B"H
🏡

Ikar

נשא א

א.

נאכדעם ווי דער פסוק 1

דערציילט ווי מ׳האט געציילט די בני קהת,

בני גרשון און בני מררי - "כל הבא לצבא לעבודה באוהל מועד״ 2

- זאגט דער פסוק 3

: כל הפקודים אשר פקד משה גו׳ מבן שלשים גו׳ ועד בן חמשים שנה כל הבא לעבוד עבודת עבודה ועבודת משא באוהל מועד ויהיו פקודיהם גו׳.

איז רש״י מפרש די ווערטער "עבודת עבודה": הוא השיר במצלתים וכנורות שהיא עבודה לעבודה אחרת 4 .

ד.

ה.

* 4

: "עבודת עבודה" מיינט ניט אן ארבעט פון אן עבודה,

נאר ״עבודה ל עבודה״ -אן עבודה צוליב אן אנדער עבודה,

און דאס איז עבודת השיר וואס איז צוליב עבודת הקרבנות 5 .

דארף מען פארשטיין:

א)

דער לשון הגמרא * 5

(דער מקור פון דעם פרש״י)

איז "איזהו עבודה שצריכה עבודה 6

הוי אומר זו שירה" און עם ווערן ניט דערמאנט קיין נעמען פון כלי שיר -און רש״י איז מוסיף במצלתים וכנורות?

ב)

פארוואס זאגט רש״י "הוא השיר במצלתים וכנורות ״ - עם זיינען דאך געווען כו״כ מיני כלי שיר וואס מ׳האט גענוצט ביי עבודת השיר 7 ?

ג)

ער דערמאנט לגמרי ניט שיר בפה 8 ?

די קושיא ווערט נאך שטארקער דורך פארגלייכן מיט שיר בפועל,

ווי מען האט געלערנט פריער - איז געווען "אז ישיר משה גו׳ לאמר״ - שיר בפה 9 .

מ׳קען ניט זאגן,

אז רש״י ברענגט נאר די צוויי כלי שיר 10

ווייל זיי זיינען די כללות׳דיקע סוגים פון אלע כלי שיר - ווארום 11

אין פסוק

(אין דברי הימים 12 )

טיילט ער זיי אין דריי סוגים: נבלים וכנורות ומצלתים 13

; איז ממנ״פ: אדער רש״י האט געדארפט ברענגען אלע דריי

(אויך "נבלים"),

אדער נאר איינעם אלס דוגמא 14 ,

און דערנאך מוסיף זיין

(ע״ד ווי מ׳געפינט אין דברי הימים 15 )

- ״

(מצלתים)

וכלי שיר "?

ב.

אויך דארף מען פארשטיין: אמת טאקע אז לשון הפסוק

("עבודת עבודה")

מיינט שיר

(וואס איז "עבודה לעבודה אחרת״)

- עס איז אבער ניט פארשטאנדיק אין פסוק גופא: די עבודה פון שירת הלוים איז ביז אהער נאך ניט דערמאנט געווארן אין פסוק; עס האט זיך גערעדט 16

נאר וועגן די עבודות הלוים פון טראגן דעם משכן,

פירוק והקמת המשכן און שמירת המשכן

(והמקדש).

דער ציווי אויף עבודת השיר

(ע״פ פשוטו של מקרא 17 )

שטייט ערשט שפעטער אין פ׳ בהעלותך 18

: נתונים נתונים,

נתונים למשא נתונים לשיר -

איז ניט מובן: מאי טעמא וואס דא,

נאכן מנין פון די בני לוי

("כל הבא לצבא לעבודה גו׳"),

דערמאנט דער פסוק נאר וועגן עבודת השיר

(און ניט די אנדערע עבודות הלוים - אויסער משא),

ובפרט אז עס שטייט נאך ניט דער ציווי אויף שיר?

ג.

נאכדעם שטעלט זיך רש״י אויף "ועבודת משא" און זאגט "כמשמעו" 4 .

אין פשטות באווארנט דא רש״י 19

: וויבאלד אז פריער האט ער געטייטשט "עבודת עבודה" "עבודה לעבודה אחרת ",

קען מען א טעות האבן און מיינען אז אויך "עבודת משא" מיינט "עבודה ל משא" - אן עבודה צוליב משא

(אבער ניט "משא" גופא),

באווארנט דעריבער רש״י,

אז דער טייטש פון "עבודת משא" איז ״כמשמעו״ - "עבודה של משא".

מ׳דארף אבער פארשטיין: ווי איז שייך א קס״ד צו טייטשן "עבודת משא" - "עבודה ל משא",

ס׳איז דאך

(בלשון הרא״ם)

"אין למשא עבודה אחרת"?

לכאורה וואלט מען דערויף געקענט ענטפערן: ס׳איז דא אן ארט צו זאגן אז עס מיינט די עבודה פון טעינת העגלות 20 ,

וואס דאס איז ניט די משא גופא,

נאר אן עבודה ל משא

(די עבודה אנצולאדן די קרשים וכו׳ אויף די עגלות -צוליבן משא פון די עגלות)

[און דאס וואס דער פסוק זאגט אן די עבודה דוקא דא,

איז ווייל אין דעם פסוק קומט די תורה מוסיף זיין די עבודות וועלכע ווערן ניט דערמאנט אין די פריערדיקע פסוקים: עבודת עבודה

(שיר)

ועבודת משא

(טעינת עגלות)].

אבער

(נוסף אויף דעם וואס ס׳איז שווער צו זאגן אז רש״י קומט שולל זיין טעינת העגלות וועגן וועלכער עם שטייט ערשט ווייטער אין סדרה 21

- איז)

עפ״ז איז ניט פארשטאנדיק לאידך גיסא: פארוואס לערנט טאקע רש״י אז דער פסוק איז שולל די עבודה 22

(און "עבודת משא״ מיינט ״כמשמעו״)

- טעינת עגלות איז דאך געווען א חלק פון עבודת בני גרשון ובני מררי?

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם הביאור אין פרש״י אויך התחלת הסדרה: ״נשא את ראש בני גרשון גם הם - כמו שצויתיך על בני קהת לראות כמה יש שהגיע לכלל עבודה״ - דלכאורה איז ניט מובן די אריכות הלשון פון רש״י "לראות כמה יש שהגיע לכלל עבודה"?

- אינעם ציווי 23

"על בני קהת" פארשטייט מען בפשטות צוליב וואס ס׳איז געווען דער מנין פון בני קהת

("מבן שלשים גו׳ ועד בן חמשים שנה״ 24 )

-און ווי רש״י איז דארט 23

מפרש - "מנה מהם את הראויין לעבודת משא והם מבן שלשים שנה ועד בן חמשים שנה וכו׳".

איז מבאר דער מהר״ל

(בפירושו גור ארי׳)

: רש״י איז דא אויסן צו מסביר זיין,

אז "נשא את ראש בני גרשון גם הם " מיינט ניט אז מ׳זאל אויך די בני גרשון ציילן ווי די בני קהת "מבן שלשים גו׳ ועד בן חמשים שנה״ - ווייל דער "גם הם״ באציט זיך ניט צום פסוק לאחר זה "מבן שלשים שנה גו׳" 25

נאר צו פריער - צו "נשא את ראש" ,

מיינענדיק דערמיט

(ניט א מנין בעלמא,

נאר א מנין וואס איז פארבונדן מיט)

נשיאות ראש 26

וחשיבות 27

,

אז אויך די געציילטע פון בני גרשון ווערן אויפגעהויבן דערמיט וואס "הגיעו לכלל עבודה"; און דעריבער שטייט אויך ביי בני גרשון ״נשא את ראש״ - ניט "פקוד גו׳".

עפ״ז דארך מען אבער פארשטיין 28

וואס דער פסוק זאגט ״גם הם״

(אז מ׳פארגלייכט בני גרשון צו בני קהת),

וואס דאס באדייט אז אין דעם ענין פון "נשא"

(נשיאות ראש)

זיינען די בני גרשון טפל

(״ גם הם״)

צו די בני קהת -לכאורה איז דער מכוון פון ״נשא״ -"לראות כמה יש שהגיעו לכלל עבודה" - בשווה ביי די בני קהת און בני גרשון?

נאך שטארקער איז די קשיא: ביי די בני מררי שטייט ניט "נשא את ראש"

(נאר ״תפקוד אותם״ 29 )

- כאטש אז אויך ביי זיי האט מען געציילט נאר "מבן שלשים גו׳ ועד בן המשים גו׳ כל הבא לצבא לעבוד גו׳״ 30

- ולכאורה: אויב "נשא את ראש" מיינט די נשיאות ראש פון די וואס "הגיעו לכלל עבודה",

האט געדארפט שטיין "נשא את ראש" אויך ביי די בני מררי?

ה.

לכאורה וואלט מען געקענט מסביר זיין 31

דעם הילוק צווישן בני קהת בני גרשון און בני מררי

(אין דעם ענין פון נשיאות ראש)

- אז עם איז מצד דעם אונטערשייד צווישן זיי אין די סוגי משא וואס זיי האבן געדארפט טראגן:

די בני קהת וואס זיי דארפן טראגן "קודש הקדשים" 32

(דעם ארון,

שולהן,

מנורה ומזבהות וכו׳ - די הייליקסטע הפצי המשכן)

איז ביי זיי געווען דער עיקר און העכסטער אופן פון נשיאות ראש; די בני גרשון,

וואס אויך זיי האבן געהאט אן "עבודת הקודש כו׳ הנראות בבית קודש הקדשים" 33 ,

איז אויך ביי זיי געווען נשיאות ראש,

אבער וויבאלד די קדושה פון זייער משא איז ניט געקומען צו קדושת המשא פון בני קהת,

איז דעריבער אויך זייער נשיאות ראש נאר בדרך טפל

(" גם הם")

צו בני קהת 34

; משא״כ בני מררי,

ביי וועמען ס׳איז ניט געווען קיין משא הנראה "בבית קה״ק" 35 ,

שטייט ביי זיי בכלל ניט "נשא את ראש".

און דאס איז מתאים,

לכאורה,

מיט פירוש רש״י ווייטער אין פ׳ בהעלותך 36

,

אז די ג׳ תנופות וואס מען געפינט ביי די בני לוי,

איז - "הראשונה לבני קהת ..

לפי שעבודת קה״ק עליהם ..

השני׳ לבני גרשון..

שאף עליהם היתה עבודת הקודש..

הנראות בבית קה״ק והשלישית לבני מררי".

אבער

(נוסף אויף דעם,

אז מ׳קען ניט זאגן אז רש״י פארלאזט זיך דא אז מ׳וועט עם פארגלייכן צו זיין פירוש ווייטער אין פ׳ בהעלותך,

איז)

פון דעם גופא וואס אויף "נשא את ראש וגו׳" ביי די בני קהת זאגט רש״י "מנה מהם את הראויין לעבודת משא ..

(וואס איז פארבונדן מיט בעלי כח ,

ווי רש״י איז ממשיך)

והפהות משלשים לא נתמלא כהו..

והיותר על בן המשים כהו מכהיש מעתה״ - און פארבינדט עם בכלל ניט מיט דער קדושה פון זייער משא - איז פארשטאנדיק,

אז לויט פרש״י איז דער "נשא את ראש" נאר מצד דעם וואס די זיינען ״ראויין לעבודת משא״ -

איז הדרא קושיא לדוכתא: וואס איז דער הילוק אין דעם ,

צווישן בני קהת בני גרשון און בני מררי?

מוז מען זאגן,

אז אין דעם מנין פון בני לוי "מבן שלשים גו׳ ועד בן המשים שנה" זיינען לויט רש״י פאראן צוויי סוגים:

א)

איין סוג מנין אין אן אופן פון "נשא את ראש" וואס איז שייך בעיקר ביי די בני קהת,

און אויך ביי די בני גרשון אלס א טפל צו בני קהת

(" גם הם"),

אבער ניט ביי די בני מררי.

ב)

דער מנין פון לויים "כל הבא לצבא לעבודה באוהל מועד" 2

וואס איז ניט פארבונדן מיט נשיאות ראש - און דער מנין איז דא בשווה ביי אלע בני לוי "מבן שלשים גו׳ ועד בן המשים שנה" וואס טוען עבודה.

ו.

דער ביאור בכל זה:

(דער מנין בל׳)

"נשא את ראש" באצייכנט די נשיאות ראש והשיבות אינעם מנין פון די בעלי כה 37 ,

וועלכע זיינען צוגעפאסט לעבודת משא

(ווי דער לשון רש״י ביי די בני קהת "מנה מהם את הראויין לעבודת משא")

; און דאס איז דער טעם ההילוק הנ״ל

(בנוגע נשיאות ראש)

צווישן בני קהת גרשון ומררי -לויט דעם אונטערשייד צווישן זיי בנוגע צו "עבודת משא":

ביי בני קהת ווערט דערמאנט 38

נאר דער ענין פון

(עבודת)

משא,

און וויבאלד אז דאס איז זייער גאנצע עבודה,

איז ביי זיי דער עיקר הענין פון "נשא את ראש";

ביי בני גרשון שטייט 39

"זאת עבודת משפהות הגרשוני לעבוד ו למשא״ - ביי זיי איז דא אן עבודה אויסער "משא" - און דעריבער איז דער ענין פון "נשא את ראש",

וואס איז פארבונדן מיט עבודת משא ,

ביי זיי בדרך טפל צו בני קהת 40

[און דערפאר איז רש״י דא מדייק בלשונו "כמה יש שהגיעו לכלל עבודה"

(סתם)

און זאגט ניט

(ווי ביי בני קהת)

"עבודת משא "]

;

ביי בני מררי שטייט בכלל ניט "זאת עבודת גו׳",

נאר "זאת משמרת משאם" 41

- ד.

ה.

"משאם" איז ביי זיי ניט בגדר עבודה

(ניט זיי דארפן טראגן אליין בכתף),

ס׳איז נאר וואס זיי זיינען ממונים

[ווי רש״י האט שוין פריער 42

געטייטשט ״משמרת״ - "מנוי שהאדם ממונה עליו"]

אויף "משאם"

- ד.

ה.

זיי דארפן דורכפירן אז די זאכן זאלן געטראגן ווערן,

אבער ניט דוקא דורך זיי אליין

(בכתף)

; און ווי ס׳איז טאקע געווען בפועל,

אז זייער משא איז ניט געווען בכתף נאר אויף עגלות

(ווי דערציילט ווייטער אין פרשה 43 )

-

און וויבאלד אז זייער עיקר תפקיד איז ניט אין גדר פון " עבודת משא",

איז ביי זיי ניטא אט די נשיאות ראש והשיבות וואס איז פארבונדן מיט "הראויין לעבודת משא".

ז.

אעפ״כ האט מען אויך געציילט די בני מררי "מבן שלשים שנה גו׳ ועד בן המשים שנה״ - ווייל כאטש אז ביי זיי איז געווען דער אופן פון "משמרת משאם"

(ניט "עבודת משא")

איז דאס אבער ניט שולל אז אויך ביי זיי זיינען געווען געוויסע פאלן פון משא בכתף; ווארום הגם אז לכללות משאם האבן זיי געהאט עגלות,

איז אבער געווען דער משא ביז צו די עגלות,

אויך איז דא אן ארט צו זאגן,

אז ניט אלע "כלי משמרת משאם" איז געווען אויף עגלות 44 .

ועפ״ז קען מען זאגן,

אז דאס מיינט רש״י צו שולל זיין בפירושו אויף "ועבודת משא - כמשמעו": מ׳וואלט געקענט טייטשן ״עבודת משא״ - "עבודה ל משא" על דרך ווי "משמרת משאם" פון בני מררי,

וואס איז ניט משא גופא,

נאר דער מינוי צו באזארגן דעם ענין פון משא -

איז רש״י שולל דעם פירוש - ווייל דער ענין איז ניט פארבונדן מיט בעלי כח,

ובמילא ניט מיט "מבן שלשים גו׳ ועד בן חמשים שנה" 45

; און דאס וואס מ׳ציילט די בני מררי "מבן שלשים גו׳" איז צו וויסן וויפל זיינען פאראן וואס קענען טראגן בכתף - עבודת משא

(וכנ״ל אז אויך ביי זיי איז געווען א משא בכתף).

ח.

מ׳דארף אבער פארשטיין: אויך די בני גרשון האבן געהאט עגלות פאר זייער משא 46

- איז מיט וואס זיינען זיי אנדערש ווי די בני מררי

(וועלכע האבן אויך געהאט משא בכתף כנ״ל),

וואס ביי זיי שטייט 39

"זאת עבודת משפחות הגרשוני גו׳ ולמשא ",

אז ביי זיי איז "משא"

(טראגן בכתף)

געווען אן עבודה ?

איז דער ביאור אין דעם: לכאורה איז מובן,

אז די עבודות פון גרשון ומררי ביים הקמת ופירוק המשכן זיינען געטאן געווארן על הסדר:

פריער האבן די בני גרשון פאנאנדערגענומען דעם חלק פון משכן וואס איז שייך צו זייער תפקיד - די קלעי החצר,

יריעות וכו׳

(וועלכע באדעקן און הענגען אויף די קרשים ועמודים)

- און זיי גלייך אנגעלאדן אויף זייערע עגלות 47 ,

און ערשט דערנאך 48

האבן בני מררי אנגעהויבן זייער עבודה - צו פאנאנדערנעמען די עמודי החצר,

קרשי המשכן וכו׳ און זיי אנלאדן אויף זייערע עגלות

[ועד״ז ביי הקמת המשכן: פריער האבן די בני מררי אראפגענומען די קרשים עמודים וכו׳ פון זייערע עגלות און זיי באלד אויפגעשטעלט,

און דערנאך האבן די בני גרשון אראפגענומען די יריעות וקלעים וכו׳ פון זייערע עגלות און זיי ארויפגעטאן אויף די קרשים ועמודים כו׳].

קומט אויס,

אז ווען די בני גרשון האבן אראפגענומען די יריעות פון משכן

(און די קלעי החצר פון די עמודים)

זיינען נאך די עמודי החצר געשטאנען על מקומם,

ובמילא האבן זיי די יריעות געמוזט טראגן

(בכתף) 49

דעם גאנצן שטח פונעם חצר המשכן ביז אין דרויסן פון חצר

(ווארום מ׳האט דאך די עגלות ניט געקענט אריינפירן צווישן די עמודי החצר 50

ביז נאענט צום משכן)

- דעריבער הייסט עס ביי זיי אן "עבודת משא" 51 .

משא״כ ביי בני מררי 51

איז דאך ניט געוון קיין הכרח אז זיי זאלן אליין דארפן טראגן די קרשים כו׳ א גרויסן שטח,

היות זיי האבן געקענט צוברענגען די עגלות גלייך לעבן די קרשי המשכן 52 ,

אזוי אז זיי האבן נאר געדארפט טראגן צום אנלאדן אויף די עגלות 45 .

[עפ״ז קומט צו א תוספת הסברה אין דעם וואס דער "נשא את ראש" ביי בני גרשון איז נאר "גם הם"

(א טפל צו די בני קהת)

- אז דאס איז

(ניט נאר ווייל ביי זיי איז אויסער "משא" אויך דא "לעבוד",

נאר)

אויך מצד "ולמשא" גופא: די משא וואס זיי האבן געמוזט טראגן בכתף איז נאר געווען ביז די עגלות מחוץ לחצר; משא״כ ביי די בני קהת,

וועלכע האבן אינגאנצן ניט געהאט קיין עגלות,

איז נאר "בכתף ישאו" 53 ].

כמה פרטים מהנ״ל זיינען אבער נאר לכאורה - דער סדר הקמת המשכן

(וואס דערפון איז אויך מובן סדר פירוק המשכן,

וועלכער איז בסדר הפוך פון סדר הקמתו)

איז מפורש בפ׳ פקודי 54

אז מ׳הייבט אן מיט די אדנים,

קרשים כו׳ און גאר צום סוף שטעלט מען אויף דעם חצר *54 .

- בכל אופן אבער האבן בני גרשון געהאט אן עבודה בגופם יתרה אויף בני מררי ווארעם די יריעות מכסות מסכים וקלעים האבן זיי געדארפט ארויפלייגן

(אדער אראפנעמען)

ווען די קרשים ועמודים זיינען געשטאנען: קלעטערן אויבען,

טראגען אהין די יריעות וכו׳,

האבן דארט צוטאן מיט די לולאות,

מיתרים וכו׳.

ט.

ע״פ כהנ״ל וועט מען פארשטיין דעם ביאור אין פרש״י אויף "עבודת עבודה - הוא השיר במצלתים וכנורות כו׳":

ע״פ כהנ״ל בלייבט ניט פארשטאנדיק: וויבאלד דער מנין "מבן שלשים גו׳"

(בעלי כח)

איז פארבונדן מיט משא - אויב אזוי פארוואס ווערן אין דעם מנין

(מבן שלשים גו׳)

פון בני גרשון אריינגענומען אויך די וואס עבודתם איז

(ניט משא,

נאר)

"לעבוד"?

בפשטות קען מען זאגן,

אז "לעבוד" מיינט 55

די עבודה פון פירוק והקמת המשכן און טעינת העגלות וואס אויך דערויף דארף מען האבן א בעל כח 56

- טאקע ניט אזא בעל כח ווי ביי עבודת משא

[און דערפאר פאסט ניט אויף דעם דער ענין פון "נשא את ראש",

אז ביי זיי איז א ספעציעלע נשיאות ראש וחשיבות],

אבער דאך א בעל כח -

און דערפאר זיינען זיי דוקא פון דעם גיל

(מבן שלשים עד חמשים)

ווען דער כח האדם איז בתקפו.

בשעת אבער מען קומט צום פסוק "מבן שלשים גו׳ כל הבא לעבוד עבודת עבודה״ - וואס מיינט "עבודה לעבודה אחרת״

( שיר )

- ווערט שוער: פארוואס איז שיר שייך דוקא צו דעם גיל פון בעלי כח?

דעריבער זאגט רש״י ״הוא השיר במצלתים וכנורות״ - און איז משמיט "נבלים" און דעם שיר בפה בכלל: פון דעם וואס עבודת שיר שטייט אין דעם פסוק איז רש״י מדייק,

אז דא רעדט זיך וועגן אזא סוג שיר וואס מ׳דארף דערצו האבן בעלי כח - און דאס איז "השיר במצלתים וכנורות",

וואס זייער שיר איז פארבונדן מיט עשי׳,

מלאכת יד 57

,

מיט א גרעסערער אנשטריינגונג; משא״כ ביי נבל - פון לשון נבל יין 58

- וואס זייער קול שירה קומט דורך בלאזן 59

מיטן מויל און מכ״ש סתם שיר בפה,

איז עם ניט פארבונדן מיט אזא אנשטריינגונג.

יוד.

דערמיט איז אויך מובן דער טעם וואס "עבודת עבודה" שטייט דוקא אין דעם פסוק,

ביים סוף המנין:

שטעלנדיק דעם פסוק ביים סוף וסךהכל פון מנין - אז מ׳האט נאר געציילט די בני לוי "בן שלשים גו׳ כל הבא לעבוד עבודת עבודה ועבודת משא באוהל מועד״ - וויל דער פסוק קלאר מאכן,

אז דאס וואס דער מנין איז געווען באגרענעצט צו דעם גיל דוקא,

איז עם נאר צוליב די צוויי ענינים: "עבודת עבודה

(השיר במצלתים וכנורות) 60

ועבודת משא״ - און ניט צוליב די אנדערע עבודות 61

פון בני לוי

(ווי פירוק והקמת המשכן וטעינת העגלות 62

)

וואס קענען געטאן ווערן אויך נאך בן המשים שנה 63

;

און ווי רש״י זאגט בפירוש אין פ׳ בהעלותך 64

: ״ולא יעבוד עוד - עבודת משא בכתף אבל הוזר הוא לנעילת שערים ולשיר ולטעון עגלות כו׳",

"לשמור משמרת,

להנות סביב לאוהל ולהקים ולהוריד בשעת המסעות".

יא.

עפ״ז קומט אויך ארוים א הידוש גדול אין די "ענינים מופלאים" 65

ע״ד ההלכה שבפרש״י:

ע״פ הנ״ל - אז "השיר במצלתים וכנורות" איז נאר ״עד בן המשים שנה״ -דארף מען זאגן,

אז דאס וואס רש״י זאגט ״הוזר הוא ..

ולשיר " מיינט ער שיר בפה ובנבל כו׳,

אבער ניט "השיר במצלתים וכנורות" 66

וואס

(ע״ד הפשט)

איז נאר ״מבן שלשים גו׳ ועד בן המשים שנה״ 67

!

אויך: וויבאלד אז דער טעם אויף דעם איז ווייל נאך בן המשים שנה "כהו מכהיש מעתה״ 68

און ס׳איז אים שווער דער ״שיר במצלתים וכנורות״ - איז דאך ניטא קיין טעם צו מהלק זיין אין דעם צווישן משכן און מקדש; ובמילא,

איז לויט פשוטו של מקרא 69 ,

איז "שנים" א פסול אין לוי׳ אויך לדורות

(בנוגע צו ״השיר במצלתים וכנורות״)

! - סיידן מ׳זאל זאגן אז עם איז גזירת הכתוב.

יב.

פון יינה של תורה שבפרש״י:

ע״פ הביאור הנ״ל אינעם חילוק צווישן בני קהת גרשון ומררי - קומט צו א תוספת הסברה אין דעם וואס דער אלטער רבי זאגט אין דעם ענין בלקו״ת פון דער היינטיקער סדרה:

דער אלטער רבי איז מבאר 70

דעם חילוק צווישן בני קהת גרשון און מררי אין דעם ענין פון נשיאות ראש: נשיאות ראש ווייזט אויך דער עבודה פון הילוך בל״ג

(אויפהויבן דעם ראש צו בחי׳ רצון וכתר 71 )

; בני קהת ובני גרשון זיינען די צוויי דרגות און אופנים אין הילוך

(מלמעלמ״ט ומלמטלמ״ע)

און דעריבער שטייט ביי זיי "נשא את ראש"; אבער בני מררי זיינען בבחי׳ "עומדים"

(ווי מ׳זעט אז זייער עבודה איז געווען די משא הקרשים,

וואס זיי זיינען "עצי שטים עומדים " 72 )

און מהאי טעמא שטייט ביי זיי ניט "נשא את ראש".

איז ניט מובן: די גאנצע נסיעה במדבר איז ענינה געווען צו אויפטאן די עבודה פון הילוך ביי אידן 73

- היינט ווי איז שייך צו זאגן אז די עבודה איז ניטא ביי בני מררי?

וע״פ הנ״ל - אז "נשא את ראש" איז פארבונדן מיט עבודת משא - קען מען זאגן,

בפנימיות הענינים,

אז אויך ביי די בני מררי איז געווען די עבודה פון הילוך בל״ג

(נשא את ראש 74 )

; נאר דער הילוך איז פארבונדן מיט בחי׳ עגלות

(דורך וועלכע די עבודת משא האט זיך אויפגעטאן ביי בני מררי).

דער ביאור בזה: אין דער עבודה פון הילוך בל״ג זיינען דא דריי ענינים 75

:

א)

דער עצם הילוך בל״ג איז די אהבה לה׳ פון נפש הבהמית

(נאך איר בירור),

ווארום וויבאלד דער שורש פון נפש הבהמית איז פון עולם התהו

(העכער ווי דער שורש פון נפש האלקית)

איז דווקא אין איר דא דער "רב תבואות בכח שור״ 76

- די אהבה בל״ג;

ב)

די כוונה פון דעם הילוך בל״ג איז אז עם זאל זיין - "אחריך נרוצה " 77

(לשון רבים)

- אז אויך דער נפש האלקית

(פון תיקון)

זאל זיין אין דער תנועה פון בלי גבול.

ג)

נאכדעם ווי ס׳ווערט אויפגעטאן דער הילוך בל״ג אין נפש האלקית

(אחריך נרוצה)

- ווערט דער נפש האלקית נתעלה צו אמתית שרשה ומקורה וואס איז שייך נאר צו איר אליין - "הביא ני

(לשון יחיד)

המלך חדריו" 77 .

און דאס איז דער חילוק צווישן די בני קהת,

גרשון און מררי:

ביי די בני מררי שטייט נאר " משמרת משאם״ - אבער עצם המשא איז געווען אויך די עגלות

(און אויך זייער משא בכתף איז ניט בגדר עבודה)

- אין עבודה רוחנית מיינט עס,

אז זייער הילוך בל״ג איז געווען נאר אין נפש הבהמית

(בחי׳ "עגלות")

; דער הילוך האט זיך אבער ניט אויפגעטאן אין זיי גופא -אין נפש האלקית;

ביי בני גרשון איז געווען - "אחריך נרוצה״ - דער הילוך בל״ג סיי אין נפש הבהמית

(משא בעגלות)

סיי אין נפש האלקית

("זאת עבודת גו׳ ולמשא ")

;

ביי די בני קהת איז געווען נאך העכער - ״הביאני המלך חדריו״ - דער הילוך בל״ג מצד דעם שורש האמיתי פון נפש האלקית וואס האט קיין שייכות ניט צום נפש הבהמית

(עגלות)

;

און דערפאר איז דער עיקר משא זייערער געווען דער ארון - תורה - ווייל דער ענין פון "הביאני המלך חדריו" האט זיך אויפגעטאן ביי מתן תורה בחג השבועות 78 .

(משיחות ש״פ נשא תשכ״ה ותשל״ד)

Reader controls and commentary are loading.