B"H
🏡

Ikar

אחרי ב

א.

בסיום מסכת יומא זאגט די גמרא "תנא דבי רבי ישמעאל הרואה קרי ביום הכיפורים ידאג כל השנה כולה ואם עלתה לו שנה מובטח לו שהוא בן העולם הבא אמר רב נחמן בר יצחק תדע שכל העולם כולו רעב והוא שבע כי אתא רב דימי אמר מפיש חיי סגי ומסגי".

בפשטות דארף מען זאגן אז די גמרא בריינגט די מימרות אלם המשך אין זייער תוכן צו דעם רואם עם שטייט דארט פריער ״הרואה קרי בויהכ״פ יורד וטובל וכר ,

" 1

.

מען דארף אבער פארשטיין: ווי קומט דאם אז דעם פרק יום הכיפורים - וואס כללות ענינו איז

(כשמו)

2

תשובה 3

וכפרה,

און בפרט אז דער תוכן פון דער לעצטער משנה און דער גמרא שלאח״ז איז ענין התשובה וכר - זאל די גמרא מסיים וחותם זיין מיט אן ענין הפכי 4

פון תשובה וכפרה,

ארן דערצר נאך איינע פרן די הארבסטע עביררת,

ררען ס׳איז במזיד,

בנוגע תשובה וכפרה 5

ארן פרן מזיד איז דאך פארשטאנדיק בנוגע לשוגג 6

,

וואס איז דאך בערך

(קצת)

צו מזיד -כמובן אריך פון חילוקי העונשין

(במזיד)

והקרבנות וכיו״ב

(בשוגג).

און הגם אז די גמרא פירט אוים,

אז סוף־סוף איז אדרבה "מובטח לו שהוא בן העולם הבא כר מפיש חיי סגי ומסגי״ -איז עם דאך וואס לאחר זמן

(נאך ויהכ״פ)

קומט ארוים דערפון אן ענין טוב,

אבער בויהכ״פ גופא איז עם א זאך וואס איז היפך פון רצון ה , .

אויך דארף מען פארשטיין אין עצם הענין: ווי קומט דאם אז פון א דבר בלתי רצוי בכפליים,

"הרואה

(א)

קרי

(ב)

ביום הכיפורים",

זאל ארויסקומען אזא תועלת נפלאה - "מובטח לו שהוא בן העולם הבא" און "מפיש חיי סגי ומסגי" 7 ?

רש״י איז מפרש אין דעם: "ראם עלתה לו שנה - שלא מת מובטח לו שמעשים טרבים יש בידר שהגינר עליו וכר ,

" 8

; דאם איז אבער לכאורה נאר א הסברה אז אנאנדער זאך

(מעש״ט)

זיינען מגין אז דאם זאל אים ניט פארשאטן,

אבער פון דעם וואס מחאגט "הרואה קרי" איז א סימן 9

אז מובטח כו/ איז משמע אז עם איז דא א שייכות ביניהם 10 ,

איז נישט מובן 11

: ווי אזוי פועל׳ט עם דעם יתרון נעלה פרן "מובטח לו שהוא בן העולם הבא ,

/ און נאכמער

(אויך בעוה״ז)

: מפיש חיי סגי ומסגי בבנים ובני בנים?

ב.

בדרמה צו דער שאלה,

איז נאך מער קשה בענין תשובה מאהבה,

אויף וועלכע די גמרא 12

זאגט אז "זדונות נעשות לו כזכיות",

פרעגט דער חדא״ג,

אז ס׳איז א דבר תמוה,

ווייל ס׳קומט אוים אז "חוטא נשכר" און ער פארענטפערט אז ווען א מענטש טוט תשובה מאהבה איז "ודאי דעושה תשובה גמורה ומוסיף במעשיו הטובים יתר מכדי הצורך לגבי אותו עון והרי אותן מעשים טובים שמוסיף הם נעשים לו כזכיות וקרא דמייתי מוכיח כן שנא' 13

ובשוב רשע מרשעתו ועשה משפט וצדקה עליהם חי' וגו' 14

דמשמע משפט וצדקה שהוסיף לעשות על תשובתו עליהם חי' יחי'".

דער תירוץ איז אבער לכאורה ניט מובן,

ווארום פון לשון הגמרא "זדונות נעשו לו כזכיות" איז מוכח אז דא רעדט זיך ניט וועגן אנאנדער זאך פון זדונות - א הוספה אין זכיות צוליב די זדונות,

נאר אז די זדונות אליין ווערן ווי זכיות 15 ,

בלייבט דאך שווער כנ״ל היתכן חוטא נשכר?

און הגם אז לכאורה קען מען זאגן אז דאם גופא מיינט די גמרא 16

מיט "זדונות נעשות לו כזכיות": היות אז די הוספה אין מעשים טובים קומט דערפון וואס א מענטש האט זיך געענדערט און איבערגעמאכט דורך דער תשובה אויף די זדונות - הייסט עם דאך אז די "זדונות" האבן גורם געווען און זיינען סיבת התשובה מאהבה און פון די זכיות.

ע״ד ווי מען געפינט ביי א שטר

(183,

229,

255)

;"> 17

וואס הגם אז סתם א שטר איז בחזקת כשרות,

איז אבער דררכדעם וואס ס׳ורערט אויף אים אן ערעור און מ׳איז אים מקיים בב״ד,

באקומט דער שטר מער תוקף ווי סתם א שטר,

וואס האט ניט געהאט קיין ערעור 18 .

קומט אוים,

אז דער ערעור האט גורם געווען תוקף השטר 19 .

דאם איז אבער ניט מספיק,

ווארום דער ערעור איז נאר גורם אן עילוי אין דעם שטרן און עד״ז בנדו״ד,

זיינען די "זדונות" גורם אן עילוי אין דעם גברא וואס טוט תשובה 20 ,

אבער פון לשון "זדונות נעשות לו כזכיות" איז משמע אז די חפצא פון די זדונות עצמן ווערן נהפך לזכיות 21 .

ג.

וועט עם זיין פארשטאנדיק ע״פ הביאור אין דעם סיום מס' יומא במשנה 22

"אמר ר ' עקיבא אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם אביכם שבשמים שנאמר 23

וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם ואומר 24

מקוה ישראל ה ,

מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב״ה מטהר את ישראל".

ר״ע זאגט דא צרריי ענינים: א)

"לפני מי אתם מטהרין",

ב)

"רמי 25

מטהר אתכם",

און אריף דעם ברענגט ער די צוויי פסוקים: א)

"וזרקתי עליכם מים טהורים״,

ב)

״מקוה ישראל ה ,

״ - איז מבאר דער ראגאטשאווער 26

אז אין די צוויי ענינים דריקט זיף אוים דער חילוק צווישן די צוויי עניני טהרה - הזאה און מקוה,

וואס אויף הזאה דארף מען האבן כוונה לטהרה 27 ,

און די טהרה במקוה דארף ניט האבן קיין כוונה,

א מקוה איז מטהר אויך אן כוונה לטבילה 28 .

און עפ״ז איז מובן דער חילוק אין לשון הכתובים וואס ר״ע ברענגט: "וזרקתי עליכם מים טהורים" און "מקוה ישראל ה ,

",

וואס הגם אז ביידע פסוקים ריידן וועגן דער טהרה ע״י הקב״ה,

איז אבער אין ערשטן פסוק געזאגט געווארן: "וזרקתי עליכם גר",

דער אויבערשטער איז זורק - פועל זריקה; אין צווייטן פסוק אבער ווערט בכלל ניט דערמאנט קיין פעולה

(- כוונת הטהרה),

ווייל אין דעם סוג טהרה איז כוונה ניט קיין דבר הכרחי.

און פונקט ווי ס׳זיינען פאראן צוויי אופנים אין טהרה מצד דעם מטהר,

בנדו״ד מצד דעם אויבערשטן,

אזוי זיינען זיי אויך פאראן אין עבודת התשובה והטהרה פון מענטשן - און דאם זיינען,

ווי די גמרא 29

איז מבאר,

די צוויי כללות׳דיקע סוגים אין תשובה: תשובה מיראה

(וע״י יסורין)

און תשובה מאהבה.

תשובה מאהבה קומט מיט דער אמת׳ער כוונה ומבוקש לשוב אל ה ,

ולתקן כו/ אבער תשובה מיראה

(ועאכו״כ - ע״י יסורין)

איז כוונתו ניט קומען לעונש ובמילא האט ער חרטה וכר.

און דער אונטערשייד אין זייער אויפטו - איז מבואר אין דער גמרא,

אז בתשובה מיראה זאגט דער פסוק 30

"ארפה משובתם",

ווי רש״י 31

טייטשט "כבעל מום שנתרפא שמקצת שמו עליו"; אבער ביי תשובה מאהבה איז "נעקר עונו מתחלתו" 32 .

וואס דער חילוק איז נוגע אויך להלכה: בשעת איינער איז מקדש אן אשה על מנת אז זי האט ניט קיין עבירות - איז אויב זי האט דערנאך

(אויף די עבירות וואס זי האט יע געהאט)

געטאן תשובה מיראה 33 ,

איז זי ניט מקודשת,

היות אז די עבירות פון שעת הקידושין זיינען ניט נעקר געווארן 34

; אבער אויב זי האט תשובה געטאן מאהבה,

איז זי מקודשת,

ווייל אירע עבירות זיינען נעקר געווארן פון פריער ובמילא האט זי אויך בשעת הקדושין ניט געהאט קיין עבירות.

און ווי די גמרא 35

איז מחלק בנוגע לנדרים ומומים: "הלכה אצל חכם והתירה

(הנדרים)

מקודשת אצל רופא וריפא אותה אינה מקודשת",

ווייל "חכם עוקר את הנדר מעיקרו ורופא אינו מרפא אלא מכאן ולהבא".

ד.

אט דער חילוק צווישן תשובה מאהבה און תשובה מיראה בכלל -אז תשובה מאהבה איז הכוונה לשוב וכר,

משא״כ תשובה מיראה - איז פאראן בפרט אין די אופני התשובה מאהבה 36

גופא:

דאם וואס דורד תשובה מאהבה ווערט "נעקר עונו מתחלתו" איז נאר ניט דער תכלית השלימות אין תשובה מאהבה; תכלית השלימות אין תשובה מאהבה איז,

ווען "זדונות נעשות לו כזכיות",

אז די "זדונות" ווערן ניט בלויז "נעקר",

נאר זיי ווערן "כזכיות".

אין אהבה איז דאך דא כו״כ דרגות,

ובכללות: בכל לבבד בכל נפשר בכל מאדר - ובמילא ורערן אויר כו״כ דרגות אין דער תשובה וואס קומט על ידם.

און וויבאלד אז די מעלה פון תשובה מאהבה איז דאם וואס זי קומט בכוונה כנ״ל,

איז מובן אז שלימות הכוונה איז אין דעם העכערן אופן פון תשובה מאהבה,

ביז אז מ׳קען זאגן אז די כוונה פון דעם נידעריקן אופן ווען "נעקר עונו מתחלתר" הייסט ניט קיין כוונה 37

;

רע״ד מרז״ל 38

אז באהבה בכל לבבכם ובכל נפשכם - אן בכל מאדכם -ווערט מען אנגערופן אין ערשין רצונו של מקום.

בכללות איז דאם מוסבר אין דעם לשון פון ראגאטשאווער "להעביר החטא לא בעי כוונה ולתקן החטא בעי כוונה".

א מעין הכרח,

אז ס׳איז דא דער חילוק הנ״ל אין תשובה מאהבה גופא,

איז פון א הלכה פסוקה:

די גמרא 39

זאגט,

אז איינער איז מקדש אן אשה ״ע״מ שאני צדיק אפילו רשע גמור מקודשת שמא הרהר תשובה בדעתו".

פרעגט מען דערויף: ממנ״פ - רעדט זיך דא ורעגן תשובה מיראה - איז דאך ניט מקוים געווארן דער תנאי,

ווייל דורך תשובה מיראה ווערט ער ניט קיין צדיק,

וויבאלד אז "מקצת שמו עליו"; ארן אריב ס׳איז געווען תשובה מאהבה,

דארף זי אריך ניט זיין מקרדשת,

ררייל א בע״ת איז דאך העכער פרן א צדיק,

רכמרז״ל 40

במקרם שבע״ת ערמדין אין צדיקים גמררים יכרלין 41

לעמרד 42 ,

און דער דין איז דאך אז אריך ררען "הטעה לשבח" 43

[צי לשבח ירחסין,

זאגענדיק אז ער איז א קלענערער מירחם ררי ער איז באמת 44

; אדער לשבח ממרן,

״ע״מ שאני עני רנמצא עשיר"]

איז אינה מקרדשת 45 .

רהתיררץ אז "שמא הרהר

(מאהבה אזא)

תשרבה" רראם פועל׳ט נאר אז "נעקר עונר מתחלתר",

אבער ניט אז זדרנרת נעשר לר בזכירת,

רואם דרקא אויף דער דרגא איז געזאגט געררארן אז "במקרם שבע״ת ערמדין אין צ״ג יכרלין לעמרד".

ויתרה מזה י״ל: בשעת ס׳איז א חשש פרן "הרהר תשרבה" בשעתא חדא ורגעא חדא,

קען ניט זיין קיין שלימרת הכררנה.

רלכן פועל׳ט עם ניט זדונרת נעשרת לר בזכירת,

אז ער זאל זיין העכער פרן א צדיק 46 .

די הסברה אין דעם 47

: די מעלה פרן א בע״ת לגבי א צדיק גמרר

(רראם מערלם לא חטא)

איז ניט בלריז מצד דעם יתררן בכמרת - אז נרסף צר זיינע זכירת מצ״ע האט דער בע״ת אריך די זכירת וראם ווערן פון די זדונות -נאר אויך

(ובעיקר)

מצד היתרון באיכות: "זדונות נעשות לו בזכירת ,

/ זכירת פרן אן אנדער איכות.

און דערפאר איז "במקרם שבע״ת ערמדין אין צ״ג יכולין לעמוד": רריפל זכירת א צ״ג זאל האבן דורך זיין עבודה נעלית,

קען ער ניט צוקומען צו דער נייער עבודה,

אן אנדער איכות 48

אין זכיות 49

.

אבער דאם קען זיין נאר ווען די תשובה קומט מצד שלימות האהבה כנ״ל,

ובמילא -שלימות הכוונה

(כדלקמן),

וואס דאם פועל׳ט צו מתקן זיין דעם חטא אז די זדונות גופא זאלן ווערן זכיות.

ה.

דער ביאור הענין פון שלימות האהבה והכוונה,

און ווי אזוי די זדונות ווערן כזכיות,

איז דער אלטער רבי מסביר אין תניא 50 ,

אז מאכלות אסורות וכר זיינען "אסורים וקשורים בידי החיצונים לעולם ואין עולים משם כר עד שיעשה* 0

* תשובה גדולה כל כך שזדונות נעשו לו כזכיות ממש שהיא תשובה מאהבה מעומקא דלבא באהבה רבה וחשיקה ונפש שוקקה לדבקה בו ית ,

וצמאה נפשו לה ,

כארץ עיפה וצי ,

להיות כי עד הנה היתה נפשו בארץ צי ,

וצלמות היא הסטרא אחרא ורחוקה מאור פני ה ,

בתכלית ולזאת צמאה נפשו ביתר עז מצמארן נפשות הצדיקים כמאמרם ז״ל במקום שבעלי תשובה עומדים כר ועל תשובה מאהבה רבה זו אמרו שזדונות נעשו לו כזכיות הואיל ועל ידי זה בא לאהבה רבה זו".

וואס דא זאגט ער ביידע ענינים: דער עילוי וואס ווערט אין גברא - זדונות רופן ארוים דעם "צמאה נפשו ביתר עז מצמאון נפשות הצדיקים"; דעם שינוי חפצא וואס ווערט אין די זדונות,

"הואיל ועל ידי זה בא לאהבה רבה כר".

די הסברה בזה ע״ד ההלכה:

בנוגע דעם ענין פון הכנה והכשרה צו א געוויסער פעולה,

געפינט מען כו״כ חילוקי דינים ודרגות אין זייער חשיבות און אין זייער יחם צו דער פעולה 51 .

לדוגמא - מכשירי מצוה,

היות אז אן זיי קען מען ניט מקיים זיין די מצוה,

באקומען זיי אליין א חשיבותן ולדעת ר״א 52

"כורתים עצים לעשות פחמים לעשות ברזל" צוליב אן איזמל למילה בשבת,

לדעתו זיינען

(רוב)

מכשירי מצוה דוחין את השבת 53 .

למעלה מזה געפינט מען לדעת הירושלמי 54

בנוגע דער הכנה והכשרה צו מצות סוכה לולב וכיו״ב,

אז "העושה סוכה לעצמו אומר ברוך אשר קידשנו במצותיו וציונו לעשות 55

סוכה כו' העושה לולב לעצמו אומר ברוך אשר קידשנו במצותיו וציונו לעשות לולב וכו ,

" 56 ,

און אזוי אויך ביי מזוזה תפילין ציצית וכר 57 .

וואס בפשטות איז די הסברה אין דעם: היות אז די תורה האט אנגעזאגט צו מקיים זיין א געוויסע מצוה,

וואס קען דורכגעפירט ווערן נאר דורך א באשטימטע פעולה פרן הכנה 58

דארף מען זאגן אז דאם איז אויך נכלל אין דער מצוה 59

(או: באקומט די פעולה גופא א חשיבות מעין פון חשיבות המצוה

(און לדעת הירושלמי - בא סוכה וכר ווערט עם אויך א מצוה)).

נאך א העכערע דרגא אין הכשרת המצות געפינט מען ביי עבודת המקדש - ובפרט ביי הולכת הדם למזבח,

וואס הגם אז די הולכה איז נאר צוליב דער עבודה פון זריקת דם על המזבח,

איז דער דין 60

אז די הולכה גופא האט די חשיבות און דעם גדר פון עבודה 61

ביז אז "מחשבה פוסלת" בה 62 .

ובכללות יותר,

איז דא דער ענין פון עבודה מעין הכשרה,

עבודה שאינה תמה 63

: זי האט דינים און גדרים פון אן עבודה,

עם איז אבער ניט קיין "עבודה שהיא גומרת ומתממת את הדבר"

(ווארום יש אחרי ,

עבודה),

ובמילא איז א זר ניט חייב מיתה ווען ער טוט די עבודה.

עד״ז איז אויך מובן בנדו״ד: וויבאלד אז צום העכסטן אופן פון תשובה מאהבה קען ער צוקומען

(כנ״ל בתניא)

נאר דורך זיינע פריערדיקע זדונות

(און דורך זיי איז דערנאך

(אויר)

זיין קיום המצות

(זיינע זכיות)

אין א העכערן אופן),

ווערן די זדונות אליין נתעלה און קריגן דעם גדר פון זכיות - בדוגמא ווי דאס איז ביי מכשירי מצוה.

ו.

דאם איז אבער לכאורה ניט מספיק:

א)

די מכשירי מצוה אליין ווערן דאך ניט נתהפך ונעשה מצוה,

זיי בלייבן מכשירי! אפילו לדעת ר״א;

אויך לדעת הירושלמי,

אז אויף עשיית סוכה ולולב מאכט מען די ברכה "אשר ..

וציונו וכו׳",

בלייבט עם אלץ נאר א מצוה פון עשיית סוכה און ניט די מצוה פון בסוכות תשבו; עד״ז - הולכת הדם למזבח איז ניט קיין עבודה תמה: ב)

ועיקר: בכל הנ״ל איז דאם א הכנה און פעולה וואס איז אין סוג און נאכמער -שייך ממש צו דער מצוה גופא,

ער מאכט א סוכה ולולב כו/ ער איז מוליך דעם דם למזבח - משא״כ בנדו״ד האט ער דאך מצד אחד,

געטאן א פעולה הפכית פונעם ענין הזכיות,

און מאידך גיסא,

זאגט מען גאר,

אז זיי אליין ווערן "כזכיות".

די קושיא ווערט נאך שטארקער -זעענדיק אז אפילו ווען די מכשירין און די פעולת ההכנה זיינען רשות,

ווי חרישה וזריעה כו׳ און דער גאנצער סדר פון "ואספת דגנך ותירושך ויצהרך",

איז הגם אז אן דעם אלעס קען מען ניט מקיים זיין די מצות וואס זיינען מיט זיי פארבונדן: תרומות מעשרות וכו׳,

פונדעסטוועגן געפינט מען ניט אז דאם זאל האבן א חשיבות פון א מצוה,

אפילו ניט אלם מכשירי מצוה 64 .

וי״ל הטעם - ווייל לויט דעת רשב״י 65

איז עם ניט רצוי: "אפשר אדם חורש כו׳ וזורע כו׳ תורה מה תהא עלי׳״.

ומיני׳ - לדעת רבנן איז עם עכ״פ ניט בסוג פון רצוי

(מכשירי מצוה וכיו״ב).

ז.

איז דער ביאור אין דעם בקיצור:

בא יעדער מצוה איז דא דער ענין הכללי און דער צד השווה מיט אלע מצות - ובלשון חז״ל "עושה רצונו של מקום" "אמרתי ונעשה רצוני"

(והפכו בא יעדער עבירה - "עובר רצונו של מקום"),

און די ענינים פרטים אירע: מילת הערלה,

בסוכות תשבו וכו׳.

ביי כל ענינים הפרטים הנ״ל,

כאטש אז די הכנה און הכשרה איז אין דעם חפץ אדער בשייכות צום חפץ וואס מ׳טוט דערמיט א מצוה,

זיינען זיי אבער ניט א חלק און פרט פון דער מצוה עצמה: צוגרייטן דעם איזמל למילה איז ניט קיין טייל פון כריתת הערלה; עשיית סוכה ולולב איז ניט קיין חלק פון בסוכות תשבו וכו׳; הולכת הדם איז ניט קיין טייל פון זריקה.

תשובה בכלל - איז ענינה,

בלשון הרמב״ם 66

: "ומה היא התשובה הוא שיעזוב החוטא חטאו ויסירו ממחשבתו ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד 67 ,

שנאמר יעזוב רשע דרכו וגו״׳ 68 .

- ד.

ה.

זי איז בסוג און נאכמער אין דעם זעלבן ״ארט״ פון דעם ענין הכללי פון מצות

(און עבירות)

: החלטה ברצון ו״יגמור בלבו".

און וויבאלד אז די תשובה מאהבה מיט אזא צמארן איז געורארן ארויסגעררפן דורך די זדונות,

דערפאר ורערן די זדונות גופא כזכיות 69 .

דאם איז נאר בשעת ס׳איז דא שלימות האהבה והכוונה הנ״ל,

וואס דעמולט ווערן

(מצד דער אהבה וכוונה)

די זדונות א חלק פון עבודת התשובה,

ובמילא כזכיות; אבער בשעת ס׳איז ניטא די שלימות,

כאטש אז ער טוט תשובה מאהבה,

דעמאלט ווערן ניט די זדונות כזכיות,

מער ניט רואם "נעקר ערנו מתחלתו" 70 .

ח.

דוגמאות להנ״ל - עכ״פ מעין הנ״ל ובדרך אפשר - בקיצור:

מכשירי מצוה אין דעם זעלבן ענין פון דער מצוה און זיי ווערן א מצוה:

סוג דחינוך: קרבנות ועבודות ימי המילואים

(החנוך 71 ).

מנחת חינוך פון כהנים.

דעם פאטעחם חינוך הבן לת״ת וראם איז מן התורה* 71 .

ועוד.

קיום המצות בגלות - לויט דעם ספרי 72

עה״פ ואבדתם גר ושמתם את דברי גר: אע״פ שאני מגלה אתכם כר היו מצוינים במצות שכשאתם חוזרים לא יהיו לכם חדשים 73 .

ועוד.

מעין זדונות נעשו לו כזכיות אין מצות גופא: שעיר המשתלח ופרה אדומה

(ועגלה ערופה)

- אז דוקא די עבודה 74

בחוץ - ווערט עבודה המכפרת

(חטאת קריא רחמנא 75 )

ווי בא אלע קרבנות עבודתם בפנים דוקא,

און נאכמער 76 .

מעין זה - פר דאלי ,

בהר הכרמל

(בהוראת שעה).

ועוד.

יתרה מזה - מרז״ל: מיני ,

ובי ,

אבא לשדי בי ,

נרגא* 76 .

הכלל גדול בתורה - פקו״נ

(אפילו)

ע״י כל 77

עבירות שבתורה חוץ הפכו -שלש דיהרג

(אף דהמאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה״ב* 77 )

ואל יעבור,

ועוד.

ויש להאריך בכ״ז.

ואכ״מ.

ט.

עפ״ז וועט ווערן פארשטאנדיק דער סיום המסכת: "הרואה קרי ביום הכפורים ידאג כל השנה כולה ואם עלתה לו שנה מובטח לו שהוא בן העוה״ב כו׳״ - ובהקדים להסביר דעם דיוק הלשון "ידאג כל השנה׳/ און ניט ווי דער לשון הרגיל בכגון זה: "סימן רע לו".

הביאור בזה: דער תוכן הענין פון ״ידאג כל השנה״ איז - עבודת התשובה 78 ,

ווארום זיין דאגה איז

(ניט

(אזוי)

מחמת דער מורא אז ער וועט ניט מוצא שנתו זיין,

נאר אויף דעם וואס "ראה קרי")

ווי רש״י” זאגט "שמא לא קיבלו תעניתו והשביעוהו במה שבידם להשביעו כעבד המוזג כוס לרבו ושפך לו קיתון על פניו"

(און ווי דער אלטער רבי״ 8

איז מוסיף)

- "כלומר אי אפשר בשימושך"; און אט די דאגה און התבוננות בריינגט אים צו א העכערן אופן עבודה

(שימוש)

ווי די וואס ער האט פריער געטאן.

בסגנון אחר קצת: וויבאלד אז דער ״רואה קרי בויהכ״פ״ איז ביי אים געווען ״לא במתכוין" 81

- ויהכ״פ איז דאך א זמן וואס מ׳איז זיך מענה בה׳ עינויים און מ׳איז ניט מהרהר בעבירה 82

- איז דאם א בארוייז,

אז דאם איז געקומען ניט מצד דעם יצה״ר נאר בהשגחה עליונה; און וויבאלד אז "מפי עליון לא תצא הרעות" 83

,

דארף מען זאגן אז די כוונה עליונה אין דעם איז געווען אז ער זאל דורכדעם צוקומען צו א העכערן אופן העבודה,

צו אן עבודת התשובה וואס מצד דעם רגיל׳דיקן סדר העבודה פון א צדיק וואלט ער דערצו ניט געקענט צוקומען

(ע״ד הנ״ל בתניא).

און בשעת ביי אים איז דא די שלימות פון עבודת התשובה - "ידאג כל השנה",

קומט צו א הוספה ניט נאר אין עבודה רוחנית,

נאר אויך בגשמיות - "מפיש חיי״ - מער ווי ס׳איז געווען אויסגעשטעלט מצד שרש נשמתו און מצד דעם סדר העבודה באופן הרגיל.

יוד.

עפ״ז איז מובן וואס מם ,

יומא פרק ויהכ״פ איז מען מסיים וחותם במאמר הרואה קרי ביוהכ״פ,

און די שייכות און המשך צו דער משנה וסוגי ,

וואס פאר דעם:

אין דער משנה רעדט ר״ע וועגן די צוויי עניני טהרה דורך הקב״ה: הזאה און טבילה,

וואס הזאה בעי כוונה און טבילה לא בעי כוונה; און נאכדעם איז די גמרא ממשיך אינעם ענין און איז מבאר דעם חילוק צווישן די צוויי אופני תשובה ביי דעם מענטשן:

תשובה מיראה און תשובה מאהבה,

וואס תשובה מיראה איז אן

(שלימות הכוונה,

משא״כ תשובה מאהבה.

ובפרטיות יותר: די צוויי אופנים אין תשובה מאהבה גופא דער אופן פון תשובה וואס דורך איר איז "נעקר עונו מתחלתו" און ער ווערט א צדיק,

וואס אויף דעם איז מספיק אפילו הרהור תשובה ברגעא חדא בלי

(שלימות ה)

כוונה,

בדוגמת ענין הטבילה,

און דערנאך די העכערע מדרי׳ פון תשובה וואס פועל׳ט אז "זדונות נעשות לו כזכיות",

וואס דאם קומט דוקא דורך שלימות הכוונה בדוגמת ענין ההזי׳,

כנ״ל בארוכה.

און די סוגיא פון תשובה איז די גמרא מסיים אויך מיט די צוויי ענינים: א)

"מובטח לו שהוא בן העולם הבא",

ד.

ה.

עם קומט אים ניט צו קיין נייער ענין,

נאר "מעשים טובים יש בידו",

בדוגמא צום ענין פון "נעקר עונו מתחלתו",

און ווי רש״י 84

זאגט "יש לדעת שצדיק גמור הוא"; וואס כאטש דא איז געווען דער ״ידאג כל השנה״ - תשובה בכוונה,

אבער ניט קיין כוונה בשלימותה.

ב)

"מפיש חיי סגי ומסגי": דאס

(וואס ראה קרי ביום הכפורים)

איז ניט בלויז ניט קיין גרעון ועונש ח״ו,

נאר,

אדרבה,

עם קומט צו א יתרון והוספה,

"מפיש חיי",

בדוגמא צום ענין פון "זדונות נעשות לו כזכיות",

וואס קומט דורך שלימות הכוונה 85 .

און דער חידוש אין דעם סיום אויף דער פריערדיקער סוגיא

(בנוגע די צוויי מדריגות אין תשובה מאהבה)

באשטייט אין: א)

עם קומט ארוים מער בפירוש ובביאור ווי אזוי דאם ווערט אויפגעטאן

(סיי דער ענין פון "נעקר עונו מתחלתו" און סיי דאם וואס "זדונות נעשו לו כזכיות"),

ווארום

(א)

ביי הרואה כו׳ בויהכ״פ

(שלא במתכוין)

איז דאך מודגש אז דאם איז בכוונה תחלה מצד ההשגחה,

(ב)

דורך ״ידאג כל השנה כר״ - שלימות הכוונה

(והתשובה)

וואס דער "רואה" האט מעורר געווען,

ווערן די זדונות כזכיות.

ב)

די הוספה שע״י עבודת התשובה קומט ארוים אויך אין

(שכר)

גשמי,

"יאריך ימים" ביז אויך אין שלימות השכר בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות.

(משיחות ו׳ תשרי,

ש״פ האזינו,

יום שמח״ת תשל״ו)

Reader controls and commentary are loading.