א.
בנוגע צו מתן תורה דערציילט די גמרא 1
: „בשעה שעלה משה למרום אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה רבש"ע מה לילוד אשה בינינו.
א"ל לקבל תורה בא.
אמרו לפניו חמודה גנוזה שגנוזה וכו' אתה מבקש ליתנה לבשר ודם,
מה אנוש כי תזכרנו וגו' 2
תנה הודך על השמים 3 .
א"ל הקב"ה למשה החזיר להן תשובה כו'.
אמר לפניו רבש"ע תורה שאתה נותן לי מה כתיב בה 4
אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים.
א"ל למצרים ירדתם לפרעה השתעבדתם תורה למה תהא לכם.
שוב מה כתיב בה 5
לא יהי' לך אלקים אחרים,
בין עמים אתם שרויין שעובדין ע"ז
(ועד"ז האָט משה געענטפערט די מלאכים וועגן די אַנדערע דיברות:)
כלום אתם עושים מלאכה ..
משא ומתן יש ביניכם ..
אב ואם יש לכם ..
קנאה יש ביניכם יצה"ר יש ביניכם ..
מיד הודו לו להקב"ה וכו'".
שטייט אין ספרים 6 ,
אַז יסוד הטענה - ע"פ הלכה - פון די מלאכים „תנה הודך על השמים " איז דאָס דינא דבר מצרא:
דער דין 7
איז אַז אויב איינער פאַרקויפט אַ פעלד צו אַ צווייטן,
האָט דער בר מצרא,
דער שכן,
די רעכט צונעמען די פעלד פון דעם לוקח,
ווייל ס'איז אַ טובה פאַר דעם בר מצרא צו האָבן זיינע פעלדער צוזאַמען 8 ,
און תורה זאָגט 9
„ועשית הישר והטוב בעיני ה'".
דאָס האָבן די מלאכים גע'טענה'ט: וויבאַלד די תורה איז גנוזה * 9 ,
געפינט זיך במרום
(בשמים),
און זיי זיינען בשמים,
האָבן זיי דעם דין פון „בר מצרא" צו באַקומען די תורה,
און דעריבער - „תנה הודך על השמים".
[און דערמיט איז מובן ווי אַזוי די מלאכים האָבן געוואָלט צונעמען די תורה נאָכדעם 10
ווי עס שטייט שוין אין תורה „צו את בנ"י",
„דבר אל בנ"י"
(וכיו"ב)
- ווייל דער דין ביי בר מצרא איז,
אַז אויך נאָך דער מכירה איז מען מסלק דעם לוקח פונעם שדה און מ'גיט עס אָפּ צום בר מצרא 11 ].
און אַלס אָפּשלאָג אויף זייער טענה 12 ,
געפינט מען אין מפרשים 13
כמה תירוצים - ומהם:
א)
דער דין פון בר מצרא איז שייך נאָר ביי קרקע,
ניט ביי מטלטלין 14 ,
און תורה איז דאָך ניט קרקע 15 .
ב)
דינא דבר מצרא איז נאָר ביי מכירה,
ניט ביי מתנה 16 ,
און די תורה איז געגעבן געוואָרן במתנה.
ג)
אידן זיינען קרובים להקב"ה,
כמש"נ 17
„מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו",
און נאָכמער: אידן זיינען „בנים למקום" 18 ,
און ביי קרובים 19 ,
און
(עאכו"כ)
בנים 20
גייט ניט אָן דינא דבר מצרא.
ד)
אויף משה רבינו שטייט 21
אַז ער איז געווען „איש האלקים",
זאָגט דער מדרש 22
„מחציו ולמטה איש מחציו ולמעלה האלקים",
איז דאָך משה רבינו געווען „בר מצרא" צו דער תורה וואָס איז בשמים.
ה)
אויפן פסוק 23
„ויעמוד העם על משה מן הבקר עד הערב" זאָגן חז"ל 24 ,
אַז משה רבינו איז געווען אַ „דן דין אמת לאמיתו" וואָס „כאילו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית".
און דער דין 25
איז,
אַז אויב דער לוקח איז אַ שותף פונ'ם מוכר גייט ניט אָן דינא דבר מצרא 26 .
ב.
לכאורה קען מען פרעגן אויף די לעצטע צווי תירוצים: משה איז דאָך קיבל תורה מסיני 27
ניט נאָר פאַר זיך נאָר פאַר אַלע 28
אידן 29 ?
פאַראַן מפרשים וואָס זאָגן: א)
אַז אַלע אידן זיינען בני מצרא צו תורה,
וואָרום נשמות פון אידן זיינען „גזורות מתחת כסא הכבוד" 30 .
ב)
בשעת מ"ת זיינען אַלע אידן געווען שותפים להקב"ה,
וויבאַלד אידן האָבן שוין געהאַט די מצוה פון שבת אין מרה 31
( פאַר מ"ת),
וארז"ל 32
„כל המתפלל בערב שבת ואומר ויכולו וכו' כאילו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית".
ג.
אָבער - צ"ע אין די אַלע געבראַכטע תירוצים,
ווייל עיקר חסר מן הספר - קיין איינער פון זיי ווערט ניט דערמאָנט אין דעם ענטפער פון משה רבינו צו די מלאכים 33 .
ואדרבה: אין די לעצטע דריי תירוצים ווערט אַרויסגעבראַכט,
לכאורה,
דער היפך פון טענת משה רבינו: אין די תירוצים ווערט אונטערגעשטראָכן ווי אַזוי משה
(און יעדער איד)
איז קרוב להקב"ה ,
איז שייך צו שמים ,
און איז אַ שותף להקב"ה ; די גמרא אָבער ברענגט אַרויס דאָס פאַרקערטע: אַז די תורה איז פאַרבונדן מיט ירידה למצרים וכו'; עס ברענגט אַרויס די גשמיות פון דעם לוקח ,
ביז צו „קנאה",
„יצה"ר" וכו'.
ד.
אַזוי איז אויך שווער אין יעדן פון די ערשטע צוויי תירוצים
(נוסף אויף דער כללות'דיקער קשיא הנ"ל)
:
א)
אינ'ם ערשטן תירוץ: דאָס וואָס ביי מטלטלין איז ניטאָ דינא דב"מ איז ווייל דער טעם פון דינא דב"מ - ער זאָל האָבן ביידע פעלדער צוזאַמען - איז ניט שייך ביי מטלטלין,
וואָרום מטלטלין קען מען קויפן ערגעץ אַנדערש און ברענגען למקומו 34 .
דער טעם איז ניט שייך ביי תורה* 34
- די תורה איז אַ זאַך וואָס מ'קען ערגעץ אַנדערש ניט קריגן 35 .
ב)
אויפן צווייטן תירוץ: אויף תורה געפינט מען דריי לשונות: א)
„ירושה” 36
- ווי עס שטייט 37
„תורה צוה לנו משה מורשה וגו’”.
ב)
„מכירה” - כמרז”ל 38
„אמר הקב”ה לישראל מכרתי לכם תורתי כו’”.
ג)
מתנה - כמרז”ל 39
„ג’ מתנות טובות נתן הקב”ה לישראל כו’ תורה כו’”.
וכנוסח התפלה: זמן מתן תורתנו 40 .
און די דריי לשונות ווייזן אויף די דריי אופנים וואָס איז דאָ אין דער שייכות פון תורה צו אידן,
כמבואר בכמה מקומות 41 .
היינט וויבאַלד תורה האָט אין זיך אויך „מכר",
איז דאָך שייך דינא דבר מצרא אויף תורה 42 .
ה.
נאָך אַ תירוץ איז פאַראַן
(וואָס לכאורה איז ער מתאים צו לשון הגמרא),
בהקדים ביאור המפרשים 43
אַז טענת המלאכים איז אויף חלק הסוד שבתורה: אויך מלאכים ווייסן אַז צום חלק הפשט
(ועשי')
האָבן זיי קיין שייכות ניט.
ובמילא איז זייער טענה פון בר מצרא געווען אויף חלק הסוד.
און וויבאַלד אַז צו אידן האָט מען געגעבן די גאַנצע תורה,
און מלאכים האָבן געקענט נעמען נאָר איין חלק - איז דער דין 44
אַז „מכר כל נכסיו לא' לית בה משום דינא דבר מצרא".
אויך איז דאָ אַ דין 45 ,
אַז אויב דער מצרן דאַרף עס האָבן להרוחה און דער לוקח דאַרף עס ווייל „דחיקא לי' שעתא",
גייט ניט אָן דינא דבר מצרא.
און אַזוי אויך בנדו"ד: דאָס וואָס אידן דאַרפן האָבן תורה איז עס בדוגמת „דחיקא לי' שעתא",
ווייל תורה איז די חיות פון אַ אידן
(„הם חיינו"),
און דורך תורה איז אַ איד מנצח זיין יצה"ר כמרז"ל 46
„בראתי יצה"ר ובראתי לו תורה תבלין"; משא"כ מלאכים וואָס האָבן געוואָלט חלק הסוד שבתורה,
און האָבן ניט קיין יצה"ר,
איז עס ע"ד להרוחה.
אָבער אויך אויף די תירוצים קען מען פרעגן: דאָס וואָס משה האָט געענטפערט „למצרים ירדתם ..
כלום אתם עושים מלאכה ..
מו"מ ..
או"א ..
יצה"ר יש ביניכם" - אַז מלאכים זיינען ניט שייך צו חלק הפשט והעשי' שבתורה,
איז דאָך ביי זיי קיין חידוש ניט געווען,
די מלאכים האָבן דאָס געוואוסט פון פריער און האָבן דעריבער מלכתחילה געבעטן חלק הסוד שבתורה.
און דער ענטפער אויף דעם אַז „מכר כל נכסיו לא' לית בה משום דדב"מ",
אָדער אַז תורה איז די חיות פון אידן - ווערט אפילו ניט נרמז אין דברי משה?
[און דאָס וואָס תורה איז „דחיקא לי’ שעתא” ביי אידן מצד מלחמת היצר איז אַ הסבר פן דעם מצב וואָס „יצה”ר יש ביניכם”; אָבער פון דעם לשון פון תשובת משה רבינו והאריכות בזה „כלום אתם עושים מלאכה ..
משא ומתן ..
אב ואם יש לכם” איז משמע,
אַז די תשובה צו די מלאכים איז
(ניט אַזוי מצד דעם ענין פון מלחמת היצר,
נאָר)
מצד דעם כללות’דיקן ענין,
אַז חלק הפשט
(והעשי’)
שבתורה איז ניט שייך ביי מלאכים].
ו.
איז דער ביאור בזה:
דער תכלית פון תורה איז וואָס על ידה ווערט דורכגעפירט די כוונת הבריאה פון „נתאווה 47
הקב"ה להיות לו
(ית' 48 )
דירה בתחתונים".
וידוע 49
דער דיוק אין וואָרט „דירה",
אַז אַזוי ווי אין אַ דירה געפינט זיך דער אדם בכל עצמותו,
אַזוי איז נתאווה הקב"ה אַז עצמותו ית' זאָל נמשך ווערן „בתחתונים".
און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך תורה,
ווייל דורך תורה איז „ אותי אתם לוקחים" 50 .
און מצד זה פאַלט אָפּ טענת המלאכים פון דינא דבר מצרא: דער דין 51
איז,
אַז אויב דער בר מצרא וויל די שדה אויף זריעה און דער לוקח - אויף בנין בית,
גיט מען די שדה צום לוקח,
ווייל „ישוב עדיף ולית בה משום דינא דבר מצרא".
און עד"ז בענינינו 52
: וויבאַלד אַז דער תכלית פון תורה איז לעשות לו ית' דירה
(„בית" 53 )
בתחתונים ,
פאַלט אָפּ טענת המלאכים מצד דינא דב"מ.
און דאָס איז וואָס משה רבינו האָט געענטפערט „למצרים 54
ירדתם ..
כלום אתם עושים מלאכה ..
משא ומתן יש ביניכם וכו'": תורה איז שייך צו אידן ווי דאָס איז פאַרבונדן מיט ישוב העולם,
עוה"ז הגשמי
(בין עמים ..
קנאה יש)
דוקא
(וואָרום תורה איז געגעבן געוואָרן אויף צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים ) 55 .
ז.
דאָס וואָס מ'האָט ניט געגעבן תורה צו די מלאכים,
איז עס ניט ווייל די עליונים דאַרפן ניט אָנקומען צו דער המשכת העצמות שע"י התורה -וואָרום אויך אין עולמות עליונים איז מצד עצמם מאיר בלויז אַ הארה מאלקותו ית',
און זיי זיינען אַ „ ירידה מאור פניו ית'" 56
;
און דורך עבודת התחתונים ווערט אויפגעטאָן די המשכת העצמות „דירה לו ית'",
אויך אין עליונים,
אין גאַנץ סדר ההשתלשלות 57
;
וכידוע 58
דער משל אויף דעם: אַז מ'וויל אויפהויבן אַ בנין דורך „כלי ההגבהה הנקרא ליווע"ר",
דאַרף מען אונטערלייגן דעם ליווע"ר אונטער די „חלקים התחתונים שבו דוקא",
אָבער אויב מ'וועט עס אויפהויבן „מאמצע כו' לא הי' מגבי' התחתונים".
און דערפאַר מוז מען געבן תורה דוקא למטה אין עוה"ז „התחתון כו' שאין תחתון למטה ממנו " 59 ,
און דורך דעם ווערט אויפגעהויבן דער גאַנצער „בנין" פון סדר השתלשלות.
און דאָס איז אויך וואָס משה האָט מדגיש געווען אין זיין תשובה „קנאה יש ביניכם יצה"ר יש ביניכם" - אויף אַרויסצוברענגען ווי דאָס איז דער עולם „ התחתון במדריגה שאין תחתון למטה ממנו בענין הסתר אורו ית' כו' עד שהוא מלא קליפות כו'" 59 .
ח.
עס איז אָבער פאָרט ניט מובן: אמת טאַקע,
אַז בכדי צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים דאַרף מען האָבן די תורה למטה - דאָס נעמט אָבער ניט אַראָפּ די טענת המלאכים מצד דינא דבר מצרא : סוף־סוף זיינען זיי בני מצרא און זיי ווילן מאַכן אַ „דירה"
(„בית")
- עכ"פ - בעליונים ?
מוז מען זאָגן,
אַז דער ענין פון דירה לו ית' - המשכת העצמות - קען מען בכלל ניט אויפטאָן
(אפילו ניט בעליונים)
דורך עבודת המלאכים 60
; דוקא דורך עבודת התחתונים ווערט עצמותו ית' נמשך אין סדר ההשתלשלות.
דער ביאור וטעם הדבר: דער כח העצמות וואָס אין תורה ווערט נתגלה און קומט אַרויס בפועל אין דער עבודה פון אַ נשמה ווי זי געפינט זיך אין די מצרים וגבולים פון עוה"ז 61 .
די נשמה קומט אַראָפּ אין אַן עולם „מלא קליפות וס"א שהן נגד ה' ממש" 59 ,
און אין דעם נידעריקן עולם איז זי לוחם מיטן יצה"ר,
ברעכט דורך אַלע העלמות והסתרים,
און איז זיי מהפך מחשוכא לנהורא; אָט דאָס - די אתכפיא און אתהפכא פון קליפות „שהן נגד ה' ממש" צו אַן ענין של קדושה - איז אַן ענין של התחדשות,
מען מאַכט פון דעם יש
(וישות)
-אין,
און דער כח ההתחדשות איז בעצמותו ית',
וואָס הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא
(לחדש)
יש מאין 62 ,
און ער גיט דעם כח צו מאַכן מיש אין 63 .
און אויך די מעלה פון כח ההתחדשות איז מרומז אין תשובת משה - אין דער טענה „אב ואם יש לכם":
ס'איז ידוע 64
אַז דער ענין פון הולדה איז אַ מעין פון דער התחדשות מאין ליש,
וואָס דערפאַר איז דאָס נאָר בכח הא"ס.
און דער כח איז ניטאָ ביי מלאכים 65
;
און דאָס האָט משה רבינו גע'טענה'ט,
אַז אָט דער כח ההתחדשות איז דאָ ביי נשמות למטה,
וואָס דורך זייער עבודה אין עוה"ז זיינען זיי „מולידים" - מ'נעמט דברים תחתונים און מ'מאַכט פון זיי
(ועי"ז פון גאַנץ סדר ההשתלשלות)
אַ דירה לעצמותו ומהותו ית'.
(משיחת יום ב' דחגה"ש תשי"ח)