א.
פון פסוק 1
„ונפש כי תקריב קרבן מנחה וגו’”
(און ניט „כי תקריב מנחה” 2
( - לערנט מען אָפּ אין תו”כ אַז אַ יחיד קען מנדב זיין אויך לבונה יין
(שמן),
וואָס קומען צוזאַמען מיטן קרבן,
און אויך עצים: „היחיד מתנדב עצים” 3 .
ווייטער שטייט אין תו”כ 4
: „כשם שאין שנים מביאין מנחה נדבה כך אין מביאין לא יין ולא לבונה ולא עצים”.
דאַרף מען פאַרשטיין: מען געפינט דאָך אַ קרבן עצים וואָס איז געבראַכט געוואָרן בשותפות - דער קרבן העצים פון די ט’ משפחות,
ווי די משנה זאָגט אין תענית 5
„זמן עצי הכהנים והעם תשעה כו’”,
און די גמרא 6
איז מסביר „כשעלו בני הגולה לא מצאו עצים בלשכה ועמדו אלו והתנדבו משלהם וכך התנו נביאים שביניהן שאפילו לשכה מלאה עצים יהיו אלו מתנדבין משלהן שנאמר 7
והגורלות הפלנו על קרבן העצים הכהנים הלוים והעם להביא לבית אלקינו לבית אבותינו לעתים מזומנים שנה בשנה לבער על מזבח ה’ אלקינו ככתוב בתורה” - וואָס פון פשטות המשך הסיפור און פסוק און דער משנה איז משמע אַז דאָס איז געבראַכט געוואָרן פון די בני המשפחה צוזאַמען אַלס שותפות’דיקער קרבן פון דער משפחה 8 .
ב.
בפשטות וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן,
אַז דער דין פון נדבת עצים אין תו”כ,
רעדט וועגן אַן אַנדער סוג קרבן ווי דער „קרבן העצים” וואָס שטייט ביי „זמן עצי הכהנים והעם”:
אין תו”כ רעדט זיך וועגן אַ קרבן עצים
(פון אַ יחיד,
ווי דער לשון אין תו”כ: „ היחיד מתנדב כו’”),
וואָס מען איז זיי מקריב אַלס קרבן אויפן מזבח -און אויף דעם איז געזאָגט געוואָרן דער דין אַז מען קען עס ניט בריינגען בשותפות;אָבער „זמן עצי הכהנים והעם כו’” פון די ט’ משפחות רעדט
(ניט וועגן עצים וואָס מ’האָט מנדב געווען זיי גופא אַלס קרבן,
נאָר)
וועגן עצים למערכה,
ווי עס שטייט אין דער ברייתא,
כנ”ל כשעלו בני הגולה לא מצאו עצים בלשכה כו’ ככתוב בתורה - ד.
ה.
די עצים וואָס מ’האָט געדאַרפט אויפן מזבח בכדי עס זאָל זיין אַ מערכה ואש אויף וועלכע צו מקריב זיין קרבנות - און די עצים קענען געבראַכט ווערן אויך בשותפות,
(ובפרט אַז מ’האָט דאָך זיי סייווי געדאַרפט איבערגעבן צום ציבור קודם ההקרבה פון קרבנות ציבור ווי עס שטייט אין תוספתא 9 ).
עס פאָדערט זיך אָבער נאָך ביאור,
וואָרום בנוגע דעם לימוד פון „מתנדבין עצים”,
בריינגט די גמרא 10
אַ פלוגתא: „קרבן 11
מלמד שמתנדבין עצים ..
וכן הוא אומר והגורלות הפלנו על קרבן העצים.
רבי אומר עצים קרבן הם טעונין מלח וטעונין הגשה
(און אויף דעם איז די גמרא ממשיך)
אמר רבא ולדברי רבי עצים טעונין קמיצה אמר רב פפא לדברי רבי עצים צריכין עצים”,
איז ממנ”פ: אויב אַז „והגורלות הפלנו על קרבן העצים” איז דער זעלבער ענין ווי דער דין פון מתנדבין עצים 12
-וואָס אַזוי איז אויך משמע פון לשון התוספתא 13
„מה ראו זמן עצי הכהנים והעם לימנות”
(וואָס די שאלה איז 14
: וויבאַלד אַז נדבת העצים איז אַ זאַך וואָס איז שייך ביי יעדן יחיד,
היינט פאַרוואָס האָט מען דעם קרבן העצים פון די ט’ משפחות אויסגעטיילט באופן מיוחד -איז דאָך מוכח לכאורה,
אַז דאָס איז דער זעלבער ענין)
- איז ווי אַזוי קומען זיי בשותפות?
און אויב לדעת רבנן זיינען זיי צוויי באַזונדערע זאַכן כנ”ל,
איז וואָס איז די ראי’ פון „והגורלות הפלנו על קרבן העצים” צום ענין וואָס אַ יחיד קען מנדב זיין עצים אַלס אַ קרבן?
אויך פאָדערט זיך הסברה,
וואָס איז דער טעם המחלוקת פון רבי און די רבנן.
דבפשטות איז סיי די רבנן סיי רבי לערנען דאָס אַרויס פון „קרבן מנחה” און אויך רבי איז זיך סומך אויפן פסוק „והגורלות הפלנו על קרבן העצים”
(וואָס פון דעם פסוק דוקא ווייס מען אַז עצים ווערן אָנגערופן קרבן 15 ,
ובמילא קען מען פון קרבן מנחה מרבה זיין אויך עצים) 16 .
ג.
עפ”י הנ”ל איז מובן אַז מען קען ניט פאַרענטפערן קושי’ הנ”ל
(ס”א)
ע”פ דעם וואָס מפרשים לערנען איין 17 ,
אַז דאָס וואָס נדבת עצים קען ניט קומען בשותפות איז נאָר לויט דעם מ”ד וואָס האַלט אַז דעם דין פון מתנדבים לבונה יין שמן ועצים לערנט מען אָפּ פון „קרבן” וואָס שטייט באַ „מנחה” 18
(„כשם שאין שנים מביאין מנחה נדבה כך אין מביאין לא יין ולא לבונה ולא עצים”),
אָבער לויט דעם מ”ד וואָס לערנט אָפּ 19
אַז מען קען מנדב זיין „יין ושמן” פון פסוק „אזרח” 20
וואָס שטייט ביי נסכים זיינען זיי ניט גלייך צו מנחה און מ’קען זיי בריינגען בשותפות 21 ,
דערמיט ווערט דאָך ניט פאַרענטפערט די קושיא הנ”ל,
הניחא יין ושמן,
אָבער א)
„והגורלות הפלנו על קרבן העצים וגו’” איז דאָך אַ פסוק וואָס דאַרף שטימען לויט אַלע דיעות,
אויך לויט דעם מ”ד וואָס האַלט אַז עצים קומען ניט בשותפות.
ב)
דאָס וואָס אין דער גמרא 19
איז דאָ אַ סברא,
אַז „מתנדבין שמן” ווערט אָפּגעלערנט
(לויט איין מ”ד)
פון „אזרח” וואָס שטייט ביי נסכים,
איז דאָס דוקא לדעת רבי
(משא”כ לדעת רבנן איז פשוט לכו”ע,
אַז מען לערנט דאָס אָפּ פון „קרבן מנחה”) 19
- און לדעת רבי 22
קען מען דאָך ניט בריינגען דעם קרבן עצים בשותפות,
וויבאַלד אַז זיי האָבן דעם דין פון אַ קרבן מנחה 23 ,
וואָס דעריבער איז טעונין מלח וטעונין הגשה און קמיצה פּונקט ווי אַ קרבן מנחה 24 .
ד.
אין הסברת התוכן פונעם קרבן העצים
(במס’ תענית)
געפינט מען כמה דיעות.
אין פירוש המשניות 25
זאָגט דער רמב”ם אַז אין דעם טאָג וואָס די משפחות האָבן געבראַכט „עצים לאש המערכה” „היו מקריבין קרבנות נדבה וזהו קרבן העצים והעתים המזומנים הכתובים בעזרא”; און - בפרטיות - אין ספר „היד” זאָגט דער רמב”ם 26
: „ומהו קרבן העצים,
זמן קבוע הי’ למשפחות משפחות לצאת ליערים להביא עצים למערכה ויום שיגיע לבני משפחה זו להביא העצים היו מקריבין עולות נדבה וזהו קרבן העצים והי’ להם כמו יו”ט ואסורין בו בהספד ותענית ובעשיית מלאכה ודבר זה מנהג” -ד.
ה.
אַז „קרבן העצים” מיינט ניט אַ קרבן פון עצים,
נאָר אַז אינעם זמן וואָס זיי האָבן געבראַכט די עצים „למערכה” האָבן זיי געבראַכט „עולות נדבה” און די עולות ווערן אָנגערופן „קרבן העצים” - דער קרבן
(פון עולת נדבה - וואָס מ’האָט געבראַכט ביום הבאת)
העצים
(צוליב די עצים).
דער ריטב”א 27
איז מסביר: „שהיו מבערים במזבח בפני עצמו מן העצים שהתרבו
(שהתנדבו) 28
וזה הי’ קרבן העצים,
וכן אמרו כו’ ששני גיזרין היו קרבין עם תמיד של בין הערביים וזהו מוכיח כי קרבן עצים ממש הוא” - אַז די עצים אַליין האָט מען מקריב געווען אַלס קרבן 29 .
רש”י איז מפרש אין דער משנה 30 ,
אַז אין דעם טאָג וואָס די „כהנים והעם מתנדבים להביא עצים והיו מקריבים קרבן אותו היום ואפילו היו עצים הרבה למערכה היו אלו מתנדבין ומקריבין באלו ט’ זמנים”.
פון פרש”י איז משמע לכאורה,
ווי דעת הרמב”ם אין דעם,
אַז ניט די עצים זיינען געווען דער קרבן,
נאָר מ’האָט מקריב געווען אַ באַזונדער קרבן
(אין צוזאַמענהאַנג מיט די)
עצים - און ווי ער איז מפרש במ”א 31
„משפחות של ישראל שקבוע להם ימים בכל שנה להביא עצים למקדש לצורך המערכה ומביאין קרבן עצים עמהן”; רש”י איז אָבער ניט מפרש
(ווי דאָס טוט דער רמב”ם)
וואָס פאַר אַ קרבן מ’האָט דעמאָלט געבראַכט.
דאַרף מען פאַרשטיין: א)
לדעת הרמב”ם
(און אויך לדעת רש”י)
פון וואַנעט ווייס מען אַז „קרבן העצים” -מיינט
(ניט כפשוטו,
נאָר)
אַ קרבן צוליב נדבת העצים - מען געפינט דאָך אַז די עצים למערכה ווערן אָנגערופן קרבן,
ווי דער רמב”ם אַליין זאָגט עס במפורש 32 .
ב)
לאידך גיסא,
לדעת הריטב”א אַז די עצים אַליין זיינען געווען אַ קרבן 33
אויפן מזבח - צ”ע: עס שטייט דאָך במפורש אַז די עצים האָט’ן געבראַכט ווייל „לא מצאו עצים בלשכה ועמדו אלו והתנדבו משלהם וכך התנו נביאים שביניהן כו’” - און וויבאַלד אַז די סיבה פון דער נדבת עצים איז געווען דאָס וואָס ס’איז ניט געווען קיין עצים למערכה ,
דאַרף מען דאָך זאָגן אַז אין דעם איז באַשטאַנען דער „מתנדבים משלהם”.
ג)
לדעת רש”י - וואָס פאַר אַ קרבן האָט מען מקריב געווען אויפן מזבח 34 ?
ה.
דער ביאור בזה: לדעת רבנן וואָס לערנען אָפּ פון „קרבן - מלמד שמתנדבין עצים”,
געפינט מען בכללות צוויי שיטות בנוגע דעם דין וגדר פון עצים.
רבינו גרשום 35
זאָגט: „וקסבר תנא קמא דאותן גזירין קריבין להכשר הקרבנות על המערכה” 36 .
און אַזוי איז אויך משמע פון לשון הרמב”ם אין פיה”מ 35
: „לפי שהכרחי להביא בכל יום שני גזרין נוספים על המזבח לא פחות מכך כו’” 37 .
דער ראב”ד 38
אָבער האַלט,
אַז לדעת רבנן האָט מען די עצים מקריב געווען בפ”ע; - ס’איז אָבער מובן אַז אויך לשיטת הראב”ד מוז מען זאָגן,
אַז די עצים זיינען
(לפי דעת רבנן)
ניט קיין קרבן גמור 39
(ווי לדעת רבי) 40 .
וי”ל אַז אין דער מחלוקת צווישן רבי און די רבנן - גייען זיי לשיטתייהו,
וואָס מען געפינט בכ”מ אין די מחלוקת פון רבי ובר פלוגתי’,
ובפרט מיט רבנן: אַ לשון אין דער תורה אָדער אין דברי חז”ל
(ועד”ז בל’ בנ”א כדלקמן)
- צי דאָס ווערט געטייטשט דוקא: א)
כפשוטו ממש,
ב)
ובכל הפרטים,
אָדער דאָס קען מיינען נאָר אַ טייל,
אָדער - איין פרט.
ובנדו”ד: לדעת רבי,
וויבאַלד מ’לערנט אָפּ פון „ קרבן מנחה”אַז עצים „ מקרי קרבן ” און „מתנדבים עצים”,
ובפרט אַז מ’געפינט אַ פסוק „קרבן העצים” 41 ,
זאָגט מען כפשוטו - אַז די עצים אַליין זיינען אַ קרבן און אַז זיי האָבן דעם דין קרבן בכל הפרטים; און דעריבער לערנט רבי אַז די עצים דאַרפן האָבן מלח הגשה וכו’,
אַלע פרטים וויאַ קרבן מנחה 42
- כפשוטו.
לויט די רבנן אָבער,
הגם אַז מען לערנט טאַקע אָפּ „קרבן מלמד שמתנדבים עצים” און דער פסוק רופט זיי אָן „קרבן העצים”,
איז דאָס ניט מכריח אַ חידוש גדול אַז עצים זיינען אַ קרבן ובכל הפרטים,
נאָר דיו צו מחדש זיין אַז זיי פאַרמאָגן איין פרט פון אַ קרבן - זיי ווערן פאַרברענט אויפן מזבח,
וויאַ קרבן,
אָדער לדעת הראב”ד,
אַז מ’איז זיי מקריב בפ”ע אויפן מזבח 43 .
ו.
עפ”ז איז אויך מובן בנדו”ד: וויבאַלד דער רמב”ם פּסק’נט ווי די רבנן - איז אפילו אַז מ’זאָל זאָגן אַז די עצים אַליין בריינגט מען אויפן מזבח
(כדעת הראב”ד) 44 ,
וויבאַלד אָבער אַז זיי זיינען ניט קיין קרבן גמור,
איז ניט מסתבר אַז צוליב דעם זאָל דער טאָג זיין כמו יו”ט ואסורין בו בהספד ובתענית 45
-
ובפרט נאָך אַז ווי ס’איז משמע האַלט דער רמב”ם אַז דאָס וואָס „מתנדבים עצים” מיינט נאָר למערכה
(און אויך דאָס איז מספיק אויף צו רופן זיי „קרבן”) 46 ,
איז דאָך אַוודאי שווער צו זאָגן אַז די נדבת עצים למערכה איז דאָס געווען דער „קרבן העצים” פון די ט’ משפחות און אַז צוליב דעם זאָל דער טאָג זיין „כמו יו”ט ואסורין בו בהספד ובתענית כו’”: די עצים זיינען דאָך נאָר אַ הכשר קרבן און סו”ס איז מען זיי מנדב לצבור 47 ,
היינט ווי קען מען זאָגן אַז צוליב דעם זאָל עס זיין „כמו יו”ט ואסורין בו בהספד ובתענית” ביי דער משפחה 48 .
דעריבער לערנט דער רמב”ם אַז „ויום שיגיע לבני משפחה זו להביא העצים היו מקריבין עולות נדבה וזהו קרבן העצים ו
(מהאי טעמא)
הי’ להם כמו יו”ט ואסורין בו בהספד ובתענית ובעשיית מלאכה” - מצד די עולות נדבה 49
וואָס זיינען אַ קרבן גמור 50 .
און ס’איז קיין קושיא ניט וואָס אַזאַ קרבן ווערט
(לויטן רמב”ם)
אָנגערופן „קרבן העצים”
(כאָטש אַז ניט די עצים אַליין זיינען דער קרבן)
- וואָרום וויבאַלד אַז דער רמב”ם פּסק’נט ווי די חכמים דרבי,
כנ”ל,
אַז מ’קען טייטשן אויך ניט כפשוטו ממש,
עד”ז אויך באַ „קרבן העצים” - מיינט עס
(ניט כפשוטו; עצים אַלס קרבן,
נאָר)
עולות נדבה וואָס קומען צוזאַמען
(צוליב)
העצים 51 .
[ולדעת הרמב”ם איז אויך קיין קושיא ניט וואָס די ט’ משפחות האָבן געבראַכט די עצים בשותפות,
וואָרום די עצים זיינען דאָך געווען נאָר למערכה און ניט קיין קרבן,
ובמילא קען מען זיי בריינגען אויך בשותפות 52
; און עולות נדבה קומען דאָך בשותפות 53 ].
ז.
רש”י אָבער,
וואָס איז בפירושו
(אויך על הש”ס)
אַ פשטן
(ניט קיין פסק’ן) 54 ,
איז ער מפרש כפשוטו במקרא ובש”ס: „קרבן עצים” איז ניט עצים למערכה ,
וואָרום זיי זיינען ניט קיין קרבן ופשיטא - ניט בכל הפרטים; און מהאי טעמא איז ער אויך ניט מפרש אַז מ’האָט מקריב געווען עולות נדבה וכיו”ב
(ווייל
(נוסף אויף דעם וואָס מ’קען פרעגן מנה”מ)
איז דאָס ניט מתאים לפשטות הל’ „קרבן עצים ”).
און דעריבער זאָגט ער בפירושו 55
„באלו הט’ זמנים היו הכהנים והעם מתנדבים להביא עצים והיו מקריבים קרבן אותו היום ואפילו היו עצים הרבה למערכה היו אלו מתנדבין ומקריבין באלו תשעה זמנים”,
אָדער ווי ער זאָגט אין דער אַנדער משנה 31
: „שהיו משפחות של ישראל שקבוע להם ימים בכל שנה להביא עצים למקדש לצורך המערכה ומביאין קרבן עצים עמהן” - וואָס דערפון גופא,
וואָס ער זאָגט אַז זיי האָבן מקריב געווען אַ קרבן און איז ניט מפרש וואָס איז געווען דער קרבן,
י”ל אַז לדעתו
(ולפי פשוטן של קרא ומרז”ל)
איז דער קרבן געווען פון די עצים גופא 56
: אַ חלק פון די עצים וואָס זיי האָבן מנדב געווען איז געווען למערכה,
און אַ טייל - האָבן זיי מקריב געווען בתור קרבן ממש 57 .
עפ”ז וועט אויך זיין מובן דער הסבר הריטב”א: „שהיו מבערים במזבח בפני עצמו מן העצים שהתרבו
(שהתנדבו)
וזה הי’ קרבן העצים ..
וזה מוכיח כי קרבן עצים ממש הוא ולא שאר קרבנות שהיו מביאין באותו יום” - אויך לדעתו האָט מען געבראַכט די עצים למערכה,
ווי ס’איז משמע בפשטות הדברים,
ער קומט נאָר שולל זיין אַז דאָס איז ניט געווען קיין באַזונדער קרבן
(פון די סוגי קרבנות הידועים),
נאָר „מן העצים שהתרבו
(שהתנדבו)
” 58
- פון
(אַ טייל פון)
די עצים וואָס זיי האָבן מנדב געווען פאַר דעם מזבח 59
האָט מען מקריב 60
געווען אַ „קרבן עצים” 61 .
און לויט דעם איז מובן
(לדעת רש”י והריטב”א)
אַז אין די ט’ זמנים האָבן טאַקע די משפחות מנדב געווען די עצים אין אַן אופן פון משפחה־שותפות און זיי האָבן דאָס געקענט טאָן היות אַז דאָס זיינען געווען נאָר צוליב די עצים למערכה;אָבער דאָס וואָס מ’האָט פון די עצים גענומען אויף מקריב זיין אַלס „ קרבן עצים” אויפן מזבח,
איז דאָס געווען ניט באופן של שותפות,
נאָר פאַר יעדער יחיד בפ”ע 62
(אף שדוחק קצת).
ח.
וי”ל כנ”ל,
אַז אין דער מחלוקת פון רבי מיט די רבנן בנוגע צו קרבן העצים גייען זיי יעדער לשיטתי’ בכ”מ בש”ס,
ומהם:
אין סדר זרעים
(מס’ ברכות 63 )
„ק”ש ככתבה דברי רבי וחכמים אומרים בכל לשון” - רבי האַלט אַז דער חיוב פון קריאת שמע,
דאַרף זיין גענוי מיט אַלע פרטים ווי די פרשיות שטייען אין דער תורה,
אויך אין פרט פון - „ככתבה”.
די רבנן האַלטן אָבער,
אַז ס’איז מספיק „בכל לשון”: מען דאַרף ניט האָבן אַז עס זאָל זיין אויך „ ככתבה “,
נאָר ס’איז גענוג דאָס וואָס דער תוכן הענין איז קריאת שמע.
און כאָטש אַז די גמרא איז מסביר די טעמים פון רבי ורבנן: „מ”ט דרבי אמר קרא והיו בהווייתן יהו ורבנן מאי טעמייהו אמר קרא שמע בכל לשון שאתה שומע”,
איז אָבער די לשיטתי’ הנ”ל די סיבה פאַרוואָס רבי נעמט אָן דווקא דעם דרש פון „והיו” און די רבנן - דעם דרש פון „שמע בכל לשון וכו’”.
און אַזוי איז אויך מובן פון דעם וואָס די גמרא איז ממשיך „למימרא דסבר רבי דכל התורה כולה בכל לשון נאמרה,
דאי ס”ד בלשון הקודש נאמרה והיו דכתב רחמנא למה לי.
איצטריך משום דכתיב שמע למימרא דסברי רבנן דכל התורה כולה בלשון הקודש נאמרה,
דאי ס”ד בכל לשון נאמרה שמע דכתב רחמנא ל”ל.
איצטריך משום דכתיב והיו”,
ד.
ה.
אַז די עצם סברא איז מכריח לויט רבי אַז קריאת שמע דאַרף זיין „ככתבה”,
און לויט די רבנן - „בכל לשון”; און דער לימוד פון די פסוקים,
איז נאָר צו באַוואָרענען און שולל זיין די משמעות הפכית פון דעם צווייטן פסוק.
ט.
אין סדר מועד
(מס’ סוכה 64 )
: „רבי אומר כל סוכה שאין בה ארבע אמות על ארבע אמות פסולה וחכ”א אפילו אינה מחזקת אלא ראשו ורובו כשרה”:
אין תורה 65
שטייט „בסוכות תשבו שבעת ימים” זאָגט די גמרא 66
אַז עס דאַרף זיין „תשבו כעין תדורו” - האַלט רבי אַז דער „תשבו כעין תדורו” דאַרף זיין כפשוטו ובכל הפרטים 67 ,
און דערפאַר דאַרף די סוכה האָבן ד”א על ד”א כעין תדורו ממש פון אַ בית; די חכמים האַלטן,
אַז עס מוז ניט זיין „כעין תדורו “ כפשוטו ובכל הפרטים,
נאָר עס איז גענוג „ כעין תדורו” אין דעם פרט וואָס זי איז מחזקת ראשו ורובו - אַ דירת ארעי און עס קען דאָרטן זיין ישיבה -תשבו 68 ,
מען דאַרף אָבער ניט האָבן אַז אויך דער בנין הסוכה זאָל זיין „כעין תדורו”.
יוד.
אַזוי געפינט מען אויך בנוגע צום לשון ודעת בנ”א אין סדר נשים: „אמר רבי כל האומר על מנת כאומר מעכשיו דמי ופליגי רבנן עלי’” 69 ,
אַז איינער זאָגט,
לדוגמא,
„הרי זה גיטך ע”מ שתתני לי מאתים זוז”,
איז זי לויט רבי „מגורשת מעכשיו” 70 ,
און לויט די רבנן ווערט זי מגורשת נאָך דעם ווי זי גיט די מאתים זוז -
שיטת רבי איז,
אַז בשעת ס’איז דאָ אַ דיבור אוןאַ מעשה בפועל וואָס ער טוט איצט
(כאָטש דערביי זאָגט ער „על מנת” פון אַ שפּעטערדיקן תנאי),
נעמט מען דאָס אָן כפשוטו ובכל הפרטים,
די מעשה טוט ער אָפּ גלייך איצט נאָר ער איז מוסיף „על מנת” -אַז זי זאָל דערנאָך מקיים זיין די פעולת התנאי; און דעריבער זאָגט ער,
אַז „כל האומר על מנת” איז פּונקט ווי ער וואָלט געזאָגט „מעכשיו”.
די רבנן האַלטן,
אַז מ’קען ניט מחדש זיין
(מוסיף זיין)
„מעכשיו” - כאָטש אַז בלי החידוש וועט די מעשה און די אמירה ניט זיין כפשוטם,
און דעריבער זאָגן זיי אַז דער גט איז חל ערשט שפּעטער 71
ווען זי איז מקיים דעם תנאי 72 .
יא.
אָט דער „לשיטתי’” פון רבי און די רבנן געפינט מען אויך ביים אָפּלערנען איין ענין פוןאַ צווייטן בגז”ש - אין סדר נזיקין
(מס’ סנהדרין 73 )
: „הזיד במעילה
(בשעת איינער האָט מועל געווען במזיד אין הקדש)
רבי אומר במיתה,
וחכ”א באזהרה.
מאי טעמא דרבי,
אמר ר’ אבהו גמר חטא חטא מתרומה מה להלן במיתה אף כאן במיתה.
ורבנן אמרי אמר קרא בו בו ולא במעילה”.
לויט רבי,
וויבאַלד דער גאַנצער דין פון מעילה ביי הקדש ווערט אָפּגעלערנט בגז”ש פון תרומה,
דאַרף מען אָננעמען אַז די תורה מיינט דעם לימוד בפשטות ובכל הפרטים - אויך לגבי מיתה; משא”כ לדעת רבנן,
כאָטש אַז אויך לדעתם לערנט מען אָפּ חטא חטא מתרומה 74 ,
און דערפאַר איז דאָ אַן אזהרה ווען „הזיד במעילה”,
וויבאַלד אָבער אַז לפי שיטתם איז דער לימוד
(בגז”ש)
לאו דוקא כפשוטו ובכל הפרטים,
האַלטן זיי דעריבער אַז געפינענדיק אַ מיעוט פון „בו” איז מען ממעט „הזיד במעילה” פון מיתה 75 .
יב.
עפ”ז י”ל אַז דעם „לשיטתי’” הנ”ל פון רבי און די רבנן געפינט מען אויך אין די מחלוקת וואו ניט די רבנן,
נאָר אַ יחיד איז דער בר פלוגתא פון רבי
(אַז דער בר פלוגתא פון רבי גייט לפי שיטת רבנן אין די מחלוקת הנ”ל)
:
אין סדר קדשים
(מס’ מנחות 76 )
: „כלי שרת שעשאן של עץ רבי פוסל ורבי יוסף ברבי יהודא מכשיר במאי קא מיפלגי רבי דריש כללי ופרטי ור”י ברבי יהודה דריש ריבויי ומיעוטי,
רבי דריש כללי ופרטי ועשית מנורת כלל זהב טהור פרט מקשה תיעשה המנורה חזר וכלל כלל ופרט וכלל אי אתה דן אלא כעין הפרט מה הפרט מפורש של מתכת אף כל של מתכת.
ריב”י דריש ריבויי ומיעוטי ועשית מנורת ריבה זהב טהור מיעט מקשה תיעשה המנורה חזר וריבה ריבה ומיעט וריבה ריבה הכל ומאי ריבה כל מילי ומאי מיעט מיעט של חרס”:
לדעת רבי,
וואָס האַלט אַז אַ לימוד וריבוי איז
(וואָס מער)
כפשוטו און אין וואָס מער פרטים גלייך צו דעם ענין פון וועלכן מען איז מרבה ולומד - איז דריש כללי ופרטי 77 ,
וואָס איז מרבה נאָר „ כעין הפרט ” - דומים לפרט 78 .
ריב”י וואָס גייט בשיטת רבנן דרבי,
אַז אויך ווען ס’איז דאָ אַ דמיון אין איין פרט וכיו”ב האָט עס אַ שייכות און מען קען עס אָנרופן בשם המקור
(כבענינינו:
קרבן העצים)
- איז דריש 79
ריבויי ומיעוטי,
וואָס „ריבה כל מילי” 80 ,
אויך די וואָס ניט בדומה להפרט 78 ,
ומיעט נאָר „של חרס” 81 ,
וואָס איז „פחות מכל הכלים ואינו ראוי אפי’ למלך בו”ד” 82 .
יג.
אַן ענין אין טהרות: „הנכנס לארץ העמים בשידה תיבה ומגדל רבי מטמא,
רבי יוסי ברבי יהודה מטהר.
במאי קא מיפלגי,
מ”ס אהל זרוק לאו שמי’ אהל,
ומ”ס אהל זרוק שמי’ אהל” 83 .
לדעת רבי,
כדי אַן אהל זאָל חוצץ זיין בפני הטומאה,
דאַרף ער זיין גלייך צו אַן אהל
(בכל הפרטים),
וואָס איז ניט מיטלטל 84 ,
דעמאָלט האָט ער אַ דין אהל אויף ניט חוצץ זיין; דאַקעגן לשיטת ריב”י,
הגם אַז דאָס איז ניט גלייך בכל הפרטים צו אַן אהל,
וויבאַלד אָבער אַז עס איז גלייך אין דעם וואָס דאָס איז אַ מקום לעצמו האָט עס אַ דין פון אהל און ס’איז חוצץ בפני הטומאה,
וכשיטת רבנן הנ”ל.
וטהור.
(משיחת כ’ מנ”א תשל”ב)