B"H
🏡

Ikar

תזריע ג

א.

פון פסוק 1

„כל ימי אשר הנגע בו יטמא גו’ בדד ישב מחוץ למחנה מושבו”,

לערנט מען אָפּ 2 ,

אַז אויך דער „מושב”,

וואו דער מצורע געפינט זיך איז טמא.

ווען אַ מצורע גייט אַריין לבית חבירו - זאָגט די משנה 3

: „כלים מיד טמאין ר’ יהודה אומר אם שהה כדי הדלקת הנר”.

זיינען מפרשים 4

מסביר דעת ר’ יהודה,

אַז ער רעדט אין אַ פאַל ווען דער מצורע איז אַריין לבית חבירו אָן רשות 5

- וואָרום ווען ער גייט אַריין צו אים מיט רשות

(פונעם בעה”ב)

איז אויך ר’ יהודה מודה אַז יענעמס בית ווערט „מושבו” מיד

(ובמילא „מיד טמאים”)

-

דעריבער גיט מען צייט

(„כדי הדלקת הנר”)

אַז דער בעה”ב זאָל דערווייל קענען אַרויסשיקן דעם מצורע פון שטוב; אויב אָבער ער פאַרזאַמט זיך דאָרט ביז דעם שיעור „ולא אפקי’”,

ווערט עס דאַן דער „מושב” פון מצורע

(ווייל דאָס הייסט אַז ער איז דאָרט מיט דעם רשות פון בעה”ב)

און די כלים שבבית ווערן טמא.

און דער טעם פאַרוואָס מ’גיט אים דעם שיעור זמן „כדי הדלקת הנר” -ווייל עס קען זיין אַז דער בעה”ב איז טרוד אין הדלקת הנר און צוליב דעם שיקט ער ניט אַרויס דעם מצורע פון בית

(און דער מצורע געפינט זיך דאָרט שלא ברשותו)

און דערפאַר וואָרט מען ביזן שיעור פון „כדי הדלקת הנר”.

ב.

אין תורה איז דאָך אַלץ בתכלית הדיוק.

און דערפון וואָס פון צווישן פאַרשידענע זאַכן מיט וועלכע אַ בעה”ב קען זיין טרוד,

קלייבט אויס די משנה דוקא די טרדא פון „הדלקת הנר”

- ובפרט אַז דאָ ווערט ניט געמיינט הדלקת הנר בפועל,

ווי ס’איז מפורש אין פירוש הרא”ש „ופעמים שאדם טרוד בהדלקת הנר או בתשמיש אחר ”; נאָכמער: די צייט פון הדלקת הנר איז שכיח נאָר ווען ס’איז פינסטער,

און דער שיעור „כדי הדלקת הנר” איז אויך ווען אַ מצורע גייט אַריין בבית חבירו בייטאָג

(ווי מפרשים 6

זאָגן צוליבן טעם פון „לא פלוג”)

-

איז דערפון מובן,

אַז עס איז פאַראַן אַ שייכות צווישן דעם ענין פון „הדלקת הנר” מיט דעם וואָס די משנה זאָגט דאָ,

אַז ביז דעם שיעור ווערן די כלים שבבית ניט טמא.

איז מבאר דערויף דער טאַטע אין זיינע הערות 7

אויף דער משנה הנ”ל: „בית” איז ספירת המלכות,

און סיבת טומאת מצורע איז „מצד הסתלקות אור החכמה”

[וואָס דערפאַר איז מצורע חשוב כמת 8 ,

ווייל „החכמה 9

תחי’”] 10 .

און דעריבער,

כל זמן דער בעה”ב איז טרוד מיט הדלקת הנר - וואָס „הדלקת הנר הוא המשכת אור החכמה” - דערלאָזט עס ניט אַז די טומאת המצורע זאָל זיך מתפשט זיין אין בית 11 .

און ע”ד ווי טהרת המצורע איז דורך אַ כהן דוקא -„והובא אל הכהן ויצא הכהן גו’” 12

-ווייל אַ כהן איז דער וואָס איז ממשיך דעם אור החכמה,

כמבואר אין לקו”ת 13 .

ג.

אויף דעם וואָס דער מצורע איז מטמא דוקא נאָכן שיעור „כדי הדלקת הנר” שטעלט זיך די שאלה: אפי’ אויב דער בעה”ב איז פאַרנומען אין הדלקת הנר,

איז די טרדא ניט אַזוי גרויס אַז ער זאָל בשעת מעשה גופא ניט קענען הייסן דעם מצורע אַרויסגיין פון זיין בית?

און מ’פאַרענטפערט 14 ,

אַז דער שיעור „כדי הדלקת הנר” רעדט וועגן „הדלקת הנר דבי שמשי” 15

- הדלקת נרות שבת קודש - און דערפאַר קען ער ניט מפסיק זיין אויף צו הייסן דעם מצורע אַרויסגיין פון שטוב; און וויבאַלד אַז ביי „בי שמשי” פאָדערט זיך דער שיעור,

איז אויך ביי די אַנדערע טעג פון וואָך נקבע געוואָרן דער שיעור „כדי הדלקת הנר” מצד „לא פלוג”.

און לויט ווי דער טאַטע איז אין דעם מבאר - אַז דער טעם השיעור פון „כדי הדלקת הנר” איז ווייל „הדלקת הנר” דערלאָזט ניט די טומאת המצורע -דאַרף אויסקומען,

אַז דער כח אויף ניט דערלאָזן טומאת מצורע איז בעיקר מצד „הדלקת הנר דבי שמשי ”,

וויבאַלד אַז דער עיקר־שיעור נעמט זיך פון דער הדלקה.

דער ביאור אין דעם: די משנה רעדט ניט וועגן טומאת המצורע פאַר זיך,

נאָר וועגן דער טומאת המצורע וואָס ווערט נתפשט אין בית - און דעריבער איז דאָס בעיקר פאַרבונדן מיט הדלקת נרות „דבי שמשי”,

היות אַז די נרות שבת קודש טיילן זיך אויס פון אַנדערע נרות דערמיט וואָס ענינם איז - שלום בית 16

: זיי באַלייכטן דעם בית „שלא יכשל בעץ או באבן” 17 ,

זיי פאַרהיטן אַז אין בית זאָלן ניט זיין קיינע מאורעות בלתי רצויים.

און דעריבער טוען אויף די נרות אין בית אויך דאָס אַז די טומאה זאָל ניט נתפשט ווערן אין בית.

ד.

מען קען אָבער אין דעם פרעגן: דער שלום בית על ידי נר שבת ווערט אויפגעטאָן דורך דער גשמיות’דיקער ליכטיקייט - ולכאורה יעדער אָנגעצונדענער נר,

אויך ווען ער איז ניט קיין נר מצוה באַלייכט דעם בית „שלא יכשל בעץ או באבן” און ברענגט דורך דעם צו שלום בית - היינט אין וואָס באַשטייט דער יתרון פון „הדה”נ דבי שמשי”,

וואָס דוקא די הדלקה ווערט דער עיקר אין ניט דערלאָזן אַז אין בית זאָל זיין

(היפך השלום - און דערפאַר אויך ניט)

התפשטות הטומאה?

- איז אָבער דער אמת ניט אַזוי: סתם ליכטיקייט,

ניט זייענדיק פאַרבונדן מיט „נר מצוה” 18 ,

איז ניט

(תמיד)

זיכער אַז דאָס וועט זיין אַ סיבה צו שלום; עס קען אַמאָל זיין להיפך: אין דער ליכטיקייט דערזעט מען אַמאָל אַ מענטשן

(אָדער אַ תנועה און אַ שטריך אין אַ מענטשן)

וואָס מ’קען ניט פאַרליידן,

אַזוי אַז די ליכטיקייט קען גאָר אַרויסרופן דעם היפך פון שלום.

דוקא די אמת’ע ליכטיקייט,

די ליכט פון „נר מצוה ותורה אור” 18 ,

וואָס „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם” 19

- איז זי די אמת’ע און זיכערע סיבה וואָס ברענגט צו

(אחדות און)

שלום,

שלום בית.

ה.

דאָס אַלץ איז אַ הסבר אויף דער שייכות פון נרות שבת קודש מיט דעם ענין פון ניט דערלאָזן התפשטות פון יעדער טומאה אין בית.

פון דעם אָבער וואָס דער שיעור „כדי הדלקת הנר” ווערט געבראַכט לגבי טומאת מצורע ,

איז פאַרשטאַנדיק,

אַז פאַרהיטונג פון דער טומאה חמורה האָט אַ שייכות מיוחדת מיט נרות שבת קודש.

בפשטות קען מען זאָגן: איינע פון די סיבות פון צרעת איז לשון הרע 20 ,

אַן ענין פון פירוד הלבבות,

דערפאַר איז תיקונו דוקא דורך נרות שבת קודש וואָס ענינם איז שלום בית,

כנ”ל.

דער ביאור בפנימיות הענינים,

וועט מען פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס חז”ל 21

זאָגן: „הרגיל בנר הויין לי’ בנים תלמידי חכמים”.

טייטשט רש”י: „דכתיב 18

כי נר מצוה ותורה אור על ידי נר מצוה דשבת וחנוכה בא אור דתורה”.

פון דעם איז מובן,

אַז כאָטש „נר מצוה” מיינט יעדער מצוה - ווייל דורך יעדער מצוה וואָס אַ איד טוט ווערט ליכטיק ביי אים און אין דער וועלט אַרום אים - פונדעסטוועגן איז אין דעם פרט פאַראַן אַ יתרון אין די מצוות וואָס זיינען אויך אין גשמיות פאַרבונדן מיט אַ נר,

וואָרום אין זיי דריקט זיך מער אויס דער ענין פון „נר מצוה”:

ביי אַנדערע מצוות,

וויבאַלד דער „ נר מצוה” איז בלויז אַ רוחניות’דיקע ליכטיקייט,

האָט עס ניט קיין ווירקונג בגלוי אויף דער גשמיות פון וועלט; משא”כ ביי די מצוות,

וויבאַלד זייער „נר מצוה” איז פאַרבונדן מיט אַן אור פון אַ נר גשמי ,

דעריבער איז די פעולה פון דער רוחניות’דיקער ליכטיקייט

(„נר מצוה”)

אין אַן אופן אַז זי קומט בגילוי אין גשמיות העולם.

ו.

דערמיט וועט זיין פאַרשטאַנדיק וואָס די גמרא 22

זאָגט וועגן דעם נר מערבי אין ביהמ”ק - „עדות היא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל”

(מצד דעם נס וואָס איז געשען ביים נר מערבי - „ממנה הי’ מדליק ובה הי’ מסיים”).

לכאו’ איז ניט פאַרשטאַנדיק: אין ביהמ”ק זיינען דאָך געשען אַ סאַך נסים,

ווי די משנה 23

זאָגט „עשרה נסים נעשו לאבותינו בבית המקדש”,

היינט פאַרוואָס איז דער נס פון נר מערבי אויסגעטיילט פון אַלע נסים וואָס דוקא ער איז געווען אַן עדות „שהשכינה שורה בישראל”?

נאָכמער: דער מקום המנורה איז אין היכל,

און דאָרט גופא - ניט אין אולם,

נאָר - אין דעם אָרט וואָס הייסט „קודש” 24 ,

וואו ניט יעדער האָט געקענט אַריינגיין; דאַקעגן פון די „עשרה נסים” זיינען געווען אַ טייל און שטענדיג „בעזרה”

[און צווישן זיי אויך אַזעלכע וואָס האָבן פּאַסירט אין ירושלים מחוץ לעזרה]

און אַזוי אַרום זיינען זיי געווען מער „ידועים לכל” 25

- היינט ווי זאָגט מען אַז דוקא דער נס פון נר מערבי וואָס איז געווען „ בתוך הקודש ” האָט עדות געזאָגט „ לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל”?

איז דער ביאור אין דעם,

כנ”ל: וויבאַלד די ג־טליכע ליכטיקייט פון דעם נר מערבי איז אַראָפּגעקומען אויך אין גשמיות’דיקער ליכטיקייט,

האָט זי דעריבער געהאַט אַ שטאַרקערע ווירקונג אין באַלייכטען די גשמיות’דיקע וועלט ווי עס האָבן געהאַט די אַנדערע ענינים

(און נסים)

אין ביהמ”ק.

און דערפאַר האָט דוקא דער נס באַאיינפלוסט

(„ עדות ”)

די „באי עולם ” זיי זאָלן אַנערקענען שהשכינה שורה בישראל.

און עפי”ז איז אויך מובן,

אַז עס איז פאַראַן אַ מעלה מיוחדת אין נרות שבת קודש:

אויף גאַנץ תורה זאָגט מען 19

„כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם” -אַז דורך „כל התורה” ווערט אויפגעטאָן „שלום בעולם”,

אָבער דאָס איז

(בעיקר)

אַ שלום ברוחניות; משא”כ ביי נרות שבת קודש,

וואו דער שלום וואָס ווערט דורך זיי אויפגעטאָן זאָגט זיך אַרויס

(אויך)

אין שלום בית כפשוטו - איז דאָס גופא אַ באַווייז,

אַז ביי דער מצוה איז דער „שלום בעולם” מיט מער תוקף.

[ולהעיר אַז דער מאמר „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם” ווערט געבראַכט אין רמב”ם 26

בהמשך צום ענין פון שלום בית וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך נרות שבת].

ז.

די הסברה אין דעם:

איינער פון די פירושים אין „כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם” איז: די אמת’ע מציאות פון וועלט איז -ג־טליכקייט.

ווי דער אַלטער רבי איז מבאר באריכות אין תניא 27 ,

אַז דאָס וואָס די וועלט האָט אַ קיום איז עס דורך דעם וואָס דער אויבערשטער באַשאַפט זי שטענדיק בכל רגע ורגע מאין ליש.

נאָר היות אַז דער כח אלקי ווירקט אין וועלט אין אַ פאַרבאָרגענעם אופן,

דערפאַר זעט זיך אָן די וועלט ווי אַ מציאות פאַר זיך,

ביז מען קען מיינען אַז „בירה זו בלא מנהיג” 28

ח”ו.

און אין דעם באַשטייט דער אויפטו און תכלית פון „נר מצוה ותורה אור”,

אַז דורך דעם וואָס מען לערנט תורה און מען איז מקיים מצוות,

ווערט באַלויכטן די מציאות פון וועלט - אין דער דוגמא פון „הציץ עליו בעל הבירה” 28

- און מען דערזעט דעם אמת,

אַז יש מנהיג לבירה זו,

ביז מען דערזעט אַז „אין עוד מלבדו”.

און דאָס איז דער דיוק פון „התורה ניתנה לעשות שלום בעולם”: דאָס וואָס תורה איז „ניתנה” 29 ,

זי איז געגעבן געוואָרן

(דאָ למטה אין עוה”ז),

איז עס בכדי „לעשות שלום בעולם” - דורך מאַכן שלום צווישן דעם עולם מיטן אויבערשטן; מ’זאָל דערזעהן ווי עולם איז ניט מנגד צו אלקות,

און נאָך מער - זיין תכלית איז צו זיין אַ דירה לו ית’ דורך דער תורה ועבודה פון אידן.

ח.

דערמיט איז מובן אַז אין דעם באַשטייט אויך די מעלה מיוחדת פון נרות שבת קודש - וואָס ביי זיי איז דער ענין פון „שלום בעולם” מיט מער תוקף

(כנ”ל ס”ו)

- אַז דער ענין פון „שלום בעולם”,

דערזעהן אַז די אמיתית המציאות פון וועלט איז אלקות,

ווערט דורך נרות ש”ק אויפגעטאָן נאָכמער ווי דורך אַנדערע מצוות

[ווי עס שטייט אין זהר 30

: „כי נר מצוה,

מאי נר מצוה דא ..

נר דשבת”; אין נרות שבת קודש איז דער ענין פון „נר מצוה” - באַלייכטן די וועלט - מיט מער תוקף לגבי אַנדערע מצוות,

אפילו די וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַ נר גשמי]

וי”ל,

אַז דאָס איז דער טעם פנימי וואָס ביים ענין פון „שלום בית”,

וואָס נר שבת טוט אויף,

שטייט 17

דער לשון „שלא יכשל בעץ או באבן”.

וואָס איז דער דיוק „עץ” או „אבן”?

- נאָר דערמיט איז מען מרמז צום פסוק 31

„אומרים לעץ אבי אתה ולאבן את ילדתני”,

אַז פון דעם עץ או אבן ווערט געמאַכט אַן עבודה זרה רח”ל.

און דאָס איז דער אויפטו פון נרות שבת קודש - „ שלא יכשל בעץ או באבן”: די מציאות פון עץ און אבן מצד עצמם

(איידער זיי ווערן באַלויכטן דורך נרות שבת)

קען אַמאָל מכשיל זיין ח”ו מען זאָל מיינען אַז זיי

(דער עץ או אבן)

האָבן ח”ו אַן אייגענע מציאות,

אַן אייגענעם כח,

ביז צו אָנרופן דעם עץ - „אבי”,

און דעם אבן - „את ילדתני”

(א מציאות פון ע”ז רח”ל)

;

דורך דער ליכטיקייט פון נרות שבת קודש,

וואָס זייער „נר מצוה” און

(פעולה פון)

„שלום בעולם” ווירקן באופן גלוי אויף גשמיות העולם,

ווערט באַוואָרנט „שלא יכשל בעץ או באבן”,

וואָרום דורך זיי דערזעט מען אַז דער עץ און אבן

(ווי יעדער מציאות שבעולם)

ווערט אָנגעפירט פון דעם בעל הבירה און אַז זיי גופא דאַרפן אויסגענוצט ווערן אויף ענינים פון קדושה.

ט.

ע”פ כהנ”ל איז אויך מובן דער קשר מיוחד צווישן די טהרה פון טומאת מצורע און נרות שבת קודש:

טומאת מצורע איז דאָך פון די טומאות הכי חמורות,

וואָס דערפאַר איז ביי אַ מצורע דער דין „בדד ישב מחוץ למחנה מושבו”: ער ווערט אַרויסגעשיקט מחוץ לג’ מחנות 32 ,

און אין דעם גופא - „ בדד ישב”,

שלא יהו טמאין אחרין יושבין עמו* 32

- דער אָרט פון אַ מצורע איז אפי’ מחוץ למחנה פון אַנדערע טמאים ,

ד.

ה.

ער איז אינגאַנצן אַרויס פון מחנה דקדושה.

און דער טעם הדבר איז,

ווייל אויך דער חטא וואָס ברענגט צו צרעת -לשון הרע - איז זייער האַרב דערמיט וואָס ער דערפירט

(בלשון הרמב”ם 33 )

„לדבר באלקים וכופרין בעיקר”,

וואָס דורך דעם ווערט מען רח”ל אינגאַנצן אָפּגעריסן פון דעם אויבערשטן 34 .

און דעריבער,

כדי ניט צו דערלאָזן די התפשטות פון אַזאַ טומאה,

איז עס דוקא דורך נרות שבת קודש - ווייל זיי האָבן אַ שטאַרקערע ווירקונג אויף גשמיות העולם,

ביז אַז דוקא זיי באַוואָרענען „שלא יכשל בעץ או באבן” - אַן ענין פון ע”ז רח”ל

(כנ”ל בארוכה)

- און דערפאַר דערלאָזן זיי ניט די טומאה פון מצורע וואָס איז פאַרבונדן מיט „לדבר באלקים וכופרין בעיקר”.

יוד.

לויט ווי דער טאַטע איז מבאר אין זיינע הערות,

אַז דער ענין פון הדלקת הנר איז ע”ד טהרת המצורע דורכ’ן כהן

(כנ”ל ס”ב),

איז דאָס אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו: דער כח פון נרות שבת קודש איז ניט נאָר אין דעם וואָס זיי זיינען מעכב די התפשטות פון טומאת המצורע,

נאָר נאָכמער,

זיי האָבן בכח צו מאַכן אַז די כלים בלייבען טהור

(פון טומאת המצורע)

;

ובדוגמא שלהם - טהרה ע”י הכהן - ווערט ע”ד פון אתהפכא חשוכא לנהורא 35 ,

„זדונות נעשות לו כזכיות” 36

- אַז פון דעם „בדד ישב וגו’” וואָס ווייזט אויף תכלית הירידה

(כנ”ל ס”ט),

ווערט „בדד ישב” למעליותא 37

- „הן עם לבדד ישכון גו’” 38 ,

„בטח בדד עין יעקב גו’” 39

- וואָס איז תכלית הברכה.

און אַזוי איז אויך בהנוגע צו דעם חושך הגלות 40 ,

ובפרט דער חושך כפול ומכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא,

אַז דורך דעם „אור” פון נרות שבת קודש וועט מען באַלייכטן דעם חושך הגלות און מבטל זיין עם און נאָך מער - מען קומט לגאולה ובנין ביהמ”ק ו„מראה לכם נרות של ציון” 41 ,

און עס ווערט „והי’ לך ה’ לאור עולם” 42 ,

ביז אַז דער חושך הגלות עצמו וועט נתהפך ווערן לאור - „ולילה כיום יאיר” 43 .

יא.

פון כהנ”ל איז פאַרשטאַנדיק,

אַז אינעם איצטיקן זמן ווען דער חושך פון וועלט איז אַזוי גרויס און געדיכט,

איז ספּעציעל וויכטיג אַז יעדע אידישע טאָכטער

(אויך פון קרייזן וואו די טעכטער פלעגן ביז איצט אָנהייבן בענטשן ליכט נאָך זייער חתונה און ביז דאַן יוצא געווען מיט דער מוטערס ליכט־בענטשן),

גלייך ווי הגיעה לחינוך

(אַז מען קען איר מסביר זיין די באַדייטונג פון נרות שבת ויום טוב 44 ),

זאָל אַליין בענטשן ליכט 45 .

און די ליכטיקייט פון נר שבת,

מיט דער ברכה וואָס זי וועט מאַכן אויף דעם,

וועט באַלייכטן איר לעבן,

אַז זי וועט וויסן און געדענקען

(ווי זי זאָגט אין דער ברכה)

אַז דער אויבערשטער איז דער „מלך העולם”; און עס קומט צו אין דער זיכערקייט אַז בשעת זי וועט האַלטן ביי חתונה האָבן וועט באַ איר זיין „הוי’ לך לאור עולם ”,

זי וועט אַלס עקרת הבית - בויען און איינשטעלן איר הויז לויט דעם רצון הוי’,

על יסודי התורה והמצוה.

יב.

נאָך אַ טעם אויף נויטיקייט פון ליכט־צינדן פאַר אַלע בנות ישראל:

ווי דערמאָנט פריער

(ס”ה),

איז מען דורך נר שבת זוכה צו קינדער

[און איידעמס 46 ]

תלמידי חכמים.

ובכן: אַמאָליקע יאָרן,

ווען ס’איז געווען דער סדר אַז די עלטערן האָבן באַשלאָסן וועגן אַ שידוך פאַר דער טאָכטער -איז במילא אויך דער עיקר 47

דער זכות פון דער מוטער’ס נר שבת,

אַז איר טאָכטער זאָל חתונה האָבן פאַר אַ תלמיד חכם;

היינטיקע צייטן,

ווען מצד פאַרשידענע סיבות איז דער בפועל - צי מ’וויל יע אָדער ניט - אַז ביי אַ שידוך פאַר זיך באַשליסט בעיקר די טאָכטער,

פאָדערט זיך נאָכמער אַז זי אַליין זאָל בענטשן ליכט,

און דער „נר מצוה” וואָס זי וועט צינדן וועט איר געבן דעם זכות זי זאָל חתונה האָבן פאַר אַ תלמיד חכם 48 .

און היינטיקע צייטן - וואָס אפי’ אין פרומע הייזער איז מען ניט אַלעמאָל זיכער אַז די עלטערן וועלן האָבן אַ דעה מחלטת ביי דער טאָכטער ווען זי וועט עלטער ווערן - דאַרף מען זיך באַמיען און משתדל זיין זיך ביותר אַז אַזוי פרי ווי מעגליך,

ד.

ה.

ווי נאָר זי דערגרייכט דעם גיל החינוך פון הדלקת נר שבת קודש,

זאָל זי אָנהויבן בענטשן ליכט בכל ערב שבת וערב יו”ט,

וואָס דאָס פאַרשטאַרקט אויך די פאַרזיכערונג פון תורה,

אַז מען וועט זי מגדל זיין „לתורה 49

ולחופה ולמעשים טובים” 50 ,

און זי וועט חתונה האָבן פאַר אַ תלמיד חכם.

(משיחות ש”פ מצורע תשל”ו,

ש”פ האזינו תשל”ה)

Reader controls and commentary are loading.