B"H
🏡

Ikar

תזריע ב

א.

בנוגע אַ יולדת וואָס איז מחויב ברענגען „כבש גו' לעולה" און „בן יונה או תור לחטאת ..

ואם לא תמצא ידה די שה ולקחה שתי תורים או שני בני יונה אחד לעולה ואחד לחטאת" 1 ,

זאָגט די משנה בסוף מס' קנים:

„האשה שאמרה הרי עלי קן כשאלד זכר

(זי האָט מנדר געווען צו ברענגען א ַקרבן נוסף אויף דעם וואָס די תורה האָט מחייב געווען צו ברענגען „אחד לעולה ואחד לחטאת"),

ילדה זכר מביאה שתי קנים אחת לנדרה ואחת לחובתה,

נתנתן לכהן הכהן צריך לעשות ג' פרידים מלמעלן ואחת מלמטן

(וואָרום די צוויי עופות פון איר נדר זיינען ביידע עולות און אויך איין עוף פונעם קן לחובתה איז אַן עולה

(וכנ"ל: „אחד לעולה ואחת לחטאת")

– און דער דין איז אַז „חטאת העוף נעשית למטה און עולת העוף נעשית למעלה",

ווי די משנה זאָגט בתחלת המס').

דערנאָך איז די משנה מוסיף ומפרט די דינים ווען עס ווערן טעויות וספיקות וואָס די יולדת האָט גענומען אויף זיך און צי דער כהן האָט זיי מקריב געווען כהלכה,

און איז מסיים מיט דעם גרעסטן צאָל ספיקות – אַז זי האָט גענומען אויף זיך בריינגען משני מינים און מען ווייס ניט ווי דער כהן האָט זיי מקריב געווען איז דאַמאָלס „צריכה להביא עוד ארבעה פרידים לנדרה ושתים לחובתה וחטאת אחת.

בן עזאי אומר שתי חטאות".

ווייטער איז די משנה ממשיך „אמר רבי יהושע זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה.

כיצד קולו שבעה ב' קרניו לשתי חצוצרות שתי שוקין לשני חלילין עורו לתוף מעיו לנבלים בני מעיו לכינורות וי"א אף צמרו לתכלת".

זיינען מפרשים 2

מבאר דעם פשט אין דברי ר"י „ זהו שאמרו כשהוא חי כו'": כשם ווי באַ אַ כבש 3 ,

אַז דוקא דורך דעם וואָס אין אים איז פאָרגעקומען אַ קלקול

(„מת")

ווערט נתרבה קולו

(„נתרבו בו המצות" 4 )

– שבעה,

אָדער שמונה לויט די י"א – עד"ז איז בנדון הקנים ביי אַ יולדת,

אַז מתחלה האָט זי בלויז געדאַרפט ברענגען „קן לנדרה וקן לחובתה" 5 ,

און דוקא צוליב די טעויות וספיקות 6 ,

„אינה יודעת מה קבעה ואין יודע הכהן מה הקריב" 7 ,

דאַרף זי ברענגען זיבן אָדער אַכט

(לדעת בן עזאי)

קרבנות.

ב.

לפירוש הנ"ל אָבער דאַרף מען פאַרשטיין:

א)

אויף דעם ענין,

אַז מלכתחילה איז געווען מער ניט ווי איין זאַך און דוקא דורך קלקול וכיו"ב ווערן זיבן זאַכן,

קען מען געבן כו"כ דוגמאות,

ווי למשל אַ דוגמא פשוטה פון נכסים,

וואָס גייען איבער בירושה פון דעם פאָטער צו זיבן אָדער אַכט יורשים: כל זמן דער מוריש לעבט געהערן די נכסים צו איין מענטש; וכשהוא מת און די קינדער ירש'נען די נכסים,

געהערן די נכסים צו זיבן אָדער אַכט מענטשן ובמילא קומט אין דעם צו ריבוי,

און אויך אין מצות

(„נתרבו בו המצות")

אַ באַזונדער חיוב מצות פאה בכורים וכו' אויף יעדער חלק השדה וואָס איז פאַנאַנדערגעטיילט געוואָרן צו יעדן באַזונדער,

בדוגמא ווי דער ריבוי קרבנות באַ דער יולדת.

פון דעם וואָס ר"י ברענגט דוקא די דוגמא,

איז מובן,

אַז אין דער דוגמא איז דאָ אַ תוכן וואָס איז מתאים ביותר לנדו"ד מער ווי אַנדערע דוגמאות 8 .

וצריך להבין וואָס איז דער תוכן.

[ואין לומר,

אַז די משנה ברענגט ניט די דוגמא פון ירושה ווייל ביי קנים איז ניטאָ קיין שינוי אין די קרבנות וואָס זי האָט פריער געדאַרפט ברענגען,

זי איז נאָר מוסיף עליהם,

משא"כ באַ ירושה איז דער מוריש בטל – וואָרום אויך באַ כבש איז בטל דער קול פון דעם כבש בעת ער האָט געלעבט].

ב)

ווען מ'ברענגט אַ דוגמא און אַ משל איז דאָס בכדי עס זאָל צוקומען אין הבנת הדבר – ובפרט בנדו"ד,

ווי דער רמב"ם זאָגט אַז „מפני שהי' הענין זר" דערפאַר ברענגט ר"י דעם משל „שהוא דומה למה שאמר כבש" 9

– איז ניט מובן: וואָס פאַר אַ תוס' הבנה קומט צו אין דעם ענין דורך דעם וואָס מ'זאָגט אַז „זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכו'"?

ג)

פון פשטות לשון ר"י „ זהו שאמרו ",

און ניט „כמו שאמרו",

„למה הדבר דומה",

וכיו"ב,

איז משמע אַז ער איז דערמיט ניט

(נאָר)

מבאר דעם ענין פון קנים שבמשנה,

נאָר

(אויך – ו)

אדרבה – מיט דעם דין אין קנים ווערט מוסבר „מה שאמרו כשהוא חי קולו אחד כו'".

ולכאורה דער ענין פון „כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" איז אַן איינפאַכער ענין טבעי און מ'דאַרף אויף דעם קיין הסברה ניט האָבן.

אויך: אפילו ווען דער מאמר „כשהוא חי כו'" וואָלט געפאָדערט הסברה – איז ניט ענינה פון אַ משנה

(אָדער – תורה בכלל)

צו זאָגן אַ ביאור אויף אַ מאמר העולם! 10

מוז מען זאָגן,

אַז מיט „כשהוא חי וכו'" מיינט ר"י

(ניט סתם זאָגן אַ משל פון אַ מאמר העולם,

נאָר)

אַן ענין וואָס איז נוגע לדין והלכה ; און דאָס מיינט די משנה „ זהו שאמרו כו'",

אַז דער ביאור אין דער הלכה וואָס קומט אַרויס פון דעם מאמר „כשהוא חי כו'" נעמט מען אַרויס פון דעם דין אין אונזער משנה בנוגע די קרבנות וואָס די יולדת ברענגט.

ג.

ווייטער איז די משנה 11

ממשיך: ר"ש בן עקשיא אומר זקני עם הארץ כל זמן שהם מזקינים דעתן מיטרפת עליהם שנאמר 12

מסיר שפה לנאמנים וטעם זקנים יקח אבל זקני תורה אינו כן אלא כל זמן שהם מזקינים דעתם מתישבת עליהם שנאמר 13

בישישים חכמה ואורך ימים תבונה".

און די שייכות להקודמו,

„דכשם שהוא מת קולו שבעה,

כך זקני תורה כל זמן שמזקינים ובאים לידי תשות כח הן מוסיפים חכמה" 14 .

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א)

וואָס איז דאָ בכלל נוגע דער ענין פון „זקני ע"ה כל זמן שמזקינים כו'".

ב)

מאי קמ"ל – עס איז די סברא פשוטה וראשונה אַז תשות כח בריינגט תשות חכמה.

ג)

ויתרה מזה – זי איז היפך כוונת המדובר 15

במשנה בסמיכות לזה

(צו מדגיש זיין אַז דוקא דורך זקנה,

ווען „באים לידי תשות כח",

קומט צו אין חכמה).

ד)

עכ"פ האָט ער דאָס געדאַרפט זאָגן לאחרי פון דעם חידוש אין דער בבא פון זקני תורה

(אַז אע"פ וואָס באַ זיי איז נתוסף ביישוב דעתם – איז הפכו באַ זקני ע"ה).

ד.

די נקודת הביאור בכל זה:

פון דעם דין פון קנים קומט אַרויס אַ חידוש ענין: בעצם ליגט אויף אַ יולדת א ַחיוב קן אחד,

„אחד לעולה ואחד לחטאת",

ובנדו"ד ליגט אויף איר אויך דער חיוב נדרה,

שתי פרידות לעולה.

און מצד די טעות'ן און ספיקות וואָס ווערן געשאַפן באַ דער אשה און באַ דעם כהן קומט אַרויס אַ חיוב פון כו"כ קרבנות ביז צו שבעה,

אָדער שמונה.

מען איז מחייב ברענגען קרבנות נוספים צו מקריב זיין בביהמ"ק,

בשעת עס קען זיין אַז זי איז אין זיי ניט מחוייב,

און די קרבנות וואָס אין זיי איז זי יע מחויב האָט מען שוין מקריב געווען 16

און זי איז שוין נתכפר געוואָרן און יוצא געווען 17

כל החיוב שלה

(והשאר – חולין בעזרה 18 )?

בשלמא חטאת העוף וואָס קומט אויף אַ ספק,

ביי אַ ספק יולדת וכיו"ב,

י"ל,

כפשטות הלימוד אין גמרא 19

אַז די תורה 20

האָט מחדש געווען,

אַז אפילו אויף אַ ספק אויב נטמאה 21

איז זי אויך חייב אַ קרבן לכפרה 22

(וואָס איז איר מתיר לאכול בקדשים 23 ),

בדוגמא ווי אַן אשם תלוי 24 ,

וואָס די תורה האָט מחייב געווען ברענגען בשעת ס'איז אַ ספק אם חטא,

„וזהו הנקרא אשם תלוי שהוא מכפר על הספק ותולה לו עד שיודע לו בודאי שחטא בשגגה 25

כו'".

אָבער בנדו"ד 26

איז דאָך דער חיוב מתחלה אַ וודאות'דיקער,

און דער ספק קומט צו דערנאָך וע"י האשה והכהן – צי זי האָט משלים געווען איר הוספה אויף דעם חיוב ונתכפר לה 27 .

אויך – וואָס פאַר אַ גדר האָבן די זיבן אָדער אַכט קרבנות,

בשעת די סיבה פון זייער הקרבה איז אַ ספק של האשה או הכהן.

אויף דעם זאָגט ר"י 28

„זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" ולכאורה איז דאָס תרתי דסתרי: די שבעה קולות זיינען „שתי קרניו שתי חצוצרות כו'",

וואָס זיי זיינען קולות פון קרניים,

שוקים כו' וואָס האָבן ניט קיין שייכות צום „קולו" פון כבש – ואעפ"כ „אמרו כשהוא מת קולו שבעה",

ע"י מיתת הכבש ווערט בטל דער „קולו אחד" און ס'ווערן נייע קולות בקרניים כו',

אָבער אמרו אַז זיי אַלע זיינען „קולו" פון דעם כבש.

דערמיט איז מבואר דער גדר פון די קרבנות

(אַז חאָטש די סיבה פון די קרבנות זיינען ספיקות וואָס זיינען געשאַפן געוואָרן לאחרי אירע

(ערשטע)

קרבנות חובה,

זיינען אויך די קרבנות

(בדוגמת)

„קולו"),

זיי האָבן אויף זיך אַ גדר חובה 29

וכו',

פּונקט 30

ווי די ערשטע קרבנות אירע 31 .

ה.

אַז סיבת הקרבן איז נאָר מצד הספק,

היינט ווי אַזוי ווערט דער קרבן אַ חיוב גלייך ווי איר קרבן חובה – געפינט מען כמה דוגמאות,

אַז אַ מסובב באַקומט מער תוקף ווי זיין סיבה 32 .

ומהם:

א)

באַ דיני סוכה,

נסרים 33

וואָס רחבן ארבעה און „הפכן על צדיהן שאין בהם ארבעה" 34

איז דער דין 35

אַז אויך דעמאָלט איז דאָס פסול,

„דכיון דיש שם פסול עליהן נעשו כשפודין של מתכת הפסולין לסכך בכל ענין שהופכן" 36 .

זעט מען 37 ,

אַז כאָטש די סיבה וטעם וואָס „יש שם פסול עליהן" איז מצד „גזירת תקרה" 38 ,

וואָס דאָס איז דוקא אויפן צד וואָס רחבן ארבעה,

ווערט דאָס אָבער „כשפודין של מתכת",

אַ פסול עצמי,

ובמילא זיינען זיי פסול אויך על הצד ווען עס איז ניטאָ גזירת תקרה.

ב)

דברי החת"ס 39

הידועים בנוגע יו"ט שני של חגה"ש,

אַז ער איז חמור פון אַנדערע יו"ט שני של גליות,

ווייל ער איז בא ניט מצד ספק ווי אַנדערע יו"ט,

נאָר ער האָט אין זיך אַ כח של ודאי: היות אַז ביי חגה"ש איז קיינמאָל ניט געווען אַ ספק ווי ביי פסח וסוכות

(ווייל זיין קביעות איז יום חמישים לעומר 40 ),

און דאָס וואָס מ'מאַכט שבועות צוויי טעג איז בלויז „שלא לחלוק במועדות " 41 .

קומט אויס,

אַז סיבתו דיו"ט שני של חגה"ש איז יו"ט שני של פסח וסוכות – „שלא לחלוק במועדות" – נאָר אַ ספק ,

עס ווערט אָבער אין יו"ט שני פון שבועות אַ תוקף וכח של ודאי ,

מער ווי אין פסח וסוכות.

וא"ו.

עפ"י הנ"ל

(סעיף ד)

י"ל אויך לאידך גיסא אַז דער דין פון קנים גיט אַ ביאור אין „כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה",

כפשטות לשון ר"י „ זהו שאמרו" – ס'איז „בא ללמד ונמצא למד": דאָס איז נוגע און מבאר גדרים ודינים וואָס זיינען שייך צו כבש „כשהוא חי" און – וואָס בייט זיך כשהוא מת.

א' מהם – אַ כבש הנעבד לע"ז,

וואָס דער דין 42

איז אַז ער איז פסול למזבח 43 .

אין גמרא 44

געפינט מען די שאלה צי „יש שינוי לנעבד או אין שינוי לנעבד",

און די גמרא 45

זאָגט אַז דאָס איז די איבעיא „המשתחווה לבהמה צמרה מהו לתכלת ..

קרני' מהו לחצוצרת שוקי' מהו לחלילין בני מעי' מהו לפארות"

(נימין של כינור 46 ).

– דאָס איז די נפק"מ אין הלכה פון דעם מאמר

(כבש)

„כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה": אע"פ אַז די חצוצרת וכו' וואָס מען מאַכט פון

(די קרניים וכו' פון)

דעם כבש מת זיינען שוין אָפּגעטיילט פון דעם כבש און ס'איז געווען אין זיי אַ שינוי מעשה,

און די שבעה קולות זיינען ניט קיין קולות פון אַ כבש אפילו ניט

(פון שוקיו,

עורו כו'),

נאָר ס'איז אַ קול חצוצרות ,

חלילין ,

תוף כו'; זיבן אופני קול וואָס האָבן קיין שייכות ניט צום „קולו אחד" פון דעם כבש חי – זאָגט מען אָבער אַז דאָס איז „ קולו שבעה": אפילו ווען זיי זיינען שבעה קולות בלייבט בתוקפה זייער שייכות

(בנוגע דיני התורה – דער איסור לגבוה)

צו דעם „קולו אחד" פון דעם כבש חי און עס ווערט ניט קיין שינוי לגבי דעם דין נעבד

(לגבי גבוה) 47 .

אָבער אין דעם קען מען זאָגן צוויי אופנים:

א)

דאָס וואָס די „קרני' פסולין לחצוצרות ושוקי' לחלילין כו'" 48

איז בלויז – וויבאַלד אַז זיי נעמען זיך פון דעם כבש,

בלייבט אויף זיי במילא דער איסור לגבוה,

ס'איז אָבער אויף זיי ניט חל דער „ שם ע"ז" 49

– נעבד

(לגבי גבוה),

וויבאַלד אַז זיי זיינען געוואָרן אַ מציאות חדשה.

ב)

דאָס וואָס די קרני' פסולין לחצוצרות כו' איז פּונקט ווי דער כבש איז פסול למזבח 50 ,

ס'איז חל אויף זיי „שם ע"ז",

נעבד

(לגבוה),

ובמילא זיינען זיי גופא מאוס לגבוה 51 .

און די נפק"מ לפועל י"ל: לויט דעם ערשטן אופן וויבאַלד אַז זיי זיינען געוואָרן אַ מציאות חדשה,

איז דער איסור נאָר מדרבנן 52 ,

לויט דעם צווייטן אופן איז דאָאַן איסור דאורייתא 53

נעבד

(לגבוה) 54 .

און דאָס זאָגט ר"י „ זהו שאמרו כשהוא חי כו'": דער דין אין דער משנה לגבי די קרבנות וואָס די יולדת ברענגט,

גיט אַ ביאור אין דעם ענין פון „כשהוא חי כו'":

פּונקט ווי באַ קנים,

אע"פ אַז די סיבת החיוב איז אַ ספק

(אין די קנים וואָס זי איז אין זיי געווען מחוייב),

זיינען אויך די קרבנות בדוגמת „קולו",

זיי האָבן אַ גדר חובה פּונקט ווי די ערשטע קרבנות – עד"ז בנוגע דעם ענין פון כבש הנעבד:

אע"פ אַז קרניו ושוקיו כו' זיינען נשתנה געוואָרן און געוואָרן אַ מציאות חדשה,

און ס'איז לכאורה ניט שייך אויף זיי דער פסול למזבח,

ווי ווען זיי זיינען מחובר צום כבש כשהוא חי,

זאָגט מען אָבער „כשהוא מת קולו שבעה ",

זיי באַקומען אַ פסול עצמי ומדאורייתא ווי קולו „נעשו כשפודין של ע"ז",

דער „שם ע"ז" – נעבד

(ובמילא – דער איסור לגבוה)

ווערט דער שם פון די קרניים ושוקיו כו' 55 ,

דאָס וואָס זיי זיינען פסול לחצוצרות וחלילין כו' איז ווייל זיי גופא זיינען מאיס לגבוה.

ז.

אין דעם ענין פון „כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" איז פאַראַן אַ פרט וואָס איז ניט דומה לגמרי צו די קנים פון יולדת:

ביי כבש איז מען מדגיש איין

(ירידה ו)

סיבה,

דעם שינוי „כשהוא מת" לגבי פריער „כשהוא חי"; משא"כ באַ קנים זאָגט די משנה עטלעכע פאַלן: הכהן לא נמלך,

אינה יודעת מה נתנה,

אין יודע מה עשה כו'

(און די פרטי החילוקים פון מין אחד לב' מינים כו'),

וואָס מצד יעדער ספק וכו' קומט צו אַ קרבן כו',

ביז מ'דאַרף מקריב זיין שבעה

(שמונה)

קרבנות.

דעריבער ברענגט די משנה: „ר"ש בן עקשיא אומר זקני עם הארץ כל זמן שמזקינים דעתן מטרפת עליהן כו' זקני תורה כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם כו'",

וואָס אין דעם פרט הא' איז דאָ די נקודה הנ"ל.

און דערפאַר איז ער מקדים ומסמיך „זקני עם הארץ כל זמן שהם מזקינים דעתן מיטרפת כו'":

ר"ש בן עקשיא זאָגט,

אַז בזמן הזקנה איז

(באַ ת"ח „באים לידי תשות כח",

„נחלשים ויפסיד גופם",

און פונדעסטוועגן „תרבה חכמתם" 56 ,

אָבער)

ע"פ טבע ווערט חולשת שכלם 57

ווי מ'זעט עס באַ זקני עם הארץ,

ואעפ"כ איז באַ „זקני תורה ..

דעתם מתיישבת עליהם",

ד.

ה.

אע"פ אַז די מעלה זייערע

(און די סיבה ראשונה)

איז וואָס זיי זיינען ת"ח,

איז דאָך לכאורה גענוג אויפטו דאָס וואָס זייער שכל ווערט ניט פאַרקלענערט – ניט ווי באַ זקני עם הארץ

(וועלכע ער האָט דערמאָנט פריער)

וואָס דעתן מיטרפת 58

– איז דער חידוש נאָך גרעסער,

„תרבה חכמתם ויתחזק שכלם ויוסיפו שלימות" 56

נאָך מער פון דעם ווי זיי זיינען געווען ת"ח פריער.

און אין דעם פרט איז דאָס מער בדומה צום תוכן ענין קנים דלעיל,

וואָרום עס איז

(באַ זקני תורה)

„ כל זמן שהם מזקינים" – דאָס איז ניט קיין איין מאָליקע זאַך

(סיבה וירידה),

נאָר יעדער טאָג ווערט מער חלישות הגוף,

דאַרף ע"פ טבע ווערן יעדער טאָג מער חלישות השכל

(ווי באַ זקני עם הארץ,

וואָס „ כל זמן שמזקינים דעתן מיטרפת")

– ואדרבא יעדער טאָג איז אַלץ מער „דעתן מתיישבת עליהן".

[וי"ל אַז דאָס איז נוגע להלכה לענין ישיבה בסנהדרין וואָס עס דאַרף זיין בעלי זקנה 59 ]

בדוגמא ווי באַ קנים כנ"ל,

וואָס דורך יעדער ירידה וספק קומט צו נאָך און נאָך אין די קרבנות.

ח.

דער ביאור בפנימיות הענינים און דער ביאור השייכות צו ר' יהושע דוקא

(וואָס סתם קנים ר' יהושע 60 )

:

סדר קדשים ווייזט בכלל אויף אידן וואָס זיינען אַ „גוי קדוש",

אויך די

(מסכת)

„חולין" זייערע איז אַ חלק פון

(סדר)

„קדשים".

און בסיום סדר קדשים איז מען מבאר דעם ענין היולדת וואָס ווייזט אויף דער גאולה פון אידן,

כידוע 61

אַז דער גלות איז נמשל לעיבור און די גאולה – ללידה.

ווי עס שטייט אין נבואת הגאולה 62

„חלה גם ילדה ציון את בני'".

איז ר' יהושע מסיים וחותם ומבאר ווי אַזוי האַלט מען אויס בזמן הגלות און מען קומט צו צום ענין היולדת – גאולה,

„זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" 63

:

עס שטייט אין מדרש 64

„אדריאנוס אמר לרבי יהושע גדולה הכבש העומדת בין שבעים זאבים,

אמר לי' גדול הוא הרועה שמצילה ושומרה ושוברן לפני'".

וואָס אויף דעם איז די שאלה,

בשלמא ווען אידן זיינען אין אַ מצב פון כבש „חי",

וואָס בכלל איז דאָס ווען עס איז „חי" אין אידן די מדרי' פון די אבות אברהם יצחק ויעקב 65 ,

איז מובן וואָס „הרועה ..

שומרה",

די אידן וואָס זיינען במדרי' כבש „חי".

בשעת אָבער „כשהוא מת",

די מדרי' פון די אבות איז ניט מאיר בגילוי,

און עס ווערן נייע זיבן באַזונדערע קולות,

וואָס זיינען ניט אין דער דרגא פון „קולו אחד" פון די אבות – מ'איז חלוקים זמ"ז אין פאַרשידענע סוגים – ווי איז באַ זיי דער „רועה ..

שומרה"?

אויף דעם זאָגט ר"י „כשהוא מת קולו שבעה",

ווי ער זאָגט אין מדרש 66

„גפן ממצרים תסיע 67 ..

מה הגפן היא חי' ונשענת על עצים מתים כך ישראל הם חיים וקיימים ונשענין על המתים אלו האבות".

ד.

ה.

דאָס וואָס עס ווערט „קולו שבעה",

זיבן באַזונדערע סוגים באַ אידן,

איז דאָס ניט קיין באַזונדערע מציאות

(לגמרי),

נאָר דאָס איז פאַרבונדן און

(חי)

נעמט זיך פון „קולו",

דער קול פון דעם כבש „חי'" – די אבות ,

וואָס זיי זיינען די אבות פון אַלע און פון יעדער אידן 61 .

און פּונקט ווי באַ די אבות איז געווען דער „קולו אחד " – ל„אבינו שבשמים",

אַזוי איז דאָס אויך אין די אַלע זיבן באַזונדערע קולות,

אַז ווי זיי שטייען אַלס זיבן חלוקי מדרי' אין עבודת ה' 68 ,

איז באַ זיי דאָ אין זייער מציאות דער „קול ו אחד " לאבינו שבשמים,

אין יעדערן פון די שבעה קולות איז דאָ דער „הקול קול יעקב" 69 ,

וואָס פּועלט אַז „אין ידי עשו שולטות" 70

– הרועה שומרה.

און דאָס איז ר"י מדגיש „כשהוא מת קולו שבעה",

אַז דאָס וואָס אַלע שבעה חילוקי מדריגות הם חיים וקיימים,

קומט דאָס דורך „כשהוא מת",

וואָס „נשענין על המתים אלו האבות".

ט.

עס ווערט אָבער די שאלה,

אמת טאַקע אַז „גדול הוא הרועה שמצילה ושומרה",

אָבער וויפל איז דער שיעור צו זיין בין ע' זאבים?

די אריכות הכי גדולה פון זמן הגלות?

אויף דעם איז די משנה ממשיך אַז דורך דעם וואָס ס'איז דאָ די זקנה אין מצב הגלות,

„בישישים" און „אורך ימים",

וועט צוקומען נאָך מער „חכמה" און „תבונה".

וע"ד ווי מען געפינט באַ יצי"מ 71 ,

אַז כאָטש די אידן האָבן גע'טענה'ט אַז מ'איז מוותר אויפן רכוש גדול אַבי מ'זאָל אַרויסגיין פריער פון גלות,

האָט דער אויבערשטער געוואָלט דוקא אַז מ'זאָל אַרויסגיין ברכוש גדול.

די פנימיות כוונת הגלות איז דער בירור הניצוצות 72 ,

דוקא דאַן ווען מ'נעמט „כספם וזהבם אתם" 73 ,

מ'איז מברר אַלע ניצוצות פון חלקו בעולם,

איז די גאולה אַ שלימות'דיקע.

בזמנינו אנו איז דאָך שוין געווען אויך די „זקנה" און „שיבה" אין גלות ולכל הדיעות 74 ,

ביז צו אַ זקנה מופלגה,

און טאָמער ס'זיינען ח"ו געבליבן נאָך עטלעכע רגעים צו דער שלימות הזקנה אין גלות – איז יהי רצון,

אַז מ'זאָל פאַרגעסן אויף אַלע חשבונות

[כאָטש אַז אין שכחה לפני כסא כבודך,

איז דאָך אָבער דער גאַנצער ענין הגלות למטה מכסא הכבוד 75 ,

וואָס דאָרטן איז דער ענין השכחה 76 ,

זאָלן פאַרגעסן ווערן אַלע חשבונות און]

ס'זאָל זיין דער נגאלין מיד 77 ,

בעגלא דידן,

למטה מעשרה טפחים,

ע"י משיח צדקנו.

(משיחות כ"ף מנ"א,

ש"פ עקב וש"פ ראה תשל"ז)

Reader controls and commentary are loading.