B"H
🏡

Ikar

שה"ג

א.

דער טעם וואָס דער שבת פאַר חגה"פ ווערט אָנגערופן „שבת הגדול" זאָגט דער אַלטער רבי אין שו"ע 1 ,

וז"ל: „שבת שלפני הפסח קורין אותו שבת הגדול לפי שנעשה בו נס גדול שפסח מצרים הי' מקחו מבעשור לחדש כמו שכתוב 2

בעשור לחדש הזה ויקחו להם איש שה לבית אבות וגו' ואותו היום שבת הי' ..

וכשלקחו ישראל פסחיהם באותו שבת נתקבצו בכורי מצרים אצל ישראל ושאלום למה זה הם עושין כך אמרו להם זבח פסח הוא לה' שיהרוג בכורי מצרים הלכו בכוריהם אצל אבותיהם ואל פרעה לבקש מהם שישלחו את ישראל ולא רצו ועשו הבכורות עמהם מלחמה והרגו הרבה מהם וז"ש 3

למכה מצרים בבכוריהם וקבעו נס זה לזכרון לדורות בשבת וקראוהו שבת הגדול".

דאַרף מען פאַרשטיין: א)

פאַרוואָס איז דער אַלטער רבי מדגיש „שנעשה בו נס גדול " 4

וואָס פון דעם איז משמע אַז דוקא צוליב נס גדול ווערט דער שבת אָנגערופן „שבת הגדול "'?

- אפילו ווען עס וואָלט דעם שבת געשען סתם אַ נס,

ניט קיין „נס גדול ",

וואָלט עס אויך געווען אַ טעם מספיק צו אויסטיילן דעם שבת און אים אָנרופן „שבת הגדול" 5 ,

היות ער האָט אין זיך אַן עילוי וגדלות לגבי אַנדערע שבתות השנה 6 .

ב)

נאָכמער איז ניט פאַרשטאַנדיק: אין וואָס באַשטייט די גרויסקייט פון דעם נס אַז ער זאָל אָנגערופן ווערן

(ניט „נס" סתם,

נאָר)

„נס גדול "?

לכאורה איז ניט ניכר קיין גדלות הן אין דעם נס גופא

(וואָרום ער איז ניט געווען אין אַן אופן פון אַ הפלאה מער ווי די הפלאה פון אַנדערע נסים)

און אַוודאי ניט - אין די תוצאות ותועלת הנס 7

: אויך נאָכן „הרגו הרבה מהם" זיינען אידן אַלץ געבליבן אין גלות

(מצרים)

און געדאַרפט אָנקומען צום נס פון מכת בכורות כדי באַפרייט ווערן פון מצרים - היינט וואָס פאַר אַ תועלת גדולה איז דערפון אַרויסגעקומען פאַר אידן?

ב.

אויך דער ענין,

וואָס מ'האָט דעם זכרון הנס לדורות קובע געווען ניט לויט יום החדש,

ווי דער נס פון יצי"מ וכיו"ב,

נאָר - לויט'ן יום השבוע - שבת,

פאָדערט הסברה: דער אַלטער רבי איז דאָרט מבאר דעם טעם „ולמה לא קבעוהו בעשירי לחדש סתם בין שחל בשבת בין שחל בחול כדרך שנקבעו כל המועדים לפי שבעשרה בניסן מתה מרים וקבעו בו תענית כשחל בחול כו'" - אָבער פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק,

מוז מען זאָגן אַז נוסף צום טעם שלילי

(„למה לא קבעוהו בעשירי")

איז אויך דאָ אַ טעם וענין חיובי 8

פאַרוואָס מ'האָט דעם זכרון לדורות באַשטימט דווקא אויף שבת,

ד.

ה.

אַז דער תוכן הנס האָט אַ שייכות מיוחדת צו שבת.

דאָס איז אויך מוכרח פון דעם וואָס דעם אויבערשטנס ציווי „ויקחו להם איש שה לבית אבות גו'" איז געווען אַז מ'זאָל דאָס טאָן דווקא אינעם טאָג פון

(„בעשור לחודש הזה" וואָס איז דעמאָלט געווען)

שבת,

כאָטש דאָס איז פאַרבונדן מיט קנין ומו"מ 9 ,

טלטול בע"ח 10 ,

המוציא מרשות לרשות,

בקור ממום כו',

וואָס זיינען בסתירה צו שביתת ומנוחת השבת 11

;

- וואָרום אעפ"י אַז ס'איז נאָך דעמאָלט געווען פאַר דעם ציווי אויף שמירת שבת,

איז

[נוסף אויף דעם,

וואָס וויבאַלד אַז קיימו האבות כל התורה כולה עד שלא ניתנה 12 ,

איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך

(עכ"פ אַ חלק פון)

זייערע קינדער האָבן אָפּגעהיט די מצוות התורה

(ובכללן שמירת שבת )

אויך קודם

(מרה ו)

מ"ת 13

- איז]

דאָך מפורש אין מדרשי חז"ל 14 ,

אַז נאָך אין מיטן זמן השעבוד אין מצרים האָט משה גע'פּועל'ט באַ פרעה אַז יום השבת זאָל ביי די אידן זיין אַ יום מנוחה,

זיי זאָלן ניט דאַרפן אַרבעטן בשבת -

און וויבאַלד אַז ניט קוקענדיק אויף דעם האָט דער אויבערשטער באַשטימט דעם זמן פון „ויקחו להם גו'" דוקא ביום השבת,

איז דאָס גופא אַ הוכחה אַז דער ענין פון „ויקחו גו'" איז נוגע במיוחד צו שבת* 14 .

ג.

דער ביאור בכל הנ"ל וועט זיין פאַרשטאַנדיק לאחר ההסברה אינעם תוכן וענין השבת בכלל:

דער צ"צ 15

איז מבאר אויפן פסוק 16

„מזמור שיר ליום השבת" - ע"פ המדרש 17 ,

וואָס זאָגט אויף דעם פסוק: „ליום השבת למשבית מזיקין מן העולם שלא יזיקו וכן הוא אומר 18

וגר זאב עם כבש" - אַז דער פירוש און תוכן פון שבת איז דער ענין פון שביתה מן המזיקים,

וואָס דאָס קען זיין אויף צוויי אופנים: א)

„מעבירם מן העולם" - די גאַנצע מציאות פון מזיקים ווערט נתבטל 19 .

ב)

„משביתה שלא תזיק" -די מזיקים בלייבן,

נאָר די שביתה טוט אויף אַז זיי זיינען ניט שייך צו מזיק זיין.

און דער צווייטער אופן שביתת המזיקים איז אַ העכערער ווי דער ערשטער ווי ער זאָגט אין תו"כ 20 ,

וויבאַלד אַז דוקא דורך דעם אופן טוט זיך אויף דער ענין פון אתהפכא חשוכא לנהורא - די מזיקים אַליין ווערן נתהפך מרע לטוב* 20 .

און כאָטש אַז דער עיקר גילוי פון שבת אין אַן אופן פון „משבית מזיקים ..

שלא יזיקו" וועט זיין לעת"ל,

איז אָבער כעין זה געווען אין שבת בראשית,

שבת שבתחלת הבריאה 21 ,

ביז אַז ס'איז אויך געווען בגשמיות כפשוטו

(ווי רז"ל זאָגן 22 )

„ל"ו שעות שמשה אותה האורה",

בשבת בראשית איז געווען „ולילה כיום יאיר" - דער חושך פון לילה איז נתהפך געוואָרן לאור ויום 23 .

ד.

דער טעם וואָס ס'איז דאָ דער ענין פון אתהפכא בשבת איז דאָס מצד דעם וואָס דער עצם זמן פון שבת איז אַן ענין פון „אתהפכא":

וועגן ענין פון שבת זאָגן רז"ל 24

: „מה הי' העולם חסר מנוחה באת שבת באת מנוחה".

דאַרף מען פאַרשטיין: ס'איז ידוע דער מאמר פון מגיד 25

אַז זמן איז אַ נברא פּונקט ווי אַלע נבראים.

און דאָס מיינט,

ניט נאָר אַז פאַר בריאת העולם זיינען ניט געווען נבראים וואָס אויף זיי איז חל די מדידה

(און הגבלה)

פון זמן

[וואָרום אויך נאָך בריאת העולם זיינען דאָ כו"כ זאַכן

(עד"מ אַ סברא שכלית)

וועלכע זיינען ניט מוגבל - ובכלל ניט בגדר - פון זמן],

נאָר דער עצם מציאות הזמן איז אַ נברא; פּונקט ווי די גופי הדצח"מ זיינען נתהווה געוואָרן בשי"מ יש מאין,

אַזוי איז אויך עצם מציאות הזמן אַ בריאה און התהוות חדשה 26 .

און במילא איז מובן אַז פּונקט ווי די ערשטע רגע פון זמן איז אַ התהוות חדשה,

אַזוי איז דאָס בנוגע דעם זמן פון אַלע ששת ימי בראשית,

דער זמן פון יעדן טאָג איז געווען אַ נייע התהוות; ד.

ה.

כשם ווי בנוגע די נבראים פון שימ"ב איז דאָך יעדן טאָג געווען אַ התהוות פון נייע נבראים,

נבראים וועלכע זיינען אַנדערש פון די נבראים פון די אַנדערע טעג,

אַזוי איז בנוגע דעם זמן פון שימ"ב,

איז יעדן טאָג געווען אַ התהוות פון זיין אַנדערשדיקען זמן - דער זמן פון יום ראשון,

יום שני וכו' 27 .

וואָס דערפאַר זאָגט מען אויף זיי 28

„כל יומא ויומא עביד עבידתי'" און „כל יום ויום יש לו כחו".

[בנוגע די טעג לאחרי שבעת ימי בראשית - וויבאַלד אַז זיי זיינען אַן איבער'חזר'ונג פון די שבעת ימי בראשית אָדער - פרטים אין זיי

(דער יום הראשון פון ז' ימי בראשית איז כולל אַלע זונטאָגס; יום שני - אַלע מאָנטאָגס,

א.

ז.

וו.) 29

- דאַרף'ן זיי ניט האָבן קיין התהוות מיוחדת

(נאָר חידוש הישנות)

; משא"כ די שבעת ימי בראשית גופא - דאַרף יעדער טאָג נתהווה ווערן אויף זיין אופן].

ועפ"ז פאָדערט זיך הסברה אין דעם וואָס מען זאָגט „באת שבת באת מנוחה" אַז דער חידוש פון שבת איז דער ענין פון „מנוחה" - דלכאורה: דער גדר פון עולם איז זמן בכל פרטיו ומקום 30 ,

איז איידער ס'איז געווען דער זמן פון יום השביעי,

האָט דאָך געפעלט אין וועלט

(ניט נאָר „מנוחה",

נאָר אויך)

די מציאות פון יום השביעי־זמן?

איז דערפון פאַרשטאַנדיק,

אַז היינו הך: מ'קען ניט מחלק זיין צווישן דעם עצם יום השביעי זמן און דעם ענין ה„מנוחה" וואָס אין אים,

דער זמן פון שבת איז מהותו ענין המנוחה.

דער ביאור אין דעם: זמן איז מורכב פון עבר הוה און עתיד - און אין דעם

(אינעם חילוף ושינוי פון עבר הוה ועתיד)

גלייכט זיך אויס דער זמן פון אַלע ששת ימי בראשית

(חאָטש יעדערער פון זיי האָט אין זיך אַ חידוש און אויפטו לגבי אַלע אַנדערע,

כנ"ל)

; אָבער דער

( אויפטו פון)

זמן פון שבת איז „מנוחה"

(אין זמן)

- העכער פון די שינויים פון עבר הוה ועתיד.

און דאָס מיינט „באת שבת באת מנוחה",

אַז דער זמן פון יום השביעי,

וואָס ער איז מוגדר אין די שינויים פון עבר הוה ועתיד,

איז אין עם אויך דאָ -ואדרבה דאָס איז זיין אויפטו און עיקר - ער ווערט נתהפך און נתעלה 31

אַלס אַ זמן וואָס איז העכער פון שינוי 32

-שבת ומנוחה 33 .

און ווייל דער זמן פון שבת אַליין איז אַן ענין פון אתהפכא,

דעריבער ווירקט ער אויך אויף די עניני העולם

(שבשבת),

אַז זיי זיינען אין אַן אופן פון „אתהפכא",

אַזוי ווי „ולילה כיום יאיר" וכיו"ב.

ה.

דוגמא לדבר

(עבר הווה ועתיד און צוזאַמען דערמיט - העכער פון שינויי הזמן)

אין הלכה י"ל: כמה ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט זמן און זיי מוזען זיין במשך כמה זמן זיינען זיי

(זייער זיין)

אויך בגדר און בדין פון אַ נקודה אחת .

ווי צום ביישפּיל: קטן שהגדיל באמצע יום השבת אָדער באמצע יום הכפורים - לערנט דער ראָגאַטשאָווער 34

אַז מן התורה איז בנוגע שבת ווערט ער מחוייב בכל עניני שבת ווייל כל רגע דשבת איז אַ זמן פרטי בפ"ע,

אָבער בנוגע ליוהכ"פ איז ער פטור,

ווייל עס איז איין נקודה.

עד"ז בנוגע ספה"ע

(לכמה דעות)

וכו'.

ענליך צו דעם: אַ פעולה נמשכת ,

ווי צום ביישפיל יציאת מצרים: דער אַרויסגיין פון מצרים וואָס האָט און מוז האָבן אַ משך זמן,

ובשינוים אין דעם משך הזמן: קודם חצות,

חצות,

לאחר חצות,

יום ט"ו ניסן,

ובל' הגמרא 35

נגאלו בערב,

יצאו ביום.

חפזון דמצרים,

חפזון דישראל.

און צוזאַמען דערמיט איז דער זעלבער תוכן פון יצי"מ נמשך ופועל בכל דור ודור ובכל יום 36

אַז חייב אדם לראות עצמו כאילו הוא יצא היום ממצרים,

אין אַן אופן אַז אילו לא הוציא הקב"ה כו' אנו כו' משועבדים היינו לפרעה במצרים 37 .

וא"ו.

לויט דעם וועט מען פאַרשטיין וואָס דער אַלטער רבי איז מדגיש „שנעשה בו נס גדול ": אין דעם איז מרומז די שייכות צו שבת:

ס'האָט זיך שוין גערעדט אַמאָל בארוכה 38 ,

אַז דער גודל הנס פון שבת הגדול באַשטייט אין דעם וואָס הריגת המצרים איז געווען דורך די „ בכורי מצרים "

(וואָס בכור איז ענינו תוקף 39 )

- דער תוקף פון קליפת מצרים.

און בשעת אידן געפינען זיך נאָך בגלות מצרים אונטער ממשלת פרעה,

ווי ער איז נאָך בתקפו,

און פרעה מיט די מצרים ווילן בשום אופן ניט אַרויסלאָזן די אידן פון מצרים - און אין אַזאַ זמן מאָנען בכורי מצרים אַז מען זאָל באַפרייען די אידן,

און עד כדי כך אַז „ועשו הבכורות עמהם מלחמה והרגו הרבה מהם" און בשעת מעשה איז תוקף פרעה וגלות מצרים אַזוי גרויס אַז אפילו נאָך דעם „הרגו וכו'" באַפרייען זיי ניט די אידן - איז דאָס אַ „נס גדול" וואָס מ'געפינט ניט דוגמתו באַ אַנדערע נסים.

נסים פון הצלת ישראל זיינען געווען אין אַן אופן פון שבירת וביטול הקליפה,

אָבער דער נס פון „למכה מצרים בבכוריהם" איז געווען בדרך „אתהפכא

(פעולת ה)

חשוכא ל

(פעולה ד)

נהורא" -תוקף הקליפה האָט מלחמה געהאַלטן לטובת צד הקדושה.

און דעריבער איז געווען דער ציווי פון אויבערשטן אַז „ויקחו להם איש שה לבית אבות"

[וואָס אַלס תוצאה דערפון איז געווען דער נס פון „למכה מצרים בבכוריהם"]

זאָל זיין בשבת דוקא,

וואָרום דער תוכן ענין השבת איז בדוגמת הנס - די שביתה וביטול פון די מזיקים אינעם אופן אַז

(בכור ותוקף)

הקליפה און חושך עצמו טוט אַ פעולה הפכית - פעולת האור.

ז.

לויט דעם איז מובן וואָס פון די טעמים אויפן נאָמען „שבת הגדול" 40

קלייבט אויס דער אַלטער רבי דוקא דעם טעם מצד דעם נס פון „למכה מצרים בבכוריהם"

(ניט ברענגענדיק אַן אַנדער טעם - אפילו ניט אַלס טעם נוסף),

וואָרום דווקא לויט דעם טעם איז גוט פאַרשטאַנדיק וואָס דער שבת ווערט אָנגערופן „שבת הגדול":

דער פירוש פון „שבת הגדול" איז,

אַז אין דעם ענין פון „שבת" וביטול המזיקים,

איז ער „גדול",

ד.

ה.

אין דער גרעסערער און העכערער מדריגה פון שביתה; ניט די שביתה און ביטול פון קליפה,

נאָר ווי זיי זיינען במציאותם ווערן זיי נתהפך,

אַז

(ניט נאָר זיינען זיי ניט מזיק,

נאָר)

זיי זיינען מסייע צו טוב וקדושה.

און דער ענין אין „שבת" איז נתגלה געוואָרן בשבת שלפני יצי"מ דורכן „נס גדול" פון „למכה מצרים בבכוריהם ": ניט ווי באַ די אַנדערע מכות,

אפילו ניט ווי מכת בכורות וואו ס'איז געווען דער ביטול פון קליפה און לעו"ז

(ווי דער ערשטער פירוש - אופן - אין שביתת המזיקין) 41

נאָר דער תוקף פון קליפת מצרים גופא האָט דאָ מלחמה געהאַלטן מיט די מצריים לטובת ישראל 42 .

ח.

עפ"ז קען מען מבאר זיין

(ע"פ פנימיות הענינים)

נאָך אַ דיוק אין אַלטן רבי'נס שו"ע:

אין אָנפאַנג סעיף,

וואו ער זאָגט אַז „ואותו היום שבת הי'",

איז ער מוסיף „שהרי בה' בשבת יצאו ישראל ממצרים כמ"ש בסי' תצד,

וכיון שט"ו בניסן הי' בה' בשבת א"כ עשרה בניסן הי' בשבת".

דאַרף מען פאַרשטיין:

(דאָס וואָס „בה' בשבת יצאו ישראל ממצרים" איז מבואר אין גמרא 43 ,

און אין תוס' 44

איז דאָ דער חשבון אַז עפ"י זה איז שבת געווען עשרה בניסן - אָבער)

צוליב וואָס ברענגט דאָס דער אַלטער רבי בשו"ע ?

הן אמת אַז אין זיין שו"ע בריינגט דער אַלטער רבי „ההלכות בטעמיהן" 45 ,

אָבער דאָס איז דאָך ניט קיין טעם,

נאָר מער ניט ווי אַן ענין פון חשבון און מקורו - מפורש בגמרא ותוס',

כנ"ל - און בכלל איז ער דאָך ניט מעתיק בשו"ע לשון מקורי ההלכות

(און ברובא דרובא אויך ניט שם המקור)

- ס'וואָלט געווען גענוג דאָס וואָס ער זאָגט „ואותו היום שבת הי'" 46 .

וי"ל אַז מיט דעם ווערט מבואר דער תוכן און די סיבה פון שבת הגדול.

ובהקדים: די כוונה ותכלית פונעם ציווי „בעשור לחודש הזה ויקחו להם איש שה לבית אבות גו'",

וואָס האָט געבראַכט צו „למכה מצרים בבכוריהם",

קען מען לערנען אויף צוויי אופנים:

א)

דאָס נעמען דעם שה בעשור לחודש

(און די ניסים פון שבת הגדול)

זיינען געווען נישט נאָר אַ הקדמה און הכנה צו הקרבת הפסח בי"ד בניסן און גאולת מצרים שלאח"ז,

נאָר דאָס האָט אויך געהאַט אַ תכלית ומכוון פאַר זיך 47 .

ב)

די כוונה און תכלית פון קיחת השה וכו' איז געווען נאָר אַלס הכנה והקדמה צו הקרבת הפסח וגאולת מצרים 48 .

עד"ז קען מען זאָגן ברוחניות הענינים: די גילויים און די ניסים בשבת הגדול זיינען געקומען נאָר אַלס הקדמה והכנה צום נגלה עליהם ממה"מ הקב"ה בכבודו ובעצמו,

וואָס האָט געבראַכט צו יצי"מ; אָדער אין דעם איז געווען אויך אַ באַזונדער ענין,

וואָס איז ניט ענין יצי"מ.

און דעריבער,

בשעת ער איז מבאר דעם ענין פון שבת הגדול זאָגט דער אַלטער רבי „שהרי בה' בשבת יצאו ישראל ממצרים ..

וכיון שט"ו בניסן הי' בה' בשבת א"כ עשרה בניסן הי' בשבת" - דערמיט איז ער מוסיף ביאור,

אַז דער ענין פון דעם טאָג „בעשור לחודש הזה"

(דער ציווי „ויקחו להם גו'" און די נסים וואָס זיינען פון דעם געקומען)

קומט אַלס אַ מסובב און תוצאה פון

(אַ חשבון מיוסד אויף)

„בה' בשבת יצאו ישראל ממצרים כו'" ענין יצי"מ 49 .

ט.

עפ"י הנ"ל,

אַז דער נס פון שבת הגדול איז ע"ד ענין „אתהפכא חשוכא לנהורא",

איז נאָכמער מבואר

(בפנימיות הענינים)

די הוספה: בה' בשבת כו'.

שבת איז דאָך ספי' המלכות,

„שבת מלכתא",

דעמאָלט שטייט ספי' המל' אין אַ עלי' אין די העכערע ספי' - ז"א,

בינה כו' 50 ,

אָבער וויבאַלד אַז מלכות מצ"ע ווערט אָנגערופן נהורא אוכמא ותכילת,

זי פאַרברענט און זי איז מכלה ד.

ה.

מצד איר ווערט דער ביטול און כליון המנגד 51

[איז כאָטש אַז שבת איז דאָך ענינו שביתה מן המזיקין כו' כנ"ל,

וויבאַלד אָבער אַז דער עיקר גילוי דערפון וועט ערשט זיין לעת"ל ווען עס וועט זיין שבת ומנוחה לחיי העולמים,

משא"כ לפנ"ז איז דער אתהפכא פון שבת נאָר אין ק"נ 52 ,

עאכו"כ אין דעם זמן ווען אידן זיינען נאָך געווען אין מצרים,

פאַר דעם ציווי אויף שמירת שבת,

האָט דאָך דאָס ניט מאיר געווען בגלוי]

- דעריבער איז דער אַלטער רבי מבאר אַז דער נס פון שבת הגדול איז פאַרבונדן מיט'ן גילוי פון גאולת ויציאת מצרים

(שלאח"ז),

וואָס דעמאָלט האָט מאיר געווען ספי' הבינה 53

עלמא דחיר ו 54 .

ואולי י"ל - להיות אַז בינה איז שרש הגבורות 55 ,

קומט מצד איר דער ענין פון „אתהפכא" הנ"ל „למכה מצרים בבכוריהם",

וואָרום וויבאַלד אַז אין הדינים נמתקים אלא בשרשם 56 ,

ווערט מצד דעם דער „שבת" שביתה מן המזיקין,

אין אַן אופן פון „גדול",

דער אתהפכא 57

פון די מזיקין אַז זיי זיינען מסייע צו קדושה 58 .

יו"ד.

ס'איז ידוע דער פי' האריז"ל 59

אויפן פסוק והימים האלה נזכרים ונעשים,

אַז בשעת די זכירה איז כדבעי פּועל'ט מען און מ'טוט אויף דעם „ונעשים":

און הגם אַז איצט איז נאָך דער מצב פון „אכתי עבדי דאחשוורוש" 60

; און מ'געפינט זיך אין אַ חושך כפול ומכופל

[בדוגמא צום מצב פון די אידן אין מצרים ביים זמן פון עשרה בניסן,

שבת הגדול],

קען אָבער יעדער איד דורך זיין עבודה פון „משכו וקחו לכם וגו'",

ווי די מכילתא 61

טייטשט: „משכו מע"ז והדבקו במצוות",

אַז ער „ציט זיך אַוועק",

היט זיך אויס פון יעדער עבודה וואָס איז „זרה לו" 62 ,

פרעמד פאַר אַ אידן

(צו עבודה־זרה אין פשוט'ן זין

(ר"ל)

האָט אַ איד קיין שום שייכות ניט,

ובפרט נאָכדעם ווי מ'האָט מסלק געווען דעם יצה"ר פון עבודה־זרה 63 )

און ער שטייט בדבקות במצות;

ובכללות „משכו" דער קו פון „סור מרע",

און וקחו לכם - הדבקו במצות,

איז דער קו פון „ועשה טוב" -

ער וועט טאָן די עבודה מיט נויטיקן תוקף און איבערגעגעבנקייט און משפיע זיין און פועל זיין דורך זיין השפעה אַז דאָס זאָל טאָן אויך אַ צווייטער איד

(אָנהויבנדיק פון די אייגענע ב"ב -„ויקחו להם איש שה לבית אבות "),

וועט ער דורכדעם מצליח זיין צו ווירקן אויך אויף דער דרויסענדיקער וועלט אַרום אים,

אויך אויף די אומות העולם,

ביז אַז בכוריהם פאָדערן בתוקף טובת ישראל,

און כימי צאתך מארץ מצרים 64

נאָך אין גלות זייענדיק - איז נס גדול נעשה

און אידן גרייטן זיך צום „אראנו נפלאות" - בנערנו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו גו' 65

לא תשאר פרסה 66

-אַרויסגיין פון גלות בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ צו,

שבת הגדול,

תשל"ה)

Reader controls and commentary are loading.