א.
אין פסוק 1
„וישמע משה וייטב בעיניו” איז רש”י מעתיק פון פסוק די ווערטער „וייטב בעיניו” און איז מפרש „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי”.
לערנען מפרשים 2
דעם פירוש אין רש”י,
אַז ווען משה וואָלט געווען „בוש” וואָלט ער געזאָגט „לא שמעתי”
(און דער פירוש פון „ולא בוש לומר לא שמעתי” איז ווי ס’וואָלט שטיין ולא אמר,
מצד שהי’ בוש,
לא שמעתי),
וויבאַלד אָבער אַז „לא בוש” האָט ער ניט געזאָגט „לא שמעתי”,
נאָר „הודה” און געזאָגט „שמעתי ושכחתי”,
ווי די גמרא איז מפרש 3 .
עס איז אָבער
(ע”ד הפשט בפרש”י)
אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק: ס’איז ידוע אַז רש”י האָט געשריבן זיין פירוש איןאַ קלאָרן און אָפענעם סגנון,
אַז אויך אַ בן חמש למקרא זאָל קענען פאַרשטיין.
איז אויב רש”י וואָלט געמיינט אַז משה האָט מודה געווען און געזאָגט „שמעתי ושכחתי” וואָלט דאָך רש”י ניט פאַרפעלט צו זאָגן דעם עיקר - די ווערטער וואָס משה האָט געזאָגט
(ובמכש”כ פון דעם וואָס די גמרא דאַרף עס מפרט זיין)
;
אויך איז פשוט,
אַז מען קען ניט זאָגן אַז רש”י פאַרלאָזט זיך אויף דעם וואָס אין גמרא שטייט „שמעתי ושכחתי”,
וואָרום,
כמדובר כמה פעמים איז רש”י מפרש דעם פשט הכתובים
( על אתר ),
און איז זיך ניט סומך אויף דעם וואָס איז מפורש במ”א; און בפרט בנדו”ד וואָס רש”י צייכנט אפילו ניט אָן אַז דער מקור פון זיין פירוש איז אין גמרא.
לויט דעם אַלעם איז משמע להיפך,
אַז רש”י
( פשוטו של מקרא)
לערנט דאָ ניט ווי
(לימוד המקרא ע”ד ההלכה,
הלימוד)
אין גמרא; ובפרט אַז דער ענין איז דאָ אויך אין תו”כ,
און דאָרט 4
איז דער לשון ניט ווי אין גמרא,
און רש”י קלייבט אויס דעם לשון פון תו”כ 5 .
ב.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: א)
וואָס איז דאָ בכלל שווער אין פסוק וואָס רש”י דאַרף באַוואָרענען
(מיט’ן פירוש אַז הודה ולא בוש כו’)?
דער פסוק איז לכאורה פאַרשטאַנדיק בפשטות: „וישמע משה” - לאחרי ווי משה האָט געהערט טענת אהרן איז - „וייטב בעיניו”;
ב)
פון וואַנען איז דער הכרח אין פשש”מ אַז „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי”?
ס’זיינען דאָ מפרשים 6
וואָס לערנען,
אַז דער הכרח אויף רש”י’ס פירוש איז פון דעם לשון הכתוב „וישמע משה”,
וואָס לכאורה איז דאָס איבעריק
(וואָרום געוויס האָט ער געהערט וואָס אהרן האָט אים געזאָגט)
און עס האָט בלויז געדאַרפט שטיין „וייטב בעיני משה”.
פון דעם וואָס דער פסוק זאָגט
(פאַר דעם)
„וישמע משה” איז רש”י מדייק,
אַז דאָס מיינט אַז דאָס וואָס אהרן האָט געזאָגט האָט שוין משה פריער געהערט
(פון דעם אויבערשטן),
נאָר ער האָט פאַרגעסן,
און דערפאַר איז „וייטב בעיניו” אהרן’ס רייד נאָכן דערמאָנען זיך.
לכאורה אָבער קען מען אַזוי ניט לערנען
(ע”פ פשש”מ,
ובמילא ניט)
בפרש”י וואָרום
[נוסף אויף די קושיות וואָס מפרשים 7
פרעגן אַז: א)
עפ”ז האָט געדאַרפט שטיין „ומשה שמע” וכיו”ב
(וואָס זאָל מדגיש זיין אַז ער האָט שוין געהערט בעבר),
ב)
רש”י האָט זיך געדאַרפט שטעלן
(אויך)
אויף די ווערטער „וישמע משה”,
איז]
לפי זה האָט רש”י געדאַרפט דאָס זאָגן ברור 8 ,
ובפרט אַז ער איז דערמיט מבטל דעם פירוש כפשוטו פון „וישמע משה”
(אַז דאָס גייט אויף דעם וואָס ער האָט געהערט פון אהרן’ען)
; אָדער עכ”פ מפרט זיין „ שמעתי
(ושכחתי)
”,
וואָס דערפון וואָלט מען
(בדוחק)
געקענט פאַרשטיין זיין פירוש אין „ וישמע משה”.
ג.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אין פ’ מטות 9
אויפן פסוק „ויאמר אלעזר הכהן וגו’” זאָגט רש”י „לפי שבא משה לכלל כעס בא לכלל טעות שנתעלמו ממנו הלכות גיעולי נכרים,
וכן אתה מוצא בשמיני למילואים שנאמר ויקצוף על אלעזר ועל איתמר בא לכלל כעס בא לכלל טעות.
וכן בשמעו נא המורים ויך את הסלע 10
ע”י הכעס טעה”,
וואָס פון דעם זעט מען אַז ע”פ פשוטו של מקרא דאַרף מען האָבן אַ טעם והסבר פאַרוואָס משה האָט אַ טעות געהאַט - איז ניט מובן: די שוועריקייט,
ווי קומט משה לכלל טעות 11 ,
איז דאָך צום ערשטן בפרשתנו,
האָט רש”י דאָ געדאַרפט מפרש זיין אַז זיין טעות איז געקומען צוליב דעם וואָס „בא לכלל כעס”,
פאַרוואָס באַוואָרענט עס רש”י ערשט אין פרשת מטות און ניט על אתר,
גלייך בפרשתנו?
ד.
דער ביאור בזה: רש”י מיט זיין פירוש „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי” מיינט דעם ענין כפשטות הלשון 12 ,
אַז משה האָט מודה געווען און האָט זיך ניט געשעמט צו זאָגן „לא שמעתי” 13 ,
אַז ער האָט ניט געהערט פון אויבערשטן דעם חילוק פון קדשי שעה און קדשי דורות 14 .
דער טעם פאַרוואָס ער לערנט ניט ווי אין גמרא אַז משה האָט יע געהערט דעם חילוק נאָר ער האָט עס פאַרגעסן - און אין דעם איז געווען זיין „הודה ולא בוש”,
אַז ער האָט געזאָגט „שמעתי ושכחתי”* 14
-
ווייל דעמאָלט איז שווער בפשש”מ : א)
וואָס פאַר אַ שבח איז דאָס אויף משה רבינו,
אַז ער האָט געזאָגט דעם אמת
(„שמעתי ושכחתי”)
און ניט דעם היפך האמת 15
(„לא שמעתי”) 16
; ב)
ווי פּאַסט זאָגן אויף אַ זאַך וואָס ער האָט געהערט פון אויבערשטן „וייטב בעיניו” 17 ?
ג)
ועיקר - „וייטב בעיניו” איז משמע אַז עס האָט געקאָנט זיין אַנדערש וקמ”ל אַז „וייטב בעיניו” - אויב באַ משה’ן איז געווען „שמעתי
(ושכחתי)
” איז דאָס דאָך „וייטב בעיני הוי’”* 17
ומאי קמ”ל אַז „וייטב בעיניו”?
דעריבער לערנט רש”י כפשוטו ,
אַז משה האָט דעם חילוק ניט געהערט פון אויבערשטן
(און ווי רש”י זאָגט אין פריערדיקן ד”ה
(אויף דברי אהרן)
„הייטב בעיני ה’” „אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות” 18 ),
וואָס לפי זה איז מובן: א)
דער שבח פון „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי”,
וואָרום משה האָט געהאַט די ברירה צו
(מסכים זיין צו דברי אהרן דורך)
שווייגן
(און שתיקה - כהודאה),
אָדער
(אפי’)
דורך זאָגן אַז אהרן איז גערעכט און ניט צו מודיע זיין אַז „לא שמעתי”; ב)
דער פשט פון „וייטב בעיניו ”: דאָס איז געווען די סברא פון אהרן
(משה האָט עס ניט געהערט פון אויבערשטן)
איז
- כאָטש מען געפינט אַז קדשי דורות זיינען - בכמה דינים - גלייך צו קדשי שעה - וע”ד ווי רש”י האָט מפרש געווען פריער 19
באַ פרשת פסח מצרים אַז כו”כ דינים
(אָבער ניט אַלע)
- איז אַזוי אויך באַ פסח דורות
איז באַ דעם דין,
אהרן’ס פסק „וייטב בעיניו” פון משה 20 .
ה.
די שווערקייט דאָ אין פסוק
(וואָס דערפאַר זאָגט רש”י דאָ בכלל אַ פירוש ובפרט - דעם פירוש)
איז אין דעם,
וואָס די ווערטער „וייטב בעיניו” זיינען לכאורה איבעריק - דמאי קמ”ל,
ס’איז פשוט אַז משה האָט געהערט וואָס אהרן האָט אים געזאָגט
(כנ”ל ס”ב)
- איז במילא מובן אַז דער טייטש פון דער הוספה „ וישמע משה” - ע”ד פון „ שמעת לקול אשתך” 21 ,
„והם לא ידעו כי שומע יוסף” 22
ובכ”מ - הבנה און קבלה* 22
(אָננעמען)
פון די רייד,
ד.
ה.
אַז ביי משה’ן האָבן זיך אָנגענומען און נתקבל געוואָרן דברי אהרן,
ד.
ה.
דער זעלבער תוכן פון „וייטב בעיניו” -היינט וואָס זאָגט דער פסוק באַזונדער „וייטב בעיניו”?
מוז מען זאָגן אַז „וייטב בעיניו” קומט מוסיף זיין
(אויף „וישמע משה”)
: אהרן’ס רייד זיינען ביי משה’ן ניט נאָר נתקבל געוואָרן,
נאָר עס איז געווען אַ הוספה וחידוש
(אין תוכן פון)
„וייטב בעיניו” -אין וואָס קען זיך אויסדריקן אַזאַ הוספה וחידוש און וואָס קומט דער פסוק דערמיט מדגיש זיין און דערציילן?
זאָגט רש”י אַז דער פסוק מיינט דערמיט אַז „וישמע משה” איז געווען - נוסף אַז באַ עם זיינען די רייד נתקבל געוואָרן,
זיינען זיי עם אַזוי שטאַרק געפעלן געוואָרן
(„וייטב בעיניו”)
- אַז ער האָט עס געזאָגט 23
„לומר” 24
-אויך צו אַנדערע
און דערציילט אויך שבחו של משה אזַ „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי”: ער האָט מודיע ומפרסם געווען אַז „לא שמעתי” 25 ,
כאָטש אַז דאָס איז ניט געווען נוגע צום עצם הענין,
און עס וואָלט געווען גענוג ווען ער איז מודה ומסכים צו דעת אהרן.
ו.
עפ”ז
(אַז דער פירוש אין רש”י איז כפשוטו,
אַז משה האָט געזאָגט לא שמעתי)
איז מובן וואָס רש”י איז דאָ ניט מפרש ווי אין פרשת מטות,
אַז בא לכלל כעס בא לכלל טעות: וויבאַלד אַז דער חילוק פון קדשי דורות און קדשי שעה איז אַ זאַך וואָס איז תלוי בסברא,
און אין שכל איז דאָ אַן אָרט פאַר ביידע סברות 26 ,
איז דאָ
(פשוטו של מקרא -)
רש”י ניט מוכרח צו זאָגן אַ חידוש הכי גדול אַז באַ משה’ן איז שייך „
(בא לכלל כעס)
בא לכלל טעות ”.
משא”כ אין פרשת מטות וואָס דאָרט איז מוכרח אַז דער „ויקצוף” פון משה’ן האָט אים געבראַכט לידי טעות - אַ חידוש גדול,
כנ”ל
(און עס ווערט אויך אַ שאלה פאַרוואָס האָט דוקא דער כעס געבראַכט לכלל טעות)
דעריבער איז רש”י ממשיך דאָרט „ וכן
(דער זעלבער חידוש)
אתה מוצא בשמיני למילואים שנאמר ויקצוף משה כו’”,
נאָכדעם ווי ס’איז מוכרח בפשש”מ אַז צוליב דעם וואָס „בא משה לכלל כעס בא לכלל טעות” קען מען שוין אויך מפרש זיין אַזוי בשמיני למילואים,
אַז דער ויקצוף האָט גורם געווען אַז דאָס וואָס ער האָט ניט געוואוסט דעם חילוק פון קדשי שעה וקדשי דורות* 26
(כאָטש אַז באַ אהרן איז עס געווען בפשיטות)
- איז געקומען מצד כעס 27 .
ז.
מיינה של תורה בפרש”י:
וויבאַלד אַז די חילוקי דעות צווישן משה און אהרן איז אַן ענין התלוי בסברא - דאַרף מען פאַרשטיין: א)
פאַרוואָס האָט סברת משה נוטה געווען אַז ס’איז ניטאָ קיין חילוק פון קדשי דורות און קדשי שעה,
און די נטי’ פון סברת אהרן איז געווען אַז ס’איז דאָ אַ חילוק?
ב)
וויבאַלד אַז משה האָט געהאַלטן אַז ס’איז ניטאָ קיין חילוק פון קדשי דורות און קדשי שעה,
און דאָס איז געווען מיט אַזאַ ודאות אַז זעענדיק ווי זיי האָבן זיך נוהג געווען אין די קדשי דורות ניט ווי קדשי שעה און זיי האָבן זיי ניט געגעסן איז „ויקצוף וגו’” - פאַרוואָס האָט זיך ביי אים געביטן די סברא בשעת ער האָט געהערט פון אהרן אָן קיין ראי’ אַז מ’דאַרף מאַכן אַ חילוק פון קדשי דורות מיט קדשי שעה* 27
און אַ שינוי גדול ביז אַז „וייטב בעיניו” 28 ?
וי”ל דעם ביאור
(בפנימיות הענינים)
* 28
:
דער חילוק צווישן משה מיט אהרן’ען איז,
ווי עס שטייט אין מדרש 29 ,
„חסד זה אהרן ..
ואמת זה משה”.
פון די אונטערשיידן צווישן אמת און חסד: דער ענין פון אמת איז אַז עס זיינען אין אים ניטאָ קיין שינויים - אין יעדן זמן און אין יעדען מקום שטייט ער בשווה 30 ,
אין דער זעלבער מדרי’ און אין דעם זעלבן מעמד ומצב.
חסד אָבער,
וואָס ענינו איז מאַכן גוט צו אַנדערע מוז מען דאָך זיך רעכנען מיט דעם צושטאַנד און דרכים פון יעדערן פון די באַזונדערע מקבלים וואָס אינם שווים זל”ז.
נאָכמער - באַ יעדער עשיית חסד צו אַ צווייטן איז דאָ אַ שינוי וחילוק אין דער השפעה ווי זי איז באַם משפיע און ווי זי ווערט נמשך צו אַ צווייטן,
וע”ד מרז”ל 31
השפעת עליהם
(רוב)
טובה אינן יכולין לעמוד.
און דעריבער איז נטית סברת משה,
מדת האמת,
אַז בכל ענין וואָס עס איז דאָ אַ ספק - פּסק’נען אַז עס איז ניטאָ קיין שינוי פון איין זמן און מעמד ומצב ביז אַ צווייטן.
דעריבער בנידון דידן -האָט ער געהאַלטן אַז ס’איז ניטאָ קיין חילוק פון קדשי דורות און קדשי שעה: די זעלבע קדושה וואָס איז דאָ „בשעה”
(זו),
אין דעם זעלבן אופן דאַרף זיין די קדושה ל„דורות”.
מצד בחי’ חסד אָבער,
מדריגת אהרן,
וואָס זיין ענין איז געווען „אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה” 32 ,
ער האָט זיך איבערגעגעבן צו אידן ביז צו אַזעלכע וואָס זיינען אין סוג פון „בריות” און זיי משפיע געווען יעדן לויט זיין דרגא ומצב 33
- דערפאַר האָט ער געזען אַז ס’איז דאָ אַ חילוק צווישן „ קדשי שעה” און „ קדשי דורות”: מצד המקבלים,
די וואָס דאַרפן אָנקומען צום
(חסד,
צום)
קרבן וקדשים קען מען ניט מאָנען אַז די קדושה זאָל זיין אין דעם זעלבן אופן ותוקף אין אַלע שינויי דרגות און זמנים.
ח.
דער ענין הנ”ל איז מתאים צו דעם וואָס מדריגת משה איז „שושבינא דמלכא” און אהרן - „שושבינא דמטרוניתא” 34
:
מצד משה שושבינא דמלכא,
(התעסקות - במלכא )
ו„גדריו”,
וואָס איז ממשיך אלקות אין אידן מלמעלה למטה 35 ,
ווערט דער אור נמשך למטה אַזוי ווי ער איז למעלה
(אין אצילות)
אָן חילוקים - און אַזוי איז געווען אופן עבודתו למטה אין דער המשכת אלקות וואָס ער האָט ממשיך געווען צו אידן.
מצד בחי’ אהרן שושבינא דמטרוניתא
(התעסקות - במטרוניתא )
ו„גדרי’”,
וואָס איז מעלה כנס”י מלמטה למעלה 35 ,
איז די העלאה תלוי’ אין דעם מצב און מדריגה פון אידן,
און דעריבער איז אין דער עבודה דאָ שינויים לפי ערך המצב פון דעם מטה 36 .
ט.
אעפ”כ נאָכדעם ווי משה האָט געהערט פון אהרן אַז מצד עבודת הנבראים אין עולם העשי’
(- עוה”ז),
זיינען דאָ שינויים און ס’איז ניט גלייך די עבודה און קדושה פון „שעה” און „דורות”,
איז „ וישמע משה וייטב בעיניו ” - עס איז נתקבל געוואָרן אויך באַ משה,
און פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז ניט נאָר איז דאָס אויסגעהאַלטן מצד בחי’ אהרן - חסד,
נאָר אויך מצד בחי’ משה - מדת האמת 37 .
דער ביאור בזה: וועגן עבודת הבינונים,
זאָגט ער אין תניא 38 ,
אַז די אהבה זייערע איז „לגבי מדרגת הבינונים נקראת עבודה תמה באמת לאמיתו שלהם איש איש כפי מדרגתו במדרגת הבינונים”,
כאָטש אַז „לגבי מדרגת הצדיקים עובדי ה’ באמת לאמיתו אין בחי’ אהבה זו נקראת בשם עבודת אמת כלל מאחר שחולפת ועוברת אחר התפלה וכתיב 39
שפת אמת תכון לעד ועד ארגיעה לשון שקר”:
דער ענין פון אמת
(בתכלית)
איז דאָ בלויז אין אלקות,
וכמ”ש 40
„והוי’ אלקים אמת”,
אין וועלט מצ”ע קען ניט זיין קיין ענין פון אמת,
היות אַז אַלע עניני העולם זיינען נבראים הווים ונפסדים; און אַז מ’זעט אמת אין נבראים - הגם אַז די אמת’דיקייט פון דער תנועה איז נאָר לגבי דער מדריגה און ניט לגבי אַ העכערער מדריגה
(ע”ד הנ”ל בתניא)
- מוז מען זאָגן אַז דאָס איז מצד „ואמת הוי’ לעולם” 41
- דעם אמת פון אלקות וואָס עס איז דאָ און מאיר אין דעם נברא.
[ועד”ז איז דער ביאור אין דעם וואָס עס רעדט זיך במ”א 42
אַז „מאדך” -מאד שלך,
דער בלי גבול של האדם,
איז מעורר און ממשיך דעם „מאד” שלמעלה,
דעם בל”ג האמיתי.
כאָטש אַז „מאד שלך” איז בלויז העכער פון דעם גבול פון דעם מענטש’נס עבודה,
אָבער מצ”ע איז דאָס אַן עבודה
(אהבה)
מוגבלת; און לגבי איינעם וואָס האַלט באַ אַ העכערער עבודה איז דאָס טאַקע אַן אהבה מוגבלת ממש - אָבער וויבאַלד אַז דער ענין הבלי גבול איז בלויז אין אלקות,
משא”כ נבראים וואָס זיינען בעצם מוגבלים קען ביי זיי ניט זיין
(מצ”ע)
אַ תנועה פון בל”ג - איז דערפאַר,
בשעת ס’איז דאָ בייאַ נברא אַ תנועה
(אַן עבודה)
וואָס איז העכער פון זיין מדידה והגבלה,
איז דאָס פאַרבונדן און נעמט זיך פון אויבערשטן וואָס ער איז בל”ג האמיתי.
און מהאי טעמא איז דער „מאדך”,
מאד שלך,
אַ מעין פון בל”ג האמיתי און איז מעורר דער מאד שלמעלה].
יו”ד.
ועפ”ז איז אויך מובן בנדו”ד: דער חילוק ה
(עבודה און)
קדושה פון „שעה” און „דורות” איז דאָס אַן עבודה בשלימות ובאמיתית ,
פון דעם אמת הוי’ ווי ער איז מאיר אין דעם מצב ומדריגה פון דעם אידן ווי ער איז באותה שעה.
דאָס איז אַלץ ווי דער אמת ה’ איז „לעולם” ובעולם - מאיר אין נבראים,
אָבער מדריגת משה איז דער אמת ה’ פון אצילות 43 ,
וואָס איז העכער פון
(דעם אמת ה’ ווי עס איז מאיר אין)
נבראים.
און דעריבער איז באַ אים מצ”ע ניט געווען דער חילוק פון קדשי שעה און קדשי דורות.
יא.
פון דעם אָבער וואָס „וישמע משה וייטב בעיניו” איז מובן,
אַז דורך אהרן האָט זיך אויפגעטאָן אַז אויך מצד בחי’ משה,
מדת האמת פון אצילות ,
איז אַ חילוק צווישן „קדשי שעה” און „קדשי דורות”.
איז דער ביאור אין דעם: ס’איז ידוע אַז דער תכלית ופנימיות הכוונה פון עולם האצילות איז צוליב דער עבודה וגילוי אלקות אין נבראים למטה 44 .
ד.
ה.
אין אצילות איז דאָ צוויי ענינים: אצילות מצד עצמה,
וואָס איז העכער פון נבראים; מצד איר כוונה,
וואָס עס הערט זיך ווי זי איז בשביל עולם העשי’.
און דאָס איז די צוויי ענינים אין משה: משה
(מדת אמת דאצילות)
מצ”ע העכער פון די חילוקים פון
(אמת פון)
נבראים; אהרן אָבער מצד היותו שושבינא דמטרוניתא,
כנס”י - ביז „אוהב את הבריות ומקרבן לתורה ” -תורת משה האָט מגלה געווען די כוונה
(וואָס איז פאַרבונדן מיט’ן מטה ותחתון,
וואָס זי איז די כוונה)
פנימית פון דעם אמת פון אצילות ,
אַז ענינה איז צוליב דעם גילוי אין נבראים למטה.
ועי”ז „וישמע משה וייטב בעיניו ” - דאָס איז געוואָרן ענינו של משה
(בחי’ אצילות)
בגילוי 45 .
יב.
די הוראה פון דעם בעבודת כאו”א: בשעת עס רעדט זיך וועגן זיין אייגענע עבודה דאַרף באַ אים זיין עבודת ה’ אָן שינויים,
אַזוי ווי „אני ה’ לא שניתי”,
אַזוי דאַרף אויך זיין באַ „ואתם בני יעקב” 46 .
אָבער בשעת עס קומט צו טאָן מיט אַ צווייטן אידן,
ביז אויך מיט „בריות” דאַרף ער זיך אַריינטאָן אין יענעמס מעמד ומצב און וויסן אַז לא כל הזמנים שווים,
ער קען ניט אָנהייבן זיין טאָן און העלפען דעם זולת ועל אחת כו”כ - „בריות” מיט דעם פאָדערן און דריקען און מאָנען ביי דעם צווייטן אַז ער זאָל שטענדיק זיין אין דער זעלבער מדרי’ הקדושה ווי אין זמני רצון וכיו”ב.
און בשעת ער טוט מיט אַנדערע אידן ביז אויך מיט אַזוינע וואָס זיינען „בריות בעלמא” 47 ,
באופן אַז ער איז זיך מתלבש אין זייער מעמד ומצב,
דעמאָלט פועלט ער סו”ס אַז אויך באַ זיי זאָל דערהערט ווערן דער „ אמת ה’ לעולם”,
די בחי’ פון „אני ה’ לא שניתי” 48
און דאָס פועל’ט אויך די שלימות אין דער בחי’ אמת וואָס איז באַ אים,
בשעת „חסד 49
ואמת נפגשו צדק ושלום נשקו” 50 ,
און עס פירט זיך אויס דער „נתאווה הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים ” 51 .
(משיחת ש”פ שמיני תשכ”ט)