B"H
🏡

Ikar

תזריע א

א.

בנוגע א יולדת וואם איז מחויב ברענגען "כבש גו׳ לעולה" און "בן יונה או תור לחטאת ..

ואם לא תמצא ידה די שה ולקחה שתי תורים או שני בני יונה אחד לעולה ואחד לחטאת" 1 ,

זאגט די משנה בםוף מם׳ קנים:

"האשה שאמרה הרי עלי קן כשאלד זכר

(זי האט מנדר געווען צו ברענגען א קרבן נוםף אויף דעם וואם די תורה האט מחייב געווען צו ברענגען "אחד לעולה ואחד לחטאת"),

ילדה זכר מביאה שתי קנים אחת לנדרה ואחת לחובתה,

נתנתן לכהן הכהן צריך לעשות ג׳ פרידים מל־ מעלן ואחת מלמטן

(ווארום די צוויי עופות פון איר נדר זיינען ביידע עולות און אויך איין עוף פונעם קן לחובתה איז אן עולה

(וכנ״ל: "אחד לעולה ואחת לחטאת״)

- און דער דין איז אז "חטאת העוף נעשית למטה און עולת העוף נעשית למעלה",

ווי די משנה זאגט בתחלת המם׳).

דערנאך איז די משנה מוםיף ומפרט די דינים ווען עם ווערן טעויות וםפיקות וואם די יולדת האט גענומען אויף זיך און צי דער כהן האט זיי מקריב געווען כהלכה,

און איז מםיים מיט דעם גרעםטן צאל םפיקות - אז זי האט גענו־ מען אויף זיך בריינגען משני מינים און מען וויים ניט ווי דער כהן האט זיי מקריב געווען איז דאמאלם "צריכה להביא עוד ארבעה פרידים לנדרה ושתים לחובתה וחטאת אחת.

בן עזאי אומר שתי חטאות".

ווייטער איז די משנה ממשיך "אמר רבי יהושע זהו שאמרו כשהוא חי קולו

אחד וכשהוא מת קולו שבעה.

כיצד קולו שבעה ב׳ קרניו לשתי חצוצרות שתי שוקין לשני חלילין עורו לתוף מעיו לנבלים בני מעיו לכינורות וי״א אף צמרו לתכלת".

זיינען מפרשים 2

מבאר דעם פשט אין דברי ר״י " זהו שאמרו כשהוא חי כו׳": כשם ווי בא א כבש 3 ,

אז דוקא דורך דעם וואם אין אים איז פארגעקומען א קלקול

("מת")

ווערט נתרבה קולו

("נתרבו בו המצות״ 4 )

- שבעה,

אדער שמונה לויט די י״א - עד״ז איז בנדון הקנים ביי א יולדת,

אז מתחלה האט זי בלויז געדארפט ברענגען "קן לנדרה וקן לחובתה" 5 ,

און דוקא צוליב די טעויות וספיקות 6 ,

"אינה יודעת מה קבעה ואין

יודע הכהן מה הקריב״ 7 ,

דארף זי ברענ־ גען זיבן אדער אכט

(לדעת בן עזאי)

קרבנות.

ב.

לפירוש הנ״ל אבער דארף מען פארשטיין:

א)

אויף דעם ענין,

אז מלכתחילה איז געווען מער ניט ווי איין זאך און דוקא דורך קלקול וכיו״ב ווערן זיבן זאכן,

קען מען געבן כו״כ דוגמאות,

ווי למשל א דוגמא פשוטה פון נכסים,

וואס גייען איבער בירושה פון דעם פאטער צו זיבן אדער אכט יורשים: כל זמן דער מוריש לעבט געהערן די נכסים צו איין מענטש; וכשהוא מת און די קינדער ירש׳נען די נכסים,

געהערן די נכסים צו זיבן אדער אכט מענטשן ובמילא קומט אין דעם צו ריבוי,

און אויך אין מצות

("נתרבו בו המצות")

א באזונדער חיוב מצות פאה בכורים וכו׳ אויף יעדער חלק השדה וואס איז פאנאנדערגעטיילט געווארן צו יעדן באזונדער,

בדוגמא ווי דער ריבוי קרבנות בא דער יולדת.

פון דעם וואס ר״י ברענגט דוקא די דוגמא,

איז מובן,

אז אין דער דוגמא איז דא א תוכן וואס איז מתאים ביותר לנדו״ד מער ווי אנדערע דוגמאות 8 .

וצריך להבין וואס איז דער תוכן.

[ואין לומר,

אז די משנה ברענגט ניט די דוגמא פון ירושה ווייל ביי קנים איז ניטא קיין שינוי אין די קרבנות וואס זי האט פריער געדארפט ברענגען,

זי איז נאר מוסיף עליהם,

משא״כ בא ירושה איז דער מוריש בטל - ווארום אויך בא כבש איז בטל דער קול פון דעם כבש בעת ער האט געלעבט].

ב)

ווען מ׳ברענגט א דוגמא און א משל איז דאס בכדי עס זאל צוקומען אין הבנת הדבר - ובפרט בנדו״ד,

ווי דער רמב״ם זאגט אז "מפני שהי׳ הענין זר" דערפאר ברענגט ר״י דעם משל "שהוא דומה למה שאמר כבש״ 9

- איז ניט מובן: וואס פאר א תוס׳ הבנה קומט צו אין דעם ענין דורך דעם וואס מ׳זאגט אז "זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכו׳״י

ג)

פון פשטות לשון ר״י " זהו שאמרו ",

און ניט "כמו שאמרו",

"למה הדבר דומה",

וכיו״ב,

איז משמע אז ער איז דערמיט ניט

(נאר)

מבאר דעם ענין פון קנים שבמשנה,

נאר

(אויך - ו)

אדרבה - מיט דעם דין אין קנים ווערט מוסבר "מה שאמרו כשהוא חי קולו אחד כו׳".

ולכאורה דער ענין פון "כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" איז אן איינפאכער ענין טבעי און מ׳דארף אויף דעם קיין הסברה ניט האבן.

אויך: אפילו ווען דער מאמר "כשהוא חי כו׳״ וואלט געפאדערט הסברה -איז ניט ענינה פון א משנה

(אדער -תורה בכלל)

צו זאגן א ביאור אויף א

מאמר העולם! 10

מוז מען זאגן,

אז מיט "כשהוא חי וכו׳" מיינט ר״י

(ניט סתם זאגן א משל פון א מאמר העולם,

נאר)

אן ענין וואם איז נוגע לדין והלכה ; און דאם מיינט די משנה " זהו שאמרו כו׳",

אז דער ביאור אין דער הלכה וואם קומט ארוים פון דעם מאמר "כשהוא חי כו׳" נעמט מען ארוים פון דעם דין אין אונזער משנה בנוגע די קרבנות וואם די יולדת ברענגט.

ג.

ווייטער איז די משנה 11

ממשיך: ר״ש בן עקשיא אומר זקני עם הארץ כל זמן שהם מזקינים דעתן מיטרפת עליהם שנאמר 12

מםיר שפה לנאמנים וטעם זקנים יקח אבל זקני תורה אינו כן אלא כל זמן שהם מזקינים דעתם מתישבת עליהם שנאמר 13

בישישים חכמה ואורך ימים תבונה".

און די שייכות להקודמו,

"דכשם שהוא מת קולו שבעה,

כך זקני תורה כל זמן שמזקינים ובאים לידי תשות כח הן מוםיפים חכמה" 14 .

מ׳דארך אבער פארשטיין:

א)

וואם איז דא בכלל נוגע דער ענין פון "זקני ע״ה כל זמן שמזקינים כו׳".

ב)

מאי קמ״ל - עם איז די םברא פשוטה וראשונה אז תשות כח בריינגט תשות חכמה.

ג)

ויתרה מזה - זי איז היפך כוונת המדובר 15

במשנה בםמיכות לזה

(צו מדגיש זיין אז דוקא דורך זקנה,

ווען "באים לידי תשות כח",

קומט צו אין חכמה).

ד)

עכ״פ האט ער דאם געדארפט זאגן לאחרי פון דעם חידוש אין דער בבא פון זקני תורה

(אז אע״פ וואם בא זיי איז נתוםך ביישוב דעתם - איז הפכו בא זקני ע״ה).

ד.

די נקודת הביאור בכל זה:

פון דעם דין פון קנים קומט ארוים א חידוש ענין: בעצם ליגט אויך א יולדת א חיוב קן אחד,

"אחד לעולה ואחד לחטאת",

ובנדו״ד ליגט אויך איר אויך דער חיוב נדרה,

שתי פרידות לעולה.

און מצד די טעות׳ן און םפיקות וואם ווערן גע-שאפן בא דער אשה און בא דעם כהן קומט ארוים א חיוב פון כו״כ קרבנות ביז צו שבעה,

אדער שמונה.

מען איז מחייב ברענגען קרבנות נום-פים צו מקריב זיין בביהמ״ק,

בשעת עם קען זיין אז זי איז אין זיי ניט מחוייב,

און די קרבנות וואם אין זיי איז זי יע מחויב האט מען שוין מקריב געווען 16

און זי איז שוין נתכפר געווארן און יוצא געווען 17

כל החיוב שלה

(והשאר -

חולין בעזרה 18 )?

בשלמא חטאת העוף וואם קומט אויף א םפק,

ביי א םפק יולדת וכיו״ב,

י״ל,

כפשטות הלימוד אין גמרא 19

אז די תורה 20

האט מחדש געווען,

אז אפילו אויף א םפק אויב נטמאה 21

איז זי אויך חייב א קרבן לכפרה 22

(וואם איז איר מתיר לאכול בקדשים 23 ),

בדוגמא ווי אן אשם תלוי 24 ,

וואם די תורה האט מחייב געווען ברענגען בשעת ם׳איז א םפק אם חטא,

"וזהו הנקרא אשם תלוי שהוא מכפר על הםפק ותולה לו עד שיודע לו בודאי שחטא בשגגה 25

כו׳".

אבער בנדו״ד 26

איז דאך דער חיוב מתחלה א וודאות׳דיקער,

און דער םפק קומט צו דערנאך וע״י האשה והכהן -צי זי האט משלים געווען איר הוםפה אויף דעם חיוב ונתכפר לה 27 .

אויך - וואם פאר א גדר האבן די זיבן אדער אכט קרבנות,

בשעת די םיבה פון זייער הקרבה איז א םפק של האשה או הכהן.

אויף דעם זאגט ר״י 28

"זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" ולכאורה איז דאם תרתי דםתרי: די שבעה קולות זיינען "שתי קרניו שתי חצוצרות כו׳",

וואם זיי זיינען קולות פון קרניים,

שוקים כו׳ וואם האבן ניט קיין שייכות צום ״קולו״ פון כבש - ואעפ״כ "אמרו כשהוא מת קולו שבעה",

ע״י מיתת הכבש ווערט בטל דער "קולו אחד״ און ם׳ווערן נייע קולות בקרניים כו׳,

אבער אמרו אז זיי אלע זיינען "קולו" פון דעם כבש.

דערמיט איז מבואר דער גדר פון די קרבנות

(אז חאטש די םיבה פון די קרבנות זיינען םפיקות וואם זיינען געשאפן געווארן לאחרי אירע

(ערשטע)

קרבנות חובה,

זיינען אויך די קרבנות

(בדוגמת)

"קולו"),

זיי האבן אויף זיך א גדר חובה 29

וכו׳,

פונקט 30

ווי די ערשטע

קרבנות אירע 31 .

ה.

אז סיבת הקרבן איז נאר מצד הספק,

היינט ווי אזוי ווערט דער קרבן א חיוב גלייך ווי איר קרבן חובה - געפינט מען כמה דוגמאות,

אז א מסובב באקומט מער תוקף ווי זיין סיבה 32 .

ומהם:

א)

בא דיני סוכה,

נסרים 33

וואס רחבן ארבעה און "הפכן על צדיהן שאין בהם ארבעה" 34

איז דער דין 35

אז אויך דע־ מאלט איז דאס פסול,

"דכיון דיש שם פסול עליהן נעשו כשפודין של מתכת הפסולין לסכך בכל ענין שהופכן" 36 .

זעט מען 37 ,

אז כאטש די סיבה וטעם וואס "יש שם פסול עליהן" איז מצד "גזירת תקרה" 38 ,

וואס דאס איז דוקא אויפן צד וואס רחבן ארבעה,

ווערט דאס אבער "כשפודין של מתכת",

א פסול עצמי,

ובמילא זיינען זיי פסול אויך על הצד ווען עס איז ניטא גזירת תקרה.

ב)

דברי החת״ס 39

הידועים בנוגע יו״ט שני של חגה״ש,

אז ער איז חמור פון אנדערע יו״ט שני של גליות,

ווייל ער איז בא ניט מצד ספק ווי אנדערע יו״ט,

נאר ער האט אין זיך א כח של ודאי: היות אז ביי חגה״ש איז קיינמאל ניט געווען א ספק ווי ביי פסח וסוכות

(ווייל זיין קביעות איז יום חמישים לעומר 40 ),

און דאס וואס מ׳מאכט שבועות צוויי טעג איז בלויז "שלא לחלוק במועדות " 41 .

קומט אויס,

אז סיבתו דיו״ט שני של חגה״ש איז יו״ט שני של פסח וסוכות - ״שלא לחלוק במועדות״ - נאר א ספק ,

עם ווערט אבער אין יו״ט שני פון שבועות א תוקף וכח של ודאי ,

מער ווי אין פסח וסוכות.

וא״ו.

עפ״י הנ״ל

(סעיף ד)

י״ל אויך לאידך גיסא אז דער דין פון קנים גיט א ביאור אין "כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה",

כפשטות לשון ר״י " זהו שאמרו״ - ס׳איז "בא ללמד ונמצא למד": דאס איז נוגע און מבאר גדרים ודינים וואס זיינען שייך צו כבש "כשהוא חי" און - וואס בייט זיך כשהוא מת.

א׳ מהם - א כבש הנעבד לע״ז,

וואס דער דין 42

איז אז ער איז פסול למזבח 43 .

אין גמרא 44

געפינט מען די שאלה צי "יש שינוי לנעבד או אין שינוי לנעבד",

און די גמרא 45

זאגט אז דאס איז די איבעיא "המשתחווה לבהמה צמרה מהו לתכלת..

קרני׳ מהו לחצוצרת שוקי׳ מהו לחלילין בני מעי׳ מהו לפארות"

(נימין של כינור 46 ).

- דאס איז די נפק״מ אין הלכה פון דעם מאמר

(כבש)

"כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה": אע״פ אז די חצוצרת וכו׳ וואס מען מאכט פון

(די קרניים וכו׳ פון)

דעם כבש מת זיינען שוין אפגעטיילט פון דעם כבש און ס׳איז געווען אין זיי א שינוי מעשה,

און די שבעה קולות זיינען ניט קיין קולות פון א כבש אפילו ניט

(פון שוקיו,

עורו כו׳),

נאר ס׳איז א קול חצוצרות ,

חלילין ,

תוף כו׳; זיבן אופני קול וואס האבן קיין שייכות ניט צום "קולו אחד" פון דעם כבש חי - זאגט מען אבער אז דאס איז " קולו שבעה": אפילו ווען זיי זיינען שבעה קולות בלייבט בתוקפה זייער שייכות

(בנוגע דיני התורה - דער איסור לגבוה)

צו דעם "קולו אחד" פון דעם כבש חי און עס ווערט ניט קיין שינוי לגבי דעם דין נעבד

(לגבי גבוה) 47 .

אבער אין דעם קען מען זאגן צוויי אופנים:

א)

דאס וואס די "קרני׳ פסולין לחצוצרות ושוקי׳ לחלילין כו׳" 48

איז בלויז - וויבאלד אז זיי נעמען זיך פון דעם כבש,

בלייבט אויף זיי במילא דער איסור לגבוה,

ס׳איז אבער אויף זיי ניט חל דער ״ שם ע״ז״ 49

- נעבד

(לגבי גבוה),

וויבאלד אז זיי זיינען געווארן א מציאות חדשה.

ב)

דאס וואס די קרני׳ פסולין לחצוצרות כו׳ איז פונקט ווי דער כבש איז פסול למזבח 50 ,

ס׳איז חל אויף זיי "שם

ע״ז״,

נעבד

(לגבוה),

ובמילא זײנען זײ גופא מאום לגבוה 51 .

און די נפק״מ לפועל י״ל: לויט דעם ערשטן אופן וויבאלד אז זיי זיינען גע־ ווארן א מציאות חדשה,

איז דער איםור נאר מדרבנן 52 ,

לויט דעם צווייטן אופן איז דא אן איםור דאורייתא 53

נעבד

(לגבוה) 54 .

און דאם זאגט ר״י " זהו שאמרו כשהוא

חי כו׳": דער דין אין דער משנה לגבי די קרבנות וואם די יולדת ברענגט,

גיט א ביאור אין דעם ענין פון "כשהוא חי כו׳":

פונקט ווי בא קנים,

אע״פ אז די םיבת החיוב איז א םפק

(אין די קנים וואם זי איז אין זיי געווען מחוייב),

זיינען אויך די קרבנות בדוגמת "קולו",

זיי האבן א גדר חובה פונקט ווי די ערשטע קרבנות - עד״ז בנוגע דעם ענין פון כבש הנעבד:

אע״פ אז קרניו ושוקיו כו׳ זיינען נשתנה געווארן און געווארן א מציאות חדשה,

און ם׳איז לכאורה ניט שייך אויף זיי דער פםול למזבח,

ווי ווען זיי זיינען מחובר צום כבש כשהוא חי,

זאגט מען אבער "כשהוא מת קולו שבעה ",

זיי בא־ קומען א פםול עצמי ומדאורייתא ווי קולו "נעשו כשפודין של ע״ז",

דער "שם ע״ז״ - נעבד

(ובמילא - דער איםור לגבוה)

ווערט דער שם פון די קרניים ושוקיו כו׳ 55 ,

דאם וואם זיי זיינען פםול לחצוצרות וחלילין כו׳ איז ווייל זיי גופא זיינען מאים לגבוה.

ז.

אין דעם ענין פון "כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" איז פא־ ראן א פרט וואם איז ניט דומה לגמרי צו די קנים פון יולדת:

ביי כבש איז מען מדגיש איין

(ירידה ו)

םיבה,

דעם שינוי "כשהוא מת" לגבי פריער ״כשהוא חי״; משא״כ בא קנים זאגט די משנה עטלעכע פאלן: הכהן לא נמלך,

אינה יודעת מה נתנה,

אין יודע מה עשה כו׳

(און די פרטי החילוקים פון מין אחד לב׳ מינים כו׳),

וואם מצד יעדער םפק וכו׳ קומט צו א קרבן כו׳,

ביז מ׳דארף מקריב זיין שבעה

(שמונה)

קרבנות.

דעריבער ברענגט די משנה: "ר״ש בן עקשיא אומר זקני עם הארץ כל זמן שמזקינים דעתן מטרפת עליהן כו׳ זקני תורה כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם כו׳",

וואם אין דעם פרט הא׳ איז דא די נקודה הנ״ל.

און דערפאר איז ער מקדים ומםמיך "זקני עם הארץ כל זמן שהם מזקינים דעתן מיטרפת כו׳":

ר״ש בן עקשיא זאגט,

אז בזמן הזקנה איז

(בא ת״ח "באים לידי תשות כח",

״נחלשים ויפםיד גופם״,

און פונדעםט־ וועגן "תרבה חכמתם" 56 ,

אבער)

ע״פ טבע ווערט חולשת שכלם 57

ווי מ׳זעט עם בא זקני עם הארץ,

ואעפ״כ איז בא "זקני תורה ..

דעתם מתיישבת עליהם",

ד.

ה.

אע״פ אז די מעלה זייערע

(און די םיבה ראשונה)

איז וואם זיי זיינען ת״ח,

איז דאך לכאורה גענוג אויפטו דאם וואם זייער שכל ווערט ניט פארקלענערט - ניט ווי בא זקני עם הארץ

(וועלכע ער האט

דערמאנט פריער)

וואם דעתן מיטרפת 58

- איז דער חידוש נאך גרעםער,

"תרבה חכמתם ויתחזק שכלם ויוםיפו שלימות" 56

נאך מער פון דעם ווי זיי זיינען געווען ת״ח פריער.

און אין דעם פרט איז דאם מער בדומה צום תוכן ענין קנים דלעיל,

ווארום עם איז

(בא זקני תורה)

" כל זמן שהם מזקינים" - דאם איז ניט קיין איין מאליקע זאך

(םיבה וירידה),

נאר יעדער טאג ווערט מער חלישות הגוף,

דארף ע״פ טבע ווערן יעדער טאג מער חלישות השכל

(ווי בא זקני עם הארץ,

וואם ״ כל זמן שמזקינים דעתן מיטרפת״)

-ואדרבא יעדער טאג איז אלץ מער "דעתן מתיישבת עליהן".

[וי״ל אז דאם איז נוגע להלכה לענין ישיבה בםנהדרין וואם עם דארף זיין בעלי זקנה 59 ]

בדוגמא ווי בא קנים כנ״ל,

וואם דורך יעדער ירידה וםפק קומט צו נאך און נאך אין די קרבנות.

ח.

דער ביאור בפנימיות הענינים און דער ביאור השייכות צו ר׳ יהושע דוקא

(וואם םתם קנים ר׳ יהושע 60 )

:

םדר קדשים ווייזט בכלל אויף אידן וואם זיינען א "גוי קדוש",

אויך די

(מםכת)

"חולין" זייערע איז א חלק פון

(םדר)

״קדשים״.

און בםיום םדר קדשים

איז מען מבאר דעם ענין היולדת וואם ווייזט אויך דער גאולה פון אידן,

כידוע 61

אז דער גלות איז נמשל לעיבור און די גאולה - ללידה.

ווי עם שטייט אין נבואת הגאולה 62

"חלה גם ילדה ציון את בני׳".

איז ר׳ יהושע מםיים וחותם ומבאר ווי אזוי האלט מען אוים בזמן הגלות און מען קומט צו צום ענין היולדת - גאולה,

"זהו שאמרו כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה" 63

:

עם שטייט אין מדרש 64

"אדריאנום אמר לרבי יהושע גדולה הכבש העומדת בין שבעים זאבים,

אמר לי׳ גדול הוא הרועה שמצילה ושומרה ושוברן לפני׳".

וואם אויך דעם איז די שאלה,

בשלמא ווען אידן זיינען אין א מצב פון כבש "חי",

וואם בכלל איז דאם ווען עם איז "חי" אין אידן די מדרי׳ פון די אבות אברהם יצחק ויעקב 65 ,

איז מובן וואם ״הרועה..

שומרה",

די אידן וואם זיינען במדרי׳ כבש "חי".

בשעת אבער "כשהוא מת",

די מדרי׳ פון די אבות איז ניט מאיר בגילוי,

און עם ווערן נייע זיבן באזונדערע קולות,

וואם זיינען ניט אין דער דרגא פון "קולו אחד״ פון די אבות - מ׳איז חלוקים זמ״ז

אין פארשידענע םוגים - ווי איז בא זיי דער ״רועה ..

שומרה"?

אויך דעם זאגט ר״י "כשהוא מת קולו שבעה",

ווי ער זאגט אין מדרש 66

״גפן ממצרים תםיע 67 ..

מה הגפן היא חי׳ ונשענת על עצים מתים כך ישראל הם חיים וקיימים ונשענין על המתים אלו האבות".

ד.

ה.

דאם וואם עם ווערט "קולו שבעה״,

זיבן באזונדערע םוגים בא אידן,

איז דאם ניט קיין באזונדערע מציאות

(לגמרי),

נאר דאם איז פארבונדן און

(חי)

נעמט זיך פון "קולו",

דער קול פון דעם כבש ״חי׳״ - די אבות ,

וואם זיי זיינען די אבות פון אלע און פון יעדער אידן 61 .

און פונקט ווי בא די אבות איז געווען דער ״קולו אחד ״ - ל״אבינו שבשמים",

אזוי איז דאם אויך אין די אלע זיבן באזונדערע קולות,

אז ווי זיי שטייען אלם זיבן חלוקי מדרי׳ אין עבודת ה׳ 68 ,

איז בא זיי דא אין זייער מציאות דער "קול ו אחד " לאבינו שבשמים,

אין יעדערן פון די שבעה קולות איז דא דער "הקול קול יעקב" 69 ,

וואם פועלט אז ״אין ידי עשו שולטות״ 70

-הרועה שומרה.

און דאם איז ר״י מדגיש "כשהוא מת קולו שבעה",

אז דאם וואם אלע שבעה חילוקי מדריגות הם חיים וקיימים,

קומט

דאם דורך ״כשהוא מת",

וואם ״נשענין על המתים אלו האבות".

ט.

עם ווערט אבער די שאלה,

אמת טאקע אז "גדול הוא הרועה שמצילה ושומרה",

אבער וויפל איז דער שיעור צו זיין בין ע׳ זאבים?

די אריכות הכי גדולה פון זמן הגלות?

אויף דעם איז די משנה ממשיך אז דורך דעם וואם ם׳איז דא די זקנה אין מצב הגלות,

"בישישים" און "אורך ימים",

וועט צוקומען נאך מער "חכמה" און "תבונה".

וע״ד ווי מען געפינט בא יצי״מ 71 ,

אז כאטש די אידן האבן גע׳טענה׳ט אז מ׳איז מוותר אויפן רכוש גדול אבי מ׳זאל ארויםגיין פריער פון גלות,

האט דער אויבערשטער געוואלט דוקא אז מ׳זאל ארויםגיין ברכוש גדול.

די פנימיות כוונת הגלות איז דער בירור הניצוצות 72 ,

דוקא דאן ווען מ׳נעמט ״כםפם וזהבם אתם" 73 ,

מ׳איז

מברר אלע ניצוצות פון חלקו בעולם,

איז די גאולה א שלימות׳דיקע.

בזמנינו אנו איז דאך שוין געווען אויך די "זקנה" און "שיבה" אין גלות ולכל הדיעות 74 ,

ביז צו א זקנה מופלגה,

און טאמער ם׳זיינען ח״ו געבליבן נאך עטלעכע רגעים צו דער שלימות הזקנה אין גלות - איז יהי רצון,

אז מ׳זאל פארגעםן אויף אלע חשבונות

[כאטש אז אין שכחה לפני כםא כבודך,

איז דאך אבער דער גאנצער ענין הגלות למטה מכםא הכבוד 75 ,

וואם דארטן איז דער ענין השכחה 76 ,

זאלן פארגעםן ווערן אלע חשבונות און]

ם׳זאל זיין דער נגאלין מיד 77 ,

בעגלא דידן,

למטה מעשרה טפחים,

ע״י משיח צדקנו.

(משיחות כ״ף מנ״א,

ש״פ עקב וש״פ ראה תשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.