B"H
🏡

Ikar

שמיני ב

א.

נאָך דעם ווי די תורה 1

דערציילט וועגן מיתת נדב ואביהוא,

שטייט 2

„ויקרא משה אל מישאל ואל אלצפן ..

ויאמר אליהם קרבו שאו את אחיכם מאת פני הקודש אל מחוץ למחנה“.

שטעלט זיך רש“י אויף די ווערטער „שאו את אחיכם וגו‘“ און איז מפרש: „כאדם האומר לחבירו העבר את המת מלפני הכלה שלא לערבב את השמחה“.

פון וואַנעט איז די הוכחה אַז די אמירה „שאו את אחיכם גו‘“ איז געווען

(ניט צוליב זיי מקבר צו זיין 3 ,

נאָר)

„שלא לערבב את השמחה“?

זאָגן מפרשים 4 ,

אַז ביי רש“י‘ן איז שווער די אריכות הלשון „

(שאו גו‘)

מאת פני הקודש אל מחוץ למחנה“,

אויב דער „שאו גו‘“ איז נאָר צוליב ענין הקבורה,

האָט געדאַרפט שטיין „שאו את אחיכם וקברום“?

אפילו מ‘זאָל זאָגן אַז עס מוז שטיין אַז דער מקום הקבורה מוז זיין „

(אל)

מחוץ למחנה“ - זיינען אָבער די ווערטער „מאת פני הקודש“ איבעריק 5 .

דערפון לערנט רש“י אַרויס,

אַז „מאת פני הקודש“ איז די

(הויפּט)

כוונה פון „שאו את אחיכם“,

און דער טעם איז -„שלא לערבב את השמחה“ 6

(שבמשכן אין יענעם טאָג).

אָבער דער פירוש איז ניט פאַרשטאַנדיק:

א)

פאַרוואָס שטעלט זיך רש“י אויף די ווערטער „שאו את אחיכם“

(און די ווערטער „מאת פני הקודש“ איז ער בלויז מרמז מיט „וגו‘“)

- וויבאַלד אַז די גאַנצע הוכחה איז פון די ווערטער „מאת פני הקודש“,

האָט ער לכל לראש געדאַרפט מעתיק זיין 7

(אין דעם דיבור המתחיל)

די ווערטער 8 ?

ב)

ועיקר: די הדגשה אין „שאו גו‘ מאת פני הקודש“ איז פאַרשטאַנדיק בפשטות.

דער ציווי „שאו גו‘“ איז ניט געווען בלויז צוליב קבורה.

מ‘האָט דאָך געדאַרפט אַרויסנעמען די גופים 9

פון נדב ואביהוא בכדי די טומאה 10

זאָל ניט בלייבן אין משכן 11

(און משה האָט עס געמוזט מדגיש זיין,

בכדי אַז דאָס זאָל געטאָן ווערן מיט זריזות,

כדי ניט צו משהה זיין די טומאה אין „פני הקודש“ 12 ).

בלייבט ווייטער די שאלה,

פון וואַנעט נעמט רש“י דעם חידוש,

אַז דער „שאו גו‘“ איז „שלא לערבב את השמחה“?

ב.

אין פירוש רש“י גופא איז ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס דאַרף רש“י מוסיף זיין דעם משל „כאדם האומר לחבירו העבר את המת מלפני הכלה“; לכאורה איז גענוג ווען רש“י זאָגט בקיצור: „שאו את אחיכם וגו‘ - שלא לערבב את השמחה“?

די שאלה איז נאָך שטארקער: דעם זעלבן ענין

(אַז מ‘זאָל ניט מערבב זיין די שמחה)

זאָגט רש“י מיט צוויי פּסוקים שפּעטער 13

(בנוגע דעם ציווי „ראשיכם אל תפרעו“),

און דאָרטן זאָגט ער טאַקע בקיצור „אבל אתם אל תערבבו שמחתו של מקום“.

דאָ קען מען אָבער זאָגן אַז ער פאַרלאָזט זיך אויף דאָס ערשט געזאָגטע,

אָבער עד“ז געפינט מען פריער,

אין סוף פ‘ משפטים 14

(אויפן פסוק „ויראו את אלקי ישראל“)

איז רש“י מפרש „נסתכלו ..

ונתחייבו מיתה אלא שלא רצה הקב“ה לערבב שמחת התורה“ - און בריינגט ניט דעם משל;

היינט פאַרוואָס דאַרף רש“י אין אונזער פסוק אָנקומען צו דעם משל „כאדם האומר לחבירו כו‘“ - וואָס איז דאָ אין דעם פסוק וואָס מ‘קען עס ניט פאַרשטיין סיידן דורך דעם משל?

ג.

אפילו אַז מ‘וועט געפינען אַ הכרח פאַרוואָס רש“י מוז צוגלייכן דעם ענין פון „שאו את אחיכם מאת פני הקודש“ צו מעביר את המת מלפני הכלה - איז נאָך אַלץ ניט פאַרשטאַנדיק די אריכות הלשון „כאדם האומר לחבירו 15

העבר כו‘“,

רש“י האָט געקענט זאָגן בקיצור,

„כמו שמעבירין את המת מלפני הכלה שלא לערבב את השמחה“

(וכיו“ב)?

די שאלה איז נאָך גרעסער: דער מקור פון דעם לשון „העבר את המת מלפני הכלה“ איז אין מס‘ כתובות 16 ,

און דאָרטן שטייט עס

(ניט ווי אַ מאמר העולם - „כאדם האומר לחבירו“ -נאָר)

ווי אַ דין: „מעבירין את המת מלפני כלה“.

היינט פאַרוואָס איז רש“י מוסיף

(און דורך דעם עס מחליש אַז דאָס איז נאָר אַ מנהג)

„כאדם האומר לחבירו“?

אין מדרש 17

ווערט געבראַכט: „מאת פני הקודש,

כאדם שאומר לחבירו העבר המת הזה מאת פני האבל הזה עד מתי אבל זה מצטער“

(אַ צווייטע גירסא 18

: „כאדם ..

מלפני אביו עד מתי אביו יראה את בנו מת מלפניו“)

- און דאָרטן איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז בלויז אַ מנהג העולם

(„כאדם האומר לחבירו“)

; משא“כ בשמחת כלה - איז דאָס אַ דין.

וואָס רש“י ברענגט ניט דעם משל פון מדרש - „כאדם ..

העבר המת ..

מאת פני האבל ..

עד מתי ..

מצטער“,

אַז דאָס צונעמען דעם מת איז בכדי צו אַראָפּנעמען דעם צער פון „אבל זה“

(ועד“ז - „עד מתי אביו יראה כו‘ לפניו“).

נאָר ער זאָגט „כאדם האומר ..

מלפני הכלה שלא לערבב את השמחה“,

אַז דאָס איז בכדי מ‘זאָל ניט צעשטערן די שמחת הכלה

(וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך איידער ס‘איז געווען דער מת)

יש לומר: לויטן מדרש גייט „מאת פני הקודש“ אויף אהרן 19

(„מאת פני האבל הזה“)

; אָבער ע“ד הפשט מיינט „פני הקודש“ דעם משכן,

דערפאַר לערנט רש“י אַז דאָס איז „שלא לערבב“ די שמחה וואָס איז פאַרבונדן מיט‘ן משכן;

אָבער עפ“ז איז נאָך שווערער וואָס רש“י איז מחבר די צוויי,

אַז דאָס איז בדוגמת מנהג און - שמחת כלה וואָס דאָרט איז עס אַ דין?

ד.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז אין דעם זעלבן ענין איז רש“י מפרש,

כנ“ל,

„אל תערבבו שמחתו של מקום“,

האָט ער אויך דאָ געדאַרפט לערנען „שאו את אחיכם מאת פני הקודש“ - שלא לערבב שמחתו של מקום.

פאַרוואָס לערנט ער דאָ „שלא לערבב את השמחה“ פון דער כלה,

וואָס מיינט בפשטות די שמחה פון אידן 20 ?

מ‘קען ניט פאַרענטפערן: וויבאַלד אַז „מלא כל הארץ כבודו“ 21 ,

וועט דאָך דער אַריבערפירן דעם מת ממקום למקום גאָרניט צוהעלפן אַז די שמחת המקום זאָל ניט צעשטערט ווערן

(דער אויבערשטער איז דאָך אויך דאָ „מחוץ למחנה“).

מוז דערפאַר רש“י לערנען,

אַז דאָס איז שלא לערבב די שמחה פון אידן

(„כלה“)

; משא“כ „ראשיכם אל תפרעו“ - אַז מ‘זאָל אינגאַנצן ניט עוסק זיין בעניני אבילות - באַוואָרנט אַז אויך שמחת המקום זאָל ניט נתערבב ווערן.

קען מען אָבער אַזוי ניט לערנען.

וואָרום כאָטש אַז „מלא כל הארץ כבודו“,

איז אָבער פאַרשטאַנדיק בפשטות,

אַז „שמחתו של מקום“ איז פאַרבונדן מיט אָט דעם אָרט וואָס אויף אים זאָגט דער אויבערשטער „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“ 22 ,

דאָרט איז השראת השכינה

(בגילוי)

; און דעריבער דאַרף מען אַרויסנעמען „את אחיכם מאת פני הקודש“ שלא לערבב שמחתו של מקום אין משכן.

ה.

דער ביאור בכל זה:

לערנענדיק דעם פסוק,

שטעלן זיך גלייך צוויי תמיהות - איינע אין כללות הפסוק,

און די צווייטע אין וואָרט „אחיכם“

[און דערפאַר איז רש“י מעתיק פון פסוק די ווערטער „שאו את אחיכם וגו‘“,

ווייל אָט די ווערטער -

(די כללות האמירה פון „שאו וגו‘“,

און דער וואָרט „אחיכם“)

- זיינען שווער].

אין כללות הפסוק איז ניט גלאַטיק: פאַרוואָס דאַרף דער פסוק בכלל דערציילן און דערצו נאָך מיט אַן אריכות -און אינמיטן דעם סדר פון שמיני למילואים - ווי משה האָט אָנגעזאָגט מישאל ואלצפן „קרבו שאו גו‘ אל מחוץ למחנה“ און ווי דערנאָך „ויקרבו וישאום וגו‘“?

ס‘איז אַ דבר המובן מאליו,

אַז מ‘האָט די גופים פון נדב ואביהוא ניט איבערגעלאָזט אין משכן,

נאָר מ‘האָט זיי אַרויסגענומען „מאת פני הקודש“.

און אויב צוליב מודיע זיין אַז עס דאַרף זיין „אל מחוץ למחנה“ האָבן געדאַרפט שטייען נאָר דער טייל.

ועד“ז איז ניט פאַרשטאַנדיק די הדגשה צו מישאל ואלצפן „

(שאו את)

אחיכם“ - אַז נדב ואביהוא זיינען זייערע קרובים 23 .

וויבאַלד אַז עס שטייט שוין אין דער ערשטער העלפט פון פסוק אַז זיי זיינען „בני עוזיאל דוד אהרן“,

ווייס מען שוין אַז זיי זיינען „אחיכם“?

דערפון איז משמע,

אַז דוקא ווייל זיי זיינען קרובים,

דאַרפן זיי אַרויסטראָגן נדב ואביהוא.

איז ניט מובן:

(א)

למאי נפק“מ דאָ אין פסוק די הדגשה אַז דער „שאו גו‘“ דאַרף געטאָן ווערן דורך קרובים 24 ?

(ב)

פאַרוואָס טאַקע דאַרף זיין „שאו“ דוקא דורך קרובים 25 ,

דלכאורה - אדרבה: זייענדיק קרובים פון נדב ואביהוא,

פון שבט לוי,

האָבן זיי דאָך אַ שייכות צו עבודת המשכן

(כאָטש אין פסוק איז נאָך ניט דערמאָנט געוואָרן וועגן עבודת הלויים אין משכן - דאָס שטייט ערשט אין ספר במדבר 26

- האָט אָבער דער „בן חמש“ שוין געלערנט דאָס אין פירוש רש“י 27 )

און וויבאַלד אַז די לויים האָבן אַ חלק אין עבודת המשכן,

האָט דאָך מער אָרט אַז זיי זאָלן בלייבן

(טהורים און)

אין משכן בכדי צו באַטייליקן זיך אין שמחת המשכן פון שמיני למילואים,

און ישראלים זאָלן אַרויסטראָגן נדב ואביהוא „אל מחוץ למחנה“?

נאָך מער: רש“י האָט שוין פריער 28

געשריבן ווי יעקב האָט אָנגעזאָגט אַז לוי זאָל ניט טראָגן זיין ארון „שהוא עתיד לשאת את הארון“.

איז מה־דאָך אַז לוי האָט ניט געטראָגן דעם ארון פון זיין אייגענעם פאָטער,

דערפאַר וואָס מיט דורות שפּעטער,

ביים משכן,

איז „הוא - געמיינט זיין שבט - עתיד לשאת את הארון“ - על אחת כו“כ בנדו“ד,

וואָס עס רעדט זיך וועגן ניט אַזוינע נאָענטע קרובים 29 ,

און אין אַ צייט פון שמחה פון השראת השכינה במשכן,

וואָלט אַוודאי געפּאַסט אַז זיי זאָלן זיך משתתף זיין אין שמחת המשכן און ניט אַרויסטראָגן די גופים פון נדב ואביהוא!

ו.

מצד די צוויי שאלות איז רש“י מכריח,

אַז

(א)

דער ענין פון „שאו וגו‘“ איז

(ניט נאָר צוליב קבורה,

אָדער סתם צוליב אַרויסנעמען די גופים פון משכן - וואָס מ‘פאַרשטייט עס בלאו הכי -נאָר ס‘איז)

אַ זאַך וואָס איז נוגע אין דעם ענין פון שמיני למילואים 30 ,

און

(ב)

דאָס פאָדערט אַז עס זאָל געטאָן ווערן דורך „אחיכם“.

דעריבער איז רש“י מפרש,

אַז דער „שאו גו‘“ איז „שלא לערבב את השמחה“ וואָס איז פאָרגעקומען אין משכן בשמיני למילואים

(און דערפאַר איז דער פסוק מוסיף „מאת פני הקודש“ - וויבאַלד אַז דער עיקר דאָ איז אַז זיי זאָלן זיך ניט געפינען אין קודש און דערמיט צעשטערן די שמחה,

כנ“ל סעיף א).

און מהאי טעמא גופא מוז עס זיין דורך קרובים דוקא פון שבט לוי,

וואָרום דאָס איז פאַרבונדן מיט עבודת המשכן; נאָר דאָס איז ניט אַן עבודה אין דעם אופן פון חיוב

(שיר וכיו“ב),

נאָר אין דעם אופן פון שלילה - אַרויסצונעמען פון משכן זאַכן וואָס זיינען מבלבל צו דער עבודה כדבעי,

וע“ד די עבודה פון הרמת והוצאת הדשן אל מחוץ למחנה 31 .

קומט אויס,

אַז דערמיט האָט מען ניט מבטל געווען די השתתפות פון מישאל ואלצפן אין דער שמחה פון חנוכת המשכן,

ווייל מיטן אַרויסטראָגן נדב ואביהוא „מאת פני הקודש“,

דערמיט גופא האָבן מישאל ואלצפן אַ חלק אין דער שמחה.

ז.

רש“י קען זיך אָבער ניט באַנוגענען מיט סתם זאָגן אַז דער „שאו וגו‘“ איז „שלא לערבב את השמחה“,

ווייל עס ווערט גלייך שווער: אויב מ‘דאַרף ניט מערבב זיין די שמחה פון חנוכת המשכן,

פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער מערבב געווען די שמחה און גלייך מעניש געווען נדב ואביהוא

(און ניט אָפּגעוואַרט מיטן עונש ביז נאָך שמיני למילואים) 32 ?

די שאלה איז נאָך שטאַרקער: רש“י האָט שוין מפרש געווען אין סוף פ‘ משפטים

(כנ“ל סעיף ב),

אַז נדב ואביהוא

(והזקנים)

„נתחייבו מיתה“,

נאָר „לא רצה הקב“ה לערבב שמחת התורה והמתין לנדב ואביהוא עד יום חנוכת המשכן“.

קומט אויס,

אַז „שמחת התורה“ האָט דער אויבערשטער ניט געוואָלט מערבב זיין,

אָבער די שמחה פון „יום חנוכת המשכן“ האָט אים ניט געאַרט צו מערבב זיין דורך מיתת נדב ואביהוא.

ובפרט אַז מ‘געפינט באַ די זקנים אַז כדי ניט „לערבב שמחת התורה“ האָט מען אָפּגעלייגט אויף אַ סך אַ ליינגערע צייט 33 .

היינט ווי קען מען זאָגן,

אַז דער טעם פון „שאו וגו‘“ איז „שלא לערבב את השמחה“,

בשעת דער אויבערשטער אַליין האָט די שמחה מערבב געווען?

אויף דעם זאָגט רש“י,

אַז ע“ד הפשט,

פשוטו של מקרא,

איז די אמירה פון משה‘ן צו מישאל ואלצפן „שאו וגו‘“,

(ניט אַ דין,

אַן אמירה אין וועלכער משה גיט זיי איבער אַ ציווי ה‘,

נאָר)

„כאדם האומר לחבירו העבר את המת מלפני הכלה“ - ס‘איז אַן ענין אין הנהגת בני אדם 34

:

די טבע האדם איז,

אַז ביי שמחת כלה טוט מען וואָס ס‘איז נאָר מעגלעך אַז די שמחה זאָל ניט צעשטערט ווערן; און דערפאַר איז מען מעביר אַ מת מלפני הכלה,

ביז אַז מ‘פירט דעם מת דורך אַן אַנדער וועג בכדי ניט צו אַנטרעפן די כלה גייענדיק „לבית חתונתה“ 35 ,

און ניט צו מטריח זיין אַז די כלה זאָל גייען דורך אַן אַנדער וועג.

ועד“ז בעניננו: אע“פ אַז דער אויבערשטער האָט געבראַכט דעם עונש מיתה אויף נדב ואביהוא אינמיטן דער שמחה פון חנוכת המשכן

(ד.

ה.

אַז אַזוי איז געווען דער רצון ה‘,

אַז עס זאָל זיין אַן ענין פון צער כו‘ בשמיני למילואים)

-האָט אָבער משה געוואָלט,

אויף וויפל ס‘איז מעגלעך 36 ,

אַז די שמחה

(פון אידן)

זאָל ניט צעשטערט ווערן,

און דעריבער האָט ער געזאָגט

(„כאדם האומר לחבירו“)

צונעמען די מתים ממקום השמחה

(„העבר את המת מלפני הכלה“).

ח.

עפ“ז איז אויך פאַרשטאַנדיק בפשטות פאַרוואָס רש“י גיט אַ טעם אויף „שאו גו‘“ שלא לערבב שמחת הכלה

(אידן)

- ניט ווי „ראשיכם אל תפרעו“ וואָס איז ווייל „אל תערבבו שמחתו של מקום“:

וויבאַלד אַז מיתת נדב ואביהוא איז געקומען דורך „ותצא אש מלפני ה‘ ותאכל אותם גו‘“ 37 ,

אַז דער אויבערשטער האָט פאַרקוקט אויף זיין שמחה כדי צו מעניש זיין זיי במיתה,

איז דאָך ניט שייך צו זאָגן,

אַז מ‘דאַרף זיי צונעמען פון משכן כדי ניט צו מערבב זיין „שמחתו של מקום“

(נאָר ווייל משה האָט ניט געוואָלט מערבב זיין די שמחה פון אידן,

האָט ער געזאָגט „שאו וגו‘“,

„כאדם האומר לחבירו העבר את המת מלפני הכלה“,

כנ“ל ס“ז).

משא“כ דער ציווי פון משה לאהרן ובניו „ראשיכם אל תפרעו“,

וואָס

(א)

איז

(ניט „כאדם האומר לחבירו“,

נאָר)

אַ הלכה וואָס משה האָט זיי איבערגעגעבן בשם ה‘ 38

(ווי אַלע הלכות פון תורה),

און

(ב)

עס רעדט זיך

(ניט וועגן מיתת נדב ואביהוא,

נאָר)

ווי אהרן ובניו טאָרן ניט אַרויסווייזן קיין אבילות אין משכן -

דאָ איז דער טעם „אל תערבבו שמחתו של מקום“: „שמחתו של מקום“

(פון חנוכת המשכן)

איז דאָך פאַרבונדן מיט דער עבודה פון אהרן ובניו יענעם טאָג אין משכן - האָט דאָך ניט קיין אָרט,

אַז אין דעם זעלבן טאָג זאָלן זיי טאָן אַ פעולה וואָס איז בסתירה צו „שמחתו של מקום“ 39 .

ט.

נאָך אַן ענין וואָס מ‘נעמט אַרויס פון דעם משל „כאדם האומר לחבירו העבר את המת מלפני הכלה“:

פּונקט ווי אין משל,

איז מען דאָך ניט מבטל די אבילות,

מ‘פירט נאָר אַוועק דעם מת פון דעם מקום

(הכלה ו)

השמחה - עד“ז בעניננו,

אַז די אנינות פון אהרן ובניו איז ניט בטל געוואָרן,

ס‘איז נאָר וואָס די אבילות האָט ניט געטאָרט אָנגעזען ווערן אין מקום השמחה.

ועפ“ז וועט ווערן פאַרשטאַנדיק אַן ענין תמוה ביותר אין אונזער סדרה:

בשעת משה האָט געהערט אַז מ‘האָט פאַרברענט דעם „שעיר החטאת

(של ר“ח)

“ 40

- און אהרן ובניו האָבן עס ניט געגעסן ווי די אַנדערע צוויי חטאות -שטייט 41

: „ויקצוף ..

לאמר מדוע לא אכלתם את החטאת גו‘“.

אָבער ווען אהרן האָט אים געענטפערט „הן היום הקריבו את חטאתם גו‘ לפני ה‘ ותקראנה אותי כאלה ואכלתי גו‘ הייטב בעיני ה‘“,

איז - „וישמע משה וייטב בעיניו“.

וואָס איז געווען אהרן‘ס סברא צו מחלק זיין צווישן די חטאות?

איז רש“י 42

מפרש,

אַז ער האָט גע‘טענה‘ט: „אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות“.

איז תמוה ביותר: אָט דער ענין,

אַז עס איז דאָ אַ חילוק צווישן קדשי שעה און קדשי דורות,

איז אַ סברא פשוטה - ווי קומט עס,

אַז אהרן האָט עס ערשט אויפגעטאָן ווי אַ חידוש צו משה‘ן?

און נאָכמער: ביי משה‘ן איז געווען אַזוי פשוט אַז ס‘איז ניטאָ קיין חילוק צווישןקדשי שעה און קדשי דורות,

ביז אַז ווען ער האָט דערהערט „והנה שורף“,

איז גלייך 43

„ויקצוף“ 44 .

ולאידך גיסא: וויבאַלד אַז ביי משה‘ן איז געווען אַזאַ פשיטות אַז קדשי שעה וקדשי דורות זיינען גלייך - ווי קען דאָס זיין,

אַז מיט בלויז זאָגן „אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות“ 45

האָט אהרן באַווירקט משה‘ן און „וישמע משה

(און גלייך)

וייטב בעיניו“?

יו“ד.

איז דער ביאור אין דעם: משה האָט געהאַלטן,

אַז דער טעם פאַרוואָס אהרן ובניו האָבן געמעגט עסן די מנחה כו‘ באנינות 46 ,

איז

(ע“ד ווי דער ציווי „ראשיכם אל תפרעו“ -)

בכדי ניט צו מערבב זיין שמחתו של מקום,

וואָס אין דעם איז דאָך ניטאָ קיין חילוק צי עס האַנדלט זיך וועגן קדשי שעה אָדער קדשי דורות; און דערפאַר האָט דאָס אַרויסגערופן ביי משה‘ן „ויקצוף“ -ווייל דורך שריפת החטאת האָט מען

(לדעת משה)

מערבב געווען שמחתו של מקום.

אויף דעם האָט אהרן געענטפערט „הן ..

הקריבו את חטאתם ..

לפני ה‘ ..

ואכלתי חטאת היום הייטב גו‘“,

וואָס דערמיט האָט ער מדגיש געווען,

אַז דוקא די הקרבה איז „לפני ה‘“

(ממש),

אָבער ניט די אכילת החטאת

(עס מוז טאַקע זיין „במקום קדוש ..

תוך הקלעים“ 47 ,

אָבער ניט „לפני ה‘“,

ניט לעבן דעם מזבח 48 ).

„שמחתו של מקום“ איז געווען

(בעיקר)

לעבן דעם מזבח,

דאָרט וואו ס‘איז געווען „ותצא 49

אש מלפני ה‘ גו‘“ 50

(וי“ל אַז דערפאַר האָט זיך די שמחה פון חנוכת המשכן אויסגעדריקט אין דעם ריבוי קרבנות על המזבח)

; און וויבאַלד אַז די אנינות איז ניט בטל געוואָרן,

ס‘איז נאָר וואָס מען טאָר ניט אַרויסווייזן קיין אבילות במקום השמחה

(„העבר ..

מלפני הכלה“)

- האָט אהרן גע‘טענה‘ט,

אַז דאָס וואָס מ‘האָט אים אָנגעזאָגט „אל תערבבו שמחתו של מקום“ איז עס נאָר לגבי די עבודות וואָס ווערן געטאָן לפני ה‘,

לעבן דעם מזבח,

אָבער ניט בנוגע אכילת קדשים וואָס איז נאָר תוך הקלעים.

אַיי וואָס די מנחה

(און די אַנדערע צוויי חטאות)

האָט מען געמעגט עסן באנינות - איז עס ניט כדי שלא לערבב שמחתו של מקום,

נאָר ס‘איז סתם אַ הוראת שעה; ובמילא - „אם שמעת

(די הוראת שעה)

בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות“.

יא.

איינע פון די פילע הוראות וואָס מ‘קען אַרויסנעמען פון דעם פירש“י:

עס איז ידוע וואָס דער רמב“ם 51

שרייבט,

אַז יעדער איינער קען זיין בדוגמא צו שבט לוי,

דורך דעם וואָס „נדבה רוחו ..

להבדל לעמוד לפני ה‘ לשרתו ולעובדו ..

ופרק מעל צוארו עול החשבונות הרבים כו‘“.

קען דאָך איינער מיינען,

וויבאַלד אַז ער האַלט שוין ביי דער דרגא פון אַ „לוי“,

און נאָכמער „נתקדש קדש קדשים ויהי‘ ה‘ חלקו ונחלתו“ 52 ,

דאַרף ער זיך פאַרנעמען בלויז מיט ענינים פון טוב וקדושה; און בשעת עס קומט צו אַן ענין פון „לאפרושי מאיסורא“,

טענה‘ט ער,

אַז ער האָט ניט קיין שייכות צו זאַכן וואָס זיינען ניט „קדש“ - דאָס געהערט צו „ישראלים“ וואָס פאַרנעמען זיך מיט „חשבונות הרבים“.

אויף דעם איז די הוראה,

אַז אדרבה: וויבאַלד אַז „העבר את המת מלפני הכלה“ איז נוגע אין דער שמחת המשכן,

איז דאָס אַן ענין אין עבודת המשכן וואָס דאַרף געטאָן ווערן דורך „אחיכם“

(לוים)

דוקא;

און עד“ז אין עבודת כל אחד ואחד צו מאַכן די וועלט אַ משכן ו„דירה לו ית‘“: וויבאַלד אַז די וועלט קען ניט ווערן אַ דירה צום אויבערשטן סיידן מען רייניקט זי אָפּ „שלא יהי‘ שום לכלוך וטינוף ח“ו“ 53 ,

איז אויך די עבודה אַ חלק פון די עשיית הדירה

(עבודת המשכן)

צו וועלכער עס פאָדערט זיך אַ לוי 54 ,

איינער וואָס „נדבה רוחו ..

להבדל לעמוד לפני ה‘ לשרתו“.

און דורך דעם וואָס מען „רייניקט“ אָפּ די וועלט

(דורך סור מרע,

מל“ת),

און מ‘איז דאָרט מסדר ומתקן „כלים נאים“

(דורך ועשה טוב,

מ“ע)

- ווערט עס אַ פּאַסיקע דירה פאַרן מלך מלכי המלכים הקב“ה,

וואָס דאָס וועט זיין בגילוי לעתיד לבא 55 ,

בביאת משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחות ש“פ שמיני תשל“ו,

מוצש“ק פ‘ שמיני תשל“ט)

Reader controls and commentary are loading.