B"H
🏡

Ikar

צו ב

א.

פון פסוק 1

"אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה" איז רש״י מעתיק די ווערטער "אש תמיד" און איז מפרש: "אש שנאמר בה תמיד הוא שמדליקין בה את הנרות שנאמר 2

בה להעלות נר תמיד 3

אף היא מעל המזבח החיצון תוקד".

בפשטות לערנט מען 4

אז רש״י מיינט דא באווארענען דעם ווארט "תמיד" וואס זעט אויס לכאורה ווי איבעריק: אויב צו מדגיש זיין אז דער אש אויפן מזבח דארף ברענען אן אויפהער,

וואלט געווען גענוג ווען עס שטייט "אש תוקד על המזבח לא תכבה"

(ווי עס שטייט אין פריערדיקן פסוק "והאש על המזבח תוקד בו לא תכבה״)

- וואס גיט צו אין דעם דער ווארט "תמיד"?

דעריבער לערנט רש״י אז די ווערטער "אש תמיד" ריידן דא וועגן אש המנורה,

וואס ווערט אנגערופן ״נר תמיד ״,

אז איר תוקד -הדלקה - קומט פון

(אש ה)

מזבח.

ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק: א)

די גאנצע פרשה דא רעדט וועגן דעם מזבח ועניניו - כולל וועגן אש אויפ׳ן מזבח,

טא ווי קומט דא ובפרט ע״פ פשש״מ א דין וועגן אש המנורה?

דאס וואס דער פסוק איז מוסיף דעם ווארט "תמיד" קען מען איינלערנען אין פשטות ,

אז דער פסוק זאגט עס צוליב תוספת הדגשה פון תמידות ,

און אויך בלשון חיובי: דער אש אויפן מזבח דארף זיין ״תמיד״ - אן קיין הפסק; און ווי מ׳זעט טאקע,

אז דער אבן עזרא,

וואס איז פון די ראשי פשטני המקרא,

טייטשט טאקע אז דער ווארט "תמיד" קומט מוסיף זיין דעם ענין פון תמידות ביים אש פון מזבח 5 .

און כאטש אז אט דער פירוש אין רש״י איז גענומען פון מדרז״ל 6 ,

איז דאך ידוע

(ווי שוין גערעדט פיל מאל)

אז אפילו מדרשי חז״ל,

וואס רש״י ברענגט זיי בפירושו על התורה,

זיינען מוכרח בפשוטו ש״מ; ובפרט ווען דער פירוש ווערט אין פירש״י ניט געבראכט מיטן לשון " רבותינו דרשו " וכיו״ב,

וואם פון דעם איז פארשטאנדיק אז דער פירוש איז נאך מער מוכרח פון פשט הכתובים עצמו.

ב)

נאך מער: רש״י אליין האט פריער 7

מפרש געווען,

אז "ריבה כאן יקידות הרבה,

על מוקדה,

ואש המזבח תוקד בו,

והאש על המזבח תוקד בו,

אש תמיד תוקד על המזבח,

כולן נדרשו במם׳ יומא 8

שנחלקו רבותינו במנין המערכות שהיו שם״ 9 ,

ד.

ה.

אז דער פםוק ״ אש תמיד תוקד וגו׳" רעדט וועגן

(איינע פון)

די מערכות וואם זיינען געווען אויפן מזבח - היינט ווי טייטשט רש״י בפירושו אויף אונזער פםוק אז דאם גייט אויף אש המנורה?

ג)

נאך מער: אין דעם פםוק גופא איז רש״י גלייך מפרש אז םיומו ״לא תכבה" - גייט אפן אש המזבח?

!

ב.

מ׳וואלט געקענט פארענטפערן

(ווי מפרשים 10

לערנען טאקע איין)

אז דעם פםוק ״אש תמיד וגו׳" כשלעצמו איז רש״י ניט מוציא מידי פשוטו און דער גאנצער פםוק רעדט וועגן דער מערכה אויפן מזבח; רש״י קומט נאר מפרש זיין אז פון דעם ווארט "תמיד"

(דא ביי מזבח)

איז פאראן אן אפלערנונג אויף אש המנורה,

ביי וועלכער עם שטייט "תמיד",

אז אויך ער דארף אנגעצונדן ווערן פון אש המזבח.

ם׳איז אבער שווער אזוי צו לערנען אין פרש״י,

ווייל:

א)

לפי״ז האט רש״י געדארפט זאגן "רבותינו למדו מכאן " אדער "מכאן למדו" וכיו״ב.

ב)

רש״י איז מעתיק פון פםוק אויך דעם ווארט "אש",

און אויך בפירושו טייטש ער אפ צוזאמען מיטן ווארט ״תמיד״ אויך דעם ווארט ״אש״ - ״אש שנאמר בה תמיד",

ד.

ה.

אז "תמיד" איז מתאר דעם "אש" וואם שטייט דא אין פםוק.

ג)

פון אריכות הלשון בפי׳ רש״י -"אף היא מעל המזבח חיצון תוקד ",

איז פארשטאנדיק אז ער טייטשט דאם איין אין המשך הכתוב ״תוקד על 11

המזבח" 12 .

ג.

ם׳זיינען דא מפרשים וואם פאר־ ענטפערן די םתירה צווישן די דערמאנ־ טע פירושי רש״י,

אז דער פםוק ״אש תמיד תוקד על המזבח" ווערט אין מם׳ יומא ניט גע׳דרש׳נט בנוגע די מערכות וואם דארפן זיין אויפן מזבח,

נאר מען לערנט אפ אלע מערכות פון די פריערדיקע פםוקים 13

; און דאם וואם רש״י זאגט "כולן נדרשו במם׳ יומא וכו׳ במנין המערכות" איז דאם נאר לציין,

ביי וועלכן ענין ומס׳ חז״ל דרש׳נען די פםוקים 14 .

אבער ע״פ הידוע אויף וויפל רש״י איז מדייק בלשונו,

איז מובן אז דער תירוץ איז אינגאנצן נישט גלאטיק,

ווארום אויב נאר אויף צו מציין זיין דעם ארט וואו די פםוקים ווערן גע׳דרש׳נט וואלט זיך רש״י באנוגנט מיט זאגן "כולן נדרשו במם׳ יומא",

ווי מען געפינט כמ״פ בפירושו 15 .

ובמילא מוז מען אננעמען,

אז דאם וואם רש״י זאגט "שנחלקו רבותינו במנין המערכות כו׳" איז נוגע לפירושו.

ד.

דער ביאור בזה:

דעם תוכן פון ווארט "תמיד" איז רש״י מפרש פריער 16

ביי דער מנורה: "כל לילה ולילה קרוי תמיד כמו שאתה אומר 17

עולת תמיד ואינה אלא מיום ליום וכן במנחת חביתין נאמר 18

תמיד ואינה אלא מחציתה בבוקר ומחציתה בערב כו׳" 19 ,

און וויבאלד אזוי איז דאך שוין שווער צו זאגן לשיטת רש״י,

אז דער ווארט "תמיד" בנדו״ד קומט מוסיף זיין בענין התמידיות בזמן אויף דעם וואם דער פםוק זאגט ״

(אש תוקד גו׳)

לא תכבה ",

ווארום אדרבא: ״לא תכבה״ - מיינט אז דער "אש" דארף ברענען אן איבער־ ריים 20 ,

אבער "תמיד" קען מיינען אויך די תמידיות פון ימים אליין אדער לילות אליין 21 ,

און אין זיי גופא,

ווי "עולת תמיד",

ניט דעם גאנצן יום אדער לילה.

און דעריבער לערנט רש״י אז מיט דעם פםוק ״אש תמיד" קומט די תורה מרבה זיין אן אנדער אש,

וואם בא איר שטייט "להעלות נר תמיד" 22 ,

אז מ׳דארף איר מדליק זיין מעל המזבח.

ה.

לויט דעם איז אויך מובן,

וואם בעת רש״י בריינגט פריער אראם ״יקידות הרבה וכו׳״ -

(א)

איז ער זיך ניט מםתפק מיט׳ן זאגן "ריבה כאן יקידות הרבה"

(פארלאזנדיק זיך אז מ׳וועט אליין איבערציילן),

נאר ער ברענגט אלע ערטער

(אויך דעם פםוק ״אש תמיד") 23

;

(ב)

אריכות הל׳ פון רש״י ״ריבה כו׳ הרבה״ - ער האט געקאנט זאגן

(ובדיוק)

: ארבע יקידות כאן על מוקדה כו׳ און

(ג)

וואם נאך דעם ווי ער זאגט "כולן נדרשו במם׳ יומא" איז ער מוםיף "שנחלקו רבותינו במנין המערכות שהיו שם״ - ווארום רש״י איז דא אויםן צו מדגיש זיין אז דער פירוש דא איז תלוי אין די חילוקי דיעות וואם זיינען דא במנין המערכות:

וויבאלד אז ריבה כאן - איז מםתבר לומר בפשש״מ אז אלע יקידות רעדן וועגן ״כאן״

(מזבח)

- לויט דער דיעה וואם האלט אז ם׳זיינען געווען פיר מערכות יעדן טאג

(ובמילא - איז אויך דער פםוק ״אש תמיד תוקד על המזבח" נכלל מיט די פםוקים וואם ריידן וועגן מערכות המזבח 24 ,

און לויט דעם מ״ד האט רש״י נישט וואם צו מפרש זיין אין דעם פםוק

(ולשיטתו וועט מען מוזן בדוחק איינלע-רנען דעם טייטש פון "תמיד" ע״ד ווי דער ראב״ע לערנט - או כיו״ב 25 ))

;

לויט די אנדערע דיעות אבער

(אז ם׳זיינען געווען ניט מער ווי צוויי אדער דריי מערכות 26 ),

איז רש״י מפרש,

אז זיי האבן אויך א הוכחה פון פשש״מ ווארום,

כנ״ל

(איז גלאטיקער צו זאגן,

אז)

"אש תמיד" רעדט וועגן דער מנורה 27 ,

אז תוקד

(מ)

על המזבח - דאם איז דער פירוש ע״פ פשש״מ.

און די יקידות במזבח זיינען "הרבה"

(מער פון איינם),

אבער ניט פיר.

ו.

פון די ענינים מופלאים ע״ד ההלכה אין פרש״י:

בא כמה דינים,

וואו זייער תוכן איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי פרטים וואם זיינען תלוי זב״ז,

קומט אויף די שאלה: וואס איז דער עיקר פרט וסיבה און וואם איז דער פרט המסובב.

ולדוגמא: בא שתי הלחם וואס מ׳איז מקריב בחג השבועות איז דער דין אז דאס דארף זיין ״מנחה חדשה״ - פון דער תבואה חדשה - און פאר די שתי הלחם טאר מען פון תבואה חדשה נישט מקריב זיין קיין אנדער מנחה אין ביהמ״ק 28 .

שטעלט זיך די שאלה 29

: וואס איז דא דער עיקר וסיבה: צי דאס איז דין שתי הלחם,

אז זיי מוזן זיין די ערשטע מנחה פון דער נייע תבואה,

און אלס מסובב פון דעם טאר מען פאר דעם ניט מקריב זיין פון "חדש" קיין אנדערע מנחה; אדער דאס איז דין מנחות אז זיי דארפען האבן א מתיר - כדי מ׳זאל מעגן מקריב זיין די מנחות מן החדש,

מוז פריער זיין די הקרבת שתי הלחם מן החדש,

ד.

ה.

דאס וואס די שתי הלחם זיינען די ערשטע פון דער תבואה חדשה,

איז עס צוליב מתיר זיין דורכדעם די מנחות מן החדש.

ונפקא־מינה בנוגע כמה ענינים,

ומהם:

אויב מ׳האט עובר געווען און מקריב געווען א מנחה פון תבואה חדשה -צי בלייבט אויך נאכדעם דער איסור צו מקריב זיין אן אנדער מנחה פון תבואה חדשה:

אויב דער טעם איז ווייל שתי הלחם דארפן זיין די ערשטע פון דער נייער תבואה,

איז וויבאלד די שתי הלחם קע־ נען שוין סייווי נישט זיין די ערשטע איז במילא שוין נישט שייך קיין איסור אין דעם,

און מען מעג מקריב זיין מנחות פון די תבואה חדשה 30 .

אויב אבער אז דאס איז מצד דעם וואס מ׳טאר נישט מקריב זיין א מנחה מן החדש איידער די שתי הלחם זיינען עס מתיר,

איז דער איסור אויך דא נאכדעם ווי מען האט שוין מקריב געווען א מנחה מן החדש - כ״ז מ׳האט נישט געבראכט די שתי הלחם איז נישטא דער מתיר צו ברענגען מנחות מן החדש.

כעין זה שאלה בעניננו:

דער חיוב צו מדליק זיין די מנורה פון מזבח החיצון - צי איז דאס א דין אין הדלקת המנורה,

אז דער אש המנורה דארף זיין פון מזבח החיצון,

אדער דאס איז א חיוב וואס איז

(געזאגט געווארן בפרשת המזבח,

ובמילא -)

נוגע דעם מזבח: פון אים דארף מען נעמען דעם אש אנצוצינדן די מנורה 31 .

פון די נפק״מ בזה - אויב מאיזה טעם איז נישטא קיין אש המזבח 32 ,

צי איז דאם מעכב די הדלקה פון דער מנורה:

אויב דאם איז א דין במנורה,

איז בשעת ם׳איז נישטא קיין אש המזבח,

קען מען נישט אנצינדן די מנורה; אויב אבער דאם איז א דין אין מזבח,

דארף אויםקו־ מען אז בשעת ם׳איז נישטא קיין אש המזבח פאלט אפ דער חיוב און מען איז מדליק המנורה פון אן אנדער אש.

ע״ד ההלכה איז משמע אז דאם איז א דין אין הדלקת האש של המנורה,

אז עם דארך קומען פון מזבח החיצון 33

;

אבער פון דעם וואם רש״י איז משנה פון ל׳ רז״ל 34

: "אש תמיד שאמרתי לך לא תהא אלא בראשו של מזבח החיצון",

און שרייבט " אף היא מעל המזבח החיצון תוקד",

איז משמע אז דאם איז א דין אין מזבח החיצון 35 ,

אז זיין אש דארף אויך

(ווי אנדערע יקידות דא)

זיין דער וואם פון אים ווערט געצונדן דער אש המנורה 36 .

ובפרט אז אזוי איז אויך מובן בפשטות הכתובים,

כנ״ל,

היות די תורה האט גע־ שטעלט דעם לימוד אין דער פרשה,

וואו עם רעדט זיך וועגן דעם

(אש פון)

מזבח החיצון,

און נישט אין פרשת המנורה.

ז.

די הוראה פון דעם בעבודת ה׳:

די כלים וואם זיינען געווען אין משכן ומקדש טיילן זיך בכללות אויך צוויי םוגים: די כלים וואם זיינען געשטאנען בפנים - מזבח הפנימי ,

מנורה ושלחן; מזבח החיצון כו׳.

אין עבודת האדם זיינען עם די צוויי אופני עבודה: די עבודה מיט זיך אליין

(בפנים),

און די עבודה צו טאן און פועל זיין אויך א צווייטן אידן,

צו מקרב זיין אויך די וואם זיינען אין "חוץ" און חלקו ב

(חוץ -)

עולם בדוגמת מזבח החיצון וואם דוקא אויך אים האט מען מקריב געווען די קרבנות פון אלע אידן ,

דאם איז דער ארט פון בירור עניני העולם 37 .

ובפרטיות יותר: הדלקת המנורה איז דער ענין התורה 38 ,

כמ״ש 39

"כי נר מצוה ותורה אור",

און אויך דעם שטייט "להעלות נר תמיד״,

(ווי חיוב ת״ת,

משא״כ מצות),

ובפרט בשעת ס׳איז תורתו אומנתו,

דעמאלט איז מען בבחי׳ "נר תמיד" - שטענדיק מקושר מיטן אויבערשטן 40 .

קען א יושב אוהל טענה׳ן: וויבאלד ער קען זיין אן "אנגעצונדענע מנורה" און אין אן אופן פון "להעלות נר תמיד",

דארך ער ניט אנקומען צו מצות,

אפילו ניט צו א מצוה עוברת * 40 ,

און - עאכו״כ: וואס דארך ער האבן צו טאן מיט עניני העולם אדער אפילו מיט א צווייטן אידן וואס בערך מקום

(ומעלת)

יושב אוהל געפינט ער זיך ב״חוץ"?

אויך דעם קומט די הוראה,

אז די מנורה

(ווערט)

דארך אנגעצונדן ווערן פון מזבח,

און

אוודאי איז דא דער מזבח הפנימי -די עבודה נעלית פון א אידן מיט זיך,

אבער דער אור המנורה צינדט זיך אן ניט פון מזבח הפנימי,

כאטש ער איז געשטאנען בסמוך לו 41 ,

וואס דאס איז די עבודה פון פנימית

(הלב 42 ),

נאר דוקא 43

פון מזבח החיצון 44 .

נאך מער: בדברי רש״י קומט אויס,

אז דער אש,

נאך זייענדיק אויך דעם מזבח החיצון,

איז ער שוין פארבונדן מיטן אש המנורה 45 .

אין דעם ענין פון עבודת האדם: בכדי אז ביים יושב אוהל זאל זיך "אנצינדן" און לייכטן דער "אש" און אור התורה,

דארך אים פריער 46

זיין נוגע אז אויך ביי א אידן וואס געפינט זיך ב״חוץ" זאל ברענען און לייכטן דער " נר ה׳ נשמת אדם",

און דעמולט ערשט קען ער אויפלייכטן זיין "נר ה׳" מיטן "אור התורה".

און אט דער פארבונד פון מנורה מיטן מזבח החיצון

(צו אפגעבן זיך מיט׳ן חוץ)

איז אויך אזויפיל נוגע,

אז דאס ווערט נרמז אין אונזער פסוק מיטן ווארט "תמיד".

ווארום דער ענין פון "תמיד",

די תמידיות אין דער עבודה פון א יושב אוהל,

ווערט ביי אים אויפגעטאן דווקא דורכדעם וואס ער גייט דורך אויך נסיו-נות און שוועריקייטן פון "חוץ" און פארנעמט זיך מיט פועל זיין אויך אויך אנדערע אידן דעמאלט דערגרייכט ער אין זיין עבודה פון לימוד התורה צו דער מעלה פון תמידיות 47 .

(משיחת ש״פ צו תשכ״ט)

Reader controls and commentary are loading.