א.
אין דער פרשת המועדות בפרשתנו נאך דעם וואס די תורה זאגט אן וועגן קרבנות און יו״ט פון שבועות,
שטייט אין פסוק 1
: "ובקוצרכם את קציר ארצכם לא תכלה פאת שדך בקוצרך ולקט קצירך לא תלקט גו"׳.
שטעלן זיך מפרשי התורה און זיינען מסביר דעם טעם וואס די תורה זאגט אן וועגן די מצוות פון פאה ולקט ביי דעם ציוויי אויף מועדות:
א)
דער אבן עזרא זאגט 2
: וטעם להזכיר ובקוצרכם את קציר ארצכם פעם שנית 3
בעבור כי חג שבועות בכורי קציר חטים הזהיר שלא תשכח מה שצויתיך לעשות בימים ההם.
ב)
דער רמב״ן איז מסביר: כי בקוצרכם את קציר ארצכם רמז לקציר הנזכר בראש הפרשה 4
יאמר כי כשתבואו אל הארץ וקצרתם את העומר ראשית קצירכם לא תכלה פאת השדה ההוא לצורך העומר ולא תלקט הלקט לומר שלא תדחה המצוה ההיא את הלאוין האלה.
ג)
כעין זה זאגן אנדערע מפרשים 5
,
אז די תורה קומט באווארענען אז אויך די שדה וואס מ׳האט פון איר געבראכט דעם עומר,
איז מחוייב אין פאה ולקט - ווארום עם וואלט געווען א סברא צו זאגן,
אז היות מ׳האט די "ראשית קצירכם״ פון דער שדה - געבראכט א קרבן לה׳,
מ׳האט שוין מקיים געווען א מצוה מיט דעם קציר פון דער שדה,
וואלט מען געקענט מיינען אז מ׳איז ניט מחוייב מקיים זיין אין דער שדה אויך די מצוות פון פאה ולקט.
לפ״ז דארף מען פארשטיין וואס רש״י בפירושו ברענגט אראפ די דרשה פון תו״כ 6
״אמר רבי אוורדימס 7
ברבי יוסי מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים פסח ועצרת מכאן וראש השנה וויהכ״פ וחג מכאן,
ללמדך שכל הנותן לקח שכחה ופאה לעני כראוי מעלין עליו כאילו בנה בית המקדש והקריב עליו קרבנותיו בתוכו".
איז ניט מובן - וואס רש״י ברענגט אלץ תירוץ אויף דער שאלה א דרשה
(אין אגדה)
פון תורת כהנים - פארוואס איז ער ניט מפרש כפשוטו ע״ד ווי די תירוצים הנ״ל?
דאס וואס רש״י וויל ניט אננעמען,
בפשש״מ,
דעם תירוץ פון רמב״ן
(און פון א טייל פון די אנדערע מפרשים)
קען מען מסביר זיין ווייל 8
לפי תירוץ זה האט דער פסוק
("ובקוצרכם וגו"׳)
געדארפט שטיין "בראש הפרשה",
גלייך נאף דעם ציווי פון קצירת העומר.
אבער דער ביאור פון אבן עזרא איז לכאורה א ביאור פשוט ומספיק אין פשוטו של מקרא.
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים כמה דיוקים אין דעם פירוש רש״י:
רש״י שטעלט זיף אויף דעם ווארט "ובקוצרכם" 9
און איז מפרש: "חזר ושנה לעבור עליהם בשני לאוין׳/ און דערנאך איז ער ממשיך "אמר רבי אוורדימם כו'",
כנ״ל
איז ניט פארשטאנדיק: ס׳איז ידוע 10
אז בשעת רש״י זאגט א צווייטן באזונדערן פירוש אויף דעם זעלבן ענין אדער ווארט,
שטעלט ער עם אין א באזונדערן דיבור המתחיל -
פון דעם וואס דא נעמט רש״י אריין ביידע פירושים אין זעלבן ד״ה איז מובן,
אז זיי האבן א שייכות צווישן זיך.
ולכאורה זיינען דאס צוויי לגמרי באזונדערע ענינים: "חזר ושנה לעבור עליהם בשני לאוין" האט לכאורה קיין קשר ושייכות ניט מיטן מאמר פון רבי אוורדימם,
וואס איז מסביר פארוואס דאס שטייט "באמצע הרגלים".
אויך פאדערט זיך ביאור בדיוק כמה ענינים בפרש״י זה:
א)
דער דיוק הידוע,
אז רש״י ברענגט דעם מאמר בשם אומרו נאר דאן ווען דערמיט קומט צו א הוספת ביאור אין דעם תוכן המאמר
(נייטיג - פאר א תלמיד ממולח).
ב)
ער איז מפרט ומאריך בהקושיא ״פסח ועצרת מכאן ור״ה ויוהכ״פ וחג מכאן" און באנוגנט זיך ניט מיטן זאגן "מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים"?
ג)
אין פסוק ווערן דערמאנט נאר פאה און לקט - און רש״י איז מוסיף אויך ״שכחה״ 11 .
[און אע״פ אז דאס איז דער לשון פון רבי אוורדימס אין תו״כ,
איז אבער דרך רש״י בפירושו
(כמדובר כמ״פ)
ניט אראפצוברענגען דעם גאנצן לשון האומרו,
ער ברענגט נאר דעם טייל וואס איז נוגע אין פשש״מ 12
(ובפרט אז בנדו״ד זאגט ניט רש״י בלשון ״איתא בתו״כ״ אדער כיו״ב)
- מיינט עם אז די אריכות המאמר איז נוגע
(אויך)
אין פשש״מ].
ג.
די קשיא ווערט נאך שטארקער -רש״י איז בלאה״כ משנה,
ובכו״כ פרטים,
פון דעם לשון ווי עם שטייט אין תו״כ:
1)
אין תו״כ איז דער לשון "ר״ה וויהכ״פ מכאן" און רש״י איז מוסיף ״וחג״ 13 ?
2)
אין תו״כ שטייט "לקט שכחה ופאה ומעשר עני״ - און רש״י איז משמיט "מעשר עני" 14 ?
3)
אין תו״כ איז דער לשון "שכל מי שהוא מוציא כו"׳ 15 ,
און רש״י זאגט "שכל הנותן לקט כו׳ לעני כראוי".
4)
אין תו״כ - ״מעלין עליו כאילו ביהמ״ק קיים והוא מקריב קרבנותיו לתוכו" און אין רש״י: "מעלין עליו כאילו בנה 16
ביהמ״ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו" 17 .
און אע״פ אז ס׳איז משמע אז רש״י האט געהאט אזא גירסא אין תו״כ בדברי רבי אוורדימם 18
,
וויבאלד אז רש״י ברענגט דאס בשמו,
איז אבער דאס גופא דורש ביאור: פארוואס האט רש״י אויסגעקליבן דוקא די גירסא פון דברי רבי אוורדימס
(ווי ער ברענגט זי),
און ניט די גירסא הרגילה והנפוצה וואט שטייט בתו״ב,
לפנינו,
פון דעם וואט ער נעמט אן דוקא די גירסא,
איז מוכח אז זי איז
(מער)
מתאים און מסתבר בפשש״מ.
ד.
ווייטער איז רש״י מעתיק דעם ווארט "תעזוב" און איז מפרש "הנח לפניהם והם ילקטו ואין לך לסייע לאחד מהם".
פרעגט 19
מען אויף דעם: פארוואס איז רש״י מפרש דעם ווארט "תעזוב" ערשט אין דער פרשה - און ניט פריער אין פ׳ קדושים,
וואו עם שטייט
(צום ערשטן מאל)
דער זעלבער לשון 20 ?
ה.
ויש לומר הביאור בכל זה:
וואס דער פסוק "ובקוצרכם וגו׳" שטייט דא
(אין פרשת המועדות בכלל,
און ניט אין א מקום המיוחד פאר די מצוות),
איז לפי פשש״מ
(דרך רש״י בפי׳)
קיין קשיא ניט:
ע״ד הפשט קומט דאס בהמשך צו די פריער געזאגטע
(בפרשה זו)
מצוות,
וואס דער פסוק זאגט אן בקשר צו קצירת התבואה: ער הויבט אן פריער 4
"כי תבואו אל הארץ וגו׳ וקצרתם את קצירה והבאתם את עומר גו׳" דערנאך שטייט דער אנזאג פון "מנחה חדשה" 21
וואס מ׳ברענגט בחג השבועות מן החדש פון חטים,
און בהמשך לזה זאגט אן די תורה נאך מצות וואס זיינען פארבונדן מיט קצירת התבואה.
רש״י בפירושו באווארנט
(בעיקר)
פארוואס די תורה איז מזהיר אויף די מצות פון לקט ופאה א צווייטן מאל
(נאך דעם ציווי אין פ׳ קדושים,
און ווי דער אבן עזרא איז מדגיש: "וטעם להזכיר וכו׳ פעם שנית")?
און איז מפרש: "חזר ושנה לעבור עליהם וכו׳".
[און מהאי טעמא גופא איז מובן דאס וואס רש״י לערנט ניט ווי דער אבן עזרא "הזהיר שלא תשכח מה שצויתיך לעשות כו"׳:
אין פ׳ קדושים צוזאמען מיטן ציווי אויף פאה און לקט שטייט אין פסוק 22
"וכרמך לא תעולל ופרט כרמך לא תלקט״ - ובמילא אויב די תורה דארף אנזאגן נאכאמאל די מצות בנוגע אן עני כדי שלא תשכח,
האט די תורה אויך געדארפט 23
איבערחזר׳ן דעם ציווי פון "כרמך לא תעולל ופרט וגו"׳ 24 .
איז פון דעם מוכח אז מ׳האט ניט מורא פאר שכחה
(וכיו״ב)
ביי די מצות - און ווי מ׳זעט ביי רוב המצות,
אז די תורה באווארנט ניט א צווייטן מאל
(אפילו ניט אלעמאל ווען עם קומט זייער זמן),
אז מ׳זאל זיי ניט פארגעסן צו מקיים זיין.
דעריבער לערנט רש״י אז דאס וואס "חזר ושנה" איז "לעבור עליהם בשני לאוין".
און ס׳איז קיין קשיא ניט פארוואס האט די תורה באשטימט אז מ׳איז עובר "בשני לאוין" דוקא ביי די מצות און ניט ביי אנדערע 25
- און ווי רש״י איז מפרש 26
"הרבה 27
מצות בתורה נאמרו ונכפלו כו׳ לחייב ולענוש על מנין לאוין שבהם"
(און אין פשוטו של מקרא האט קיין ארט ניט צו פרעגן פארוואס זיינען די מצות אויסגעטיילט אין דעם פון אנדערע 28 )].
ו.
דווקא נאך דעם פירוש שטעלט זיך
(בעיקר)
די שאלה "מה ראה הכתוב ליתנם באמצע הרגלים״ - און די קשיא האט אן ארט דוקא ווען די "אמצע הרגלים" איז באופן פון "פסח ועצרת מכאן ור״ה וויהכ״פ וחג מכאן".
והביאור:
ווען די אזהרה פון "ובקוצרכם וגו"׳ וואלט געמיינט א נייעם ציווי אויף פאה ולקט,
וואלט מען געקענט מסביר זיין כנ״ל,
אז דער פסוק שטעלט דא די מצות פון פאה ולקט כשם ובהמשך וואס ער זאגט די אנדערע ציווים בשייכות צו קצירת התבואה.
וויבאלד ס׳איז א ציווי ולאו חדש שטעלט עס דער פסוק דא,
כדי מ׳זאל ניט מיינען אז מיט די אויבנדערמאנטע דא מצוות וואס זיינען פארבונדן מיט קצירת התבואה ענדיקן זיך די מצוות ביים קציר
(ובמילא קען ער שוין ענדיקן שניידן און נעמען די גאנצע תבואה פאר זיך - ע״ד פי׳ אנדערע מפרשים בס״א),
נאר ״ובקוצרכם את קציר ארצכם״ זיינען דא נאך מצוות וואס מ׳דארף טאן איידער מ׳קען נעמען און הנאה האבן דערפון - ״לא תכלה פאת שדך כו׳ ולקט קצירך לא תלקט".
וויבאלד אבער אז די אזהרה איז נאר ״לעבור עליהם בשני לאוין״ 29
,
איז עם נאר מתאים צו שטייען דא
(און ניט בפרשה הדומה בתוכנה להפרשה שנאמר בה בפעם הא׳)
אויב דאס האט א שייכות צום תוכן פון דער פרשה.
(ווארום מ׳דארף דאך דאס ניט באווארענען דא,
היות מ׳וויים שוין די מצוה פון פריער,
כנ״ל)
-
אבער בנדו״ד שטייט דער פסוק צווישן ענינים וואס
(עיקר)
תוכנם איז
(ניט אזויפיל די מצות שבקצירה,
נאר)
מצות הקרבנות 30
(פון די רגלים) 31
- והא ראי׳: ״פסח ועצרת מכאן ור״ה וויהכ״פ
(וחג)
מכאן״
(וואס ר״ה וויהכ״פ האט ניט קיין שייכות צו
(קצירת ה>תבואה>,
ומזה משמע,
אז די גאנצע פרשה איז עיקרה קרבנות המועדות 32 .
טא ווי פאסט דא אריין די אזהרה
(לעבור בשני לאוין)
בנוגע צו "פאה ולקט".
ז.
אויף דעם קומט דער תירוץ "ללמדך שכל הנותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ״ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו".
די הסברה פון דעם:
די שייכות און פארגלייך פון מתנות עניים צו הקרבת קרבנות איז מובן 33
: כשם ווי קרבנות הייבן זיך אן פון "אדם כי יקריב מכם ולא מן הגזל" 34
ער איז מקריב און גיט אוועק פון זיינע צום
(מזבח וכהן - לויט דעם ציווי פון דעם)
אויבערשטן,
עד״ז איז אויך בא מתנות עניים וואס ער איז מקיים דעם ציווי ה׳ צו געבן
(פון זיין תבואה צו די עניים -ער גיט אס פון זיינע נכסים צו
(די עניים לויט דעם ציווי פון)
דעם אויבערשטן.
און אע״פ אז דאס איז בא יעדער נתינת צדקה לעניים - איז עס אבער ביי די מתנות לקט שכחה ופאה ביתר שאת ובאופן מיוחד:
ביי סתם צדקה 35
קען געמאלט זיין אז דאס געלט וואס ער גיט האט ער פארדינט בלי יגיעה
(דורך א לייכטן מסחר אדער ירושה,
מציאה וכיו״ב)
; ס׳איז נאר וואס וויבאלד אז מיט דעם איז "יכול לקנות חיי נפשו ,
/ קומט ארים אז ער גיט אוועק "חיי נפשו" 36 .
משא״כ די תבואה וראם ער גיט אפ אלם פאה ולקט כר איז דאס א זאך וואס עם קומט דורך זיין יגיעה אין חרישה זריעה וכר און דערנאך די קצירה,
"בזיעת אפיך תאכל לחם" 37 .
וואס דערפאר איז די דרשה פון רבי ארורדימם בתו״כ ״מעלין עליו כאילו ביהמ״ק קיים והוא מקריב קרבנותיו לתוכו" שייך בעיקר ביי לקט שכחה ופיאה רמעשר עני ארן ניט ביי צדקה סתם.
רש״י טייטש דאס אפ בהדגשה נרספת,
אז די יגיעה אין דער תבואת הארץ וואס ער גיט אוועק צרם עני -
(ארן דאס נאך איידער ער נעמט די תבראה צר זיך ארן דאן גיט ער פון איר תרומה,
מעשר וכר און נאכדעם איז ער נהנה
(פונעם לחם וכר וואס ער קריגט)
פון זיין תבואה)
-איז דאס
(ניט נאר ווי ער וואלט מקריב געווען קרבנות,
נאר אויך)
"כאילו בנה בית המקדש״ - בדוגמת העבודה והיגיעה אין בנין ביהמ״ק,
וואס קומט איידער ער איז מקריב קרבנותיו דארט.
ח.
אין דעם פארגלייך - מעלין עליו כאילו ביהמ״ק קיים,
אדער בנה ביהמ״ק,
און ״הקריב קרבנותיו״ - זיינען דא צוויי ענינים:
א)
דער אוועק נעמען פון זיך - מצד הציווי פון דעם אויבערשטן א זאך וואס ״יכול לקנות חיי נפשו״ און נאכמער -א זאך וואס ער קריגט עם דורך יגיעה מיט זיין חיות וכחות נפשו;
ב)
דער געבן
(מצד הציווי פון דעם אויבערשטן),
די זאך ווערט געגעבן צו אן עני 38 .
די נפק״מ צווישן די צוויי: אויב דער עיקר הדגשה איז דער יוקר הענין וראם ער נעמט אוועק פון זיך א זאך וראם איז געבונדן מיט חיות נפשו - איז ניט
(אזויפיל)
נוגע אין וועלכן אופן דאס קומט אן צום עני.
אויב אבער דער עיקר הדגשה איז אין דעם געבן - דעמאלט איז נוגע דער אופן,
די שלימות הנתינה.
און דאס איז דער חילוק צווישן דעם לשון פון רבי ארורדימם ווי ער שטייט אין תו״כ און ווי ער ווערט געבראכט אין פירוש רש״י: אין תו״כ איז דער חידוש והשוואה הנ״ל
(פון לקט כר צו קרבנות)
אין דעם וואס ער איז "מוציא" די תבואה פון זיין שדה כר 39
,
דעריבער איז ער מוסיף אויך שכחה און מעשר עני,
וואס זיינען לגמרי גלייך צו לקט ופאה אין דעם,
וואס ער איז מוציא פון זיין רשות די תבואה,
וואס קומט דורך יגיעת כפיו;
משא״כ רש״י,
וואס איז מדגיש דאס וואס ״נותן ..
לעני 40
כראוי",
איז ער מוסיף נאר שכחה,
היות אז נאר שכחה איז בדומה צו לקט ופאה אין דעם וואס די נתינה איז באופן הראוי - דהיינו:
די אלע דריי מצות
(לקט שכחה און פאה)
זיינען גלייך אין דעם וואס
(ניט נאר גיט ער אוועק זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט חיות נפשו,
נאר)
די נתינה איז אין א שלימות׳דיקן אופן,
דער נותן האט ניט דערביי
(אפילו)
קיין טובת הנאה 41
(״נותן..
כראוי")
ע״י וואס ער גיט עס לעבדו ולאמתו אדער צו עניים וואס זיינען אים נאענט וכיו״ב.
רש״י איז אבער משמיט מעשר עני,
היות אז אין דעם האט דער נותן א טובת הנאה 42
- ער קען דאס געבן צו די עניים וואס ער קלייבט אויס
(וואס זיינען קרובים וכיו״ב).
ומהאי טעמא איז אויך מער מתאים דער פארגלייך פון "כאילו בנה בית המקדש"
(ניט נאר "ביהמ״ק קיים"),
ווארום דער בנין איז דורך א יגיעה וואס איר תכלית איז די הנאה פון יעדן אידן און פון אלע אידן,
פון כלל ישראל -ניט נאר ״כאילו..
הוא מקריב קרבנותיו לתוכו״ - פאר זיך.
ט.
עם ווערט אבער די שאלה: די אלע פרטים אין לקט שכחה ופאה איז דוגמתם דא אויך בא עוללות ופרט כרמך וואס די תורה האט אויף זיי אנגעזאגט צוזאמען מיט די ציווים אויף פאה ולקט צום ערשטן מאל - פארוואס איז ר׳ אוורדימם ניט מוסיף אויך עוללות און פרט.
און כאטש זיי שטייען ניט אין פסוק דא -איז ער דאך מוסיף שכחה,
הגם זי ווערט ניט דערמאנט אין פסוק 43 ?
דעריבער ברענגט רש״י אין דער קשיא די גירסא פון רבי אוורדימם "ר״ה וויהכ״פ וחג מכאן״ - צו מדגיש זיין,
אז דא רעדט זיך וועגן דער צייט פון קודם החג - פאר דעם זמן פון "באספכם את תבואת הארץ" 44
(בחג הסוכות).
און דערפאר איז דא מתאים צו דערמאנען נאר שכחה וואס זי איז שייך אינעם זמן פון קציר ארצכם 45 ,
אבער ניט 46
די מצות פון עוללות ופרט כרמך וואס זייער זמן איז בכלל שפעטער
(בימי חג הסוכות)
47 .
פון קציר ארצכם 45 ,
אבער ניט 46
די מצות פון עוללות ופרט כרמך וואס זייער זמן איז בכלל שפעטער
(בימי חג הסוכות)
47 .
און דאס איז אויך מוסיף ביאור אין דעם וואס רש״י
(בריינגט די גירסא וועלכע)
איז משמיט "מעשר עני",
ווארום אויך די נתינת מעשר עני פון תבואת הארץ איז ע״ד הרגיל צוזאמען מיט נתינת המעשרות פון ״יקבך״ כו׳ - אין זמן האסיף 48
(אויך קומט דאס לאחרי די אסיפת התבואה והפירות אין בית 49
),
וואס דאס איז בזמן החג 50 ,
כנ״ל.
ויש לומר אז אויך מצד דעם איז מעשר עני ניט לגמרי בדומה צו לקט שכחה ופאה
(אין דעם וואס "כל הנותן וכו׳ מעלין עליו כאילו בנה ביהמ״ק והקריב עליו קרבנותיו")
: וויבאלד אז די נתינה פון מעשר עני איז ניט יעדן יאר
(ווי לקט וכו׳),
נאר איין מאל אין דריי יאר 48
,
דעריבער דריקט זיך אין דעם ניט אויס
(אויף אזויפיל)
אז ער גיט דערמיט אוועק זיין חיות נפשו ווי ביי די אנדערע דערמאנטע מצות.
ועד״ז בנוגע לכרם,
וואס איז ניט א
(מזון)
הכרח פון דעם מענשן,
זאת ועוד - וואס די טירחא,
די נטיעה וכו׳ בכרם,
איז ניט במשך זמן רב יעדן יאר ווי בא תבואת השדה.
יו״ד.
בהמשך לזה איז רש״י מפרש "תעזוב,
הנח לפניהם והם ילקטו ואין לך לסייע לאחד מהם":
ביים ערשטן ציווי אויף די מצות
(אין פ׳ קדושים),
וואו עם שטייט "לעני ולגר תעזוב אותם",
דארף רש״י ניט מפרש זיין,
ווייל עם איז מובן בפשטות אז די תורה קומט דארט זאגן אין וואס עם באשטייען די מצות פון פאה ולקט כו׳: "לא תכלה פאת שדך גו׳ ולקט קצירך לא תלקט ..
(נאר)
לעני ולגר תעזוב אותם",
וואס דער פירוש פון "תעזוב" איז פשוטו כמשמעו;
משא״כ בפרשתנו וואס דא ווייס מען שוין דעם תוכן ואופן קיומן פון די מצות,
אז די פאה און לקט דארף מען איבערלאזן פאר די עניים - און דאס וואס דער פסוק זאגט דא נאכאמאל "ובקוצרכם גו׳ לא תכלה פאת שדך" איז בכדי מוסיף זיין אז "כל הנותן לקט שכחה ופאה כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ״ק והקריב כו"/ וכנ״ל צו מדגיש זיין אז די נתינה איז באופן הראוי ובשלימות,
ביז אז דער בעל השדה האט אפילו ניט קיין טובת הנאה -
איז מובן אז אויך די הוספה "לעני ולגר תעזוב אותם"
(היות אז אויך דער ענין ווייס מען שוין פון פ׳ קדושים),
איז בכדי צו מוסיף זיין אין דעם פרט פון שלימות הנתינה
(ובמילא - שלילת ההנאה)
פון דעם נותן; און דעריבער איז רש״י מפרש "תעזוב הנח לפניהם והם ילקטו ואין לך לסייע לאחד מהם": ניט נאר האט ער ניט די טובת הנאה אויסקלייבן וועמען פון די עניים צו געבן,
נאר ער האט אפילו ניט די הנאה צו מסייע זיין אינעם נעמען,
זיי נעמען דאס אינגאנצן אליין 51 .
יא.
א תלמיד ממולח קען אבער נאך אלץ פרעגן אויף דעם פירוש פון רבי אוורדימם,
אז "כל הנותן לקט שכחה ופאה כראוי מעלין עליו כאילו בנה ביהמ״ק כו"׳:
אין וואס באשטייט פארט די גרויסע מעלה פון דעם וואס ער נעמט צו און גיט אוועק א זאך,
ניט האבנדיק קיין אייגענע טובת הנאה
[ובפרט אז ע״ד הרגיל איז עם גאר ניט אזויפיל בכמות: איינער אדער צוויי אראפגעפאלענע שבלים פון לקט,
די פאר פארגעסענע זאנגען,
אדער די שבלים בפאת השדה
(וואס אין פסוק שטייט ניט קיין שיעור 52 ,
און מדאורייתא איז טאקע ניטא קיין שיעור 53
- "אפי׳ הניח שיבולת אחת יצא ידי חובתו" 54 ,
און אפי׳ מדרבנן איז עם א שיעור פון אחד מששים וכו׳).
איז אמת טאקע,
וויבאלד דאס קומט מיגיע כפיו איז ביי אים טייער אויך דער דבר מועט - לויט פירוש רש״י איז דאך דער עיקר דער אופן הנתינה,
"נותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי״ - טא]
מיט וואס איז דאס אזא דבר גדול,
ביז אז "כאילו בנה ביהמ״ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו"?
אויף דעם ברענגט רש״י
(אויך)
דעם שם בעל המאמר,
רבי אוורדימם:
חז״ל דערציילן אין ירושלמי 55 ,
אז יהודא איש הוצי האט זיך באהאלטן דריי טעג אויף דערגיין "מניין שחיי עיר הזאת קודמין לחיי עיר אחרת אתא לגבי רבי יוסי כו"׳ און רבי יוסי האט גערופן זיין זון ר׳ אבירודימס 56
אז ער זאל אים זאגן "הדין טעמא מניין שחיי העיר הזאת קודמין לחיי עיר אחרת א״ל תהיינה 57
הערים האלה תהיינה עיר ועיר ואח״ב ומגרשי׳ סביבותי׳" 58 .
ולכאורה פארוואס האט רבי יוסי געדארפט רופן זיין זון אבירודימם און אים זאגן אז ער זאל ענטפערן - פארוואס האט ר׳ יוסי אליין ניט געזאגט יהודא׳ן דעם מקור הדין?
ובפרט אז ער
(ר׳ יוסי)
איז דער וואס האט געזאגט דעם דין.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דער ענין איז געווען רבי אבירודימם לימוד מיוחד -
(ע״ד ווי מ׳זאגט אויף ר׳ יהודא אז כולי תנויי בנזיקין הוה 59 ,
אויף ר׳ עקיבא - כלך לך אצל נגעים ואהלות 60
ועוד)
- ער האט זיך באזונדערם "געקאכט" אין דער הלכה פון "חיי העיר הזאת קודמיך/ און דערפאר האט ר׳ יוסי אים גערופן.
ד.
ה.
תנויי פון רבי אבירודימס איז אין דעם ענין,
אז ע״פ תורה איז די עניים וואס זיינען נעענטער צו אים
(אפילו נאר א קירוב וואס מ׳געפינט זיך אין דער זעלבער שטאט),
האבן א דין קדימה לגבי די עניים וואס זיינען ווייטער פון אים.
איז לפי שיטתו מובן דער גרויסער חידוש וענין בנדו״ד,
אז "נותן לקט שכחה ופאה לעני כראוי מעליו עליו כאילו בנה ביהמ״ק והקריב כו״׳ -ווארום די הנהגה וואס מאנט זיך ביי לקט שכחה ופאה,
ער זאל ניט מקדים זיין די וואס זיינען קרובים אליו
(אדער עניי עירו בכלל)
61
פאר אנדערע,
איז היפך טבעו ווי עם דארף זיין ע״פ תורה,
וכנ״ל.
יב.
ע״פ הנ״ל יש לומר בזה "ענינים מופלאים" ע״ד ההלכה
(וואס מ׳קען ארויסנעמען פון רש״י)
:
דער רמב״ם פסק׳נט 62
אז פאה
(און אזוי אויך לקט ושכחה)
איז א לאו הניתק לעשה,
און אויב אז "עבר וקצר את כל השדה" און האט ניט איבערגעלאזט קיין פאה במחובר איז "לוקח מעט ממה שקצר כו׳ ונותנו לעניים שנתינתו מצות עשה שנאמר לעני ולגר תעזוב אותם" 63 .
אבער ע״פ
(הנ״ל בפירוש)
רש״י בפשוטו של מקרא קומט אויס,
אז דאס איז ניט קיין לאו הניתק לעשה 64 ,
דער פסוק לעני גו׳ איז ניט קיין נייער חיוב מצוה וועלכער איז מנתק דעם לאו דורך נותנו,
געבן דאס לעני;
דער "לעני ולגר תעזוב אותם" וואס שטייט אין פ׳ קדושים איז מתאר דעם אופן פון קיום הלאו - "לא תכלה פאת שדך לקצור",
דורך "לעני ולגר תעזוב אותם" 65
; און דער צווייטער ציווי 66
"לעני ולגר תעזוב אותם" שבפרשתנו 67
קומט 68 ,
אדרבה,
נאך מוסיף זיין אין דעם העדר ההנאה,
כולל צו שולל זיין די הנאה פון נתינה 69 .
בסגנון אחר: הנתינה "לעני ולגר" בא לקט ופאה באופן פון "תעזוב אותם",
אז זיי זאלן אליין נעמען און ער האט ניט די טובת הנאה פון געבן,
איז ניט א
(זייטיקער און)
נוספדיקער פרט אין מצות לקט שכחה ופאה 70 ,
נאר דאס איז גדר המצוה: דער גדר המצוה איז ניט
(נאר)
דער ענין פון "מוציא לקט שכחה ופאה" 71
נאר
(אויך)
דער "נותן
(לקט שכחה ופאה)
לעני כראוי״ - "לעני ולגר תעזוב אותם".
יג.
פון דעם נעמט מען ארויס אויך די הוראה אין יינה של תורה פון פרש״י - אויף וויפל עס איז נוגע אז א קיום מצוה,
אפילו א מצוה קלה,
שבולת אחת פוטרת
(כנ״ל סי״א),
זאל געטאן ווערן מיט אן אמת אן קיין פניות און הנאה.
און אויך,
לאידך גיסא,
אויף וויפל עם איז נוגע די אייגענע אתכפיא -כופה את יצרו ביז ווי בא כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו גו׳ עזוב תעזוב עמו 72 ,
איז "מצוה בשונא כדי לכוף את יצרו״ 73
- אויף אזויפיל אז דוקא מצד דעם וואס ער איז מקיים די מצוה פון לקט כו׳ היפך ווי עם טראגט אויס מצד טבע ע״פ תורה
(אז בצדקה סתם - גיט ער עניים הקרובים פריער 74 ),
מצד דעם דוקא "מעלין עליו כאילו בנה ביהמ״ק והקריב עליו קרבנותיו בתוכו";
און אז מ׳איז עוסק "לשנות מדותיו הטבעיים",
ביז "לשנות טבעי׳ מדותיו״ 75 ,
ווערט פון 76
״מעלין עליו כאילו״ - דער בנין בית המקדש כפשוטו,
"ושם נעשה לפניך ..
כמצות רצונך״ - אין דעם ביהמ״ק השלישי שיבנה במהרה בימינו ממש.
(משיחת מוצש״ק פ׳ אמור תשל״ח)