B"H
🏡

Ikar

קדושים ב

א.

אויפן פסוק 1

„ואהבת לרעך כמוך” ברענגט רש”י דעם מאמר פון רבי עקיבא

(אין תורת כהנים 2 )

„זה כלל גדול בתורה”.

מפרשים 3

זיינען מבאר,

אַז ר’ עקיבא וויל אַרויסברענגען די גרויסקייט פון דער מצוה - אַז דאָס איז אַן ענין כללי אין גאַנץ תורה,

ווי דער מאמר הידוע פון הלל 4

„דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא הוא”.

דאַרף מען פאַרשטיין: פירוש רש”י על התורה איז,

כפשוטו,

ניט אַ מוסר־ספר אויף צו מעורר זיין אידן צו קיום המצות,

נאָר - ווי רש”י אַליין 5

גיט אַרויס דעם כלל - „ואני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא”,

[פון פירוש רש”י קען מען

(ובמילא -דאַרף מען)

אַרויסנעמען „ענינים מופלאים” 6

אין אַלע חלקי התורה

(ביז אפילו רזין דאורייתא,

יינה של תורה 7 ),

כולל בפרט ענינים הנוגעים אין הנהגה בפועל פון יעדערן און - יעדער טאָג

- אָבער לכל לראש איז יעדער וואָרט אין פרש”י נויטיק - כדי צו פאַרשטיין פשוטו של מקרא]

;

ועפ”ז - וואָס איז די שוועריקייט דאָ אין פסוק ,

וואָס ווערט פאַרענטפערט מיטן מאמר „ואהבת לרעך כמוך ..

זה כלל גדול בתורה”?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש”י איז מעתיק דעם שם בעל המאמר - ר’ עקיבא - וואָס רש”י טוט עס נאָר דאַן ווען דאָס איז מוסיף אין הבנת הפירוש 8

(ווי גערעדט פיל מאָל).

ב.

עס איז דאָ אַן אויסדרוק 9

„הקושיא טוב והתירוץ פשוט” - און אַזוי איז דאָס בעניננו:

לערנענדיק דעם פסוק „ואהבת לרעך כמוך” - אַז די אהבה צו אַ צווייטן אידן דאַרף זיין „כמוך”,

ווי די אהבה צו זיך אַליין - שטעלט זיך גלייך אַ שאלה פשוטה: וואָס דאַרף מען האָבן באַזונדערע ציוויים 10

אויף גנבה,

גזלה,

„לא תקום” וכו’ וכו’

(די מערסטע מצות שבין אדם לחבירו)

-

ווען מ’איז מקיים די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך” כדבעי,

וועט מען במילא זיין אויסגעהיט פון טאָן שלעכטס אַ צווייטן אידן,

ואדרבה - מ’וועט זוכן צו טאָן מיט אים טוב וחסד

(און נאָכמער -)

אין דער זעלבער מאָס וואָס מען וויל עס פאַר זיך אַליין

(„כמוך”) 11 ?

ווערט דאָס באַוואָרענט דורך ברענגען אַז „ואהבת לרעך כמוך ..

זה כלל גדול בתורה”,

וואָס מיינט בפשטות : „ואהבת לרעך כמוך” איז אַ כלל וואָס,

ווי יעדער כלל,

האָט ער אין זיך כו”כ פרטים ,

וואָס דאָס זיינען די אַלע ציווים הנ”ל; און דערפאַר שטייען אין תורה די אַלע מצות,

ווי מען געפינט 12

כמה פעמים 13 ,

אַז דער פסוק זאָגט סיי דעם כלל און סיי אויך די פרטים

(אפילו -המובנים מעצמם).

מען קען דאָך אָבער פרעגן: במה דברים אמורים,

ווען די פרטים פון דעם כלל ווערן אויסגערעכנט בסמיכות צום כלל 14 ,

אָבער בנדו”ד זיינען דאָך כו”כ פרטים פאַנאַנדערגעשפּרייט אין כו”כ מקומות בתורה - היינט ווי איז מתאים צו זאָגן אַז די אַלע ציוויים שטייען דערפאַר וואָס זיי זיינען פרטים פון כלל שבמקום אחר ורחוק „ואהבת לרעך כמוך”?

באַוואָרנט עס רש”י דורך זאָגן,

אַז דאָס איז

(ניט סתם אַ כלל,

נאָר)

אַ „כלל גדול בתורה ”: דאָס וואָס פרטים שטייען בסמיכות צום כלל איז נאָר באַ סתם אַ כלל.

וויבאַלד אָבער אַז „ואהבת לרעך כמוך” איז אַ „כלל גדול ” וואָס איז כולל אַ ריבוי פרטים

(צווישן זיי אויך אַזעלכע פרטים וואָס זיינען אַליין „כללים”)

און דאָס איז בתורה - גאַנץ תורה - באַ אַזאַ כלל איז ניט מוכרח און נאָכמער -ניט שייך אַז אַלע פרטים זאָלן שטייען בסמיכות צום כלל.

ג.

וצריך להבין - ע”ד 15

קושיא הידועה 16

: ווי איז שייך אַ ציווי אויף אַ מדה שבלב?

אַ מענטש איז אַ בעה”ב אויף זיינע מעשים,

אָבער ניט יעדערער קען אויפמאַכן אַ הרגש,

אַ מדה אין האַרצן - היינט ווי קען מען אָנזאָגן יעדער אידן אַז ער זאָל האָבן אהבה אין האַרצן צו אַ צווייטן אידן,

און נאָכמער: צו יעדער אידן

[וואָרום ע”ד הפשט ,

איז „רעך” כולל אַלע אידן 17 ,

אָן קיין הגדרה]?

און ניט נאָר אויף רגש האהבה בכלל 18

נאָר „כמוך”

- ווי איז מעגלעך

(ווי מפרשים 19

פרעגן),

אַז באַ יעדער איד זאָל די אהבה צום צווייטן זיין „ כמוך ”,

ובלשון הרמב”ן 20

: „לא יקבל לב האדם שיאהוב את חבירו כאהבתו את נפשו”?

ב)

מיט עטלעכע פסוקים פריער 21

איז רש”י מפרש,

אַז „ כל דבר המסור ללבו של אדם ..

נאמר בו ויראת מאלקיך”

(ועד”ז איז ער מפרש כמה פעמים שפּעטער 22 )

- לפ”ז איז תמוה,

וואָס ביים ציווי פון „ואהבת לרעך כמוך” 23

- וואָס

(א)

אהבה בכלל איז מקורה בלב,

און

(ב)

בפרט אַז די אהבה דאַרף זיין „כמוך”

(וואָס דאָס איז זיכער מסור ללבו של אדם)

- איז ניטאָ די אזהרה 24 ?

!

ד.

אָט די שאלות פאַרענטפערט רש”י מיט זיין פירוש אַז „ואהבת לרעך כמוך” איז אַ כלל

(פון פרטים)

און

(מרמז דעם ענטפער אויף קושיא הא’)

דורך ברענגען דעם שם בעל המאמר -ר’ עקיבא:

א)

זייענדיק אַ כלל - איז פאַרשטאַנדיק אַז דער קיום בפועל איז דורך קיום הפרטים 25 ,

אָנהייבנדיק פון די ערשט גערעכנטע לפני זה: לא תלך רכיל גו’ לא תשנא גו’ לא תקום גו’ און - נאָך פאַר דעם פון לא תגנובו גו’ אָן,

- איז פאַרשטאַנדיק אין וואָס דער ואהבת כמוך באַשטייט,

ענינים וואָס עס איז שייך אויף זיי אַ ציווי,

און - עס ווערט דאָרט 26

געזאָגט ויראת מאלקיך,

איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז „ויראת” איז אויך בהשאר וואָס עס איז שייך באַ זיי 27 .

ב)

רע”ק האַלט אַז „חייך קודמים לחיי חבירך” 28 .

לפ”ז קומט אויס,

אַז

(לשיטת רע”ק)

„כמוך” איז ניט געמיינט גלייך ממש,

וואָרום „חייך קודמים” 29 .

ויש לומר,

אַז דאָס איז ע”ד כף הדמיון 30

- גלייך אין אַ פרט 31

און דער פירוש אין „כמוך” - איז אַזוי ע”ד הפשט 32 ,

וכפרש”י פריער „כמוך כפרעה” 33

טייטשט רש”י „חשוב אתה בעיני כמלך”.

ניט אַז יוסף איז פּונקט ווי פרעה - נאָר ורק בנוגע צו חשיבות און „בעיני”.

ולנדון דידן: בנוגע אַנדערע ,

איז יוסף פּונקט ווי פרעה,

„ובלעדיך לא ירים איש את ידו גו’” 34

; אָבער ווען עס קומט צו פרעה עצמו „הכסא” - איז „ אגדל ממך” 35 ,

ועד”ז בעניננו: כל זמן עס רירט ניט אָן חייך ,

דעם אייגענעם חיות ,

איז די אהבה לרעך „ כמוך ” - מען טוט פאַר יענעם ווי מען טוט פאַר זיך; בשעת אָבער עס רירט אָן חייך

(ווי דער פאַל פון „שנים שהיו מהלכין בדרך וביד אחד מהן קיתון של מים אם שותין שניהם מתים כו’”),

איז - „חייך קודמים לחיי חבירך”.

ה.

דאָס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק:

אמת טאַקע אַז „ חייך קודמים” -אָבער כל זמן עס האַנדלט זיך ניט אין אַ פאַל וואָס רירט אָן „חייך”,

איז דען ביכולת פון יעדער איד צו האָבן אַזאַ רגש של אהבה

(בלב)

צו יענעם וואָס איז בדומה צו אהבת עצמו

(„כמוך”) 36 ?

און נאָך מער: אָט דער רגש של אהבה „כמוך” איז - „לרעך”: צו יעדער אידן

(כנ”ל ס”ג),

אויך צו איינעם וואָס האָט עובר געווען אַן עבירה ר”ל,

און תורת אמת זאָגט אַז מען דאַרף אים מעניש זיין?

ווערט אויך די שאלה פאַרענטפערט דורך אַ מאמר פון ר’ עקיבא - „חביבין ישראל שנקראו בנים למקום” 37 ,

ומזה -אַז אַלע אידן צווישן זיך זיינען „אחים ממש”.

פאַרשטייט מען שוין ווי מען קען האָבן אַ רגש של אהבה צו אַ צווייטן אידן

(און - „כמוך”).

ווען ער וועט זיך אריינטראַכטן און דערפילן אַז דער צווייטער איז זיינער אַ ברודער,

וועט ער במילא נתעורר ווערן מיט אַ רגש של אהבה צו אים,

באהבת אחים.

און דערפאַר קען די אהבה זיין צו יעדער איד 38 ,

אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין,

ווייל אַלע אידן זיינען

(אַלעמאָל)

בנים למקום,

ווי ר’ עקיבא האָט געזאָגט 39

צו טורנוסרופוס הרשע,

אַז אפילו ווען אידן זיינען אין אַ מצב אַז הקב”ה איז ווי אַ „מלך ..

שכעס על בנו”,

איז „אנן קרוין בנים”.

ו.

נאָך אַן ענין וואָס רש”י איז מרמז דורך ברענגען דעם שם בעל המאמר -ר’ עקיבא:

אַ תלמיד ממולח קען דאָך פרעגן: אויב „ואהבת לרעך כמוך” איז אַ „כלל גדול בתורה” - אַן ענין כללי אין גאַנץ תורה - פאַרוואָס איז דאָס אָנגעזאָגט געוואָרן ערשט אין פ’ קדושים

(און - אַ משך זמן נאָך מתן תורה און הקמת המשכן)?

לויט ר’ עקיבא אָבער איז דאָס ניט קיין קשיא,

וויל זיין שיטה איז אַז „כללות ופרטות נאמרו בסיני” 40

(און דאָס וואָס עס שטייט אין אונזער פרשה - וואָס איז „באהל מועד” - איז דאָס „נשנו”).

קומט אויס,

אַז „ואהבת לרעך כמוך” איז שוין געזאָגט געוואָרן בהר סיני 41 .

ז.

פון יינה של תורה אין דעם פירוש רש”י:

בנוגע דער מצוה פון אהבת ישראל זיינען דאָ צוויי לשונות

(ווי געבראַכט פריער)

: א)

דער מאמר פון רע”ק - „זה כלל גדול בתורה”.

ב)

דער מאמר

(כמה דורות לפני זה)

פון הלל 42

- „זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא הוא”.

דער חילוק צווישן די צוויי מאמרים איז - כפשטות הלשון: „זה כלל גדול בתורה” מיינט,

אַז אהבת ישראל איז א ַכלל אין תורה - איינער פון כללי התורה.

ס’איז טאַקע אַ „כלל גדול ”,

אָבער דאָך - נאָר איין כלל 43

אין תורה

(„כלל ..

ב תורה” און ניט „כלל ה תורה”).

משא”כ הלל זאָגט אַז „זו היא כל התורה כולה ” - דאָס איז גאַנץ תורה 44

(און „אידך

(איז בלויז)

פירושא”).

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס רש”י ברענגט מאמרו של רע”ק דוקא

(און ניט פון הלל)

- ווייל אין פשוטו של ענין,

איז אהבת ישראל ניט „כל התורה כולה” 45 ,

ס’איז נאָר דער „כלל” פון מצות שבין אדם לחבירו 46 .

[וואָס דערפאַר זעט מען,

אַז בפירוש רש”י לש”ס 42

(וואָס איז אויך ע”ד ה„פשט” - נאָר פשט דלימוד פון ש”ס)

איז ער מפרש דעם מאמר „דעלך סני לחברך כו’ זו היא כל התורה כו’”,

אַז דאָס רעדט זיך ניט וועגן מצות אהבת ישראל ,

נאָר „ לחברך לא תעביד” מיינט „ריעך ..

זה הקב”ה ,

אל תעבור על דבריו” 47

(און דאָס איז טאַקע „כל התורה כולה”).

און לויטן צווייטן פירוש אין רש”י דאָרט

(וועלכער קומט ערשט דערנאָך אַלס אַ צווייטער)

אַז „לחברך” מיינט -„חבירך ממש” - זאָגט ער טאַקע,

אַז לויט דעם פירוש איז „כל התורה כולה” לאו דוקא 48 ,

ס’איז נאָר „גזלה גנבה ניאוף ורוב מצות”].

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז „אלו ואלו דברי אלקים חיים” 49 ,

מוז מען זאָגן,

אַז ביידע לשונות וענינים זיינען אמת און האָבן אַ ביאור עכ”פ ע”פ פנימיות הענינים - איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז אהבת ישראל איז „כל התורה כולה”,

וואָס גיט דאָ צו דער ענין אַז דאָס איז

(בלויז)

„כלל גדול בתורה”

(ס’איז דאָך בכלל מאתים מנה)?

ובפרט אַז מאמר הלל איז שוין געזאָגט געוואָרן,

כנ”ל,

אַסך דורות לפני זה.

ח.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם מאמר פון הלל 50

: „הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום וכו’ אוהב את הבריות ומקרבן לתורה”.

שטעלט זיך די שאלה: וואָס איז די שייכות פון „אוהב שלום וכו’ אוהב את הבריות” צו „ומקרבן לתורה” דוקא?

אהבת ישראל ברענגט אַ אידן צו זוכן דעם צווייטנ’ס טובה

(ניט נאָר ברוחניות,

נאָר)

אין אַלע זיינע ענינים,

הן בגשמיות והן ברוחניות 51 ?

איז ידוע דער הסבר 52 ,

אַז דערמיט באַוואָרענט די משנה,

אַז מען זאָל ניט מאַכן קיין פשרות ח”ו בתורה צוליב אהבת ישראל.

דער „אוהב את הבריות” דאַרף זיין אין אַן אופן פון מקרב זיין די בריות צו תורה ,

און ניט להיפך ח”ו -צו אַראָפּנידערן די תורה צו רוח הבריות,

דורך מאַכן פשרות אין תורה.

אָבער לפ”ז קומט אויס אַז „ומקרבן לתורה” איז בלויז אַ

(זייטיקע)

באַוואָרעניש אין דעם ענין פון „אוהב את הבריות”.

פון פשטות הלשון אָבער איז מובן,

אַז דער „ומקרבן לתורה” איז אַ המשך און תוצאה פון „אוהב את הבריות” - די אהבה צו בריות בריינגט און דריקט זיך אויס אין דעם וואָס ער איז זיי מקרב צו תורה;

און ווי ס’איז אויך מוכח פון תניא

(פרק לב),

ואוו דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ דעם מאמר „הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום וכו’ אוהב את הבריות ומקרבן לתורה”,

און טייטשט עס אָפּ: „ לומר שאף הרחוקים מתורת ה’ ועבודתו ..

צריך למשכן בחבלי עבותות אהבה וכולי האי ואולי יוכל לקרבן לתורה ועבודת ה’”,

ד.

ה.

אַז דער מכוון פון „צריך למשכן בחבלי עבותות אהבה כו’”,

איז „לקרבן לתורה ועבודת ה’”

(עס איז נאָר,

אַז אויב אפילו „לא,

לא הפסיד 53

שכר מצות אהבת ריעים”).

די קשיא איז נאָך שטאַרקער לויט ווי דער אַלטער רבי איז מבאר דאָרט

(פריער אין פרק)

דעם ענין פון אהבת ישראל 54 ,

אַז עס דאַרף זיין מצד דעם וואָס „רעך” איז אַ איד און האָט אַ נשמה

(וואָס „ כולם מתאימות ואב אחד לכולנה ולכן נקראו כל ישראל אחים ממש”)

-און דערפאַר דאַרף די אהבה זיין „ לכל נפש מישראל למגדול ועד קטן”

(ביז,

בלשון המגיד 55

: „אַ רשע גמור ווי אַ צדיק גמור”)

;

היינט וויבאַלד אַז די אהבה איז

(ניט מצד יענעם’ס מצב אין עבודת ה’,

נאָר)

אַן אהבה עצמית מצד הנשמה,

פאַרוואָס זאָל די אהבה זיין פאַרבונדן דערמיט וואָס „ומקרבן לתורה”?

ט.

דער ביאור אין דעם:

עס איז ידוע וואָס חז”ל 56

זאָגן,

אַז „מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר” - אויך לגבי תורה,

אַז ישראל זיינען „פריער”,

העכער אויך פון תורה; לאידך אָבער זאָגט ער אין זהר 57

אַז „ישראל מתקשראין באורייתא ואורייתא בקוב”ה”,

וואָס פון דעם איז משמע אַז תורה איז העכער פון ישראל.

שטייט אויף דעם דער ביאור 58

: דאָס וואָס אידן זיינען העכער פון תורה איז עס בשרשם ,

אָבער ווי נשמות קומען אַראָפּ למטה,

איז תורה העכער פון ישראל,

און די התקשרות פון אַ נשמה בקוב”ה איז דורך תורה.

און דערפאַר זיינען דאָ צוויי קצוות’דיקע ענינים אין אַ אידן:

מצד דעם וואָס בשורש זיינען נש”י העכער פון תורה,

איז - „ישראל ..

אע”פ שחטא ישראל הוא”.

וויפל עבירות 59

אַ איד זאָל ניט באַגיין ר”ל,

ווערט ער ניט אויס איד ח”ו,

ווייל די התקשרות פון דער

(עצם ה)

נשמה פון אַ אידן צום אויבערשטן איז ניט אָפּהענגיק אין זיין עבודה אין תורה ומצות 60 .

אָבער,

דאָס גופא בריינגט צו דעם,

אַז יעדער איד איז „ בודאי סופו לעשות תשובה ” 61

- ער קערט זיך אום צו תורה ומצות.

וואָרום וויבאַלד אַז די התקשרות פון אַ אידן

(דאָ למטה)

צום אויבערשטן איז דורך תורה,

איז די מעלה עצמית וואָס „ישראל הוא” קען ניט בלייבן אַלס אַ זאַך פאַר זיך

(אָן תורה ומצות),

נאָר זי מוז צובריינגען צו קיום התומ”צ

(און דורך דעם ווערט נתגלה

(אויך)

מעלת נשמתו וואָס זי איז העכער פון תורה 62 ).

יו”ד.

דערפון קומען אויך אַרויס די צוויי קצוות בנוגע דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך”:

די עצמיות פון דער אהבה,

וואָס נעמט זיך מצד דער אחדות פון אַלע אידן ב„שורש נפשם” 63

וואו אידן זיינען העכער פון תורה,

איז העכער פון די מדידות פון תורה.

און דעריבער איז די אהבה צו אַלע אידן בשווה,

אויך צו בריות וואָס זיינען „רחוקים מתורת ה’ ועבודתו” 64

- ווייל אין דער דרגא קען מען ניט מחלק זיין צווישן אַ צדיק און א ַאידן וואָס איז רחוק פון תורה 65

; און עד”ז איז די אהבה גופא ניט באַגרענעצט צו דער רוחניות פון דעם צווייטן אידן,

נאָר זי איז בנוגע אַלע זיינע ענינים,

אויך זיין גשמיות 51

- וויבאַלד אַז דאָס איז גשמיות פון אַ אידן .

מצד דעם אָבער וואָס די מציאות פון אַ אידן איז פאַרבונדן מיט תורה ,

כנ”ל,

ווערט אויך אהבת ישראל

(אויך די אהבה „מצד שורש נפשם” וואָס איז העכער פון תורה)

אַ מצוה אין תורה : מען דאַרף ליב האָבן אַ אידן ווייל אַזוי הייסט תורה,

ובמילא - לויט די מדידות וגדרים וואָס תורה איז קובע אין דעם,

כנ”ל

(און מען טאָר ניט מאַכן קיין פשרות אין תורה צוליב אהבת ישראל),

ביז אַז עס זיינען דאָ אַזעלכע אידן ר”ל וואָס תורה זאָגט אַז דער יחס צו זיי דאַרף זיין אין אַן אופן פון „תכלית שנאה שנאתים וגו’” 66 .

יא.

און דאָס איז אויך וואָס הלל איז מדגיש

(ועד”ז - די הדגשה פון אַלטן רבי’ן אין תניא)

אַז דער ענין פון „אוהב את הבריות”

(„הרחוקים מתורת ה’ ועבודתו”)

דאַרף

( אויך )

פירן צו „ומקרבן לתורה” - אע”פ אַז די אהבה צו זיי איז מצד זייער עצמיות’דיקער מעלה וואָס זיי זיינען אידן

(און מען דאַרף ליב האָבן אַ אידן

(און אים העלפן אין אַלע זיינע ענינים)

אפילו ווען מ’איז ניט מצליח אין דעם „ומקרבן לתורה”)

:

כשם ווי דאָס איז בנוגע צו זיך אַליין,

אַז די עצמיות’דיקע מעלה פון זיין אַ איד

(זיין התקשרות צום אויבערשטן וואָס איז העכער פון תורה קען ניט בלייבן אָפּגעזונדערט פון תורה ומצות,

נאָר דאָס גופא ברענגט אים צו קיום התורה והמצות

(כנ”ל סעיף ט’),

אַזוי איז אויך בנוגע דער אהבה צו „רחוקים מתורת ה’ ועבודתו”,

אַז טאַקע דערפאַר וואָס ער פילט זייער עצמיות’דיקע מעלה וואָס זיי זיינען אידן -באַנוגנט ער זיך ניט מיט דעם אַליין,

נאָר דאָס גופא רופט ביי אים אַרויס די השתדלות צו מאַכן פון זיי תורה ־אידן.

וויבאַלד אַז אויך די עצמיות’דיקע מעלה פון אידן מוז קומען לידי גילוי דורך תורה,

קומט אויס,

אַז ווען דער צווייטער בלייבט רחוק פון תורה,

קען ניט זיין דער ריכטיקער דערהער אין דעם שלום ואחדות אמיתית וואָס איז דאָ צווישן אים און אַלע אידן 67

(אַז מ’איז „אחים ממש מצד שורש נפשם” 63 ).

דוקא דורך דעם וואָס מ’איז „מקרבן לתורה” - מ’פאַרבינדט זיי מיט אורייתא און דורך דעם מיט קוב”ה - הערט זיך דעמאָלט

(באופן גלוי 68 )

אויך די עצמיות’דיקע מעלה פון אידן וואָס איז העכער פון תורה.

יב.

עפ”ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ביאור אין די צוויי לשונות רז”ל בנוגע אהבת ישראל:

ר’ עקיבא רעדט וועגן כלל פון אהבת ישראל ווי

(מען מוז און)

מ’איז דאָס מקיים בפועל מיט אַ צווייטן אידן בעניניו ווי ער איז אַ נשמה בגוף גשמי,

לויט די מדידות והגבלות פון תורה 69 ,

איז דעריבער ניט שייך צו זאָגן באַ דעם אַז דאָס איז „כל התורה כולה” -וואָרעם לפ”ז וואָלטן דאָך אָפּגעפאַלן ח”ו גדרי התורה צוליב אהבת ישראל

(ע”ד ווי פקו”נ איז דוחה כל התורה)

-ס’איז נאָר אַ „כלל גדול בתורה”,

אַ כלל אין תורה,

וואָס דאַרף געטאָן ווערן לויט די גדרי התורה.

הלל אָבער רעדט וועגן אהבת ישראל ווי דאָס איז דאָ למטה

(לנשמה בגוף)

אָבער בשייכות און מצד דעם שורש פון אידן,

וואו „ישראל קדמו לתורה” 69

; און מצד דער דרגא איז גאַנץ תורה נאָר צוליב אידן,

צו אַרויסברענגען און מגלה זיין די מעלה פון אידן.

און וויבאַלד אַז די מעלה פון אידן

(ווי זיי זיינען „אחים ממש מצד שורש נפשם”)

קומט אַרויס בגלוי אין דער מצוה פון אהבת ישראל,

איז - „זו היא כל התורה כולה ואידך פירושא הוא”.

(משיחת ש”פ קדושים תשכ”ז)

Reader controls and commentary are loading.