א.
אין פסוק 1
"פקוד את בני לוי גו׳ כל זכר מבן חודש ומעלה תפקדם",
שטעלט זיך רש״י אויף "מבן חודש ומעלה" און איז מפרש: "משיצא מכלל נפלים 2
הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש".
בפשטות קומט רש״י באווארענען,
אז דאס וואס מען ציילט זיי "מבן חודש",
איז עס ניט ווייל "בן חודש" האט אין זיך א באזונדער חשיבות
(ע״ד ווי מנין בנ״י "מבן עשרים שנה גו׳" 3 ,
וואס ער ווערט א "יוצא צבא"),
נאר ס׳איז בלויז דערפאר וואס ביז ער ווערט א בן חודש איז מען נאך ניט זיכער אז דער ולד איז ניט קיין נפל; אבער בעצם איז א בן לוי ראוי צו געציילט ווערן תיכף פון געבורט
(וכהמשך דברי רש״י "למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטן 4
כו׳").
מ׳דארף אבער פארשטיין: בדרך כלל געפינט מען ניט אז רש״י בפירושו עה״ת זאל זאגן טעמים אויף מצוות ומכל שכן אויף פרטי המצוות 5 .
איז דערפון קלאר,
אז דארט וואו ער ברענגט יע א טעם,
איז דאס דערפאר וואס דורך דעם טעם ווערט פארענטפערט א קשיא אין פשטות הכתובים.
וואס איז די קשיא דא וואס דערפאר בריינגט דא רש״י טעמא דקראי
לאידך,
געפינט מען אין אנדערע ערטער ענלעך לנדו״ד,
און פונדעסטוועגן זאגט רש״י ניט קיין טעם: פאר אונזער סדרה - אין פ׳ ערכין 6
שטייט "ואם מבן חודש גו׳ והי׳ ערכך גו׳",
און רש״י איז דארט ניט מבאר דעם טעם פארוואס א פחות מבן חודש האט ניט קיין ערך; עד״ז ביים ציווי 7
"שור או כשב גו׳ ומיום השמיני והלאה ירצה לקרבן גו׳",
איז רש״י ניט מבאר פארוואס מ׳דארף ווארטן ביז "יום השמיני"
(כאטש אין תרגום יונתן שטייט דער טעם 8
"דישתמודע דלא נפיל").
היינט פארוואס עפעס דא מוז רש״י אראפברענגען טעמא דקראי
ב.
נאך מער תמוה איז דאס וואס רש״י איז מוסיף "
(משיצא מכלל נפלים)
הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש":
א)
דא וויל מען מסביר זיין פארוואס מען ציילט שבט לוי מבן חודש ומעלה -איז וואס איז דא נוגע אז דער מנין איז "ליקרא שומר משמרת הקודש״י
נאכמער: שפעטער אין פרשה 9
ביים מנין הבכורות שטייט אויך "פקוד גו׳ מבן חודש ומעלה גו׳״ - וואס דאס איז דאך ניט "ליקרא שומר משמרת הקודש" און כללות הטעם איז די זעלבע,
ווי רש״י טייטשט ״משיצא מכלל ספק 10
נפלים"?
אויך איז רש״י ניט מוסיף דארט אן אנדער כוונה פון דעם מנין.
ב)
וואס איז דא רש״י מחדש ?
- עם שטייט דאך שוין בפירוש אין די פריערדיקע פסוקים 11
אז ענינו פון שבט לוי איז "ושמרו את משמרתו גו׳ לעבוד את עבודת המשכן"!
ג)
אויב משום איזה טעם דארף רש״י זאגן דא אין וואס באשטייט די עבודה פון שבט לוי - פארוואס איז ער משנה פון דעם לשון פון פריערדיקען פסוק הנ״ל און זאגט "שומר משמרת הקודש",
וואס איז פון א שפעטערדיקען פסוק 12
.
די תמי׳ איז נאך גרעסער: דער לעצטער פסוק שטייט נאר ביי בני קהת און ניט ביי כללות הלויים?
!
[ואע״פ אז אין פסוק 13
"ונשיא נשיאי הלוי גו׳ פקודת שמרי משמרת הקודש" טייטשט רש״י: "ועל מה היא נשיאותו פקודת שומרי משמרת הקודש על ידו הי׳ פקודת כולם ",
אז דאס גייט אויף אלע לוים - איז אבער אלץ ניט מובן פארוואס שרייבט רש״י דא א לשון
(פון א פסוק)
וואס שטייט בעיקר ביי בני קהת,
בעת ער האט געקענט ברענגען כמה לשונות וואס שטייען ביי אלע לוים].
ד)
אין פריערדיקן פסוק 14
וועלכער רעדט אויך וועגן דער אנדערשקייט פון מנין שבט לוי "אך את מטה לוי לא תפקוד גו׳" שרייבט רש״י דעם טעם "כדאי הוא לגיון של מלך להיות נמנה לבדו״ - און דא איז רש״י משנה און זאגט "שומר משמרת הקודש",
און ניט "נמנה בלגיון של מלך"?
ג.
דער הכרח פון רש״י צו מבאר זיין ״משיצא מכלל נפלים״ - וואלט מען לכאורה געקענט זאגן: דער ציווי "פקוד את בני לוי" קומט דאך בהמשך צום דיבור ה׳ "ואני הנה לקחתי את הלוים מתוך בנ״י תחת כל בכור גו׳ והיו לי הלוים כי לי כל בכור ביום הכתי כל בכור בארץ מצרים" 15
; און וויבאלד אז ״והיו לי הלוים״ איז דאס ״תחת כל בכור״ - וואס אין דעם גייען אריין אלע בכורות,
אפילו די וואס פאר "בן חודש״
(אזוי ווי ״הכתי כל בכור בארמ״צ״ שבפסוק - זיינען געמיינט אלע בכורות),
האט דאך דער ציווי "פקוד את בני לוי״ - וואס קומט בהמשך צו "והיו לי הלוים״ - געדארפט ארייננעמען אלע לוים אז זיי זאלן זיין "לי",
אויך די קלענערע ווי "כן חודש"?
דעריבער מוז רש״י מסביר זיין אז באמת וואלט מען געציילט די בני לוי "מן הבטן",
נאר מ׳ווארט ביז "יצא מכלל נפלים".
אבער עפ״ז,
אז דער ציווי "פקוד את בני לוי" קומט בהמשך צו "ואני הנה לקחתי את הלוים גו׳ תחת כל בכור גו׳",
ווערט ערשט שווער - וואס רש״י זאגט א טעם
(וחשיבות)
אין בני לוי מצד עצמן אויך דעם וואס מ׳ציילט זיי "מבן חודש":
א)
וויבאלד די לוים זיינען "תחת כל בכור גו׳ מבני ישראל",
און
(כדלקמן בפרשה 16 )
די בכורות האט מען געדארפט ציילן
(און פודה זיין זיי מיט די לוים)
נאר ״מבן חודש ומעלה״ - קומט דאך אויס,
אז בדרך ממילא האט מען אויך די לוים
("תחת כל בכור")
געדארפט ציילן נאר "מבן חודש ומעלה";
היינט פארוואס לערנט רש״י דעם טעם אויך "מבן חודש" ביי לוים ווייל דעמאלט ״יצא - דער לוי - מכלל נפלים",
און ניט - ווי עס לערנען טאקע כמה ממפרשי התורה 17
(גענומען פון במדבר רבה 18 )
- ווייל די לוים זיינען א פדיון פון די בכורות און מנין הבכורות איז "מבן חודש ומעלה"?
[אמת טאקע אז מנין הבכורות "מבן חודש ומעלה" איז צוליב דעם טעם וואס "יצא מכלל ספק נפלים"
( כפרש״י שם,
וכנ״ל ס״ב)
- אבער ע״פ הנ״ל - איז בא בני לוי ניט דאס דער טעם 19 ].
ב)
עפ״ז ווערט נאך שווערער וואס רש״י זאגט "
(משיצא מכלל נפלים)
הוא נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש ": לכאורה איז דער טעם המנין משיצא כו׳
( ניט נאר "ליקרא שומר משמרת הקודש",
נאר אויך)
צוליב פדיון הבכורות,
(ואדרבה)
דער טעם איז מפורש שפעטער אין פרשה?
ד.
ווייטער איז רש״י ממשיך: "א״ר יהודה ב״ר שלום למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטן שנאמר 20
אשר ילדה אותה ללוי במצרים עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה ונמנית בשבעים נפש 21
שכשאתה מונה חשבונם לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת והיא השלימה את המנין".
איז אויך דא ניט מובן: א)
ווי גערעדט פריער איז רש״י ניט מפרש טעמא דקרא סיידן עס ווערט דורכדעם פארענטפערט א קשיא אין פשוטו של מקרא - פארוואס ברענגט דא רש״י דעם מאמר אז "למוד הוא אותו השבט כו׳"?
ב)
דער בן חמש
(למקרא)
דארך ניט אנקומען צו למוד הוא כו׳ ווייל ער האט שוין פריער 14
געלערנט ״אך את מטה לוי לא תפקוד גו׳ בתוך בנ״י",
און רש״י טייטשט דארטן: "כדאי הוא לגיון של מלך להיות נמנה לבדו.
דבר אחר צפה הקב״ה כו׳ על כל הנמנין מבן עשרים שנה ומעלה כו׳ אמר אל יהיו אלו בכלל כו׳",
וואס פון ביידע פירושים איז מובן,
אז זייענדיק "לגיון של מלך",
אויסגעטיילט פון אלע אידן,
איז זייער מנין ניט דומה צום מנין בנ״י.
ג)
לאידך: וואס איז די ראי׳ פון יוכבד לעניננו: דא ציילט מען "כל זכר " און כדי "ליקרא שומר משמרת הקודש ",
משא״כ דארט האט מען געציילט "שבעים נפש " און כדי צו וויסן "הבאים מצרימה"?
ה.
אויך זיינען דא כו״כ דיוקים אין לשון רש״י:
א)
״נמנה מן הבטן ״ - בשינוי פון דעם מקור פון דער מימרא של ר״י בר״ש
(תנחומא 22 ,
במדבר רבה 23
ועוד 24 )
וואו דער לשון איז "עד שהם קטנים "?
אפילו מ׳זאל זאגן אז רש״י איז משנה דעם לשון 25
צו מדגיש זיין אז דאס מיינט אפילו קטנים וואס זיינען ערשט געבארן געווארן 26
(פאר "מבן חודש ומעלה")
- וואס דערמיט איז אויך מובן וואס רש״י איז מוסיף "שנאמר אשר ילדה אותה ללוי במצרים עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה"
(כאטש דאס ווערט ניט גענואכט 27
בדברי ר״י בר״ש 28
ווי זיי שטייען אין מדרש)
- ווייל ער וויל מדגיש זיין אז דאס איז תיכף משנולד -
איז מער מתאים דער לשון "משנולד",
וואס באצייכנט דעם בן לוי המנוי,
און ניט ״מן הבטן ״ - בטן אמו ?
ב)
דער לשון הגמרא 29
(און בכמה מדרשים)
איז לידתה ״בין החומות״ -פארוואס שרייבט רש״י "כניסתה בפתח מצרים" 30 ?
ג)
וואס איז רש״י מדייק בלשונו "כניסתה בפתח מצרים" 30 ,
און ניט סתם "כניסתה למצרים"?
ד)
פארוואס ברענגט רש״י די ראי׳ אז מ׳האט געציילט יוכבד בין הבאים מצרימה פון דעם וואס "נמנית בשבעים נפש״ - די ראי׳ איז דאך שוין דא פון א פריערדיקן פסוק 31
- "אלה בני לאה גו׳ כל נפש גו׳ שלשים ושלש",
און "בפרטן אי אתה מוצא אלא ל״ב״ 32
- האט רש״י געדארפט ברענגען די ראי׳ פון דארט?
[הגם אז אזוי ווערט עס געבראכט אין דער מימרא פון ר״י בר״ש - איז: א)
הא גופא קשיא,
ב)
ווי גערעדט כמה פעמים,
איז ניט ענינו של רש״י צו אראפברענגען אין זיין פירוש דרשות רז״ל,
סיידן דאס איז שייך צו פשוטו של מקרא; האט רש״י געדארפט ברענגען ניט די מימרא פון ר״י בר״ש,
נאר די ראי׳ פון פריערדיקן פסוק 33 .
ובפרט אז אויך די ראי׳ פון יענעם פסוק געפינט זיך בדברי רז״ל 34 ].
ה)
פארוואס קלייבט אויס רש״י די גירסא פון תנחומא 22
אז לא תמצאם אלא ״שבעים חסר אחת״ - און ניט ווי די גירסא
(קצרה)
אין במדבר רבה 23
-"הרי ס״ט" 35 ?
ו)
פארוואס איז רש״י כופל בסיום פירושו "והיא השלימה את המנין" נאכדעם ווי ער האט שוין פריער געזאגט "ונמנית בשבעים נפש"?
ובפרט אז די הוספה איז ניטא אין מדרש 36 .
ז)
פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם שם בעל-המימרא - ר׳ יהודה בר׳ שלום - וואס דאס טוט ער,
ווי שוין גערעדט כמה פעמים,
נאר לשם תוספות ביאור אין זיין פירוש 37 ?
ו.
דער פלא אין די אויבנדערמאנטע דיוקים ווערט נאך גרעסער: רש״י האט שוין אראפגעבראכט אין פ׳ ויגש 31
דעם זעלבן ענין - אז יוכבד ווערט געציילט במנין הנפש הבאים מצרימה - אבער דארט:
(א)
שטעלט זיך רש״י
(און ברענגט דעם מרז״ל)
אויפן פסוק "אלה בני לאה גו׳ כל נפש גו׳ שלשים ושלש ",
(ב)
ער זאגט "ובפרטן אי אתה מוצא אלא ל״ב" - און ניט "ל״ג חסר אחת",
(ג)
ער זאגט "אלא זו יוכבד שנולדה בין החומות בכניסתן לעיר" 38 ,
(ד)
איז ניט כופל צום סוך "והיא השלימה את המנין"
(ה)
ברענגט ניט אראפ דעם שם בעל המימרא 39
פון "ובפרטן אי אתה מוצא אלא ל״ב"?
!
דער פלא איז נאך גרעסער: אויך אין פ׳ פינחס - אויפן פסוק 20
"אשר ילדה אותה ללוי במצרים״ - ברענגט רש״י אז יוכבד איז געווען אין דעם מנין פון שבעים נפש,
נאר דארט זאגט ער בקיצור * 39
- "כשנכנסו לתוך החומה ילדתה והיא השלימה מנין שבעים שהרי בפרטן אי אתה מוצא אלא ששים ותשע";
היינט אפילו אויב רש״י מוז דא ברענ-גען די ראי׳ דערפון וואס "נמנית בשבעים ",
האט ער געקענט שרייבן בקיצור ווי פרש״י אין פ׳ פנחס
(וואס איז קרוב צום לשון הגמרא אין ב״ב 40 )
-
(א)
"אי אתה מוצא אלא ס״ט" - ניט "שבעים חסר אחת",
(ב)
ניט כופל זיין "ונמנית בשבעים נפש..
והיא השלימה את המנין",
(ג)
ניט ברענגען דעם שם בעל המימרא 41 ?
ז.
דער ביאור בכל זה:
ווי געזאגט פריער
(ס״ג),
קומט דער פסוק בהמשך צו "ואני הנה לקחתי את הלוים מתוך בנ״י גו׳ והיו לי הלוים״ - איז רש״י דארט מפרש: ״מתוך בנ״י -שיהיו ישראל שוכרין אותן לשירות שלי ..
לפי שהיתה העבודה בבכורות כו׳ והלוים כו׳ נבחרו תחתיהם"; ד.
ה.
רש״י לערנט אז "לקחתי את הלוים גו׳ תחת כל בכור גו׳" מיינט דאס ניט דעם ענין וואס לויים זיינען פודה די בכורות
(ווי עם לערנען אנדערע מפרשים 42 )
- ווייל דער ציווי אויך דעם פדיון איז געקומען ערשט שפעטער ,
נאכן מנין הלוים; נאר דאס איז אן ענין בפני עצמו: דער אויבערשטער האט בוחר געווען בלוים ״תחת כל בכור״ - "שיהיו ישראל שוכרין אותן לשירות שלי".
קען שוין רש״י ניט לערנען אז דער טעם פון מנין הלוים "מבן חודש ומעלה" איז ווייל ענינו איז בכדי צו פודה זיין די בכורות ״מבן חודש ומעלה״ - ווייל אויך דעם איז מען אנגעזאגט געווארן און דאס איז נתחדש געווארן 43
ערשט שפעטער.
ח.
וויבאלד אז דער מנין הלוים קומט בהמשך צו די פסוקים וואס ריידן וועגן עבודת הלוים,
איז מסתבר צו זאגן אז דער מנין איז פארבונדן מיט זייער עבודה - איז דאך תמוה: עבודת הלוים הייבט זיך ערשט אן "מבן שלשים גו׳" 44
,
האט דאך זייער מנין אויך געדארפט זיך אנהויבן ״מבן שלשים״ - וואס פאר א שייכות האט א לוי "מבן חודש" צו דער עבודת בני לוי 45 ?
דעריבער מוז רש״י מוסיך זיין "נמנה ליקרא שומר משמרת הקודש": אויך א "בן חודש ומעלה" האט א שייכות צו עבודת בני לוי,
ווייל פון דעמאלט אן
(הגם ער טוט ניט קיין עבודה)
ווערט ער אנגערופן - ״ליקרא - שומר משמרת הקודש".
ט.
עפ״ז איז אבער ניט פארשטאנדיק: בשלמא דאס וואס מען דארך ציילן שבט לוי באזונדער ,
אדער אפילו וואס מען ציילט זיי מבן חודש ומעלה -קען מען פארשטיין,
וויבאלד זיי זיינען "לגיון של מלך",
זיינען זיי אנדערש פון אנדערע שבטים; אבער פארוואס זאל ביי זיי זיין די מעלה אז שוין "מבן חודש ומעלה" זאלן זיי גערופן ווערן "שומר - תואר המורה על פעולה,
ל׳ הווה 46
-משמרת הקודש"?
אויך דעם ברענגט רש״י "אמר ר״י בר״ש למוד הוא אותו השבט כו׳",
און טייטשט גלייך אויס אז ניט נאר האט מען יוכבד׳ן געציילט,
נאר זי איז אריין אין דעם מספר פון " שבעים נפש",
און נאכמער,
זי האט משלים געווען צום מנין;
וואס דער דיוק גיט צו פארשטיין אויך א בן חמש,
אז דאס וואס דער פסוק איז מדגיש דעם מספר נפשות "לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים " 47 ,
איז דא אין דעם א שלימות,
שבעים ווייזט אויך א שלימות 48 ,
כללות פון דעם גאנצן אידישן פאלק 49
; און יוכבד האט משלים געווען אט דעם מנין ד.
ה.
זי האט אויפגעטאן א שלימות אין גאנצן "בית יעקב",
זיי זאלן צוקומען צום ווערן במספר שבעים.
און וויבאלד אז " למוד הוא אותו השבט" אז באלד ביים געבורט האבן זיי בכח צו פועל׳ן שלימות אין גאנצן "בית יעקב״ - דערפאר קען מען זיי ציילן שוין "מבן חודש",
און זיי אויך אנרופן "שומר משמרת הקודש״ - א תפקיד וואס איז נוגע אלע אידן
(וכלשון רש״י הנ״ל -"שיהיו ישראל שוכרין אותן כו׳").
[דערמיט ווערט אויך מובן -
(א)
וואס רש״י ברענגט די ראי׳ פון "שבעים" און ניט פון "שלשים ושלש".
(ב)
וואס ער חזר׳ט איבער "והיא השלימה את המנין"].
יו״ד.
ביים בן חמש למקרא - עכ״פ א תלמיד ממולח *49
- איז אבער ניט גלאטיק: וויבאלד אז ביז "בן שלשים" איז מען ניט קיין ״שומר משמרת הקודש״ -וואס טוט אויף דאס אנרופן אים מיטן נאמען,
וואס איז א קריאה בעלמא 50 ?
דעריבער איז רש״י מעתיק אויך דעם נאמען פון בעל המימרא "ר׳ יהודה בר׳ שלום",
וואס ער גייט לשיטתו,
אז קריאת שם אליין איז אן ענין:
דער ירושלמי 51
פרעגט: "כתיב 52
והימים אשר מלך דוד על כל ישראל ארבעים שנה וגו׳ וכתיב 53
בחברון מלך על יהודה שבע שנים וששה חדשים ובירושלים מלך שלשים ושלש שנה וגו׳״ -אז בפועל איז מלך מ׳ שנה מיט זעקס חדשים?
און ברענגט אויף דעם כמה תירוצים.
דערנאך ברענגט ער: "א״ר יודן בי ר׳ שלום כתיב 54
כי ששת חדשים ישב שם יואב וכל ישראל א״ל הקב״ה אני אמרתי לך אל תתגרו בם 55
וביקשת להתגרות בם חייך שאינן נמנין לך".
זעט מען דערפון שיטתו פון ר״י בר״ש,
אז דאס וואס די תורה רופט אים ניט אן בשם מלך במשך ששה חדשים,
איז דאס אליין שוין אן עונש,
כאטש אויך דעמאלט האט ער
(לויט דער שיטה 56 )
געהאט א דין פון א מלך;
און מרובה מדה טובה כו׳,
אז דאס אליין וואס מ׳רופט די לוים,
"שומר משמרת הקודש" איז שוין אן ענין של מעלה וחשיבות.
יא.
עס בלייבט נאך אבער שווער
[נוסף אויף די דיוקים
(דלעיל ס״ה)
: א)
"נמנה מן הבטן ",
ב)
"כניסתה בפתח מצרים",
ג)
״שבעים חסר אחת״]
- פארוואס ברענגט רש״י דוקא די מעלה פון "שומר משמרת הקודש"?
אויך איז ניט פארשטאנדיק: סוף־סוף,
ווי קען מען אפילו בלויז אנרופן די לוים "מבן חודש ומעלה" מיטן נאמען "שומר משמרת הקודש" בשעת זיי זיינען בפועל ניט שומר 57 ?
וואלט מען לכאורה געקענט זאגן,
אז
(אויך)
צוליב דעם איז רש״י מעתיק דעם שם בעל המימרא - ר׳ יהודה בר״ש - ווייל לשיטתו קען מען אנרופן אויך א ניי־געבארענעם קינד ע״ש פעולותיו בעתיד 58
:
די משנה זאגט אין נדרים 59 ,
אז אויב איינער זאגט "קונם שאיני נהנה לזרע אברהם אסור בישראל ומותר באומות העולם".
פרעגט דער ירושלמי 60
"ואין ישמעאל בכלל זרעו של אברהם?
(און ענטפערט,
אז עס שטייט 61 )
כי ביצחק יקרא לך זרע.
(פרעגט ער ווייטער)
ואין עשו בכלל זרע יצחק.
א״ר יודן בר שלום ביצחק במקצת יצחק.
ר׳ הונא אמר בי״ת
(פון ביצחק)
תרי,
בן שהוא עתיד לנחול שני עולמות העולם הזה והעולם הבא".
לכאורה איז ניט מובן די הסברה פון ר״י בר״ש אין דעם ענין "ביצחק במקצת יצחק": עשו איז דאך פארט געווען זרע יצחק ובפרט קודם שיצא לתרבות רעה -
(משא״כ בנוגע לישמעאל - איז דער פסוק אליין ממשיך גלייך ומבאר "
(וגם את)
בן האמה ״ - ניט אברהם׳ס)
- אויך
לא בא הכתוב לסתום אלא לפרש 62
: וואו ליגט עס אין פסוק אז יעקב איז דער "מקצת" און ניט עשו?
מוז מען זאגן,
אז היות ווי ביים עלטער פון י״ג שנה 63 ,
יצא עשו לתרבות רעה 64 ,
איז שוין משעת לידתו איז ער ניט זרעו של יצחק 65 ,
און מרובה מדה טובה - וויבאלד אז די לוים וועלן בעתיד זיין "שומר משמרת הקודש",
קען מען באלד משעת לידתם אנרופן זיי מיט אט דעם נאמען.
אבער דער תירוץ איז ניט אויסגעהאלטן,
ווייל 66
[נוסף לזה וואס עס לייגט זיך ניט אז אויף אזא גאנצע שקו״ט זאל רש״י בלויז מרמז זיין מיט אראפברענגען דעם שם בעל המימרא 67
- איז]
אויך אין בבלי 68
שטייט דער זעלבער תירוץ "ביצחק ולא כל יצחק",
און דארטן איז דאס א סתם גמרא - ד.
ה.
לדעת הבבלי
(וואס הלכה כבבלי)
איז דאס ניט קיין שיטה פון ר״י בר״ש,
נאר ס׳איז א פירוש סתם,
לדברי הכל.
נאכמער ועיקר: רש״י האט שוין פריער 69
אראפגעבראכט דעם מאמר "כי ביצחק ולא כל יצחק",
און ברענגט עם סתם ניט בשם ר״י בר״ש.
יב.
איז דער ביאור בזה:
מיטן ענין פון "שומר משמרת הקודש" מיינט רש״י שמירה בפשטות,
וואס די לוים האבן געהיט דעם משכן "שלא יקרב זר״ 70
וכמש״נ 71
"ושמרו הלוים את משמרת משכן העדות",
און צוליב דעם איז
(ע״ד הפשט)
געווען דער ציווי "והלוים יחנו סביב למשכן העדות" 71 .
און דערפאר קען מען - ״ליקרא״ -אנרופן די לוים "שומר משמרת הקודש" שוין "מבן חודש ומעלה",
ווייל מיט זייער חני׳,
געפינען זיך סביב למשכן העדות,
זיינען זיי "שומרי משמרת הקודש",
כאטש צו דער עבודה פון שמירת המשכן זיינען זיי נאך ניט שייך 72 .
[משא״כ בנוגע אנדערע עבודות פון שבט לוי
(וואס צוליב זיי ווערן לוים אנגערופן לגיון של מלך)
פאסט ניט צו זאגן אז די וואס טוען ניט די עבודה בפועל זאלן שוין זיין אין לגיונו על שם העתיד].
יג.
פרעגט אבער דער בן חמש למקרא: דאס ציילן די לוים "מבן חודש ומעלה" באווייזט אויף א מעלה וואס זיי פארמאגן; אבער די מעלה פון א "בן חודש" וואס איז "שומר משמרת הקודש" איז ניט זיין מעלה - ער טוט דערצו גארניט; ס׳איז תלוי באמו,
וואס זי האט אים געבארן און זי האלט אים
(צריך לאמו *72 )
ארום זיך במחנה לוי׳ - "סביב למשכן העדות"?
אויך קען מען פרעגן: פונקט ווי די לוים היטן דעם משכן דורך זייער חני׳ סביב המשכן שלא יקרב זר מבנ״י,
אזוי היטן אלע בנ״י דעם משכן דורך זייער חני׳ סביב
(הלוים וואס זיינען סביב)
למשכן,
שלא יקרבו אומות העולם - איז וואס איז די באזונדערע מעלה פון שבט לוי בענין שומר משמרת הקודש,
וואס צוליב דעם ווערן נאר זיי געציילט "מבן חודש ומעלה"?
דעריבער ברענגט רש״י די מימרא פון ר״י בר״ש אז "למוד הוא אותו השבט להיות נמנה מן הבטן כו׳",
וואס דערמיט ווערן פארענטפערט די ביידע שאלות: שבט לוי
("אותו השבט")
ווערט נמנה "מן הבטן ",
ד.
ה.
אפילו ווען דער ולד איז ערשט "מן הבטן" און זיין מעלה איז תלוי׳ באמו ,
שוין דאן ווערט ער נמנה באזונדער,
א מציאות פאר זיך אליין 73 .
און בכדי צו מאכן קלאר אז דאס וואס יוכבד "נמנית בשבעים נפש" איז עס ניט ווי זי איז שוין אינגאנצן א מציאות פאר זיך,
נאר ווי זי האט נאך א שייכות מיט בטן אמה,
איז רש״י מדייק: א)
"עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה",
ב)
"לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת".
והביאור: מען קען ניט רעכענען יוכבד׳ן ווי זי איז א מציאות פאר זיך - לאחרי הלידה - צווישן די "בני ישראל הבאים מצרימה" 74 ,
ווייל זי איז געבארן געווארן ערשט "עם כניסתה בפתח מצרים" 75
; בשעת אבער מען רעכנט איר ווי זי איז ״מן הבטן״,
דעמאלט - מצד אמה - איז זי "הבאים מצרימה",
וויבאלד זי איז שוין געווען בבטן אמה פאר כניסתה למצרים.
און דאס איז דער דיוק "אשר ילדה אותה ..
עם כניסתה בפתח מצרים": וואלט זי געבארן געווארן פריער - איז זי שוין א מציאות לעצמה ווי אלע אנדערע במספר שבעים נפש
(און האט ניט קיין שייכות לעניננו - נמנה מן הבטן )
; וואלט זי געבארן געווארן שפעטער -קען מען איר ניט רעכענען אין " הבאים מצרימה",
ווייל כל זמן זי איז בבטן אמה איז זי ניט קיין מציאות פאר זיך נאר "ירך אמה".
וויבאלד אבער זי איז געבארן געווארן "עם כניסתה בפתח מצרים״ - וואס ענינו של פתח איז צו מחבר זיין דעם חוץ לעיר מיט דער שטאט - ווערט נצטרף איר זיין בבטן אמה פאר דער כניסה מיט לידתה "עם כניסתה בפתח מצרים".
און דאס איז אויך דער דיוק "לא תמצאם אלא שבעים חסר אחת": אויך פאר לידת יוכבד איז געווען שבעים נפש,
ווארום זי איז שוין געווען נגמרה לגמרי בבטן אמה,
ס׳איז אבער געווען אין אן אופן פון "שבעים חסר אחת" 76
: עס זיינען דא שבעים,
אבער זיי זיינען " חסר
(דעם בפועל פון)
אחת"; "והיא השלימה את המנין״ - דורך איר לידה איז צוגעקומען א שלימות 77
אין די "שבעים
(וועלכע זיי-נען)
חסר אחת",
עס זאל ווערן שבעים אן ״חסר״ - שלמים.
יד.
פון יינה של תורה בפרש״י:
אויפן פסוק 78
"אנכי שלומי אמוני ישראל" איז מבואר אין חסידות 79
(מיוסד אויפן זהר 80 )
אז דאס גייט אויף ספי׳ המלכות "שמשלמת לכל ספירה וספירה" 81 .
וואס דער פירוש אין דעם איז
(ניט נאר אז מלכות איז משלים דעם מספר פון עשר ספירות - וואס דאס איז ניט קיין ענין מיוחד אין ספי׳ המלכות,
יעדע ספירה איז דאך משלים דעם מספר הספירות,
וואס מספרן עשר -נאר)
אז אין צוגאב צו איר זיין איינע פון די עשר ספירות,
פועל׳ט מלכות א שלימות אין יעדערער פון אלע ספירות.
פון דעם איז מובן בנוגע דעם פירוש חז״ל 82
אויף "אנכי שלומי אמוני ישראל",
אז דאס גייט אויף סרח בת אשר שאמרה "אני הוא שהשלמתי מנינן של ישראל במצרים״ - אז דער "השלמתי" איז אויך פון לשון שלימות
[ובפרט ע״פ המבואר אין אוה״ת 83
אז סרח בת אשר "י״ל שהוא המלכות"].
פון דעם איז אויך מובן בנוגע לשון רש״י אז יוכבד " השלימה את המנין",
אז דאס איז דער ענין פון שלימות אין דעם
(מנין פון)
כל בני ישראל.
טו.
דאס וואס מלכות פועל׳ט א שלימות אין אלע ספירות,
איז דאס ווייל דורך מלכות ווערט נמשך דער גילוי אויך אין עולמות בי״ע,
וואס דאס איז דער "עיקר הכוונה של המאציל" 84
; ווי-באלד אבער אז ספי׳ המלכות איז זיך מתלבש אין עולמות בי״ע,
האט זי ניט בכח - מצד עצמה - אויפצוטאן דעם גילוי אין בי״ע,
ווייל "אין חבוש מתיר עצמו" 85
; נאר עס איז מצד דעם וואס אין מלכות איז מאיר דער אור פון די ספירות וואס זיינען העכער פון
(דער התלבשות פון)
ספירת המלכות.
און דאס איז דער טעם פנימי וואס יוכבד האט משלים געווען דעם מנין אין דעם אופן וואס לידתה איז געווען "עם כניסתה בפתח מצרים" 86
: בכדי צו פועל׳ן די שלימות אין
(מנין)
בנ״י,
איז דאס דוקא דורך דעם וואס לידתה איז "עם כניסתה כו׳"
(בדוגמת די ירידה פון מלכות לבי״ע)
; אבער לאידך,
זיינען אלע ימי עיבורה געווען פאר דער כניסה למצרים
[און דוקא מצד דעם קען זי אריינגיין אין דעם מנין,
כנ״ל סי״ג בדיוק ״עם כניסתה בפתח מצרים״]
- ווייל דער כח צו אראפגיין און פועל׳ן אן ענין פון גאולה אין מצרים
[וכמש״נ 87
" ותחיינה את הילדים"],
נעמט זיך פון אן ארט וואס איז "מחוץ"
(און העכער)
פון מצרים
(וגבולים).
און דאס איז אויך מרומז אין דעם שם בעל המימרא - ר׳ יהודה ב״ר שלום 88
: ״יהודה״ - הפעם אודה,
הודאה,
ספי׳ המלכות 89 .
"שלום" גייט אויף תורה
("ניתנה לעשות שלום בעולם" 90 ),
און ספי׳ התפארת 91 .
ר׳ יהודה ב״ר שלום איז דער חיבור פון מלכות און תפארת; קב״ע ותורה.
און אין תורה עצמה: דער חיבור פון גליא דתורה - מלכות,
מיט פנימיות התורה - תפארת 92 ,
"דלית תמן לא קשיא כו׳ ולא מחלוקת כו׳" 93 ,
וואס דורך דעם חיבור איז קא אתי מר,
דא מלכא משיחא,
ובקרוב ממש.
(משיחות ש״פ במדבר תשכ״ט,
תשל״א)