B"H
🏡

Ikar

בהר ג

א.

ווען א איד האט זיך פארקויפט אלס אן עבד צו א נכרי,

זאגט דער פסוק 1

: "גאולה תהי׳ לו אחד מאחיו יגאלנו.

או דודו או בן דודו יגאלנו או משאר בשרו גו׳ או השיגה ידו ונגאל"; און פון דעם סדר אין פסוק - ״אחד מאחיו גו׳ דודו או בן דודו גו׳ משאר בשרו גו׳״ - לערנט מען אפ 2

,

אז "הקרוב קרוב קודם״ - דער קרוב וואס איז נעענטער,

איז ער פריער צו גואל זיין דעם עבד.

דארף מען פארשטיין:

א)

ווען דער נמכר לנכרי אליין איז אין א מצב פון "השיגה ידו",

איז ער דאך כמובן "קודם" פון אלע קרובים 3

; און וויבאלד דער פסוק רעכנט אויס די קרובים 4

לויטן סדר ווער איז קודם לגאולה - האט דאך לפ״ז צום אלעם ערשטן געדארפט שטיין "והשיגה ידו ונגאל",

און ערשט דערנאך

(אויב לא השיגה ידו)

"אחד מאחיו גו׳ או דודו גו׳״ - פארוואס 5

שטייט "השיגה ידו" נאך גאולת קרובים?

ב)

וויבאלד דער פסוק רעכנט אויס כו״כ קרובים און אין א סדר פון "הקרוב קרוב קודם",

האט ער אלס ערשטן קרוב געדארפט זאגן "אביו",

וואס ער איז מער קרוב אפילו ווי ״אחיו״

(ווי דער דין 6

ביי ירושה,

אז ״האב קודם לאחין״)

- ובפועל ווערט ״אביו״ 7

אינגאנצן ניט דערמאנט אין פסוק?

די זעלבע שאלה פרעגט מען 8

אין פ׳ נחלות,

וואו דער פסוק 9

רעכנט דעם סדר פון ירושת הקרובים: "איש כי ימות ובן אין לו והעברתם את נחלתו לבתו ..

לאחיו ..

לאחי אביו ..

לשארו הקרוב אליו״ - און לאזט אויס "אביו",

וועלכער קומט לירוש פאר "אחיו" כנ״ל?

און מען פארענטפערט 8

אז "דרך ברכה ידבר ולא בנכרתים״ - דער פסוק רעדט ניט וועגן א פאל פון פורעניות 10 ,

אז דער בן איז מת בחיי אביו.

אבער

[נוסף לזה אז אויך דארט אין פ׳ נחלות איז עם ניט אינגאנצן גלאטיק.

ווארום וויבאלד אז דאס זיינען ענינים וואס זיינען נוגע להלכה ,

האט לכאורה קיין ארט ניט צו אויסלאזן 11

"אביו" צוליב דעם 12

וואס עם איז ניט "דרך ברכה" 13

,

ובפרט אז דאס גיט אן אפשריות לטעות אז דער אב איז ניט קיין יורש 14

- איז]

בנדו״ד וואו עם רעדט זיך ניט וועגן א מצב פון ״נכרתים״ 15 ,

האט דער פסוק געדארפט זאגן און - גלייך באם אנהייב,

דעם דין אז דער אב איז קודם לגאולה?

ב.

קען מען דאס מבאר זיין בהקדם וואס חז״ל זאגן 16

אז די פרשיות פון דער סדרה קומען ״על הסדר״,

זיי באווייזן דעם סדר הירידה ר״ל וואס קען קומען דורך ניט אפהיטן די מצוה

(אפילו נאר - "אבקה" 17 )

פון שביעית: פריער איז עם גורם אז ער איז "מוכר את מטלטליו",

און נאכדעם גייט ער מירידה לירידה,

ביז צו תכלית הירידה,

ר״ל - אז ער פארקויפט זיך צו א נכרי,

און נאכמער -" לעקר משפחת גר" 18

,

וואס מיינט "לע״א עצמה 19

(להיות לה שמש 20

)

".

ווי פארשטאנדיק אין פשטות,

איז דאס ניט נאר א ירידה אין גשמיות - אז ער מוז פארקויפן אלע זיינע נכסים כו׳,

ביז צו פארקויפן זיך אליין

(און דערצו נאך)

צו א נכרי - נאר עם באווייזט אויף א כסדר׳דיקער ירידה און שפל המצב ברוחניות 21 .

ווארום אז א איד זאל זיך פארקויפן צו א נכרי,

איז דאס

(א)

היפך התורה -מען טאר זיך ניט פארקויפן צו א נכרי 22

,

און

(ב)

דאס איז א מצב וואס עם גיט אן ארט אויף א קם״ד "הואיל ורבי מגלה עריות ..

עובד ע״א ..

מחלל שבת אף אני כמותו ״ 23

; ועאכו״כ דער פארקויפן זיך "לע״א עצמה",

וואס עבדות לע״א עצמה איז דער היפך ממש פון ״לי 24

בני ישראל עבדים" 25 .

ג.

ווי קען א איד אראפפאלן אזוי נידעריק,

ביז צום פארקויפן זיך "לע״א עצמה"?

הויבט זיך דאס אן דערמיט,

וואס ער האט זיך אפגעריסן און פארגעסן,

ר״ל,

אויף אביו שבשמים

(ובמילא אויך אויף אהבת הבן לאביו

(שבשמים)

ויראתו 26

וכו׳)

ובלשון הכתוב 27

: בן יכבד אב גו׳ ואם אב אני אי׳ כבודי גו׳.

ובלשון החסידות - ביי אים איז ניטא

(בגילוי)

די בחי׳ פון זיין ״ אב ״ - זיין חכמה 28

שבנפש.

ווי דער אלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניא 29 ,

אז די סיבה פארוואס א איד קען עובר זיין אויפן רצון העליון,

איז ווייל זיין חכמה שבנפש - די אמונה בה׳ וואס איז העכער פון דעת והשגה 30

- איז "בבחי׳ שינה",

ובמילא דערהערט ער ניט ווי דורך יעדער עבירה,

אפילו אן עבירה קלה,

ווערט ער נפרד "בתכלית הפירוד ביחודו ואחדותו ית׳" 31 .

וואלט 31

ער דערהערט אז דורך דער עבירה ווערט מען נפרד פון "יחודו ואחדותו ית׳" פונקט ווי דורך ע״ז,

וואלט ער בייגעשטאנען דעם נסיון מיטן זעלבן תוקף - ווי ער און יעדער איד

(אפילו א קל שבקלים ופושעי ישראל)

זיינען זיך מוסר נפש על קדושת ה׳ ״בלי 32

שום דעת והתבוננות,

רק כאלו הוא דבר שאי אפשר כלל לכפור בה׳ אחד".

ועפ״ז איז מובן דער טעם

(פנימי)

וואס "אביו" ווערט ניט דערמאנט דא און ניט אין פ׳ נחלות: דער ענין המיתה ברוחניות - "רשעים שבחייהן קרויין מתים" 33 ,

אדער בדקות יותר: "מאן דנחית מדרגא ..

קארי בי׳ מיתה״ 34

- נעמט זיך דערפון וואס עס פעלט דער געדיינקען דעם אביו שבשמים,

(דער גילוי פון)

בחי׳ חכמה שבנפש - " אב "; דאס איז בבחי׳ שינה,

וואס "שינה א׳ מששים למיתה" 35 .

ווען ביי אים איז דא דער זכרון - איז דא "כבודי",

ווען ס׳איז מאיר בחי׳ חכמה שבנפש,

איז - ו״החכמה תחי ,

" 36

: זי דערלאזט ניט קיין מיתה

(רוחנית),

אפילו ניט קיין נפילה ממדריגתו,

ווייל מצד בחי׳ חכמה שבנפש איז די עבודה פון א אידן מיטן גאנצן תוקף האמונה,

העכער פון שינויים.

ד.

כשם ווי דער מצב פון נמכר לנכרי כנ״ל איז

(בפנימיות)

א ירידה רוחנית ,

איז פארשטאנדיק אז אזוי איז בנוגע זיין גאולה

- וואס תורה זאגט אן "גאולה תהי׳ לו״ 37 ,

אז זיינע קרובים מוזן 38

אים גואל זיין,

און נאכמער - "גאולה תהי׳ לו"

(אויך)

בלשון הבטחה.

אפילו ווען די קרובים זיינען אים ניט גואל איז "ויצא בשנת היובל גו׳" 39 ,

און דער פסוק זאגט דערויף דעם טעם "כי לי בני ישראל עבדים 40

עבדי הם״

(״שטרי קודם״) 41

-

דאס מיינט

(בפנימיות)

די גאולה רוחנית פון דעם שפל המצב אין וועלכן ער געפינט זיך: ביי מ״ת איז יעדער איד געווארן אן עבד ה׳ אריף אייביק - אן עילוי עצמי וואס קיינער קען עס ביי אים ניט צונעמען 42 .

אויב אפילו ער טוט דערנאך היפך רצון ה׳,

איז זיין שייכות צו רע

(נמכר לע״א)

ניט מער ווי א צוגעגעבענע זאך אויף זיין עצם מהות,

ווארום זיין עצם מהות

(דאס וואס ער איז אן עבד ה׳)

קען ניט געביטן ווערן.

און דערפאר איז ודאי אז "גאולה תהי׳ לו".

נדערמיט איז אויך פארשטאנדיק די שייכות פון סיום הסדרה צו איר התחלה,

וואו דער פסוק איז מדגיש "וידבר ה׳ גו׳ בהר סיני גו׳״: דאס איז 43

א הקדמה צו כללות הסדרה: מצד דעם וואס מען קומט פון הר סיני,

וואס דאן 44

האט זיך אויפגעטאן דער "שטרי קודם"

(לי בנ״י עבדים)

- איז אפילו נאך דעם גאנצן סדר הירידה ר״ל,

איז ודאי אז "גאולה תהי׳ לו"].

ה.

דערמיט קען מען אויך מסביר זיין דעם טעם

(פנימי)

אין פרש״י און אין דער הדגשה און אריכות פון רש״י 45 ,

אז "לעקר

(משפחת גר)

" מיינט "הנמכר לע״א עצמה להיות לה שמש ולא לאלהות אלא לחטוב עצים ולשאוב מים"

- דלכאורה איז ניט מובן: פון וואנעט נעמט רש״י אז דאס איז "ולא לאלהות" 46 ?

אויב מצד דעם וואס א איד טאר ניט זיין קיין נמכר לע״א לאלהות - איז דאך אויך אסור צו פארקויפן זיך "להיות לה שמש" 47

און אפילו

(בלויז)

צו זיין א נמכר לנכרי,

כנ״ל -

נאר דערמיט באווארנט ער,

אז אפילו אזא איד,

וואס איז אראפגעפאלן אזוי נידעריק ביז צו תכלית הירידה ר״ל,

בכ״ז איז ניט שייך אז ער זאל זיך פארקויפן ״לע״א ..

לאלהות" ווייל דאס איז א "דבר שאי אפשר כלל ".

ווארום אויך איידער ער ווערט נגאל,

איז ער ניט אין א מצב אז ביי אים איז ח״ו ניטא דער זכרון פון אביו שבשמים ער איז נאר "אפגעטראגן" און "שלאפט" 48 ,

ס׳איז ניט בטל געווארן בחי׳ חכמה שבנפש - עס איז נאר

(כדיוק לשון התניא)

״בבחי׳ שינה ".

און דערפאר 49

,

ווען ער קומט צו א ״נסיון בדבר אמונה בה׳ אחד",

וואס דאס רירט אן זיין פנימיות הנפש,

חכמה שבנפש,

איז דאס פועל אז זי איז "ניעורה משנתה" און דערלאזט ניט אז ער זאל דורכפאלן אין דעם נסיון; און נאכמער: זי דערלאזט ניט אפילו א חיצוניות׳דיקע מחשבה דיבור אדער מעשה

("בלי אמונה בלב כלל")

וואס איז "נגד אמונת ה׳ אחד".

און דערפאר,

קען ניט זיין אז א איד זאל זיך פארקויפן "לאלהות"

(אפילו צו טאן דאס "בלי אמונה בלב כלל")

; די נידעריקסטע ירידה,

וואס קען זיין ביי א אידן ווען חכמה שבנפש איז בבחי׳ שינה

(לולא ענין הבחירה 50 )

איז בלויז צו פארקויפן זיך ״להיות לה שמש ..

לחטוב עצים ולשאוב מים".

ו.

וויבאלד אז בחי׳ הזכרון,

החכמה 51

שבנפש פון דעם נמכר לנכרי איז בבחי׳ שינה,

ביז אז ער איז כאילו געווארן אויס בעה״ב אויף זיך - ער איז משועבד צו אן אדון נכרי,

ביז ״לע״א עצמה״ -אין אזא מצב איז פאר אים ניט מעגלעך צו זיך אליין גואל זיין,

ווי דער כלל 52

: "אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים";

זיין גאולה מוז קומען בדרך אתערותא דלעילא

(העכער פון זיין מצב),

דורך דעם וואס אנדערע

(וואס זיינען ניט משועבד צו הנ״ל)

זיינען אים גואל.

און דערפאר שטייט צום אלעם ערשטן דער ענין פון גאולת קרובים 53

- די אתעדל״ע צו ארויסשלעפן אים פון זיין שפל המצב.

דער תכלית איז אבער

(ניט אז ער זאל כסדר דארפן אנקומען צו דער התעוררות פון אנדערע,

נאר)

צו מגלה זיין זיין פנימיות ,

וואס ער איז עבד ה׳,

כנ״ל -וואם דורכדעם איז זיין גאולה אין אן אופן אז ער

( מצד עצמו )

איז שוין מער ניט שייך צו אזא ירידה,

ע״ד ווי דאס איז אין גשמיות,

אז די בעסטע אמת׳ע הילף וואס מען קען געבן אן עני,

איז צו אוועקשטעלן אים אין א מצב וואס ער דארף שוין מער ניט אנקומען צו בריות 54 .

און דאס איז דער טעם

(פנימי)

וואס דער סיום הפסוק איז "השיגה ידו ונגאל" 55

: דער תכלית פון דער גאולת קרובים איז דער אויפטו אז ער אליין זאל זיך קענען גואל זיין בכח עצמו 53 .

[ומהאי טעמא איז דער סדר פון גאולת קרובים אין אן אופן פון "הקרוב קרוב קודם": וויבאלד זיי דארפן מעורר זיין די פנימית׳דיקע 56

און דערנאך אויך די חיצונית׳דיקע כוחות פון דעם עבד,

ביז אז ער זאל זיך קענען גואל זיין בכח עצמו,

דעריבער,

וואס נעענטער דער "קרוב" איז צום עבד,

איז מובן אז אלץ פנימית׳דיקער וועט זיין די השפעה און ווירקונג אין דער התעוררות פונעם עבד].

ז.

די סיבה ואפשריות אויף דער ירידה איז מרומז ומודגש אין דעם אנהויב פון דער סדרה 57

- "כי תבואו אל הארץ":

מצד דעם וואס אידן גייען אריין אין אן ארץ נושבת,

וואו מען דארף זיך פירן לויט דער הנהגת הטבע,

"שש שנים תזרע שדך וגו׳״ 58

-

ניט ווי אין מדבר וואו מ׳איז געווען אויסגעטאן פון עניני עוה״ז: מ׳האט געגעסן דעם לחם מן השמים - מן,

געטרונקען פון בארה של מרים,

און געטראגן לבושים וואס די "ענני הכבוד היו שפים כו׳ ומגהצים כו׳ גדל לבושם עמהם כו׳״ 59

-

גיט דאס אן ארט אויף דער ירידה הנ״ל.

דערפאר ווערט אויך גלייך באווארנט בתחילת הסדרה,

אז וויבאלד מען קומט מיטן כח פון "הר סיני",

איז א זיכערע זאך,

אז

(ניט נאר וועט מען אליין בלייבן גאנץ - ״גאולה תהי׳ לו״ - נאר)

מ׳וועט אויך פועל זיין א בירור ועילוי אין דעם ״ ארץ ״,

אז מען מאכט פון ארץ כנען -ארץ ישראל 60 ,

און אין ארץ ישראל ביז - "ושבתה הארץ שבת לה׳" 57

:

תמורת זה וואס ס׳איז געווען א מציאות פון ע״ז אין א״י

(צו וועלכער א איד קען זיך פארקויפן ר״ל),

ווערט " עקר משפחת גר״,

כפי׳ התוס׳ 61

- ״ שסופה 62

ליעקר ".

עס ווערט נעקר דער גאנצער ענין פון ע״ז,

ואדרבה - "ושבתה הארץ שבת לה׳ ",

מען זעט בגילוי ווי ס׳איז "לי הארץ" 63 .

(משיחת ש״פ בהו״ב תשכ״ג)

Reader controls and commentary are loading.