B"H
🏡

Ikar

במדבר א

א.

אין פסוק 1 ,

ואת אהרן ואת בניו תפקוד ושמרו את כהונתם והזר הקרב יומת",

איז רש״י 2

מפרש די ווערטער ,

ושמרו את כהונתם״ - "קבלת דמים וזריקה והקטרה 3

ועבודות המסורות לכהנים".

ד.

ה.

רש״י לערנט אז "כהונתם" מיינט - די עבודות פון די כהנים,

און ״ ושמרו את כהונתם״ - מ׳זאל ניט דערלאזן א "זר" צו טאן איינע פון די עבודות 4

("והזר הקרב יומת").

דער אבן עזרא 5

אבער טייטשט "ושמרו את כהונתם״ - "שלא יבואו לידי פסלות".

ד.

ה.

די כהנים דארפן זיך היטן

( זייער כהונה)

אז זיי זאלן ניט ווערן פסול לכהונה

(דורך טומאה וכו׳).

דארך מען פארשטיין: פון וואנעט נעמט רש״י צו טייטשן דעם ווארט ״כהונתם״

( ניט כפשוטו - די כהונה אליין ,

כפירוש האבן עזרא - נאר)

" עבודות המסורות לכהנים" 6 ?

[מ׳קען ניט זאגן,

אז רש״י׳ס הכרח איז פון דעם סיום הפסוק "והזר הקרב יומת",

וואס רעדט וועגן א זר וואס טוט איינע פון די עבודות הכהנים און דערפון איז מוכרח אז אויך אין התחלת הכתוב רעדט זיך וועגן עבודות הכהנים - ווייל אויב אזוי,

וואלט רש״י אין זיין דבור־המתחיל מעתיק געווען אויך די ווערטער פון סיום הפסוק,

אדער לכה״פ זיי מרמז געווען דורכן ווארט "וגומר".

און דער טעם פארוואס ס׳איז טאקע ניט קיין הכרח פון דעם סיום הפסוק איז פשוט,

ווייל מען קען זאגן אז "והזר הקרב יומת" איז ניט קיין המשך הענין פון "ושמרו את כהונתם",

נאר ס׳איז א צווייטער ענין].

אויך דארך מען פארשטיין: פארוואס איז רש״י מעתיק אין דעם דבור־המתחיל אויך די ווערטער ״ושמרו את״ - און ער באנוגנט זיך ניט צו מעתיק זיין נאר דעם ווארט

(וועלכען ער איז מפרש)

"כהונתם"?

ב.

לערנענדיק דעם פירוש רש״י קומט אויס בהשקפה ראשונה,

אז "קבלת דמים וזריקה והקטרה" זיינען דוגמאות פרטיות פון די "עבודות המסורות לכהנים".

אבער אויב מ׳זאל אזוי לערנען - איז ניט מובן:

א)

די אריכות אין רש״י -

(א)

צוליב וואס דארך רש״י בכלל ברענגען דוגמאות?

ער האט געדארפט זאגן בקיצור: "עבודות המסורות לכהנים".

(ב)

אויב צוליב שולל זיין די עבודות פאר קבלת דמים,

פאסט דאך,

לכאורה,

דער לשון "מקבלה ואילך 7

עבודות המסורות לכהנים".

(ג)

אויב רש״י דארף יע מפרט זיין דוגמאות - פארוואס עפעס דריי דוגמאות?

ב)

דער סדר אין רש״י - פריער די דוגמאות און דערנאך "ועבודות המסורות לכהנים",

בעת עס האט געדארפט זיין א פארקערטער סדר: פריער "עבודות המסורות לכהנים

(דער כלל - און דער-נאך די פרטים)

כגון קבלת דמים וכו׳".

ג)

ועיקר: וויבאלד אז קבלת זריקה והקטרה זיינען,

כנ״ל "עבודות המסורות לכהנים" האט געדארפט שטיין " ושאר עבודות המסורות לכהנים"?

פון דעם איז מובן,

אז רש״י מיינט צו זאגן,

אז "ושמרו את כהונתם" איז כולל צוויי סוגים:

(א)

"קבלת דמים וזריקה והקטרה״ - עבודות וואס זיינען ניט "מסורות לכהנים".

(ב)

" ו

(א צווייטער סוג)

עבודות המסורות לכהנים".

איז דאך תמוה:

א)

רש״י אליין האט שוין מפרש גע-ווען אין אנהויב פ׳ ויקרא 8

: "מקבלה ואילך מצות כהונה ״ - היינט ווי קען מען זאגן אז "קבלת דמים וזריקה והקטרה" זיינען ניט פון די "עבודות המסורות לכהנים"?

ב)

אויב מ׳זאל געפינען א הסברה פארוואס "קבלת דמים וכו׳" זיינען ניט קיין ״עבודות המסורות לכהנים״ - איז ניט מובן: פון וואנעט נעמט רש״י די הוכחה,

אז "

(ושמרו את)

כהונתם " מיינט אויך אזעלכע עבודות וואס זיינען ניט "מסורות לכהנים"?

!

ג.

דער ביאור אין דעם:

דער הכרח צו לערנען אז "ושמרו את כהונתם" מיינט ניט עצם הכהונה

(כפירוש האבן עזרא),

נאר די " עבודות המסורות לכהנים״: דער פסוק קומט דאך אנ-זאגן א נייעם תפקיד ומינוי פון אהרן ובניו,

ווי רש״ 9

טייטשט ״תפקוד״ -"לשון פקידות כו׳".

אויב "ושמרו את כהונתם" מיינט דאס וואס כהנים דארפן זיך היטן "שלא יבואו לידי פסול"

(אין זייער כהונה),

איז עס דאך ניט קיין נייער תפקיד 10

- אויף דעם זיינען זיי שוין אנגעזאגט געווארן געווארן אין פ׳ אמור 11

(ווי א כהן דארף זיך היטן) 12 .

דעריבער לערנט רש״י אז דער תפקיד חדש באשטייט דא אין דעם וואס זיי דארפן היטן אז א זר זאל ניט טאן "עבודות המסורות לכהנים"; "ושמרו גו׳ והזר הקרב יומת" רעדט וועגן איין און דעם זעלבן מינוי.

דערמיט איז מובן פארוואס רש״י איז מעתיק אין דעם דבור-המתחיל אויך די ווערטער ״ושמרו את״ - וואס איז א לשון ציווי אויף א מינוי - ווייל די הוכחה אויף זיין פירוש איז פון דעם וואס דער פסוק זאגט דא אן א נייעם תפקיד צו אהרן ובניו.

ד.

רש״י באווארנט דא אבער נאך א שאלה,

וואס מ׳קען פרעגן אין דעם פסוק:

סיי די פריערדיקע פסוקים 13

און סיי די ווייטערדיקע פסוקים 14

ריידן וועגן די לויים

(זייער עבודה,

מנין וכו׳)

- איז ווי פאסט אריין אינמיטן דער ציווי ומינוי צו - אהרן ובניו - כהנים - "ושמרו את כהונתם"?

דער ארט פון דעם מינוי וואלט,

לכאורה,

געדארפט זיין פריער 15

וואו די תורה זאגט "אלה שמות בני אהרן הכהנים המשוחים אשר מלא ידם לכהן",

אדער כיו״ב.

דערפון פארשטייט מען,

אז פון דעם וואס מ׳לערנט פריער וועגן דער עבודה פון די לויים,

וואלט מען געקענט ארויסדרינגען אז א "זר" מעג יע טאן געוויסע עבודות אין משכן ומקדש,

און דעריבער האט די תורה גלייך געדארפט באווארענען "ואת אהרן ואת בניו תפקוד גו׳ והזר הקרב יומת".

ה.

דער ביאור אין דעם:

אויף דעם וואס שטייט פריער 16 ,

אז די לויים דארפן היטן "משמרת בני ישראל ",

איז רש״י מפרש: " שכולן היו זקוקין לצרכי המקדש אלא שהלוים באים תחתיהם בשליחותם כו׳";

און וויבאלד די לויים זיינען שלוחים פון אלע אידן "לצרכי המקדש",

וואלט געווען אן ארט צו זאגן,

אז די עבודות ביי וועלכע מ׳געפינט אז אידן

(אויך)

ישראלים האבן זיי געטאן

(כדלקמן),

מעגן זיי,

אדער - דארפן זיי נאכן הקמת המשכן געטאן ווערן דורך די לוים -"תחתיהם בשליחותם".

און דאס איז כוונת רש״י אין דעם וואס אויף "ושמרו את כהונתם" איז ער מפרש ומפרט: "קבלת דמים וזריקה והקטרה״ - ווייל ביי די עבודות געפינט מען אז אלע אידן האבן עס פריער געטאן

(כדלקמן ס״ו),

און דעריבער וואלט געווען א הוי אמינא אז איצטער טוען עס די לוים "תחתיהם בשליחותם"; און דערפאר ווערט דא גלייך באווארנט "ושמרו את כהונתם והזר הקרב יומת".

פונדעסטוועגן איז זיך רש״י ניט מסתפק מיט דעם,

און איז מוסיף

(דעם צווייטן סוג)

" ו עבודות המסורות לכהנים",

וואס דאס זיינען די עבודות וואס זיינען מלכתחילה איבערגעגעבן געווארן צו כהנים - הגם ס׳איז ניטא קיין ס״ד אז אויך א

(לוי)

זר מעג זיי טאן: וויבאלד אז דא מוז זיין דער ארט פונעם ציווי "ושמרו את כהונתם" בנוגע צו "קבלת דמים וזריקה והקטרה",

איז מובן אז די אזהרה "ושמרו את כהונתם" איז כולל וחל אויף אלע עבודות,

אויך די וועלכע זיינען מלכתחילה "מסורות לכהנים",

ואדרבה במכ״ש וק״ו.

ו.

וואו געפינט מען אז בנ״י האבן געטאן די דערמאנטע עבודות,

וואס דערפאר קען זיין א הו״א אז זיי געהערן אויך איצט

(צו די בנ״י - היינו)

צו די לוים

(בשליחותם)?

- איז עס מפורש אין פשוטו של מקרא 17 ,

אין פ׳ בא 18

: ביים קרבן פסח אין מצרים איז געווען דער ציווי: "ולקחו מן הדם ונתנו על שתי המזוזות גו׳ ואכלו את הבשר גו׳ צלי אש גו׳ על כרעיו ועל קרבו".

זעט מען * 18

אז אידן האבן געטאן דריי זאכן:

(א)

"ולקחו מן הדם" וואס דאס מיינט

(ווי רש״י איז מפרש)

"קבלת הדם" ;

(ב)

"ונתנו גו׳"

(במקום)

עבודת ה ״זריקה" 19

;

(ג)

"צלי אש״ - כעין עבודת ה ״הקטרה" 20

(אויפן אש המזבח).

און דעריבער וואלט מען געקענט מיינען,

אז אויך ביי פסח דורות

[וואס איז גלייך צו פסח מצרים,

וואס דערפאר לערנט מען אפ כו״כ הלכות ביי פסח דורות פון פסח מצרים,

ווי אראפגעבראכט אין פרש״י פ׳ בא 21 ]

האבן די עבודות א שייכות צו די אידן 22

און די לוים טוען עם "תחתיהם בשליחותם"; דערפאר האט מען גלייך אנגעזאגט "ושמרו את כהונתם,

קבלת דמים וזריקה והקטרה כו׳",

כנ״ל 23 .

ס׳איז קיין קשיא ניט: ווי קען זיין א הוי אמינא אז אט די עבודות קענען געטאן ווערן

(אויך)

דורך לוים,

בעת רש״י לערנט ארוים פון א פריערדיקן פסוק אז "מקבלה ואילך מצות כהונה"

(כנ״ל ם״ב)

י - ווארום אט דער פסוק

(ופרש״י)

שטייט ביי עולה

(און עד״ז ביי די אנדערע קרבנות וואס שטייען אין אנהויב ספר ויקרא)

; מ׳געפינט אבער ניט אין פסוק אז אויך די עבודות פון פסח דורות

[און אזוי אויך - פון מעשר 24 ]

דארפן געטאן ווערן נאר דורך די כהנים 25 .

ז.

די הוראה פון דעם אין עבודת ה׳:

אויב עם איז אזא חילוק והפרש צווישן די סוגי אידן גופא

(וואס - בכללות - שטייט 26

אויף זיי אלע "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים גו׳״)

- אז אפילו אזעלכע עבודות צו וועלכע די בנ״י האבן א שייכות,

דאס זיינען זייערע "צרכי המקדש״,

פונדעסטוועגן איז דא אויף זיי א ציווי חמור "והזר הקרב יומת": ניט נאר וואס דאס ברענגט אים ניט קיין תוספת קדושה,

נאר,

פארקערט,

דאס ברענגט ר״ל צום ענין ההעדר פון זיין עצם מציאות

("יומת")

;

על אחת כמה וכמה ווען עם רעדט זיך וועגן דער מחיצה והבדלה בין ישראל לעמים,

אז ווען מ׳וויל "מערב" זיין

(ניט דורך גיור כהלכה)

אן אמת׳ן "זר",

איי-נעם פון צווישן די "עמים" * 26

אין עם ישראל,

מיטן חשבון אז עם איז טאקע א היזק און סכנה גדולה פאר אידן,

אבער דערפאר וועט מען טאן א טובה א ניט אידן - איז עם פונקט דער היפך: דאס איז פאר אים א היזק גדול,

ער ווערט א זאך פון א תקלה גדולה פאר אלעמען -ביז צום היפך פון זיין מציאות 27 ,

דוקא ווען מען רירט ניט אן דאס וואס דער בורא עולם ונותן התורה האט גע-מאכט,

דעם " המבדיל בין ישראל לעמים" - דערגרייכט מען צום אמת׳ן שלום 28

וטוב בעולם,

פאר אלע באי עולם 29 .

(משיחת ש״פ במדבר תשל״ד)

Reader controls and commentary are loading.