B"H
🏡

Ikar

ערב חה"פ

א.

ווען ערב פסח איז חל בשבת,

ווי די קביעות פון היינטיקן יאָר,

איז דער דין 1 ,

אַז דער תענית בכורות ווערט נדחה פון ערב פסח צום יום ה’ שלפניו - ניט ליום ו’ ערב ש”ק,

ווייל צוליב כבוד שבת איז מען לכתחילה ניט קובע אַ תענית בערב שבת 2 .

עס שטעלט זיך די שאלה 3

: אויב איינער האָט ניט געפאַסט ביום ה’

(ווייל ער האָט פאַרגעסן וכיו”ב)

- צי אין דעם פאַל זאָל ער פאַסטן ביום ו’ עש”ק 4

[ווייל דאָס וואָס מ’איז ניט קובע אַ תענית ביום ו’ עש”ק - איז עס נאָר

(א)

לכתחילה

(ב)

פאַרן ציבור; משא”כ בנדו”ד,

היות

(א)

עס איז בדיעבד,

עס איז שוין נאָך דעם יום ה’,

און

(ב)

עס רעדט זיך דאָך וועגן אַ יחיד 5 ].

הסברת השאלה: גדר דחיית התענית קען מען מסביר זיין אויף צוויי אופנים:

א)

דאָס וואָס מ’פאַסט ביום ה’ איז תשלומין פון ערב פסח

(שבת),

אָבער בעצם בלייבט דער חיוב אופן טאָג פון ערב פסח

(שבת)

;

לפי”ז דאַרף אויסקומען,

אַז אויב ער האָט ניט געפאַסט ביום ה’,

איז נאָך ניט אַוועקגעגאַנגען דער חיוב,

דאַרף ער משלים זיין דעם תענית ביום עש”ק.

ב)

הגם אַז לכתחילה איז די דחי’ פון תענית אַן ענין של תשלומין פון ערב פסח

[און אויך די הקדמת התענית צו יום ה’

(און ניט ליום ו’)

איז מצד אַ סיבה צדדית - ווייל מ’איז ניט קובע אַ תענית לכתחילה ביום ו’ עש”ק]

- אָבער נאָך דעם ווי דער תענית איז נקבע געוואָרן ליום ה’,

איז יום ה’ געוואָרן דער זמן החיוב.

וכידוע מעין דוגמא צו דעם בדיני סוכה 6

- די צוויי דעות באַ נסרים שיש בהם ארבעה,

און „הפכן על צידיהן”

(וואָס איז „פחות מג’” 7 ),

וואָס לויט איין מ”ד 8

איז עס סכך כשר

(וויבאַלד „הפכן על צידיהן”)

; דער צווייטער מ”ד זאָגט אָבער „פסולה”,

ווייל כאָטש אַז הפכן על צידיהן,

וויבאַלד אָבער אַז „יש שם פסול עליהן” מצד דעם וואָס „יש בהם ארבעה” - „נעשו כשפודין של מתכת”

(וואָס זיינען פסול לסכך „בכל ענין”).

און לויט דער צווייטער הסברה,

אויב מ’האָט ניט געפאַסט

(מאיזו סיבה שתהי’)

ביום ה’ - דאַרף מען עס ניט משלים זיין ביום ו’ וויבאַלד דער זמן החיוב איז שוין אריבער 9 .

ב.

לכאורה קען מען עס אָפּלערנען פוןאַ דין מפורש ביי תענית אסתר: ווען פורים איז חל ביום א’,

וואָס דאַן ווערט דער תענית נדחה פון י”ג אדר צו יום ה’ שלפניו 10 ,

איז אויב „חל בו

(ביום ה’)

ברית מילה - פסק’נט דער רמ”א 11

-מותר לאכול על המילה ולמחר ביום ו’ יתענו האוכלים”; וואָס פון דעם איז קלאָר,

אַז דערמיט וואָס תענית אסתר איז געוואָרן נדחה און נקבע ביום ה’,

הייסט דאָס ניט אַז דער טאָג איז געוואָרן דער זמן החיוב,

נאָר ס’איז בלויז תשלומין ליום השבת - און דעריבער קען מען עס משלים זיין ביום ו’ 12 .

און לפ”ז דאַרף אויסקומען,

אַז אַזוי איז דאָס אויך בענינינו בנוגע צו תענית בכורות 13 .

אָבער יש ראי’,

אַז דער חיוב התענית פון תענית בכורות איז איבערגעטראָגן געוואָרן אויף יום ה’:

נתפשט המנהג,

אַז אַנשטאָט צו פאַסטן ערב פסח,

זיינען זיך די בכורות משתתף דעם טאָג אין אַ סיום מס’

(סעודת מצוה)

און במילא ווערט דער תענית נפקע 14 .

און אויב ערב פסח איז חל בשבת,

איז מנהג ישראל,

אַז מ’מאַכט דעם סיום ביום ה’.

איז בשלמא אויב דער יום ה’ איז געוואָרן דער זמן התענית ,

איז מובן אַז די השתתפות אינעם סיום ביום ה’ איז מבטל דעם חיוב התענית פון דעם טאָג; און נאָך דעם יום ה’ איז שוין ניטאָ קיין חיוב תענית.

אויב אָבער דער יום ה’ איז אַ זמן תשלומין צום חיוב פון נאָכדעם ,

פון ערב פסח

(שבת)

- ווי קען דער סיום ביום ה’ מבטל זיין אַ חיוב תענית וואָס איז אין אַן אַנדער טאָג - פון ערב פסח

(שבת)

(ובמילא - יתענה ביום ו’,

אָדער מאַכן נאָך אַ סיום ביום ו’)

!

ג.

לכאורה יש לדחות

(לויט ווי עס זאָגן געוויסע אחרונים 15 ),

אַז דער אויפטו פונעם סיום בערב פסח איז ניט

(נאָר)

אין דעם וואָס ער גיט אַ היתר אכילה,

נאָר

(אויך)

אַז דער סיום איז במקום התענית: דער טעם פון תענית בכורות איז צו מאַכן אַ „זכר לנס שנצולו ממכת בכורות” 16 ,

און אַ סיום מס’

(וסעודת מצוה),

איז דאָס גופא אַ „זכר לנס כו’” 17 .

עפ”ז איז מספיק דער סיום פון יום ה’ אפילו אויב מ’זאָל אָננעמען אַז דער חיוב התענית דאַן איז בלויז תשלומין לערב פסח - ווייל מיטן סיום האָט מען יוצא געווען דער חיוב צו מאַכן אַ „זכר לנס כו’”.

אָבער דאָס איז ניט אויסגעהאַלטן -וואָרום,

אדרבה,

לויט דער סברא

(אַז דער סיום גופא טוט אויף דעם „זכר לנס כו’”)

וואָלט געדאַרפט אויסקומען,

אַז מ’זאָל מאַכן אַ סיום

(אויך)

אין טאָג פון שבת ערב פסח; וואָרום וויבאַלד מ’קען דעם „זכר לנס כו’” מאַכן אין דעם טאָג אין וועלכן ער איז לכתחילה נקבע געוואָרן

(ווייל ס’איז בסמיכות צום זמן ווען דער נס האָט פּאַסירט)

- פאַרוואָס זאָל מען יוצא זיין מיט דעם וואָס מ’האָט דעם „זכר” געמאַכט מיט צוויי טעג אָדער אַ טאָג פריער?

- דאָס וואָס מ’דאַרף איבערהויפּט מאַכן אַ סיום ביום ה’

(און ניט יוצא זיין מיט מאַכן אַ סיום ביום שבת ע”פ),

קען מען פאַרענטפערן: וויבאַלד ביום ה’ איז פאַראַן אַ חיוב תענית,

קען מען דעם חיוב תענית ניט פאַרבייטן דורך אַ סיום

(און זכר לנס)

אַ טאָג אָדער צוויי טעג שפּעטער 18

; עס האָט אָבער יע געדאַרפט זיין דער מנהג

(עכ”פ -להידור מצוה)

צו מאַכן

(נאָך)

אַ סיום,

אַ „זכר לנס כו’” אינעם טאָג פון ערב פסח עצמו

(שבת).

און פון דעם וואָס מיר געפינען ניט אַז עס זאָל זיין אַ מנהג צו מאַכן אַ סיום

(אויך)

ביום השבת עכ”פ,

איז מוכח,

כנ”ל,

אַז אין דעם טאָג

(און אויך ביום ו’)

בלייבט ניט מער קיין חיוב תענית

(און מאַכן אַ זכר לנס),

ווייל ער איז נפקע געוואָרן און זיך איבערגעטראָגן ליום ה’.

[ס’איז קיין ראי’ ניט וואָס ביי תענית אסתר געפינט מען יע,

אַז מ’קען משלים זיין דעם תענית ביום ו’

(כנ”ל ס”ב)

-ווייל כמה חילוקים בתקנות דרבנן פון איינע צו אַנדערע,

ופשיטא אַז ס’איז ניטאָ קיין הכרח אַז איין תקנה דרבנן איז פּונקט אין איר אופן ופרטים,

צו אַ צווייטער

ובפרט בעניננו - איז דאָ אַ טעם לחלק צווישען תענית אסתר און תענית בכורות: תענית אסתר איז נקבע געוואָרן בזמנו - בי”ג אדר ,

ווייל אין דעם טאָג „נקהלו לעמוד על נפשם” 19

- און אַ דחי’

(ווען ס’קומט אויס בשבת - ליום ה’)

איז אַ חידוש והוספה אַף עיקר התקנה

(תשלומין)

; משא”כ תענית בכורות - איז עיקר התקנה תענית דחוי ,

וואָרעם זמנו איז טו ניסן

(זמן דמכת בכורות)

נאָר מ’איז עם דוחה,

„מקדימין בי”ד משום דאי אפשר ביו”ט” 20

- איז דער זעלבער עיקר התקנה באַ דער דחי’ מצד „אא”פ בשבת” - שם דחי’ אחד הוא].

ד.

בהסברת הגדר פון דחיית התענית,

איז אויך תלוי און אַ נפקא מינה להלכה - באַ אַ קטן שהגדיל בערב פסח שחל בשבת: דער מנהג איז דאָך,

אַז דער אב פאַסט במקום בנו בכורו הקטן 21

- איז אויב בנו בכורו איז געוואָרן אַ גדול בערב פסח שחל בשבת,

צי דאַרף דער פאָטער פאַסטן ביום ה’,

אָדער ניט 3 ?

אויב מ’זאָל אָננעמען,

אַז יום ה’ איז געוואָרן דער זמן החיוב ,

און ביום ה’

(י”ב ניסן)

איז דער בן נאָך אַ קטן,

דאַרף זיין פאָטער פאַסטן;

אויב אָבער דער חיוב בלייבט אויף יום י”ד ניסן

(שבת),

און דאָס וואָס מ’פאַסט ביום ה’ איז נאָר בגדר תשלומין לשבת - דאַרף אויסקומען,

אַז דער אב טוט גאָרניט אויף מיט זיין פאַסטן ביום ה’ בשביל בנו,

ווייל אין דעם זמן החיוב

(שבת - י”ד ניסן)

איז דער בן אַ גדול,

וועמען דער אב קען ניט מוציא זיין מיט אַ תענית ובמילא איז ניט שייך תשלומין.

ועפ”ז קומט אויס,

אַז ס’איז דאָ אַ יתרון ווען מ’נעמט אָן,

אַז דער זמן התענית איז איבערגעשטעלט געוואָרן אויף יום ה’: אויב עס איז בגדר תשלומין דאַרף אויסקומען,

אַז אַ בכור קטן שהגדיל בערב פסח שחל בשבת איז יוצא מן הכלל פונעם גאַנצען ענין פון תענית בכורות: זיין פאָטער קען דאָך אים ניט מוציא זיין כנ”ל; און אויב ער אַליין זאָל פאַסטן ביום ה’,

בעת ער איז נאָך אַ קטן - איז דאָך אַ שקו”ט 22

צי אַ מצוה וואָס אַ קטן טוט בתור חינוך קען מוציא זיין דעם חיוב מצוה אַלס גדול

(בנדו”ד - דעם חיוב פון יום שבת ערב פסח,

ווען הגדיל).

ה.

אָבער י”ל אַז אפילו את”ל אַז די דחיית התענית איז תשלומין צו ערב פסח,

וועט ניט פעלן דער ענין התענית ביי אַ בכור קטן שהגדיל ביום י”ד ניסן שחל בשבת.

די הסברה בזה,

ובהקדים: כנ”ל ווען פורים איז חל ביום א’ ווערט תענית אסתר נדחה ליום ה’,

און דאָרט איז דאָך בלויז אַ גדר תשלומין

(כנ”ל ס”ב).

איז אַ שאלה: קטן שהגדיל בי”ג אדר

(אין אַ קביעות ווען פורים חל ביום א’)

- ווי וועט ער קענען יוצא זיין דעם חיוב להתענות בתענית אסתר

(ווייל,

כנ”ל,

ס’איז דאָ אַ שקו”ט צי מיט זיין פאַסטן בקטנותו

(י”א אדר)

אַלס חינוך קען ער יוצא זיין דעם חיוב בגדלותו

(י”ג אדר))?

און די זעלבע שאלה איז ביי אַלע ענינים אויף וועלכע מ’זאָגט „מקדימין ולא מאחרין” 23

- אויב מ’וועט זאָגן אַז עס איז תשלומין: אין פאַל ווען אַ קטן איז געוואָרן בר־מצוה ביום החיוב,

ווי קען ער יוצא זיין ידי חיובן אַלס גדול?

ולדוגמא: אין אַ קביעות ווי היינטיקן יאָר,

ווען פורים פון ערי מוקפות חומה

(ט”ו אדר)

איז חל בשבת,

איז מען דאָרט מקדים קריאת המגילה לי”ד אדר 24 .

איז אויב דאָס איז תשלומין 25

צום חיוב פון ט”ו אדר

(בשבת),

איז וואָס דאַרף טאָן אַ קטן שהגדיל ביום ט”ו אדר 26 ?

ו.

וי”ל בזה: ע”ד ווי מ’מוז דאָך זאָגן בכלל,

אַז אַ קטן

(ועד”ז ויתרה מזה 27

-איינער וואָס גרייט זיך 28

מגייר זיין)

איז מחוייב צו לערנען די הלכות המצוות

(תפלין,

ק”ש וכיו”ב,

וועלכע ער וועט מוזן מקיים זיין תיכף ווי ער ווערט אַ גדול)

נאָך איידער ער ווערט אַ גדול -וואָרום אויב ער וועט עס אָפּלייגן ביז ער וועט ווערן אַ בן י”ג שנה ויום אחד,

וועט ער דאַן ניט וויסן ווי צו מקיים זיין די מצוות; ד.

ה.

עס איז דאָ אויף אים אַ חיוב זייענדיק אַ קטן זיך צוגרייטן אויף צו קענען מקיים זיין זיינע חיובים ווען ער וועט ווערן אַ גדול 29

- ע”ד מכשירי מצוה 30

-

עד”ז י”ל בנדו”ד: עס איז דאָ אַ חיוב אויפן קטן צו לייענען די מגילה ביום י”ד

- מ’קאן דאָך ניט זאָגן

(לא אשתמיט בשום מקום לומר אַזאַ דבר תמוה)

אַז קטן הנ”ל איז די יאָרן לפני זה מחוייב במגילה

(בתורת חינוך)

און די יאָרן לאחרי זה מחויב - און דעם יאָר בנתיים איז ער פטור! - ס’שווער צו זאָגן אַז ער איז מחוייב בתורת חינוך -חאָטש אַז בשנים הקרובות וועט ער לייענען בט”ו - מצד דעם וואָס יארן שפּעטער וועט זיין אַזאַ קביעות!

ומסתבר לומר - אַז דאָס איז אַ חיוב כדי צו יוצא זיין דעם חיוב וואָס וועט אויף אים חל זיין אַלס גדול ביום ט”ו.

ד.

ה.

אַז זיין לייענען די מגילה אַלס קטן איז ניט

(נאָר)

אַלס חינוך,

נאָר די תקנת חכמים איז לכתחילה חל אויפן קטן אַלס הכשר צו זיין חיוב אַלס גדול 31 .

ועד”ז איז אויך בעניננו: אפילו אויב מ’וועט אָננעמען אַז תענית בכורות ביום ה’ איז תשלומין ליום השבת - יש מקום לומר,

אַז אַ קטן שהגדיל ביום י”ד ניסן זאָל זיין מחוייב צו פאַסטן ביום ה’ 32

(י”ב ניסן)

אַלס הכשר צו זיין חיוב וואָס וועט אויף אים חל זיין אַלס גדול

(ביום י”ד).

(משיחת י”א ניסן תשל”ד)

Reader controls and commentary are loading.