B"H
🏡

Ikar

אמור ד

א.

פון פסוק 1

״ושמחתם לפני ה׳ אלקיכם שבעת ימים"

(וואט שטייט ביי חג הסוכות)

לערנט אפ דער רמב״ם 2 ,

אז בחג הסוכות איז געוען א ״שמחה יתירה״ -מער ווי ביי די אנדערע מועדות - וז״ל:

״אע״פ שכל המועדות מצוה לשמוח בהן 3 ,

בחג הסוכות היתה במקדש יום 4

שמחה יתירה שנאמר ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים.

וכיצד היו עושין,

ערב יו״ט הראשון היו מתקנין במקדש מקום לנשים מלמעלה ולאנשים מלמטה כדי שלא יתערבו אלו עם אלו,

ומתחילין לשמוח ממוצאי יו״ט הראשון.

וכן בכל יום ויום מימי חולו של מועד כו׳".

זאגן מפרשים 5

,

אז פון דעם וואס דער רמב״ם ברענגט דעם פסוק "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים" אלם מקור אויף דעם וואס "בחג הסוכות היתה במקדש יום שמחה יתירה",

ובפרט אז ער דערמאנט ניט אז די שמחה יתירה האט א שייכות מיט ניסוך המים 6

- שמחת בית השואבה - איז מוכח,

אז דער רמב״ם האלט,

אז די "שמחה יתירה" איז ניט פארבונדן מיט ניסוך המים 7 ,

נאר ס׳איז א חיוב שמחה מן התורה 8

וואס דארף זיין בבית המקדש

("לפני ה׳ אלקיכם")

אין חג הסוכות אלם יו״ט 9 ,

נוסף אויף דער שמחה וואס דארף זיין בכל יו״ט 10

(און אויך בחג הסוכות גופא - בגבולין),

און דאס וואס די משנה 11

רופט עס אן "שמחת בית השואבה" און די גמרא 12

ברענגט דערויף דעם פסוק 13

"ושאבתם מים בששון״ - מיינט עם אז מצד דעם פסוק,

וואס איז נאר אן אסמכתא,

האט מען די שמחה יתירה פון חג הסכות מצרף געווען צוזאמען מיט ניסוך המים; און דערפאר הייסט עם ניט "שמחת השואבה"

(אז די שאיבה איז די סיבה פון דער שמחה),

נאר "שמחת בית השואבה״ - די שמחה

(מצד חג הסוכות)

וואס קומט פאר אין "בית השואבה",

וואס דאס איז דער "שם המקום שהיו מתקנין לשמחה" 14 .

ב.

מ׳דארף אבער פארשטיין:

לכאורה איז דא בהרמב״ם א סתירה מיני׳ ובי׳: ער הויבט אן אז דער חיוב פון ״שמחה יתירה״ לערנט מען אפ פון פסוק "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים" - וואס דערפון איז מוכח אז דער זמן השמחה איז כולל אויך דעם יום הראשון של חג,

וויבאלד ער איז איינער פון די ״שבעת ימים״ - און גלייך נאכדעם אין דער זעלבער הלכה זאגט ער "ומתחילין לשמוח ממוצאי יו״ט הראשון"!

און כאטש אז דער טעם אויף דעם איז ווי דער רמב״ם שרייבט גלייך ווייטער 15

: "ושמחה זו אינה דוחה לא את השבת ולא את יו״ט״ - איז הא גופא קשיא: בשלמא אויב די "שמחה יתירה" איז ניט קיין חיוב מן התורה,

נאר בלויז א דין דרבנן 16

,

איז מובן פארוואס אין "יו״ט הראשון" האט ניט געקענט זיין די שמחה

[וואס אופנה איז געווען 17

: "החליל מכה ומנגנין בכנור ובנבלים ובמצלתים וכל אחד ואחד בכלי שיר שהוא יודע לנגן בו כו׳״]

- ווייל דער חיוב השמחה מדרבנן איז ניט בכח צו דוחה זיין דעם איסור פון נוצן כלי שיר בשבת ויו״ט 18

,

וואס איז אויך א דרבנן 19

;

וויבאלד אבער מ׳לערנט אז די שמחה יתירה איז א ציווי מן התורה,

ווערט די קשיא: פארוואס זאל דער חיוב דאורייתא ניט דוחה זיין דעם איסור דרבנן פון נוצן כלי שיר 20

[ובפרט 21

אז "אין שבות במקדש״ 22

- און שמחת בית השואבה איז דאך געווען בלויז במקדש 23 ]?

ג.

אויך דארף מען פארשטיין:

א)

וואו איז דער מקור פון רמב״ם אז "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים" מיינט די "שמחה יתירה" 24 ?

ב)

נאכמער: לכאורה,

ווי קען מען גאר לערנען אז דער פסוק איז דא אויסן א ציווי אויף דער "שמחה יתירה" בביהמ״ק - וויבאלד אז דער רמב״ם אליין זאגט אין א פריערדיקער הלכה 25 ,

אז דער פסוק איז פארנומען אויף אן אנדער לימוד: "מצות לולב כו׳ ובמקדש לבדו נוטלין אותו בכל יום ויום משבעת ימי החג שנאמר ושמחתם לפני ה״א גו׳" 26 ?

ד.

ווייטער 27

שרייבט דער רמב״ם: "מצוה להרבות בשמחה זו.

ולא היו עושין אותה עמי הארץ וכל מי שירצה אלא גדולי חכמי ישראל וראשי הישיבות והסנהדרין והחסידים והזקנים 28

ואנשי מעשה הם שהיו מרקדין ומספקין ומנגנין ומשמחין במקדש בימי חגה״ם,

אבל כל העם האנשים והנשים כולן באין לראות ולשמוע".

און דער מקור פון דער הלכה איז פון דער משנה 29

: "חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין בפניהם כו'".

דארף מען פארשטיין:

א)

לפי הנ״ל,

אז לדעת הרמב״ם איז די שמחה א חיוב מה״ת אלס שמחת יו״ט

(און ניט א דין דרבנן מצד ניסוך המים)

- פארוואס "לא היו עושין אותה עמי הארץ וכל מי שירצה ..

(און)

כל העם האנשים והנשים כולן באין

(נאר)

לראות ולשמוע״ -

(א)

ווי קומט עם אז עם זאלן זיין חילוקים אינעם קיום פון א מ״ע מה״ת וואס איז געזאגט געווארן סתם,

(ב)

וואו איז דער מקור אויף דעם 30 ?

ב)

אין משנה ווערן דערמאנט בלויז ״חסידים ואנשי מעשה״ - און דער רמב״ם איז מוסיף אז די שמחה האבן דורכגעפירט

(אויך)

"גדולי חכמי ישראל וראשי הישיבות והסנהדרין

(והחסידים)

והזקנים

(ואנשי מעשה)

"?

נאף מער: די גמרא 31

ברענגט די ברייתא וואו עם ווערט דערציילט וואס עם האבן דעמאלט געזאגט די "חסידים ואנשי מעשה״ און די בעלי תשובה - ד.

ה.

אז עם זיינען געווען דריי סוגים: חסידים,

אנשי מעשה און בעלי תשובה; דער רמב״ם אבער איז,

פון איין זייט,

מוסיף אנדערע סוגים וואס ווערן ניט דערמאנט אין דער ברייתא,

און מאידך גיסא איז ער משמיט בע״ת - וואס ווערן יע דערמאנט אין ברייתא!

ה.

ווייטער 32

זאגט דער רמב״ם: "השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ובאהבת הא־ל שצוה בהן עבודה גדולה היא וכו׳ וכל המשפיל עצמו ומקל גופו כו׳ הוא הגדול המכובד העובד מאהבה.

וכן דוד מלך ישראל אמר 33

ונקלותי עוד מזאת והייתי שפל בעיני וכו׳".

דארף מען פארשטיין: פארוואס ברענגט דער רמב״ם דעם ענין ערשט אין הל׳ לולב בהמשך צו דער "שמחה יתירה" פון חג הסוכות?

אפילו אויב כוונתו איז צו מצרף זיין די הלכה פון דער שמחה צו נאך א הלכה פון שמחה - האט ער דאס געדארפט בריינגען בהל׳ יו״ט 34

וואס איז

(א)

פארדעם,

(ב)

א שמחה כללית יותר,

(ג)

ועיקר: סיום ענין השמחה דארט רעדט זיך וועגן שמחה בעבודת ה׳ בכלל,

פונקט ווי דא.

איז דערפון משמע,

אז שמחה של מצוה בכלל,

האט א שייכות צו דער "שמחה יתירה" פון חג הסוכות.

ו.

דער ביאור בכל זה:

דערמיט וואס דער רמב״ם ברענגט דעם פסוק "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים" אלם מקור אויף דער "שמחה יתירה" בחג הסוכות,

מיינט ער ניט צו זאגן אז די תורה זאגט דא א חיוב נוסף

(על שמחת יו״ט - דעם חיוב)

פון "שמחה יתירה״ בחגה״ס - נאר:

וויבאלד די תורה איז מדגיש דעם חיוב שמחת יו״ט ביי חגה״ם

(בביהמ״ק)

מער ווי ביי אלע יו״ט 35

- "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים"

(כאטש מ׳וויים שוין חיוב שמחת יו״ט פון "ושמחת בחגיך גו״׳ 36 )

- דערפאר איז "היתה

(האט זיך געפירט אין די שבעת ימים)

במקדש יום שמחה יתירה": דאס האט ארויסגערופן אז מען האט זיך נוהג געווען דאמאלס "בשמחה יתירה" אין דער שמחת יו״ט גופא - מצד דער הדגשה אין דער מצוה

(הכללית 37 )

פון שמחת יו״ט 38 .

און דאס מיינט דער רמב״ם מיט דעם וואס ער שרייבט

(מיט צוויי הלכות ווייטער)

"מצוה להרבות בשמחה זו": עם מיינט ניט א באזונדערע מצוה וחיוב 39

פון א שמחה יתירה,

נאר אין דער מצוה פון שמחת יו״ט גופא איז דא א הדגשה והוספה 40 .

עפ״ז איז מובן פארוואס שמחת ביה״ש איז ניט דוחה יו״ט: כאטש די שמחה איז פארבונדן מיט׳ן פסוק "ושמחתם לפני ה״א שבעת ימים״ און - דורך דעם מרבה זיין בשמחה איז מען מקיים די מ״ע פון שמחת יו״ט בכלל

(כנ״ל)

- וויבאלד אבער ס׳איז ניטא קיין חיוב מיוחד מה״ת אויף דער "שמחה יתירה"

(און די מ״ע פון שמחת יו״ט איז מען מקיים אויך אן דער "שמחה יתירה"),

קען זי ניט דוחה זיין דעם איסור

(כאטש ער איז נאר דרבנן)

צו נוצן כלי שיר ביו״ט 41 .

[דערמיט איז אויך מובן פארוואס דער רמב״ם לערנט אז "ערב יו״ט הראשון היו מתקנין במקדש מקום לנשים וכו׳" - כאטש אז פון פשטות לשון המשנה 29

איז משמע אז מ׳האט עם מתקן געווען ״במוצאי יו״ט הראשון של חג״ -ווייל,

היות אז אויף דער "שמחה יתירה" איז ניטא קיין חיוב מיוחד מה״ת,

כנ״ל - איז ווי קען מען צוליב איר דוחה זיין איסור עשיית מלאכה בחוה״מ 42 ?

דעריבער לערנט דער רמב״ם אז מ׳האט עם געטאן בערב יו״ט 43 ].

ז.

עפ״ז איז מובן ווי אזוי איז שייך,

אז אינעם קיום פון דער מצוה סתמית זיינען געווען חילוקים לויט פארשידענע סוגים ביי אידן:

וויבאלד אז די שמחה יתירה איז ניט קיין חיוב בפ״ע,

נאר א הוספה והדגשה יתירה אינעם חיבוב מצוה פון שמחת חגה״ס,

מצד דעם וואס די שמחה איז מער מודגש אין פסוק,

כנ״ל - איז עס אינגאנצן תלוי בלב 44 ,

אין אופן רגש האדם - אויף וויפל ער פילט די חביבות המצוה.

ובמילא: די גרעסערע בעלי מדריגה,

איז זייער שמחה באשטאנען אין דעם וואס "היו מרקדין ומספקין וכו"/ אבער "כל העם האנשים והנשים" איז זייער שמחה געווען - וויפל עם קומט ארויס פון דעם וואס "באין לראות ולשמוע" 45 .

און לויט דעם - אז די "שמחה יתירה" איז ניט קיין חיוב מה״ת,

נאר ס׳איז א הוספה אין מ״ע דשמחת יו״ט,

וואס איז תלוי אין הרגש האדם בחביבות מצוה זו - וועט מען אויך פארשטיין א)

דעם טעם וואס די אלע סוגים

(גדולי חכמי ישראל כו׳ ואנשי מעשה)

היו עושין אותה,

ווייל יעדערער פון זיי האט א מעלה וואס איז ניטא בא די אנדערע

(ובמילא - אויך אן ענין מיוחד בהחביבות),

ב)

דעם מקור,

אז די אלע אויסגערעכנטע סוגים האבן זיך משתתף געווען אין "עשיית השמחה":

די גמרא - אין בבלי 31

און ירושלמי 46

- בריינגט בשמם

(נאר)

עטליכע תנאים און דערציילט ווי זיי האבן זיך געפירט

(אדער וואס זיי האבן געזאגט)

ביי שמחת בית השואבה.

געווים האבן זיך דאך אלע תנאים שהיו בביהמ״ק משתתף געווען אין שמחת ביה״ש

(וכו״כ האבן געזאגט עפעם בא דעם)

- נאר דאס וואס די גמרא טיילט אויס די עטליכע תנאים ובשמם,

לא יותר ולא פחות איז דאס ווייל זיי זיינען כולל אלע סוגים פון די משתתפים בשמחת ביה״ש,

און יעדערער פון זיי א סוג בפ״ע - פון די וואס "עושין אותה"

(די "שמחה יתירה"),

ווייל דוקא ביי די סוגים איז דא די חביבות המצוה באופן מיוחד 47 .

ח.

די גמרא זאגט:

א)

"אמר ר׳ יהושע בן חנניא כשהיינו שמחין שמחת ביה״ש כו׳ לא טעמנו טעם שינה דהוו מנמנמי 48

אכתפי דהדדי".

וואס איז די מעלה מיוחדת פון ריב״ח

(וואט צוליב דעם דערציילט די גמרא וואס ער 49

האט געזאגט בנוגע זיין השתתפות אין שמחת בית השואבה)?

דערציילט די גמרא 50 ,

אז ריב״ח האט זיך מתווכח געווען מיט די "סבי דבי אתונא",

וועלכע זיינען געווען חכמים גדולים,

און ער האט זיי מנצח געווען.

אויך דערציילט די גמרא 51 ,

אז פאר דער הסתלקות פון ריב״ח האבן חכמי בנ״י ביי אים געפרעגט "מאי תיהוי עלן מאפיקורוסין",

און ער האט זיי געענטפערט

(מיטן פסוק 52

"אבדה עצה מבנים נסרחה חכמתם"

[ואבע״א

(מיטן פסוק 53 )

"ויאמר נסעה ונלכה ואלכה לנגדיך"]).

פון דעם זעט מען אז ריב״ח איז געווען פון די גרעסטע פון חכמי ישראל.

און פון דעם לערנט דער רמב״ם ארויס,

אז "גדולי חכמי ישראל" האבן זיף משמח געווען בשמחת בית השואבה.

ב)

"אמרו עליו על רבן שמעון בן גמליאל כשהי׳ שמח שמחת ביה״ש הי׳ נוטל כו׳".

ווי דערציילט אין גמרא 54

איז רשב״ג געווען נשיא הסנהדרין,

וואס ״סנהדרי 55

גדולה ומניינם שבעים ואחד וכו׳ הגדול בחכמה שבכולן מושיבין אותו ראש עליהן והוא ראש הישיבה והוא שקורין אותו החכמים נשיא בכל מקום כו׳״ -דער נשיא איז דער ראש הסנהדרין.

פון דעם 56

נעמט דער רמב״ם אז די סנהדרין 57

האבן זיך משמח געווען בשמחת בית השואבה.

ג)

"אמרו עליו על הלל הזקן כשהי' שמח בשמחת ביה״ש אמר כו"׳.

וויבאלד די גמרא איז מדייק דא אים אנצורופן ״הלל הזקן״ - כאטש אז בכמה מקומות ווערט ניט דערמאנט דער תואר "זקן" - איז מובן,

אז דאס איז א הוראה אין דעם ענין: דאס וואס ער האט זיך משמח געווען בשמחת ביה״ש איז געווען מצד מעלתו אלם איינער פרן "זקנים" 58 .

ארן דערפרן נעמט דער רמב״ם אז "זקנים" זיינען זיך משמח בשמחת ביה״ש.

ט.

ד)

אין יררשלמי ווערט צרגעגעבן נאך איינער: "בן יה וצדק הי ,

משתבח בקפיצותיו"

וויבאלד אז דער סיפרר איז געבראכט אויף אפלערנען פרן עם,

איז דאך זיכער אז לא בא לסתרם - נאר דאס איז א גדרל בישראל בזמן שביהמ״ק קיים ררעגן ררעלכן ס׳ררערט גערעט במק״א.

ברשימרת התנאים געפינט מען טאקע - רבי שמערן בן יהרצדק.

בנרגע צר רבי שמערן בן יהרצדק 59

געפינט מען אבער ניט אז חז״ל זאלן דערציילן ררעגן זיינע א מעלה מירחדת; מרז מען זאגן אז די מעלה ררערט אויסגעדריקט אין זיין נאמען: רבי שמערן.

בשייכרת צרם תראר "רבי" שטייט אין תוספתא 60

: "מי שיש לר תלמידים קררין אותו רבי" ד.

ה.

אז "רבי שמערן בן יהוצדק",

איז געווען א ראש ישיבה; און דערפון איז די הוכחה פון רמב״ם,

אז ראשי ישיבות 61

האבן זיך משמח געווען בשמחת ביה״ש.

לכאורה קען מען פרעגן אויף דעם: ווי קען מען זאגן אז דער טעם וואס דער ירושלמי דערמאנט ר״ש בן יהוצדק איז צוליב זיין תואר "רבי",

בעת דער ירושלמי דא על אתר רופט אים גאר "בן יהוצדק" און ניט "רבי שמעון בן יהוצדק"?

!

איז דער תירוץ אויף דעם: "הי ,

משתבח בקפיצותיו",

ער אליין האט זיף בארימט מיט זיינע קפיצות 62

- און בשעת מ׳רעדט וועגן אייגענע מעלות,

דארף מען ריידן באופן כזה אז מ׳זאל שולל זיין א חשד בא אנדערע אדער א הרגש בא זיך פון גאוה - דעריבער האט ער זיך אנגערופן מיט א לשון פון היפך הכבוד 63

; וע״ד ווי מיר געפינען 64

ביי ר ,

יוחנן בן זכאי,

אז ריידנדיק וועגן זיך האט ער געזאגט: "אלמלא הטיח בן זכאי את ראשו״ - ער האט זיך ניט אנגערופן מיטן אייגענעם נאמען 65 ,

נאר

(מער ניט אלם א זון)

בשייכות צום פאטערס נאמען.

יוד.

דער טעם פארוואס דער רמב״ם רעכנט ניט בעלי תשובה: דער רמב״ם לערנט אז די ברייתא איז ניט מוסיף אויף דער משנה,

נאר איז מפרש ומפרט - כדרך הברייתות - דאס וואס שטייט במשנה בקיצור 66

: דער סוג "חסידים" וואס שטייט אין דער משנה איז כולל סיי חסידים בפרט,

און סיי בעלי תשובה;

ואזיל לשיטתי׳: רש" 67

טייטשט "כל 68

חסיד הוי חסיד מעיקרו",

און לפ״ז קען מען ניט לערנען אז עם איז כולל אויך בע״ת.

אבער דער רמב״ם פסק׳נט אין הל׳ דעות 69

: "ומי שהוא מדקדק על עצמו ביותר ויתרחק מדעה בינונית מעט לצד זה או לצד זה נקרא חסיד״ - וואס אזא הנהגה קען זיין סיי ביי א צדיק וחסיד מעיקרו און סיי

(ואדרבה - בעיקר)

ביי א בע״ת 70 .

דעריבער לערנט ער אז "חסידים" שבמשנה 71

מיינט אויך בעלי תשובה.

און מהאי טעמא דערמאנט ניט דער רמב״ם דעם סוג ״בע״ת״ באזונדער,

נאר שרייבט "חסידים" סתם,

ווייל

(בספרו)

מיינט עס סיי חסידים מעיקרא און סיי בע״ת.

יא.

לאחרי כל זה איז אויך מובן וואס בהמשך צו שמחת ביה״ש איז דער רמב״ם מבאר די מעלה פון שמחה של מצוה בכלל:

וויבאלד אז די שמחה פון שמחת בית השואבה איז א הוספה אין דער שמחת יו״ט מצד דער חביבות המצוה פון שמחת יו״ט - קומט דאך אויס,

אז דאס איז דער זעלבער תוכן ווי שמחה של מצוה בכלל 72

(א הוספה אויף דעם עיקר און אין דעם עיקר - עשיית המצוה)

-"השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ובאהבת הא־ל שצוה בהן".

אבער ועוד בזה: אין שמחה של מצוה בכלל איז אסך א גרעסערער אויפטו ווי בשמחת ביה״ש: שמחת ביה״ש,

וויבאלד ער איז שוין במצב של שמחה בלאה״כ

(ופשיטא אז עצבות איז מושלל),

איז ניט שווער פועל זיין ביי זיך א הוספה אין דעם מצב,

אבער שמחה של מצוה בכלל וואס מען פאדערט ביי יעדער מצוה און יעדן טאג,

און בא וואס פאר א מצב ער זאל זיין - איז זי דוקא אן "עבודה גדולה".

און דעריבער ברענגט דער רמב״ם א דוגמא פון דוד המלך וואס "מפזז ומכרכר לפני ה׳ גו״׳ 73

- צו באווייזן אויף וויפל עם דארף זיין די שמחה ביי אלע מצות 74 ,

הגם ס׳איז שווער צו פועל זיין ביי זיך.

ועפ״ז גייט דער רמב״ם מן הקל אל הכבד: פריער בריינגט ער שמחת יו״ט בכלל

("כל המועדות מצוה לשמוח בהן"),

נאכדעם רעדט ער וועגן דער שמחה פון חגה״ם וואס איז א העכערע עבודה,

וכנ״ל אז דאס קומט מצד חביבות המצוה,

און דערנאך וועגן שמחה של מצוה בכלל,

וואט איז א שווערערע,

אן "עבודה גדולה".

יב.

דאס איז אויך א הוראה בנוגע לפועל: א איד קען דאך ביי זיך טראכטן: בשלמא אין די טעג פון "זמן שמחתינו" קען ער ביי זיף ארויסרופן די תנועה פון שמחה; אבער ווי קען ער ביי זיך פועל׳ן צו זיין בשמחה אויך נאך דעם זמן המיוחד

(ומסוגל - יומין זכאין)

לשמחה?

זאגט דער רמב״ם,

אז נאך דער שמחה פון שמחת ביה״ש הויבט זיך ערשט אן די "עבודה גדולה" פון שמחה של מצוה.

ווארום שטענדיק,

אפי׳ בימות החול,

איז יעדע תנועה פון א אידן פארבונדן מיט עבודת ה׳: ס׳איז א מצוה כפשוטה,

אדער ס׳איז א פרט פון "כל מעשיך יהיו לש״ש״ 75 ,

און ״בכל דרכיך דעהו״ 76

-ולכן דארף דאס געטאן ווערן בשמחה,

כמ״ש 77

עבדו את ה׳ בשמחה.

און הגם אז רז״ל 78

זאגן: "אסור לאדם שימלא שחוק פיו בעוה״ז",

איז אבער מובן,

אז שמחה של מצוה איז,

אדרבה,

א חיוב און ענין הכרחי; און דווקא דאס פועל׳ט אויך למעלה ענין השחוק 79 ,

ביז ס׳ווערט ״יושב בשמים ישחק גו׳״ 80

-ישחק פון די אלע וואס ווילן ח״ו דריקן אידן,

ביז צום קיום היעוד אז ימלא שחוק פינו - בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחות שמחת ביה״ש תשי״ט ותש״ב,

שבת בראשית

(התועדות ב׳)

תשל״א)

Reader controls and commentary are loading.