B"H
🏡

Ikar

אמור ב

א.

אין פסוק 1

"ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו גו׳ עד הביאכם את קרבן גו׳ בכל מושבותיכם" איז רש״י מפרש: בכל מושבותיכם,

נחלקו בו חכמי ישראל יש 2

שלמדו מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ ויש אומרים 3

לא בא אלא ללמד שלא נצטוו על החדש אלא לאחר ירושה וישיבה משכבשו וחלקו 4 .

דאס וואס רש״י דארף בכלל מפרש זיין די ווערטער "בכל מושבותיכם"

- דלכאורה,

איז דער טייטש איינפאך - אין אלע ערטער וואו איר באזעצט זיך

(וואו עם זאל נאר זיין 5

)

; נאכמער: "בכל מושבותיכם" שטייט ביי נאך כמה מצות 6

(ומהם - פאר אונזער פסוק),

און ביי רובא דרובא פון זיי איז עם רש״י ניט מפרש 7

,

היינט פארוואס דארף עם רש״י מפרש זיין דא?

-

איז מובן: אויף "בכל מושבותיכם" וואס שטייט פריער אין פ׳ צו 8

(ביים איסור פון אכילת דם)

זאגט רש״י: לפי שהיא חובת הגוף ואינה חובת קרקע נוהגת בכל מושבות; און וויבאלד אז חדש איז ניט קיין חובת הגוף,

נאר חובת קרקע - און נאכמער: בפשטות איז דער איסור פון חדש פארבונדן מיטן עומר וואס איז "ראשית קצירכם" פון "קצירה" 9

(פון דעם ״הארץ״)

- דארף אויסקומען אז דאס איז ניט נוהג "בכל מושבותיכם"?

זאגט דעריבער רש״י אז אע״פ כן "יש שלמדו מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ": דער טייטש פון "בכל מושבותיכם" איז פשוטו כמשמעו,

און דער פסוק קומט טאקע לערנען אז חדש איז א יוצא מן הכלל 10

- כאטש עם איז חובת קרקע,

פונדעסטוועגן,

איז עס נוהג "בכל מושבותיכם",

אויך "בחוצה לארץ".

ב.

מען דארף אבער פארשטיין: וויבאלד אז דער פשוט׳ער פשט פון "בכל מושבותיכם" איז ווי דער

(ערשטער)

פירוש פון ״יש שלמדו״

(- אלע "מושבות",

אויך ״חוצה לארץ״)

- פארוואס ברענגט רש״י אויך דעם

(צווייטן)

פירוש אז "בכל מושבותיכם" מיינט

(נאר ארץ ישראל,

אבער)

"לאחר ירושה וישיבה",

וואס האט,

ע״פ הנ״ל,

קיין ארט ניט אין פשטות הכתובים?

די קשיא איז נאך שטארקער: שוין גערעדט פיל מאל,

אז בשעת רש״י איז מוסיף און זאגט פריער - איידער ער הויבט אן מפרש זיין דעם פסוק - אז דא זיינען פאראן צוויי

(אדער עטלעכע)

פירושים,

מיינט ער דערמיט צו מדגיש זיין,

אז אין דרך הפשט זיינען די פירושים "שקולים"

(און דאס וואט ער איז מקדים איין פירוש פארן צווייטן איז דערפאר ווייל מ׳קען דאך ניט שרייבן ביידע פירושים בבת אחת).

און אזוי אויך בנדו״ד: מיט דעם וואס רש״י איז מוסיף און מקדים "ונחלקו בו חכמי ישראל" איז ער אויסן צו זאגן,

אז דער

(צווייטער)

פירוש "ללמד שלא נצטוו על החדש אלא לאחר ירושה וישיבה בו׳״ איז ניט ״ווייטער״ פון דרך הפשט ווי דער

(ערשטער)

פירוש אז "בכל מושבותיכם" מיינט אלע מושבות,

אויך ״חוצה לארץ״ -

ולכאורה: אפילו מ׳זאל אננעמען,

אז רש״י דארף ברענגען דעם צווייטן פירוש דערפאר ווייל לויטן ערשטן פירוש איז ניט פארשטאנדיק - פארוואס זאל חדש,

וואס איז חובת קרקע,

נוהג זיין אויך בחוצה לארץ?

- ווי קען מען אבער זאגן,

אז דער פירוש אין "בכל מושבותיכם"

("לאחר ירושה וישיבה")

איז אויסגעהאלטן אין דרך הפשט פונקט ווי דער פירוש הפשוט הנ״ל פון "בכל מושבותיכם"

(וואס אזוי איז אויך זיין פירוש בכל מקום 11 )?

ג.

דער ביאור בזה:

ביים איסור "לסרס שום בהמה וחי׳"

(וואס שטייט פריער אין אונזער פרשה 12 )

זאגט דער פסוק "ובארצכם לא תעשו".

איז רש״י אויף דעם מפרש: לכך נאמר בארצכם לרבות כל אשר בארצכם שא״א לומר לא נצטוו על הסרוס אלא בארץ שהרי סרוס חובת הגוף הוא וכל חובת הגוף נוהגת בין בארץ בין בחוצה לארץ.

זעט מען דערפון,

אז דער כלל - "כל חובת הגוף נוהגת בין בארץ בין בחוצה לארץ״ - איז אזוי שטארק,

אז אויך אין פשוטו של מקרא,

איז מען צוליב דעם מפקיע דעם ווארט "בארצכם" פון זיין פשוטץ אפטייטש,

כדי דאס זאל ניט זיין אין סתירה צום כלל 13 .

[און דא איז ניט דער פאל,

אז צוליב א שוועריקייט אין דרך הפשט ברענגט רש״י א דרש וואס איז מיישב "דברי המקרא דבר דבור על אופניו״ 14

-ווארום רש״י דערמאנט ניט אז דער פירוש "כל אשר בארצכם" איז א דרש

(און צייכנט אפילו ניט אן אז דער פירוש איז גענומען פון רז״ל 15 )

- נאר ער זאגט עם אין זיין סגנון פון פשט: לויטן דרך הפשט בייט זיך דער טייטש אין "בארצכם"

(ניט ווי זיין פירוש הפשוט)

כדי עם זאל ניט זיין בסתירה צום כלל "כל חובת הגוף וכו׳"].

דערפון איז פארשטאנדיק אויך בנוגע צום צווייטן חלק פון כלל - אז א "חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ" 16

- אז דער כלל דארף מתאים זיין אומעטום אויך ווען אין דרך הפשט דארף מען צוליב דעם בייטן דעם טייטש פון א ווארט

(ניט ווי זיין פשוט׳ער טייטש)

;

און אזוי אויך בעניננו: רש״י קען זיד ניט באנוגענען מיטן פירוש אז חדש איז ״נוהג בחוצה לארץ״,

וואס איז היפך פון דעם כלל אז ,

חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ"; און דעריבער ברענגט ער נאך א פירוש אין "בכל מושבותיכם"

("לאחר ירושה וישיבה"),

וואס דער פירוש,

הגם ער ליגט ניט אזוי אין די ווערטער "בכל מושבותיכם",

איז ער אבער ניט בסתירה צום כלל הנ״ל

(ע״ד פירוש הנ״ל אין "בארצכם לא תעשו").

ד.

אבער אויך דער פירוש איז ניט גלאטיק 17

(וואס דעריבער ברענגט רש״י אויך דעם פירוש אז "מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ״)

- ווייל "בכל מושבותיכם" שטייט ביי כמה מצות,

און אומעטום 11

מיינט עם אז דער חיוב איז אויך בחוצה לארץ;

קומט אויס,

אז דער פירוש פון "בכל מושבותיכם" דא,

אז דאס מיינט "לאחר ירושה וישיבה",

איז א יוצא מן הכלל פון אלע אנדערע ערטער וואו עם שטייט ״בכל מושבותיכם״! - דערפאר ברענגט רש״י

(אויך)

דעם ערשטן פירוש.

דערמיט איז פארשטאנדיק ווי די צוויי פירושים פון רש״י זיינען "שקולים" אין דרך הפשט: אין ביידע פירושים איז דא די זעלבע שוועריקייט,

אז "בכל מושבותיכם" דא איז א יוצא מן הכלל: לויטן ערשטן פירוש,

איז דער חיוב פון חדש בחו״ל אן אויסנאם פון דעם כלל

(אויך לויט פשוטו של מקרא כנ״ל)

אז "חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ"; און לויטן צווייטן פירוש איז דער טייטש פון "בכל מושבותיכם" א יוצא מן הכלל פונעם טייטש פון די ווערטער אין אלע אנדערע ערטער אין תורה

(וואו עם מיינט - אין אלע מושבות,

אויך חוצה לארץ).

ה.

וויבאלד אז די צוויי פירושים זיינען "שקולים" אין פשט הכתוב,

קען א תלמיד ממולח פרעגן: וואס זיינען די סברות פון די בעלי פלוגתא וואס לויט איינעם קומט "בכל מושבותיכם" לערנען אז חדש נוהג בחו״ל,

און לויטן צווייטן -

(נאר בארץ)

- "לאחר ירושה וישיבה"?

דייטעט אן רש״י די הסברה אין דעם דורך נוצן דעם לשון "

(נחלקו בו)

חכמי ישראל״ - ניט ווי דער לשון רש״י הרגיל "

(נחלקו בו)

רבותינו"

(וכיו״ב)

- דערמיט איז ער מרמז 18 ,

אז דער "נחלקו" איז פארבונדן

(ניט מיט לימוד פשט הכתובים

("רבותינו"),

נאר)

מיט צוויי שיטות ווי צו פארשטיין און אפשאצן די תכונות און געפילען פון אידן - "חכמי ישראל"

(וכדלקמן).

דער ביאור אין דעם: יעדער קרבן דארף דערוועקן ביים מענטשן א באשטימטן הרגש נפשו,

בהתאם צו דעם תוכן פון דעם קרבן.

לדוגמא: ביי קרבן חטאת ואשם - א געפיל פון חרטה און תשובה 19 ,

קרבן תודה - א הודי׳ צום אויבערשטן,

וכר; און דעריבער פאדערט זיך ביי דער הקרבה פון קרבן

(ניט נאר די גשמיות׳דיקע הקרבה,

נאר)

אויך,

בלשון רש״י 20

דער ״יכוין את לבו לשמים".

און דאס איז ניט דוקא ביי א קרבן יחיד; אויך א קרבן צבור דארף ארויסרופן ביי יעדער יחיד

(וואס איז דאך א טייל פון צבור)

דעם רגש בהתאם צום קרבן

[לדוגמא: ביי די קרבנות צבור וואס זיינען מכפר אויף

(עבירות)

היחיד 21

-דארף דער יחיד חרטה האבן אויפן חטא].

דערפון איז אויך פארשטאנדיק בעניננו: דער איסור צו עסן חדש,

וואס זיין טעם הפשוט איז כדי "ראשית קצירכם" זאל זיין א קרבן

(עומר),

דארף ארויסרופן ביי אידן די הכרה והרגשה אז דעם "ראשית" פון אלע זיינע זאכן מוז מען ברענגען לה׳ און ערשט דערנאך קען זיין "תאכלו".

וויבאלד אבער אז דער עומר ווערט געבראכט נאר פון ״קצירה״ - דער קציר פון ארץ ישראל,

ובמילא - איז דאס מעורר נאר די אידן פון

(די מקומות 22

פון וואנעט מ׳מעג ברענגען דעם עומר -)

ארץ ישראל 23

- שטעלט זיך די שאלה: ווי ווערט אט די הכרה

(אז "ראשית קצירכם" געהערט צום אויבערשטן)

ארויסגערופן ביי די אידן וואס געפינען זיך אין חוצה לארץ 24

,

וואס פון זייער קציר בריינגט מען ניט קיין קרבן עומר?

זיינען אין דעם פאראן צוויי שיטות ביי די "חכמי ישראל":

איין שיטה איז,

אז אויך זיי זיינען אסור בחדש,

און וויבאלד זיי וועלן ניט טארן עסן חדש ביז דעם טאג ווען מ׳ברענגט

(אין א״י)

דעם עומר,

וועט דאס זיי דערמאנען און מעורר זיין צוצוקומען צו דער הכרה הנ״ל

(אז "ראשית" געהערט צום אויבערשטן),

כאטש פון זייער קציר בריינגט מען ניט דעם עומר.

א צווייטע שיטה איז אז,

אדרבה: דער וועג צו דערוועקן אין זיי דעם הרגש איז ניט דורך אסר׳ן זיי אין חדש,

נאר אדרבה - דאס גופא וואס די פעלדער פון די אידן בחו״ל זיינען ניט אין דעם גדר פון ברענגען דעם עומר

(ובמילא - ניט אין דעם איסור פון חדש),

דערוועקט אין זיי די אנערקענונג פון זייער שפל המצב

(ניט זיין ראוי צו דער הקרבת העומר

(און במילא ניט איסור חדש))

; און די הכרה פון זייער שפל המצב וועט ביי זיי ארויסרופן א תשוקה אז ביי זיי דארף זיין ביתר שאת דער געפיל וואס דער עומר רופט ארויס ביי די אידן פון א״י.

ו.

ע״פ הנ״ל קען מען אויך מסביר זיין

(בפנימיות 25

הענינים)

פארוואס רש״י איז מקדים דעם פירוש אז חדש איז נוהג בחו״ל פאר דעם פירוש אז חדש איז נוהג נאר בארץ

[כאטש אז בנדו״ד זיינען ביידע פירושים שקולים אין דרך הפשט,

און רש״י איז מקדים איין פירוש פארן צווייטן דערפאר ווייל מ׳קען דאך ניט שרייבן צוויי פירושים בבת אחת,

כנ״ל - פתדעסטוועגן,

וויבאלד אז יעדער ענין אין תורה איז בדיוק,

איז מובן,

אז עם איז דא א מעין טעם,

עכ״פ בפנימיות הענינים 26

,

אויף דעם וואס רש״י איז מקדים איין פירוש פארן צווייטן]

:

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים אין זייער אויפטאן אין אידן:

דער ערשטער אופן - דורך אסר׳ן אכילת חדש - דערנעמט דעם אוכל,

דעם גוף ונפש הבהמית 27

,

ווייל דאס וואס מ׳טאר ניט עסן א געוויסן מאכל רירט אן

(ניט אזוי די נשמה,

נאר)

בעיקר דעם גוף ונפש הבהמית.

דער צווייטער אופן - דורך זיין מושלל פון

(הקרבת)

עומר און

(איסור)

חדש,

וואס רופט ארויס די תשוקה צו דערהויבן זיך און צוקומען ביתר שאת צו דעם געפיל וואס איז דא ביי די בני א״י - רירט אן דעם נפש האלקית 28

,

וואס ביי אים דוקא קומט אויף אט די תשוקה צו נתעלה ווערן

("רוח גו׳ האדם העולה היא למעלה" 29 ).

ועפ״ז איז פארשטאנדיק דער סדר אין רש״י: דער אנהייב,

דער ערשטער פירוש - התחלת העבודה,

ווען דער גוף ונפש הבהמית זיינען נאך בתקפם,

דארף מען טאן אזעלכע פעולות וואס ווירקן אויף דעם גוף ונפש הבהמית; און ערשט דערנאך קען מען צוקומען צו דער צווייטע שטופע,

דעם צווייטן פירוש - צו פועל זיין אויפן נפש האלקית.

ז.

דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש״י איז ניט נאר בנוגע חו״ל

(צי דארט איז נוהג איסור חדש),

נאר אויך אין א״י גופא: צי דער איסור חדש אין א״י האט זיך אנגעהויבן ערשט "לאחר ירושה וישיבה"

(כפירוש הב׳),

אדער אויך פאר ירושה וישיבה

(ווי דער ערשטער פירוש 30 ,

וואס "בכל מושבותיכם" קומט לויט אים "ללמד שהחדש נוהג בחוצה לארץ").

לויטן פריערדיקן ביאור וועט זיין פארשטאנדיק,

ווי די צוויי חילוקים זיינען אפהענגיק איינער אין אנדערן,

ווייל אויך דער חילוק אין עבודה צווישן די צוויי שיטות ואופנים הנ״ל,

איז ניט נאר בשייכות צו די אידן אין חו״ל,

נאר אויך בנוגע די אידן אין א״י:

די ערשטע שיטה

(ופירוש)

- וואס איז מדגיש בעיקר די עבודה צו דערנעמען דעם גוף ונפש הבהמית פון א אידן -האלט,

אז אויך אין א״י איז די הכרה,

אז "ראשית קצירכם" געהערט לה׳,

געקומען ניט אזוי מצד דעם עומר

(די הקרבה לה׳),

נאר מצד דעם איסור אכילת חדש וואס דערנעמט דעם גוף ונפה״ב.

און דעריבער האט זיך דער איסור חדש,

לפי שיטה זו,

אנגעהויבן גלייך ביים אריינקומען אין א״י - נאך איידער מ׳האט זיך ״באזעצט״ בקביעות

(ירושה וישיבה)

אין ארץ־הקודש,

וואס דאן איז עם א סדר הנהגה קדושה,

פון קדושת נפש האלקית - ווייל דער אופן אין אויפטאן די הכרה הנ״ל

(דורך דערנעמען דעם גוף ונפה״ב)

איז שייך אויך בתחילת העבודה

(פאר "ירושה וישיבה")

;

לויט דער צווייטער שיטה אבער,

אז דער עיקר וואס ברענגט אידן צו דער הכרה הנ״ל,

איז די הקרבה פון עומר,

וואס דערנעמט דעם נפש האלקית -קען זיך דאס ערשט אויפטאן "לאחר ירושה וישיבה".

(משיחת ש״פ אמור תשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.