א.
שוין גערעדט פיל מאָל וועגן חלוקת הסדרות - ג“ן סדרים דאורייתא 1
- אַז הגם אין יעדער סדרה זיינען דאָ כמה פּרשיות,
וואָס יעדער פּרשה איז אַן ענין בפני עצמו,
פונדעסטוועגן,
פון דעם גופא וואָס אַלע פּרשיות זיינען אין דער זעלבער סדרה,
איז אַ הוכחה אַז עס בינדט זיי איין נקודה משותפת.
און וויבאַלד אַז דער תוכן פון יעדער זאַך ווערט אַרויסגעבראַכט און אָנגעדייט אין „שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש“ 2
- איז מובן,
אַז די נקודה התיכונה
[וועלכע איז דאָ אין אַלע ענינים פון דער סדרה]
איז מרומז אין דעם נאָמען פון דער סדרה
(וואָרום די שמות הסדרות זיינען דאָך נעמען עפּ“י תורה) 3 .
און אע“פּ אַז בנוגע דעם תוכן הפּרטי פון יעדער באַזונדער פּרשה,
איז דער חילוק צווישן דער ערשטער און דער לעצטער פּרשה פון איין סדרה גרעסער ווי דער חילוק צווישן דער ערשטער פּרשה פון אַ סדרה און דער לעצטער פּרשה פון דער סדרה שלפני‘ -וויבאַלד די פּרשיות זיינען בסמיכות איינע צו דער צווייטער
(און „סמוכים“ איז דאָך אַ לימוד ע“פּ תורה 4 ),
בעת אַז צווישן דער ערשטער פּרשה און דער לעצטער אין איין סדרה,
זיינען פאַראַן כמה פּרשיות המפסיקות ביניהן - איז אָבער די נקודה משותפת הנ“ל פאַראַן דוקא ביי די פּרשיות
(אפילו ניט סמוכות)
וואָס זיינען אין דער זלעבער סדרה 5 .
ב.
פון דעם איז מובן אויך בנוגע צו אונזער סדרה,
אַז טראָץ דעם וואָס מצד אחד האָט די התחלת הסדרה „ויהי ביום השמיני“ אַ סך מער שייכות צום סיום הסדרה שלפני‘ ווי צו דער פּרשה „זאת החי‘ גו‘“ 6
(וואָס איז ביים סיום פון סדרת שמיני)
- וכמובן אויך בפּשטות,
אַז „ויהי ביום השמיני“ קומט בהמשך צום ענין פון שבעת ימי המילואים שבסיום פון דער פריערדיקער סדרה,
משא“כ מיט „זאת החי‘“ האָט עס לכאורה ניט קיין שייכות - וויבאַלד אָבער אַז יעדע סדרה האָט אַ נקודה מיוחדת,
וואָס אין איר איז זי אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע סדרות,
איז פאַרשטאַנדיק,
אַז די פּרשיות „ויהי ביום השמיני“ און „זאת החי‘“ האָבן ביידע איין תוכן מיוחד וואָס איז ניטאָ אין פּרשת „קח את אהרן גו‘“ 7
; און דער דאָזיקער תוכן ווערט אַרויסגעבראַכט אין שם הסדרה - „שמיני“.
ג.
פון דעם וואָס אינעם נאָמען פון דער סדרה איז ניט אָנגעדייט אַז דאָ רעדט זיך וועגן
(שמיני ל)
מילואים,
און אפילו ניט אַז ס‘רעדט זיך וועגן אַן אַכטן טאָג בכלל - וואָרום די סדרה הייסט ניט „יום שמיני“ 8 ,
נאָר „שמיני“
(סתם)
- איז מובן,
אַז דאָ איז נוגע דער כללות‘דיקער ענין פון „שמיני“ - אַן אַכטער - און ניט דער פּרטיות‘דיקער ענין
(פון מילואים אָדער ימים)
אין וועלכן ער איז דער אַכטער.
וע“פ המבואר
(לעיל ס“ב)
- אין דעם חילוק צווישן דער שייכות צום סיום הסדרה שלפני‘ און דער שייכות צו אַן אַנדער פּרשה אין דער סדרה גופא -קומט אויס,
אַז פּרשת „קח את אהרן“ פון דער פריערדיקער סדרה איז - בנוגע נקודה המשותפת - בלויז אַ הקדמה צו „שמיני“,
אָבער ניט אַז זי איז אַ טייל פון „שמיני“
[בדוגמא ווי דאָס איז בפּשטות,
אַז די „שבעת ימי המילואים“ זיינען אַ הקדמה צום יום השמיני]
; משא“כ „זאת החי‘“ איז אַ טייל פון „שמיני“ גופא.
ד.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים,
וואָס אין דעם תוכן פון מספּר „שמיני“ געפינט מען צוויי קצוות: פון איין זייט,
ווייזט דער מספר שמיני אויף אַן ענין וואָס איז מובדל בערך פון די ז‘ שקדמו לו; און ווי דער כלי יקר 9
איז מבאר,
אַז אַלע ענינים פון דער בריאה זיינען במספר ז‘,
און דער מספר „שמיני“ איז „מיוחד אליו יתברך“.
און דער פּירוש דערפון איז,
כמבואר בכמה מקומות 10 ,
אַז דער מספּר „שבעה“ איז ניט בלויז כולל די ענינים וואָס אין דער בריאה גופא,
נאָר אין דעם ווערט נכלל אויך דער אור אלקי וואָס איז זיך מתלבש אין דער בריאה 11 ,
און „שמיני“ איז מרמז אויף דעם אור וואָס איז העכער פון התלבשות אין וועלט,
בחי‘ האור שלמע‘ מהשתל‘ 12 .
אָבער לאידך גיסא,
ווייזט דער טייטש פון וואָרט „שמיני“ גופא - אַכטער -אַז דאָס איז ניט קיין ענין בפני עצמו,
נאָר אַ זאַך וואָס האָט אַ שייכות
(און קומט בהמשך)
צו די ענינים פון „שבעה“.
און דאָס איז דער אויפטו אין דעם ענין פון „שמיני“ - אין דעם דריקט זיך אויס די שלימות אין גילוי אלקות: דער תכלית הכוונה איז,
אַז אויך דער אור וואָס איז העכער פון השתלשלות זאָל נמשך ווערן
(בגילוי)
אין וועלט - און דאָס איז מרומז אין וואָרט „שמיני“,
אַז אויך דאָס וואָס ס‘איז מובדל און העכער פון דער בריאה
(פון בחי‘ „שבעה“ -כנ“ל בכלי יקר),
זאָל זיין אין אַן אופן פון „שמיני“ וואָס איז שייך צו
(בחינת ז‘)
די עניני הבריאה.
ה.
און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס דער „כנור של ימות המשיח“ 13
וועט זיין פון „שמונה נימין“ 14
:
דער חידוש וואָס וועט זיך אויפטאָן בימות המשיח - „ונגלה כבוד הוי‘ וראו כל בשר“ 15 ,
אַז טראָץ דעם וואָס „כבוד הוי‘“ איז באין ערוך העכער פון דער בריאה 16 ,
וועט ער דאַן זיין בגילוי אין אַן אופן פון „וראו כל בשר“ - אין אַ ראי‘ מוחשית פון בשר הגשמי 17 ,
ביז אַז דער גילוי בחי‘ כבוד הוי‘ וועט זיין
(ניט בדרך חידוש,
נאָר)
בדרך פּשיטות אין עולם הגשמי.
ד.
ה.
אַז דאָס וואָס דער בשר הגשמי וועט זען „כבוד הוי‘“,
וועט עס זיין מצד די תכונות און טבע פון זיין
(דאַמאָלסדיקער)
גשמיות‘דיקער מציאות,
וואָס דעמאָלט איז עס דער אמת‘ער אופן פון „בדרך פּשיטות“:
בשעת דער בשר „זעט“ כבוד הוי‘ נאָר מצד דעם וואָס דער „כבוד הוי‘“ איז בלי גבול און דערפאַר קען ער אַראָפּקומען אויך למטה מטה ביז צו „געזעען“ ווערן אויך דורך בשר הגשמי 18
[דאָס נעמט זיך אָבער ניט מצד די תכונות של הבשר גופא]
- דעמאָלט איז דער גילוי אלקות אין וועלט
(אפילו ווען דאָס קומט אין ראי‘ מוחשית 19 )
אין אַן אופן פון „חידוש“: ס‘איז אַ אויפטו און אַ הוספה אין עולם,
וויבאַלד אַז דאָס וואָס דער בשר „זעט“ כבוד הוי‘ איז עס ניט מצד זיין טבע.
דער
(אמת‘ער)
פּירוש פון „בדרך פּשיטות“ איז,
אַז דאָס וואָס דער בשר וועט זען „כבוד הוי‘“ וועט עס זיין מצד די תכונות און טבע פון דעם בשר גופא 20
אין דעם זעלבן אופן ווי עיני בשר זעען דברים גשמיים,
וואָס דאָס איז מצד דער טבע ותכונה פון די עיני בשר גופא 21 .
און דאָס איז די שייכות פון ימות המשיח מיט מספר „שמונה“: דער „ונגלה כבוד הוי‘ וראו כל בשר“
(וואָס וועט זיך אויפטאָן בימות המשיח)
דריקט אויס די צוויי קצוות הנ“ל וואָס אין בחי‘ „שמונה“: דער „כבוד הוי‘“ איז העכער און מובדל בערך פון דער בריאה וואָס איז במספּר ז‘,
און אעפּ“כ וועט ער נתגלה ווערן אין וועלט אין אַזאַ אופן אַז דאָס
(זעען דעם גילוי)
וועט זיין מצד טבע העולם גופא - דער „אַכטער“ וועט זיין צוזאַמען מיט די „זיבן“.
ו.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: דאָס וואָס די וועלט איז איצט אין אַ אופן וואָס אין איר זעט זיך ניט קיין אלקות
[אפילו ניט די דרגא אין אלקות וואָס איז בערך הבריאה],
איז עס דאָך
(ניט קיין צוגעגעבענע זאַך אויף דער מציאות פון וועלט,
נאָר)
דערפאַר וואָס די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן אין אַזאַ אופן - היינט וויבאַלד אַז דער העלם והסתר וואָס אין וועלט איז מצד איר עצם מציאות 22
[וואָס מהאי טעמא ווערט זי אָנגערופן מיטן נאָמען „עולם“
(וואָס דער נאָמען פון יעדער זאַך ברענגט אַרויס זיין תוכן העיקרי)
וואָס איז פון לשון העלם 23 ],
טאָ ווי איז שייך אַז דער „וראו כל בשר“ לעת“ל זאָל זיין מצד ענין הבשר גופא,
וויבאַלד אַז דאָס איז היפך פון גדר ותכונת
(הבשר)
העולם?
ז.
זאָגט דער אַלטער רבי 24 ,
אַז דער „גילוי אור א“ס ב“ה בעוה“ז הגשמי“ וואָס וועט זיין בימות המשיח
(ותחה“מ)
איז „תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות“.
ולכאורה: וואָס איז דער דיוק „כל זמן משך הגלות“ דוקא: דאָס וואָס דורך „מעשינו ועבודתנו“ טוט מען אויף דעם „גילוי אור א“ס ב“ה בעוה“ז הגשמי“,
איז דאָך דאָס מצד דער מעלה פון מצוות
[ווי ער זאָגט דאָרט גופא אַז „בעשייתה
(של המצוה)
ממשיך האדם גילוי אור א“ס ב“ה מלמעלה למטה להתלבש בגשמיות עוה“ז“],
איז מיט וואָס איז עס פאַרבונדן דווקא מיטן „זמן משך הגלות“?
איינער פון די ביאורים
(בדרך אפשר)
בזה:
בכדי אַז דער גילוי פון ימוה“מ ותחה“מ זאָל זיין נרגש מצד טבע העולם גופא
(כנ“ל סעיף ה‘),
איז עס דווקא ווען די המשכה אלקות שע“י המצוות
(וואָס די המשכה קומט לידי גילוי לע“ל)
איז ניט ווי אַ צוגעגעבענע זאַך אין וועלט
[ד.
ה.
די מצוות טוען אויף נאָר אַז אין וועלט זאָל צוקומען אַן אור אלקי,
אָבער די וועלט גופא פאַרבלייבט ווי זי איז געווען פריער מצד איר התהוות,
„עולם“ לשון העלם],
נאָר אַז די המשכה דורך דער מצוה זאָל זיין אין אַזאַ אופן אַז זי מאַכט איבער די גשמיות עוה“ז.
און דערפאַר איז דער גילוי דימוה“מ „תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות“ - ווייל דער ענין וואָס איז דאָ אין מצוות
[צו איבערמאַכן דעם עולם גופא]
איז עס
(בעיקר)
דורך די מצוות וואָס מען איז מקיים בזמן הגלות.
ח.
דער טעם וואָס מעשה המצוות בכללות טוען אויף אַזאַ המשכה וואָס מאַכט איבער דעם מהות פון וועלט:
דער תכלית הבריאה פון וועלט איז „בשביל התורה ובשביל ישראל“ 25 ,
אַז אידן דורך תורה ומצותי‘ זאָלן אויפטאָן גילוי אלקות אין וועלט.
קומט אויס אַז דער גילוי אלקות וואָס ווערט נמשך אין וועלט דורך ישראל און תורה,
איז ניט קיין ענין וואָס קומט אַלס דבר נוסף צו איר מציאות - וואָרום וויבאַלד אַז דאָס
(דער גילוי אלקות שע“י ישראל והתורה)
איז די כוונה און תכלית פון דעם וועלט גופא,
הייסט עס דאָך,
אַז דער עולם גופא
(בפנימיותו)
„מאָנט“ אַז עס זאָל זיך דורכפירן
(זיין תכלית:)
דער גילוי אלקות אין עם
(דורך תומ“צ פון אידן).
דאָס אַליין איז אָבער ניט מספּיק.
וואָרום וויבאַלד אַז דער גדר פון „עולם“ איז
(פון לשון)
העלם כנ“ל - אַז מצד הבריאה איז איר עצם מציאות אַזאַ וואָס אין איר איז ניט נרגש דער תכלית וואָס דאַרף אין איר דורכגעפירט ווערן,
נאָר אדרבה,
מצד בריאתה איז ענינה העלם - קומט דאָך אויס,
אַז בנוגע צו דער מציאות און ענין פון עולם גופא,
איז די המשכת אלקות שע“י המצוות ווי אַ צוגעגעבענע זאַך.
און אָט די שאלה ווערט באַוואָרנט מיט דעם וואָס מען זאָגט אַז דאָס וואָס דער גילוי דלעתיד טוט זיך אויף דורך „מעשינו ועבודתנו“ איז עס
(בעיקר)
„כל זמן משך הגלות“,
כדלקמן.
ט.
ס‘איז מבואר אין חסידות בכמה מקומות 26 ,
אַז בזמן הגלות איז מאיר דער כח המס“נ מער ווי בזמן הבית,
ווייל דווקא דער העלם והסתר
(פון זמן הגלות)
רופט אַרויס דעם גילוי פון כח המס“נ.
ווי קומט עס אַז „העלם“ זאָל אַרויסרופן גילוי
(פון מס“נ)
- „העלם“ און „גילוי“ זיינען דאָך הפכים?
און כאָטש אַז דאָס איז לכאורה אַ דבר טבעי,
און ווי דער משל גשמי אויף דעם אַז אין עקב שברגל איז דאָ די שליטת הרצון פון נפש מער ווי דאָס איז אין ראש,
דאַרף מען דאָס גופא פאַרשטיין,
פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער אַזוי איינגעשטעלט טבע הבריאה 27 ?
איז די הסברה אין דעם:
בכדי אַז עס זאָל זיך דורכפירן די כוונת הבריאה פון „דירה לו ית‘ בתחתונים“ אַז די וועלט גופא זאָל ווערן אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן אויך מצד איר טבע 28 ,
האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די וועלט אין אַזאַ אופן,
אַז אין איר זאָל זיך אָפּשפּיגלען איר כוונה און תכלית.
און היות אַז די כוונה וואָס די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן אין אַן אופן פון העלם והסתר איז בכדי אַז דערפון זאָל אַרויסקומען אַ העכערער גילוי -„יתרון האור מן החושך“ - דערפאַר איז די וועלט איינגעשטעלט געוואָרן באופן כזה,
אַז דוקא דער „העלם“ זאָל אַרויסרופן
(און זיין אַ „כלי“ צו)
אַ העכערן אור 29 .
און וויבאַלד אויך אין וועלט גופא
(ווי זי איז נאָך אַ „עולם מלשון העלם“,
איידער עס ווערט נתגלה די כוונה וואָס אין איר)
שפּיגלט זיך אָפּ אַז די כוונה פון העלם העולם גופא איז בכדי עס זאָל נמשך ווערן אין אים אַ תוספות ויתרון אור
(דורך קיום המצוות)
- דעריבער איז דער גילוי אלקות בעולם
(דורך קיום המצוות)
פאַרבונדן מיט דער מציאות פון וועלט גופא.
און דאָס איז די הסברה פון דעם וואָס מען זאָגט אַז דער גילוי דלעתיד איז „תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלות“ - ווייל מצד דעם מס“נ 30
שבזמן הגלות ווערט אין דעם העלם פון עולם גופא אַרויסגעבראַכט און נתגלה,
אַז זיין כוונה איז דער גילוי אלקות הנמשך ע“י תומ“צ;
און דאָס איז די סיבה 31
וואָס די המשכת אלקות שע“י המצוות בזמן הגלות איז פועל
(ביתר שאת)
און איז זיך
(מער)
מתלבש אין דער מציאות פון „גשמיות עוה“ז“ 32
גופא,
ביז דאָס קומט אַרויס לעת“ל בגילוי,
אַז דער „ונגלה כבוד הוי‘ וראו כל בשר“ וועט זיין מצד די תכונות און טבע הבשר גופא.
יוד.
עפּ“י כהנ“ל וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק צווישן דער שייכות פון פּ‘ שמיני צום סיום הסדרה פון פּ‘ צו שלפני‘ און דער שייכות פון פּ‘ „זאת החי‘“ צו דער פּ‘ שמיני גופא:
אין די ז‘ ימי המילואים,
וואָס רעדט זיך בסיום פּ‘ צו,
האָבן אהרן ובניו אָפּגעטאָן אַלץ וואָס ס‘איז שייך צו אויפטאָן דורך דער עבודה שלמטה,
אויך די המשכה פון אלקות וואָס ווערט נמשך דורך אתעדל“ת - וואָס ווערט נכלל אין בחי‘ „ז‘“ 33 .
אָבער דאָס אַלץ איז געווען ווי אַ הכנה און הקדמה צום „כבוד ה‘“,
צו דער השראת השכינה במשכן ביום השמיני למילואים,
אַז דאָס זאָל זיין אין אַן אופן פון „שמיני“,
ד.
ה.
אַז בחי‘ האלקות וואָס איז מובדל לגמרי פון דער בריאה,
זאָל ווערן פאַרבונדן
(אויך)
מיט די עניני הבריאה
(שבמספּר)
ז‘ 34 .
אין דער פ‘ „זאת החי‘“ וואו עס רעדט זיך וועגן חיות ובהמות טמאות וכו‘ און וועגן איסור אכילתם וטומאתם - דאָס איז שייך און איז אַ חלק פון פ‘ שמיני עצמה:
דער זיכוך פון עולם,
ל‘ העלם,
וואָס דורך דעם ווערט אַרויסגעבראַכט בשלימות אַז זיין כוונה איז צוליב גילוי אלקות - ד.
ה.
בחי‘ האור וואָס איז מובדל אינגאַנצן מהבריאה,
דער זיכוך טוט זיך אויף דורך דעם וואָס ס‘איז דאָ די מציאות און אַ נתינת מקום פאַר
(העלם יותר)
חיות ובהמות טמאות כו‘ און פונדעסטוועגן איז דאָ דער „להבדיל בין הטמא ובין הטהור ובין החי‘ הנאכלת ובין החי‘ אשר לא תאכל“ 35
[ובדוגמת מאמר רז“ל 36
אל יאמר אדם אי אפשי בבשר חזיר אלא אפשי ומה אעשה אבי שבשמים גזר עלי],
וואָס דורך דעם ווערט דער זיכוך אויך אין דעם העלם וואָס גיט אַן אָרט צו חיות ובהמות טמאות; און ווי דער מדרש 37
זאָגט אויפ‘ן פּסוק „זאת הבהמה“: „לא ניתנו המצוות לישראל אלא לצרף בהן את הבריות“
[וואָס צירוף דאָ מיינט זיכוך] 38 .
און דורך דעם וואָס אין דעם העלם שפּיגלט זיך אָפּ זיין כוונה ותכלית,
דער גילוי אלקות - דער רצון עצמי פון אַ אידן
(„אבי שבשמים גזר עלי“) 39
וואָס ווערט דורך דעם נתגלה 40 ,
דאָס טוט אויף דעם גילוי פון „שמיני“ 41 ,
אַז דער גילוי אלקות,
וואָס איז העכער אינגאַנצן פאַר וועלט,
ווערט נתגלה אין „שבעה“ - עס ווערט „שמיני“ - נתגלה ונתאחד אין דער בריאה גופא כנ“ל בארוכה 42 .
און לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער מדרש זאָגט אַז די חיות טמאות איז דאָס - „משה ראה את המלכיות בעיסוקן“ 43 ,
ווי ער איז דאָרט מבאר בפּרטיות דעם חושך און העלם פון יעדער גלות,
וואָרום דער אויפטו און גילוי פון זאת החי‘ גו‘ להבדיל גו‘ איז דער ענין וואָס טוט זיך אויף ע“י הגליות,
וואָס די המשכה פון דעם קומט אַרויס בגילוי לעת“ל,
כנור של „שמונה נימין“.
און ווי ער איז מסיים אין מדרש: „ואת החזיר זו אדום כו‘ ולמה נקרא שמה חזיר שמחזרת עטרה לבעלי‘ הדא הוא דכתיב ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה‘ המלוכה“.
(משיחת ש“פ שמיני תשל“א ותשל“ו.
ש“פ אחרי ומאמר דאחש“פ* תשכ“ה)