א.
אין ערשטן טייל פון אונזער סדרה רעדט זיך וועגן פינף סוגים 1
אין קרבנות: עולה,
מנחה,
חטאת,
אשם און שלמים - און ביי יעדן פון זיי איז דער פסוק 2
מקדים „
(ו)
זאת תורת ה ..
”.
דער פשוט’ער פירוש פון „זאת תורת” איז - „דאָס איז די תורה
(די הלכות)
פון ..
”; און כאָטש אַז די דינים פון די אויבנדערמאָנטע קרבנות זיינען שוין געזאָגט געוואָרן אין פרשת ויקרא,
פונדעסטוועגן איז מתאים דער לשון „ זאת תורת ” בפרשתנו,
ווייל דאָ,
אין דער פרשה,
קומען צו נאָך פרטי דינים וואָס זיינען ניט געזאָגט געוואָרן אין דער פריערדיקער פרשה* 2 .
אָבער אין תורת כהנים 3
(ועד”ז אין ש”ס 4 )
לערנט מען אַרויס פון „זאת תורת העולה - תורה אחת לכל העולים שאם עלו לא ירדו”,
אַז דער וואָרט „תורת” קומט מרבה זיין אַ סוג אין עולה 5
(פסולין),
וואָס לולי דעם ריבוי וואָלט מען ניט געוואוסט אַז ביי אים גייט אָן דער דין פון עולה
(„העולה ..
על המזבח” 6 ).
ועד”ז ביי די אַנדערע פיר סוגים -מנחה,
חטאת,
אשם און שלמים - אַז דער וואָרט „
(זאת)
תורת” איז ביי יעדערן פון זיי מרבה נאָך אַ מין קרבן וואָס לולי דעם ריבוי וואָלט ער ניט נכלל געוואָרן צווישן די אַנדערע מינים פון זעלבן קרבן 7
(בנוגע צו אַ געוויסן דין עכ”פ),
און ווי דער תורת כהנים 8
טייטשט אויס:
„תורת המנחה,
תורה אחת לכל המנחות שיהו טעונות שמן ולבונה”,
אַז אויך „מנחות שאין שיריהם נאכלין 9
(ווי מנחת כהנים)..
טעונות שמן ולבונה”; „תורת החטאת,
תורה אחת לכל חטאות שיהא דמם טעון כיבוס”,
אַז אפילו „חטאות הפנימיות
(וואָס „אינן נאכלות” 10 )..
דמם טעון כיבוס”; „תורת האשם,
תורה אחת לכל אשמות שיהא דמם ניתן למטה”,
אַז אויך „אשם מצורע” איז דמו „ניתן למטה”
(כאָטש ביי אשם מצורע שטייט 11
„כחטאת האשם הוא” און דער דם חטאת איז „ניתן למעלה”)
; און פון „תורת זבח השלמים - תורה אחת לכל השלמים” 12
לערנט מען אָפּ „לעשות זמן בבמה בזמן אהל מועד”
(אַז אויך ביי אַ „במה” 13
איז דאָ דער דין פון נותר ופיגול).
ב.
ווי איז שיטת רש”י בהנ”ל -בפירושו עה”ת?
- געפינט מען אין דעם אַ דבר פלא:
ביי די ערשטע צוויי מאָל וואו עס שטייט „זאת תורת” - ביי עולה און מנחה - איז רש”י מפרש אַז „תורת” קומט מרבה זיין - תורה אחת לכל
(לכולן)
כו’”,
און ברענגט אַראָפּ די לימודים פון תורת כהנים; אָבער ביי די לעצטע דריי - „זאת תורת החטאת”,
„וזאת תורת האשם”,
„וזאת תורת זבח השלמים” - איז רש”י גאָרניט מפרש.
איז תמוה - ממה נפשך: אויב רש”י נעמט אָן אַז „תורת” איז אַ ריבוי,
האָט ער געדאַרפט מפרש זיין אין וואָס באַשטייט דער ריבוי פון „זאת תורת” אויך ביי די לעצטע דריי,
חטאת אשם און שלמים; און אויב רש”י האַלט אַז ע”ד הפשט איז „תורת” ניט קיין ריבוי און זיין פירוש איז כפשוטו
(כנ”ל)
- פאַרוואָס איז ער מפרש אַז ביי עולה און מנחה איז עס יע אַ ריבוי?
ג.
לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן: רש”י נעמט טאַקע אָן אַלס כלל אַז „תורת” איזאַ ריבוי,
און ווי ער איז מדגיש בפירושו אויף זאת תורת העולה 6
: „ שכל תורה לרבות הוא בא לומר תורה אחת לכל כו’” 14
; ומהאי טעמא דאַרף ער שוין ניט אויסטייטשן אַז אויך ביי חטאת,
אשם און שלמים קומט עס „לרבות”,
און ער פאַרלאָזט זיך אויפן תלמיד 15
אַז ער וועט אַליין זוכן און געפינען אין וואָס ס’באַשטייט דער חידוש וריבוי פון וואָרט „תורת” ביי יעדן פון זיי.
און דאָס וואָס ביי „וזאת תורת המנחה” פאַרלאָזט זיך ניט רש”י אויפן תלמיד און טייטשט אויס דעם ריבוי -„תורה אחת לכולן להטעינן שמן ולבונה האמורין בענין,
שיכול אין לי טעונות שמן ולבונה אלא מנחת ישראל שהיא נקמצת,
מנחת כהנים שהיא כליל מנין ת”ל תורת” - איז עס ווייל ביי מנחה איז דאָ אַ מקום לטעות,
אַז דער „תורת” קומט מרבה זיין אַן אַנדער דין:
די גמרא 16
לערנט אָפּ פון „וזאת תורת המנחה - תורה אחת לכל המנחות”,
אַז אויך מנחות „דלא כתיבא”
(עס שטייט ניט ביי זיי בפירוש דעם דין פון שיריהן נאכלין לכהנים - ווי מנחת חוטא)
איז „שיריהן לכהנים” 17 .
און כדי אַז מען זאָל ניט מיינען אַז ע”ד הפשט איז „תורת
(המנחה)
” מרבה דעם דין פון „שיריהן לכהנים” ביי מנחת חוטא
(ווי די גמרא לערנט),
איז רש”י מעתיק בפירושו די דרשה פון תורת כהנים; און ווי רש”י האָט שוין פריער 18
מפרש געווען,
אַז דער דין הנ”ל
(אין ש”ס)
אַז אויך אַ מנחת חוטא „שירי’ נאכלין” ווערט אָפּגעלערנט - „ לפי פשוטו ” 19
- פון דעם פסוק
(אין דער פריערדיקער פרשה 20 )
„והיתה לכהן כמנחה”.
ד.
אָבער דער ביאור איז ניט מספיק,
ווייל:
א)
וויבאַלד אַז רש”י האָט שוין געזאָגט בפירושו,
כנ”ל,
אַז דער דין פון מנחת חוטא ששירי’ נאכלין ווערט אָפּגעלערנט פון אַ פסוק אין פ’ ויקרא - איז שוין ניט נויטיק צו באַוואָרענען אַז דאָס איז ניט דער דין וואָס „תורת המנחה” קומט מרבה זיין.
ב)
ועיקר : עס לייגט זיך ניט אויפן שכל,
אַז אַ בן חמש למקרא וועט אַליין וויסן און פאַרשטיין וואָס עס לערנען די ריבויים וואָס שטייען אין תורת כהנים ביי חטאת אשם און שלמים:
„זאת תורת החטאת” - פונוואַנען זאָל אַ בן חמש למקרא פאַרשטיין אַז אויף דעם דין „חטאות הפנימיות ..
דמם טעון כיבוס” דאַרף מען האָבן אַ לימוד מיוחד 21
- די סברא איז פּונקט פאַרקערט: מה־דאָך אַז חטאות החיצוניות „דמם טעון כיבוס”,
איז כש”כ וק”ו אַז אַזוי איז דער דין ביי חטאות הפנימיות 22 .
[די הוה אמינא אַז חטאות הפנימיות זאָלן ניט דאַרפן האָבן כיבוס,
ווערט אַרויסגעלערנט אין תורת כהנים מיט אַ ק”ו פון קדשי קדשים: „ומה אם קדשי קדשים ששוו לחטאות החיצונות למריקה ולשטיפה לא שוו לכיבוס,
חטאות הפנימיות שלא שוו למריקה ושטיפה אינו דין שלא ישוו להם לכיבוס” -
ס’איז אָבער לגמרי ניט מסתבר צו זאָגן,
אַז רש”י פאַרלאָזט זיך אַז דער תלמיד וועט פון זיך אַליין קומען צו דעם ק”ו
(ובפרט ווען דער דין אַז חטאות הפנימיות לא הושוו למריקה ושטיפה 23
ווערט ניט דערמאָנט אין פירוש רש”י אין חומש 24 )].
„וזאת תורת האשם”: וועגן אַן אשם מצורע ווערט בכלל דערציילט ערשט שפּעטער אין פ’ מצורע 25
- היינט ווי איז שייך צו זאָגן אַז דער תלמיד וועט דאָ פון זיך אַליין אַרויסלערנען דעם ריבוי וואָס שטייט אין תו”כ
(אַז אויך דער דם פון אשם מצורע „ניתן למטה”) 26 ?
און אַוודאי איז אַ בן חמש ניט שייך צו פאַרשטיין פון זיך אַליין אַז „וזאת תורת זבח השלמים” קומט מרבה זיין קרבנות במה
(ווי ס’ווערט אַרויסגעלערנט אין תו”כ) 27
; ועוד ועיקר - דאָס זיינען דינים וואָס ער וועט וועגן זיי לערנען ערשט אין פ’ ראה 28 .
ה.
דער ביאור אין דעם:
לויטן דרך הפשט איז מובן,
אַז דאָס וואָס „כל תורה לרבות הוא בא” איז נאָר ווען דער וואָרט „תורת” איז איבעריק,
אָדער נאָכמער - ווען ער איז ניט צוגעפּאַסט אין פסוק - ולדוגמא: ביי „זאת תורת העולה”,
וואָס די מערסטע
(דינים -)
תורות פון עולה שטייען שוין אין פ’ ויקרא,
היינט ווי פּאַסט דאָ דער לשון „ זאת תורת העולה”,
אַז דאָס - די געציילטע דינים וואָס קומען דאָ צו - איז „תורת העולה”?
מוז מען דעריבער לערנען אַז „תורה לרבות הוא בא לומר תורה אחת לכל העולין” 29
-
[ועד”ז ביי „זאת תורת המנחה” און „וזאת תורת החטאת” - וואָס דער רוב פון זייערע דינים זיינען שוין געזאָגט געוואָרן אין פ’ ויקרא,
און אין אונזער פרשה ווערט צוגעגעבן נאָר עטלעכע דינים].
משא”כ „וזאת תורת האשם”,
וואָס די דינים פון קרבן אשם שטייען ניט אין פ’ ויקרא - דאָרט 30
ווערט נאָר אָנגעזאָגט ווער עס דאַרף ברענגען אַן אשם,
אָבער ניט די דינים פונעם קרבן אַליין; ובמילא דאַרף אויסקומען,
ע”ד הפשט ,
אַז דער פירוש פון „זאת תורת האשם” איז „דאָס איז די תורה
(די דינים)
פון אשם” 31 .
און עד”ז ביי „וזאת תורת זבח השלמים”,
וואָס מיינט אַ קרבן תודה 32 ,
ווי דער פסוק איז גלייך ממשיך „אם על תודה יקריבנו גו’” 33
- ווערט דאָך קרבן תודה איבערהויפּט ניט דערמאָנט אין פ’ ויקרא,
ובמילא איז „זאת תורת זבח השלמים” ניט קיין ריבוי,
נאָר זיין פירוש איז כפשוטו ,
וכנ”ל.
ו.
עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י איז גאָרניט מפרש אויף „זאת תורת החטאת”,
וואָס
[קען ניט געטייטשט ווערן כפשוטו
(וויבאַלד אַז רוב דיני חטאת שטייען שוין אין פ’ ויקרא),
נאָר עס]
קומט „לרבות”.
מוז מען זאָגן,
אַז ע”ד הפשט איז דער ריבוי פון „תורת החטאת”אַזוי פשוט,
אַז רש”י דאַרף עס גאָרניט שרייבן בפירוש.
והביאור בזה:
גלייך נאָך „תורת החטאת” זאָגט דער פסוק „במקום אשר תשחט העולה תשחט החטאת” 34 ,
אַז
(„חטאת” סתם)
אַלע חטאות - אפילו חטאת פון כהן המשיח וחטאת הקהל ביי וועלכע עס שטייט ניט אין פסוק בפירוש אַז די שחיטה איז בצפון
(במקום אשר תשחט העולה)
- איז זייער שחיטה בצפון 35 .
עס איז אָבער דאָ איין מין אין קרבן חטאת ביי וועלכן מ’וואָלט געקענט טראַכטן אַז
(אע”פ עס שטייט „תשחט החטאת” סתם,
איז אָבער)
זיין שחיטה ניט בצפון - און דאָס איז אַ קרבן עולה ויורד,
וואָס איז תלוי אין דער יכולת פון מענטשן: אויב ער איז פאַרמעגלעך,
ברענגט ער „נקבה מן הצאן כשבה או שעירת עזים”; „אם לא תגיע ידו די שה והביא ..
שתי תורים או שני בני יונה גו’” - אַן עוף; „ואם לא תשיג ידו ..
והביא ..
עשירית האיפה סולת לחטאת גו’” 36 .
וויבאַלד אַז ביי דעם סוג חטאת קען זיין די מציאות אַז מען זאָל ברענגען אַ קרבן וואָס האָט אינגאַנצן ניט קיין שחיטה,
און אפילו ניט מליקה במקום שחיטה
(ווי ביי חטאת העוף - וואָס דאָס געפינט מען אויך ביי עולה 37 ),
נאָר „ סולת לחטאת” - איז מסתבר צו זאָגן אַז שחיטה איז ניט קיין ענין עיקרי אין דער כפרה ובמילא מוז די שחיטה ניט זיין
(בצפון)
„במקום אשר תשחט העולה ..
לפני ה’”,
אפילו ווען מ’ברענגט אַ שה וואָס דאַרף יע האָבן שחיטה.
אויף דעם קומט דער ריבוי „זאת תורת החטאת”,
אַז „תורה אחת לכל החטאות” - און וויבאַלד אַז אויך אַ קרבן עולה ויורד איז אַ חטאת,
איז שחיטתה בצפון; און רש”י דאַרף עס גאָרניט אויסטייטשן בפירוש,
וויבאַלד אַז דאָס איז דער ערשטער ענין וואָס שטייט גלייך נאָך „זאת תורת החטאת”,
און די דינים פון חטאת האָט עראָט ערשט געלערנט אין פ’ ויקרא.
ז.
עפ”ז ווערט אָבער שווערער צו פאַרשטיין פאַרוואָס רש”י דאַרף מפרש זיין „וזאת תורת המנחה,
תורה אחת לכולן להטעינן שמן ולבונה”
(אויך „מנחת כהנים שהיא כליל”)
און פאַרלאָזט זיך ניט דאָ,
אַז מען וועט אַליין פאַרשטיין וואָס דער ריבוי איז,
פּונקט ווי ביי „זאת תורת החטאת”?
איז דער ביאור אין דעם:
ע”ד הפשט איז מסתבר,
אַז „
(זאת)
תורת” קומט מרבה זיין
(„תורה אחת לכל ..
”)
דוקא בשייכות צו דינים וואָס שטייען אין דער פרשה גופא
(נאָך דער הקדמה „זאת תורת גו’”) 38
- דאָס הייסט,
אַז דער נאָכקומענדיקער דין איז שייך ביי אַלע מינים פון דעם קרבן
(אפילו אַזאַ,
וואָס מצד הסברא וואָלט מען אים ניט כולל געווען
(בנוגע דעם דין)
מיט די אַנדערע מינים)
;
אָבער אין דעם פאַל פון קרבן מנחה,
איז דער ריבוי פון „תורת” בשייכות צום דין פון „טעונות שמן ולבונה”,
וואָס שטייט ניט אין אונזער פרשה
(דאָ שטייט 39
נאָר „ והרים ממנו גו’ מסולת גו’ אשר על המנחה גו’”,
אָבער ניט דער עצם דין אַז טעונות שמן ולבונה),
נאָר אין פרשת ויקרא 40
;
וואָלט מען דעריבער געמיינט אַז ניט דאָס איז מרבה „זאת תורת”
(נאָר ס’איז אַ ריבוי בשייכות צו איינעם פון די דינים וואָס שטייען בפרשתנו דאָ)
- באַוואָרנט רש”י אַז דער ריבוי מיינט אָט דעם דין 41 .
נאָך אַ טעם פאַרוואָס מ’וואָלט ניט אָנגענומען
(אָן רש”י’ס פירוש)
אַז „תורת המנחה” קומט מרבה זיין דעם דין אַז מנחת כהנים טעונה שמן ולבונה:
די דינים פון מנחת כהנים,
וועלכע שטייען נאָך דער פרשה פון „וזאת תורת המנחה”,
הויבן זיך אָן מיט אַ באַזונדערן דיבור - „וידבר ה’ אל משה לאמר זה קרבן אהרן ובניו גו’” 42
;
און וויבאַלד אַז צווישן זיי איז ניט נאָר די הפסקה פון אַ באַזונדערער פרשה -וואָס די הפסקות הפרשיות זיינען „ליתן ריוח למשה להתבונן בין פרשה לפרשה ובין ענין לענין” 43
- נאָר אויך דורך אַ באַזונדערן דיבור ,
איז שווער צו זאָגן אַז מיט „וזאת תורת המנחה,
תורה אחת לכולן” מיינט מען מרבה זיין מנחת כהנים
(אַז זי האָט דעם זעלבן דין ווי אַלע מנחות)
וואָס איז אָפּגעטיילט מיט אַ נייעם דיבור וואָס ווייזט אַז די מנחה איז אַ נייער און באַזונדערער ענין
[ובמכש”כ פון דעם וואָס אפילו באַזונדערע סוגי קרבנות - מנחה אשם און שלמים 44
- זיינען ניט אָפּגעטיילט מיטאַ באַזונדערן דיבור,
עס איז צווישן זיי נאָר דאָ אַ הפסק פון אַ נייער פרשה].
ח.
ע”פ כהנ”ל קומט אויס,
אַז די הוספה פון דער פרשת הקרבנות אין אונזער פרשה אויף די קרבנות פון פ’ ויקרא באַשטייט פון צוויי סוגים:
(א)
אַ צוגאָב פון נייע פרטי דינים אין די קרבנות עולה מנחה און חטאת;
(ב)
די הוספה פון נאָך קרבנות - אשם ותודה - וואָס זייערע דינים שטייען בכלל ניט פריער; ועד”ז ביי די ערשטע דריי -איז דאָ דער ריבוי פון „
(זאת)
תורת” וואָס קומט מרבה זיין נאָך אַ מין פון דעם קרבן
(תורה אחת לכל העולין,
מנחות וכו’).
און ווי רש”י איז מפרט די צוויי מיני הוספה ביים ערשטן קרבן - „זאת תורת העולה”: „הרי הענין הזה בא ללמד
(א)
על הקטר חלבים ואברים שיהא כשר כל הלילה” - וואָס דאָס שטייט גלייך נאָכדעם אין פסוק „על המזבח כל הלילה עד הבקר”;
(ב)
„וללמד על הפסולין איזה אם עלה ירד ואיזה אם עלה לא ירד שכל תורה לרבות ..
שאם עלו לא ירדו”.
דער אונטערשייד צווישן די צוויי סוגי הוספה איז דער חילוק פון איכות און כמות: דער ערשטער סוג איז אַ הוספה אין איכות הקרבן - נייע פרטי דינים אין דעם זעלבן קרבן בייטן די איכות פון קרבן; און דער צווייטער סוג איז אַ הוספה אין כמות - נאָך אַ מין קרבן,
אָדער אַ הוספה אין כמות הקרבנות מיטן זעלבן דין.
און פון דעם וואָס די הוספה איז ניט נאָר אַן איכות’דיקע
(דורך צוגעבן נאָך פרטי דינים),
נאָר אויך אַ כמות’דיקע
(דורך צוגעבן נאָך אַ קרבן),
איז דאָ אַ הוראה אין עבודת ה’:
„גשמיות” מעסט זיך מערסטנס אין „כמות” און „רוחניות” - אין „איכות”.
די הוראה פון ענין הנ”ל,
אַז דער וועג צו הוספה אין איכות ורוחניות איז אַמאָל דוקא דורך הוספה אין
(דער עבודה מיט)
„כמות” וגשמיות.
דער וועג צו דערגרייכן דעם אמת’ן עילוי אין עבודה רוחנית איז
(ניט דורך אָפּשליסן זיך פון וועלט און פאַרנעמען זיך נאָר מיט רוחניות’דיקע ענינים,
נאָר)
דורך דער עבודה צו מאַכן
(נאָך)
גשמיות’דיקע ענינים אַ קרבן לה’; און דוקא דורך דעם אופן פון מגביר זיין די „צורה על החומר” 45
- אַז פון חומר מאַכט מען צורה,
פון כמות מאַכט מען איכות 46
-ווערט אויפגעטאָן אַ פיל העכערער עילוי אין דער עבודה רוחנית פון נשמה.
ט.
די עבודה פון הוספה בכמות אין אַ ברייטערן מובן איז די התעסקות צו מקרב זיין וואָס אַ גרעסערע כמות פון אידן לתורה ומצות,
ביז אַז אפילו אַזעלכע וואָס בחיצוניותם זעען זיי אויס ניט ראוי למזבח
(„פסולין” ר”ל)
- אויך זיי איז ער מעלה אויפן מזבח און אין אַן אופן פון „
(אם עלו)
לא ירדו ”;
און דורכדעם איז „מאיר עיני שניהם ה’” 47
- אַז ביי אים ווערט נתוסף אַן אור גדול וואָס איז ניט בערך צו זיין אייגענער עבודה,
ביז אַז עס ווערט ביי אים גאָר אַן אַנדער איכות אין עבודה,
ער בלייבט צוגעבונדן,
איז עולה אויפ’ן „מזבח”,
וואָס איז זובח ומבטל זיין מציאות,
עלי’ למעלה ממדידה והגבלה - „כל הלילה עד הבקר”,
דורכן גאַנצן העלם הגלות ביז דער בקר פון אור הגאולה 48 .
(משיחת ש”פ צו תשל”ג)