א.
מ’האָט שוין מערערע מאָל גערעדט 1 ,
אַז ס’איז דאָ אַ שייכות מיוחדת צווישן דער התחלה און דעם סיום פון יעדן ענין אין תורה - ע”ד ווי עס שטייט אין ספר יצירה 2
: „נעוץ סופן בתחלתן ותחלתן בסופן” - און עד”ז אין תושב”כ: די התחלה וסיום פון יעדן ספר און אויך פון יעדער סדרה,
האָבן צווישן זיך אַ שייכות וקשר
(בתוכן).
לויט דעם בפרשתנו - בחוקותי: וויבאַלד אַז דער סיום פון דער סדרה איז דער „סופן” סיי פון ספר ויקרא און סיי פון פ’ בחוקותי - דאַרף מען זאָגן,
אַז עס איז דאָ אַ נקודה משותפת צווישן התחלת ספר ויקרא* 2 ,
התחלת פ’ בחוקותי,
און סוף פ’ בחוקותי.
און דאָ זעט מען אַ דבר פלא: לויט ווי די התחלות פון ספר ויקרא און פ’ בחוקותי זיינען מבואר אין לקו”ת - די „חסידי’שע פרשיות” פון די וואָכן -ווערט קלאָר ווי די ביידע התחלות
(וואָס זיינען דאָרט מפורש לויטן זעלבן תוכן )
זיינען „נעוץ בסופן” - אינעם סיום פון אונזער סדרה.
און דערביי זעט מען דעם „נעוץ סופן בתחלתן”
(ניט נאָר אין שייכות צו תורה שבכתב,
נאָר)
אויך אינעם ספר לקו”ת גופא 3
- ווייל אָט די נקודה וואָס ווערט אַרומגערעדט אין די דרושים אויף התחלת ספר ויקרא און התחלת פ’ בחוקותי - די זעלבע נקודה איז אויך מבואר אינעם סיום פון די דרושים אויף פ’ בחוקותי.
און נאָכמער דבר פלא: אין תורה שבכתב איז דער סיום פון פ’ בחוקותי אויך דער סיום פון ספר ויקרא,
אָבער אין לקו”ת זיינען דאָ „הוספות” נאָך די דרושים פון פ’ בחוקותי 4
- זעט מען,
אַז אויך אינעם סיום פון די „ הוספות ” רעדט זיך וועגן דעם זעלבן ענין הנ”ל.
ב.
די שייכות
(„נעוץ סופן בתחלתן”)
אין פשטות צווישן התחלת ספר ויקרא און זיין סיום: ספר ויקרא הויבט זיך אָן מיט די דינים פון קרבנות* 4
- „אדם כי יקריב מכם קרבן לה’ גו’” 5 ,
און אויך דער סיום ספר ויקרא רעדט וועגן
(צוויי סוגי)
קרבנות -
(א)
בכור 6 ,
(ב)
מעשר בהמה 7 .
און וויבאַלד אַז דוקא די צוויי קרבנות ווערן דערמאָנט בסופו פון ספר ויקרא - דאַרף מען זאָגן,
אַז אין זיי שפּיגלט זיך אָפּ דער כללות ענין הקרבנות וואָס רעדט זיך בתחלת ספר ויקרא.
דער ביאור אין דעם: דער חילוק צווישן בכור און מעשר איז: בכור איז קדוש מעצמו - מלמעלה
(מאַכט מען עם,)
זאָגט מען אַז ער איז קדוש 8 ,
זיין קדושה איז ניט פאַרבונדן מיט אַ פעולה פונעם אדם 9
; משא”כ קדושת מעשר איז תלוי אין עבודת האדם - דער מענטש דאַרף ציילן 10 ,
און „ העשירי 7
יהי’ קודש” 11 .
נאָכמער איז עס ניכר בזמן הזה,
וואָס קדושת בכור איז פאַראַן אויך איצט
(וויבאַלד ער איז קדוש מעצמו),
משא”כ קדושת מעשר וואָס איז לפועל ניטאָ בזה”ז,
ווייל די חכמים האָבן גוזר געווען ניט אָפּצושיידן קיין מעשר בהמה 12 .
עפ”ז יומתק הסדר,
וואָס פריער שטייט וועגן בכור און דערנאָך וועגן מעשר: אין עבודת הקרבנות
(קירוב לאלקות)
קומט פריער די המשכת הקדושה מלמעלה למטה
(בכור),
און ערשט דערנאָך - קען זיין די עבודת האדם מלמטה למעלה
(מעשר) 13 .
און דאָס איז אויך די שייכות פון דעם תוכן בסיום ספר ויקרא מיט זיין התחלה „אדם כי יקריב מכם קרבן לה’”: אין לקו”ת 14
איז מבואר אַז „ אדם כי יקריב מכם קרבן לה’” מיינט דאָס וואָס אדם העליון איז מקרב
(„יקריב”)
דעם אדם שלמטה צו אלקות
(„מכם קרבן גו’”),
אַז פריער ווערט נמשך אַ אתערותא דלעילא צו מקרב זיין דעם אדם שלמטה צום אויבערשטן; און נאָכדעם איז דער פסוק ממשיך: „מן הבהמה גו’ תקריבו את קרבנכם” - וואָס דאָס רעדט זיך וועגן דעם קרבן וואָס דער אדם דאַרף בריינגען בעבודת עצמו
(פון דער „בהמה” שבו)
- אתערותא דלתתא.
און דאָס איז בהתאם צו די צוויי סוגי קרבנות וועגן וועלכע עס רעדט זיך בסוף ספר ויקרא - בכור
(קדוש מלמעלה )
און מעשר
(קדוש ע”י האדם ) 15 .
ג.
אָט די צוויי ענינים - בכור
(אתעדל”ע)
און מעשר
(אתעדל”ת)
-זיינען אויך פאַראַן אין דעם אדם גופא:
„בכור” איז איינער,
און אויב עס זיינען דאָ מערערע איז ער דער ערשטער - בחינת חכמה,
וכמ”ש 16
„קדש לי כל בכור”,
וואָס קדש איז בחי’ חכמה 17
; מעשר - דאַרף זיין צען
(עבודה מצד עשר כחות הנפש)
און חובת כאו”א אַז עכ”פ די לעצטע 18
-הגילוי
(השייך למחשבה דבור ומעשה)
יהי’ קודש
(אפילו באַ אַ בינוני - שהיא מדת כל אדם 19 ).
און דערפאַר איז
(א)
בכור - קדוש מעצמו,
ס’איז ניט תלוי אין עבודת האדם - ווייל בחי’ חכמה שבנפש,
כח המסנ”פ,
איז דאָ ביי יעדן אידן בירושה מאבותינו* 19
;
(ב)
קדושת בכור איז אויך דאָ אין זמן הגלות - וואָרום בחי’ חכמה הנ”ל שבנפש 20
איז אַלעמאָל 21
גאַנץ 22 .
משא”כ קדושת מעשר - עשר כחות הנפש והעשירי - איז תלוי אין עבודת האדם,
און וואָס דעריבער איז דאָ אין דעם שינויים צווישן זמן הבית
(ווען ס’איז מאיר אלקות בגילוי)
און זמן הגלות 23
(וואָס קומט בסיבת החטא).
און דאָס איז אויך דער קישור צווישן סוף פ’ בחוקותי מיט התחלתה :
אויף „אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו” איז מבואר אין לקו”ת 24
: „בחוקותי תלכו” מיינט די עבודה פון הילוך - בלי גבול - מצד בחי’ חקיקה שבנשמה
(„בחוקותי” פון לשון חקיקה),
דער שורש הנשמה ווי זי איז חקוקה למעלה.
וויבאַלד אָבער אַז דער הילוך נעמט זיך מצד שרש הנשמה און דער מענטש געפינט זיך למטה אין אַ גוף גשמי,
קען דער הילוך ניט האָבן קיין קיום
(„לא תעמוד ולא תקום” 25 )
סיידן אַז דער אדם למטה זאָל דורך זיין עבודה ווערן אַ כלי דערצו - און דאָס איז „ואת מצותי תשמרו”: דורך עבודת המצות דאָ למטה מאַכט דער אדם די כלים וואָס זיינען
(„תשמרו”)
„שומר” ומקיים דעם הילוך בל”ג,
וואָס קומט מצד שרש הנשמה,
אַז דאָס זאָל זיין אין אַן אופן פון „תכון לעד” 25 .
און די צוויי ענינים הנ”ל -
(א)
„בחוקותי תלכו”,
מצד שורש הנשמה,
(ב)
„מצותי תשמרו”,
מצד דעם אדם למטה - זיינען ע”ד די צוויי ענינים שבסיום הפרשה 26
:
(א)
בכור - חכמה שבנפש,
(ב)
מעשר - עשר כחות הנפש.
ד.
ס’איז דאָך דאָ דער כלל 27
: „הכל הולך אחר החתום”.
און וויבאַלד אַז דער סיום וחותם פון ספר ויקרא איז מיט מעשר דוקא - דאַרף מען זאָגן,
אַז דאָס וואָס מעשר קומט נאָך בכור,
איז ניט נאָר ווייל אַזוי איז עס דער סדר הענינים
(כנ”ל ס”ב),
אַז פריער קומט די אתעדל”ע
[בכור],
און דערנאָך עבודת האדם
[מעשר],
נאָר אויך ווייל עס איז דאָ אַ מעלה אין דער קדושה וואָס קומט דורך עבודה לגבי דער קדושה וואָס קומט מלמעלה.
און דערפאַר איז דער סיום וחותם פון ספר ויקרא מיט מעשר,
ווייל דער תכלית פון ענין הקרבנות איז - עבודת האדם.
און דערפון איז אויך מובן בנוגע דעם סדר אין התחלת ספר ויקרא און פ’ בחוקותי: דאָס וואָס די אתעדל”ת
(„תקריבו את קרבנכם”)
קומט נאָך דער אתעדל”ע
(„אדם כי יקריב גו’”),
איז
- ניט נאָר ווייל די התעוררות וואָס קומט נאָר מצד אַן אתעדל”ע האָט ניט קיין קיום „ובמעט זמן יכלה כח התעוררות זאת” 28 ,
און דעריבער מוז זיין אַן אתעדל”ת מצד האדם וואָס דורכדעם ווערט ער אַ כלי צו דער אתעדל”ע און זי ווערט אַ „דבר שיכול להתקיים לעד”,
„דבר המתקיים” 29 ,
נאָר אויך -
ווייל דאָס איז אַ סדר פון „ מעלין בקודש” 30
: עס איז פאַראַן אַן עילוי אין אתעדל”ת
(עבודת האדם)
לגבי דער וואָס קומט מצד אתעדל”ע 31 .
און עד”ז איז „מצותי תשמרו” ניט נאָר אַ „שמירה” ו„כלי” צום ענין פון „בחוקותי תלכו” - נאָר אין דעם גופא איז דאָ אַן עלי’ בקודש לגבי די עליות פון „בחוקותי תלכו”.
דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד „בחוקותי תלכו” איז בחי’ חקיקה
(ביז דער העכסטער דרגא אין חקיקה -אותיות שבעצם הנפש,
אותיות המיוחדות בעצמות אוא”ס,
ווי ס’איז מבואר אין לקו”ת 32 )
- און בחי’ הליכה - איז אין וואָס באַשטייט דער יתרון פון „מצותי תשמרו”?
ה.
די הסברה אין דעם: אין דעם ענין הנ”ל,
אַז די התעוררות וואָס קומט דורך אתעדל”ע איז ניט קיין „דבר המתקיים”,
סיידן עס איז דערנאָך דאָ אַן אתעדל”ת,
איז לכאורה ניט מובן:
ס’איז ידוע 33
אַז די אתעדל”ע וואָס קומט מצד עצמה נעמט זיך פון אַזאַ מדרי’ וואו מעשה התחתונים קען ניט דערלאַנגען,
און דעריבער ווערט זי נמשך נאָר אין אַן אופן פון חפץ חסד הוא - א”כ שטעלט זיך די שאלה: צוליב וואָס מוז מען דערנאָך האָבן די אתעדל”ת?
דלכאורה,
כשם ווי עס דאַרף ניט זיין פריער קיין אתעדל”ת אויף צו ממשיך זיין די אתעדל”ע,
אַזוי האָט אויך דערנאָך ניט געדאַרפט זיין נויטיק אַן אתעדל”ת אויף צו אויפהאַלטן די
(התעוררות וואָס קומט פון דער)
אתעדל”ע?
(און ס’איז ניט שייך צו זאָגן,
לכאורה,
אַז דאָס איז צוליבן חסרון אין דעם מצב האדם - וואָרום די המשכה איז דאָך,
כנ”ל,
פון אַזאַ מדריגה,
וואו מ’רעכנט זיך ניט מיט מעשה התחתונים און זי ווערט נמשך נאָר מצד חפץ חסד הוא).
בפשטות איז דער טעם
(ווי ער זאָגט דאָרט אין לקו”ת 34 ),
אַז וויבאַלד די התפעלות האדם
(אתעדל”ת)
איז געקומען בלויז מצד דער אתעדל”ע
(ניט דער אדם איז נשתנה געוואָרן),
איז „בהסתלק הארה עליונה זו שאינה מאירה רק בעת רצון ..
בטילה האהבה שנסתעף ממנה”.
ו.
ויומתק יותר ע”פ המבואר אין לקו”ת אין סוף פרשתנו 35
אויפן מאמר רז”ל 36
„דע מאין באת ולאן אתה הולך”: „אן” ווייזט אויף מקום גשמי,
און „אין” - אויף בחי’ חכמה
(וואָס איז העכער פון מקום).
„מאין באת” מיינט דעם שורש הנשמה וואָס נעמט זיך מבחי’ „אין”,
און „ולאן אתה הולך” רעדט וועגן דעם שכר הנשמה בתחיית המתים,
וואָס דאָס וועט זיין אין עוה”ז,
מקום גשמי
(„אן”).
איז דאָך תמוה: ירידת הנשמה איז דאָך צורך עלי’,
היינט ווי איז שייך אַז נאָך דער ירידה פון בחי’ „אין”
(שורש הנשמה)
זאָל דער שכר
(די עלי’)
פון דער נשמה זיין אין דער בחי’ פון „אן”
(בחי’ מקום,
נידעריקער פון „אין”)?
ווערט דאָרט פאַרענטפערט,
אַז דוקא אין „אן”
(מקום גשמי)
איז דאָ די מעלה פון „דירה בתחתונים” - דוקא דאָ למטה איז פאַראַן דער „גילוי אור א”ס דקמי’ רוחניות וגשמיות שוין”,
וואָס איז העכער פון בחי’ „אין”.
ד.
ה.
דוקא אין עבודת האדם פירט זיך אויס די כוונה פון עצמות
(העכער באי”ע פון „אין” דחכמה)
וואָס נתאווה הקב”ה להיות לו ית’ דירה בתחתונים 37
[און ווי ער פירט אויס אין מאמר: „והיינו בחי’ ע”ק כו’” - וואָס עתיק איז דער תענוג דלמעלה,
„נתאווה” 38 ]
; און דעריבער איז דער שכר העבודה
(פון מאַכן אַ „דירה בתחתונים”)
אויך אין בחי’ „אן” - מקום גשמי - וויילע דער שכר איז במקום העבודה כידוע.
און דאָס איז דער הסבר וואָס די עבודת האדם למטה טוט אויף אויך אין די ענינים וואָס קומען מצד חפץ חסד הוא:
אַלע המשכות מלמעלה זיינען פון אורות וגילויים,
וואָס אין זיי איז שייך שינויים.
אין עבודת האדם אָבער דריקט זיך אויס די כוונה פון עצמות ,
וואָס די כוונה איז העכער אפילו פון דער אתעדל”ע מצד חפץ חסד הוא; און מצד דעם וואָס אתעדל”ת דערלאַנגט אין עצמות,
העכער פון שינוים,
טוט זי אויף דעם קיום אין דער אתעדל”ע.
[דערמיט איז אויך מוסבר וואָס אין לקו”ת דאָרט
(אין אָנהויב פון ספר ויקרא 39 )
איז ער ממשיך - נאָכדעם ווי ער זאָגט אַז דוקא דורך אתעדל”ת „יהי’ דבר המתקיים” - אַז דורך עבודת האדם דערלאַנגט מען אין בחי’ „כי לא אדם הוא” 40
; ווייל דאָס איז דער פנימיות’דיקער טעם פאַרוואָס אתעדל”ת טוט אויף אַ קיום 41
אין אתעדל”ע].
ז.
כשם ווי ס’איז למעלה - אַז דער תענוג פון עצמות
(„נתאווה”)
איז אין עבודה דוקא - אַזוי איז עס ביים אדם למטה:
„אדם רוצה בקב שלו” 42
דוקא - זיין רצון ותענוג איז אין דעם וואָס ער האָט אויסגעהאָרעוועט דורך עבודה ויגיעה.
די ענינים וועלכע ער באַקומט מלמעלה בחסד חנם,
ניט אויסגעהאָרעוועט,
זאָגט זיך אין זיי ניט אַרויס די כוונה שלמעלה
(כוונת העצמות)
און דערפאַר איז אין דעם ניטאָ
(אויך באדם)
דער תענוג הנפש.
דוקא „בקב שלו”,
דאָס וואָס ער באַקומט דורך עבודה,
איז „אדם רוצה” - וואָס „רוצה” דאָ מיינט
(אויך)
פנימיות הרצון 43 ,
תענוג שבנפש.
און דאָס איז אויך דער „נעוץ סופן בתחלתן ותחלתן בסופן” - אויך אינעם „סופן” פון די „ הוספות ” אין לקו”ת ספר ויקרא 44
:
דאָרט* 44
איז מבואר,
אַז יוהכ”פ
(שבת שבתון)
איז דער תענוג עצמי וואָס איז ניט מורכב פון קיין אַנדער ענין
(און דעריבער איז יוהכ”פ אסור באכילה ושתי’)
; דערנאָך קומט דער חג הסוכות
(און שמע”צ 45 )
וואָס דעמאָלט ווערט דער תענוג נמשך אין מקיפים און
(דערנאָך אויך)
אין פנימיים „להיות בחי’ דע 46
את אלקי אביך ועבדהו בלב שלם ונפש חפצה כו’” - וואָס „חפצה” מיינט דאָך פנימיות הרצון 47 ,
תענוג.
[און מיט די ווערטער „ונפש חפצה כו’” ענדיקט זיך דער דרוש בלקו”ת 48
- ע”ד ווי דער סיום פון דעם לעצטן דרוש אין פ’ בחוקותי,
כנ”ל - „והיינו בחי’ ע”ק כו’”,
וואָס עתיק איז
(עצמות ה)
תענוג].
ס’איז דאָך ידוע,
אַז שמע”צ איז דער „שמן” 49
און די „עסענציע” 50
פון גאַנצן חודש תשרי.
ולפי”ז דאַרף מען זאָגן,
אַז דער „נפש חפצה” פון
(סוכות ו)
שמע”צ איז העכער פון דעם תענוג הבלתי מורכב פון יוהכ”פ - איז ניט מובן: ווי קען דער תענוג פון סוכות ושמע”צ,
ווען מ’האָט צו טאָן מיט אכילה ושתי’ גשמית,
זיין העכער ווי דער תענוג פון יוהכ”פ וואָס דעמאָלט איז מען אויסגעטאָן פון אכילה ושתי’?
נאָר די הסברה אין דעם איז,
כנ”ל: אדרבה,
ווייל אין סוכות ושמע”צ איז די עבודה אין דער בחי’ פון „אן” - ביז צו פאַרנעמען זיך מיט אכילה ושתי’ גשמית - דוקא דערפאַר איז דעמאָלט דאָ דער תענוג
(פון עצמות למעלה - ובמילא אויך)
פון עצם הנפש ממש.
ח.
לכאורה קען מען דערויף פרעגן: וויבאַלד אַז דער תענוג פון יוהכ”פ איז דער תענוג הבלתי מורכב - אין וואָס באַשטייט נאָכדעם דער אויפטו און העכערקייט אינעם תענוג „ונפש חפצה” פון סוכות ושמע”צ?
איז דער ביאור אין דעם: ע”ד ווי ס’רעדט זיך אין לקו”ת אין אָנהויב פון אונזער פרשה 51 ,
אַז די אותיות החקיקה,
הגם זיי זיינען ניט קיין דבר נוסף אויפן אבן טוב,
נאָר זיינען מיני’ ובי’ -פונדעסטוועגן קומען זיי ניט צו דער פשיטות פון דעם אבן טוב אַליין,
וואָס איז „מופשט מכל צורה ממש”;
עד”ז איז עס בעניננו: דער תענוג פון יוהכ”פ איז אַ תענוג בלתי מורכב,
בדוגמא צו אותיות החקיקה שבנפש וואָס זיינען מיני’ ובי’; דער „נפש חפצה” פון חגה”ס ושמע”צ איז אָבער ווי די פשיטות פון דעם אבן טוב אַליין - דער תענוג עצמי פון עצם הנפש ממש.
ט.
דאָס איז אויך וואָס דער ענין פון „ואת מצותי תשמרו” קומט נאָך „בחוקותי תלכו”: „בחוקותי” איז בחי’ חקיקה; טאַקע ניט קיין דבר נוסף,
אָבער ניט די פשיטות פונעם אבן טוב אַליין.
ובמילא - אויך דער הילוך ועלי’
(„תלכו”)
וואָס קומט מצד בחי’ חקיקה,
אעפ”י אַז ס’איז העכער באין ערוך פונעם הילוך המלאכים 52 ,
איז עס אָבער נאָך אַלץ מיט אַ הגבלה.
משא”כ „מצותי תשמרו”,
קיום המצות בדברים גשמיים,
בחי’ „ אן ”,
דאָס נעמט די עצמות הפשיטות וואָס איז העכער פון חקיקה,
ובמילא ווערט אמיתית ענין ההילוך,
אָן קיינע הגבלות,
וכמאמר 36
: „ולאן אתה הולך ”,
דוקא אין „אן” איז אמיתית ענין ההילוך 53 .
און דורך דעם וואָס עס וועט זיין דער „בחוקותי תלכו” - דער הילוך מצד בחי’ חקיקה,
שורש הנשמה,
בדוגמת אתערותא דלעילא ; צוזאַמען מיט „ואת מצותי תשמרו” - די עבודה בקיום המצות,
בחי’ „אן”,
אתערותא דלתתא -
וועט זיין
(ווי ער איז מסיים אין דער פרשה 54 )
„והתהלכתי בתוככם”: ב’ בחינות הילוך,
הילוך מלמעלה למטה והילוך מלמטה למעלה 55
; און די ביידע הילוכים וועלן זיין אינאיינעם,
וואָס דערפאַר שטייען זיי אין דעם זעלבן וואָרט „והתהלכתי”;
ביז „ואולך אתכם קוממיות” 56 ,
וואָס „קוממיות” מיינט צוויי קומות 57
-קומת המשפיע און קומת המקבל,
מלמעלמ”ט ומלמטלמ”ע 58 ,
און ביידע קומות וועלן נכלל ווערן אין איין קומה 59 ,
וואָס דאָס איז דער שכר וואָס וועט זיין פאַר דער עבודה פון „אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו”,
וואָס וועט נתגלה ווערן אין דער גאולה העתידה,
בקרוב ממש.
(משיחת ש”פ בחוקותי תשכ”ה)