א.
ביי דער מצוה פון שביתת הארץ אין שביעית,
זאָגט דער רמב”ם 1
: „מ”ע לשבות מעבודת הארץ ועבודת האילן בשנה שביעית שנאמר 2
ושבתה הארץ שבת לה’ ונאמר 3
בחריש ובקציר תשבות” - איז ידוע אין דעם די חקירה 4
: צי די מצוה איז אַז די ערד זאָל שובת זיין,
ווי ס’איז משמע פון לשון הכתובים בפרשתנו „ושבתה הארץ שבת לה’ ..
שבת שבתון יהי’ לארץ ..
שנת שבתון יהי’ לארץ ” 5 ,
און ווי דער רמב”ם זאָגט
(אין אַן אַנדער אָרט 6 )
אַז די מצוה איז „שתשבות הארץ בשביעית ממלאכתה” 7
; אָדער די מצוה איז אַז דער מענטש דאַרף רוען מעבודת הארץ,
ווי דער לשון הכתוב „בחריש ובקציר תשבות ”,
און ווי דער לשון הרמב”ם הנ”ל 8
„ לשבות מעבודת הארץ ועבודת האילן” 9 .
[בנוגע צו די לאווין וואָס זיינען דאָ אין דעם: „ שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור” 10 ,
איז פשוט אַז דער איסור ל”ת איז נאָר אויפן גברא „שלא יעבוד עבודת הארץ בשנה זו כו’” 11 ].
פון די נפק”מ בזה: אויב די מצוה איז אַז די קרקע פונעם אידן דאַרף האָבן שביתה,
איז דעמאָלט קיין חילוק ניט ווער עס איז שולל די שביתה און טוט די אַרבעט אין זיין קרקע,
אפילו אויב דאָס טוט אַ גוי 12 ,
איז דער בעל הקרקע עובר אויף דער עשה; אויב אָבער דאָס איז אַ חובת גברא איז בשעת אַ גוי באַאַרבעט די פעלד איז ער ניט עובר.
ב.
עד”ז איז דאָ די חקירה און אַ פלוגתא ביי נאָך אַ מ”ע אין שביעית -„והשביעית תשמטנה ונטשתה” 13 ,
צי די מצוה פון שמיטת הפירות איז אַז דאָס וואָס די ערד גיט אַרויס בשביעית דאַרף דער בעה”ב משמיט
[ מפקיר ]
זיין* 13 ,
ווי דער לשון הרמב”ם
(אין ספר המצות 14 )
„שצונו להפקיר כל מה שתצמח” און
(אין ספר היד 15 )
„להשמיט כל מה שתוציא הארץ בשביעית”; אָדער די שמיטה איז אין אַן אופן פון „אפקעתא דמלכא” 16
- די תורה האָט מפקיר געווען 17
די פירות 18
שביעית און דער בעה”ב טוט גאָרניט אויף אין דעם 19 .
וואָס דער חילוק בפשטות איז אין פאַל 20
ווען ער איז זיי בפירוש ניט מפקיר
(גודר שדהו ונועל כרמו) 21
: אויב ס’איז אַ חובת גברא אויפן בעה”ב צו מפקיר זיין 22
איז
(כאָטש ער איז עובר אויף דער מ”ע,
פונדעסטוועגן)
טאָר עס אַ צווייטער ניט נעמען,
און אויב ער נעמט איז ער עובר אויף איסור גזילה.
אויב אָבער דאָס איז אפקעתא דמלכא,
קען מען נעמען און זוכה זיין די פירות אפילו בע”כ פון די בעלים.
נאָך אַ נפק”מ פשוטה זאָגט מען אין דעם: וויבאַלד אַז שביעית איז פטור פון מעשר מצד דעם וואָס די פירות זיינען הפקר - איז אויב דער חיוב איז אַז דער מענטש זאָל זיי מפקיר זיין,
דעמאָלט דאַרף אויסקומען אַז די פירות שביעית וואָס ער איז זיי ניט מפקיר
(גודר שדהו כו’)
זיינען חייב במעשרות; אויב אָבער זיי זיינען הפקר מצד „אפקעתא דמלכא” איז מובן,
אַז זיין ניט מפקיר זיין ענדערט גאָרניט און די פירות זיינען פטור פון מעשרות.
ג.
מען קען אָבער זאָגן,
אַז אויך ווען איינער איז בפירוש ניט מפקיר די פירות פון שביעית זיינען זיי פטור פון מעשרות אפילו לויט די סברא אַז ס’איז אַ חובת גברא 23 ,
וואָרום י”ל אַז דאָס וואָס פירות שביעית זיינען פטור פון מעשרות מטעם הפקר,
איז דאָס ניט דערפאַר ווייל זיי זיינען הפקר בפועל,
נאָר מצד דעם חיוב זיי צו מפקיר זיין.
און די הסברה אין דעם: ע”ד ווי אין די פריערדיקע זעקס יאָר איז דאָ אַ חילוק אינעם חיוב פון די מעשרות -אַז שנה ראשונה שני’ רביעית וחמישית איז מען מפריש מעשר שני און שלישית וששית איז מען
(אַנשטאָט מעשר שני)
מפריש מעשר עני,
וואָס בפשטות י”ל דעם טעם בכדי מ’זאָל ניט דאַרפן געבן אין איין יאָר אַלע מעשרות 24 ,
פונדעסטוועגן לא אשתמיט בשום מקום צו זאָגן אַז אויב ער האָט ניט געגעבן,
לדוגמא,
מע”ש דעם ערשטן יאָר,
זאָל ער געבן מעשר עני - והטעם ווייל די תבואה פון דעם יאָר האָט ניט קיין חיוב פון מעשר עני.
עד”ז בנוגע די תבואה און פירות פון שנת השביעית,
אַז וויבאַלד די תורה האָט מחייב געווען אַז מ’זאָל מפקיר זיין די תבואה ופירות פון דעם יאָר,
איז במילא ניטאָ דעם יאָר קיין חיוב מעשרות 25 ,
אפילו ווען מ’האָט בפועל ניט מפקיר געווען 26 .
ד.
לכאורה קען מען בריינגען אַ ראי’,
אַז דער הפקר פון שביעית איז אפקעתא דמלכא,
פון 27
לשון המדרש 28
אויפן פסוק 29
„גבורי כח עושי דברו לשמוע בקול דברו” - „אלו שומרי שביעית,
ולמה נקרא שמם גבורי כח רואה ששדהו מופקרת ואילנותיו מופקרים והסייגים מופרצים ורואה פירותיו נאכלים וכובש את יצרו ואינו מדבר” וואָס פון לשון „ רואה ששדהו מופקרת ואילנותיו מופקרים” איז משמע אַז זי ווערט הפקר פון זיך אַליין -היינו מצד אפקעתא דמלכא,
ניט דורך דעם וואָס ער האָט דאָס מפקיר געווען.
מ’קען אָבער דוחק זיין,
אַז דער מדרש איז מתאר דעם מצב פון דער שדה ואילן ווי זיי זיינען בפועל - „שדהו מופקרת ואילנותיו מופקרים כו’”,
ניט ריידנדיק וועגן דער סיבה דערפון; אָבער אויך דער מדרש האַלט,
אַז זיי זיינען געוואָרן הפקר נאָר דורך דעם וואָס דער מענטש האָט זיי מפקיר געווען 30 .
און דער חידוש בשעת „רואה” - כאָטש ער אַליין האָט עס מפקיר געווען - איז ווייל ער זעט ווי עס זעט אויס בפועל,
ע”ד אינו דומה ראי’ לשמיעה.
ה.
וי”ל אַ מקור והוכחה צו דער דיעה וסברא,
אַז שמיטת קרקעות איז ניט אפקעתא דמלכא נאָר חובת גברא,
פון דעם וואָס מען פאַרגלייכט שמיטת קרקעות צו שמיטת כספים 31
: „וזה דבר השמיטה שמוט 32
בשתי שמיטות הכתוב מדבר אחת שמיטת קרקע ואחת שמיטת כספים.
בזמן שאתה משמט קרקע כו’” 33
[און הגם אַז דאָס איז נאָר דעת רבי און ניט דעת רבנן 34
- איז אָבער זייער פלוגתא נאָר אויף דעם וואָס רבי זאָגט „ בזמן שאתה משמט קרקע כו’”,
אָבער ניט אויף דעם צוגלייכן השמטת קרקע און השמטת כספים 35 ].
ביי שמיטת כספים זאָגט די משנה אין מס’ שביעית 36
: „המחזיר חוב בשביעית
(נאָכן זמן השמיטה) 37
יאמר לו משמט אני,
אמר לו אעפ”כ,
יקבל ממנו שנאמר וזה דבר השמיטה” - אויב שמיטה איז אפקעתא דמלכא און ס’ווערט אויס חוב,
איז ניט גלאַט לשון המשנה „המחזיר חוב ”,
„משמט אני ”,
און פי’ המפרשים פון דעם לווה’ס זאָגן „אעפ”כ”,
אַז ער וויל „לפרוע” דעם חוב 38 ?
נאָכמער: וויבאַלד אַז די תורה זאָגט אַז שביעית איז משמט ומבטל דעם חוב,
האָט לכאורה גאָר געדאַרפט זיין אַן איסור פאַר דעם לוה צו טאָן אַ פעולה הפכית - אומצוקערן די געלט אַלס חוב - און די משנה זאָגט גאָר אַז
(ניט נאָר מעג דאָס דער לוה טאָן,
נאָר)
„רוח חכמים נוחה ממנו”
(ווי עס שטייט אין דער צווייטער משנה 39 )?
איז משמע פון דעם אַלעם,
אַז שמיטת כספים בשביעית איז ניט אין גדר פון אפקעתא דמלכא - אַז דער חוב ווערט לגמרי נפקע ונתבטל בדרך ממילא 40
-נאָר
(א)
ס’איז אַ חובת גברא אויפן מלוה צו משמט זיין דעם חוב 41
און
(ב)
אַז דער גדר החיוב איז ניט צו מפקיע ומבטל זיין דעם חוב לגמרי,
נאָר ער לאָזט אָפּ
( משמט )
דעם חוב: ער מאָנט אים ניט
(לא יגוש ).
[עפי”ז ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב”ם 42
זאָגט: „ מצות עשה להשמיט המלוה בשביעית שנאמר כו’” וואָס בפשטות איז דאָס שייך ווען דער משמיט זיין איז אַ חיוב אויפן מלוה און ניט ווען ס’איז אַן אפקעתא דמלכא 43 ].
און לויט דעם איז מוסבר וואָס דער רמב”ם 44
זאָגט: „וצריך המלוה לומר למחזיר משמיט אני וכבר נפטרת ממני ,
אמר לו אעפ”כ רצוני שתקבל,
יקבל ממנו שנאמר לא יגוש והרי לא נגש”,
ד.
ה.
אַז דער חיוב ומצוה אויפן מלוה
(„משמיט אני”)
איז מוגדר אין דעם וואָס ער איז מקיים דעם „לא יגוש” - ס’איז ניט אַ באַזונדער לאו און איסור אין שמיטת כספים 45 ,
נאָר
(אויך)
דער קיום פון חיוב השמטה
(אַלס מ”ע)
; און ווי דער לשון החינוך 46
: „ לעזוב החובות” - אָפּלאָזן ד.
ה.
ניט מאָנען; און ווי ס’איז די משמעות פון לשון הכתובים: „שמוט כל בעל משה ידו אשר ישה ברעהו לא יגוש את רעהו ואת אחיו גו’ ואשר יהי’ לך את אחיך תשמט ידך” 47 .
און וויבאַלד אַז דער „לא יגוש” איז מחייב און מכריח דעם מלוה אָפּצולאָזן און ניט מאָנען דעם חוב,
איז מובן,
אַז בדרך ממילא פאַלט אָפּ דער שעבוד וחובת גברא פון דעם לוה צו פורע זיין דעם חוב
(ווייל ס’איז הא בהא תליא) 48
- ווי דער לשון הרמב”ם: „ משמיט אני וכבר נפטרת ממני ”,
אַז דער לוה ווערט נפטר פון זיין שעבוד צום מלוה 49
; אָבער דאָס איז נאָר ביטול השעבוד אין דעם יחס
(פון גדר גברא)
צווישן מלוה און לוה,
עס בלייבט אָבער דער שעבוד אויף די נכסי הלוה 50 ,
ווייל דער עצם חוב כשלעצמו איז ניט נפקע געוואָרן 51 .
און דערפאַר איז פאַרשטאַנדיק וואָס לדעת רוב הפוסקים
(אויסער די דעה יחידאה פון יראים 52 )
איז ניטאָ קיין גדר דמצוה אויפן לוה צוריקצוצאָלן דעם חוב צום מלוה
(אויך פאַר דעם ווי דער מלוה האָט געזאָגט „משמיט אני”)
; און פונדעסטוועגן ווערן ער אָנגערופן 53
„מחזיר חובו” - ווייל הגם דער לוה איז פטור פון צוריקצאָלן די הלוואה,
איז נאָך אַלץ דאָ דער חוב ,
ער איז ניט נפקע געוואָרן 54
; בסגנון אחר: ווען ער האָט געליען - איז אויף אַ טייל פון זיינע נכסים
(בסכום דההלואה)
- חל מעין בעלות פון מלוה.
ס’איז שווער צו זאָגן אַז דאָס איז אַן ענין פון פריעת בע”ח מצוה,
ווי אַנדערע מפרשים לערנען דעם פשט אין אונזער משנה 55 ,
והראי’ אַז כנ”ל,
איז דאָס נאָר אַ דעת יחיד,
וואָס האַלט אַז ס’איז דאָ אַ חיוב אויפן לוה אָפּצוגעבן דעם חוב צום מלוה
(אויב ער האָט ניט געזאָגט משמט אני)
; ועוד,
אויב ס’איז אַ מצוה פון פריעת בע”ח - אפילו לויט דער דעה אַז ס’איז נאָר מדרבנן 56
- איז עס דאָך אַ חיוב ממש 57
און ניט נאָר „רוח חכמים 58
נוחה ממנו” 59 .
ו.
עפ”י הסברה הנ”ל אין דעם ענין פון שמיטת כספים,
איז מסתבר אַז עד”ז איז אויך שמיטת קרקעות,
וואָרום דער זעלבער גדר פון שמיטה
(בשנה השביעית)
איז סיי ביי קרקעות און סיי ביי כספים; ובפרט אַז מ’פאַרבינדט זיי צוזאַמען אין „ וזה דבר השמיטה”
[און ווי דער רמב”ם ברענגט דאָס אַראָפּ אין ספר המצות ביי דער מ”ע פון שמיטת כספים „ולשון התוספתא בשתי שמיטות הכתוב מדבר אחת שמיטת קרקעות ואחת שמיטת כספים”] 60 ,
וואָס „וזה דבר השמיטה” מיינט כפשוטו,
אַז דאָס
(וואָס ער איז מפרש ווייטער)
איז מצות שמיטה,
ד.
ה.
אַז ס’איז אַ מצוה אויפן גברא צו דבר’ן,
מפקיר זיין די פעלד 61 .
דער חילוק איז נאָר,
וואָס ביי שמיטת כספים,
וויבאַלד אַז די מצוה איז „שמוט כל בעל משה ידו גו’ לא יגוש את רעהו” - ער טאָר בלויז ניט מאָנען,
בלייבט אַ שעבוד חפצא פונעם חוב,
כנ”ל; אָבער ביי שמיטת קרקע,
וואָס דאָרט שטייט „והשביעית תשמטנה ונטשתה ”,
ווערן די פירות און די תבואה הפקר לגמרי.
ז.
עפ”י הנ”ל אין דעם ענין השמטת כספים און דער הסברה פון „המחזיר חוב בשביעית רוח חכמים נוחה ממנו”,
וועט מען אויך פאַרשטיין דעם המשך המשנה אין סיום מס’ שביעית: „הלוה מן הגר שנתגיירו בניו עמו לא יחזיר לבניו ואם החזיר רוח חכמים נוחה ממנו,
כל המטלטלין נקנין במשיכה וכל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה ממנו” -
די שייכות פון די צוויי ווייטערדיקע פאַלן צו דעם ערשטן פאַל
[„המחזיר חוב בשביעית”]
איז ניט נאָר אין דעם וואָס אין די אַלע דריי איז „רוח חכמים נוחה ממנו”,
נאָר אויך אין דעם טעם פאַרוואָס „רוח חכמים נוחה ממנו”:
כשם ווי ביי „המחזיר חוב בשביעית” איז ניטאָ קיין חיוב ושעבוד גברא צו באַצאָלן דעם חוב,
נאָר בלויז אַ שעבוד חפצא און מהאי טעמא איז דער פרעון החוב נאָר אַן ענין פון „רוח חכמים וכו’” - אַזוי איז עס אויך אין די אַנדערע צוויי פאַלן,
אַז ס’איז ניטאָ קיין שעבוד גברא פונעם לוה צו די „בניו” פון גר און פון דעם מוכר צום לוקח,
נאָר בלויז אַ שעבוד חפצא - און דערפאַר איז עס אויך ביי זיי נאָר אַן ענין פון „רוח חכמים וכו’”.
ולהוסיף: לויטן כלל אַז דער סדר הבבות אין משנה איז
(עפ”י רוב 62 )
בדרך „לא זו אף זו”,
דאַרף מען זאָגן,
אַז די דריי פאַלן אין דער משנה זיינען אויסגעשטעלט אַזוי,
אַז אין יעדער ווייטערדיקער בבא איז דאָ אַ חידוש אינעם ענין פון „רוח חכמים נוחה ממנו” לגבי דער פריערדיקער בבא.
ח.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים הדיוק בהמשנה:
אין דער צווייטער בבא: צוליב וואָס דאַרף די משנה זאָגן „לא יחזיר לבניו” - ווען ס’שטייט נאָר „הלוה מן הגר שנתגיירו בניו עמו אם החזיר לבניו רוח חכמים נוחה ממנו”,
וואָלט מען פאַרשטאַנען אַז ס’איז ניטאָ קיין חיוב אָפּגעבן דעם חוב די קינדער.
און דער דריטער בבא: כל המטלטלין נקנין במשיכה וכל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה ממנו - איז ניט מובן - כקושיית המפרשים: די משנה איז דאָ אויסן צו זאָגן די מעלה פון „המקיים את דברו”,
וואָרעם דיני קנינים - איז ניט דאָ דער אָרט מבאר זיין זיי,
און לאידך גיסא,
קיום דברו איז דאָך לאו דוקא בקנית מטלטלין 63 ,
איז מאי שייך הכי די הקדמה אַז „כל המטלטלין נקנין במשיכה”.
דער ביאור בזה:
פשטות הפירוש פון „רוח חכמים נוחה ממנו” איז,
אַז דאָס וואָס „חכמים אוהבים אותו ע”ז וישר בעיניהם מה שעשה” 64
איז ניט נאָר מחמת דעם וואָס ער איז דאָ מקיים אַ זייטיקע מצוה,
אָדער ער איז ניט עובר קיין איסור צדדי
(כאָטש ער איז ניט מחוייב בזה)
- נאָר צוליב דעם וואָס ער ברענגט דערמיט טוב אין דער זאַך גופא וואָס ער האָט געטאָן.
ובנדו”ד - ביים ענין פון הלואה: „רוח חכמים נוחה ממנו” איז צוליב זיין טאָן אַ גוטע זאַך
(הגם ער איז דערין ניט מחויב),
וואָס איר מעלה וטוב איז אין דער הלואה גופא -
(ניט אין אַ זייטיקן ענין).
פעולת ההלואה
(ועד”ז בהקנין)
איז צוזאַמענגעשטעלט פון
(א)
דעם מלוה,
(ב)
לוה,
און
(ג)
די געלט,
וואָס שאַפט די שייכות צווישן מלוה ולוה.
ביי „המחזיר חוב בשביעית” איז דער „רוח חכמים נוחה ממנו” בשייכות צו די אַלע דריי: דער מלוה וואָס איז מקבל דעם חוב - וויבאַלד ער האָט געטאָן אַ מצוה,
„כסף תלוה”,
איז „רוח חכמים נוחה” פון דעם וואָס דורך החזרת החוב ווערט באַוואָרנט אַז דער מלוה זאָל דורך זיין פעולת המצוה ניט ליידן קיין געלט־שאָדן; בנוגע דעם לוה -וויבאַלד אַז דער מלוה איז בירא דשתית מיני’,
ער האָט געהאַט פון אים אַ טובה,
איז „רוח חכמים נוחה” פון דעם וואָס דער לוה האָט דעם רגש הלב אָפּצוצאָלן דעם מלוה 65
[נוסף אויף דער תועלת שבזה פאַרן לוה גופא - אַז לכשיצטרך זאָל ער פון אים נאָכאַמאָל קענען באַקומען אַ הלואה 66 ].
בשייכות דער „חפצא” פון דער הלואה - דער עצם חוב: וויבאַלד אַז אויף דעם איז געבליבן אַ שעבוד
(הגם אַז אויפן לוה איז ניטאָ קיין שעבוד גברא,
כנ”ל בארוכה),
דערפאַר איז „רוח חכמים נוחה” ווען ער צאָלט אָפּ דעם „חוב” 67 .
ט.
אין דעם צווייטן פאַל „הלוה מן הגר שנתגיירו בניו לא יחזיר לבניו ואם החזיר רוח חכמים נוחה ממנו” - אויך דאָ איז דער „רוח חכמים נוחה ממנו” ניט נאָר מצד זייטיקע ענינים
(עס זאָל ניט זיין קיין יחזור לסורו
(וכיו”ב)
ביי די בנים),
נאָר אויך צוליב דער תועלת בנוגע דער הלואה עצמה - אָבער נאָר בשייכות צו צוויי פרטים: דער לוה,
און די „חפצא” פון חוב.
וויבאַלד דער לוה האָט געהאַט אַ טובה פון גר און האָט ביי אים געליען די געלט אויף אָפּצוצאָלן,
איז הגם אַז נאָך מיתת הגר איז ער מדינא פטור פון תשלומין,
וויבאַלד אָבער אַז ער האָט דאָס גענומען ע”מ לשלם - איז עס ביי אים אַ המשך פון אַ חוב - איז אַ מדה טובה אויב ער איז מחזיר.
עד”ז מצד דער חפצא פון חוב: ס’איז טאַקע ניטאָ קיין מלוה צו וועמען צו באַצאָלן דעם חוב,
אָבער דער שיעבוד אויף נכסי הלוה בשווי פון דעם חוב
(כאילו - אַז דאָס געהערט ניט דעם לווה)
-מאי בטלי’ 68 ?
ובמילא האָט אַן אָרט אַז ער זאָל מחזיר זיין דעם חוב,
און וויבאַלד אַז נאָר צו „בניו” האָט דער ממון עפּעס אַ שייכות
(שלא יחזרו לסורם)
- איז יחזיר לבניו און דערפאַר איז „רוח חכמים נוחה ממנו” 69 .
משא”כ לגבי דעם מלוה איז דאָ ניט שייך קיין ענין של טוב,
ווייל מת המלוה
(דער גר)
און „בניו” זיינען ניט יורש דעם גדר פון מלוה.
און דערמיט איז מובן וואָס די משנה איז מוסיף: „לא יחזיר לבניו” - כאָטש עס איז מובן פון דעם וואָס „החזיר
(איז נאָר)
רוח חכמים נוחה ממנו” - בכדי צו מדגיש זיין,
אַז דער לוה מיט בניו -האָט קיין שייכות ניט - ניט נאָר מדינא ניט
(ווייל זיי זיינען ניט בגדר מלוה און דער לוה האָט צו זיי קיין שום שעבוד ניט),
נאָר אויך ניט מטעם רוח חכמים.
ועפי”ז איז פאַרשטאַנדיק דער חידוש אינעם צווייטן פאַל
(הלוה מן הגר)
לגבי דעם ערשטן פאַל
(המחזיר חוב בשביעית)
בדרך „לא זו אף זו”: דער ענין פון „רוח חכמים נוחה ממנו” איז ניט נאָר ווען דער טוב פון זיין מעשה איז אין אַלע דריי פרטים פון דעם ענין הנדון
(ביי המחזיר חוב בשביעית),
נאָר אויך אין פאַל ווען דער טוב איז נוגע נאָר צו צוויי פרטים.
יוד.
„כל המטלטלין נקנין במשיכה וכל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה ממנו”: אויך דאָ איז „רוח חכמים נוחה ממנו” ניט נאָר מצד דעם ענין
(צדדי)
וואָס ער איז „מקיים דברו” נאָר
(אויך)
מצד דעם חפצא - המיטלטלין,
אָבער ניט מצד די אַנדערע צוויי: דער מוכר און לוקח:
וויבאַלד דער לוקח האָט ניט געמאַכט קיין משיכה
(אפילו אויב ער האָט געגעבן געלט 70 ),
איז דאָ ניטאָ קיין שעבוד פון מוכר און לוקח
(וקונה),
אַז עס זאָל ווערן אַ שייכות צווישן זיי אַלס מוכר וקונה
(מצד גדר הקנינים)
;
נאָכמער: דורך „מקיים דברו” ווערט ניט באַוואָרנט אַ טובה בשייכות דעם מוכר אָדער בשייכות צום קונה,
עס פעלט גאָרניט ביי דעם לוקח
(אין אַ פאַל אַז דער לוקח האָט אים געגעבן געלט,
באַקומט ער דאָס צוריק)
; עס איז בלויז אַן ענין בשייכות דעם פרט פון חפצא: די מיטלטלין האָבן באַקומען אַ שייכות צום קונה אין און דורך דעם דבור פון מוכר
(אָדער אויך מצד דער נתינת דמים פון לוקח),
און אויף דעם זאָגט די משנה אַז אויך אין דעם פאַל,
ווען ס’איז דאָ נאָר אַ טוב מצד איינעם פון די דריי פרטים,
איז אויך „רוח חכמים נוחה ממנו” 71 .
יא.
אין דעם ענין פון שמיטת כספים הנ”ל געפינט מען אַ דבר והיפוכו:
פון איין זייט איז דער תוכן פון שמיטת כספים - „שמוט כל בעל משה ידו ..
לא יגוש את רעהו” - אַ שלילה והעדר
(ומהאי טעמא איז „המחזיר חוב בשביעית רוח חכמים נוחה ממנו”,
כנ”ל)
;
עד”ז איז דער תוכן פון שמיטת קרקעות - „ושבתה הארץ שבת לה’”,
און „שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור את ספיח קצירך לא תקצור ואת ענבי נזירך לא תבצור שנת שבתון יהי’ לארץ”,
אַז די ערד זאָל ניט באַאַרבעט ווערן - אויך אַן ענין פון שלילה.
לאידך,
דאַרף אָט די שלילה פון שמיטה גופא אויסגעדריקט ווערן אין אַן אופן חיובי ופעולה - אין דיבור -וכנ”ל „המחזיר חוב בשביעית יאמר לו משמט אני כו’ שנאמר וזה דבר השמיטה”,
וואָס לכמה דיעות איז דער דיבור
(„משמט אני”)
אַ מצוה
(מדאורייתא) 72
;
[בהמשך המשנה „רוצח שגלה לעיר מקלט ורצו אנשי העיר לכבדו יאמר להם רוצח אני אמרו לו אעפ”כ יקבל מהם שנאמר וזה דבר הרוצח”,
איז עס אַ באַוואָרעניש מען זאָל אים ניט געבן קיין כבוד בטעות,
ווי ער איז מפרש אין ירושלמי 73 ,
ע”ד ווי בשעת מען גיט אים כבוד ווייל מען מיינט אַז ער ווייס צוויי מס’ און ער ווייס נאָר איינע,
דאַרף ער זיי דאָס מודיע זיין].
די הסברה אין דעם עפ”י פנימיות הענינים י”ל: שנת השביעית איז ענינה ספי’ המלכות 74 ,
און אין איר זיינען דאָ ביידע ענינים: דער ביטול פון ספי’ המלכות לגבי די ספירות שלמעלה ממנה; ספירת המלכות איז עולם הדיבור .
און דעריבער זיינען דאָ אין שביעית די ביידע ענינים: „ ושבתה הארץ ” -דער ביטול און שביתה אין ארץ -מלכות,
און „לא תזרע גו’”,
און אַזוי אויך שמיטת כספים; און צוזאַמען דערמיט איז דאָ אַ מצוה בדבור „ דבר השמיטה”.
עפ”ז איז פאַרשטאַנדיק דער מדרש הנ”ל,
אַז שומרי שביעית ווערן אָנגערופן „עושי דברו לשמוע בקול דברו ”,
ניט כלשון הרגיל בכגון דאָ „
(עושי)
מצותיו ” „
(עושי)
חקותיו ” וכיו”ב,
ווייל ענין השמיטה איז פאַרבונדן במיוחד מיט דיבור.
און ווי דער מדרש איז מכריח אַז עס רעדט זיך וועגן „שומרי שביעית” -„נאמר כאן עושי דברו ונאמר להלן וזה דבר השמיטה מה דבר שנאמר להלן בשומרי שביעית הכתוב מדבר אף דבר האמור כאן בשומרי שביעית הכתוב מדבר”.
און עפי”ז יומתק וואָס דער סיום וחותם פון מס’ שביעית איז „כל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה ממנו”.
און דורך דעם לימוד ועסק אין הלכות שביעית
(וואָס כל העוסק בתורת כו’ כאילו עשה 75 )
איז מען ממהר דעם זמן וואָס „רצית ה’ ארציך
(„ועשו את השמיטין”)
שבת שבית יעקב”
(„אתבת שבייתא דבית יעקב”)
און „גם ה’ יתן הטוב וארצנו תתן יבולה ” 76
און מען וועט זיין „גבורי כח עושי דברו לשמוע בקול דברו”,
שומרי שביעית - מקיים זיין מצות שביעית כפשוטה אין ארץ הקודש ומן התורה,
בקרוב ממש ווען דער אויבערשטער וועט „מקיים” זיין „דברו” „דבר ה’ זה הקץ” 77
- „והיתה לה’ המלוכה ”,
בביאת משיח צדקנו ויוליכנו קוממיות לארצנו.
(משיחות חודש תשרי תשל”ג — שנת השמיטה)