א.
פון פסוק 1
„ופניתי אליכם והפריתי אתכם והרביתי אתכם" איז רש"י מעתיק די ווערטער „ופניתי אליכם" און איז מפרש: אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם,
מלה"ד למלך ששכר פועלים וכו' כדאיתא בתו"כ.
איז דאָ ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
וואָס פעלט אין דעם פירוש „אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם" וואָס רש"י דאַרף דאָס מסביר זיין מיט אַ „משל ..
למלך ששכר פועלים כו'"?
ב)
לאידך גיסא: אויב ס'איז עפּעס ניט פאַרשטאַנדיק אין דעם פירוש – וואָס גיט דאָ צו דער „משל
(למלך ששכר פועלים וכו')
",
וועלכער זאָגט לכאורה ניט מער ווי דער פירוש גופא 2 ?
ג)
נאָכמער: פריער אין פ' אחרי 3 ,
ביים איסור פון דם
(ועד"ז אין פ' קדושים 4
ביים איסור פון נותן מזרעו למולך),
איז רש"י מפרש ע"ד ווי ער איז מפרש דאָ
(נאָר אין היפך הטובה)
: „ונתתי פני – פנאי שלי,
פונה אני מכל עסקי ועוסק בו" 5
און איז אויף דעם ניט מוסיף קיין משל 6 ?
ד)
אין דעם משל גופא: דער לשון „משל למה"ד למלך ששכר פועלים",
דלכאורה: דינגען פועלים איז ניט אַ זאַך וואָס איז שייך דוקא ביי אַ מלך
(און באַ אים איז דאָס אויך ניט מצד מעלתו אַלס מלך)
; יעדער מענטש קען דינגען
(דינגט)
פועלים – האָט געדאַרפט שטיין „משל לאדם 7
ששכר פועלים 8
" און ער איז פונה מכל עסקיו און באַצאָלט דעם פועל וואָס האָט געטאָן די מלאכה מרובה.
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט דאָס מסביר זיין,
בהקדם השאלה: וויבאַלד אַז רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען אַז דער תוכן הפירוש פון „ונתתי פני"
(ועד"ז „ואני אתן את פני")
איז „פונה מכל עסקי כו'" – פאַרוואָס דאַרף רש"י דאָ נאָכאַמאָל איבער'חזר'ן דעם זעלבן פירוש 9
[ובפרט אַז די באַוואָרעניש אַז „ונתתי פני" וכיו"ב מיינט „פנאי שלי פונה אני מכל עסקי" איז נויטיק בלויז דאָרטן וואו עס שטייט דער לשון „פני"
(וואו מ'קען אַ טעות האָבן אַז דאָס איז 10
(בלויז)
פון לשון פנים 11 ),
אָבער דאָ 12
וואָס עס שטייט „ופניתי אליכם ",
וואָס מיינט: איך וועל זיך קערן צו אייך 13
– פאַרשטייט מען שוין במילא,
אַז ער איז זיך פונה פון אַנדערע ענינים 14 ]?
איז דער ביאור בזה,
לכאורה: אין פ' אחרי ביים איסור פון דם
(ועד"ז אין פ' קדושים ביי נותן מזרעו למולך),
רעדט זיך וועגן אַ יחיד,
איז מובן דער פירוש „ונתתי פני,
פנאי שלי פונה אני מכל עסקי ועוסק בו ",
אַז דער אויבערשטער כביכול איז פונה פון די עסקי רבים און פאַרנעמט זיך מיט'ן יחיד 15 .
משא"כ בפרשתנו,
וואָס עס רעדט זיך וועגן כללות עם ישראל – „ופניתי אליכם " – קען מען פרעגן: וואָס זאָגט דער אויבערשטער „אפנה מכל
(ולא– משאר )
עסקי לשלם שכרכם" – צי איז אין דעם אויבערשטנ'ס עסקים נישט נכלל אויך דאָס וואָס ער גיט זיך אָפּ מיט אידן און צאָלט זיי שכר פאַר קיום התומ"צ?
!
דעריבער דאַרף רש"י מפרש זיין אין אונזער פרשה באַזונדער,
אַז אויך „ופניתי אליכם"
(כאָטש עס רעדט זיך וועגן כללות עם ישראל)
ווערט געמיינט „אפנה מכל עסקי 16
לשלם שכרכם"; און דאָס איז מוסבר מיט אַ „משל למה"ד למלך ששכר פועלים וכו' כדאיתא בתו"כ" 17
– וואָס אין תו"כ איז ער ממשיך „ששכר פועלים הרבה והי' שם פועל א' ועשה עמו מלאכה ימים הרבה נכנסו הפועלים ליטול שכרם ונכנס אותו הפועל עמהם",
האָט דער מלך געזאָגט אַז פריער וועט ער זיך אויסרעכענען מיט די פועלים הרבה און זיי באַצאָלן,
און דערנאָך „אפנה לך"; ועד"ז איז אין נמשל,
אַז „היו ישראל בעוה"ז מבקשים שכר מלפני המקום ואו"ה מבקשים שכר מלפני המקום והמקום אומר להם לישראל בני אפנה לכם כו' אבל אתם חשבון רב אני עתיד לחשב עמכם".
איז פון דעם משל מובן,
אַז: א)
ס'זיינען דאָ נאָך פועלים וואָס דער אויבערשטער דאַרף זיי געבן שכר,
און אויך דאָס איז פון די עסקים פון דעם אויבערשטן.
ב)
די אוה"ע זיינען „פועלים הרבה ",
און די אידן,
איין אומה,
איז ווי אַ פועל אחד .
ג)
דער שכר צו אוה"ע איז אַ שכר גשמי בעוה"ז,
משא"כ צו אידן איז אַ שכר רוחני לעוה"ב,
ווי מפרשים טייטשן 18 .
און דערמיט איז אויך מובן: א)
פאַרוואָס אויך כלפי דעם שכר פון כללות עם ישראל פּאַסט צו זאָגן „אפנה מכל עסקי " – די „עסקים" פון אויבערשטן וואָס איז כולל דעם עסק פון צאָלן שכר צו די פילע אומות 19 ,
משא"כ דער „לשלם שכרכם" צו אידן איז אַ ספּעציעלער סאָרט שכר וואָס איז ניט בדומה צו „כל עסקי",
מ'דאַרף פונה זיין פון עוה"ז לעוה"ב.
ב)
וואָס ער זאָגט „משל למלך כו'" וואָרום די מציאות פון „שכר פועלים הרבה " איז ע"ד הרגיל באַ אַ מלך בהרבה ביותר.
עס איז אָבער שווער אַזוי איינצולערנען אין פרש"י ע"פ פשוטו 20 ,
וואָרום לפי"ז האָט דאָך רש"י געדאַרפט מעתיק זיין פון תו"כ אויך די ווערטער „הרבה והי' שם פועל א' כו'"
(אָדער עכ"פ דעם וואָרט „
(פועלים)
הרבה ")
– וואָס זיינען אַן עיקר בפירושו – און ניט באַגנוגענען זיך מיט מרמז זיין זיי דורך „וכו' כדאיתא בתו"כ".
מוז מען זאָגן,
אַז דער עיקר הסבר וואָס רש"י דאַרף האָבן צו זיין פירוש „אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם" איז שוין דאָ אין די ווערטער וואָס רש"י איז מעתיק „משל למה"ד למלך ששכר פועלים"
(פון די איבעריקע פרטים פונעם משל,
קומט ניט צו קיין חידוש אין הבנת פשט המקרא,
און דערפאַר באַנוגנט זיך רש"י מיט „וכו' כדאיתא בתו"כ") 21 .
ג.
דערנאָך שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „והפריתי אתכם" און טייטשט „בפרי' ורבי'",
און „והרביתי אתכם,
בקומה זקופה".
דאַרף מען פאַרשטיין: אין פ' בראשית 22
האָט רש"י געטייטשט אַז „ פרו " מיינט „אחד מוליד אחד ולא יותר ",
און „ רבו " מיינט „שאחד מוליד הרבה" – היינט ווי לערנט ער דאָ אַז „והפריתי" מיינט אויך „ורבי'" 23 ?
מפרשים 24
זאָגן אַז דאָ קען מען ניט לערנען ווי אין בראשית,
וואָרום „פרו" אַליין איז
(דאָך בטבע הבריאה און ס'איז)
ניט קיין ברכה,
און וויבאַלד אַז בפרשתנו רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטנ'ס ברכות צו אידן,
דאַרף מען זאָגן,
אַז והפריתי מיינט אויך ורבי' ובמילא איז דער טייטש פון „והרביתי" ניט רבי'
(אין כמות),
נאָר ריבוי באיכות – „בקומה זקופה" 25 .
ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: אין וואָס באַשטייט די ברכה פון „והפריתי,
בפרי' ורבי' " – אויך „אחד מוליד הרבה" איז לכאורה ניט קיין ברכה וואָס איז אויסגעטיילט במיוחד פאַר אידן
(דאָס איז פאַראַן אויך באַ אוה"ע)?
ד.
דער ביאור בכ"ז: די שוועריקייט אין די ווערטער „ופניתי אליכם" איז: אויב מ'זאָל לערנען אַז „ופניתי אליכם" מיינט ווי דער „ונתתי פני" פון פ' אחרי
(און ווי „ואני אתן את פני" אין פ' קדושים)
– „פונה אני מכל עסקי לשלם שכרכם" – האָט דאָך דאָס געדאַרפט שטיין אין אָנהייב פרשה,
תיכף נאָך „אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם" אַלס הקדמה צו אַלע יעודים פון דער פרשה
(אָדער – נאָכדעם,
אַלס זייער אָפּשלוס ),
ע"ד ווי עס איז טאַקע אין פ' אחרי
(און פ' קדושים)
;
פון דעם וואָס דער פסוק זאָגט עס אינמיטן רעכענענדיק די יעודים ועניני שכר אויף קיום התומ"צ,
איז לכאורה מוכח,
אַז „ופניתי אליכם" אין אונזער פרשה מיינט ניט „אפנה מכל עסקי וכו'",
נאָר אַ שכר פרטי מסוים ומיוחד אויף תורה ומצות.
דעריבער דאַרף רש"י מפרש זיין אַז אויך דאָ מיינט עס „אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם"; און דאָס וואָס עס שטייט באמצע הפרשה און ניט גלייך ביים אָנהייב פון די אַלע עניני ברכות ושכר,
איז עס רש"י מסביר דורכן „משל ..
למלך ששכר פועלים"
(כדלקמן).
ה.
דאָס וואָס סתם אַ מענטש,
אָדער אפילו אַ שר,
דאַרף דינגען פועלים
(פאַר שכר)
זיי זאָלן פאַר אים טאָן אַ מלאכה,
איז פאַרשטאַנדיק,
ווייל ער קען ניט צווינגען אַ צווייטן צו ארבעטן פאַר אים;
ווי קומט עס אָבער,
אַז אַ מלך זאָל דאַרפן דינגען פועלים?
– זייענדיק דער מושל ושולט אויף דער מדינה,
מוז דאָך יעדער פון די בני המדינה טאָן און אויספירן רצון וציווי המלך,
איז דערפון פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָ רעדט זיך ניט וועגן ענינים וואָס די בני המדינה זיינען מחוייב צו טאָן פאַרן מלך
(אָדער לטובת המדינה)
( די ענינים ווערן אָפּגעטאָן איידער „שכר פועלים"),
נאָר וועגן צוגאָב־זאַכן וואָס זיינען ניט קיין חיוב והכרח פאַרן מלך
(אָדער פאַר זיין מדינה)
; ולכן – כדי אַז אויך די זאַכן זאָלן ווערן אָפּגעטאָן,
מוז דער מלך דינגען פועלים וואָס מ'דאַרף זיי געבן שכר
(מרובה) 26 .
און אַזוי איז עס אויך אינעם נמשל: די פרשה הייבט זיך אָן „אם בחוקותי תלכו",
וואָס מיינט,
ווי רש"י טייטשט אָפּ,
„שתהיו עמלים בתורה" – ניט נאָר לימוד התורה וויפל מ'איז מחוייב,
נאָר „ עמלים בתורה",
מערער ווי ס'פאָדערט זיך מצד דער פשטות המצוה פון ת"ת; ועד"ז „ואת מצותי תשמרו,
הוו עמלים בתורה ע"מ לשמור ולקיים כו'" 27
;
און דער אופן אין קיום התורה ומצות – מער ווי ס'איז דער חיוב ע"פ תורה – איז בדוגמא צו
(דעם משל פון)
אַ „ מלך ששכר פועלים ",
וואָס זיי טוען אַזאַ אַרבעט אין וועלכע די בני המדינה זיינען ניט מחוייב,
ובמילא איז אויך פאַרשטאַנדיק,
אַז פאַר אַזאַ אופן פון קיום התורה ומצות דאַרפן אידן באַקומען אַ שכר נוסף ומיוחד 28 .
ו.
דערמיט איז מובן וואָס „ופניתי אליכם" שטייט אין מיטן דער פרשה:
וויבאַלד אַז „בחוקותי תלכו גו'" מיינט – מיט אַ הוספה פון „עמלים בתורה" איז מובן אַז אין דעם איז בדרך ממילא נכלל דער לימוד חיובי פון תורה; ווי ער זאָגט מפורש „ואת מצותי תשמרו"
(וואָס דאָס איז כולל אויך קיום המצות
(ולימוד התורה בכלל)) 27 .
קומט אויס,
אַז פאַר מקיים זיין דעם „בחוקותי תלכו גו'" קומט אידן צוויי סוגי שכר: א)
פאַר עצם קיום פון תומ"צ
(באופן הרגיל,
וויפל מ'איז מחוייב ),
ב)
אַ ספּעציעלער שכר פאַר עמלים
(בתורה),
פאַרן קיום התומ"צ מיט אַ הוספה.
און בהתאם מיט דעם ווערן דערנאָך אָנגעזאָגט די צוויי סוגי שכר: פריער זאָגט אָן די תורה דעם שכר אויף קיום התומ"צ באופן הרגיל,
וואָס בכללות איז דאָס דער שכר פון „ונתתי גשמיכם בעתם גו'" 29
; און דערנאָך,
נאָכ'ן שכר הנ"ל,
אינמיטן פרשה,
זאָגט דער פסוק דעם צווייטן סוג שכר
(פאַר עמלים בתורה כו')
– „ ופניתי אליכם",
פאַר דער עבודה אין אַן אופן פון עמלים בתורה וכו' ווערט זיי געגעבן אַ נייע העכערע דרגא פון שכר,
שכר אין אַן אופן פון „ אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם" 30
:
אויפן ערשטן סוג שכר,
וואָס קומט פאַר קיום התומ"צ באופן הרגיל
(לויטן חיוב),
קען מען ניט זאָגן „ אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם " – ווייל
(אַ מעין פון)
דעם סוג שכר באַקומען אויך די אוה"ע פאַר זייער קיום פון די שבע מצות בני נח 31
(און פאַרן לימוד התורה פון די דינים אין וועלכע זיי זיינען מחוייב)
;
משא"כ דער שכר מיוחד פאַרן אופן העבודה פון עמלים בתורה וכו'
(ע"ד „ מלך ששכר כו'"),
וואָס איז ניטאָ ביי אוה"ע,
זיינען דעריבער די ברכות אין אַן אופן פון „ופניתי אליכם ,
אפנה 32
מכל עסקי לשלם שכרכם" 33 .
[כאָטש אַז רש"י זאָגט דעם לשון
(פון תו"כ)
„מלך ששכר פועלים " – ל' רבים – אַז אויך די אַנדערע
(ניט אידן)
האָט דער מלך געדונגען ,
ד.
ה.
אין נמשל,
אַז אויך ביי די אומות איז דאָ דער אופן העבודה פון לפנים משורת הדין
(ובמילא – אויך אַ שכר מיוחד)
–
איז דאָס דערפאַר וואָס אויך צווישן ניט אידן זיינען פאַראַן חסידי * 33
אומות העולם 34
וואָס טוען מער ווי עס פאָדערט זיך פון זיי 35
; אָבער אויך די עבודה זייערע קומט אינגאַנצן ניט 36
צו דער עבודה נוספת 37
פון אידן אין אַן אופן פון עמלים בתורה,
און דעריבער איז דער שכר פאַר אידן אויסגעטיילט אין אַן אופן פון „אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם "
(ער איז פונה צו אַן אַנדער סוג שכר – אפילו פון דעם „עסק" צו געבן שכר פאַר חסידי אומות העולם)].
ז.
לויט דעם איז אויך מובן דער המשך פון פירוש רש"י אויף „והפריתי אתכם – בפרי' ורבי'": וויבאַלד אַז דאָ רעדט זיך ניט וועגן סתם שכר,
נאָר וועגן אַ שכר נוסף ומיוחד
(באופן פון „ופניתי אליכם ")
– נאָר פאַר אידן
(און ניט באַ אוה"ע)
– קען מען ניט זאָגן אַז „והפריתי" מיינט „פרי'" און „והרביתי" „רבי'",
ווייל אַזאַ אופן ברכה איז דאָך דאָ אויך באַ אוה"ע 38
; מוז מען זאָגן,
אַז „והפריתי" איז אַ ברכה מיוחדת וואָס איז ניט ע"ד הרגיל און דאָס קומט נאָר אַלס תוצאה פון „ופניתי אליכם".
דעריבער לערנט רש"י אַז „והפריתי" אַליין מיינט
(ניט נאָר פרי',
נאָר)
אויך דעם ענין פון רבי',
„אחד מוליד הרבה"; ד.
ה.
ס'איז ניט נאָר וואָס דער וואָרט „והפריתי" איז כולל ביידע ברכות פון פרי' און רבי'
(מוליד א' און דערנאָך – מוליד הרבה)
– נאָר ס'איז אַ חידוש אין דער עצם ברכה „פרי'",
אַז דער „והפריתי" גופא איז אין אַן אופן פון „רבי'" 39
:
דער „פרו" ביי אומות העולם מיינט נאָר אין אַן אופן פון „אחד מוליד אחד ",
אָבער ניט אַז דער געבוירענער אחד מוז זיין אַ „מוליד"; ער קען זיין אַן עקר
(אָדער זי אַן עקרה) 40 .
משא"כ די ברכה „והפריתי" ביי אידן איז פירושה,
אַז גלייך אפילו ווען ס'איז „אחד מוליד אחד",
איז דער געבוירענער „אחד" גופא אין דער בחינה פון ריבוי
(„רבי'")
– ווייל פון דעם „אחד" וועט זיין אַ המשך עד סוף כל הדורות.
ע"ד ווי עס שטייט 41
ביי אברהם „ וארב את זרעו ואתן לו
(אַ בן יחיד )
את יצחק",
ווייל דורך יצחק איז שפּעטער אַרויסגעקומען אַ ריבוי עצום
[און עאכו"כ אַז עס וועט זיין ביי זיי – הברכה שישנה גם באו"ה „אחד מוליד הרבה" כפשוטו 42 ].
און וויבאַלד אַז „והפריתי" איז שוין כולל „רבי'"
(אַ ריבוי בכמות),
דאַרף מען זאָגן,
אַז דאָס וואָס שטייט דערנאָך „והרביתי אתכם" קומט מוסיף זיין אַ ריבוי באיכות
(כנ"ל סעיף ג'),
און דער ריבוי איז אויך דוקא מצד „ופניתי אליכם"; אויף דעם זאָגט רש"י „והרביתי אתכם,
בקומה זקופה",
ד.
ה.
אַז ניט נאָר עס וועט מקויים ווערן די הבטחה „ורב יעבוד צעיר" 43 ,
נאָר נאָכמער: מצד „ופניתי אליכם" וועט דער צעיר ווערן אין אַן אופן פון „והרביתי",
ווערן „רב" – „בקומה זקופה".
ח.
לכאורה איז נאָך אָבער אַלץ ניט גלאַטיק: פון לשון רש"י „אפנה אני מכל עסקי לשלם שכרכם"
(ניט „שאר עסקי" וכיו"ב)
איז מובן,
אַז דער תשלום שכר גייט ניט אַריין אין כלל פון „עסקי"
(פון אויבערשטן),
דאַרף מען פאַרשטיין,
פאַרוואָס זאָל דאָס פאַרנעמען זיך מיט צאָלן שכר צו די אידן ניט אַריינגערעכנט ווערן אין די „עסקים" פון דעם אויבערשטן?
מוז מען זאָגן,
אַז,
דער „ופניתי אליכם" דריקט אויס אַ טיפערן ענין ווי די צוגעטראָגנקייט וואָס איז דאָ אינעם ענין פון „עסק" 44 .
וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך מבאר זיין דעם תוכן פון „עסק" און זיין מובן בפנימיות הענינים: „עסק" ביי אַ מענטשן למטה,
באַדייט אַז דער מענטש איז אַריינגעטאָן אין אַ צווייטער זאַך,
וואָס איז ניט ער אַליין ווי ער איז פאַר זיך .
ד.
ה.
די פאַרנומענקייט פון אַ מענטשן אין אַן עסק ווייזט אויף אַ תנועה און בחינה וואָס איז אַ ירידה
(פון –)
לגבי זיין עצם מהות.
און אַזוי איז עס אויך למעלה כביכול: דער אויבערשטער איז אינגאַנצן ניט בגדר המשכה וגילוי; און דעריבער ווערן אַלע השפעות און המשכות פון אויבערשטן אָנגערופן „עסקי" – ווייל זיי קומען פון דער מדרי' פון אור אלקי וואָס איז אין דער בחינה פון המשכה וירידה.
און דאָס איז דער טייטש „אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם":
התהוות העולמות 45 ,
און אפילו דער ענין פון שכר ועונש ע"ד הרגיל און אפילו צו אידן,
איז נאָר פון אורות וגילויים,
און דערפאַר ווערט עס אַלץ נכלל אין „עסקי" פון אויבערשטן
(ווי עצמותו ית' איז זיך מצמצם אין אַ תנועה פון המשכה,
אין עשר ספירות וכו') 46
;
בשעת אָבער די עבודה פון אידן איז אין אַן אופן פון „ עמלים בתורה",
מערער ווי עס פאָדערט זיך פון אים מצד הציווי – ד.
ה.
זיין קיום התומ"צ איז באַ עם ניט ווי אַן „עסק" וואָס ווערט געטאָן בלויז מיט זיינע כחות הגלויים און חיצוניות הנפש,
נאָר ער איז אַריינגעטאָן אין דעם מיט זיין פנימיות הנפש
(און דערפאַר טוט ער מער ווי ער איז מחוייב) 47
– דאָס רופט אַרויס אויך מלמעלה,
אַז עס זאָל זיין „ ופניתי אליכם": דער אויבערשטער קערט זיך צו דעם אידן מיט זיין פנימיות ועצמיות
(העכער פון אַלע אורות וגילויים – „אפנה אני מכל עסקי"),
ביז עס ווערט ישראל וקוב"ה כולא חד.
ט.
נאָך אַן ענין אין דעם:
דער גדר פון אַ נברא איז וואָס ער איז אַ מקבל,
וואָס דאָס איז אַזוי אויך ביי די העכסטע נבראים; און אפילו אורות וגילויים הכי נעלים איז אויך כללות ענינם וואָס זיי זיינען מקבל פון העכער
(ובמילא איז ניט שייך ביי זיי אמיתיות הענין פון „משפיע")
; דער אמת'ער ענין פון „משפיע" – אָן קיין שייכות צו קבלה – איז מערניט ווי אין עצמות 48 .
און דעריבער,
בשעת אידן לערנען תורה און זיינען מקיים מצות אויף וויפל זיי זיינען נצטווה געוואָרן,
זיינען זיי „מקבלים" – זיי זיינען מקבל און פאָלגן דעם ציווי פון אויבערשטן; בשעת אָבער ס'איז דאָ דער „עמלים בתורה",
מער ווי עס פאָדערט זיך מצד הציווי,
איז עס שוין אַן ענין
(אויך)
פון „משפיע" 49 ,
וואָס ער איז זיך מייגע און טוט בכח עצמו 50 ,
ווערט מען דורכדעם „דומה לבוראו" 51
– ס'ווערט נתגלה ביי אַ אידן למטה זיין שרש אין עצמות – ובמילא איז אויך דער שכר פון עצמות ,
„ ופניתי אליכם,
אפנה מכל עסקי לשלם שכרכם".
און דערפאַר קומט דער שכר
(פון „ופניתי אליכם")
אַראָפּ לכל לראש אין „והפריתי אתכם בפרי' ורבי'",
אַן ענין פון השפעה – ווייל
(נוסף אויף דעם וואָס דער ענין פון הולדה בכלל איז דאָס דער כח הא"ס 52 ,
איז)
בשעת אַז דאָס איז מצד „ופניתי אליכם" ווערט דער „והפריתי" גופא אין אַן אופן פון „פרי' ורבי'",
וע"ד הנ"ל,
אַז אויך יעדע פרטיות'דיקע איינצעלנע הולדה איז אין אַן אופן פון א"ס עד סוף כל הדורות,
כנ"ל.
יו"ד.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: אין המשך הברכות נאָך „ופניתי אליכם" רעכנט אויס דער פסוק כמה וכמה עניני שכר מיט אַ ריבוי אין גשמיות'דיקע ענינים – ולכאורה: וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער ריבוי בגשמיות צום ענין פון „ופניתי אליכם" פון עצמותו ית' ?
איז דער ביאור אין דעם: ווען עס וואָלט זיך גערעדט וועגן אַ שכר פון אורות והשפעות וואָס זיינען מוגדר אין גדר פון „בל"ג"
(אָדער עכ"פ אין גדר „גילוי"),
און קענען דערפאַר ניט נתגלה ווערן למטה אין זייער מעלה ומדריגה,
נאָר דוקא בדרך צמצום און מיעוט אין דער השפעה,
דאַן וואָלט אַ גרעסערע און העכערע ברכה געמיינט – אַ העכערער „גילוי",
אין רוחניות'דיקע ענינים;
וויבאַלד אָבער אַז דער „ופניתי אליכם" איז פון עצמותו ית',
וואָס איז ניט מוגדר אין קיין גדר,
דערפאַר קומט אָט די ברכה אויך
(און דוקא)
אין גשמיות'דיקע ענינים 53 ,
אין אַ ריבוי בגשמיות בטוב הנראה והנגלה אָן קיינע צמצומים,
ווי עס איז מצד עצמותו ית' 54 .
יא.
עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק:
א)
אמת טאַקע אַז מצד עצמותו ית' קומט אַראָפּ די ברכה
(אויך)
אין אַ ריבוי בגשמיות – אָבער וואָס פאַר אַ תפיסת מקום האָט דער שכר לגבי דעם וואָס דורך „פניתי אליכם" פון עצמות ווערט אַ איד איין זאַך,
כביכול,
מיט עצמות?
ב)
אפילו דעם ענין פון „ופניתי אליכם" גופא רופט אָן רש"י „לשלם שכרכם " – ד.
ה.
עס איז אַן ענין פון שכר – ולכאורה: דער מושג „שכר" מיינט אַ זאַך אַלס באַלוינונג פאַר דער אַרבעט,
אָבער דער „פועל" און דער „מלך ששכר כו'" בלייבן באַזונדערע מציאות'ן;
איז ניט מובן: בשלמא ווען עס וואָלט זיך גערעדט וועגן אַ שכר פון גילויים,
איז כשם ווי ס'איז ניט שייך אַז אין זיי זאָל זיך „אויסזאָגן" עצמותו ית'
(נאָר בלויז ווי עצמותו ית' שטייט אין אַ תנועה פון המשכה וצמצום),
אַזוי נעמען זיי אויך ניט דורך דעם עצם פון אַ אידן,
אַז זיי זאָלן ווערן איין זאַך מיט'ן אידן; וויבאַלד אָבער אַז דאָ רעדט זיך וועגן דער „ופניתי אליכם" פון עצמות – ווי פּאַסט אויף דעם דער לשון „לשלם שכרכם "?
יב.
איז דער ביאור אין דעם: אין דער עבודה פון „עמלים בתורה" גופא – וואָס נעמט זיך מצד פנימיות ועצמות הנפש – זיינען פאַראַן צוויי אופנים 55
:
א)
ער טוט עס טאַקע מצד עצם נפשו,
אָבער ס'איז פאַראַן דערביי אַ חשבון און מבוקש – ער וויל ווערן איין זאַך מיט עצמות; און וויבאַלד אַז ס'איז דאָ דערביי זיין רצון,
איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז עס איז דאָ עפּעס אַן אָרט פאַר אַ מציאות וואָס איז ניט עצמות – ס'איז דאָ דער „ער" 56
וואָס וויל זיך פאַראייניקן מיט עצמות.
ב)
ער טוט דאָס אָן קיין חשבון אָדער מבוקש,
אפילו ניט צו ווערן איין זאַך מיט עצמות
(נאָר צו מקיים זיין דעם רצון העליון),
ובמילא איז אין דעם ניטאָ קיין הגבלות; און אין דעם אופן העבודה האָט קיין אָרט ניט קיין זאַך אויסער עצמות.
און מצד די צוויי אופנים אין עבודה זיינען דאָ צוויי אופנים אין דעם „ופניתי אליכם":
ווען די עבודה איז אין דעם ערשטן אופן,
וואו עס פאַרבלייבט עפּעס אַן אָרט פאַר זיין מציאות
(וואָס וויל ווערן איין זאַך מיט עצמות)
איז אויך דער „ופניתי אליכם"
(די התאחדות צווישן אידן מיט עצמות וואָס ווערט דורך „עמלים בתורה")
אין אַן אופן וואָס דער איד פאַרבלייבט אין זיין מציאות,
ובמילא הייסט עס אַן ענין פון „שכר",
[און דערפאַר איז די תורה מפרט די יעודים גשמיים וואָס קומען אַראָפּ מצד דעם „ופניתי אליכם" – וואָרום וויבאַלד ס'איז נאָך געבליבן אַן אָרט פאַר זיין מציאות,
איז דאָ עפּעס אַ תפיסת מקום פאַר זיינע צרכים,
אויך גשמיות'דיקע צרכים כו' 57 ].
בשעת אָבער די עבודה איז בתכלית השלימות,
אָן קיין מבוקש ותכלית – דאַן איז דער ענין פון „ופניתי אליכם" בתכלית השלימות,
ווי דער סיום הפרשה „ואולך אתכם קוממיות " – אַז די קומה פון אויבערשטן און די קומה פון אידן ווערן איין קומה 58 ,
ישראל ומלכא בלחודוהי.
(משיחת ש"פ בהו"ב תשל"ז)