א.
ס’איז ידוע,
אַז „לעולם קורין פרשת במדבר סיני קודם עצרת” 1 ,
און וויבאַלד אַז יעדע פרשה האָט אַ שייכות צו דעם זמן וואָס זי ווערט געלייענט 2 ,
איז מובן,
אַז די שייכות פון פ’ במדבר צו שבועות 3
איז בעיקר אינעם ענין ההכנה 4
פאַר חגה”ש - צו מ”ת 5
(משא”כ פ’ נשא וואָס ווערט בד”כ געלייענט נאָך עצרת,
נאָר לפעמים 6
ווערט זי געלייענט פאַר עצרת,
איז אין איר מער די שייכות צו חגה”ש און צום ענין פון מ”ת עצמו).
הנ”ל איז נאָך מער מודגש אין דער קביעות פון שנה זו,
ווען שבת פרשת במדבר איז חל בב’ סיון 7 ,
וואָס אין דעם טאָג „א”ל משה לקדשם לתורה “ 8 ,
אָדער בלשון אדה”ז 9
„ התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה”.
און וויבאַלד אַז בכל שנה בחגה”ש,
אין זמן מתן תורתינו 10 ,
גיט דער אויבערשטער די תורה פונדאָסניי 11 ,
און נאָך אין אַ העכערן אופן לגבי דעם יאָר שלפנ”ז 12
- איז מובן אַז פאַר דער קבלת התורה בחגה”ש פון דעם
(און יעדן)
יאָר זיינען נויטיק די הכנות וואָס זיינען געווען ביי קבלת התורה בפעם הראשונה 13 .
און ווי דאָס איז מודגש אויך בנוגע להלכה,
אַז מטעם זה „נוהגין ..
שלא להתענות ושלא לאמר תחנון מר”ח” 14 .
ב.
צו פאַרשטיין די שייכות פון פ’ במדבר צו דער
(התחלת)
הכנה למ”ת
(בב’ סיון),
יש להקדים דעם ביאור אין דער אויבנדערמאָנטער הלכה -ובלשון פון אַלטן רבי’ן:
„ונוהגין במדינות אלו שלא להתענות ושלא לאמר תחנון מר”ח עד ח’ בו ועד בכלל כו’ לפי שמיד אחר ר”ח התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה 15
שבשני בשבת הי’ ר”ח 16
ובשלישי בשבת אמר להם 17
ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגו’ וברביעי אמר להם מצות הגבלה השמרו לכם עלות בהר וגו’ 18
ובחמישי אמר להם מצות פרישה שיפרשו מנשותיהן היום ומחר ויהיו נכונים ליום השלישי 19
שהוא שבת שבו ניתנה התורה”.
ולכאורה איז ניט מובן:
א)
פאַרוואָס ברענגט מען,
כולל דער אַלטער רבי,
די ראי’,
אַז „התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה”,
פון פסוק „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגו’” 20 ,
בעת אַז ביום שלישי,
ב’ סיון,
זיינען געווען אַ סך דיבורים בתור הקדמה למ”ת אָנהויבנדיק פון פריערדיקן פסוק 21
„כה תאמר לבית יעקב גו’ אתם ראיתם גו’” 22 ?
אפילו אַז מ’וועט זאָגן,
אַז ער וויל ברענגען אַ ראי’ פון דעם אויבערשטנ’ס דיבור בנוגע דעם הוה ועתיד,
און ניט בשייכות צום עבר
(„אתם ראיתם וגו’”)
- געפינט מען אויך דאָס פריער
(פאַרן געבראַכטן פסוק „ואתם וגו’”)
: והייתם לי סגולה מכל העמים כי לי כל הארץ;
ב)
נאָכמער: אין פשט פון „
(ואתם תהיו לי)
ממלכת כהנים” געפינט מען צוויי פירושים:
(א)
דער רמב”ן 23
טייטשט „ותהיו ממלכת משרתי 24
וגוי קדוש לדבקה בא־ל הקדוש”,
(ע”ד ווי דער מכילתא 25
זאָגט „ראוין היו כל ישראל לאכול בקדשים”,
ביז ווי דער בעל הטורים זאָגט - „כהנים גדולים” 26 ),
(ב)
רש”י טייטשט -„שרים” 27 .
ולכאורה,
בשלמא לויט דעם ערשטן טייטש,
אַז „ממלכת כהנים” מיינט אַז זיי וועלן זיין כהנים ממש משרתי ה’,
איז מובן אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט קבלת והתעסקות בתורה - צו זיין איבערגעגעבן,
צו זיין אַ משרת ה’ דורך תומ”צ; אָבער לויט פירוש רש”י
(ועוד)
אַז דאָס מיינט „שרים” - וואָס פאַר אַ שייכות 28
האָט דאָס צו קבלת והתעסקות בתורה 29 ?
ג)
נאָך „ממלכת כהנים” איז דער פסוק ממשיך „וגוי קדוש” - דער אַלטער רבי איז: א)
ניט מעתיק די ווערטער,
ב)
איז אָבער מרמז אויף זיי מיט „וגו’” 30 .
ג.
וי”ל דעם ביאור בכל זה,
ובהקדים: לכאורה איז ניט מובן,
פאַרוואָס לערנט ניט רש”י דעם טייטש פון וואָרט כהנים כפשוטו,
ובפרט רש”י אַליין זאָגט אין אַ פריערדיקער פרשה 31
„ כל לשון כהן - משרת לאלקות הוא” 32
(און ווי ס’איז אויך משמע אין זיין פירוש דאָ גופא אַז זיין פירוש איז אַ חידוש -פון דעם וואָס ער דאַרף דאָ אָנקומען צו אַ ראי’ והכרח אַז עס מיינט
(ניט משרתים,
נאָר)
שרים „כמה דאת אמר 33
ובני דוד כהנים היו”)
- והתירוץ 34
דעמאָלט איז ניט פאַרשטאַנדיק וואָס טוט אויף דער פסוק מיט דעם וואָס ער איז ממשיך ומוסיף „וגוי קדוש” - אַ כהן משרת לאלקות איז דאָך תוכנו קדושה 35
(הבדלה 36 ),
ועדמש”נ 37
„ ויבדל אהרן להקדישו גו’ הוא ובניו גו’”.
פון דעם וואָס דער פסוק איז מוסיף „וגוי קדוש” איז מובן אַז „ממלכת כהנים” דאָ ווערט ניט געמיינט דער ענין פון קדושה
(הבדלה)
צום אויבערשטן.
דעריבער לערנט רש”י אַז דער טייטש פון „ממלכת כהנים” דאָ איז
(ניט ווי דער לשון כהונה ווערט געטייטשט כרגיל,
נאָר)
- „שרים”:
ולפי זה איז דער סדר פון די דריי מעלות אין די פסוקים זו למעלה מזו:
„והייתם לי סגולה מכל העמים”,
איז דאָס וואָס אידן זיינען אַן „אוצר חביב” 38 ,
אָפּגעטיילט פון שאר אומות 39 .
דערנאָך איז ער מוסיף,
אַז ניט נאָר זיינען זיי „סגולה מכל העמים”,
נאָר זיי זיינען „שרים” - וואָס „שרים” הערשן און פירן אָן מיט דער מדינה,
מיט דעם אַרום.
און דערנאָך איז די הוספה „וגוי קדוש”,
אַז אידן זיינען אינגאַנצן מובדל און אויפגעהויבן פון חול,
פון דעם גאַנצן אַרום,
פון כל עניני העולם,
אַ „גוי קדוש” צום אויבערשטן,
ע”ד ווי כהנים - כפשוטו.
ד.
די דריי ענינים בפנימיות ובעבודת האדם 40
:
„והייתם לי סגולה מכל העמים” -צום אַלעם ערשטן איז דער ענין הבחירה,
וואָס דער אויבערשטער האָט בוחר געווען בבנ”י בזמן מ”ת 41 ,
וואָס אמיתיות ענין הבחירה 42
קומט אינגאַנצן מצד הבוחר.
זי איז ניט מוכרח דורך
(פאַרבונדן מיט)
דער מעלה ויתרון פון דעם נבחר 43 .
דאָס וואָס דער אויבערשטער איז בוחר די אידן איז פאַרבונדן מיט אַזאַ מדרגה וואו עס איז כחשיכה כאורה 44
(ובפרט בנוגע לקבלת השפעה)
און נאָך העכער,
דער חילוק צווישן אידן און אומות העולם איז ניט די סיבה עיקרית פון בחירת בנ”י 45 ,
ובלשון רש”י 46
„ ולא תאמרו אתם לבדכם שלי ואין לי אחרים עמכם”,
נאָר מצד בחירתו ית’,
זיינען די אומות „בעיני ולפני לכלום”,
און „חיבתכם ניכרת”.
דערנאָך קומט דער ענין פון עבודת 47
ישראל 48 ,
וואָס בכללות טיילט עס זיך אין צוויי אופנים: א)
די עבודה אין דברי הרשות,
וואָס ער טוט זיי לשם שמים 49 ,
אָדער נאָכמער 50
אין אַן אופן פון „בכל דרכיך דעהו” 51 ,
ב)
די עבודה אין לימוד התורה וקיום המצות.
און דאָס איז דער חילוק צווישן דער מעלה פון כהנים משרתי ה’ ווי ס’ווערט געטייטשט בכל מקום
(אָדער ווי דער פסוק זאָגט דאָ „גוי קדוש”)
- און דער מעלה פון „ממלכת כהנים” - „שרים”:
די עבודה אין עניני קדושה
(בלימוד התורה וקיום המצות)
איז אין אַן אופן אַז מען איז אויסגעטאָן פון חול פון וועלט 52 ,
וואָס דאָס איז בדוגמת עבודת הכהנים „לעמוד לפני ה’ לשרתו” 53 ,
זיי זיינען מובדל פון עניני עולם,
און נאָר „ה’ הוא נחלתו” 54
- כל מהותם וענינם 55
איז „לעמוד לפני ה’ לשרתו”,
וואָס מצד דעם ווערן אידן אָנגערופן „גוי קדוש”,
זיי זיינען „משרתי וגוי קדוש 56
לדבקה בא־ל קדוש” דורך תומ”צ 57
;
און מצד דער עבודה אין דברי הרשות,
פון „כל מעשיך יהיו לש”ש” און „בכל דרכיך דעהו” 58 ,
וויבאַלד דאָס זיינען מעשי ך
(שלך)
און דרכי ך
(שלך),
זיי זיינען דברי הרשות וואָס ווערן געטאָן לש”ש וכו’,
ווערן אידן אָנגערופן „כהנים - שרים”,
וואָס ווייזט אויף דער שליטה און אָנפירונג פון אידן מיט זאַכן פון דער וועלט
(ובמילא - אַ שייכות צו זיי).
די עבודה איז אופנה ניט דורך זיין אויסגעטאָן פון וועלט,
נאָר
(בעיקר)
צו שולט זיין און אָנפירן מיט עניני העולם,
אויסנוצן די דברי הרשות „לשם שמים”,
ביז אַז אין זיי גופא דערהערט זיך דער ענין פון אלקות - „דעהו”,
עס ווערט אין זיי אַ בירור וזיכוך,
ביז אַז זיי ווערן אַ דבר שבקדושה וכו’ - כלים צו ג־טלעכקייט.
ה.
דאָס איז בכללות.
בפרטיות איז אויך אין דער עבודה פון קיום המצות פאַראַן די צוויי תנועות ואופנים:
א)
ער לערנט תורה און איז מקיים מצות בכדי לדבקה בו ית’,
וואָס „אי אפשר לדבקה בו באמת כי אם בקיום רמ”ח פקודין שהם רמ”ח אברין דמלכא כביכול” 59 .
ד.
ה.
זיין לימוד התורה וקיום המצות איז צוליב זיין „משרת ה’” -ווערן קדוש ומובדל פון וועלט,
„גוי קדוש”.
ב)
דער עסק התורה וקיום המצות איז בכדי פועל זיין אויף גופו ונה”ב וחלקו בעולם,
צו מאַכן פון וועלט אַ דירה 60
לו ית’ בתחתונים 61 .
ו.
עפ”ז יש לומר ביינה של תורה אין דעם פירוש רש”י,
וואָס רש”י טייטשט ממלכת כהנים - שרים,
און ניט ווי בכ”מ,
כפשוטו - משרתי ה’:
די גמרא 62
זאָגט אין דער סוגיא פון מתן תורה,
„בשעה שעלה משה למרום אמרו מלאכי השרת לפני הקב”ה רבש”ע מה לילוד אשה בינינו אמר להן לקבל תורה בא אמרו לפניו חמודה גנוזה כו’ אתה מבקש ליתנה לבו”ד מה אנוש כי תזכרנו 63
וגו’ תנה הודך על השמים 64
א”ל הקב”ה למשה החזיר להן תשובה כו’ אמר לפניו רבש”ע תורה שאתה נותן לי מה כתיב בה 65
אנכי ה”א אשר הוצאתיך מארץ מצרים אמר להן למצרים ירדתם לפרעה השתעבדתם תורה למה תהא לכם,
שוב מה כתיב בה 66
לא יהי’ לך אלקים אחרים בין עמים אתן שרויין כו’”.
ועד”ז האָט משה געענטפערט די מלאכים וועגן די אַנדערע דברות „כלום אתם עושים מלאכה ..
משא ומתן יש ביניכם ..
אב ואם יש לכם ..
קנאה יש ביניכם יצה”ר יש ביניכם ..
מיד הודו לו להקב”ה כו’”.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דער מכוון פון נתינת התורה והמצות איז ניט
(בלויז)
אַז אידן זאָלן זיין אָפּגעזונדערט פון עניני עולם
(מלאכה,
משא ומתן וכו’)
- דער ענין איז פאַראַן באַ מלאכים,
און נאָך מיט מער שלימות ווי עס קען זיין באַ אידן דאָ למטה - נאָר
(בעיקר)
אַז געפינענדיק זיך דאָ למטה און האָבנדיק צו טאָן מיט אומות העולם און עניני עולם,
ביז אַז „יצה”ר יש ביניכם”,
זאָלן דאַמאָלס אידן זיין „שרים”.
אַ איד זאָל זיין אַ שר ומושל אויף זיין יצה”ר ומדותיו; און אַזוי אויך בעולם סביבו,
ער איז אַ שר און פירט אָן מיט עניני העולם,
זיי זאָלן נתברר ווערן און זיין דורכגענומען מיט ג־טלעכקייט
(וואָס דאָס איז די עבודה פון כל מעשיך ובכל דרכיך כנ”ל).
בכללות איז דאָס דער אויפטו פון מתן תורה,
און דער יתרון אין דעם לימוד התורה וקיום המצות וואָס נאָך מ”ת אויף דעם קיום התומ”צ פון די אבות
(וואָס קיימו האבות כל התורה כולה עד שלא ניתנה 67 )
:
קיום התומ”צ באַ די אבות איז געווען ניט צוליב פועל זיין זיכוך ועלית גשמיות העולם,
נאָר - צו ווערן און צו זיין מיוחד מיט אלקות,
בלשון חז”ל 68
„האבות הן הן המרכבה” און ווי ער זאָגט אין תניא 69
„שכל אבריהם כולם היו קדושים ומובדלים מענייני עוה”ז ולא נעשו מרכבה רק לרצון העליון לבדו כל ימיהם”.
דעריבער איז אויך עיקר סדר חייהם - רועי צאן,
אָפּגעזונדערט פון וועלט 70 .
ז.
און דערפאַר לערנט רש”י אַז אין דעם דיבור ה’ וועגן דער עבודה פון אידן בשייכות צו מ”ת,
איז פריער די דרגת העבודה פון „שרים”,
און ערשט נאָכדעם קומט מען צו
(אויך)
צו דעם מצב ומדריגה פון „גוי קדוש”.
דערמיט איז אויך מובן וואָס דער אַלטער רבי בשולחנו - זאָגנדיק אַז „מיד אחר ר”ח התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה” - ברענגט ער דעם פסוק „ובשלישי בשבת אמר להם ואתם תהיו לי ממלכת כהנים” און די ווערטער „וגוי קדוש” איז ער
(בלויז)
מרמז מיט „וגו’” - להדגיש,
כנ”ל,
אַז „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים ” איז אַ באַזונדער סוג און דרגא אין עבודה
(און „וגוי קדוש” איז אַ צווייטע דרגא,
אָבער אַ המשך וגמר פון דער פריערדיקער),
און אין דעם באַשטייט דער עיקר מכוון פון קבלת התורה,
דעריבער איז די ערשטע התעסקות
(„ התחיל משה להתעסק עמהם בענין קבלת התורה”)
געווען אין דעם וואָס „אמר להם ואתם תהיו לי ממלכת כהנים”,
אַז דער עיקר מכוון פון קבלת התורה איז אין דער עבודה 71
פון „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים”.
און די דרגא „וגוי קדוש” איז -„וגו’” - צו דעם קומט מען צו און דאָס איז דער גומר די עבודה פון „ממלכת כהנים” 72 .
ח.
עפ”ז יש לבאר די שייכות פון ב’ סיון צו פ’ במדבר:
דער תוכן פון דער פרשה איז מנין 73
בני ישראל,
ביז אַז דער גאַנצער ספר ווערט אָנגערופן „חומש הפקודים” 74 .
בפרטיות רעדט זיך אין דער פרשה וועגן דריי באַזונדערע ציילונגען:
בתחילת הסדרה - וועגן דעם מנין פון כל בני ישראל אויסער די לויים -„אך את מטה לוי לא תפקוד ואת ראשם לא תשא בתוך בנ”י” 75
; נאָכדעם ווערט דער שבט לוי „נמנה לבדו” 76
- „מבן חודש ומעלה תפקדם” 77
; און ביים סיום הסדרה - „נשא את ראש בני קהת מתוך בני לוי גו’ מבן שלשים שנה ומעלה גו’”,
„מנה מהם את הראויין לעבודת משא” 78 .
ויש לומר אַז די דריי פרטי המנין זיינען בדוגמא צו די דריי ענינים הנ”ל - „והייתם לי סגולה מכל העמים,
ואתם תהיו לי ממלכת כהנים”,
און „וגוי קדוש”.
ט.
דער ביאור בזה:
עס שטייט אין של”ה 79 ,
אַז דורך דעם וואָס מען האָט געציילט די אידן זיינען זיי געוואָרן אַ „דבר שבמנין”,
וואָס דבר שבמנין לא בטיל 80 .
דאָס וואָס אַ דבר שבמנין ווערט ניט בטל,
איז ניט אין דעם זעלבן אופן ווי אַנדערע דברים חשובים ווערן ניט בטל,
ווי ברי’ 81
בע”ח 82
וכיו”ב - וואָס דאָרטן איז די חשיבות אין דער זאַך גופא בגלוי,
זי איז אַנדערש בגלוי פון אַנדערע זאַכן;
משא”כ אַ דבר שבמנין וואָס לא בטיל איז - דורך דעם וואָס מען ציילט עם,
דערוויסט מען זיך 83
אַז ער האָט אַ חשיבות 84
ובמילא - לא בטיל.
די חשיבות זיינע איז ניט גלוי’ וניכרת אין גוף הדבר.
דער ענין ברוחניות איז: מנין באַווייזט אויף דער בחי’ פון אידן אין וועלכע בחיצוניות זיינען אידן ניט אויסגעטיילט
(לכאורה)
פון אַנדערע אומות; דאָס וואָס זיי ווערן ניט בטל איז מצד דעם וואָס דער אויבערטשער איז מונה אותם,
ווייס מען דערפון אַז זיי זיינען חביב כו’.
און דערפאַר איז דער ענין אין מנין בדוגמת „והייתם לי סגולה מכל העמים כי לי כל הארץ ”: אע”פ אַז „לי כל הארץ”,
עס זיינען דאָ „אחרים עמכם”,
פונדעסטוועגן זיינען אידן אויסגעטיילט מצד בחירתו של הקב”ה,
און זיי ווערן ניט בטל לגבי שאר אומות -דאָס ווערט נתגלה דורך מנין,
וואָס דורך דעם איז „חיבתכם ניכרת”,
ווי רש”י זאָגט בתחילת פרשתנו: מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה,
אָדער ווי זיין לשון אין ריש פ’ שמות: „להודיע חיבתן”.
יו”ד.
בהמשך לזה איז דער פסוק מדגיש „אך את מטה לוי לא תפקוד ואת ראשם לא תשא בתוך בנ”י”,
וואָרום זייער מנין איז פאַרבונדן ניט נאָר מיט דעם וואָס זיי זיינען אויסגעטיילט און ווערן ניט בטל,
נאָר מיט „ואתה הפקד את הלוים” - לשון מנוי שררה 85
-נשיאת ראש בסוג בפ”ע ,
גדר מיוחד:
דאָס וואָס מ’האָט דעם שבט לוי געציילט „מבן חודש ומעלה” איז ווייל דורכדעם „הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש “ 86
- בדוגמת העילוי פון „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים” -„שרים”,
בנוסף אויף דעם וואָס זיי ווערן ניט בטל
(„והייתם לי סגולה גו’”).
און לאח”ז קומט דער מנין פון די משפחות בני לוי קהת גרשון ומררי,
מבן שלשים שנה ומעלה - וואָס „בא לצבא לעשות מלאכה באה”מ ”.
בפרשתנו שטייט דער מנין פון בני קהת,
וואָס איז פאַרבונדן מיט „עבודת בני קהת באוהל מועד קודש הקדשים “ 87 .
דער מנין איז ניט מצד דעם כללות’דיקן תפקיד פון די לויים,
די שררה פון „שומר משמרת הקודש”,
נאָר מצד „מלאכה באה”מ” און באַ בני קהת מצד דעם וואָס בני קהת זיינען אויסגעטיילט אויף צו טראָגן די כלי הקודש -„המקודש שבכולן” 88 .
וואָס בכלל איז דאָס ע”ד ווי די מעלת העבודה פון „וגוי קדוש ” כנ”ל.
נוסף ע”ז - בפרשתנו - איז דער מנין פון בני קהת צוליב עבודת הקודש,
נשיאת הארון כו’ - המקודש שבכולן.
וי”ל אַז עס איז אויך פאַרבונדן און שייך מיט דעם וואָס כהנים זיינען פון בני קהת 89
און „יצא ממנו אהרן הכהן שהוא קודש הקדשים” 90 .
יא.
ע”ד ווי גערעדט פריער אַז דער עיקר הכנה צו מ”ת איז „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים - שרים” - עד”ז זעט מען,
בענין הנ”ל,
אַז דער חידוש מיוחד פון פ’ במדבר איז מנין בני לוי:
דער מנין פון כללות בני ישראל איז ניט קיין ענין וואָס ווערט נתחדש און אויפגעטאָן ערשט אין אונזער סדרה -דאָס איז שוין געווען פריער - ווי רש”י זאָגט גלייך,
אַז „כשיצאו ממצרים מנאן כו’”
(וואָס „מתוך חיבתן לפניו מונה אותם כל שעה ”)
און דאָ רעדט זיך שוין וועגן דעם דריטן מנין פון בני ישראל.
אויך דער חידוש פון „נשא את ראש בני קהת” איז ניט אינגאַנצן פאַרבונדן מיט פ’ במדבר,
וואָרום כאָטש אַז בני קהת זיינען אויסגעטיילט אין זייער עבודה,
איז אָבער זייער סדר המנין
(„מבן שלשים שנה ומעלה”)
דער זעלבער ווי ביי אַלע בני לוי; און אפילו דער אופן עבודה פון בני קהת
(עבודת משא)
איז פאַראַן אויך באַ בני גרשון 91
; ביז אַז דער „נשא את ראש בני קהת”
(בסוף פרשתנו)
איז די התחלה פון דעם המשך הענין
(אין דער סדרה שלאח”ז)
: „נשא את ראש בני גרשון גם הם ”.
דער חידוש און ענין המיוחד אין פ’ במדבר,
איז דער מנין און דער תפקיד פון כללות שבט לוי,
דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט די לויים ממנה געווען צו זיין „תחת כל בכור בבנ”י” 92
אַנשטאָט כל בכור - דער ערשטער און אָנפירער פון אַלע קינדער,
לוקח פי שנים בהירושה וכו’ 93 ,
(וואָס אין דעם אַלעם איז דאָך דאָ עבודה להוי’ פון דעם „בכור בבנ”י”).
ווייל,
כנ”ל,
דער עיקר ומטרה פון מתן תורה איז „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים - שרים”,
צו שולט זיין אויף עניני עולם און אָנפירן מיט זיי,
פועל זיין אַז זיי זאָלן ווערן אַ דירה לו ית’.
און בכל שנה ושנה,
ווען „הימים האלה נזכרים” 94 ,
און יעדער איד בעבודתו טוט אין דער הכנה פון „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים - שרים”,
ווערט אויך אויפגעטאָן דער ענין פון „ממלכת כהנים” כפשוטו,
ביז כפשוטו ממש - בביהמ”ק השלישי.
אידן ווערן שרים אויף כל עניני העולם,
ביז אַז „שתמליכו שרים שלמעלה”
(ווי דער מגיד 95
טייטשט אָפּ „ממלכת כהנים”),
מען איז זוכה צו דעם מצב פון „מלכים אומניך ושרותיהם מיניקותיך” 96
נאָך זייענדיק אין גלות,
און מ’גרייט זיך צו מקבל זיין די תורה בשמחה
ובפנימיות 97 ,
און דורך דעם אויך צו לערנען בקרוב ממש - תורתו של משיח,
וואָס דעמאָלט וועט זיין והי’ הוי’ למלך על כל הארץ גו’ 98 ,
והייתה להוי’ המלוכה 99 .
(משיחת ש”פ במדבר,
ב’ סיון,
תשכ”ו)