B"H
🏡

Ikar

מצורע א

א.

פון פסוק 1

"ולקח הכהן מדם האשם ונתן הכהן על תנוך אוזן המטהר וגו׳" איז רש״י מעתיק דעם ווארט "תנוך" און איז מפרש "גדר אמצעי שבאוזן,

ולשון תנוך לא נודע לי והפותרים קורים לו טנדרוס" 2 .

דארך מען פארשטיין: "תנוך" איז טאקע ניט קיין לשון הרגיל בתורה 3 ,

אבער דער ווארט שטייט שוין דאך פריער אין חומש - אין פ׳ צו 4

און פריער נאך בפ׳ תצוה 5

; און נאכמער: אין פ׳ תצוה איז רש״י מפרש דעם ווארט,

"תנוך,

הוא הסחוס האמצעי 6

שבתוך האוזן שקורין טנרוס״ 7

- היינט וויבאלד אז רש״י האט שוין פריער אפגעטייטשט דעם פירוש פון "תנוך",

פארוואס דארך ער עס דא איבער׳חזר׳ן?

וממנ״פ: אויב עם איז דא א טעם פארוואם רש״י באנוגנט זיך ניט מיט זיין פירוש אין פ׳ תצוה און דארף עם איבער׳חזר׳ן דא,

ווען דער פםוק זאגט נאכאמאל דעם לשון "תנוך",

האט עם רש״י געדארפט איבער׳חזר׳ן פריער אין פ׳ צו?

ב.

לכאורה וואלט מען געקענט פארענטפערן אין פשטות: דארטן

(אין פ׳ צו)

באווארנט רש״י אין אנהויב 8 ,

אז "כל הענין הזה דפרשת המילואים פירשתי בואתה תצוה",

ובמילא דארף ער אויך ניט איבער׳חזר׳ן דעם טייטש פון "תנוך",

ווייל ער איז שוין מפורש אין פ׳ תצוה וואו ס׳רעדט זיך וועגן זעלבן ענין; משא״כ אין אונזער פרשה וואו דער ווארט ווערט געבראכט בשייכות צו אינגאנצן אן אנדער ענין.

אבער עם איז נאך אלץ ניט פארשטאנדיק,

ווארום פון לשון רש״י דא איז קלאר,

אז ער איז ניט בלויז אויםן צו איבער׳חזר׳ן דעם זעלבן פירוש פון ״תנוך״ ווי אין פ׳ תצוה - ווייל

[נוסף אויף די שווערקייטן: א)

פארוואם דארף רש״י איבערהויפט איבער׳חזר׳ן דעם טייטש פון א ווארט וואם ער האט שוין פריער אפגעטייטשט: ב)

אפילו אויב יע איבער׳חזר׳ן 9

- וואלט געווען גענוג צו מפרש זיין בקיצור 10

"גדר אמצעי שבאוזן"

(ע״ד ווי ביים ווארט "בוהן" שלאח״ז אין פםוק,

וואם אין פ׳ תצוה איז ער מפרש "הגודל בפרק האמצעי״,

משא״כ בפרשתנו זאגט ער בלויז ״גודל״)

- איז]

אין זיין פירוש דא איז רש״י מוסיף און משנה לגבי זיין פירוש אין פ׳ תצוה,

ער לייגט צו

(א)

"ולשון תנוך לא נודע לי".

(ב)

״ והפותרים קורים לו כו׳״ - מוז מען זאגן,

אז רש״י מיינט דא צו מפרש זיין א נייעם ענין אין "תנוך" וואם איז נוגע צו וויםן דוקא אין אונזער פרשה.

ג.

אויך דארף מען פארשטיין:

א)

וואם מיינט רש״י מיט "לשון תנוך לא נודע לי": אויב עם באציט זיך צו דעם וואם אינעם לשון "תנוך" איז ניטא קיין משמעות אז דאם איז דער "גדר אמצעי שבאוזן״ - זיינען דאך דא א םך נעמען אין חומש וואו ם׳איז ניטא קיין שייכות צווישן דעם ווארט מיטן תוכן וואם דער ווארט איז מתאר

[און ווי מ׳זעט אין דעם פםוק גופא: ביים ווארט "בוהן",

וואם רש״י טייטשט אז דאם מיינט "גודל",

און זאגט ניט "לשון בוהן לא נודע לי",

כאטש ער בריינגט ניט א שייכות צווישן "בוהן" און "גודל"].

ב)

פארוואם זאגט ער ״לא נודע לי״ -א ביטוי בלתי רגיל אין רש״י - און ניט

(ווי ער זאגט אין אנדערע ערטער)

"לא ידעתי" וכיו״ב?

ג)

מיט " והפותרים קורים לו טנדרום" מיינט רש״י בפשטות 11

אז דאם איז דער ״לעז״ 12

פון ״תנוך״ - האט דאך רש״י געדארפט זאגן

(כדרכו בפירושו)

"ובלעז קורין לו טנדרום"

(אדער: טנדרום בלעז) 13 .

[ווארום ם׳איז שווער צו זאגן,

אז פונקט דער לעז פון דעם ווארט האט רש״י בעצמו ניט געוואוםט און געמוזט אנקומען צו "פותרים" אז זיי זאלן אפטייטשן דעם ווארט אויף "לעז"].

ד)

אפילו אויב מ׳זאל געפינען א הםברה פארוואם רש״י זאגט ניט דעם לשון "בלעז" 14 ,

איז נאך אלץ ניט מובן וואם ער נוצט דוקא אזא ניט געוויינלעכן תואר - ״והפותרים״ 15

- און ניט

(א לשון הרגיל)

"והמפרשים",

"והמחברים" וכיו״ב

(ע״ד * 15

לשון רש״י: מנחם בן םרוק פרשו,

חברו כו׳).

ד.

דער ביאור בכל זה:

דאם וואם רש״י זאגט דא "ולשון תנוך לא נודע לי" מיינט ער דערמיט

(אז ע״פ פשוטו של מקרא - וואם דאם איז דרכו פון פרש״י בתורה,

דארף מען)

שולל זיין דעם פירוש פון תו״כ דא אויפן ארט,

לויט וועלכן ם׳איז מובן די שייכות צווישן "תנוך" און "גדר אמצעי"

(כדלקמן םעיף ה׳)

; וויבאלד אז דער ביאור פון תו״כ איז ניט ע״פ פשוטו של מקרא,

דעריבער איז עם רש״י שולל דורכן זאגן "ולשון תנוך לא נודע לי".

און דאם וואם רש״י דארף שולל זיין דעם פירוש פון תו״כ

(הגם אז בכלל איז ער ניט שולל פירושים,

נאר גלייך מפרש לפי פשש״מ,

ניט קוקנדיק ווי דער פירוש איז אין חלק ההלכה וכו׳ פון תורה)

-ווארום היות אז כמה וכמה פירושי רש״י אין אונזער פרשה

(און אין םפר ויקרא בכלל)

זיינען גענומען פון תורת כהנים,

ווי רש״י אליין צייכנט אן ביי א צאל פון זיי; און נאכמער - אין פריערדיקן פםוק ברענגט רש״י די התחלה פון א פירוש פון תו״כ און זאגט " וכו׳ בתורת כהנים" 16 ,

אז מ׳זאל מעיין זיין אין תו״כ דעם המשך הפירוש -

קען דאך זיין אז ווען מ׳וועט זען אז רש״י׳ם פירוש דא "גדר אמצעי שבאוזן" איז פון תו״כ וועט מען דעריבער מיינען אז רש״י נעמט אויך אן דעם הסבר פון תו״כ

(אין דער שייכות צווישן "תנוך" און ״גדר אמצעי״)

- דעריבער באווארנט גלייך רש״י אז "ולשון תנוך לא נודע לי".

ועפ״ז פאלן אפ בדרך ממילא די צוויי קושיות

[(א)

דער םגנון פון רש״י "ולשון תנוך לא נודע לי",

(ב)

וואם רש״י זאגט עם ניט אין פ׳ תצוה]

:

רש״י קען ניט זאגן "ולשון תנוך לא ידעתי ״ - ווייל ער וויים דאך יא פון א פירוש אין "לשון תנוך"

(דער פירוש פון תו״כ)

; נאר דער פירוש איז "לא נודע ": ער איז ניט אנערקענט 17

- ניט אויםגעהאלטן ״ לי ״ - וואם לא באתי לפרש אלא פשוטו של מקרא 18 .

און דעריבער ברענגט עם אראפ רש״י נאר דא אין אונזער פרשה און ניט אין פ׳ תצוה,

ווייל

(נוסף אויף דעם וואם בכלל איז ניט ענינו של רש״י צו שולל זיין פירושים,

כולל אויך פירושי רז״ל פון חלק ההלכה שבתורה

(משא״כ אין אונזער פרשה כנ״ל)

- איז)

אין דברי רז״ל אויפן פםוק אין פ׳ תצוה געפינט מען ניט קיין ביאור אין מכילתא וכו׳ פון "לשון תנוך" 19 .

ה.

אין תו״כ שטייט דא: "יכול על תוך ודאי ת״ל על נוך אי על נוך יכול על גובה של אוזן 20

ת״ל תוך נוך הא כיצד זה גדר האמצעי".

טייטשן מפרשים 21 ,

אז דער תו״כ מיינט צו זאגן,

אז ״תנוך״ איז ניט םתם א נאמען פונעם ״גדר האמצעי״ - נאר עם איז: א)

פון לשון ״תוך״ - אינעווייניק; און דאם וואם עם שטייט אויך א "נון",

איז עם ווי א םך אנדערע ווערטער אין לשון הקודש,

וואם שטייען אמאל מיט א נון און אמאל אן א נון 22 .

ב)

פון לשון ״נך״ - ״חומת אנך״ 23

- וואם האט דעם באדייט פון רום 24

וגובה 25

;

און דאם וואם דא שטייט ניט דער אל״ף,

און דארט שטייט ניט דער תי״ו,

געפינט מען,

כנ״ל,

עד״ז אין אנדערע ווערטער בלשון קודש.

- מען געפינט בא מערערע ווערטער בתנ״ך,

אז מען שטעלט צו צום שרש אן אל״ף אדער א תי״ו און עם איז א נאמען פון א זאך,

ווי צום ביישפיל טאקע בא אנך

(לויט פרש״י 26 ),

"ובתבונה" ופרש״י ״מבין דבר כו׳״ 27

ועוד ועוד.

און וויבאלד אז ״תנוך״ האט ביידע טייטשן - ״תוך״ און ״נוך״ - קומט אוים,

אז מיט דעם איז דער פםוק מכוון צום "גדר אמצעי" 28 .

און כדי מען זאל ניט אננעמען אז דער פירוש איז אויך אויםגעהאלטן אין דרך הפשט

- ובפרט אז מען האט שוין פריער געלערנט אין פירוש רש"י 29

אז " האנפה ,

היא די׳ רגזנית ",

ד.

ה.

אז "אנפה"

(מיט א נון)

איז לשון כעם ורוגז,

אזוי ווי ״אף״ לשון רוגז

דאם הייםט,

אז אויך לויט הפי׳ ע״פ פשש״מ פון רש״י איז דא ווערטער וואם שטייען אמאל מיט און אמאל אן א געוויםן אות

(נון)

-

דעריבער זאגט רש״י "ולשון תנוך לא נודע לי",

שולל זיין דעם פירוש,

כנ״ל.

ו.

דער טעם וואם רש״י נעמט ניט אן דעם פירוש: רש״י האלט אז א ווארט וואם שטייט מיט א נון און אן א נון האט יעדער פון זיי,

ע״פ פשש״מ ,

אן אנדער טייטש 30 .

דער הכרח אויף דעם: אויף "וברוח אפיך" 31

איז רש״י מפרש "היוצא משני נחירים של אף דבר הכתוב כביכול בשכינה דוגמת מלך בו״ד כדי להשמיע אוזן הבריות כפי ההוה שיוכלו להבין דבר כשאדם כועם יוצא רוח מנחיריו וכן עלה עשן באפו וכן ומרוח אפו יכלו וזהו שאמר למען שמי אאריך אפי כשזעפו נחה נשימתו ארוכה וכשהוא כועם נשימתו קצרה וכו׳ וכל אף וחרון שבמקרא אני אומר כן כו׳" 32 .

מזה משמע,

אז כאטש ״אך״ קען האבן דעם טייטש פון רוגז וכעם,

ווי אנפה,

איז דאם גלאטיק דאן ווען עם שטייט דערביי ״רוח״ ״עשן״ ״אאריך״

( נשימותי* 32 )

וכיו״ב,

אבער דער ווארט ״אך״ פאר זיך מיינט

(ניט כעם ורוגז,

נאר)

דער אבר האך כפשוטו

(נאז) 33 .

און דערפאר איז ניט גלאטיק אננעמען אין פשש״מ אז ״תנוך״ איז לשון "תוך".

רש״י קען ניט אננעמען אז "תנוך" איז פון לשון ״נוך״ - רום וגובה ווי "חומת אנך״

(נוםך אויך דעם שינוי פון א ת ,

כנ״ל)

- ווייל דער לשון "אנך" גופא מיינט ניט לשון "רום",

נאר דאם איז א ״בדיל״ צו מעםטן די גלייכקייט פון א חומה 34 ,

און די שייכות פון דעם "בדיל" צו ״גובה״ ו״רום״ איז בלויז אין דעם וואם מען לייגט דעם "בדיל" אויך דעם גובה החומה 35

;

און דעריבער איז ניט גלאטיק צו זאגן אז דער טייטש פון "על תנוך" איז ״על גובה ״ - דערפאר וואם דער ווארט "תנוך" איז ענלעך צו תיבת "אנך" - ווייל "אנך" גופא מיינט ניט "גובה"

[ובפרט נאך אז אותיות "תנוך" איז ניט בדומה 36

צו אותיות "אנך" כנ״ל] 37 .

ז.

ע״פ כהנ״ל איז אויך פארשטאנדיק וואם רש״י זאגט דא " והפותרים קורים לו טנדרום"

(ניט ווי אין פ׳ תצוה וואו ער זאגט "שקורין טנרום")

:

דער ענין פון "פותרים" איז ע״ד ווי דער ענין פון פתרון החלום - ווי מען האט געלערנט פריער

(אין חומש בראשית)

אז דער שר המשקים,

האט געזען אין חלום "שלשה שריגים" און יוסף האט אים פותר געווען אז דאם מיינט "שלשת ימים" 38 .

און עד״ז ביי חלום פרעה וועגן די "שבע פרות גו׳" וואם יוסף האט פותר געווען אז דאם מיינט "שבע שנים" 39 .

ד.

ה.

אז פתרון באשטייט אין דעם,

אז כאטש אין חלום האבן זיי ניט געזען קיין "ימים" אדער ״שנים״,

האט יוסף זיי פותר געווען -אויפגעדעקט און אנגעוויזן אויף דעם מכוון פון דעם חלום - די ג׳ ימים און ז׳ שנים.

ד.

ה.

אז "פותרים" געפינען דעם צד השווה פון צוויי זאכן וואם זיינען ניט גלייך.

און דעריבער,

נאך דעם וואם רש״י זאגט ״ולשון תנוך לא נודע לי״ - אז אין פשוטו של מקרא איז ניט מתאים דער פארגלייך פון "תנוך" צו "תוך" און ״נוך״ - איז ער אבער ממשיך,

אז " והפותרים קורים לו טנדרום":

די וואם זיינען "פותר" און גלייכן צו לשונות 40

(וואם לויט זייער דרך הפירוש איז דא א הםברה אויף "לשון תנוך",

מצד דעם דמיון פון "תנוך" צו "תוך" און "נוך"),

זאגן זיי,

אז דאם איז אויך דער טעם וואם דער "לעז" פון "תנוך" איז "טנדרום",

ווייל ביידע ווערטער האבן א ״דמיון״ אין הברה - "טנדרום" האט

(די הברה פון)

א תיו,

נון און ואו

(ע״ד ווי אין ״ תנוך ״)

- און דעריבער איז דער ״ פתרון ״ פון ווארט ״תנוך״ אין ״לעז״ -"טנדרום".

ח.

לכאורה: ווי קען זיין אין פשוטו של מקרא אזא זאך,

אז א ווארט אויף " לעז " אין די צייטן פון רש״י זאל זיין פון דעם זעלבן שורש פון א לשרן־ קודש ווארט אין חומש ?

!

איז יתירה מזו געפינט מען אין פירוש רש״י

(אין פרשת דברים 41 )

: אויף "צידונים יקראו לחרמון שריון והאמורי יקראו לו שניר" זאגט רש״י "הוא שלג בלשון אשכנז ובלשון כנען".

ד.

ה.

אז דער נאמען פון "שלג" אין לשון אשכנז און אין לשון כנען בזמן רש״י איז פון זעלבן אויםשפראך ווי די "אמוריים" וואם "יקראו לו שניר״ - א לשון אין חומש .

[ולהעיר: אויך איצט ווערט "שלג" אנגערופן אין לשון אשכנז

(און אזוי אויך אין ענגליש)

בדומה צו ״שניר״ -״שניי״ ״םנאו״] 42 .

ועד״ז איז דער ווארט "טנדרום" בימי רש״י פון שורש "תנוך" וואם שטייט אין חומש.

ט.

מיינה של תורה שבפרש״י:

ם׳איז מבואר אין קבלה 43

אז די םיבה פון נגעים איז מצד ״הםתלקות אור החכמה,

כי מצורע חשוב כמת וכתיב ימותו ולא בחכמה״.

און חםידות 44

איז דאם מבאר בארוכה ווי דאם איז אין עבודת האדם: מוחין דאימא - בחי׳ בינה,

התבוננות אין גדלות הבורא,

איז מעורר בא דעם מענטשן אן אהבה בבחי׳ רצוא,

ארויסצוגיין פון זיין מציאות און

(וועלן)

נכלל ווערן אין אלקות.

מוחין דאבא,

פון חכמה,

וואס איז העכער פון בינה,

בריינגט ביטול לאלקות בתכלית,

און דאס קומט אין דער תנועה פון "שוב",

ניט אין כלות הנפש,

נאר אין דעם ביטול אין עסק התורה און מעשה המצות למטה.

"נגעים" ווערן מצד "הסתלקות אור החכמה": בשעת עס פעלט דער תכלית שלימות הביטול פון חכמה

(און דורכדעם פעלט דער אראפטראגן זיין רצוא און כלות הנפש אין ״שוב״ - לימוד התורה און קיום המצות),

דעמאלט

(ווען ס׳איז דא נאר די התבוננות מצד מוחין דאימא)

קען דער רצוא געבן אן ארט פאר א יניקה לחיצונים

(ע״ד ווי פון דער התלהבות אין תפלה אליין קען נאכדעם ארויסקומען א הרגש פון ישות וכו׳ ביז א התלהבות בלתי רצוי׳ 45 ).

דעריבער איז דער תיקון פון די נגעים און זייער רפואה דורך א כהן,

וואס כהן איז ממשיך דעם אור החכמה,

און מצד דעם ווערט די טהרה פון די נגעים - עס איז דוחה די יניקת החיצונים

(ווי ס׳איז מבואר בארוכה אין חסידות).

יוד.

אין דער טהרה דורך דעם כהן זיינען פאראן צוויי פרטים 46

: " והובא אל הכהן" און " ויצא הכהן אל מחוץ למחנה".

כדי צו מתקן זיין ענין הנגעים איז ניט גענוג די המשכת אור החכמה כשלעצמה

(" ויצא הכהן גו׳"),

נאר עס מוז

(פריער)

זיין דער ״ והובא אל הכהן״ - דער תיקון אין דעם

(ארט 47

פון די נגעים - אין דעם)

רצוא און כלות הנפש וואס ווערט מצד מוחין דאימא

(בינה),

אז עס זאל זיין מתאים צום ענין ה״שוב"

(וואס קומט מצד בחי׳ כהן - חכמה)

; און צוזאמען מיט

(- נאכן אויפטאן)

דעם תיקון אין דעם "רצוא",

קען

(דערנאך)

זיין "ויצא הכהן גו׳״ - די המשכת אור החכמה אין "מוחין דאימא",

וואס איז מבטל די אפשריות פון נגעים.

און די צוויי פרטים אין דער טהרה זיינען מרומז אין דעם פסוק און אין פרש״י: "ונתן הכהן על תנוך אוזן המטהר הימנית גו׳" ווייזט אויך דער המשכת אור החכמה

("ונתן הכהן")

אין מוחין דאימא - ״אוזן״ - "שמיעה" והתבוננות 48 .

און אויך דעם זאגט רש״י "ולשון תנוך לא נודע לי״ - די טהרה און תיקון אין "תנוך אוזן",

אין מוחין דאימא,

איז "לא נודע " 49 ,

קומט ניט פון זיך אליין דורך דער המשכה פון מוחין דאבא

(דורכן כהן)

[רש״י זאגט דעם לשון "לא נודע " - לשון נפעל "ידיעה" ופעולה וואס איז מאליו וממילא - און ניט "לא ידעתי" וכיו״ב]

נאר עם דארף זיין

(פריער)

דער תיקון אין דעם פגם פון מוחין דאימא - אין בינה עצמה

(ע״ד ווי תשובה דארף זיין באותו מקום 50 ).

און דער תיקון אין מוחין דאימא איז נרמז אין לשון ״והפותרים״ וואם מיינט - ע״ד הנ״ל בפתרון חלומות - אז ם׳זיינען דא צוויי זאכן וואם אויםערלעך זעען זיי אוים צו זיין ענינים שונים,

און דער פתרון איז וואם מ׳איז מגלה און מפרש דעם תוכן פנימי וואם איז זיי מקשר ומאחד.

אין עבודת האדם בנדו״ד מיינט עם:

מ׳איז פותר די מוחין דאימא,

די התלהבות און רצוא וואם קומט ארוים פון בינה,

אז עם זאל זיין ווי עם מאנט זיך לויט דער כוונה פנימית.

און דערנאך ווערט נמשך דער אור החכמה אין דעם תנוך,

ביז אויך "על בוהן ידו גו׳ ועל בוהן רגלו״ - אין קיום המצות במעשה,

ביד ורגל 51 ,

וואם דעמאלט ווערט בטל דער ענין פון נגעים און "וכפר עליו הכהן וטהר" 52 .

(משיחת ש״פ מצורע תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.