א.
בנוגע צום דין פון שפחה חרופה 1
פסק׳נט דער רמב״ם 2
"בן תשע שנים ויום אחד שבא על שפחה חרופה היא לוקה והוא מביא קרבן,
והוא שתהי׳ גדולה ובעולה וברצונה,
כמו שביארנו,
שאין האיש חייב קרבן עד שתתחייב היא מלקות שנאמר 3
בקורת תהי׳ והביא את אשמו".
און דער ראב״ד איז משיג: "זה שבוש שלא מצינו קטן בר עונשין וקרבן זה מן העונשין הוא והיא כמו כן פטורה דהא מקשו אהדדי והכי איתא בכריתות 4
".
זיינען דא כמה ביאורים אין פארענטפערן דעם רמב״ם:
א)
דער מגיד משנה 5
זאגט,
אז דער רמב״ם לערנט אז "הכל תלוי באשה שתהי׳ בת עונשין אבל הוא אינו צריך להיות בר עונשין וכן אמרו 6
בזמן שהאשה לוקה האיש מביא קרבן בזמן שאין האשה לוקה אין האיש מביא קרבן ולא אמרו בזמן שהוא אינו מביא קרבן היא אינה לוקה וקרא נמי הכי דרשינן לי׳ בקורת תהי׳ והביא את אשמו ומשמע הא לא תהי׳ בקורת לא יביא אבל לא משמע הא אם לא יביא לא תהי׳ בקורת".
און וויבאלד אז דער רמב״ם האלט אז ״הכל תלוי בה״ און זי איז ״לוקה״ -דערפאר איז "הוא מביא קרבן".
אבער דער תירוץ דארך האבן הסברה: אין הכי נמי אז "הכל תלוי בה",
ווי קען מען אבער
(צוליב דעם)
מחייב זיין א קטן ?
און ווי דער ראב״ד זאגט במק״א 7
: "ואם יאמר האיש נתלה באשה אבל לא האשה באיש מ״מ מהיכא תיתי לחייב את הקטן על ידי האשה" 8 .
[אויך דאס וואס דער רדב״ז זאגט 9
אז דער רמב״ם האלט אז קרבנות זיינען ניט קיין עונש נאר א כפרה; און דעריבער,
כאטש אז א קטן איז ניט קיין בר עונשין,
אבער אויך ער דארף האבן א כפרה,
איז לכאורה ניט מספיק - ווייל פארוואס דארף א קטן האבן כפרת קרבן דווקא בא דער עבירה פון שפחה חרופה און
(מען געפינט עס)
ניט ווען ער איז עובר אויף אנדערע עבירות,
וואס מ׳איז אויף זיי מחוייב א קרבן?]
ב)
דער לחם משנה 10
זאגט אז דער מקור דעת הרמב״ם איז פון תורת כהנים אויפן פסוק "איש פרט לקטן או יכול שאני מוציא בן תשע שנים ויום אחד ת״ל ואיש"; און דער ראב״ד פסק׳נט ווי די גמרא אין כריתות וואס האלט אז "מקשו להדדי"
(ניט ווי דער תו״כ),
אז מ׳פארגלייכט זיי איינער צום צווייטן און בשעת איינער פון זיי איז א קטן אדער א קטנה זיינען ביידע פטור.
אבער אויך דאס דארף מען פארשטיין: וואס איז דער טעם,
לויטן תו״כ,
וואס דוקא בא שפחה חרופה איז דא דער לימוד צו מרבה זיין א בן תשע שנים ויום א',
און ניט בא אנדערע עניני עריות כיו״ב,
וואס אויך דארטן איז ביאתו ביאה 11 ?
מען קען זאגן אז אויף דעם איז ניטא קיין טעם,
נאר ס׳איז א גזירת הכתוב,
אבער - מהיכא תיתא?
ס׳איז גלאטער צו זאגן אז ס׳איז דא דערביי א הסברה.
ב.
א חיוב קרבן - און עד״ז א חיוב מצוה - אויף א קטן,
געפינט מען אין נאך ערטער אין רמב״ם,
ומהם:
אין הל׳ קרבן פסח 12
פסק׳נט דער רמב״ם ״גר שנתגייר בין פסח ראשון לפסח שני וכן קטן שהגדיל בין שני פסחים חייבין לעשות פסח שני ואם שחטו עליו בראשון פטור".
פרעגט דער כסף משנה "אטו קטן בר חיובא ופיטורא הוא" און ער פארענטפערט: "וכתב הר״י קורקום ז״ל דכיון דרחמנא רביי׳ לקטן שישחטו עליו וממנין אותו נפטר הוא בכך מן השני" 13 .
ולכאורה: וויבאלד אז סו״ם איז ער דאך ביים פסח ראשון געווען א קטן און איז געווען פטור פון מצות,
היינט ווי העלפט דאס וואס א צווייטער האט א חיוב און שחט על הקטן
(היינו אין זמן הפטור פון דעם קטן)
אויף דעם זמן החיוב,
ווען ער איז געווארן א גדול -בפסח שני 14 ?
נאכמער פון דעם געפינט מען אין הל׳ ת״ת וואו דער רמב״ם 15
זאגט: "מי שלא למדו אביו חייב ללמד את עצמו כשיכיר שנאמר כו׳״ און דער צ״צ 16
זאגט "שמא גם על הקטן יש חיוב מדאורייתא" נפון דעם וואס דער רמב״ם זאגט דעם לשון
(בלתי רגיל)
- "כשיכיר" 17
(ניט "כשיגדיל") 18 ,
איז משמע,
אז דער חיוב הלימוד אויפן קטן איז דא נאך איידער ער ווערט א גדול]
-
איז אין דעם נאך שווערער צו פארשטיין: ווי איז שייך א חיוב אריף א קטן?
ג.
צו פארשטיין דאס,
דארף מען מקדים זיין א גרעסערן חידוש אינעם חיוב פון מצוות בכלל ביי א קטן:
ס'איז ידוע די מחלוקת הראשונים בנוגע די מצוות וואס א קטן איז מקיים מצד חיוב פון חינוך: דעת רש״י 19
והרמב״ן 20
אז די
(מדרבנן)
חינוך־מצוות זיינען "לאו מצוה דידי׳
(פון קטן)
אלא דאבוה,
דאיהו לא מיחייב במצות כל עיקר״,
ובמילא קען א קטן ניט מוציא זיין א גדול אין ברכת המזון
(וכיו״ב)
אפילו ווען דער גדול איז אין דעם מחוייב נאר מדרבנן 21
; דעת התוס׳ 22
והר״ן 23 ,
אז א קטן שהגיע לחינוך הייסט מחוייב בדבר מדרבנן און דעריבער קען ער מוציא זיין א גדול ידי חובתו
(כשאכל שיעורא)
דרבנן 24 .
פון דעם וואס דער רמב״ם 25
פסק׳נט "בן מברך לאביו" איז מוכח,
אז ער האלט אז אין די חינוך־מצוות איז דער קטן מחוייב
(מדרבנן) 26
און ס׳איז ניט נאר א חיוב על האב.
[און אזוי איז אויך משמע פון ל׳ הרמב״ם בכ״מ 27
:
אין הל׳ ציצית 28
- "ומד״ם שכל קטן שיודע להתעטף חייב בציצית כדי לחנכו במצות״; אין הל׳ ברכות 29
- "הקטנים חייבין בברכת המזון מד״ם כדי לחנכן במצות״; אין הל׳ סוכה 30
- "קטן שאינו צריך לאמו כו׳ חייב בסוכה מד״ם כדי לחנכו במצות״; ועד״ז בא לולב 31
- "קטן היודע לנענע חייב בלולב מד״ם כדי לחנכו במצות" 32 ].
אויך דא איז ניט מובן: ווי קען מען זאגן א חיוב אויף א קטן אפילו מדרבנן,
וויבאלד 33
ער איז ניט קיין בר דיעה 34 ,
ובל׳ הגמ׳ 35
"חיובא לדרדקי
(בתמי׳)
"?
ד.
וי״ל דער ביאור בזה - אז דאס איז א סברא כללית פון רמב״ם 36
בכמה מקומות:
ובהקדים,
ווי שוין גערעדט פיל מאל 37 ,
וואס מען געפינט כמה פעמים,
אז דארט וואו די תורה האט געהייסן טאן א געוויסע מצוה,
וואס איר קיום איז אפהענגיק פון א פעולה פריער
(וכיו״ב),
באקומט אויך די פריערדיקע פעולה א מעין חשיבות און גדר פון דער מצוה עצמה - היות אז די פעולה איז א הכרח
(אן איר קען די מצוה ניט געטאן ווערן),
איז עס כאילו ווי צוזאמען מיטן ציווי אויף דער מצוה האט די תורה אויך אנגעזאגט אויף דער פעולה.
בכללות איז דאס דער גדר פון מכשירי מצוה,
ובפרט לדעת ר״א 38
אז זיי זיינען דוחה את השבת
(אויב די מצוה איז דוחה שבת)
פונקט ווי די מצוה אליין.
נאכמער פון דעם שטייט אין ירושלמי 39 ,
אז אויף דער הכנה והכשרה צו די מצוות פון סוכה,
לולב 40
וכיו״ב,
מאכט מען ברכת המצוה: אשר קידשנו במצותיו וציונו לעשות סוכה,
לעשות לולב 41 ,
ועוד 42 .
אט דעם ענין
(אז א מעין וגדר פון דער מצוה טראגט זיך איבער אויף אן אנדער זאך וואס איז א הכרח פאר דער מצוה),
געפינט מען ניט נאר ביי א פעולה,
כנ״ל,
נאר אויך אין דער הצטרפות פון מענטשן בנוגע תומ״צ.
ולדוגמא: דער דין אין הל׳ ת״ת 43 ,
אז ״מי שא״א לו ללמוד כו׳ יספיק לאחרים הלומדים ותחשב לו כאילו לומד בעצמו " 44 .
עד״ז אויך בנוגע לנשים - ובדוגמא להכשר מצוה הנ״ל - וכידוע וואס דער ר״ן * 44
זאגט,
אז א אשה כאטש זי איז ניט מצווה במצות פרי׳ ורבי׳,
״מ״מ יש לה מצוה מפני שהיא מסייעת לבעל לקיים מצותי' ",
ד.
ה.
וויבאלד אז דער בעל קען מקיים זיין די מצוה נאר ע״י האשה,
האט זי אויך א
(מעין פון דער)
מצוה.
און אפילו אין פאל,
ווען דער סיוע פון דער אשה אין דער מצוה פון בעל איז ניט קיין הכרח אין עצם קיום המצוה,
נאר ניט מער ווי א חילף אין זיין אפשריות פון קיום המצוה,
ווערט גע׳פסק׳נט דער דין 45 ,
אז כאטש זי מצד עצמה איז ניט מחוייב
(במצות ת״ת),
איז "אם היא עוזרת לבנה או לבעלה בגופה ומאודה שיעסוק בתורה חולקת שכר עמהם ושכרה גדול מאחר שהם מצווים ועושים על ידה",
וויבאלד אז דער לימוד התורה פון דעם מאן און זון איז אין דעם פאל דורך איר הילף,
באקומט זי א חלק אין דעם שכר פון מצות ת״ת 46 .
ה.
אין כל הנ״ל אבער,
אויך בא מכשירי מצוה
(און ברכת המצוה לדעת הירושלמי),
איז דאס וואס מ׳דארף אנקומען צו דער פעולה פון הכשר המצוה,
און עשיית לולב וכיו״ב,
אדער צו סיוע האשה בפרי׳ ורבי׳ - איז דאס דערפאר וואס במציאות איז די מצוה געטאן געווארן ע״י הקדמה פון דער אנדערער פעולה
(דעם הכשר וסיוע וכו׳),
דעריבער ווערט אויף דער פעולה נמשך א מעין פון חשיבות וענין המצוה;
אין זיי איז אבער ניטא קיין חלק ופרט פון דער מצוה והציווי.
[און דעריבער ווערן זיי ניט קיין חלק פון דער מצוה ממש:
(די ברכה איז)
לעשות לולב,
עשי׳
(ניט נטילה)
; וגם בדברי הר״ן ״יש לה מצוה ״ - סתם,
עם איז ניט מוכרח אז דאס איז דער גדר מצות פרי׳ ורבי׳ 47
פון איש 48 ].
למעלה מזה,
בעניננו - מצות החינוך עד״מ: די שייכות והשתתפות פון קטן אין דער מצות חינוך באשטייט ניט
(בלויז)
אין דעם וואס אן דעם קטן - קען דער אב ניט מקיים זיין מצות החינוך,
נאר
(אויך וואס )
דאס איז די מצוה -
(דער אב זאל מחנך זיין)
אז דער בן זאל טאן די מצוה ; און דעריבער,
אויך לדעת התוס׳ והרמב״ם,
י״ל אז די חכמים האבן טאקע מלכתחילה ארויפגעלייגט דעם חיוב החינוך נאר אויפן אב און ניט אויפן בן * 48 ,
וויבאלד אבער אז די מצות האב איז לחנך אז דער בן זאל מקיים זיין די מצוה,
ווערט בדרך ממילא אויפן בן א התחייבות אינעם קיום פון די מצוות,
הייסט אויך דער בן א מחוייב בדבר 49 .
בסגנון אחר: וויבאלד אז דער אב איז מחויב צו מחנך זיין את בנו לעשות המצוה,
איז כאטש אז עשיית הבן את המצוה איז מצד דעם
(חיוב וואס איז מוטל על ה )
אב - איז דאס אבער דאך פעולת המצוה
(בשלימות)
ע״י הקטן מצד ציווי
(שעל האב),
און דעריבער הייסט דער קטן א מחוייב בדבר,
ביז אז ער איז מוציא א גדול
(וואס איז מחוייב נאר מדרבנן).
ועד״ז געפינט מען בא מצות דאורייתא,
כדלקמן.
ו.
א דוגמא להנ״ל בא מצות דאורייתא * 49
: בא חיוב שמחה ברגל זאגט אביי 50
"אשה בעלה משמחה".
זאגט רש״י 51
: בבבל בבגדי צבעונין כו׳.
פרעגט דערויף תוס׳ 52
פון חגיגה: איזהו קטן
(דפטור מראי׳)
כל שאינו יכול לאחוז בידו של אביו ולעלות מירושלים להר הבית,
פרעגט די גמרא 53
"עד הכא מאן אתיי׳ ומשני עד הכא דמיחייבא אימי׳ בשמחה
(אייתתי׳ וכו׳),
משמע שזקוקה לעלות משום שלמי שמחה.
ומפרש ר״ת בעלה משמחה שהחיוב על בעלה ולא עלי׳ וכו׳ והא דקאמר בחגיגה דמחייבה אמי׳ משום בעלה ולא משום היא".
זעט מען דערפון לשיטת התוס׳,
אז כאטש אויך דער אשה מצ״ע איז ניטא דער חיוב שמחה
(פון שלמי שמחה),
ווי-באלד אבער אז עס איז א מצוה אויפן בעל צו משמח זיין את אשתו,
באקומט אויך איר שמחה א גדר פון מצוה,
ביז אז די גמרא זאגט אויף איר דעם לשון ״דמחייבא..
בשמחה״ 54
(ניט ווי ביי פרי׳ ורבי׳ וואס דער לשון הר״ן איז "יש לה מצוה ") 55 .
ע״פ הנ״ל קען מען עד״ז מסביר זיין בנוגע צום חיוב ת״ת אויך א קטן,
און ררי דער צ ״
צ 16
זאגט בביאור דעת הרמב״ם הנ״ל
(ס״ב)
: כיון דת״ת לא דמי לשאר מצות דבשאר מצות אין האב מחוייב לחנך בנו מדאורייתא אלא מד״ס אבל בת״ת מחוייב האב מדאורייתא ללמוד את בנו כו׳ א״כ שמא גם על הקטן יש חיוב מדאורייתא -
די״ל הפי׳: וויבאלד אז ס׳איז דא א חיוב דאורייתא
(מצד דעם אב)
אויף דער מעשה הלימוד פון קטן,
האט זיין לימוד א גדר פון חיוב; און דעריבער,
בשעת אז לא למדו אביו בלייבט דא א חיוב מצד תורה 56 .
ז.
וי״ל אז ע״ד הנ״ל איז אויך דער ביאור התירוץ פון מהר״י קורקוס אויך דעם רמב״ם בא קרבן פסח נ״אם שחטו עליו בראשון פטור"]
"כיון דרחמנא רביי׳ לקטן 57
שישחטו עליו וממנין אותו נפטר הוא בכך מן השני׳״ -
ובהקדים וואס דער ראגאטשאווער 58
איז מסביר,
אז דער דין אין רמב״ם "אם שחטו עליו בראשון פטור" רעדט נאר בשעת דער אב האט מונה געווען דעם קטן אויפן קרבן פסח אלס איינעם פון בני החבורה - דעמאלט איז ער פטור מן השני; אויב אבער שחיטת הקרבן איז געווען באופן אז דער קטן איז נכלל געווארן אינעם "
(שה ל)
בית אבות"
(אפילו ווען מ׳זאל זאגן אז שה לבית אבות איז מדאורייתא),
איז ער דאן חייב בשני.
ווארום דאס וואס א קטן קען עסן מצד "שה לבית אבות" איז עס דערפאר וואס ער איז בטל צום אב,
און ניט ווייל ער איז א מציאות בפ״ע.
דעריבער איז דער קטן אלס א מענטש בפ״ע ניט געווען במצות קרבן פסח 59 .
בשעת אבער דער אב האט אים מונה געווען על פסחו,
האט מען גע׳שחט׳ן דעם קרבן פסח
(אויך)
פאר דעם בן,
דעמאלט דוקא איז ער פטור בשני.
די הסברה בזה איז ע״ד הנ״ל 60
: וויבאלד די תורה זאגט אז א קטן קען זיין פון די מנויים
(א מציאות בפ״ע)
אויך א קרבן פסח,
קומט אויס,
אז מצד מצות התורה
(אויפ׳ן אב)
איז דער קטן בגדר מצות קרבן פסח * 60 ,
און דערפאר איז אויב שחטו עליו בראשון איז ער פטור בשני.
ח.
ע ״
פ הנ״ל קען מען זאגן כעין זה בא קטן "בן ט׳ שנים ויום א׳ שבא על שפחה חרופה היא לוקה והוא מביא קרבן": וויבאלד אז דורך זיין ביאה ווערט א חיוב
(מלקות)
מן התורה
(אויף דער שפחה חרופה),
עם איז א פעולה וואס בריינגט א חיוב מלקות,
באקומט זיין פעולה אויך א תוקף מן התורה בנוגע להפועל און ״מביא קרבן״ - ער דארף האבן א כפרה 61 .
דער טעם אין דעם
(אין דעם חילוק צווישן איסור שפחה חרופה און אנדערע עריות,
וואו דער קטן איז פטור לגמרי 62 )
י״ל - מצד דער אנדערשקייט בכלל פון איסור שפחה חרופה לגבי אנדערע איסורי עריות,
ובלשון הרמב״ם 63
"ביאת שפחה זו משונה מכל ביאות אסורות שבתורה שהרי היא לוקה שנאמר בקורת תהי׳ והוא חייב קרבן אשם שנאמר והביא את אשמו אחד שוגג ואחד מזיד בשפחה חרופה מביא אשם",
וואס פון דעם לשון איז משמע אז דאס וואס דער עונש איז אנדערש - איז א ראי׳ אז דער עצם
(איסור)
"ביאת שפחה זו משונה".
אויך ווי דער רמב״ם איז ממשיך "הבא עלי׳ ביאות הרבה בין בזדון בין בשגגה מביא אשם אחד אבל היא חייבת מלקות על כל ביאה וביאה כו׳ כשאר חייבי לאווין",
ד.
ה.
בא איר איז די ביאה א גדר פון חייבי לאווין,
משא״כ בא דעם איש 64 .
וי״ל אז דאס איז די הסברה אין דעם וואס דער מגיד משנה זאגט "מפני שהוא סובר שהכל תלוי בה כו׳": די גמרא זאגט "בזמן שהאשה לוקה האיש מביא קרבן אין האשה לוקה אין האיש מביא קרבן,
מנלן,
אמר רבא דכתיב ואיש כי ישכב את אשה שכבת זרע והיא שפחה נחרפת לאיש והפדה לא נפדתה או חופשה לא נתן לה,
מכדי עד הכא באיש קא מישתעי קרא נכתוב והביא את אשמו לה׳ ולבסוף לכתוב בקורת תהי׳ אמאי כתב רחמנא ברישא בקורת תהי׳ ולבסוף כתב והביא את אשמו לה׳,
ה״ק אם בקורת תהי׳ היא והביא את אשמו לה׳ ואם לא תהי׳ בקורת לא יביא הוא את אשמו".
לערנט דער רמב״ם אז דאס איז ניט נאר א סימן,
נאר דאס איז כעין טעם וסיבה: "והביא את אשמו לה׳ גו׳ וכפר עליו גו׳" קומט אלס תוצאה פון דעם וואס ער האט געבראכט צו בקורת תהי׳
(געבראכט די אשה צום חיוב מלקות) 64 .
און דעריבער האט דאס א שייכות אויך צו א קטן: בא אנדערע עריות,
איז דער איסור וחיוב אויפן בועל ונבעלת בא יעדערן מצד עצמו ,
קען מען אויף א קטן ניט ארויפלייגן קיין חיובים ועונשים
(אפילו ניט קיין חיוב צוליב כפרה)
און ער קען אויך ניט נגרר ווערן אין דעם חיוב וואס עס איז דא אויפן צווייטן,
וויבאלד פעולת הבועל איז א מציאות
(דאיסור וחיוב)
בפ״ע;
משא״כ ביי שפחה חרופה,
איז ״הכל תלוי בה" 65 ,
דער חיוב אשם אויפן איש איז נאר ווייל זיין מעשה איז די סיבה אויף דעם חיוב האשה,
און אין דעם ווערט אויך א קטן
(נגרר ו)
נכלל
(ע״ד הנ״ל,
אז מצד דער מצוה שעל האב צו לערנען תורה מיט בנו אדער מחנך זיין אים,
ווערט דער קטן אנגערופן א מחוייב בדבר - עד״ז אויך דא),
וויבאלד אז די מעשה פון דעם קטן איז ע״פ תורה א מעשה * 65
וואס בריינגט אויף איר דעם חיוב מלקות,
דערפאר 66
איז ״הוא מביא 67
קרבן" 68 .
ט.
פון כהנ״ל איז אויך דא א הוראה אין גודל הערך פון חינוך,
ובפרט בת״ת
- וואס חינוך האט א שייכות מיוחדת צו דעם זמן פון ימי ספירת העומר וואס איז צווישן פסח - זמן חרותנו און חג השבועות - זמן מתן תורתנו
(און איז זיי מחבר ומאחד 69 ),
וואס בא חג הפסח זעט מען באופן בולט די הדגשה אין ענין החינוך למצות פון א קטן: נוסף על הנ״ל,
וואס ביי איינעם פון די מצות עיקריות פון יצי״מ
(קרבן פסח)
געפינט מען אז רחמנא רביי׳ לקטן כו׳ כנ״ל,
איז דער סדר פון פסח,
הגדה און סיפור יצי״מ מיוסד אויף
(און פארבונדן מיט)
"והגדת לבנך" 70 .
[און בכללות ווערט די יציאה פון אידישן פאלק פון מצרים פארגליכן אין נבואת יחזקאל 71
צום געבורט פון א קינד,
וואס באלד נאך דעם הויבט זיך אן דער חינוך זיינער אלס יסוד לכל ימי חייו 72 ]
;
און אזוי אויך בחג השבועות,
זמן מתן תורתנו - התחלת לימוד התורה ע״י אבינו שבשמים עם בניו - עם ישראל עליהם נאמר 73
בנים אתם לה׳ אלקיכם,
ועד״ז באב ובן למטה - וואס הגם אז בנוגע מצות בכלל איז "אביו אינו חייב לחנכו במצות מן התורה אלא מד״ס",
איז דאך ב״ת״ת מ״ע מן התורה על האב ללמד את בנו הקטן תורה" 74
; נוסך לזה איז דאך נתינת התורה געקומען בזכות ענין החינוך,
נאר דורך דעם וואס "בנינו עורבין אותנו" האט דער אויבערשטער מסכים געווען צו געבן די תורה 75
-
דוקא דורך דעם וואס מ׳גיט דעם קינד א חינוך במצוות ווערט ער א מציאות בפ״ע און האט אן אייגענעם פארבונד מיט דער מצוה
(כנ״ל אז דער קטן אליין ווערט אנגערופן א מחוייב בדבר)
; און נאכמער - בנוגע לת״ת: בשעת מ׳לערנט תורה מיט א קינד,
וואס איז א "מצוה על כל חכם וחכם מישראל ללמד את כל התלמידים אע״פ שאינן בניו שנאמר ושננתם לבניך כו׳ אלו תלמידיך" 76 ,
מאכט מען אים א מציאות חדשה - דער תלמיד ווערט פארבונדן מיט תורה
(און מיטן נותן התורה)
- וכמאמר חז״ל 77
"כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו ".
פון דעם אלעם איז פארשטאנדיק דער גודל החיוב וההשתדלות וואס ליגט אויף יעדן איינעם אפצוגעבן זיך מיטן חינוך פון בני ובנות ישראל בלימוד התורה ובקיום המצות; ובפרט בימים אלו,
וואס דאס איז די צייט וואס מ׳גרייט זיך צו די ימי החופש,
דארף מען זען אז יעדער אידיש קינד,
א אינגעלע אדער א מיידעלע,
זאל זיין אין א סביבה פון תורה ויר״ש במשך חדשי הקיץ
(ומה טוב במשך כל כ״ד שעות היום),
וואס דאס וועט זיין אויך די הכנה אויף צו מוסיף זיין אין דעם חינוך פון ילדים וילדות במשך הזמן והשנה שלאח״ז.
(משיחות חג השבועות תשכ״ח וש״פ נשא תשל״א)