א.
אין התחלת פרשתינו איז רש״י מעתיק פון פסוק ,
אם בחקותי תלכו" און איז מפרש: "יכול זה קיום המצות,
כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו 1
הרי קיום המצות אמור,
הא מה אני מקיים אם בחקותי תלכו,
שתהיו עמלים בתורה".
דער מקור פון דעם פרש״י איז תו״כ 2
- אבער וויבאלד אז רש״י בפירושו
(וואס איז ע״ד הפשט,
פשש״מ)
בריינגט פון דרשות רז״ל נאר דארט וואו ס׳איז דא א הכרח דערויף אין פשוטן של כתובים
(כמדובר כמה פעמים),
מוז מען זאגן אז אט דער פירוש פון תו״כ וואס רש״י בריינגט דא איז מוכרח אין פשטות הבנת הכתוב.
דערמיט איז אויך מובן פארוואס רש״י דארף דא ברענגען די גאנצע אריכות "יכול זה קיום המצות כשהוא אומר כו"׳,
און ער איז זיך ניט מסתפק מיט׳ן עצם הפירוש אז "אם בחקותי תלכו" מיינט "עמלים בתורה",
ווארום דעמאלט וואלט געווען א נתינת מקום צו אננעמען אז דאס איז דער פשוט׳ער טייטש פון "בחקותי תלכו״ - און דאס איז ניט אויסגעהאלטן,
ווייל דער טייטש פון בחקותי
(בדרך כלל)
איז - מצות,
דעריבער מוז רש״י מקדים זיין ״יכול - די ערשטע סברא איז אז דאס מיינט - קיום המצות",
נאר היות אז קיום המצות שטייט שוין
(ווייטער)
אין פסוק,
איז פון דעם מוכח אז די
(פריערדיקע)
ווערטער "אם בחקותי תלכו" מיינען ניט קיום המצות,
נאר "עמלים בתורה".
ס׳איז אבער ניט מובן:
א)
רש״י באווארנט אז דא איז "בחוקותי" ניט "מצות" נאר "תורה",
האט ער געדארפט מעתיק זיין פון פסוק "אם בחוקותי" און מפרש זיין "יכול אילו המצות כשהוא אומר ואת מצותי הרי מצות אמורין״ - ניט מער.
ב)
די קשיא ווערט נאף שטארקער: אין תו״כ
(מקור פרש״י)
שטייט טאקע "יכול אילו המצות" און רש״י איז משנה דעם לשון און שרייבט "קיום המצות".
ג)
מוז מען זאגן אז רש״י באווארנט אויך א צווייטע זאך,
אין קיום המצות: עמלים
(בתורה)
- דארפ׳ן פארשטיין: פון "ואת מצותי תשמרו" האט מען בלויז די ראי׳ אז "בחקותי" מיינט ניט מצות,
נאר תורה - פון וואנעט איז דער הכרח אז עם מיינט "עמלים בתורה" 3 ?
ד)
אויף "ואת מצותי תשמרו" איז רש״י מפרש: "הוו עמלים בתורה ע״מ לשמור ולקיים".
ולכאורה,
איז דאך דאס אין סתירה צו דעם וואס רש״י זאגט פריער "כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו הרי קיום המצות אמור",
אז "ואת מצותי תשמרו" מיינט קיום המצות
(און ניט א פרט אין אופן לימוד התורה - ער זאל זיין ״ע״מ כו"׳)
4 ?
ב.
דער ביאור אין דעם:
תלמוד תורה איז איינע פון די תרי״ג מצות; און ווי דער בן חמש למקרא ווייס דאס אויך פון דעם וואס אויף לימוד התורה מאכט ער יעדער פרימארגן די ברכה "אשר קדשנו במצותיו".
ולפי״ז איז פארשטאנדיק פארוואס מ׳קען ניט מפרש זיין אז "בחקותי תלכו" מיינט לימוד התורה,
ווארום לימוד התורה איז אין כלל פון מצות,
בלייבט דאך ווידער די שאלה "הרי קיום המצות אמור,
הא מה אני מקיים אם בחקותי תלכו"?
דערפון איז רש״י מכריח אז "בחקותי תלכו" מוז מיינען
(ניט לימוד התורה סתם,
נאר)
א פרט נוסף אין לימוד התורה,
וואס מ׳קען אים ניט וויסן פון "מצותי תשמרו",
ווייל אויך אן דעם פרט איז מען מקיים די מצוה פון תלמוד תורה,
און דאס דריקט אויס דער ווארט "תלכו" - ניט סתם "תשמרו"
(מקיים זיין),
לערנען תורה.
אין וואס פאר אן אופן קען מען מוסיף זיין אין לימוד התורה,
וואס אויך אן דער הוספה פעלט ניט אין דעם "תשמרו",
אין קיום מצות תלמוד תורה?
אויב אין כמות - אין צוגעבן זמן אין לימוד התורה,
איז דאס אלס דער זעלבער אופן הקיום,
דער זעלבער ״תשמרו״ - בדוגמת קיום מצות ״והי׳ לך לאות על ידך״ - צי דאס איז א קורצער זמן אדער א ליינגער זמן - איז דאס אלץ דער זעלבער "והי׳ לך".
מוז מען דעריבער זאגן,
אז וואס אונטערשטרייכט "
(אם בחקותי)
תלכו" 5
ניט סתם ״תשמרו״ - א הוספה אין איכות פון דעם קיום לימוד התורה - עמלים בתורה,
וואס דאס ווערט ניט נכלל אין "מצותי תשמרו",
וויבאלד אז תשמרו איז מען מקיים אויך דורך לערנען ניט אין אן אופן פון עמל.
ג.
עפי״ז ווערט אבער שווער דער סדר הענינים אין פסוק: וויבאלד אז "מצותי תשמרו" איז כולל דעם קיום פון מצות ת״ת אין אן אופן פון סתם לימוד,
למגרס,
האט עס דאך געדארפט שטיין אין פסוק פריער,
פאר "בחקותי תלכו",
אזוי איז דאך דער סדר הלימוד בפשטות: פריער דארף זיין דער לימוד למיגרם און ערשט דערנאך קען זיין דער עמל בתורה - לימוד בעיון 6
(מען קען דאך ניט אנהייבן מיט פארטיפן זיך באלד בעיון,
איידער מ׳לערנט ניט פריער אין אן אופן - למיגרם),
היינט פארוואס שטייט פריער "בחקותי תלכו" און דערנאך "ואת מצותי תשמרו"?
וואלט מען געלערנט אז דער טייטש פון "בחקותי תלכו" איז לימוד התורה סתם,
און "מצותי תשמרו" איז מעשה המצות,
וואלט געווען מובן פארוואס דאס שטייט פריער פאר "ואת מצותי תשמרו",
ווייל נאר "תלמוד מביא לידי מעשה" 7 ,
וכמובן בפשטות אז כדי צו וויסן וואס צו טאן און ווי אזוי צו טאן דארף מען פריער לערנען,
אבער בשעת מען לערנט אז "בחקותי תלכו" מיינט "עמל תורה",
קען מען שוין לכאורה ניט מסביר זיין אז דערפאר שטייט פריער "בחקותי תלכו" ווייל דאס איז א תנאי מוקדם וואט בריינגט צו ״ואת מצותי תשמרו״ -
(מעשה המצות)
-
ווייל "לידע את המעשה אשר יעשון" איז ניט נויטיק דער אופן הלימוד דוקא פון "עמל תורה"; אויף צו וויסן דעם דין הלכה למעשה איז מספיק לימוד למיגרם אין די ספרי הלכה וכו׳ 8 .
דערפון גופא איז רש״י מכריח אז דאס איז א פרט אין עמלים בתורה,
אז
(ניט בלויז דער לימוד למיגרם דארף זיין מיט דער כוונה לשמור ולקיים,
נאר)
אויך דער "עמלים בתורה" דארף זיין ע״מ לשמור ולקיים.
און אויף דעם בריינגט רש״י "כמו שנאמר 9
ולמדתם אותם ושמרתם לעשותם",
אז לימוד התורה - בלי חילוק,
כולל אויך עמלים 10
בתורה - דארף זיין ״ע״מ לשמור ולקיים".
ולפ״ז איז מובן,
אז דאס וואס רש״י זאגט "הוו עמלים בתורה כו'" בנוגע צו "מצותי תשמרו" איז קיין סתירה ניט צו דעם וואס ער זאגט פריער אז ״מצותי תשמרו״ מיינט קיום המצות -ווייל רש״י׳ם פירוש דא איז
(ניט אויף די ווערטער "ואת מצותי תשמרו",
נאר)
אויף "אם בחקותי תלכו" 11
: פריער פארטייטשט רש״י די ווערטער אליין,
אז זיי מיינען "שתהיו עמלים בתורה",
און דערנאך - דעם טעם פארוואס זיי שטייען פאר "ואת מצותי תשמרו",
ווייל דער עמלים בתורה דארף זיין ״ע״מ לשמור ולקיים" 12 .
ד.
מען דארף נאך אבער פארשטיין:
פון לשון רש״י ,
יכול זה קיום המצות" איז מוכח,
אז בפשטות וואלט מען געדארפט לערנען אז "בחקותי תלכו" מיינט קיום המצות,
נאר מצד דעם הכרח פון
("הרי קיום המצות אמור" אין)
די ווייטערדיקע ווערטער "ואת מצותי תשמרו",
מוז מען לערנען אז דער פירוש פון ״אם בחקותי תלכו״ איז - עמלים בתורה.
איז ניט מובן:
עם איז דאך ידוע,
אז אין מצות זיינען דא כמה סוגים
(עדות,
חוקים און משפטים)
און דער סוג חוקים איז די מצות וועלכע זיינען גזירת המלך,
ווי רש״י האט שוין פריער מפרש געווען אין פרשת אחרי 13
- און וויבאלד אזוי שטעלט זיך די שאלה: מען קען דאד דא לערנען בפשטות,
"בחקותי" מיינט די מצות אין סוג פון "חוקים" 14
,
וואס זיינען העכער פון שכל
(אזוי ווי חוקים ווערט געטייטשט בכו״כ מקומות שבתורה),
און "מצותי תשמרו" איז כולל די מצות שע״פ שכל
(משפטים).
בפשטות קען מען ענטפערן,
אז אויב מיט׳ן ווארט מצותי איז דער פסוק אויסן נאר איין סוג פון מצות - משפטים - וואלט ער ניט באנוצט דעם לשון ״מצותי״
(א שם כולל פאר אלע מצות)
נאר דעם לשון "משפטי",
אזוי ווי מען געפינט עם אין פסוק 15
"אלה החוקים והמשפטים והתורות",
אז בשעת ער וויל מפרט זיין באזונדערע סוגים פון מצות,
רופט ער אן דעם סוג מצות
(שפעטער)
מיט׳ן שם פרטי "משפטים",
און ניט מיט׳ן נאמען ״מצות״ סתם - און וויבאלד דא זאגט דער פסוק דעם לשון ״מצותי״ איז א ראי׳ אז ער מיינט אלע מצות 16
;
איז עם אבער לכאורה ניט קיין תירוץ מספיק,
ווארום מען געפינט אין א פריערדיקן ארט וואו דער פסוק טיילט פאנאנדער די מצות לסוגיהם: "עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמור משמרתי מצותי חקותי ותורתי" 17
- און רש״י איז דארט מפרש: "מצותי - דברים שאילו לא נכתבו ראויין הן להצטוות",
וואס דאס מיינט משפטים.
״חקותי - דברים שיצה״ר ואוה״ע משיבין עליהם״.
״ותורותי - להביא תורה שבע״פ״
(אז ״ותורותי״ לשון רבים מיינט תורה שבכתב און תורה שבעל פה)
-
זעט מען דאך פון דעם,
אז אפילו ווען דער פסוק זאגט לשון "מצות" סתם,
וויבאלד ער רעכנט דערביי אויך "חוקים",
מיינט ער מיט ביידע לשונות צוויי סוגי מצות - האט מען דאך אזוי געקענט איינלערנען אויך בנדו״ד 18 ?
ה.
איז דער ביאור אין דעם: דער ווארט ״מצות״ איז מלשון ציווי - זיי זיינען ציוויים פון דעם אויבערשטן.
איז מובן אז דער נאמען דא איז מתאים בלויז בנוגע די מצות פון נאך מ״ת" 18 ,
וואט דעמאלט האט דער אויבערשטער אנגעזאגט אלע מצות.
אבער פאר דעם ציווי פון אויבערשטן ביי מתן תורה,
איז דאך באם סוג מצוות אויף וועלכען מען זאגט ,
אשר שמע אברהם גר״ -ניט געווען די מציאות פון דעם ציווי 19
.
קומט דאך אויס אז דער לשון ״מצותי״ וואס שטייט ביי אברהם אבינו,
פאר מ״ת,
קען ניט מיינען מלשון ציווי הקב״ה,
וויבאלד כנ״ל,
ס׳איז נאך געווען פאר דעם זמן הציווי.
דעריבער מוז מען דארטן לערנען אז ״מצותי״ מיינט די ענינים וועלכע זיינען "ראויין להצטוות" דאמאלט שוין עפ״י שכל 20
; און זיי ווערן אנגערופן מיט׳ן נאמען מצות,
דערפאר וואס שכל איז שוין מצוה אויף זיי 21 .
משא״כ דער לשון מצותי בנדו״ד,
וואס שטייט נאף מ״ת,
וויבאלד אז דער לשון "מצות" לייגט זיך אויף אלע מצות,
וויילע זיי זיינען אלע ציוויים פון דעם אויבערשטן 22 ,
איז דעריבער שווער צו איינטייטשן אז דערמיט איז ער שולל ״בחוקותי״ - וואט שטייט אין זעלבן פסוק - וועלכע זיינען אויך ציווי השם,
און ווערט געמיינט בלויז דער סוג פון משפטים - נאר מ׳דארף לערנען אז "מצותי תשמרו" גייט אויף אלע מצות,
ובדרך ממילא דארף מען אננעמען אז "בחקותי תלכו" מיינט עמלים בתורה.
ו.
דער ביאור בכל הנ״ל בפנימיות הענינים:
הגם אז רש״י׳ס הכרח - אז "אם בחקותי תלכו״ מיינט ״עמלים בתורה״ - איז ניט פון לשון בחקותי גופא,
נאר פון ווייטער: "כשהוא אומר ואת מצותי תשמרו הרי קיום המצות אמור",
פונדעסטוועגן דארף מען זאגן,
אז דער ענין פון "עמלים בתורה" איז מרומז אויך אין דעם לשון "בחקותי תלכו".
[ווארום "ותורה אור" 23
: אלע ענינים פון תורה זיינען אין א ליכטיקן אופן און זיי באלייכטן יעדער זאך,
און דאס מיינט כמובן,
אז תורה
(ועאכו״כ תורה שבכתב 24 )
איז געשריבן געווארן אין אן אופן אז דער תוכן הכתוב זאל זיין ליבטיק; אויב דער ווארט "בחקותי" וואלט כלל ניט געוויזן אויף תורה
(נאר - אויף מצות),
וואלט דאן אנשטאט דעם לשון "בחקותי" געשטאנען "בתורתי" אדער "בתורותי",
וואט דריקט אויס קלאר דעם מכוון תורה.
וויבאלד אבער אז תורה האט אויטגעקליבן דוקא דעם לשון "בחקותי",
איז מוכרח אז דוקא אין דעם לשון איז מודגש דער ענין פון עמלים בתורה].
ז.
צו פארשטיין ווי אזוי דער לשון בחקותי
(ווען עם ווערט באנוצט אויף לימוד התורה)
דריקט אויס דעם ענין פון עמל תורה,
דארף מען פריער מסביר זיין א פרט אין דעם תוכן פונעם תואר "חוקים" וואט ווערט באנוצט בשייכות צו מצות.
ס׳איז ידוע,
אז חוץ דעם נאמען מצות,
וואט איז א שם כללי פאר אלע מצות,
כנ״ל,
האט יעדער סוג פון מצות א באזונדער נאמען: עדות,
משפטים און חוקים 25
.
"עדות" איז דער סוג מצות וואס זאגן עדות אויף געוויסע ענינים - אויף בריאת שמים וארץ,
אויף יצי״מ,
(אזוי ווי שבת,
תפלין)
וכדומה.
"משפטים" זיינען כולל די מצות וואס "אלמלא ניתנה תורה" וואלט מען זיי אליין פארשטאנען דורך משפט שכלי; און "חוקים" זיינען די מצות וועלכע זיינען דורכאוים גזירת המלך: זיי האבן ניט קיין ארט אין שכל ניט אלס משפטים און אויך ניט אלס עדות,
נאר ענינם איז "גזירה גזרתי חוקה חקקתי".
אין לשון הקודש - וואס איז ניט קיין לשון הסכמי - זיינען אלע ענינים בדיוק,
איז וויבאלד די מצות וועלכע האבן ניט קיין ארט אין שכל הייסן מיט׳ן נאמען חוקים,
וואס לשון "חוקה" האט אויך דעם אפטייטש פון חקיקה
(ווי ער איז מבאר אין לקו״ת 26
אין דעם ווארט "בחקותי"),
דארף מען זאגן אז ס׳איז דא א תוכן׳דיקע שייכות צווישן דעם ענין פון חוקה למעלה מהשכל און ענין החקיקה.
די הסברה בזה:
דער כללות׳דיקער אונטערשייד צווישן מלאכת החקיקה און כתיבה איז אין דעם,
וואס ביי חקיקה פאדערט זיך מער כח און אנשטריינגונג ווי ביי כתיבה.
דיבור איז בלויז מעשה זוטא 27
,
כתיבה איז שוין א מעשה שלם,
אבער דאך דארף מען ביי כתיבה ניט האבן אזוי פיל כח און אנשטריינגונג ווי ביי חקיקה.
דערמיט איז מובן וואס די מצות וואס זיינען בלויז גזירות המלך ווערן אנגערופן חוקים מלשון חקיקה,
וויילע דער קיום פון א זאך וואט לייגט זיף ניט אין שכל,
ביז צו - היפך השכל,
איז אן עבודה קשה,
א סאך שווערער ווי דער קיום פון א זאך וואס איז עפ״י שכל 28 .
ועפ״ז איז אויך פארשטאנדיק אז דער לשון "בחקותי",
ווען ער ווערט באנוצט אויף תורה מיינט
(ניט לימוד התורה סתם,
נאר)
עמל תורה,
וויילע חוקה מלשון חקיקה ווייזט אויף א שוערער ארבעט,
עמל.
און בשעת ער לערנט תורה מיט א הארעוואניע - מיט דער עבודה קשה פון ״חקיקה״ - פועל׳ט עם א חקיקה 29
אין הארץ פון דעם לומד התורה,
אז אפילו ווען לבו כלב האבן,
איז אויב ער הארעוועט אין תורה,
ווערט זיין פארשטיינערט הארץ דורכגעקריצט און דורכגעריבן דורך דעם עמל בתורה - אבנים שחקו מים 30 .
ח.
אין תורה זיינען דאך אלע ענינים מכוון ומדוייק בתכלית,
איז וויבאלד אז עמל תורה הייסט מיט׳ן לשון חוקה,
דער זעלבער לשון וועלכער עם ווערט באנוצט אויף מצות שלמעלה מהשכל,
איז דאס גופא א הוכחה,
אז דער טעם וואס עמל תורה הייסט חוקה,
איז
(ניט בלויז מצד דעם וואס זי איז א עבודה קשה כנ״ל,
נאר אויך)
מצד דעם וואס דער עמל תורה איז פארבונדן מיט למעלה מהשכל 31
:
אע״פ אז דער לימוד פון תושבע״פ מוז זיין אין הבנה והשגה דוקא 32
,
און אויב מען פארשטייט ניט וואס מען לערנט,
קען מען אויף דעם קיין ברכת התורה ניט מאכן 33
- אעפ״כ איז דער עמל תורה פארבונדן מיט למעלה מהשכל.
ואדרבה: דוקא אין ״בחקותי״ - שלמעלה מהשכל - דריקט זיך אויס דער "עמלים בתורה".
און דאס איז אין צוויי ענינים 34
:
א)
דער "עמל בתורה" דארף זיין מערער ווי עם לייגט זיך בשכלו; בשעת מ׳לערנט בלויז אויף וויפל עם פאדערט דער שכל,
הייסט עם ניט קיין ריכטיגער עמל.
ב)
דער עמל בתורה בריינגט אים צו דער הנחה והשגה אז אויך די ענינים וועלכע ער פארשטייט יא בשכלו,
זיינען אין אמת׳ן העכער פון השגה
(וכמאמר 35
תכלית הידיעה שלא נדעך,
וואס אזוי ווי דאס איז בנוגע דעם אויבערשטן,
עד״ז איז עם אויך בנוגע תורה - חכמתו ית׳,
וואס הוא וחכמתו אחד.
וכמש״כ הרמב״ם 36 ,
ובמילא "כשם 37
שאין ביכולת שום שכל נברא להשיג בוראו 38
כך אינו יכול להשיג" חכמתו,
וכמש״נ 39
: ונעלמה מעיני כל חי -
איז אויב ער מיינט אז ער האט תכלית הידיעה אין תורה,
איז עם א באווייז אז ביי אים פעלט דער עמל בתורה),
וכמאמר כ״ק מו״ח אדמו״ר 40 ,
אז אויך די ענינים מושגים זיינען אזוי ווי חוקים.
וואס עפ״ז וועט ווערן רעכט וואס ער זאגט אויף לימוד התורה דעם לשון "בחקותי תלכו",
כאטש אז ער מיינט דאך דא דעם לימוד פון יעדער ענין שבתורה,
ניט בלויז דעם לימוד פון חוקים נאר אויך פון עדות און משפטים 41
- וויילע דורכן עמל בתורה קומט מען צו דער הכרה אז אויך משפטים זיינען חוקים.
(משיחת ש״פ בחקותי תשכ״ה)