א.
„כל הולך על גחון וכל הולך על ארבע עד כל מרבה רגלים וגו’” 1
- איז רש”י מעתיק
(אין ערשטן דיבור המתחיל)
„הולך על גחון” און איז מפרש: „זה נחש ולשון גחון שחיי’ שהולך שח ונופל על מעיו”.
פאַרוואָס רש”י טייטשט „הולך על גחון - זה נחש”,
איז מובן אין פשטות: דער איינציקער אָרט אין תורה וואו מ’געפינט אַן ענלעכן לשון
( ביי שרצים )
איז ביים נחש
(אין פ’ בראשית 2 ),
וואו עס שטייט „על גחונך תלך”.
איז דערפון מוכח,
אַז אויך „הולך על גחון” מיינט -נחש 3 .
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין דעם סיום פון פרש”י - „ולשון גחון שחיי’ שהולך שח ונופל על מעיו”: ווי געזאָגט,
שטייט שוין אין פ’ בראשית „על גחונך תלך”,
אָבער דאָרטן איז רש”י ניט מפרש וואָס איז „ לשון גחון”
(נאָר אַז „רגלים היו לו ונקצצו”)
- איז ניט מובן: רש”י האָט דאָך געדאַרפט מפרש זיין דעם טייטש פון „גחון” דעם ערשטן מאָל ווען עס שטייט אין חומש,
און ניט פאַרלאָזן זיך אויף זיין פירוש אין פ’ שמיני ?
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן,
אַז רש”י איז ניט מפרש
(אין פ’ בראשית)
„על גחונך תלך”,
ווייל דער טייטש פון „גחון” איז מובן מאליו - און אויף איינעם פון צוויי אופנים:
א)
אויפן פסוק 4
„ושם הנהר השני גיחון”
(וואָס שטייט פאַר „על גחונך תלך”)
טייטשט רש”י: „גיחון - שהי’ הולך והומה והמייתו גדולה מאד כמו וכי יגח 5
שמנגח והולך והומה”; און עד”ז קען מען טייטשן „על גחונך תלך”: וויבאַלד אַ נחש קריכט אויף דער ערד
(ווי רש”י זאָגט „רגלים היו לו ונקצצו”),
ווערט זיין הליכה אָנגערופן „על גחונך” -
(בלשון האָבן עזרא 6 )
„בעבור הרוח שיגיח ממנו” ד.
ה.
רש”י פאַרלאָזט זיך אויף זיין פירוש אין פריערדיקן פסוק -„גיחון” 7 .
ב)
„גחון” מיינט - מעיים,
ווי דער תרגום 8
טייטשט „על גחונך תלך - על מעך תיזיל”
[אָדער „חזה” - כפירוש האָבן עזרא 6 ]
; און רש”י דאַרף עס ניט מפרש זיין וואָרום דאָס איז אַ וואָרט אין לשון־קודש וואָס דער תלמיד ווייס זיין פירוש
[פּונקט ווי ער ווייס דעם טייטש פון „מעיים”
(אָדער פון „חזה”)] 9 .
אָבער לפי זה איז שווער לאידך גיסא: וואָס איז רש”י’ס הכרח אַז דאָ איז דער פירוש פון „הולך על גחון” ניט ווי באַ על גחונך תלך - ווי דער ראב”ע דאָ איז מפרש -
[ ניט „הולך והומה כו’”,
אָדער
(כפירוש התרגום)
(אויך דאָ)
„מעוהי”],
נאָר „לשון גחון שחיי’ וכו’” 10 ?
ג.
דערנאָך איז רש”י מעתיק „כל הולך” 11
און איז מפרש: „להביא השלשולין ואת הדומה לדומה”.
איז ניט מובן:
א)
אמת טאַקע אַז „כל” איז אַ ריבוי,
אָבער פונוואַנען איז די ראי’ ע”ד הפשט 12
אַז ער איז מרבה צוויי זאַכן: א)
שלשולין,
ב)
ואת הדומה לדומה 13 ?
ב)
די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: די דרשה איז דאָ אין תורת כהנים 14
און גמרא 15 .
דער לשון פון רש”י „את הדומה לדומה ” שטייט אין תורת כהנים,
אָבער אין גמרא איז דער לשון „ואת הדומה לשילשול “ 16 .
איז לויט דער גירסא פון גמרא קען מען לערנען
(בדוחק עכ”פ)
אַז „כל” איז מרבה בלויז איין זאַך: שלשול והדומה לשלשול.
ד.
ה.
„שלשול” איז אַ דוגמא פון דער מין וואָס מ’לערנט אָפּ פון דעם ריבוי,
וואָס איז כולל יעדען שרץ וואָס איז דומה צו שלשול
(ופשיטא - שלשול גופא)
;
אָבער לויט דער גירסא פון תו”כ -„ואת הדומה לדומה” - איז מודגש אַז דאָס זיינען צוויי ריבויים
(צוויי „מדרגות”)
: א)
„שלשול” וואָס איז דומה לנחש,
ב)
„ואת הדומה לדומה” -שרצים וואָס זיינען
( ניט דומה לנחש,
נאָר)
דומה לשלשול וואָס ער איז אַליין בלויז אַ דומה לנחש 17 .
און רש”י קלייבט אויס די גירסא פון תו”כ און ניט די גירסא פון גמרא!
ג)
פאַרוואָס איז רש”י מעתיק פון פסוק אויך „
(כל)
הולך ” - דער ריבוי איז דאָך בלויז פון וואָרט „כל” 18 ?
נאָכמער: גלייך שפּעטער בכיוצא בזה איז רש”י מעתיק
(פון די ווערטער 19
„וכל הולך על ארבע”)
נאָר דעם וואָרט „כל” 20
און איז מפרש „להביא את החפושית וכו’” - און דאָ איז רש”י מוסיף ומעתיק אויך „ הולך “?
ד.
דערנאָך איז רש”י מעתיק „הולך על ארבע” און איז מפרש: „זה עקרב”
(וועלכער איז דער איינציקער שרץ וואָס איז „הולך על ארבע”)
; און דערנאָך איז ער מעתיק,
כנ”ל,
„כל” און איז מפרש: „להביא את החפושית אשקרבו”ט בלע”ז ואת הדומה לדומה”.
איז אויך דאָ ניט מובן
(ע”ד הנ”ל ס”ג)
:
א)
פון וואַנען נעמט רש”י פון פשט הכתובים אַז דער „כל” איז מרבה צוויי זאַכן -
(א)
החפושית
(ב)
ואת הדומה לדומה 21 ?
ב)
פאַרוואָס קלייבט אויס רש”י די גירסא פון תו”כ און ניט פון גמרא -„ואת הדומה לחיפושית”?
ה.
שפּעטער שטעלט זיך רש”י אויף „מרבה רגלים” און איז מפרש: „זה נדל שרץ שיש לו רגלים מראשו ועד זנבו לכאן ולכאן וקורין צינטפיד”ש”
(און מיט דעם איז רש”י מסיים זיין פירוש אויף דעם פסוק).
דאָס וואָס רש”י איז מאריך אַז „נדל” „זה שרץ שיש לו רגלים מראשו ועד זנבו לכאן ולכאן וקורין צינטפיד”ש”,
און זאָגט ניט בקיצור „זה נדל צינטפיד”ש בלע”ז” - איז פאַרשטאַנדיק: רש”י באַוואָרנט: עס זיינען דאָך פאַראַן אַ סך שרצים מיט הרבה רגלים,
פאַרוואָס זאָגט מען אַז „מרבה רגלים זה נדל”?
דעריבער איז רש”י מסביר,
אַז דאָס איז אַ שרץ וואָס זיין גאַנצער גוף האָט רגלים,
„מראשו ועד זנבו
(און)
לכאן ולכאן”,
און דערפאַר „ וקורין “ 22
רופט מען אים ע”ש ריבוי הרגלים -„צינטפיד”ש”
(- „מאה רגלים” 23 )
; און דאָס איז דער שרץ וועלכן די תורה מיינט מיט „מרבה רגלים”.
פאַרוואָס איז אָבער רש”י דאָ ניט מפרש דעם וואָרט „ כל
(מרבה רגלים)
” וואָס שטייט אין פסוק,
אַז ער קומט מרבה זיין אויך אַנדערע שרצים וואָס זיינען מרבה רגלים און דומה לנדל 24 ,
דומה ואת הדומה לדומה* 24 ?
דער פלא איז נאָך גרעסער: סיי אין תו”כ און סיי אין גמרא שטייט טאַקע אַז „עד כל
(מרבה)
” איז מרבה „את הדומה ואת הדומה לדומה” - און רש”י ברענגט די דרשות רז”ל אויף די ערשטע צוויי מאָל וואו ס’שטייט „
(ו)
כל” אין פסוק,
און ניט ביים דריטן מאָל?
ו.
דער ביאור בכל זה:
ווי געזאָגט פריער,
פון דעם וואָס דער פסוק נוצט דעם לשון „
(הולך על)
גחון ” - אַ לשון וואָס שטייט נאָר ביי נחש - איז מוכח אַז דערמיט מיינט ער אַ נחש
(„ זה 25
נחש”)
; ועד”ז „הולך על ארבע”: וויבאַלד אַז דער איינציקער שרץ וואָס איז „הולך על ארבע” איז אַן עקרב,
איז דערפון מוכח אַז די תורה רעדט וועגן עקרב
(„ זה 25
עקרב”).
אָבער פאַרוואָס זאָגט דער פסוק „הולך על גחון”,
„הולך על ארבע”
(וואָס מיינען נחש ועקרב)
און זאָגט ניט בקיצור ובפירוש: נחש ועקרב?
[בשלמא וואָס עס שטייט „מרבה רגלים”
(ניט „נדל”)
- קען מען ענטפערן,
ווייל „נדל” איז ניט קיין לשון־המקרא וואָרט,
מ’געפינט אים ניט אין תנ”ך
(נאָר בתו”כ דאָ ובמשנה 26 ,
וואָס רש”י בריינגט כו”כ פעמים תו”כ בפי’ בספר ויקרא)
; אָבער נחש און עקרב זיינען דאָך ווערטער וואָס שטייען כמה פעמים אין חומש].
מוז מען זאָגן אַז מיט „הולך על גחון” רעדט די תורה וועגן נחש ניט אַלס כללות הנחש וואָס האָט כו”כ תכונות,
נאָר דוקא אַלס אַזאַ וואָס האָט די תכונה פון „הולך על גחון”; איז במילא מובן אַז „ כל הולך על גחון” איז מרבה שרצים וואָס זיינען דומה צו נחש דוקא אין דעם ענין פון „הולך על גחון”
(„שלשולין כו’”).
ועד”ז ביי „כל הולך על ארבע” 27 .
און דערפאַר קען דער פסוק ניט זאָגן „נחש” אָדער „עקרב”,
ווייל דעמאָלט וואָלט „כל” מרבה געווען נאָר שרצים פון מין נחש ועקרב,
אָדער - אפילו אַז מ’וואָלט מרבה געווען אויך דומה להם וואָלט מען ניט געוואוסט אין וואָס דאַרפן זיי זיין דומה - אין דעם ענין פון „הולך על גחון” און „הולך על ארבע”,
אָדער אין אַנדערע פרטים.
ועפ”ז איז אויך מובן בפשטות פאַרוואָס רש”י קען דאָ ניט לערנען „גחון” - „בעבור הרוח שיגיח ממנו”
(ע”ד פירושו אויף „גיחון”)
- ווייל „ כל הולך על גחון” קומט דאָך מרבה זיין אַנדערע שרצים וואָס זיינען „הולך על גחון”,
און מ’געפינט ניט קיין אַנדער שרץ וואָס איז הולך ומגיח רוח.
ז.
עפ”ז איז אויך מובן אַז רש”י קען דאָ ניט טייטשן
(כפי’ התרגום)
„על גחון” - „על מעוהי” 28 ,
ווייל דעמאָלט איז ניט מובן: פאַרוואָס נוצט דער פסוק דעם לשון „גחון” וואָס איז מכריח אַז „ זה נחש”
(ווייל דער לשון שטייט נאָר ביי נחש כנ”ל)
און „ כל הולך גו’” איז מרבה אַנדערע שרצים - עס האָט דאָך געקענט שטיין אַ לשון וואָס איז מלכתחילה כולל אַלע שרצים
(פון דעם סוג) 29 ,
ווי „הולך על מעיו”* 29
וכיו”ב?
מוז מען זאָגן,
אַז „הולך על גחון” איז אַ תכונה וואָס איז טאַקע דאָ נאָר ביים נחש; און דערפאַר טייטשט רש”י „ולשון גחון שחיי’ 30
שהולך שח ונופל על מעיו”: פון אָנהויב גייט ער איינגעבויגן
( ניט „על מעיו”),
נאָר שפּעטער איז ער „ נופל על מעיו”; משא”כ „שלשולין” וכיו”ב וואָס מ’איז מרבה פון „כל”,
קריכן לכתחילה על מעיהם.
[און עד”ז „כל הולך על ארבע”: נאָר אַן עקרב איז „הולך על ארבע” כפשוטו,
משא”כ „חפושית” וכיו”ב וואָס מ’איז מרבה פון „כל”,
האָבן „ יותר מארבעה רגלים אלא שהעליונים אינם משמשין כ”כ” 31 ].
און דערפאַר איז רש”י מעתיק פון פסוק „כל הולך ”: מיט דעם איז ער מדגיש אַז די ענלעכקייט צווישן זיי מיטן נחש איז בלויז אין דער הליכה וואָס קומט אַרויס שפּעטער ביים נחש,
נאָכדעם וואָס ער איז „נופל על מעיו”; אָבער דער ענין פון „גחון” - „לשון שחיי’ שהולך שח” - איז ביי זיי טאַקע ניטאָ 32 .
ח.
עפ”ז איז מובן וואָס רש”י קלייבט אויס גירסת התו”כ „ואת הדומה לדומה ”.
ער לאָזט אונז דערמיט וויסן:
א)
דער „כל” קומט ניט מרבה זיין נאָך שרצים אין מין הנחש ועקרב
(וואָס דעמאָלט איז דאָס מרבה אויך אַזעלכע וואָס „ אין דומין זה לזה” 33 ),
נאָר שרצים וואָס האָבן אַ דמיון צו נחש ועקרב אין דעם ענין פון „הולך על גחון ..
על ארבע”.
ב)
לאידך: אפילו „שלשולין” זיינען ניט דומה לנחש בכל פרטיו,
אפילו ניט אין דעם ענין פון „הולך על גחון”,
ס’איז צווישן זיי בלויז אַ קצת דמיון
(וואָרום אַ נחש איז סכ”ס „נופל על מעיו”)
; און עד”ז „חפושית” האָט נאָר אַ קצת דמיון צו עקרב אין דעם ענין פון „הולך על ארבע”
(ווייל „עליונים אינם משמשין כ”כ”)
;
און וויבאַלד אַזוי,
קען דאָך דער „כל” מרבה זיין אפילו „הדומה לדומה ” -אויב נאָר עס האָט אין זיך אָט דעם קצת דמיון בענין „הולך על גחון” ו„על ארבע”.
ט.
עפ”י כהנ”ל איז אויך מובן דער חילוק צווישן „כל הולך על גחון וכל הולך על ארבע” און „כל מרבה רגלים”
(וואו רש”י איז ניט מפרש תיבת „כל”)
:
„הולך על גחון” און „הולך על ארבע” זיינען פאַראַן
(בשרצים)
נאָר ביי נחש ועקרב,
און דערפאַר,
ווען דער פסוק איז מוסיף „ כל הולך על גחון וכל הולך על ארבע” קען מען ניט טייטשן כפשוטו - אַלע שרצים וואָס גייען „על גחון ...
ארבע” - ווייל חוץ פון נחש ועקרב איז ניטאָ אַ שרץ וואָס איז הולך על גחון או על ארבע; ובמילא מוז מען זאָגן אַז „כל” דאָ איז ניט כפשוטו,
נאָר איז בא לרבות.
משא”כ „מרבה רגלים” - מער ווי ארבע - איז דאָ ביי אַ ריבוי שרצים
(כאָטש - חוץ באַ נדל - איז באַ זיי דאָ פלאַץ בגופם אויף מער מרבה זיין ברגליים)
ובמילא איז דער טייטש פון „ כל מרבה רגלים” כפשוטו
(און רש”י דאַרף עס ניט מפרש זיין)
: אַלע שרצים וואָס זיינען אין דעם סוג פון „מרבה רגלים”.
יו”ד.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין: לויט דעם,
ווי טייטשט רש”י „מרבה רגלים - זה נדל וכו’”,
ניט שרייבענדיק אפילו „ כגון נדל” 29 ?
איז דער ביאור בזה: וויבאַלד אַז אין די ערשטע צוויי פאַלן - „הולך על גחון גו’ הולך על ארבע” - מיינט דער פסוק איין שרץ - נחש ועקרב
(וכנ”ל בארוכה)
- איז מסתבר צו זאָגן,
אַז אויך אין דריטן פאַל - „מרבה רגלים” - מיינט מען איין שרץ - נדל ; און „ כל מרבה רגלים” מיינט אַלע סוגים אין דעם ענין
( מין )
פון „מרבה רגלים”
(און רש”י דאַרף עס ניט מפרש זיין ווייל ס’איז מובן מאליו,
ס’איז ע”ד ווי עס שטייט פריער כמה פעמים „למינו” וכיו”ב).
יא.
פון די הוראות אין עבודת ה’ -ובהקדים:
לכאורה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק
(עכ”פ בפנימיות הענינים)
: סוף־סוף איז הליכת הנחש „על מעיו”
(„הולך שח” איז דאָך נאָר בתחילת הליכתו)
- פאַרוואָס שרייבט ניט די תורה „הולך על מעיו” און דערמיט כולל זיין אַלע שרצים פון דעם סוג
(אויך נחש)?
נאָר אין דעם איז דאָ אַ הוראה אין עבודת ה’: חז”ל 34
זאָגן אויף נחש „דא יצה”ר”.
און דאָס זאָגט תורה: דער יצה”ר קומט ניט לכתחילה באַווירקן אַ אידן ער זאָל ווערן אַ „הולך על מעיו “ - גיין,
קריכן און ליגן אין עניני אכילה וכו’ ענינים ארציים 35 .
ער הייבט אָן מיט „הולך שח”: זיין קאָפּ איז אַראָפּגעלאָזט,
איינגעבויגן,
עס פעלט אים אין „ שאו מרום עיניכם וראו גו’” 36
- אָבער דאָס דערפירט,
אַז סוכ”ס ווערט ער ר”ל אַ „ נופל על מעיו”.
ווי חז”ל 37
זאָגן „כך אומנתו של יצה”ר היום אומר לו עשה כך וכו’
(ביז)
עבוד ע”ז”.
און דערפאַר איז די עצה ווי צו בייקומען דעם „נחש” איז דורך ליגן אין ענינים פון מרום - תורה 38
בכלל,
ובמיוחד אין נסתר ופנימיות התורה 39 ,
וואָס דאָס באַוואָרנט דעם ענין פון „הולך שח”.
און אויך דאָס איז מרומז אין אונזער פסוק,
ווי דער מהרש”א איז מבאר דעם מרז”ל 40
„לפיכך נקראו ראשונים סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה שהיו אומרים וי”ו דגחון חציין של אותיות של ס”ת וכו’”: האותיות אינן מורים רק על שמותיו של הקב”ה שהוא הנסתר גמור של התורה 41
ולפי שהסטרא דשמאלא וכח הטומאה הוא נחש הקדמוני ..
וע”כ הפסיק באותיות התורה בוי”ו דגחון לרמוז כפי אותיות התורה שהן כולן שמותיו של הקב”ה 42
אין כאן מקום כלל לכח הטומאה דוי”ו דגחון מפסיקו.
יב.
אָט דעם „הפסק” פון כח הנחש דאַרף זיין ניט נאָר דורך דער עבודה פון ביטול ואיבוד כח הנחש,
נאָר אויך דורך בירור הנחש,
ביז ער ווערט נתהפך לקדושה; ווי חז”ל 43
זאָגן אויפן פסוק 44
„גם אויביו ישלים אתו”,
„זה הנחש”,
ד.
ה.
דער נחש איז טאַקע „ אויביו ”,
כמש”נ 45
„ואיבה אשית בינך ובין וגו’”,
פונדעסטוועגן וועט דער נחש מאַכן שלום מיט אים 46 .
און דער בירור פון נחש דקליפה איז דורך מגלה זיין דעם שורש פון נחש דקליפה,
אָט דאָס וואָס שטן לשם שמים נתכוון 47
- בחי’ נחש דקדושה.
ווי ס’איז מבואר 48
אין דעם ענין פון „נחש הנחושת” וואָס משה רבינו האָט געמאַכט 49 ,
אַז דורך „והביט אל נחש הנחושת” 49
ו„מסתכלין כלפי מעלה “ 50 ,
דורך דער ראי’ פון בחי’ נחש דקדושה,
דער שורש פון נחש דקליפה,
איז געוואָרן „וחי” - דער בירור פון נחש דקליפה 51 .
און אויך דער „ישלים” „שלום” צווישן נחש דקדושה און נחש דקליפה איז נרמז אין אונזער פסוק:
דער צ”צ 52
איז מבאר ענין הנ”ל „ וי”ו דגחון חציין של אותיות של ס”ת”,
אַז דער וי”ו רבתי פון „גחון” איז מרמז אויף ספירת התפארת ווי זי איז עולה עד הכתר,
און דערפאַר האָט זי בכח צו מחבר זיין די צווי חצאי ס”ת,
וואָס זיינען בחי’ חסד וגבורה
[ע”ד 53
הידוע 54
בענין חצות לילה,
אַז דאָס איז מחבר די צוויי חצאי לילה וואָס די ערשטע חצי לילה איז יונק פון דין און די צווייטע פון חסד]
; און דערפאַר איז דער וי”ו דגחון מפסיק כח הנחש,
וואָרום יניקת הנחש איז פון ריבוי הצמצומים מסטרא דשמאלא,
אָבער דורך דער התכללות פון ימין און שמאל
(ע”י ספירת התפארת)
ווערט נפסק זיין יניקה.
וי”ל,
אַז אויך דער „שלום” צווישן נחש דקליפה און
(שרשו)
נחש דקדושה איז דורך דעם וי”ו רבתי,
וואָרום אָט דער חיבור צווישן „מעלה” און „מטה” - דלא כטעות המין אַז „מפלגך לעילאי דהורמיז מפלגך לתתאי דאהורמיז” 55
-איז דורך דעם קו האמצעי 56
וואָס איז מבריח מן הקצה
(הכי עליון)
אל הקצה
(הכי תחתון) 57 ,
און דערפאַר איז ער עושה שלום צווישן פמליא של מעלה און פמליא של מטה 58 ,
ביז אַז אויך אינעם נחש דלמטה ווערט נתגלה זיין שורש,
בחי’ נחש דקדושה.
און אָט דער „שלום” וועט זיין בגילוי בביאת משיח צדקנו,
וואָס אויך משיח ווערט אָנגערופן „נחש” 59 ,
וועט ער אויפטאָן דעם „ישלים אתו”,
ובקרוב ממש.
(משיחת ומאמר ש”פ שמיני תש”ל)