B"H
🏡

Ikar

חה"ש ב

א.

מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט 1 ,

אז מיט

(דעם זמן פון)

שבועות האבן א פארבונד:

(א)

משה רבינו ,

דורך וועמען ס׳איז געגעבן געווארן די תורה אין שבועות;

(ב)

דוד המלך ,

וואס "דוד מת בעצרת" 2 ,

און

(ג)

דער בעש״ט ,

וואס אויך זיין הסתלקות איז געווען שבועות 3 .

און וויבאלד אז אלץ איז בהשגחה פרטית,

ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן מאורעות אין שייכות מיט אידן בכלל,

און מיט גדולי ונשיאי ישראל בפרט,

איז מובן,

אז

(א)

עס איז דא א נקודה משותפת צווישן זיי 4

(וואס דערפאר זיינען זיי אלע פארבונדן מיט דעם זעלבן טאג),

און

(ב)

אז די נקודה משותפת האט א צוזאמענבונד מיטן תוכן

(עיקרי)

פון דעם טאג,

בנדו״ד: חג השבועות - זמן מתן תורתנו 5 .

לאידך גיסא מוז אבער אויך זיין א חידוש אין אט דער נקודה משותפת ווי זי איז ביי יעדן איינעם פון די דריי נשיאי ישראל; יעדער פון זיי איז - בלשון הש״ס - "צריכא".

ב.

פון די נקודות משותפות פון משה דוד און דעם בעש״ט איז,

וואס יעדער פון זיי איז געווען

(ניט נאר א מלך ונשיא 6

בישראל,

נאר אין דעם גופא -)

א "ראשון" אין דעם סוג פון מלוכה ונשיאות:

משה רבינו איז געווען דער ערשטער נשיא 7

אויף אלע אידן,

ובפרט לויטן פסק הרמב״ם 8

אז "מלך הי׳",

איז משה רבינו געווען דער ערשטער מלך ביים אידישן פאלק;

דוד איז געווען דער ראש וראשון פון מלכות בית דוד,

וואס "כיון שנמשח דוד זכה בכתר 9

מלכות ..

לו ולבניו הזכרים עד עולם ..

לא תכרת המלוכה מזרע דוד לעולם"* 9

;

און דער בעש״ט איז געווען דער ערשטער פון די נשיאי 10

החסידות

(הכללית).

און דערמיט איז פארשטאנדיק די שייכות מיוחדת פון די אלע דריי מלכי ונשיאי ישראל

(אין זייער נקודה משותפת)

צו מ״ת - ווייל פון די ענינים עיקריים וואס האבן זיך אויפגעטאן ביי מ״ת איז געווען וואס יעדער איד איז געווארן

(א טייל פון)

" ממלכת כהנים

(שרים)

״ 11

; און דעם כח אויף צו קענען ארויסברענגען דאס בגילוי נעמט יעדער איד פון די נשיאי ישראל אין יעדן דור 12 ,

כדלקמן.

ג.

די שייכות פונעם ענין פון "ממלכת כהנים" צו מתן תורה,

וועט מען פארשטיין דורך מבאר זיין דעם תוכן ענין המלוכה:

די נקודה עיקרית פון מלכות איז -התנשאות,

דעם מלך׳ס העכערקייט און אפגעטראגנקייט פון גאנצן פאלק; ביז אז - ער טאר זיך ניט אראפלאזן צו טאן מלאכה 13 ,

מ׳דארף אים צושטעלן אלע זיינע צרכים מיט גרויס הרחבה כמש״נ 14

"מלך ביפיו תחזינה עיניך",

קיינער

(און קיין זאך)

אין דער מדינה קען ניט אפהאלטן דעם מלך פון דורכפירן זיין רצון,

כמרז״ל 15

"המלך פורץ גדר כו׳ ואין מוחין בידו",

"אמר מלכותא כו׳ עקר טורי" 16 ,

ועוד.

און כעין זה האט מ״ת אויפגעטאן ביי אידן: דורך מ״ת איז געווארן "ורוממתנו",

אידן זיינען דערהויבן געווארן איבער אלע פעלקער,

ביז אז זיי זיינען געווארן העכער פון וועלט בכלל - ניט אונטערווארפן די גדרי הטבע;

אין אנדערע ווערטער: ווען אידן זיינען עושין רצונו של מקום,

זיי פירן זיך ע״פ תורה ומצות בשלימות,

איז ניט נאר וואס זיי באקומען דאן אלע זייערע צרכים בהרחבה נאר נאכמער -זיי דארפן ניט חורש זיין,

זורע זיין וכו׳ - מלאכתן נעשית ע״י אחרים 17 .

אין דער עבודה פון יעדן אידן בפרט מיינט דאס: ווען עס קומט צו טאן א זאך פון תומ״צ דארף זיך א איד פירן ווי א מלך - ער דארף זיך אפגעבן מיט דער מצוה פונקט ווי ער וואלט ניט געהאט קיינע אנדערע מלאכות ודאגות 18

(ווי איינער וואס מ׳שטעלט אים צו זיינע צרכים בהרחבה)

19

;

קיין טבע׳דיקער חשבון זאל אים ניט אפהאלטן פון צו טאן א מצוה,

ווייל אין ענינים פון תומ״צ איז א איד א בעה״ב

(א מלך)

אויף טבע.

און ווען א איד גייט צו צום קיום התורה ומצות מיט דער תנועה פון "ממלכת כהנים",

פירט ער עם דורך ניט בדרך מלחמה מיט זיין יצה״ר און מיט דברים המבלבלים - נאר בדרך מנוחה : ער הויבט זיך אויף העכער פון דעם וועלט ארום

(וויסנדיק אז ער איז פון "ממלכת כהנים"),

אזוי אז ער האט מלכתחילה ניט קיין מבלבלים.

ד.

א איד קען דאך אבער פרעגן:

בשלמא ווען ס׳רעדט זיך וועגן זיין

( פנימיות ה)

נשמה,

וואס איז העכער פון

(התלבשות אין)

גוף,

איז פארשטאנדיק,

אז קיין זאך פון וועלט און גשמיות קען איר ניט מבלבל זיין אין דעם פארבונד מיטן אויבערשטן

(דורך עשיית רצונו וקיום מצותיו - מצות 20

מלכו של עולם),

דא רעדט זיך אבער וועגן דער נשמה פון א אידן ווי זי איז מלובש אין א גוף און האט צו טאן מיט עניני העולם,

וואס זיינען אים מגביל ומבלבל - טא ווי קען מען מאנען ביי אים,

אז ער זאל זיך אויפהויבן העכער פון דער התלבשות,

און מיט אן אמת?

איז דער ענטפער אויף דעם,

אז אין יעדן דור זיינען דא נשיאי ישראל,

וואס זיי האבן אין זיך די תכונות פון מלכות און נשיאות - און זיי גיבן יעדער אידן דעם כח 19

ארויסצורופן ביי זיך בגלוי

(עכ ״

פ א מעין פון)

די תכונה פון "ממלכת כהנים " .

ה.

וויבאלד אז משה דוד און דער בעש״ט זיינען געווען יעדערער א נשיא ומלך,

[וואס דעריבער געפינט מען ביי זיי

(נוסף אויף עשירות והרחבה אין גשמיות* 20

- אויך)

ממשלה ושליטה אויף טבע - ביי זיי איז געווען א הנהגה שלמעלה מן הטבע:

די גאנצע הנהגה וואס משה רבינו האט געפירט אידן אין מצרים און מדבר איז געווען באופן נסי 21 .

אויך צו דוד המלך האט דער אויבערשטער נאכאנאנד געוויזן נסים ונפלאות,

ווי מען זעט עם אין פילע תפילות והודאות אין ספר תהלים;

און א הנהגה פול מיט נסים ונפלאות איז דאך געווען ביים בעש״ט,

ווי דאס איז מפורסם פון די סיפורים פון בעש״ט ותלמידיו 22

; ביז ס׳איז א לשון ותואר הרגיל

(אויך ביי עמא דבר)

צו אנרופן יעדע מעשה פלא - ״א בעל־שם׳סקע מעשה"]

איז פון זיי נשפע געווארן און דורכדעם ווערט נתגלה ביי יעדער אידן עניני מלך.

ו.

צו פארשטיין דעם ענין מיוחד וואס יעדער פון סיי - משה דוד און דער בעש״ט - איז משפיע צו אידן,

דארך מען פריער מבאר זיין ווי דער גילוי פון מ ״

ת האט אין זיך דריי ענינים:

א)

דער עצם התגלות אלקות ביי מ ״

ת - וירד ה׳ על הר סיני - וואס איז געווען אינגאנצן העכער פון טבע און וועלט -און דאס איז געווען נאר לפי שעה .

ב)

די תוצאה און פעולה פון דער התגלות אין וועלט - אז אויך נאך דעם במשוך היובל,

נסתלקה שכינה 23 ,

ס׳איז נפסק געווארן דער גילוי אור אלקי פון מ״ת,

איז אבער דורכדעם נזדכך געווארן די טבע פון וועלט,

אז מכאן ולהבא זאל זיין גרינגער אין איר צו מגלה זיין אן אור אלקי.

ג)

דער תכלית פון מ״ת - עס זאל זיין דער חיבור עליון ותחתון 24 ,

אדער בלשון התניא 25

: מאכן פון עוה״ז הגשמי התחתון שאין תחתון למטה ממנו א דירה לו ית׳; ד.

ה.

אז אויך אין דעם העלם העולם,

וואו עס זעט זיך ניט אן קיין אלקות ח ״

ו

("חושך כפול ומכופל ..

שהוא מלא קליפות וס״א שהן נגד ה׳ ממש לומר אני ואפסי עוד"),

זאל א איד אראפטראגן דעם גילוי אור אלקי פון מ״ת.

ז.

די דריי ענינים דריקן זיך אויס,

בכללות,

אין די דריי תקופות פון עם ישראל - אין זמן פון דור המדבר; אין דער צייט ווען אידן זיינען געווען על אדמתם; און אין דעם זמן הגלות:

די אידן פון דור המדבר,

וואס האבן מקבל געווען די תורה נשמות בגופים ,

איז ביי זיי פארבליבן בגלוי מעין פון דער התגלות פון מ״ת אויך שפעטער; זיי זיינען געבליבן אין מדבר,

וואו זיי זיינען געווען אויסגעטאן פון עניני העולם

(און אין א מצב פון הנהגה נסית שלמעלה מהטבע אין אלע 26

זייערע ענינים)

צו קענען זיך אפגעבן אינגאנצן מיט תורה,

כמאמר רז״ל* 26

: לא ניתנה תורה כו׳ אלא לאוכלי המן.

אין ארץ ישראל זיינען אידן שוין אריין אין א ״ארץ נושבת״ - אין א סדר החיים אויך א טבעית׳דיקן אופן; אבער לאידך איז דארטן די השגחה העליונה אין אן אופן גלוי ,

כמש״נ 27

ארץ אשר ה״א דורש אותה תמיד עיני ה״א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה,

און אפילו בעבודת האדמה וואס זרע וקציר גו׳ לא ישבותו* 27

- איז למטר השמים תשתה מים 28

- מ׳זעט בגילוי אז דער אויבערשטער איז דער וואס איז זן ומפרנס לכל,

ובמילא ווייס מען קלאר אז די התעסקות ״בכל אשר תעשה״ 29

איז מערניט ווי מאכן א כלי אויפצונעמען דעם "וברכך ה״א" וואס קומט מלמעלה 30 .

אין זמן הגלות אבער איז "אותותינו לא ראינו גו׳" 31 ,

ביז אז א איד קען ח״ו מיינען אז ער איז אונטערווארפן די גדרי הטבע פונקט ווי א ניט־איד,

און מ׳דארף הארעווען דורכצוברעכן און ליכטיק מאכן דעם העלם העולם וחושך הגלות.

ח.

דאס וואס די התגלות פון מ ״

ת איז געווען נאר לפי שעה,

איז עם נאר בשייכות איר פעולה אין וועלט בכלל; בנוגע אידן אבער,

האט דער גילוי פון מ״ת אין זיי קובע געווען אויך שטענדיק די תכונה פון ״ממלכת כהנים" - אז יעדער איד,

אין וואס פאר א מצב ער זאל זיך נאר געפינען,

איז ער בפנימיות נפשו אינגאנצן העכער פון אלץ ארום אים און איז ניט אונטערווארפן די גדרי הטבע 32 .

הנ״ל - איז אויך דער חילוק

(און חידוש)

צווישן די השפעות פונעם ענין המלוכה והנשיאות

(ממלכת כהנים)

וואס משה און דוד און דער בעש״ט האבן משפיע געווען אין אידן:

משה רבינו,

וואס דורך אים איז געווען נתינת התורה,

ביז אז תורה "נקראת על שמו״ 33

- האט אויפגעטאן אין זיין דור

(וואס האבן מקבל געווען די תורה נשמות בגופים כנ״ל 34 ),

אז ביי זיי זאל זיין דער ענין פון "ממלכת כהנים" אין פשוט׳ן גשמיות׳דיקן זין: זיי האבן באקומען אלע זייערע צרכים מלמעלה 35

אן הארעוואניע; יעדער פון זיי האט באקומען עשירות והרחבה 36

; און זייער סדר החיים האט זיך געפירט באופן נסי כנ״ל.

אריינקומענדיק אבער אין א״י - ארץ נושבת - איז נפסק געווארן דער מן - לחם מן השמים 37

ובלשון הכתוב: כי תבואו אל הארץ גו׳ שש שנים תזרע גו׳ 38 ,

מען האט זיך געדארפט פארנעמען מיט עשיית מלאכה וכו׳.

און הגם אז אין א״י איז די השגחה עליונה אין א גלוי׳דיקן אופן,

וואס באווייזט אז אין דער אמת׳ן גיט מען פרנסה מלמעלה כנ״ל -

איז אבער דאס גופא,

וואס מ׳איז פארנומען מיט מאכן ע״פ דרך הטבע א כלי צו ברכת ה׳,

קען אמאל געבן אן ארט צו מיינען אז זיין התעסקות האט א תפיסת מקום אין שאפן זיין שפע פרנסה,

ובמילא קען עס אים מבלבל זיין פון תומ״צ.

און דאס איז דער אויפטו פון דוד המלך 39 ,

וואס האט געגעבן דעם כח,

אז אויך אין ארץ נושבת זאל א איד קענען ארויסברענגען לידי גילוי אז ער איז פון "ממלכת כהנים".

דאס מיינט: ער זאל צוקומען צו דער הכרה אז זיין פרנסה קומט אינגאנצן מלמעלה

(ובמילא איז עס באמת אויך - בהרחבה)

און אז עס איז

(בשרשה ובפנימיות)

אן ענין נסי וואס איז ניט געבונדן מיט די דרכי הטבע -און זיין התעסקות אין טבע איז נאר ווייל אזוי איז דער רצון הבורא,

אז ס׳זאל זיין באופן פון "בכל אשר תעשה " 40 .

ובמילא איז פארשטאנדיק,

אז ווען עס האנדלט זיך וועגן אן ענין פון תומ״צ איז ער דאס מקיים אן קיין בלבולים,

ווי עס טוט א מלך

(כנ״ל ס״ג).

ט.

בשעת עס האט זיך אנגעהויבן דער חושך הגלות,

ובפרט אין דער צייט ווען דער חושך הגלות איז געווארן טיפער און פינסטערער - און מצד צוק העתים איז מען אריינגעטאן

(ניט נאר אין עשיית מלאכה סתם,

נאר)

אין טרדות 41

הפרנסה - האט זיך געפאדערט א נייער

(און העכערער)

נתינת כח צו דערוועקן ביי אידן די התגלות עניני מלך:

א איד קען מיינען,

אז אין אזא צייט,

ווען ס׳זיינען דא אזויפיל העלמות והסתרים אויך קיום התומ״צ,

איז די והותר אויב ער וועט מקיים זיין תומ״צ ע״ד הרגיל

(וואס אויך דאס איז פארבונדן מיט א שווערער מלחמה און מיט פיל יגיעה צו בייקומען די שוועריקייטן וכו׳)

; און מכש״כ ווען ער וועט זיך אנשטרענגען נאכמער און טאן א הידור מצוה,

מוסיף זיין אין לימוד התורה מער ווי דער חיוב;

ווי קען מען אבער אין אזא זמן זיך אפגעבן מיט תומ״צ ווי איינער פון ״ממלכת כהנים״ - כאילו ווי דער גאנצער העלם ובלבול איז ניטא במציאות?

!

זאגט דער בעש״ט 42

- אז אויך אין דער טיפעניש פון זמן הגלות קען זיך א איד אויפהויבן אינגאנצן העכער פון זיין ארום,

און דערפילן ווי ער איז פון "ממלכת כהנים",

וועמען דער אויבערשטער אליין בהשגחה פרטית בתכלית פירט באופן נסי און בחיי יום יום ובכל פרט ופרט .

און די השפעה - ארויסצוברענגען דעם "ממלכת כהנים" ביי אידן אין זמן הגלות - איז נאך א גרעסערער חידוש און אן עילוי אין ענין המלכות 43 ,

ווי אין די פריערדיקע צוויי מצבים:

דאס וואס א איד קען זיך אויפהויבן העכער פון וועלט און טבע ווען ער איז אין א מדבר - אויסגעשלאסן פון וועלט,

אדער אפילו אין

(וועלט,

אבער אין אן ארט פון גילוי אלקות -)

ארץ ישראל - דריקט ניט אויס דעם "בלי הגבלה" פון כח המלכות וואס איז דא ביי א אידן,

ווייל דעמאלט איז ער מלכתחילה ניט אזוי אונטערגעווארפן די הגבלות פון עוה״ז.

דוקא ווען א איד פירט זיך מיט אזא הנהגה אין זמן הגלות,

באווייזט עם ווי ער קען זיך אויפהויבן און גיין

(בלשון הידוע 44 )

״ לכתחילה אריבער ״ - ניט מיט א סדר והדרגה,

נאר אינגאנצן העכער פון מדידה והגבלה - פון דער טיפעניש פון חושך הגלות צו דער הויכקייט פון "ממלכת כהנים".

יו״ד.

ס׳איז אבער ח״ו צו זאגן,

אז דער אויפטו פון משה דוד און בעש״ט איז געווען נאר פאר די אידן פון יעדערן׳ם דור

(אדער - נאר פאר די תקופות כלליות אין וועלכער זיי זיינען געווען: משה - דור המדבר,

דוד - אידן אין א״י,

און דער בעש״ט - אידן בזמן הגלות)

- ווייל די פעולה פון משה דוד והבעש״ט איז א נצחית 45

פאר אלע אידן אין אלע דורות

[וואס דערפאר ווערט משה אנגערופן דורך יעדן אידן: משה רבנו ; וועגן דוד המלך זאגט יעדער איד 46

"דוד מלך ישראל חי וקים "

(אויך איצטער)

; און וויבאלד אז ביאת המשיח 47

איז אפהענגיק אין "יפוצו מעינותיך - פון בעש״ט - חוצה" 48

,

איז פארשטאנדיק אז דאס איז נוגע צו יעדן אידן בכל הדורות]

-

נאר כשם ווי זייערע אויפטוען ווערן אין אלגעמיין מודגש אין באזונדערע דריי תקופות כלליות,

אזוי ווערן זיי געטיילט אין יעדן דור גופא לויט דריי באזונדערע סוגים פון אידן

(און ביי יעדן יחיד גופא - אין דריי באזונדערע סוגי עבודה)

:

עבודת ה׳ טיילט זיך,

בכללות,

אין דריי סוגים: תורה,

עבודה

(תפלה)

און גמ״ח

(מעשה המצות)

כולל די ציווים 49

פון "בכל דרכיך דעהו" און "כל מעשיך יהיו לש״ש״ - וואס זיי זיינען ע״ד די אופני עבודה אין די דריי זמנים הנ״ל

(מדבר,

א״י און זמן הגלות)

:

תורה איז דער גילוי פון חכמתו ית׳,

און דער ענין פון לימוד התורה איז בדרך מלמעלה למטה - צו מגלה זיין רצונו וחכמתו ית׳ למטה; און דערפאר ווערט מען דורך תורה אויפגעהויבן העכער פון וועלט

(ע״ד ווי די אידן אין מדבר),

מען ווערט דורך תורה א מלך

(כמרז״ל 50

: רבנן איקרו מלכים),

וואס איז מושל ושולט אויף טבע 51

(וכדרז״ל 52

הידועות אופן פסוק ״לא־ל גומר עלי").

תפלה איז ענינה בקשת צרכיו 53

פון דעם מתפלל - ער פילט טאקע אז דער אויבערשטער איז דער וואס גיט אים זיינע צרכים

(ע״ד הנ״ל בנוגע צו א״י),

אבער דאך איז ער פארנומען מיט זיינע צרכים 54

(ער בעט עס זאל נתמלא ווערן וואס אים פעלט).

אבער אויך ביי עבודת התפלה איז עס נאך אלץ אין אן אופן אז ער האט נאך ניט צו טאן מיט דברים גשמיים ווי זיי זיינען אין וועלט נע״ד ווי אידן זייענדיק על אדמתם "איש תחת גפנו ותחת תאנתו״ 55 ,

ניט צווישן אוה״ע]

- זיין פארבונד מיט זיי באשטייט נאר אין דעם וואס ער בעט וועגן זיי ביים אויבערשטן אלס זיינע צרכים.

מעשה המצות וואס ווערן געטאן מיט דברים גשמיים,

ועאכו״כ די עבודה צו מברר זיין די עניני הרשות,

איז זיין עבודה צו מזכך און מהפך זיין דעם העלם וחושך פון גשמיות העולם ,

אז אין דעם זאל לייכטן דער אור הקדושה

(ע״ד זמן הגלות ווען אידן זיינען צווישן אוה״ע כו׳) 56 .

יא.

און דאס איז דער ענין המלכות

וואס משה דוד און דער בעש״ט זיינען משפיע צו

(יעדן)

אידן בכל דור ודור:

משה,

וואס ענינו איז תורה ,

טוט אויף

(מגלה)

דעם עצם ענין פון "ממלכת כהנים״ ביי אידן - דעם סוג פון "מארי תורה" 57

וואס זיינען אויסגעטאן פון וועלט,

תורתם אומנתם 58

(אויף וועמען מ׳זאגט: מאן מלכי רבנן 59 )

נוכעין זה טוט ער עס אויף ביי יעדן אידן 60

אין די זמנים וואס ער גיט אפ אויף לימוד התורה - אז ער האט דעם כח זיך אויסצוטאן - באותה שעה עכ״פ - אינגאנצן פון וועלטלעכע זאכן ודאגות און זיין אזוי צוגעטראגן צום לערנען פונקט ווי דער וואס תורתו אומנתו].

דוד,

וואס ענינו איז תפלה

(וואס דערפאר האט ער געשריבן ספר תהלים 61 ),

טוט אויף

(מצד ענין המלכות שבו)

אז אויך די עבודה זאל זיין אין א מלכות׳דיקן אופן: כאטש ער בעט זיינע צרכים,

ווערן די בקשות נתמלא

נניט ווי ביי תפלה ע״ד הרגיל,

וואס זייענדיק א בקשה מצד המטה ,

קענען זיין מניעות ועיכובים,

אז די בקשה זאל ניט נתמלא ווערן,

אדער עכ״פ עס זאל געדויערן צייט,

עס זאל נתמלא ווערן ניט בשלימותה וכיו״ב - נאר]

תיכף ומיד אן קיין הגבלות ומניעות ובתכלית השלימות,

ווי עם ווערט נתמלא די בקשה פון א מלך ; וע״ד ווי עם ווערט אויפגעטאן דורך תורה - ווי דערציילט אין זהר 62

,

אז ווען רשב״י האט געדארפט פועל זיין ירידת גשמים,

האט ער געזאגט תורה אויפן פסוק 63

״הנה מה טוב גו׳" און עם זיינען באלד געקומען גשמי ברכה

(ובאופן הנרצה) 64 .

[און דערפאר איז דא אין ספר תהלים - תפלת דוד - ביידע קצוות: ס׳איז אן ענין פון תהלות ותשבחות אזוי ווי תפלה ,

און צוזאמען דערמיט איז עם פון די כ״ד ספרים פון תורה שבכתב,

וואס דעריבער איז פעולתו ע״ד ווי די פעולה פון תורה 65 ].

דער בעש״ט האט מגלה געווען אחדותו ית׳ אין וועלט

(ווי דער אמיתת המ ציאות פון יעדן נברא איז דער דבר ה׳ וואס איז עם בכל רגע - מהווה מקיים ומחי׳),

אבער דאס גופא האט ער מגלה געווען אין אן אופן פון תורה

(דורך מגלה זיין א פירוש אויך א פסוק)

66 ,

און דורכדעם איז געגעבן געווארן א כח צו יעדן אידן,

אז אויך ווען ער איז פארנומען מיט דברים גשמיים,

ביז - לפעמים אויך מיט חומריות העולם,

און אפילו אין א מצב פון "אותותינו לא ראינו גו׳",

ובמילא איז דער "בירור" פארבונדן מיט א מלחמה 67

- פירט ער אבער די מלחמה אין אן אופן פון "ממלכת כהנים":

גלייך ביי דער יציאה למלחמה וויים ער,

אז זייענדיק פון "ממלכת כהנים" איז ער " על

(העכער פון)

אויביך" 68 ,

ובמילא קומט דער נצחון מלמעלה -" ונתנו ה״א בידך" 68

; און דורכדעם ווערט ״ושבית שביו״ 68

- מ׳נעמט ארוים דעם ניצוץ אלקי וואס איז געווען "שבוי" אין די דברים גשמיים פון זיין גלות,

ביז עם ווערט אתהפכא חשוכא לנהורא ומרירו למתקא.

(משיחת יום ב׳ דחגה״ש תשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.