א.
דער סדר המסכתות פון משניות איז,
אַז פריער קומט מס’ פאה
(ודמאי)
און דערנאָך – מס’ כלאים.
איז דער רמב”ם 1
מסביר דעם טעם פון דעם סדר: „וסדר אחר פאה מס’ דמאי כו’ ואחר דמאי כלאים שכך סדרם הכתוב בסדר קדושים תהיו 2
לא תכלה פאת שדך ואחריו שדך לא תזרע כלאים”
[און דאָס וואָס מס’ דמאי
(און ניט מס’ כלאים)
קומט גלייך נאָך מס’ פאה – איז,
ווי דער רמב”ם איז דאָרט מסביר: „וסדר אחר פאה מס’ דמאי בשביל שיש בו לעניים זכות כמו שיש להם בפאה”].
עפ”ז איז אַ תמי’ אויפן רמב”ם אין זיין ספר „יד החזקה”,
וואו ער איז מקדים הלכות כלאים פאַר הל’ פאה 3
(די ערשטע פרקים פון הל’ מתנות עניים)
– היפך 4
פון זייער סדר אין משנה און
(לויט ווי דער רמב”ם אַליין שרייבט)
היפך ווי „סדרם הכתוב ”!
דער רדב”ז 5
זאָגט אויף דעם צוויי טעמים:
א)
דער רמב”ם שטעלט הל’ כלאים פריער דערפאַר,
ווייל זיי קומען בהמשך צום סיום פון די פריערדיקע הלכות – הל’ ערכין וחרמין: אין אָנהויבס פונעם לעצטן פרק פון הל’ ערכין וחרמין שרייבט דער רמב”ם „בחמשה עשר באדר בית דין נפנין לחפש ולבדוק על צרכי צבור ועל עניני ההקדשות וכו’”,
וואָס דער מקור פון דער הלכה איז די משנה בריש מס’ שקלים 6
: „בחמשה עשר בו כו’ ועושין כל צרכי הרבים וכו’”,
און די משנה איז דערנאָך מסיים: „ויוצאין אף על הכלאים”
(אַז ט”ו אדר פלעגן שלוחי ב”ד אַרויסגיין און עוקר זיין כלאים פון די שדות)
– איז דעריבער שטעלט דער רמב”ם הל’ כלאים גלייך נאָך הל’ ערכין וחרמין
(וויבאַלד אַז אין משנה קומט דער דין „ויוצאין אף על הכלאים” בהמשך צום דין „בחמשה עשר בו כו’ כל צרכי הרבים”).
ב)
כלאים זיינען כולל אין זיך „כל מיני כלאים,
כלאי אילנות כלאי זרעים כלאי הכרם כלאי הרבעת בהמה כלאי בגדים כלאי עבודת בהמה ולעולם דרכו ז”ל לפתוח בדברים הכוללים כו’” – אַז אַלס ענין כללי האָבן הל’ כלאים אַ דין קדימה לגבי הל’ פאה – אַן ענין פרטי.
ב.
אָבער לכאורה צע”ג – אין ביידע תירוצים:
א)
דער ערשטער תירוץ – אַז הל’ כלאים קומען בהמשך צום אָנהויב פון לעצטן פרק אין הל’ ערכין וחרמין
(„בחמשה עשר באדר כו’”)
–
איז
[נוסף אויף דעם וואָס עס איז שווער צו זאָגן אַז דער סדר אין רמב”ם איז מצד דעם סדר אין משנה אָנהויבס שקלים – איז]
ניט מובן: אין סוף פון לעצטן פרק פון הל’ ערכין וחרמין רעדט ארום דער רמב”ם ווי עס דאַרף זיין דער סדר אין מפזר זיין ממון לעניני קדושה
(הקדשות)
– אַז כאָטש עס איז אַ מצוה וואָס „ראוי לו לאדם להנהיג עצמו בדברים אלו כו’ אעפ”כ אם לא הקדיש כו’ אין בכך כלום”,
און „לעולם לא יקדיש אדם ולא יחרים כל נכסיו ..
אל יפזר יותר מחומש כו’”;
לפי”ז איז,
אדרבה – אויב דער רמב”ם וויל דאָ שטעלן הלכות וואָס קומען בהמשך צו הל’ ערכין וחרמין,
איז דאָך מער מסתבר אַז נאָך הל’ ערכין וחרמין,
וועלכע ענדיקן זיך מיט הלכות וועגן פיזור ממון לעניני קדושה,
זאָלן קומען דווקא די הל’ מתנות עניים
(וואָס התחלתן איז הל’ פאה),
[ובפרט אַז ער ברענגט דאָרט 7
דעם דין: „מי שהחרים בזמן הזה מטלטלין סתם הרי אלו נותנן לכהנים כו’” – וואָס איז בדוגמא צום ענין פון מתנות עניים,
וואָרום כהנים האָבן ניט קיין חלק ונחלה אין א”י און דעריבער נעמען זיי מתנות כהונה
(וואָס איינע פון זיי איז חרמין 8 )],
און ניט הל’ כלאים,
היות
(א)
זיי קומען בהמשך בלויז צום אָנהויב פון לעצטן פרק אין הל’ ערכין וחרמין,
(ב)
די שייכות איז אין אַ זייטיקער זאַך – ניט אין עצם תוכן הענין
(ווי די שייכות צווישן סוף הל’ ערכין וחרמין און הל’ מתנות עניים הנ”ל).
ב)
דער צווייטער תירוץ
(אַז כלאים האָבן אַ דין קדימה זייענדיק אַ דבר הכולל כמה מינים)
וואָלט געווען אַ תירוץ מספיק,
ווען הל’ פאה וואָלטן געווען געשטעלט ווי אַ באַזונדער ענין,
לעצמם; אין רמב”ם אָבער קומען זיי אַלס אַ טייל פון „דברים הכוללים כו’”,
פון הל’ מתנות עניים וואָס זיינען כולל „כל מיני” מתנות עניים
(פאה לקט שכחה מעשר עני צדקה וכו’) 9
– איז דאָך הדרא קושיא לדוכתא: פאַרוואָס שטעלט ער ניט פריער הל’ מתנות עניים
(ובמילא – בראשן די דינים פון פאה),
און דערנאָך הל’ כלאים – ובפרט אַז דאַמאָלס איז עס ווי „סדרם הכתוב”?
ג.
ויש לומר,
אַז דער סדר אין רמב”ם ספר זרעים איז לויטן סדר פון זמן חיובם:
ער הויבט אָן מיט הל’ כלאים – די הלכות ווי מ’דאַרף זייען כו’ 10
(ובהמשך צו כלאי זרעים כו’ ברענגט ער אַלע מיני כלאים)
;
דערנאָך די הלכות וואָס זיינען שייך צום זמן הקצירה כו’ – הל’ פאה און די אַנדערע מתנות עניים
(און אגב גררא,
אויך די אַנדערע מתנות עניים – מעשר עני און צדקה)
;
דערנאָך די מתנות וואָס מ’דאַרף געבן פון דער תבואה נאָך מירוח כו’ – הל’ תרומות,
מעשר,
מע”ש ונטע רבעי 11 ,
און 12
בכורים 13
;
און צום סוף הל’ שמיטה ויובל,
וואָס קומען נאָך „שש שנים תזרע גו’” 14 ,
נאָר איינמאָל אין זיבן
(פופציק)
יאָר וכו’.
ד.
אַ ביאור גלאַטער – ע”פ פנימיות הענינים,
י”ל בהקדם הביאור אין דעם וואָס די משנה הנ”ל
(אין אָנהויב שקלים)
זאָגט,
אַז „באחד באדר משמיעין על השקלים ועל הכלאים” 15
:
סדר אין תורה איז דאָך בתכלית הדיוק – איז ניט מובן: פאַרוואָס איז מען מקדים די הכרזה „על השקלים” פאַר דער הכרזה „על הכלאים”?
לכאורה איז איפכא מסתברא:
„כלאים” איז דאָך אַן איסור אויף יעדערן און אַן איסור תמידי – יעדער איד
(וואָס ווייס ניט דעם דין)
איז עלול יעדע רגע עובר צו זיין אויפן לאו פון „לא תזרע כלאים”.
נאָכמער: אפילו אויב ער טוט ניט קיין מעשה,
יושב בטל – און אינצווישן גדל מאתים 16
און ער האָט די כלאים ניט עוקר געווען,
איז ער עובר אויפן לאו פון כלאים 17
; און אויך – די עקירה קען נאָר העלפן מכאן ולהבא,
עס איז אָבער ניט מתקן דעם לאו.
משא”כ שקלים,
איז
(נוסף אויף דעם וואָס עס איז ניט אַזוי חמור 18 ,
איז)
נשים וכו’ זיינען ניט מחוייב אין דעם 19 ,
און אויך די וועלכע זיינען מחוייב אין דעם קענען געבן די שקלים אויך נאָך ר”ח ניסן,
ווייל מ’איז תורם אויך על העתיד לגבות 20
;
(ולהעיר: אפילו אַזאַ וואָס גיט ניט קיין מחצית השקל האָט אויך אַ חלק אין דער תרומה און די קרבנות צבור 21 ).
ועפ”ז האָט די הכרזה „על הכלאים” געדאַרפט זיין פאַר דער הכרזה „על השקלים” – פאַרוואָס זאָגט די משנה פאַרקערט?
ה.
דער ביאור בזה
(עפ”י פנימיות הענינים)
:
דער רמב”ן 22
איז מסביר דעם טעם פון איסור כלאים: דורך כלאים איז מען משנה די חוקי הטבע וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט,
אַז עס זאָל זיין „דשא עשב גו’ עץ גו’ עשה פרי למינו ” 23
דוקא
(און עד”ז ביי די אַנדערע מיני כלאים).
דער טעם פון דער הכרזה באחד באדר „על השקלים”: די קרבנות צבור פון יעדן יאָר דאַרפן געבראַכט ווערן דווקא פון די שקלים פון דעם יאָר – מ’טאָר ניט נוצן די שקלים פון איין יאָר
(פון פאַר ר”ח ניסן)
פאַר די קרבנות צבור פון קומענדיקן יאָר
(נאָך ר”ח ניסן)
– מען מישט ניט צוזאַמען איין יאָר מיט’ן צווייטן.
און דערפאַר איז מען מכריז בא’ באדר אַז מ’זאָל געבן די שקלים פאַרן נייעם יאָר
(ר”ח ניסן) 24 .
ו.
וויבאַלד אַז „קוב”ה אסתכל באורייתא וברא עלמא” 25
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז יעדע זאַך וואָס איז דאָ אין וועלט איז ניט בלויז אָפּהענגיק און ווערט אָפּגעשפיגלט אין תורה
(און עבודה פון אידן),
נאָר נאָכמער: פריער איז עס דאָ אין תורה,
און דערנאָך און דערפון ווערט עס נשתלשל אין וועלט.
און דאָס איז דער הסבר פאַרוואָס מ’איז מקדים די הכרזה „על השקלים” פאַר דער הכרזה „על הכלאים”: כדי אַז די הנהגת העולם זאָל זיין כדבעי,
עס זאָל זיין „למינהו” דוקא,
ניט כלאים – איז עס דורכדעם וואָס פריער,
אין דער תורה
(והוראה)
ועבודה פון אידן,
איז מען שולל דעם „מערב” זיין זאַכן וואָס דאַרפן זיין באַזונדער,
למינהו.
און דערפאַר איז ב”ד
(וואָס ענינם איז תורה והוראה)
פריער משמיע ומכריז „על השקלים” – וואָס דורכדעם ווערט באַוואָרנט אַז די שקלים פון וועלכע מ’ברענגט די קרבנות – עבודה – זאָלן גענוצט ווערן אין דעם ריכטיקן זמן,
מ’זאָל זיי ניט מערב זיין מיט די שקלים וקרבנות פון אַ צווייטן יאָר;
און אין טיפערן און ברייטערן זין מיינט עס: ב”ד איז דאַן מכריז וממשיך ומגלה די אַלע כחות רוחניים וואָס פאָדערן זיך לעבודת ה’ פאַרן קומענדיקן יאָר
(עבודת הקרבנות איז דאָך פון די עקריות’דיקע עבודות אין מקדש 26 ,
און ווערט אָנגערופן 27
„עבודה” סתם)
– און די כחות רוחניים דאַרפן אויסגענוצט ווערן במילואם אין דער עבודה פון דעם זמן צו וועלכן זיי זיינען שייך,
עס טאָר ניט זיין קיין בלבול ועירוב 28
זמנים אין סדר העבודה משנה לשנה.
און פון דעם ווערט נשתלשל די הכרזה „על הכלאים” – אַז אויך אין וועלט זאָל ניט זיין קיין עירוב וכלאים פון איין מין מיטן צווייטן.
ז.
עפ”ז וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק וואָס מיר געפינען די צוויי זמנים בנוגע צו כלאים – בא’ באדר איז מען משמיע ומכריז „על הכלאים”,
און בט”ו באדר „ יוצאין אף על הכלאים”:
בא’ באדר איז מען משמיע ומכריז „על השקלים”,
וואָס דאָס איז בלויז אַ באַוואָרעניש
(בנוגע צו נתינת השקלים)
„בכח”,
און דערפאַר ווערט דאַן אויך אין הנהגת העולם נשתלשל דערפון בלויז די באַוואָרעניש „בכח” – „ משמיעין ..
על הכלאים”;
דאַקעגן בט”ו באדר,
ווען קיימא סיהרא באשלמותא 29
[ניט ווי בר”ח
(בא’ ב)
אדר 30
ווען די לבנה שטייט בלויז „בכח”,
אין אַ נקודה]
– דעמאָלט הויבט זיך אָן בפועל 31
די צוגרייטונג במעשה לעבודה פון נתינת השקלים,
ווי עס שטייט אין משנה 32
: „בחמשה עשר בו שולחנות היו יושבין במדינה” –
און דערפון ווערט נשתלשל אויך אין הנהגת העולם,
אַז בחמשה עשר איז ב”ד
(זיך ניט מסתפק מיט דער הכרזה פון א’ באדר,
נאָר)
„ יוצאין אף על הכלאים” – מ’איז עוקר די כלאים בפועל 33 .
און דאָס איז די הסברה וואָס „בחמשה עשר באדר ב”ד נפנין לחפש ולבדוק על צרכי צבור ועל עניני ההקדשות”: כשם ווי בט”ו באדר הויבט זיך אָן דער ענין פון הכנה בפועל לנתינת השקלים צוליב די קרבנות פון קומענדיקן יאָר
(וואָס דאָס באַוואָרנט,
כנ”ל,
אַז די כחות וואָס מ’גיט
(צוליב דער עבודה)
פון אַ באַשטימטן יאָר זאָלן אויסגענוצט ווערן דוקא אין דעם יאָר און זיי ניט צו „מערב” זיין משנה לשנה)
– אַזוי דאַרפן דאַן אויך באַוואָרנט ווערן בנוגע אַלע „צרכי צבור” און „הקדשות”,
אַז די אַלע ענינים וואָס זיינען שייך צו דעם יאָר זאָלן אָפּגעטאָן ווערן פאַרן גמר השנה
(פאַר ר”ח ניסן).
ח.
כשם ווי עס טאָר ניט זיין דער עירוב אין די בחינות פון „עולם”
(כלאים פון צוויי מינים)
און „שנה”
(שקלים משנה לשנה),
אַזוי טאָר אויך ניט זיין כלאים אין דער דריטער* 33
בחי’ – „נפש”: פאַר יעדן איינעם זיינען באַשטימט געוואָרן געוויסע ענינים און זאַכן וואָס ער דאַרף נוצן און מברר זיין,
און עס טאָר ניט זיין קיין צוזאַמענמישונג פון איינעם’ס בירורים מיטן צווייטנס.
און דאָס איז אויך אַ הסברה פנימית אין דער הלכה,
מיט וועלכער דער רמב”ם איז מסיים הל’ ערכין וחרמין – „לעולם לא יקדיש אדם כו’ כל נכסיו ..
מכל אשר לו ולא כל אשר לו ..
כל המפזר ממונו במצות אל יפזר יותר מחומש וכו’”:
אַ איד דאַרף וויסן,
אַז די נכסים און ממון וואָס ער האָט,
זיינען אים געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן צו נוצן זיי מיט אַ באַשטימטן סדר: ס’איז דאָ דער חלק פון ממון ונכסים וואָס זיינען אים געגעבן געוואָרן בתורת פקדון
(זיי געהערן ניט צו אים,
נאָר צום עני,
הקדש 34
וכיו”ב),
כדי צו מקיים זיין די מצוה פון צדקה וכו’ 35
; און ס’זיינען דאָ די נכסים וממון וואָס זיינען באַשטימט פאַר אים לפרנסתו ולפרנסת בני ביתו.
און דעריבער טאָר ער ניט מפזר זיין יותר מחומש,
ווייל די אַנדערע פיר פינפטל זיינען באַשטימט פאַר אים – דאָס האָט דער אויבערשטער אים געגעבן לפרנסתו ופרנסת בני ביתו,
און ער דאַרף עס ניט „מערב” זיין מיטן חלק וואָס געהערט צום עני 36 .
ט.
עפ”י כהנ”ל איז פאַרשטאַנדיק דער סדר ההלכות אין רמב”ם:
פריער,
אין לעצטן פרק פון הל’ ערכין וחרמין,
זאָגט ער דעם דין אַז „בחמשה עשר באדר ב”ד נפנין כו’ על צרכי צבור ועל עניני ההקדשות”,
וואָס דאָס איז דער ענין פון כלאים ברוחניות
(ב„שנה”)
– די באַוואָרעניש אַז עס זאָל ניט זיין קיין „עירוב” הכחות וואָס מען האָט געגעבן אויף „צרכי צבור” און „הקדשות” משנה לשנה;
דערנאָך איז ער מסיים דעם פרק
(דנעוץ תחלתן בסופן)
אויך מיט דער נקודה ווי זי שפּיגלט זיך אָפּ ביי יעדערן בפרט
(ב„נפש”)
אין דעם ענין פון ערכין וחרמין – ניט צו מערב זיין די געלט וואָס געהערט צו אים מיט די וואָס ער דאַרף אַוועקגעבן
(ווייל עס איז מלכתחילה אַ פקדון – ניט זיינס)
;
און פון דעם ענין הכלאים אין עבודת האדם ברוחניות,
ווערט דערנאָך נשתלשל אין הנהגת העולם – הל’ כלאים
(כפשוטן).
דערביי קען מען אָבער קומען לידי טעות
(כטענת טורנוסרופוס הרשע 37 ),
אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט אים געגעבן ממון ונכסים און האָט דעם צווייטן געמאַכט פאַר אַן עני – דאַרף ער קיין צדקה ניט געבן,
ווייל אַלץ איז זיינס און ער טאָר עס ניט אויסמישן דורך געבן אַ צווייטן
(– כלאים)
– איז דער רמב”ם גלייך נאָך הל’ כלאים ממשיך בהל’ מתנות עניים: דער חיוב צו געבן דעם עני
(דאָס וואָס עס קומט אים).
יוד.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם השינוי צווישן דעם סדר הכתוב
(ומשנה)
– פריער פאה און דערנאָך כלאים,
און סדר הרמב”ם – פריער הל’ כלאים און דערנאָך הל’ מתנות עניים
(פאה כו’)
:
אין די מתנות עניים איז מודגש ווי בלויז אַ חלק דאַרף מען געבן צום עני און דער רוב בלייבט פאַרן בעה”ב: פאה – בסוף 38
שדהו 39 ,
לקט – מער ווי צוויי שבלים זיינען שוין ניט קיין לקט 40
(וכיו”ב ביי די אַנדערע מתנות עניים)
; וואָס דאָס איז דער ענין פון
(שלילת)
כלאים ברוחניות
(כנ”ל בארוכה)
– אַז מ’טאָר ניט מערב זיין דאָס וואָס געהערט צום בעה”ב מיט דאָס וואָס געהערט צום עני – און דערפון ווערט נשתלשל דער איסור כלאים בגשמיות,
כנ”ל.
און דעריבער שטייט אין פסוק פריער „לא תכלה פאת שדך גו’” און ערשט דערנאָך „שדך לא תזרע כלאים וגו’”
[און עד”ז אין משנה].
משא”כ אין רמב”ם,
וואו דער ענין אין מתנות עניים אַז מ’טאָר ניט געבן „כל אשר לו”
(פון וועלכער עס ווערט נשתלשל דער איסור כלאים)
שטייט שוין אין סוף הל’ ערכין וחרמין,
דעריבער קומען הל’ כלאים בהמשך צו זיי;
און דערנאָך קומען הל’ מתנות עניים ,
וואו די הדגשה אין כשמן –
(ניט אויף דעם ניט טאָרן מפזר זיין „כל אשר לו”,
נאָר)
דאָס וואָס מ’איז מחוייב געבן צום עני,
ואדרבה בזהירות „יותר מכל מצות עשה” און דורכדעם דוקא איז „כסא ישראל מתכונן ודת האמת עומדת” 41 .
(משיחת פורים תשכ”ד)