

"שלש חמשיות כנגד חמש חומשין וכו׳":

וויבאלד דער ענין שטייט אין איין המשך מיט "וכנגד תורה כו׳" איז מובן אז מיט די "שלש חמשיות" מיינט מען ניט א רמז אויף נייע באזונדערע ענינים,

נאר א המשך ופירוש צו "וכנגד תורה כו׳":

כדי צו מדגיש זיין אז דא רעדט זיך וועגן תורה ווי זי ווערט נתקבל ביי אידן און איז פאראיינציקט מיט זיי - ניט ווי אין פסוק ״כף אחת גו׳" וואס רעדט ווי תורה איז "נתנה מידו של הקב״ה" - האבן די נשיאים געבראכט די "ג׳ מינים״ אין א מספר פון "חמש",

וואס דריקט אויס די התחלקות וואס איז דא אין תורה ומצות:

ווי תורה איז "נתנה מידו של הקב״ה" איז גאנץ תורה ווי איין ענין,

ביז אז דער אויבערשטער האט געזאגט אלע עשרת הדברות "בדבור אחד " 50 .

[דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואס רש״י איז מעתיק פון פסוק אויך דעם ווארט ״

(כף)

אחת ״ - דלכאורה איז ער נאר מפרש דעם ווארט ״כף״ - ווייל דערמיט איז ער מדגיש אז דא רעדט זיך ווי תורה איז אין אן אופן פון "אחת": תורה ווי זי ווערט געגעבן פון אויבערשטן,

איז

(ניט קוקנדיק וואס זי אנטהאלט עשרת הדברות,

און איז "מלאה קטרת״ - תרי״ג מצות - איז זי "כף אחת",

איין ענין].

דוקא ווען

(און דורכדעם וואס)

אידן זיינען "מקבל" תורה ומצות,

הערט זיך אן די התחלקות אין תורה - אז דאס זיינען ״חמשה חומשין״ 51 ,

יעדער חומש מיט אן אנדערער תוכן און אנדערע ענינים - און די התחלקות פון מצות,

אז אין די עשרת הדברות

(וואס "כל תרי״ג מצות בכלל עשרת הדברות הן")

זיינען דא צוויי סוגים: " חמש הדברות הכתובין על לוח אחד״ - ענינים פון ״הן״,

און ״וחמש הכתובין על השני״ - ענינים פון "לאו" 52

;

משא״כ די עשרת הדברות

(און תרי״ג מצות)

ווי זיי ווערן געגעבן פון אויבערשטן,

ווערן זיי נרמז אין "כף אחת עשרה זהב״ - ניט צוויי מאל ״חמש״ -ווייל מצד דעם אויבערשטן הערט זיך ניט אן די התחלקות שבהם,

נאר אלע עשרת הדברות זיינען איין מציאות 53

- "כף אחת".

(משיחת מוצאי ש״פ נשא תשל״ח)

Reader controls and commentary are loading.