א.
ביי די דינים פון אַ נזיר בפרשתנו 1
- אַז ער טאָר ניט טרינקען קיין וויין,
ו„תער לא יעבור על ראשו”,
און „כל ימי הזירו לה’ על נפש מת לא יבא”
(ועד”ז גילוח ראשו און די קרבנות וואָס ער בריינגט אויב ער ווערט טמא)
וכו’ - לערנט מען אָפּ אַז זיי גייען אָן סיי ביי אַ נזיר אויף אַ באַשטימטן זמן
(שלושים יום,
אָדער מער),
סיי ביי אַ נזיר עולם,
אַ נזיר אויף שטענדיק 2 .
דער חילוק 3
צווישן זיי איז נאָר אַז אַ נזיר אויף אַ באַשטימטן זמן טאָר זיך ניט מגלח זיין ביז סוף ימי נזרו,
און אַ נזיר עולם איז זיך מגלח
(און בריינגט די קרבנות וואָס קומען כשיגלח)
ווען הכביד שערו
(מי”ב חודש לי”ב חודש 4 ).
ס’איז פאַראַן נאָך אַ סוג פון נזירות וואָס איז ניט מפורש אין תורה,
אָבער מ’געפינט עס בנביאים
(אין דער הפטרה פון דער סדרה 5 )
- נזיר שמשון.
ביי שמשון שטייט 6
: „ומורה לא יעלה על ראשו כי נזיר אלקים יהי’ הנער מן הבטן”.
אויך ער איזאַ נזיר עולם,
אָבער ער האָט ניט כל דיני נזירות - וואָרום ער מעג און ער האָט זיך מטמא געווען למתים 7
(ועוד דינים וואָס זיינען אַנדערש ביי נזיר שמשון - כדלקמן).
[און דעריבער,
בשעת איינער זאָגט הריני נזיר כשמשון,
איז לדעת ר”י 8
-און אַזוי פּסק’נט דער רמב”ם 9
- איז ער אסור ביין ובתגלחת און מותר להטמא למתים].
ב.
אין דער משנה פון סיום מס’ נזיר לערנען מיר: „נזיר הי’ שמואל כדברי ר’ נהוראי שנאמר 10
ומורה לא יעלה על ראשו נאמר בשמשון ומורה ונאמר בשמואל ומורה מה מורה האמורה בשמשון נזיר אף מורה האמורה בשמואל נזיר.
א”ר יוסי והלא אין מורה אלא של בו”ד,
אמר לו ר’ נהוראי והלא כבר נאמר 11
ויאמר שמואל איך אלך ושמע שאול והרגני שכבר הי’ עליו מורה של בו”ד”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
פון דעם וואָס ר’ נהוראי לערנט אָפּ אַז שמואל איז געווען אַ נזיר בגז”ש פון שמשון’ען - וויבאַלד אַז „אין גז”ש למחצה” 12
- דאַרף אויסקומען,
אַז לדעת ר”נ איז שמואל געווען אַ נזיר אין דעם זעלבן סוג ואופן ווי שמשון 13 .
פּסקנ’ט אָבער דער רמב”ם 14
אַז „שמואל הרמתי נזיר עולם הי’”,
ד.
ה.
ער האָט געהאַט אַלע דיני נזירות.
וואָס ווי געזאָגט,
איז נזיר עולם אסור ליטמא למתים,
הכביד שערו איז ער מקיל בתער און ער בריינגט שלש בהמות 15
(און ער קען שואל זיין אויף זיין נדר 16 ,
( אָבער נזיר שמשון מותר לטמא למתים,
הכביד שערו אינו מקיל
(ואינו בשאלה 17 ).
נאָכמער: אין ירושלמי 18
לערנט מען אָפּ פון פסוק „כן יעשה על תורת נזרו”,
אַז נזירות שמשון 19
„אינה תורה” 20 ,
און דער רמב”ם 21
פסק’נט „שמשון לא הי’ נזיר גמור” -
איז ווי לערנט מען אָפּ פון שמשון’ען - „נזיר עולם” 22
וואָס כל דיני נזירות עליו 23 .
פאַרענטפערן מפרשים 24 ,
אַז דער לימוד פון שמשון’ען איז ניט בגז”ש,
נאָר אַ גילוי מילתא בעלמא,
אַז מורה איז אַן ענין פון נזירות 25
פּונקט ווי ביי שמשון
(ניט ווי דעת ר”י אַז עס מיינט יראה),
און פון דעם איז במילא פאַרשטאַנדיק אַז אמו של שמואל האָט געמיינט אים צו מאַכן פאַר אַ נזיר לכל ימי חייו.
אָבער פון לשון המשנה „נאמר בשמשון ומורה ונאמר בשמואל ומורה מה מורה האמורה בשמשון נזיר אף מורה האמורה בשמואל נזיר” - אַ לשון וואָס ווערט גענוצט
(בכלל)
ביי אַ גז”ש,
עוד ועיקר: דערפון וואָס ער זאָגט „מה מורה כו’ נזיר כו’ נזיר”
(און ניט „מה מורה כו’ תער כו’ תער” - און אויך ניט ע”ד לשון סיום הענין „מורה של מתכות” אָדער „של נזירות”)
- איז משמע אַז דאָס איז ניט
(נאָר)
אַ גילוי מילתא פון דעם טייטש פן „מורה” נאָר מ’לערנט אָפּ ענין נזירות שמואל פון נזירות שמשון.
ג.
בהמשך צו דער משנה זאָגט די גמרא: א”ל רב לחייא ברי’ חטוף ובריך,
וכן א”ל רב הונא לרבה ברי’ חטוף ובריך,
למימרא דמברך עדיף,
והתניא רבי יוסי אומר גדול העונה אמן יותר מן המברך וא”ל ר’ נהוראי השמים כך הוא תדע שהרי גוליירים מתגרין במלחמה וגבורים נוצחין,
תנאי היא דתניא אחד המברך ואחד העונה אמן במשמע אלא שממהרין למברך תחלה.
איז ניט פאַרשטאַנדיק,
וואָס איז דער שייכות והמשך פון דער גמרא צו דער משנה במס’ נזיר,
דאָס איז דאָך אַן ענין אין ברכות וואָס איז שייך צו מס’ ברכות ,
און דאָס ווערט טאַקע געבראַכט אין מס’ ברכות 26 .
מפרשים 27
זאָגן אַז די גמרא וויל דאָ בריינגען נאָך אַ מאמר פון ר’ נהוראי,
בשייכות מיט’ן מאמר ר”נ וואָס ווערט געבראַכט אין דער משנה וויבאַלד אַז שמועות פון ר’ נהוראי ווערן זייער ווייניק געבראַכט אין ש”ס 28
- ובפרט אַז אין דעם ענין שבגמ’ בריינגט זיך אויך דברי ר”י,
אַזוי ווי אין דער משנה.
ס’איז אָבער שווער אַזוי צו לערנען: וואָרום: א)
די גמרא הייבט דאָך אָן ניט מיט דברי ר”י „גדול העונה אמן יותר מן המברך”
(און בריינגען דברי האמוראים נאָכדעם),
נאָר מיט „א”ל רב לחייא ברי’”.
ב)
לויט’ן סדר בגמרא - הייבט מען אָן מיט דעם מאן דאמר וואָס קריגט אויף ר”י און אויף ר”נ,
ג)
בכלל - אין דער משנה זיינען ר”נ און ר”י מחולק און אין גמרא גייען זיי ביידע אין דער זעלבער שיטה.
נאָכמער איז ניט מובן,
דער סיום הגמרא „אר”א א”ר חנינא תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם שנאמר וכל בניך למודי ה’ ורב שלום בניך” 29
-וואָס דאָס האָט דאָך לכאורה ניט קיין שייכות,
ניט צו דער משנה און אויך ניט צו דער גמרא 30 ,
און אויב די כוונה איז בכדי לסיים בטוב 31
- דאַרף דאָס אויך דאַן האָבן עפּעס אַ שייכות צום ענין הקודם 32 ,
ומלבד זאת,
איז דער ענין שלפנ”ז אויך מסיים בדבר טוב - מיט אַן ענין של ברכה 33 .
ד.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין כמה דיוקים אין לשון הגמרא:
א)
וואָס טוט אויף ר”נ אויף דברי ר”י „גדול העונה אמן יותר מן המברך”,
מיט דעם וואָס ער זאָגט „השמים - בשבועה - כך הוא” און מיט דער ראי’ „תדע שהרי גוליירים מתגרין במלחמה וגבורים נוצחין”?
ב)
בכמה מקומות אין ש”ס 34
וואו עס בריינגט זיך די מימרא פון אר”א אר”ח ת”ח מרבים שלום בעולם כו’ איז מען מסיים 35
„א”ת בניך אלא בוניך”,
אָבער בסיום מס’ נזיר איז עס ניטאָ 36
(לרוב הגירסאות).
ה.
וועט מען פאַרשטיין כל הנ”ל בהקדים קושיית הרד”ק 37
: ווי אַזוי איז שמואל געוואָרן אַ נזיר?
מען קען ניט זאָגן אַז דאָס איז מצד נדר חנה אמו
(„ונתתיו לה’ כל ימי חייו ומורה לא יעלה על ראשו”)
וואָרום: א)
שמואל איז דאָך דעמאָלט נאָך ניט געווען בעולם,
איז דער נדר אויף אים ניט חל 38 .
ב)
אפילו ווען ער וואָלט געווען בעולם,
איז דער נדר פון חנה ניט בכח צו מאַכן שמואל’ן פאַראַ נזיר,
וואָרום הלכה 39
אַז „האיש מדיר את בנו בנזיר ואין האשה מדרת את בנה בנזיר”.
אויב מען זאָל זאָגן אַז אלקנה האָט אויך געמאַכט דעם נדר
(און לאחרי שבא שמואל לעולם 40 )
- איז ווי קומט עס אַז דער פסוק דערציילט וועגן נדר חנה,
וואָס האָט ניט געמאַכט שמואל’ן פאַר אַ נזיר,
און לאָזט אויס דעם עיקר,
נדר אלקנה?
אויך קען מען ניט זאָגן 41
אַז לאחרי ווי חנה האָט געמאַכט דעם נדר האָט איר מאַן -
(אלקנה)
מקיים געווען נדרה 42 ,
וואָרום עס בלייבט די שאלה אַז שמואל איז נאָך ניט געווען בעולם 43 ?
און אפילו ווען שמואל וואָלט יאָ געווען בעולם,
איז ניט מובן 44
: דאָס וואָס דער בעל איז מקיים נדר אשתו איז אַ קיום אין דעם נדר ,
ער איז מחייב דעם מדיר - אשתו - צו מקיים זיין דעם נדר 45 ,
אָבער ווי קען עס אויפטאָן אַ נייע זאַך
(להדיר הבן),
וואָס דער נדר האָט עס ניט
(אין האשה מדירה את בנה)?
וא”ו.
עד”ז קען מען פרעגן בנוגע צו שמשון: דער רמב”ם 21
זאָגט „שמשון לא הי’ נזיר גמור ”.
איז פון דעם משמע 46
אַז ער האָט געהאַט קדושת 47
נזירות אויף זיך
(ניט נאָר אַ הנהגה פון נזירות ופרישות פון יין ותגלחת),
נאָר קיין נזיר גמור איז ער ניט געווען 48 .
איז ניט מובן: וויבאַלד אַז „לא נדר בנזיר אלא המלאך הפרישו מן הטומאה”,
ווי האָט עס גע’פּועל’ט אַז
(די מציאות,
חפצא פון)
שמשון זאָל ווערן אַ נזיר
(עכ”פ -שאינו גמור)
- אַ מלאך
(שליח)
קען איבערגעבן אַ ציווי,
אַ מצוה וועגן אַ הנהגה,
עתידות וכיו”ב,
אָבער וואו געפינט מען ער זאָל קענען מקדש זיין,
בנדו”ד - אַרויפלייגן נזירות אויף אַ בן אדם.
און אויך דאָ קען מען ניט זאָגן
(לדעת הרמב”ם עכ”פ)
אַז זיין טאַטע מנוח האָט אים מדיר געווען בנזירות 49 ,
וואָרום דער רמב”ם זאָגט קלאָר „שהרי לא נדר בנזיר אלא המלאך הפרישו מן הטומאה” 50 .
נאָכמער,
דאָס איז מוכח פון דעם סיפור הכתוב: פריער האָט דער מלאך געזאָגט צו אשת מנוח ווי זי דאַרף זיך פירן „ועתה השמרי נא ואל תשתי יין ושכר ואל תאכלי כל טמא” און אויך וועגן דעם נער „ומורה לא יעלה על ראשו כי נזיר אלקים יהי’ הנער מן הבטן”,
נאָכדעם אָבער,
ווען מנוח האָט געפרעגט דעם מלאך „מה יהי’ משפט הנער ומעשהו ” האָט דער מלאך אים געזאָגט ווי עס דאַרף זיין הנהגת אשת מנוח „כל אשר צויתי’ תשמור ” און גאָרניט בנוגע צו שמשון אַליין 51 .
ועוד: אויב ביי שמשון ושמואל וואָלט זייער נזירות געווען מצד דעם וואָס „האיש מדיר את בנו בנזיר” איז ווי פּאַסט אויף דעם צו זאָגן אַז דאָס וואָס „האיש מדיר את בנו בנזיר” איז „הלכה היא בנזיר”
(הלכה למשה מסיני)
ובלשון הרמב”ם 52
: „אין לו סמך בכתוב ולא רמז” - בשעת ס’איז אַ סיפור מפורש בנביאים 53 .
ז.
איז דער ביאור אין דעם:
מ’קען ניט זאָגן אַז שמשון און שמואל זיינען געווען נזירים ווייל זיי אַליין האָבן מקבל געווען אויף זיך נזירות 54 ,
וואָרום: א)
מען געפינט ניט קיין רמז בכתוב אויף דעם.
ב)
דער רמב”ם זאָגט בפירוש בנוגע לשמשון „שהרי לא נדר בנזיר”.
לאידך,
פון לשון המשנה „שנאמר ומורה לא יעלה על ראשו נאמר בשמשון ומורה ונאמר בשמואל ומורה מה מורה האמורה בשמשון נזיר כו’” - פסוקים וואָס שטייען ביי ציווי המלאך ונדר חנה,
איז משמע אַז ענין הנזירות ביי זיי קומט פון ציווי המלאך און נדר חנה,
היות אָבער דאָס אַליין קען דאָך ניט פּועל’ן קיין נזירות,
כנ”ל,
מוז מען זאָגן אַז דאָס איז געווען מעין סיבה לזה,
כדלקמן.
ובהקדים אַ דין בדוגמא לזה 55
:
אַ
(198,
124,
144,
0.
2)
">גר קטן וואָס „מטבילין אותו על דעת ב”ד”
(אָדער ווען ער איז זיך מגייר צוזאַמען מיט אביו 56 )
- איז דער דין 57
אַז ווען „הגדילו יכולין למחות”; וכיון שהגדילו שעה אחת ולא מיחו שוב אינם יכולין למחות.
וי”ל ההסברה בזה: כאָטש ווען מען האָט מגייר געווען דעם קטן איז ער געוואָרן אַ
(198,
124,
144,
0.
2)
">גר 58 ,
היינט ווי קען ער שפּעטער מוחה זיין און ווערט אויס איד,
ער איז אַ גוי ווי געווען מעיקרא,
ווייל די גירות בקטנותו,
איז דאָס
(מער ניט ווי)
אַ מעשה פון גירות,
אָבער ער ווערט נאָך ניט קדוש בקדושת ישראל ביז ער ווערט אַ גדול 59 .
בשעת אָבער הגדיל און ער איז ניט מוחה ווערט ער קדוש בקדושת ישראל למפרע ,
וואָס דערפאַר דאַרף ער ניט האָבן נאָכאַמאָל קיין טבילה
(און ניט קיין הטפת דם ברית)
נאָר ס’איז מספיק די מעשה הגירות
(פון ב”ד אָדער פון אביו)
בקטנותו 60 .
עד”ז - ולא ממש - יעדער
(198,
124,
144,
0.
2)
">גר וואָס מל ועדיין לא טבל,
וואָס חאָטש „מברך *60
כו’ למול את הגרים” און נאָכאַמאָל „למול כו’ בריתי יומם ולילה כו’”
קען ער דערנאָך מבטל זיין כ”ז,
און ער איז אַ גוי כדמעיקרא.
נאָך מער - כפי’ הרמב”ן 61
- איז דערפאַר משהינן מצות טבילה כדי ער זאָל קענען מבטל זיין.
והאריכו באחרונים אין דעם גדר פון מילת
(198,
124,
144,
0.
2)
">גר
(גדול).
מעין זה בנדו”ד:
דער ציווי המלאך „ומורה לא יעלה על ראשו כי נזיר אלקים יהי’ הנער מן הבטן”,
האָט ניט געקענט פּועל’ן קיין קדושת נזירות אויף שמשון’ען,
עס האָט נאָר מחייב געווען אַ דין והנהגת נזירות* 61
- אַז שמשון זאָל זיך ניט מגלח זיין און ניט טרינקען קיין וויין 62 .
אַזוי אויך דער נדר פון חנה „ומורה לא יעלה על ראשו”,
איז דאָס אַ נדר וואָס איז בלויז מחייב זיך צו נוהג זיין אַ הנהגה פון פרישות.
נאָכמער,
אפילו לגבי הנהגת נזירות האָט דער נדר ניט געקענט חל זיין אויף שמואל’ן,
וואָרום שמואל האָט קיין נדר ניט געטאָן; חנה האָט אויף זיך גענומען אַ נדר צו זען אַז שמואל זאָל זיך פירן מיט אַלע דיני נזירות „כל ימי חייו” 63 .
בשעת אָבער זיי זיינען געוואָרן גדולים ולא מיחו,
זיי האָבן זיך ווייטער געפירט אין דער הנהגה פון נזירות 64 ,
האָט דאָס גע’פּועל’ט אין זיי קדושת נזירות 65
למפרע - ביי שמשון 66
וואָס „הי’ אסור ביין ואסור בתגלחת” 67 ,
און ביי שמואל ער זאָל ווערן אַ „נזיר עולם” לכל דיני נזירות,
דאָס איז ניט קיין ענין פון זייער אַ נדר,
וואָרום נדר דאַרף זיין אַ קבלה בדבור,
אָדער בלב עכ”פ *67
; נאָר זייער ממשיך זיין מיט דער הנהגת הנזירות ווי ביז דעמאָלט
(העדר המחאה)
האָט גע’פּועל’ט חלות קדושת נזירות למפרע 68 .
[ע”ד הנ”ל ביי
(198,
124,
144,
0.
2)
">גר קטן,
אַז ער דאַרף ניט האָבן נאָכאַמאָל קיין מעשה גירות,
ס’איז מספיק מעשה הגירות שבקטנות].
ח.
עפ”ז איז מובן דעת ר”נ וואָס ער לערנט אָפּ נזירות שמואל פון שמשון,
כאָטש שמשון איז ניט געווען קיין „נזיר גמור” - ו„הי’ מותר להטמא למתים כו’”:
דער לימוד איז ניט
(נאָר)
אַ גילוי מילתא פון שמשון אַז מורה מיינט „תער”,
נאָר ס’איז אַ גז”ש ווי פשטות לשון המשנה,
און „אין גז”ש למחצה” -לערנט אָפּ ר”נ פון שמשון,
אַז העדר המחאה אויף דער הנהגת „ומורה לא יעלה”,
וואָס דאָס מיינט הנהגת נזירות איז
( ניט אַן ענין וואָס איז מוסיף אין כמות,
אַז ער ווערט אסור אין ענינים נוספים וואָס ביז דאַמאָלט איז ער אין זיי ניט געווען אסור
(ווי ביי שמשון דער ענין פון טומאה למתים),
נאָר)
אַז אין די ענינים וואָס ער איז געווען מצווה,
און ער האָט זיך אין זיי נוהג געווען,
איז דער העדר המחאה פועל און מוסיף אין איכות - אַז פון דעם דין הנהגה בנזירות ווערט קדושת נזירות
(למפרע).
און דערפון לערנט מען אָפּ ביי שמואל,
אַז העדר מחאתו אויף דער הנהגה וואָס חנה האָט זיך מיט אים געפירט ביז דאַמאָלט - מצד נדרה -איז פון דעם געוואָרן
( למפרע )
אַן ענין פון קדושת נזירות באַ שמואל’ן.
ט.
לפי”ז קומט אויס אַז דער תוכן ונקודת ההסברה פון דברי ר”נ איז: אַן ענין וואָס קומט,
לכאורה,
בלויז אַלס הסכמה והמשך צום עיקר ויסוד הדבר - פּועל’ט מער ווי התחלת ויסוד הדבר מצד עצמו.
און אויף דעם בריינגט די גמרא אַ דוגמא,
אַ שקו”ט בזה און אַ הסברה וטעם בדיני המשנה : „א”ל רב לחייא ברי’ חטוף ובריך וכן אמר לי’ ר”ה לרבה ברי’ חטוף ובריך”.
דער מברך איז דער וואָס טוט אויף
(זאָגט)
די ברכה* 68 ,
און דער עונה אמן,
איז נאָר מסכים אויף דער ברכה פון מברך.
ענליך צום דערמאָנטן ענין ביי נזיר,
וואו ס’איז פאַראַן דער עיקר און די שפּעטערדיקע הסכמה 69 .
אָבער פון דעם וואָס זיי האָבן געזאָגט „חטוף ובריך”
(ער זאָל אַריינכאַפּן און זאָגן די ברכה ),
זעט מען,
אַז דער מתחיל עיקר הדבר איז וויכטיקער ווי די שפּעטערדיקע הסכמה.
איז די גמרא ממשיך „למימרא דמברך עדיף”,
אַז ביי ברכה איז דער מברך,
דער מתחיל,
שטאַרקער און בעסער ווי דער עונה אמן,
דער מסיים וגומר הברכה - „והתניא” אַז אויך אין דעם גייען ר”י ור”נ לשיטתם.
דער ביאור בזה: די מחלוקת פון ר”י ור”נ אין דער משנה צי שמואל איז געווען אַ נזיר,
איז ניט נאָר אין לשון הכתוב,
צי מורה ביי שמואל מיינט נזירות,
נאָר אויך בסברא 70
: שיטת ר”י איז אַז אַ הסכמה קען נאָר מוסיף זיין,
מוסיף זיין אין דעם תוקף פון התחלת הדבר,
אָבער עס קען ניט פועל זיין אַ נייע זאַך,
(איכות)
שלימות אין דעם ענין שהסכים עליו.
און דעריבער האַלט ער אַז בלויז שמשון האָט געקענט ווערן אַ נזיר דורך העדר מחאתו -
וואָרום: א)
אויך פאַר זיין הסכמה איז שמשון געווען מוזהר אין די הנהגות נזירות.
ב)
אפילו נאָך זיין הסכמה איז ער ניט געוואָרן קיין נזיר גמור * 70 ,
עס האָט געפעלט ביי אים אין שלימות קדושת הנזירות 71 .
דעת ר”נ איז אָבער,
אַז הסכמה,
איז אַליין אַ נייע זאַך און קען פועל זיין אַ נייעם גדר,
שטאַרקער
(באיכות)
פון התחלת עיקר הדבר,
ביז אַז עס פּועל’ט שלימות,
און דעריבער איז אויך שמואל געוואָרן אַ נזיר דורך העדר מחאתו,
כאָטש אַז: א)
פאַר הסכמת שמואל איז אויף אים ניט געווען קיין שום חיוב הנהגה
(ס’איז נאָר געווען אַ חיוב
( נדר
( אויף חנה),
ב)
דורך העדר מחאתו פון שמואל איז ער געוואָרן אַ נזיר גמור בקדושת נזירות - ואוקי באתרי’ -נזירות אויף וועלכע שמואל האָט ניט מוחה געווען - אַ נזיר עולם.
און דאָס איז אויך זייער לשיטתי’ ביי עניית אמן - הסכמה אויף ברכת המברך:
ר”י זאָגט „ גדול העונה אמן יותר מן המברך”,
ס’איז דאָ אַ מעלה אין דער הסכמה אויף התחלת עיקר הדבר ווי אַ גדול יותר לגבי גדול סתם,
ס’ברענגט אָבער ניט קיין נייעם גדר,
נייע איכות - שלימות אין דער ברכה.
ר”נ זאָגט „השמים - בשבועה - כך הוא”
(אויף מדגיש זיין די שטאַרקייט,
אַ שינוי באיכות פון דעם ענין)
; דער עילוי פון עונה אמן איז ניט נאָר „גדול יותר”,
נאָר ס’איז אַ נייע זאַך וגדר לגבי המברך.
און דערויף ברענגט ער די ראי’ „תדע שהרי גוליירים
(חלשים)
מתגרין במלחמה וגבורים נוצחים”;
דער חילוק צווישן דער מתחיל עיקר הדבר און דער וואָס איז שפּעטער מסכים,
איז ווי דער חילוק צווישן חלשים וואָס מתחילים במלחמה און גבורים הנוצחים ,
„חלשים” איז ווי ביי נדר חנה,
וואָס האָט ניט אַרויפגעלייגט קיין חיוב אויף שמואל’ן; און אַזוי איז דער מברך.
און ס’ניט פאַרענדיקט
(נצחון)
- ס’קען זיין דוגמת מחאה דגר קטן וועט עס מבטל זיין.
אָבער דער „עונה אמן”,
וואָס ער איז מסכים אויף התחלת הדבר,
ער איז ווי „גבורים”* 71
- ער פּועל’ט ניט נאָר אַ הוספה ותוס’ חיזוק אין דעם ענין,
נאָר „ נוצחין ”,
ער מאַכט אויף אַ נייע זאַך
(מצב)
- דער עונה אמן פּועל’ט דעם גמר
(נוצחין)
ושלימות אין דער ברכה,
און ווי שמואל וואָס איז געוואָרן קדוש בנזירות עולם.
יו”ד.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס מ’ברענגט דאָ דעם סיום „אר”א אר”ח תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם שנאמר וכל בניך למודי ה’ ורב שלום בניך”: דלכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן „חכמים מרבים שלום”,
וואָס איז דאָ דער דיוק „תלמידי חכמים”?
נאָר דער חילוק צווישן תלמידי חכמים און חכמים בש”ס כאן 72 ,
י”ל בדא”פ: „חכמים” גייט אויף בעלי משנה,
וכהלשון „שנו חכמים במשנתם”,
„שנו חכמים בלשון המשנה” 73
; „תלמידי חכמים” זיינען די תלמידים פון חכמים - די וואָס זיינען מקבל פון חכמים
(בעלי משנה),
זיי דוקא זיינען מרבים שלום בעולם.
און דער טעם איז ע”ד ווי די גמרא 74
זאָגט „התנאים מבלי עולם ..
שמורין הלכה מתוך משנתן”,
להיות אַז ידיעת הטעמים איז ניט בשלימות,
קען טרעפן אַז מ’זאָל מדמה זיין אַ דבר שאינו דומה און עס קען אַרויס קומען אַ הוראת טעות 75 ,
וכמרז”ל 76
„אין שלום ..
זה הפורש מתלמוד למשנה”.
און אין דעם איז מודגש די נקודת ההסברה בדומה צו דעת
(ר”י)
ר”נ:
ע”ד ווי גערעט אין משנה בנוגע נזירות שמואל ושמשון און אין גמרא ביי העונה אמן אחר המברך: כאָטש שמואל און שמשון האָבן געדאַרפט אָנקומען צו נדר חנה,
וציווי המלאך,
פונדעסטוועגן האָט זייער „פעולה”,
זייער הסכמה אין דעם,
גע’פּועל’ט אַן עילוי,
מערער באיכות ווי די התחלה ומקור הדבר אַ גדר חדש; ועד”ז בהעונה אמן וואָס ער דאַרף אָנקומען צום מברך,
און ער איז נאָר מסכים צו ברכת המברך,
טוט ער אויף מערער ווי דער מברך אַליין,
עד”ז ביי ת”ח כאָטש זיי זיינען נאָר תלמידים און דאַרפן אָנקומען צו די חכמים ובעלי משנה,
פּועל’ן זיי מער ווי די חכמים אַליין,
זיי זיינען מרבים שלום בעולם .
דאַקעגן מצד דעם ענין פון חכמים אַליין,
איז ניט נאָר וואָס עס איז ניט מרבה שלום בעולם,
נאָר נאָכמער ס’איז,
כנ”ל,
„מבלי העולם” 77 .
יא.
דער ביאור השייכות פון די מימרות הגמרא צו דער משנה -בפנימיות הענינים,
וועט מען פאַרשטיין בהקדים דעם טעם וואָס אָט דער ענין,
אַז הסכמה איז מוסיף און פּועל’ט מערער ווי התחלת הדבר,
איז מבואר ביי נזיר דוקא:
עס זיינען פאַראַן די הגבלות ואיסורים וואָס תורה מצ”ע הייסט.
אַ נזיר נעמט אויף זיך נאָך איסורים והגבלות,
מערער ווי דאָס איז מצד התורה בפני עצמה,
און דורכדעם קומט צו תוס’ קדושה אין אים און אין וועלט בכלל 78 .
און ווי ס’איז מבואר אין חסידות 79 ,
אַז אַ נזיר איז ממשיך און מוסיף אין סדר השתלשלות פון למעלה מסדר השתלשלות.
און דעריבער איז באַ נזיר גופא מודגש דער עילוי און הוספה וואָס טוט זיך אויף דורך דעם מקבל - מער ווי דורך דעם משפיע ומתחיל עיקר הדבר.
און דאָס איז דער תוכן המעלה פון „עונה אמן” אויף דעם „מברך” 80
:
„מברך” איז דער וואָס מאַכט די ברכה והמשכה מלמעלה למטה,
וואָס דאָס פּועל’ט יחו”ע אין וועלט,
ד.
ה.
עס ווערט דער ענין פון אתהפכא מצד דעם גילוי אור מלמעלה;
„עונה אמן” איז דער וואָס איז מסכים אויף דער ברכה,
אַז אויך למטה זאָל מען מסכים זיין אויף דער המשכה מלמעלה,
וואָס דאָס איז ווי יחודא תתאה,
מלמטה למעלה,
און אין עבודה דער ענין פון אתכפיא.
און פונדעסטוועגן איז „גדול העונה אמן יותר מן המברך”,
מצד דער מעלה פון
(מקבל 81 )
יחו”ת און אתכפיא 82
אויף
(משפיע)
יחו”ע און אתהפכא.
יב.
אָבער אין דער מעלה פון „עונה אמן” זיינען דאָ צוויי מדריגות: ווי זי איז בזה”ז,
וואָס כאָטש ס’איז דאָ אַ מעלה אין בירורים און אתכפיא שלמטה,
וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז ניט בתכלית השלימות,
איז עיקר המעלה אין אתהפכא לגבי אתכפיא.
דערנאָך איז דאָ ווי ס’וועט זיין לעת”ל,
וואָס דעמאָלט וועט נתגלה ווערן די מעלה פון עבודת המטה דוקא 81 ,
וואָרום עס וועט זיין דער בירור בתכלית השלימות 83
(ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ)
- אתהפכא וואָס קומט מצד אתכפיא,
און דעריבער וועט זיין נשמה בגוף דוקא,
און די נשמה ניזונית מן הגוף 84 .
און דאָס זיינען די צוויי דיעות פון ר”י ור”נ:
רבי יוסי - בגימטריא אלקים 85
(בגימט’ הטבע 86 )
- זאָגט אַז „גדול העונה אמן יותר מן המברך”
(און שמשון האָט דורך זיין העדר המחאה מוסיף געווען אין קדושת נזירות אויף דעם ווי דאָס איז געווען מצד ציווי המלאך),
אַז ס’איז דאָ די מעלה פון אתכפיא ועבודת המטה אויף מברך -המשכה מלמעלה.
אָבער ביחד עם זה איז „יוסי” שייך* 86
צו שם „יוסף” בלה”ק,
וואָס איז מורה אויף המשכה וגילוי מלמעלה 87 .
און דעריבער רעדט ר”י וועגן דער מעלה ווי זי איז בזה”ז,
וואָס יחו”ת ואתכפיא איז ניט העכער באין ערוך פון מברך,
יחו”ע ואתהפכא
(שמשון איז ניט געווען קיין נזיר גמור),
וואָרום ס’איז דאָ אַ מעלה אין המשכה מלמע’ וואָס פּועל’ט אתהפכא.
משא”כ ר’ נהוראי איז ניט קיין שם בלה”ק - וואָס ווייזט אויף דעם גילוי פון תורה ווי זי איז מצ”ע מלמעלה,
נאָר אַ שם פון תרגום - פון ע’ אומות,
ווי עס ווערט נתברר און נתעלה אַ שם אין תורה 88
;
וביחד עם זה איז ר’ נהוראי פירושו אור 89
(אָבער ניט ווי אין לשון הקודש „מאיר” 90 ,
נאָר)
בל’ תרגום.
דעריבער רעדט ער וועגן דער מעלה פון עונה אמן ווי עס וועט זיין לעת”ל,
אַז עונה אמן איז באי”ע העכער פון מברך „ השמים ” - „ ונוצחין ” - וואָרום דעמאָלט וועט נתגלה ווערן בשלימות די מעלה פון בירורים און עבודת המטה 91 ,
בירור פון עניני
(ולשונות)
עולם פון ע’ אומות 92 ,
ביז אַז אין עבודת המטה וועט זיין אויך מעלת גילוי אור
(נהוראי)
- פון אתהפכא.
אתהפכא וואָס קומט ע”י אתכפיא,
דער חיבור פון יחו”ע ויחו”ת 93 .
(משיחות י”ב תמוז,
ה’ מנ”א תשכ”ה*)